נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 97


אַנטיסעמיטיזם — דער הויפּט־צייכן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר

לויטן ייִדישן לוח איז אונדזער פֿאָלק אַרײַנגעקומען אינעם יאָר תשפ״ו (5786). ווער עס לעבט אָן חשבון, שטאַרבט אָן ווידוי, זאָגט דאָס ייִדישע ווערטל. די פֿילטויזנטיקע עקזיסטענץ פֿון ייִדישן פֿאָלק איז דער בעסטער באַווײַז דערפֿון, אַז צו פֿירן דעם חשבון און זיך מתוודה זײַן דאַרף מען די ייִדן נישט לערנען. אַן אַנדער זאַך — די וועלט. ס׳איז נישט געווען קיין יאָרהונדערט, אַז די שׂונאי־ישׂראל זאָלן נישט אַרויסשטעלן די ייִדן זייער גיפֿטיקן חשבון — בלוטיקע פּאָגראָמען און רדיפֿות — פֿון לינקס און פֿון רעכטס!

ווי אַ גט צו די פֿיס, וואַרפֿט מען אונדז דעם געטלעכן גאָב — די ייִדישע „אויסדערוויילטקייט‟. ביז הײַנט צו טאָג וועלטיקט דער מיין, אַז דאָס שליחות פֿון ייִדן באַשטייט אין דעם, זיי זאָלן ברענגען די וועלט אין אַ מצבֿ פֿון גלײַכגעוויכט. דהײַנו: אויב די וועלט גיט זיך אַ רוק אויף לינקס, דאַרפֿן די ייִדן זי אָנשטעלן צו באַוועגן זיך אויף רעכטס; און פֿאַרקערט — אויב די וועלט נייגט זיך אויף רעכטס, מוזן די ייִדן איר אָנווײַזן דעם וועג אויף לינקס. אויף אַזאַ אופֿן באַקומט זיך, אַז די ייִדן אַליין געפֿינען זיך שטענדיק אויף דער ריכטיקער זײַט פֿון געשיכטע. ווי אַ סך־הכּל, פֿאַלן זיי אַ קרבן פֿון זייער היסטאָרישער ווײַטזיכטיקייט.

אין תּוך גערעדט, נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה און נאָכן חורבן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום, זײַנען די הויפּט־פּרינציפּן פֿון דער ליבעראַלער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע, אַזעלכע ווי מענטשנרעכט, טאָלעראַנטקייט, דאָס נישט אויפֿנעמען אַנטיסעמיטיזם, — געווען פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון ייִדישן פֿאָלק און ווי אַ פּועל־יוצא — מיטן שטיצן די נײַ־אויפֿגעקומענע ייִדישע מדינה. וואָס זעען מיר נאָך 80 יאָר זינט די צווייטע וועלט־מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט? די אידעאָלאָגיע פֿון דער ליבעראַלער דעמאָקראַטיע און די ליבעראַלע אינסטיטוציעס לעבן איצט איבער אַ שרעקלעכן קריזיס. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון אָט דעם בראָך, איז אַרויס דער דורותדיקער קריפּל, דער ווילדער אַנטיסעמיטיזם.

דער אַזוי גערופֿענער „נײַער מערבֿדיקער ליבעראַליזם‟ איז אויפֿגעוואַקסן אויף אַ פֿרוכפּערדיקן באָדן פֿון דעגראַדירטער פּאָליטיק אין די מערבֿ־לענדער, דעמאָגראַפֿישע ענדערונגען (מערבֿ־אייראָפּע איז דאָך פֿאַרפֿלייצט מיט מוסולמענישע אימיגראַנטן, וואָס זייער כּוח און השפּעה האַלט אין איין וואַקסן), פֿון פֿאַרטשאַדען די מוחות דורות סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן פֿון אַמעריקע און אייראָפּע, פֿון די מיליאַרדן קאַטאַרישע געלטער און נאָך און נאָך…

אויפֿן הינטערגרונט פֿון דעם דאָזיקן „נײַ־ליבעראַליזם‟ זעען טאַקע די ייִדן אויס ווי די הויפּט־געווינערס פֿון דעם „ווילדן קאַפּיטאַליזם און נעאָקאָלאָניאַליזם‟; זיי, די ייִדן איבער דער וועלט און מדינת־ישׂראל בפֿרט, שטייען בײַם רודער פֿון דער רעכטער פּאָליטיק און דער רעכטער פֿירערשאַפֿט. זיך קעגנשטעלן אָט דעם „רעכטן ייִדישן לאַגער‟ קאָנען נאָר די לינקע מאַסן, וואָס פֿאַרדעקן זייער מיטל־אַלטערלעכן אַנטיסעמיטיזם מיט די כּלומרשט אַנטיציוניסטישע פֿאַטשיילקעס־„אַראַפֿאַטקעס‟ און פּראָפּאַלעסטינישער פּלאַפּלערײַ.

יענע, וואָס מיינען, אַז ווי נאָר צו דער מלחמה אין עזה וועט קומען אַ סוף וועט אַלץ זיך צוריקקערן און זיך אײַנשטילן, האָבן אַ גרויסן טעות! די ענדערונגען אינעם געזעלשאַפֿטלעכן באַוווּסטזײַן פֿון מערבֿ, ווי אויך די ריזיקע דעמאָגראַפֿישע בײַטן, פֿאָרגעקומען אין די לעצטע צענדליקער יאָרן, איז שוין נישט אָפּצושטעלן. די מלחמה אין עזה איז נישט קיין סיבה, נאָר אַ תּירוץ, אַז די אָנגעזאַמלטע שׂינאה צו ייִדן, וואָס האָט בלויז געטליִעט, נאָר נישט אויסגעלאָשן געוואָרן, זאָל זיך געווען אַרויסרײַסן אויף די גאַסן און טריבונעס פֿון ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע פּאַרלאַמענטן, און ווערן דער עצם פֿון דער אויסערלעכער פּאָליטיק אין די גרעסטע אייראָפּעיִשע לענדער.

דעריבער דאַרף מען זיך נישט חידושן, וואָס אויף הײַנט צו טאָג האָבן 157 לענדער, ווי אויך וואַטיקאַן, מיטגלידער פֿון יו־ען אָנערקענט פּאַלעסטינע ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה.

וואָס קאָן מען אויף דעם זאָגן? אַזאַ יאָר אויף זיי!

סעפּטעמבער 28, 2025, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a comment