מײַן קלײנער װערט אַ באָצמאַן

משה לעמסטער

                                         קאַפּיטל צװײ

װעסנע, װען עס בליִען בײמער,
ווען אַ סאָלאָװײ, באַצױבערט מיט געזאַנג,
דערגרײכט האָט צו אַ שטאָט מײַן קלײנער,
גערוט אין פּאַרק, אונטער אַ באַנק.

פֿאַראַן פֿרױען אין רוסישע דערפֿער,
אין סאָװעטישע שטעט אויך פֿאַראַן,
צניעותדיק־שײנע, פֿולע מיט װערדע
דאָך אין זײ דרעמלט אַ הײסער װוּלקאַן…

עס זעצט זיך אױף דער באַנק אַ ווײַבל
איר קלײדל העכער פֿון די קניִעס
מײַן קלײנער ווידער פֿול מיט תּאווה
צו אירע פּולקעס נעמט זיך ציִען.

ער האָט געצױגן זיך, דערגרײכט
צום אָרט, װאָס ציט אים צו מיט קראַפֿט.
ער שטייט! צו טאָן די אַרבעט איז ער גרײט
וואָס גאָט האָט אים פֿאַר איר פֿאַרטראַכט.

דאָס ווײַב דערפֿילט צווישן די פֿיס
אַ קיצל. טוט אַן אויקע
דערזעט װער דאָרטן אונטן איז
און גרױס עס װערן אירע אױגן.

זי נעמט מײַן אױפֿגעלעבטן אבֿר,
זײַן היץ געבריט האָט אירע הענט,
און אײַליק שטופּט אַרײַן מײַן קלײנעם,
אין טאַש, װאָס איז געווען פֿאַר אים צו ענג.

ז’איז לײטענאַנט פֿון קאַ.גע.בע., נאַטאַשאַ,
דאָ לעבן פּאַרק איז אַ געהײמע דירה,
זי דריקט צום האַרץ דאָס גראָבע טאַשל,
און טראַכט: „מע װיל מיך פּראָװאָצירן!‟

                פֿולקום געהײם 

לײטענאַנט נאַטאַשאַ, אַרבעט אין דעם אָפּטײל פֿון קאַ.גע.בע., װאָס בֿאַשעפֿטיקט זיך מיט די מאָלדאַװישע נאַציאָנאַליסטן פֿונעם „פֿאָלקס־פֿראָנט‟, װעלכע װילן, אַז די רעפּובליק מאָלדאָװע זאָל זיך פֿאַראײניקן מיט די רומענער פֿון יענער זײַט טײַך פּרוט. זי איז געטרײַ דער סאָװעטישער מאַכט און כּדי צו צעשטערן די פּלענער פֿון די „פֿראָנטיסטן‟, איז זי גרײט אױסצופֿילן יעטווידע באַפֿעלן פֿון דער מאַכט.

ס’פֿלעג זיך פֿאַרנומען מיט סעקס נאַטאַשאַ,
נאָר װען דאָס הײמלאַנד האָט עס געמאָנט:
צי מיט אירע קאָמאַנדירן װאַזשנע,
צי מיט די פֿירער פֿונעם „פֿאָלקס־פֿראָנט‟.

נאָר צום עקסטאַז מיט זיי ניט צו דערגרייכן,
ניט באַפֿרידיקט פֿלעג זי בלײַבן:
פֿון טשעקיסטן, וואָס האָבן קאַלט שׂכלס,
פֿון פֿראָנטיסטן, וואָס זענען היציק און אײַליק.

זי האָט געחלומט נאָך פֿון דער שקאָלע,
אַז איר באַשערטער, איר העלד, איר קיסר,
װעט זײַן אַ באָצמאַן מיט אַ פֿאַרװינטיקט פּנים,
פֿון אַ גרױסן, װײַסן, ימישן קרײסער…

אָט איז שױן נאַטאַשע אױפֿן דיװאַן דעם װײכן
זי רײַסט אַראָפּ פֿון זיך די קלײדער
ס’פֿליט אַרײַן אין איר לײַב מיט חשק
מײַן אױפֿגעװאַכטער הײסער קלײנער.

נאַטאַשאַ האָט זיך צעברענט װי אין פֿיבער,
געשעפּטשעט: „אָ, מײַן באָצמאַן, גײ אַרײַן, דיך רופֿט
דײַן טײַערער האַפֿן, דער האַפֿן פֿון ליבע…‟.
זי האָט דרײַ אָרגאַזמען נאָכאַנאַנד פֿאַרזוכט.

שפּעטער האָט נאַטאַשאַ צוגעשניטן
פֿאַר איר באָצמאַן אַ טעלניאַשקע מיט פּאַסן,
און אַ קײַלעכיק מאַטראָסן־היטל,
הײזלעך ברײטע מיט אַ ברײטן גאַרטל.

זי קלעפּט אים צו שטעכעדיקע װאָנצעס,
לערנט אים אױס „יאַבלאָטשקאָ‟ זינגען און טאַנצן:
Эх яблочко, куда ты котишься?‟
„Ко мне в рот попадёшь не воротишься…
[„אַך, עפּעלע, דו קײַקלסט זיך, װוּהין?
אין מײַן מױל פֿאַלסטו אַרײַן, בלײַבסטו שױן אין אים…‟]

זי פֿלעגט אים אױסטאָן פּאַמעלעך, ניט אײַליק
לאָזן בלױז זײַנע קיצלדיקע װאָנצעס,
און שעפּטשען צו אים מיט התפּעלות:
„גײ אַרײַן אין דײַן „האַפֿן, באָצמאַן…‟

װען נאַטאַשאַס באָצמאַן פֿאַרלירט זײַן חשק,
און פֿאַר איר „האַפֿן‟ ניט געהאַט קײן כּוחות
טוט זי אַרױסכאַפּן איר רעװאָלװער און הײסן:
„שטײן!!!‟ „!!!Стоять‟ —
פֿלעג ער שטיין פֿאַר מורא.

ער האָט זיך געצױגן פֿאַר שרעק און געװאַקסן,
געציטערט פֿאַר דעם רעװאָלװער שטרענגן,
ס’פֿלעגן װערן פֿון זײַנע סאַנטימעטערס אַכצן
גוטע צװאַנציק, אױב ניט נאָך אַ ביסעלע לענגער…

נאַטאַשאַ האָט אים תּמיד בײַ זיך געהאַלטן
אין דער קאָבורע, אין לײדערנעם שײדל.
ער מיט נאַטאַשאַן איז געװען אױף דער אַרבעט,
זי מיט אים די פֿאַרהערן געפֿירט האָט כּסדר.

אױף פּאַרטײ־פֿאַרזאַמלונגען איז ער מיט נאַטאַשען.
מיט אַלע דעם „אינטערנאַציאָנאַל‟ געזונגען:
„שטײ אױף פֿאַרשאָלטענער, פֿאַרשקלאַפֿטער…‟
פֿלעג ער דאָרט שטײן אױסגעצױגן, װי אַ סטרונקע.

װי באַלד נאַטאַשע בלײַבט אַלײן נאָר,
װי נאָר אַ פֿרײַע האַלבע שעה
צעשפּיליעט זי פֿלינק דאָס לעדערנע שײדל:
„סטאָיאַט!‟ און װידער: „עך, יאַבלאָטשקאָ…‟

אײן טאָג אין דער קעגעבעשנער דירה
אין אָװנט, נאָכן זונפֿאַרגאַנג
מיט נאַטאַשען קומען צװײ קאָלעגעס אירע —
נאַסטיע, און נינאַ איװאַנאָװנאַ טאַנק.

זי פֿלעג צו זיך אין בעט פֿאַרנאַרן
די טוריסטן, די שׂונאים פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד,
ס’איז געװען אַ שװערע, טאָג־טעגלעכע אַרבעט
קײן סעקסועלע הנאה איז דאָ ניט פֿאַראַן.

             פֿולקום געהײם

מאַיאָר נינאַ איװאַנאָװנאַ טאַנק, נאַטשאַלניק פֿון אָפּטײל אין קאַ.גע.בע., װאָס האָט געקעמפֿט מיט די ציוניסטן. זי איז געטרײַדער סאָװעטישער מאַכט און כּדי צו צעשטערן די שאַלקהאַפֿטיקע פּלענער פֿונעם װעלט־ציוניזם, איז זי גרײט אױסצופֿילן אַלע באַפֿעלן פֿון דער מאַכט.

מאַיאָר נינאַ איװאַנאָװנאַ טאַנק,
אַ דיקע פֿרױ פֿול מיט גבֿורה,
האָט געהאַט אַ שװערן מאַנצבילשן גאַנג
און צװײ בריסט, װי צװײ טאַנקן־טורעמס.

אין דער יוגנט פֿלעג זי מיט די בריסט
די ציוניסטישע נעצן צערײַסן, צעטרענען;
מיט די נעצן האָט געװאָלט דער ציוניזם
די סאָװעטישע ײִדן פֿאַרכאַפּן, פֿאַרנעמען…

די אָרגיע

האַלב־פֿינצטערניש. אינטים עס ברענען ליכט.
אױף נאַטאַשעס קאָלעגן עס װאַרט אַ סורפּריז.
גוטן קאָניאַק האָבן זײ געבראַכט מיט זיך,
און שאָקאָלאַד, וואָס איז באַלאָדן מיט ניס.

ס’װעט ניט זײַן דאָ הײַנט קיין אָרדענונג
דאָ הוליען פֿרױען פֿון זיכערהײט־אָרגאַן
הײַנט װאַרט אױף זײ אַן אמתע אָרגיע
מיט אָרגאַזמען, װי מוזיק פֿון אַן אָרגל.

דער קאָניאַק אַנטשפּאַנט זײערע אבֿרים,
נאַטאַשע זאָגט: „װנימאַניע‟ — אַכטונג!
זי נעמט אַרױס איר „סורפּריז‟ פֿונעם שײדל:
„!!Стоять! Боцман, на вахту‟
[שטיין! באָצמאַן, אויף דער וואַכטע!]

די מבֿינטע פֿון ציוניסטישע נעץ און פּעץ
נינאַ איװאַנאָװנאַ האָט זיך צעלאַכט:
Это не боцман. У него обрезан конец, „
Это поцман, скрытый сионистский враг‟ [1]

ס’איז שױן דאָס בלוט זײערס אַ ביסל צעװאַרעמט
נאַטאַשאַ און נאַסטיע זענען אָן קלײדער,
צוערשט, נאַטאַשע זיך נעמט צו דער אַרבעט
זי איז דער „מאַנצביל‟, זי איז מיטן אבֿר.

זי גלעט און צערטלט די בריסט בײַ נאַסטיען
מײַן קלײנעם האַלט זי אין דער האַנט דער רעכטער
זי אַרבעט מיט אים צי פּאַמעלעך, צי האַסטיק,
און נאַסטיע פֿאַר נחת װערט שיִער ניט פֿאַרדעכעט…

נינאַ איװאַנאָװנאַ טאַנק דערװײַלע
טרינקט קאָניאַק, שױן דאָס פֿלעשל אַנדערע,
זי האָט צײַט. זי װיל זיך ניט אײַלן,
זי װיל אַלײן מיטן באָצמאַן־פּאָצמאַן קאָמאַנדעװען.


[1] דאָס איז ניט קיין באָצמאַן. ער איז געמלעט, ער איז אַ פּאָצמאַן, אונדזער ציוניסטישער שׂונא

סוף קומט

Leave a comment