שמואל אָרטענבערג
7. קינדהײט, מלמדים
די ערשטע פֿריִע קינדער־יאָרן, װאָס האָבן זיך אָפּגעלײגט אין באַװוּסטזײַן, זײַנען, פֿאַרשטענדלעך, פֿאַרבונדן מיט די חדר־יאָרן. איך װעל זיך באַמיִען צו באַשרײַבן דאָס, װאָס דער זכּרון האָט אױפֿגעהאַלטן און איז מסוגל צו דערצײלן, װי מעגלעך לעבעדיק און אָנשױלעך מיט אַלע אײנצלהײטן: עפּיזאָדן, סקיצן, פֿאַקטן, בילדער פֿונעם גאַנצן לעבנס־שטײגער פֿון די װײַטע פֿאַרגאַנגענע קינדער־יאָרן.
געגאַנגען בין איך, מסתּמא, אין פֿיל חדרים אין דער קינדהײט און געהאַט אַ היפּש ביסל מלמדים, אָבער פֿיל זײַנען פֿון זכּרון פֿאַרשװוּנדן, פֿאַרבליבן זײַנען נאָר אײניקע; עס געדענקט זיך פֿיציע, דער דרדקי־מלמד, דער חדר אין אַ שמוציק געסל, ניט װײַט פֿון די מיסטגריבלעך אין שטעטל. אָט דאָ האָט זיך געפֿונען ניט װײַט אונדזער באַליבטער שפּילפּלאַץ, דאָ האָבן מיר געריסן קראָפּעװע, שטעכלקעס און בוזיקעס, דאָ האָבן מיר געריסן פּלאַץ־געװיקסן, געקלאַפּט מיט די הענט, זײ פֿלעגן פּלאַצן און אָפּהילכן אין גאַנצן אַרום, אָבער פֿרײַ זײַנען מיר זעלטן — מע דאַרף זיצן אין חדר. אין אַ קלײן, שמוציק חדרל זאַמלען זיך צונױף צענדליקער קלײנע קינדער, געבראַכט דורכן באַהעלפֿער, עס איז טומלדיק און שטיקנדיק. דער רבי פֿיציע, אַ נידעריקער מיט אַ ציגן־בערדל, מיט קאָלטאָנעװאַטע פּאות, אַ שרײַער אַ רוגזן, אַ כּעסן, אַ טיפּישער מלמד, אַ פּײַניקער פֿון קלײנע קינדער. ער זיצט אַפֿילו ניט בײַם טיש, ער גײט אַרום איבערן חדר מיט אַ גרױסן, לאַנגן קאַנטשיק, װאָס װערט געלאָזן אין גאַנג בײַ יעדער געלעגנהײט און אױב דער קאַנטשיק דערגרײכט ניט צום ציל, פֿױלט ער זיך ניט אַלײן צוצוקומען און מיט די פֿינגער־קניפּ לאָזן װעגן זיך צו װיסן.
בײַ אים בין איך דורכגעגאַנגען דעם ערשטן „קורס‟ פֿון קינדערשן שטודיום — לײענען, דאַװענען אאַז”װ. באַקומענדיק אַזאַ פֿאַרהאַרטונג בײַ פֿיציע דעם חדר־לערער, איז מיר שױן, װײַזט אױס, שפּעטער געװען גרינגער בײַ אַנדערע מלמדים. צום גליק, האָט מײַן „קורס‟ בײַ פֿיציע דעם דרדקי געדױערט ניט לאַנג. דער פֿאָטער, האָט אױף אַ װעלכן ניט איז אופֿן, זיך דערװוּסט װעגן דעם רבי פֿיציעס װערטפֿולער קאַנטשיק־סיסטעם און קאַטעגאָריש געפֿאָדערט, אַז די מאַמע זאָל מיך פֿון דעם גיהנום אַרױסרײַסן. װי געזאָגט, בײַ די װײַטערדיקע מלמדים איז שױן געװען פֿיל גרינגער, כאָטש דער קאַנטשיק האָט נאָך אַלץ אַ מאָל געגאָלטן.
דערנאָך, אין מיטלסטן שטאַפּל, קומט אויפֿן זכּרון אָשר דער מלמד. ער װױנט בשכנות, אין צענטער פֿון שטעטל, ניט װײַט פֿון אונדזער שטוב. זײַן װײַב, חיה, אַן אַלטע ייִדענע מיט אַ שטענדיק פֿאַרװײנט און פֿאַרצאָרנט פּנים, האַנדלט אונטער פֿון די הענט מיט פֿאַרשײדענע סחורות, דוכט זיך, דערונטער אױך מיט פֿאַרבאָטענע צום פֿאַרקױף ספּירט־געטראַנקען. אָבער קײן פֿולע הכנסה גיט דאָס ניט און אָשר דער מלמד קנעלט אונטער מיט אַ גאַנצן חדר.
אָשר דער מלמד איז אַ הױכער, אַ באַיאָרטער ייִד, מיט אַ לאַנגער באַזילבערטער באָרד, אַ רונדער, אַ געלאַסענער, אַ ביסל אַ פֿאַרשלאָפֿענער, גײט פּאַמעלעך, רעדט בנימותדיק, דער עיקר, ער האָט ניט קײן קאַנטשיק, נאָר עטלעכע טײַטלען. זײַן חדר איז גרױס, מע לאָזט זיך אַראָפּ אױף עטלעכע טרעפּלעך צו אַ גרױסן צימער, בײַ די צעשטעלטע עטלעכע טישן און בענק זיצן העכער 20 חדר־ייִנגלעך פֿון אַ בעל־הביתּישן גראַד און מע לערנט. אָשר דער מלמד זיצט אױבנאָן, הערט זיך אײַן און מאַכט באַמערקונגען. הױפּטזאַכלעך, לערנען מיר דאָ תּנך, באַזונדערס טאַקע תּורה — חומש מיט קאָמענטאַרן פֿון רש”י; זעלטן װען אױך עטװאָס פֿון די נבֿיאים (ישעיהו, ירמיהו) און אונטער אַ יום־טובֿ אױך כּתובֿים: שיר־השירים, מגילת־אסתּר, רות א”אַנד, אַמאָל אױך אײניקע היסטאָרישע דערצײלונגען, לעגענדעס.
אַן אינטערעס בײַ די ייִנגלעך רופֿן אַרױס נאָר די מיטאָלאָגישע זײַטן, די געשיכטלעכע זײַטן פֿון דער ביבל, אױסטערלישע לעגענדעס און דערצײלונגען. עס געדענקט זיך, װאָס פֿאַר אַ שטאַרקן רושם עס האָט געמאַכט אױף מײַן קינדער־פֿאַנטאַזיע די פּרעכטיקע לעגענדע װעגן דער העלדישער מוטער חנה און אירע זיבן זין, װאָס האָבן זיך ניט געװאָלט אונטערגעבן דעם גריכישן פֿײַנד און באַדריקער אַנטיוכוס און פֿאַרראַטן זײער גלױבן, און זײ זײַנען העלדיש געפֿאַלן דערמאָרדעט פֿון שׂונאס שװערד פֿאַר די אױגן פֿון דער מוטער חנה און צוזאַמען מיט איר. אָבער צו דער שײנקײט פֿון פּאָעטישן װאָרט זײַנען מיר נאָך דאַן אין חדר ניט דערגאַנגען און זאָל ער מיר מוחל זײַן, אָשר דער מלמד, האָט אױך זײער װײניק אין דער שײנקײט פֿון פּאָעטישן װאָרט פֿאַרשטאַנען. אַלנפֿאַלס, דאָס לערנען פֿלעגט אַרויסרופֿן אַ געװיסן חשק. דערצו האָט אָשר דער מלמד קײן גרױסע שטראָף־מיטלען ניט אָנגעווענדעט צו די פֿאַרשײַטע חדר־ייִנגלעך, ווען זיי פֿאַרהאַלטן זיך װינטער אױף דער נאַכט מיט די לאַמטערנס אין די הענט אַ ביסל מער און קומען ניט פּינקטלעך צו דער צײַט. מע װײסט שוין, אַז מען װעט באַקומען פֿון רבין אַן אױסרײד, אָבער צו קײן גרױסע עקסצעסן װעט דאָס ניט קומען. און פֿאַר װאָס זאָל מען זיך טאַקע ניט פֿאַרהאַלטן אין דעם שײנעם װינטער־אָװנט מיט די איבעריקע ייִנגלעך אױפֿן װײַס־פֿאַרשנײטן פּלאַץ מיט די לאַמטערנס אין די הענט. ס’איז געװען דערין עפּעס סודותדיק. אָבער עס איז פֿאַראיבער די צײַט און די שטודיום בײַ אָשר דעם מלמד האָב איך געמוזט פֿאַרענדיקן. איך בין שױן אונטערגעװאַקסן און מע האָט געפֿונען, אַז בײַ אָשר דעם מלמד װעל איך שױן מער קײן פּראָגרעס ניט דערגרײכן. איך מוז איבערגײן אױף אַ העכערן שטאַפּל צו אַ גמרא־מלמד.
דער לעצטער שטאַפּל פֿון די חדר־יאָרן, װאָס לעבט אין זכּרון, איז װידער פֿאַרבונדן מיט פֿיציע דעם גמרא־מלמד. פֿיציע דער גמרא־מלמד איז אױך שױן אַ ייִד אין די יאָרן, אַ נידעריקער, אַ באָרד ניט קײן לאַנגע, דערפֿאַר די נאָז איז בײַ אים פֿון אַ גאָר גרױסן מאַסשטאַב. דערצו שמעקט ער טאַביקע, ניסט און רײניקט די נאָז זײער אָפֿט מיט זײַן רױטער פֿאַטשײלע, לױט אַן אײַזענער אײַנגעשטעלטער סיסטעם, מיט גרױס רעש און געפּילדער. איך מוז זיך דאָ מודה זײַן, אַז צוליב מײַן שטענדיקער געװױנהײט נאָכצומאַכן, פֿלעג איך אַזױ אָפֿט באַװײַזן פֿאַר אַלע חדר־ייִנגלעך, װי אַזױ דער רבי פֿיציע שנײַצט די נאָז, דרײט זיך אױף אַלע זײַטן, מיט הפֿסקות, מיט משונהדיקע תּנועות און העװיות, אַז אײן מאָל האָב איך שיִער ניט געכאַפּט פֿונעם רבין אַ מיאוסן פּסק פֿאַר דער נאָכקרימערײַ.
דער רבי פֿיציע איז אַ ייִד אַן אַלמן, װױנט אין שכנות בײַ העשל דעם חזן. אַ הױכער, לאַנגער ייִד מיט אַ שײן שװאַרץ, שפּיציק בערדל, מיט אַ הײזעריק קול, איז ער אַ שליח־ציבור און דאַװנט שטענדיק אין דער שנײַדערישער שיל און איך פֿלעג אָפֿט אַרײַנגײן הערן אױף נאָכצומאַכן זײַן הײזעריק קול. דער חדר געפֿינט זיך אין אַ זײַטיקן צימער לעבן דעם רבינס אַלקער אין דעם חזנס קיך. דער רבי פֿיציע אַליין פֿאַרמאָגט צװײ איבערגעװאַקסענע, איבעררײַפֿטע טעכטער, ציליע און יודית; װי קומט צום רבי פֿיציע אַזאַ פּאָעטישער ביבלישער נאָמען, בין איך ניט דערגאַנגען. הערשל דער חזן, אױך אַן אַלמן, האָט אַן איבערגעװאַקסענע טאָכטער, מלכּה; נעמען זיך טעגלעך צונױף אַלע דרײַ מײדלעך אין קיך אָדער אין אַלקער און מע שטיקט זיך, מע רעדט פֿאַרשײדענע שטאָט־מעשׂיות און שטאָט־רכילות אַזױ הױך, אַז מיר דאָ, אין זײַטיקן חדר, קאָנען זיך עפּעס װאָס װיכטיקס דערװיסן; אָבער דער רבי פֿיציע איז אַ שטרענגער, סאָלידער מדריך און האָט פֿײַנט שטיפֿערײַען. שרײַט ער, פֿאַרשטײט זיך, פֿריִער אױף די „מױדן‟, װאָס „גראַגערן‟ אָן איבעררײַס, און דערנאָך אױף די תּלמידים, װאָס דער קאָפּ איז זײ נאָר אין „פֿאָצן־זײַט‟, און זײ הערן זיך אײַן אין די פּוסטע מעשׂיות, בעת דאָ האַנדלט זיך װעגן װיכטיקע זאַכן אין תּלמוד.
יאָ, בײַ דעם רבי פֿיציע דעם גמרא־מלמד גײען מיר דורך אַ סאָלידן קורס פֿון תּלמוד, באַזונדערע טראַקטאַטן: מַסֶּכְתּות, בָּבָֿא־קַמָא, בָּבָֿא־מְצִיעָא, בָּבָֿא־בּתְרָא א”אַנד. ערבֿ־שבת לערנט מען אױך די אָרדנטלעכע סדרה פֿון תּנך, שבת קומט מען צום רבין בײַ טאָג לערנען פּרק, אָבער דאָס איז שױן נאָר אַ מין פֿאַקולטאַטיװ און ניט אָבליגאַטאָריש פֿאַר אַלעמען, דער עיקר, איז דער שיעור פֿון תּלמוד יעדע װאָך, דער עיקר, איז דערגײן צום תּוך פֿון די סיכסוכים און װידעראַנאַנדן, װאָס קומען אױף צװישן דער מילדער, ליבעראַלער שיל פֿון די בית־הלל און שטרענגער קאָנסערװאַטיװער שיל פֿון בית־שמאי אין אַזאַ ביז גאָר װיכטיקן ענין װי: ביצה שנולדה ביום־טובֿ — אַן אײ, װאָס איז געלײגט געוואָרן אום יום־טובֿ, צי מעג מען דאָס עסן, צי נײן?… אָדער, שור שנגח את הפּרה — װען דער אָקס האָט געשטױסן די קו און האָט זי געשעדיקט, איז װי האַלט עס מיט די יורידישע פּרעטענזיעס פֿונעם אײגנטימער פֿון דער קו…; אָדער — גאָר אַ זעלטענער פֿאַל: שנײם אוחזין בטלית — צװײען האַלטן אײן טלית און מע װײסט ניט גענױ, װער איז דער באַרעכטיקטער אײגנטימער פֿון דעם טלית… מע קאָן ניט זאָגן, אַז די דאָזיקע סכאָלאַסטישע, כּלל פֿון לעבן אָפּגעריסענע פֿראַגעס זאָלן אַרױסרופֿן אַזאַ גרױסן אינטערעס פֿון די תּלמידים. אמת, עס זענען פֿאַראַן אין תּלמוד אױך געװיסע לעגענדאַרישע הגדות, טײלן, װאָס רופֿן אַרױס אַן אינטערעס; עס טרעפֿן זיך אַמאָל לאָגישע אָפּהאַנדלונגען װעגן געװײנלעכע פֿראַגעס, װאָס קענען פֿאַראינטערעסירן, אָבער זיצן יעטװידן טאָג צו עטלעכע שעה און מאַכן איבונגען אין די דאָזיקע אַלטע סכאָלאַסטישע קאָנסטרוקציעס, און סילאָגיזמען, איז פֿאַר אַ 13-12־יאָריקן ייִנגל זײער שװער און דערמידנדיק.
טרעפֿט זיך טאַקע, אַז דער רבי זיצט זומער אין די גרױסע היצן אױבנאָן מיט די פֿאַרקאַטשעטע אַרבל, אָן דער קאַפּאָטע, אין דער יאַרמלקע, מיט דער גוט אױסגערײניקטער נאָז, און הערט זיך אײַן אױפֿמערקזאַם, װי אײנער פֿון די תּלמידים לײענט פֿאָר מיט זײַן קלינגענדיק קול דעם שיעור פֿאַר דער װאָך. אָבער ער האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין די װידערשפּרוכן, און, אױ װײ, על־פּי־טעות האָט ער אָפּגעגעבן די רעכט אין דעם קאָמפּליצירטן שטרײַט דעם בית־הלל. דער רבי פֿיציע איז אױסער זיך, ער הייבט זיך שנעל אױף פֿון זײַן װײכן געזעס און, װענדנדיק זיך צו אַלע אָנװעזנדיקע, טוט אַ געשרײ:
— װאָס בעבעט ער, דער לאָפּעצאָן, דער פּוסטער מוח!…
און מיט דער גאַנצער דלאָניע, געװענדט צום פֿאָרלײענער, לאָזט ער אים אָפּ אַ קלינגנדיקן פּאַטש אין פּנים, אַז די באַק פֿאַררױטלט זיך און די טרערן שטעלן זיך אים אין די אױגן. נאָך דעם דאָזיקן אָנשױלעכן, לעצטן אַרגומענט Ultimo Matio, נאָך דעם קלינגענדיקן פּאַטש װערט פֿאַר אונדז אַלעמען קלאָר, אַז גערעכט זײַנען װירקלעך די בית־שמאי און אַז די מילדקײט, דער ליבעראַליזם און הומאַניזם פֿון דעם בית־הלל האָבן פֿאַר אונדזער רבי פֿיציע ניט די מינדסטע װערט.
אָבער אַזױנע עקסצעסן טרעפֿן זיך זעלטן. דער רבי פֿיציע האָט װיכטיקערע זאָרג, אײדער די שטרײַטן צװישן בית־הלל און בית־שמאי: די הכנסה װערט געקירצט פֿון יאָר צו יאָר, אָט זײַנען פֿון די צװעלף ייִנגלעך צװײ, דװקא פֿון די רײַכסטע פֿאַמיליעס, אָפּגעפֿאַלן; דער יקרות שטײַגט, די מױדן װאַקסן… דער רבי פֿיציע טרינקט אױס זײַנע צװײ סאַמאָװאַרלעך שװאַרצער טײ פֿאַרן טאָג שױן אין גאַנצן אָן צוקער, אָבער װי קאָנען זיך די מױדן באַגײן אָן חתנים און אָן נדן…
אױף דער עלטער האָט דעם רבי פֿיציע דװקא אָפּגעגליקט: פֿריִער די „מױדן‟, דערנאָך ער אַלײן האָבן זיך אַריבערגעקליבן קײן אַמעריקע צו די קרובֿים. צי האָבן די אַמעריקאַנער דאָלאַרן װײכער געמאַכט דאָס האַרץ פֿון מײַן רבין און אים גענײגט אין דער זײַט פֿון דעם בית־הלל, דאָס איז מיר געבליבן אומבאַװוּסט.
המשך קומט