אלי שאַרפֿשטיין
קאַפּיטל 18
איך און לענין
כ’בין קיין מאָל נישט געווען קיין קאָמוניסט. אַפֿילו פֿון קאָמסאָמאָל האָט מען מיך אַרויסגעטריבן מיט אַ סקאַנדאַל, ווי איר געדענקט. טאָ וואָס עפּעס לענין? וואָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך מיט אים? וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָב איך צו דער פּראָפּאַגאַנדע־מאַשין פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי? קיין אָנקער! קיינע באַציִונגען מיט די באָלשעוויקעס!
אָבער, ווי איר ווייסט אַוודאי, אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. איר געדענקט דאָך, אַז דער ראָטע־קאָמאַנדיר קאַפּיטאַן פּראָכאָראַוו האָט מיר געמאַכט פֿאַר אַ מין באַהעלפֿער זײַנעם? נו, דער וואָס פֿירט אָן מיט דער קאַנצעלאַרישער אַרבעט, שרײַבט דעם טאָגבוך פֿון ראָטע, און דערמאָנט אים, וואָס ער פֿאַרגעסט? און אַוודאי געדענקט איר, אַז איך בין אויך אַ זאַפּעוואַלע, דער זינגער, ווען די ראָטע מאַרשירט. נאָר קודם־כּל בין איך אַ טאַנקיסט, ווי אַלע מײַנע חבֿרים. האָבן די קאָמאַנדירן באַשלאָסן, אַז מ׳קען „אָנוואַרפֿן‟ אויף מיך נאָך איין אַרבעט, נאָך אַ שטיקל אַחריות, און מ’האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ „נאַטשאַלניק‟ פֿונעם קודש־הקדשים, פֿונעם „לענינס צימער‟. וואָס איז דאָס און וועגן וואָס רעדט זיך? וועט איר באַלד פֿאַרשטיין.
דאָס יאָר 1969 איז געגאַנגען צום סוף. באַגלייט האָבן מיר אים ווי באַדאַרף צו זײַן, דאָס הייסט, מיט עטלעכע פֿלעשער „קאָראַבליק‟ — די ביליקסטע וואָדקאַ, וואָס מ’האָט געקענט קויפֿן אין גוואַרדייסק. מיר האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין אונדזער אַלקער און אויפֿגעהויבן אַ גלעזל נאָך אַ גלעזל לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר. איך האָב ווי אַלע מאָל געשפּילט אויף מײַן גיטאַרע, געזונגען בלאַטע און אומעטיקע לידער, וואָס האָבן זיך געגאָסן פֿון מײַן שיכּורן גאָרגל. אַרום מיר זײַנען געזעסן געזונטע יונגע יאַטן, און פֿון זייערע אויגן האָבן זיך געגאָסן טרערן. דער נײַער 1970סטער יאָר וועט דאָך זײַן דער לעצטער אין אונדזער אַרמיי־לעבן. טאָ וואָס זשע איז אַזוי טרויעריק אויפֿן האַרצן? ווײַל ביז דער באַפֿרײַונג אין חודש נאָוועמבער, און אפֿשר אַפֿילו דעצעמבער, איז נאָך ווײַט. מיר האָבן נאָך אַ סך וואָס אָנצוּווערן פֿאַר דער צײַט, זייער אַ סך. און עס ווילט זיך שוין אַזוי פֿאָרן אַהיים! אוי, ווי עס ווילט זיך!
דער זייגער האָט שוין געוויזן כּמעט צוועלף אַזייגער בײַ נאַכט, אָט־אָט קומט דאָס נײַע יאָר. זיצן מיר הייסט עס, מערקן אָפּּ דעם שיינעם יום־טובֿ, און פּלוצלונג גייט אַרײַן צו אונדז אַ נישט קיין גערופֿענער גאַסט — דער ראָטע־קאָמאַנדיר. וואָס האָט ער דאָ פֿאַרלוירן? פֿאַר וואָס פֿאַרברענגט ער נישט מיט זײַן משפּחה? אַזאַ יום־טובֿ — און ער איז נישט מיט זײַן ווײַב און קינדער? אַפּנים, איז פֿאַראַן דערצו אַ סיבה. וואָס זשע וויל ער פֿון אונדז? נאָר דער קאַפּיטאַן האָט זיך נישט געלאָזט לאַנג וואַרטן, געמאַכט אַ וויש מיט זײַנע כיטרע אויגעלעך איבער אונדזערע האַלב־שיכּורע מאָרדעס, און האָט זיך גלײַך געווענדט דווקא צו מיר:
— שאַרפֿשטיין! גלײַך פֿון דעם קומענדיקן יאָר, דאָס הייסט, פֿון מאָרגן אינדערפֿרי אָן, קריגסטו דעם „לענינס־צימער‟ אונטער דײַן אַחריות. פֿרעג נישט קיין איבעריקע פֿראַגעס, — ער האָט באַמערקט, אַז איך זיץ מיט אַן אָפֿענעם מויל, — דו ביסט נישט אַזוי ניכטער צו פֿאַרשטיין אַלץ, וואָס איך זאָג דיר. פּשוט הער מיך אויס און שוין. פֿון מאָרגן אָן איז דער צימער דײַנער!
ווען „פּראָשקע‟ האָט גערעדט, האָט פֿון אים געשטונקען מיט „פּערעגאַר‟ — אַ שאַרפֿער ריח פֿון אַלקאָהאָל — וואָדקאַ, ווײַן און אפֿשר אַפֿילו שאַמפּאַניער. איך ווייס וואָס זיי טרינקען דאָרט, די אָפֿיצערן? מיר האָבן גלײַך דערשפּירט, אַז ער איז אויך אַ ביסעלע בגילופֿינדיק. הקיצור, דער קאַפּיטאַן האָט אַזוי געמאָלדן, און איז אַוועק צו זײַן ווײַב און קינדער, וואָס האָבן זיך שוין פֿאַרבענקט נאָך אים; און איך בין געבליבן מיט זײַן פֿאָרשלאַג. אָבער אַפֿילו שיכּורערהייט האָב איך גוט פֿאַרשטאַנען זײַן כּוונה און וואָס האָט ער געוואָלט פֿון מיך. איך האָב אַלע מאָל געגלייבט אין זיך אַליין, געהאַט דעם בטחון, געווען זיכער, אַז איך קען זיך ספּראַווען מיט יעדער אויפֿגאַבע. וואָס פֿאַר אַ ווערדע איז דאָס פֿאַר מיר צו זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן „לענינס־צימער‟?
לאָמיר זיך אָפּשטעלן און באַטראַכטן, ווי קען עס זײַן, אַז דווקא מיך האָט מען געפֿונען צו אָנפֿירן מיטן „קודש־הקדושים‟? מיך, דעם איינציקן ייִד אין אונדזער טאַנקן־באַטאַליאָן? איך בין דאָך קיין מאָל נישט געווען לאָיאַל צום סאָוועטישן לאַנד און נישט געהאַט קיין באַציִונגען מיט דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. אין די פֿריִערדיקע קאַפּיטלען האָב באַשריבן, ווי מ’האָט מיך נישט געוואָלט אַרײַנעמען אין קאָמסאָמאָל, ווען איך בין נאָך געווען אַ תּלמיד אין שול. דערנאָך, געדענקט איר אַוודאי, ווי מ’האָט מיך „אַרויסגעוואָרפֿן‟ פֿון דער קאָמסאַמאָל־אינסטאַנץ, ווען איך בין געווען אַ קורסאַנט אין דער טאַנקיסטן־שול. דעם אמת רעדנדיק, מיך האָט קיין מאָל נישט געאַרט, צי איך בין אַ קאָמסאָמאָלעץ צי ניט. מײַן טרוים איז געווען ווײַט פֿון דער רויטער פֿאָן, אין ארץ־ישׂראל. ווען איך בין געווען אַ יאָר עלף צי צוועלף, זײַנדיק אין אַ זומער־לאַגער פֿון פּיאָנערן (קינדערשע קאָמוניסטישע באַוועגונג), האָב איך אויסגעביטן מײַן רויטן האַלדז־טוך, וואָס איז געווען אַ טייל פֿון דעם פּיאָנער־מלבוש, אויף אַ מטבע פֿון אַ פֿערטל דאָלאַר… ווי אַזוי? מיט וועמען? אַ גרופּע פֿון אַמעריקאַנער טוריסטן האָבן באַזוכט אונדזער פּיאָנער־לאַגער. מ’האָט זיי געבראַכט צו אונדז צו באַווײַזן די „גליקלעכע קינדהײט פֿון די סאָוועטישע קינדער‟. זיי זײַנען געווען טאַקע אַמעריקאַנער, אָבער געוועזענע ליטווישע בירגער נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה. איצט זײַנען זיי געקומען פֿון שיקאַגע, ווי די טוריסטן. אָנגעטאָן אין קאָלירטע מלבושים און קורצע הויזן, האָב זיי זיך אַרומגעדרייט צווישן אונדז, אַרומגעקוקט און געשמועסט מיט די, וועלכע האָבן גערעדט אַ ביסל ענגליש. זייער אַ סימפּאַטישע פֿרוי אין אַ צו קורץ קליידעלע האָט זיך צוגעקלעפּט צו מיר מיט פֿראַגעס און קשיות. מיט געדולט און אַ שיינעם קבלת־פּנים האָב איך איר דערציילט וועגן דעם לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און וועגן אונדז, די סאָוועטישע קינדער. צום סוף, האָט זי מיך באַדאַנקט מיט אַ מתּנה: אַן אַמעריקאַנער פּען (אין רוסלאַנד זײַנען נאָך נישט געווען אַזעלכע) און מיט אַ מטבע פֿון אַ קוואָטער, אַ פֿערטל דאָלאַר, הייסט עס. וואָס קען מען קויפֿן פֿאַר אַ קוואָטער, האָב איך נישט געוווּסט, נאָר די מתּנות זײַנען מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן. איך האָב נישט געהאַט מיט וואָס צו באַדאַנקען די חשובֿע גאַסטין, האָב איך איר געשענקט מײַן רויטן האַלדז־טוך. איך האָב איר דערקלערט, אַז דער טוך סימבאָליזירט די סאָוועטישע מדינה און די רויטע פֿאָן. אַזוי ווי איך האָב געהאַט עטלעכע אַזעלכע טוכן, איז עס נישט געווען פֿאַר מיר קיין פּראָבלעם צו בלײַבן מיט איין טוך ווינציקער. אַזוי האָב איך געמיינט. אָבער, ווען די אַמעריקאַנער געסט זײַנען שוין געווען ווײַט פֿון אונדז, זיך אומגעקערט קיין ווילנע, האָט מען מיך גלײַך אַרויסגערופֿן צו די פּיאָנער־פֿירערס פֿון דער היגער פּיאָנער־אינסטאַנץ. דאָרט האָט מען מיך גוט אויסגעזידלט, אָנגערופֿן „פֿאַרברעכער‟ און כּמעט אַרויסגעטריבן פֿונעם לאַגער. אונדזער פּיאָנער־פֿירער האָט געטומלט און געשווינגט מיט די פֿויסטן, גערעדט וועגן דער גרויסער בושה, וואָס איך האָב געבראַכט אויף אַלעמען.
— ווי האָסטו געקענט אויסבײַטן דעם רויטן פּיאָנער־טוך, דעם סימבאָל פֿון אונדזער סאָציאַליסטישן היימלאַנד, אויף „ביליקע אַמעריקאַנישע צאַצקעס‟? קיין בושה האָסטו נישט? ווער האָט דיך אויסגעהאָדעוועט?!
מיינט איר, עס האָט מיך געאַרט? בלאָטע! אַבי איך האָב געפֿילט דעם קוואָטער אין קעשענע און דעם „פּאַרקער‟ אין האַנט. זעט איר שוין וואָס פֿאַר אַ „גרויסער‟ קאָמוניסט בין איך. נאָר דאָ אין גוואַרדייסק האָבן די קאָמאַנדירן דאָס אַוודאי נישט געוווּסט, אַניט וואָלטן זיי מיר נישט געטרויט און אַרויסגערוקט אויף אַזאַ פֿאַראַנטוואָרטלעכער שטעלע. אַפּנים, מײַנע ייִדישע וואָרצלען האָבן קיינעם נישט געשטערט.
נו, האָב איך זיך גלײַך גענומען צו דער אַרבעט. דאָס יאָר איז געווען נישט קיין פּשוט יאָר, און איך האָב באַדאַרפֿט אַ סך האָרעווען. וואָס פֿאַר אַ יאָר, פֿרעגט איר? אַ יובֿל־יאָר. דעם 22 אַפּריל 1970 וועט די גאַנצע סאָוועטישע מדינה, פֿון דעם באַלטישן ים ביז דער קאַמטשאַטקע, פֿײַערן דעם הונדערטסטן געבורטסטאָג פֿון וולאַדימיר איליטש לענין. פֿאַר אײַך איז עס אפֿשר „אַ היץ אין פּאַראָוואָז‟, אָבער בײַ אונדז איז דאָס געווען אַ הייליקע דאַטע. גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך געגרייט צו די פֿײַערונגען. און נישט נאָר. די קאָמאַנדירן האָבן אונדז „געפּויקט‟, אַז די גאַנצע פּראָגרעסיווע וועלט גרייט זיך צוזאַמען מיט אונדז.
— די קאָמוניסטישע פּאַרטייען פֿון פֿראַנקרײַך און איטאַליע, שפּאַניע און ענגלאַנד, האָלאַנד און אינדאָנעזיע — אַלע זײַנען נתפּעל פֿון דער וויכטיקער דאַטע! — האָט אונדז אײַנגערעדט דער זאַמפּאָליט, — וועלן מיר בלײַבן בײַ דער זײַט?
און מיר, די סאָלדאַטן פֿון דעם 12טן מאָטאָריזירטן שיסער־פּאָלק, האָבן זיך גענומען צוגרייטן צו דעם וויכטיקן טאָג. וויִאַזוי האָט זיך יעדער איינער געגרייט און פֿאַרבעסערט זײַן וויסן און פֿאַרשטאַנד אין „לענינס ענינים‟ — ביאָגראַפֿיע, ווערק, אונטערנעמונגען, — דאָס האָט מיך נישט געאַרט. איך האָב געהאַט מײַנע אייגענע דאגות. איך האָב געקראָגן אַן אויפֿגאַבע, אַן אַחריות, און מיר איז געווען וואָס צו טאָן. האָב איך זיך גלײַך גענומען אײַנצואָרנען דעם „לענינס־צימער‟, זאָל ער ווערן דער שענסטער און דער בעסטער אין דער גאַנצער דיוויזיע.
יעדער באַטאַליאָן אין אונדזער פּאָלק האָט געהאַט זײַן אייגענעם בנין, וואָס האָט פֿאַרמאָגט שלאָפֿצימערס פֿאַר יעדער ראָטע, קאַנצעלאַריעס, סקלאַדן מיט זעלנערישע בגדים און ריין וועש, אַ געווער־צימער (אַ סקלאַד פֿון ביקסן און קוילן), און אַ „רויט ווינקעלע‟. קיין ווינקעלע איז עס אַוודאי נישט געווען. ס’רעדט זיך נאָר אַזוי. דאָס איז געווען אַ ברייטער קלאַס־צימער, וווּ מ’האָט געקאָנט צונויפֿקלײַבן אַ גאַנצע ראָטע. צו וואָס? צו לערנען וועגן סאָציאַליזם, קאָמוניזם און, דער עיקר, שטודירן און חזרן די מורשות פֿון דעם גרויסן גרינדער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, וו. אי. לענין. איך צימער זײַנען געשטאַנען עטלעכע און פֿערציק הילצערנע שטולן, אויסגעשטעלט אין רייען, ווי אין אַ טעאַטער. אַנשטאָט אַ בינע, איז דאָ געשטאַנען אַ ברייטער הילצערנער טיש, באַדעקט מיט אַ רויט טישטעך. צו איינער פֿון די ווײַסע ווענט האָט זיך צוגעטוליעט אַ ביכער־פּאָליצע, פֿול מיט קאָמוניסטישער ליטעראַטור: ביכער פֿון מאַרקסן, ענגעלסן און לענינען. אין איינעם פֿון די ווינקלען איז געשטאַנען אויף אַ ווײַסן רונדן טיש אַ גרויסער ווײַסער ביוסט. פֿון וועמען? געוויס פֿון לענינען. דער ביוסט איז נישט געווען געמאַכט פֿון מירמלשטיין, ווי עס פֿירט זיך בײַ לײַטן אין די „הויכע פֿענצטער‟, נאָר פֿון פּשוטן גיפּס — גוט אויסגעשלײַפֿט, אָנגעשמירט מיט ספּעציעלן וואַקס, ער זאָל בלישטשען און אויסזען ווי אַ מירמלנער. מיט יאָרן צוריק איז דאָ געשטאַנען דער ביוסט פֿון יאָסיף סטאַלינען אויכעט. נאָר זינט מ’האָט אים באַשולדיקט אין פֿאַרברעכנס קעגן די סאָוועטישע בירגער, און מ’האָט זײַן טויטן קערפּער אַרויסגעטראָגן פֿונעם מאָסקווער מאַווזאָליי, האָט מען איבערן גאַנצן לאַנד אַרויסגעוואָרפֿן אַלע זײַנע סטאַטועס און פּאָרטרעטן. אַפֿילו די ביכער, וואָס ער האָט אָנגעשריבן, האָט מען אַרויסגענומען פֿון די ביבליאָטעקן אין גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד, און מסתּמא פֿאַרברענט. אַזוי מיין איך. לענינס ביוסט איז געבליבן איינער אַליין, און דעם „רויט ווינקעלע‟ האָט מען געגעבן אַ נײַעם נאָמען — „לענינס־צימער‟. בין איך געוואָרן דער נײַער בעל־הבית פֿון דעם הייליקן אָרט.
גלײַך אויף מאָרגן נאָך דער נײַ־יאָריקער מסיבה, וווּ איך האָב געקראָגן מײַן נײַע נאָמינירונג, האָב איך באַשלאָסן, אַז איך וועל מאַכן פֿון „לענינס־צימער‟ אַ כּבֿוד־גאַלעריע, אַ פּאַלאַץ, אַ פּערל, פּונקט ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ גרויסן יום־טובֿ, פֿאַר אַזאַ יובֿל. אַ ווערטעלע אַרויסצורעדן: הונדערט־יאָריקער געבורטס־טאָג! נו, גערעדט און געטאָן, האָב איך זיך גענומען צו דער אַרבעט מיט אַלע כּוחות. נאָך פֿון די קינדער־יאָרן בין איך געווען געראָטן מיט גראַפֿישע פֿעיִקײטן, און דאָס האָט מיר שטאַרק געהאָלפֿן. קודם־כּל, האָב איך אויסגעוואַשן און אויסגעריבן דעם דיל, וואָס האָט שוין יאָרן נישט געזען קיין קאָדער. איך האָב אַרונטערגענומען די שפּינוועבס פֿון די ווענט, סטעליע און אין די ווינקלען צווישן זיי, אויסגעווישט דעם שטויב פֿון די פּאָליצעס און דער שאַפֿע מיט ביכער. דערנאָך האָב איך אָנגעריבן די הילצערנע פּאָדלאָגע מיט וואַקס און דאָס מעבל — מיט פּאָליטור, זאָלן זיי אויסזען ווי נײַע. דעם טיש האָב איך איבערגעדעקט מיט אַ ריינעם רויטן טישטעך. צום סוף, האָב איך זיך פֿאַרנומען מיט לענינס גיפּסענעם ביוסט. איך האָב אים אויסגערייניקט, פֿאַרשמירט מיט ווײַסער איילפֿאַרב די גרויע און שוואַרצע פֿלעקן, וואָס האָבן פֿאַרמיאוסט דעם ביוסט פֿון דעם רעוואָלוציע־פֿירער. אַז די פֿאַרב האָט זיך אויסגעטריקנט, האָב איך גוט אָנגעשמירט די סטאַטוע מיט אַ ספּעציעלן אייל, אַז אונדזער טײַערער פֿירער זאָל גלאַנצן און בלישטשען אין די זונשטראַלן, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעגליטשט דורך דעם איין־און־איינציקן פֿענצטער. איך בין געווען זייער צופֿרידן מיט דער ריינקײט, אָבער דאָס איז געווען נאָר דער אָנהייב. דער הייליקער טאָג איז שוין געווען נישט אַזוי ווײַט, האָב איך זיך גענומען צו דער גלאַוונער אַרבעט — אויספּוצן דעם „לענינס־צימער‟ מיט פּלאַקאַטן און שפּריכווערטלעך, וואָס דער באַשעפֿער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט אַרויסגעבראַכט פֿון זײַן מויל. פֿון וואַנען האָב איך געשעפּט די ווערטער און זאַצן? פֿון די צײַטונגען און ביכער, ווײַל אויף אויסווייניק האָב איך עס אַוודאי נישט געוווּסט. צײַטונגען זײַנען געווען בנימצא, און ביכער האָבן אויך נישט אויסגעפֿעלט.
כ’האָב תּמיד געהאַט אַ שיינעם האַנטשריפֿט, און שרײַבן מיט געדרוקטע אותיות בין איך אויך געווען נישט קיין קליינער מומחה. אין דער היים, אויף די געבורטס־טעג פֿון מײַנע עלטערן האָב איך כּמעט יעדעס מאָל געשאַפֿן פּלאַקאַטן מיט וווּנטשן, מיט מאָלערײַ און צוגעקלעפּטע בילדער. איך בין געווען אַ געניטער צו אַרבעטן מיט ספּעציעלער טינט און טינט־פֿעדערן. די כּלים אויף ריסעווען און שרײַבן זײַנען פֿאַר מיר נישט געווען קיין נאָווענע. האָב איך זיך געווענדט צו דעם סטאַרשינאַ גאָראָבעץ, ער זאָל אײַנקויפֿן אַלץ וואָס איך באַדאַרף פֿאַרן „לענינס־צימער‟. פּלוצלונג האָט דער סטאַרשינאַ באַקומען אַ שמייכל און אַ גוטע שטימונג, אַזוי גליקלעך איז ער געווען צו העלפֿן מיר אין מײַן הייליקער אויפֿגאַבע. האָט ער מיר געבראַכט אַלץ, וואָס איך האָב אים געבעטן: אַלערליי שרײַב־פֿעדערס פֿון דינעם מעטאַל, רויטע און שוואַרצע טינט, קאָלירטע בלײַערס און קלעפּעכץ; און דער עיקר, גרויסע בלעטער פֿון וואַטמאַן־פּאַפּיר, וואָס איז געווען נישט אַזוי לײַכט צו געפֿינען אין גוואַרדייסק. יעצט בין איך שוין געווען גרייט אָנהייבן שאַפֿן דעם אינהאַלט פֿון „לענינס־צימער‟.
צוזאַמען מיט אַלע מײַנע קינסטלערישע פֿעיִקײטן, בין איך נאָך געווען נישט שלעכט „אונטערגעשמידט‟ אין די פּאָליטישע ענינים. מיט אַ פּאָר חדשים פֿריִער האָט אונדזער פּאָליטרוק, עלטערער לייטענאַנט אַלעקסייעוו אָרגאַניזירט אַ פֿאַרזאַמלונג, אַ מין פּאָליטישן שמועס. ער האָט געוואָלט אַרויסבאַקומען אינפֿאָרמאַציע אַרום די מחשבֿות, וועלכע דרייען זיך אין אונדזערע קעפּ, און צי האָבן מיר, כאָטש אַן אַנונג וועגן די טאָג־טעגלעכע פּאָליטישע געשעענישן. און דאָ האָב איך זיך באַוויזן אַ גרויסער מבֿין אין דער סאָוועטישער ווירקלעכקײט און אין די סאָציאַליסטישע און קאָמוניסטישע געזעצן. פֿון וואַנען האַָב איך עס געוווּסט? הרגעט מיר אַוועק, פֿאַרשטיי איך עס אַליין נישט. איך מיין, אַז „שולדיק‟ איז מײַן אויסערגעוויינלעכער זכּרון. אַלץ, וואָס איך האָב אַמאָל געהערט און געלערנט אין שול און אינעם אוניווערסיטעט, האָט זיך אָפּגעלייגט אין אַ קליין ווינקעלע פֿון מײַן מוח. האָב איך יעצט געקאָנט די אינפֿאָרמאַציע אַרויסנעמען און באַווײַזן אַלעמען, וואָס פֿאַר אַ „גרויסער קאָפּ‟ בין איך. קיין פֿאַנטאַזיע האָט מיר אויך קיין מאָל נישט אויסגעפֿעלט, און פּלאַפּלען מיט „הויכע רייד‟ בין איך געווען נישט קיין קליינער מומחה. ווען דער זאַמפּאָליט האָט אונדז געפֿרעגט שווערע און פֿאַרדרייטע שאלות, האָב איך אַממערסטן אויפֿגעהויבן די האַנט און „אויסגעשאָסן‟ דעם ריכטיקן ענטפֿער, ווי פֿון אַ האַרמאַט. אַפֿילו, ווען איך האָב אַליין געפֿילט, אַז איך רעדט עפּעס נישט צו דער זאַך, איז מען עס אויך געפֿעלן געוואָרן. כ׳מיין, אַז די קאָמאַנדירן אַליין זײַנען נישט געווען פֿון די בעסטע בקים אין די „שוואַרצע פּינטעלעך‟ פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע.
אַ מאָנאַט פֿאַר דער גרויסער דאַטע בין איך שוין געווען פֿאַרטיק מיט מײַן נײַער שאַפֿונג, מײַן נײַעם פּראָיעקט, אין וועלכן כ’האָב אַרײַנגעלייגט נישט ווייניק כּוחות און ליבע. יאָ, איר האָט פֿאַרשטאַנען גוט. איך האָב געזאָגט „ליבע‟, ווײַל אָן ליבע קאָן מען נישט שאַפֿן אַ וווּנדערלעכע יצירה. אַזוי מיין איך; און דאָס, וואָס איך האָב דאָ געשאַפֿן און אין וואָס כ׳האָב פֿאַרוואַנדלט דאָס פֿאַרוואָרפֿן „רויט ווינקעלע‟, איז געווען נישט ווינציקער ווי אַ וווּנדער! ממש אַ לעבנס־יצירה!
אָבער נישט אַלץ קומט פֿאָר, ווי דער קיסר וויל. דאָס הייסט, ווי איך וואָלט געוואָלט. כּמעט יעדן פֿרימאָרגן, ווען איך בין אַרײַן אין מײַן נחלה, בלויז נאָכזען צי אַלץ איז אין אָרדענונג, האָט אויף מיר געוואַרט אַ מיאוסער „סורפּריז‟: פֿון די נאָזלעכער פֿון לענינס ביוסט האָבן אויף מיר אַרויסגעקוקט אַ פּאָר פֿאַרלאָשענע ציגאַר־רעשטלעך! מ’דאַרף דאָך זײַן אַזאַ נבֿלה, אַזאַ שטיק גאָרנישט, אַ שטיק שׂונא, אָפּצוטאָן אַזאַ שמוציק שפּיצל! האָט איר שוין געהערט אַמאָל פֿון אַזאַ גזלנישער מעשׂה? פֿון אַזאַ זילזול? ווער איז געווען דער באַנדיט, האָב איך נישט געקענט וויסן. כ’האָב זיך אָנגעפֿרעגט בײַ מײַנע חבֿרים און בײַ אַנדערע טאַנקיסטן פֿונעם באַטאַליאָן, נאָר אומזיסט. אַלע האָבן געשוויגן. קיינער האָט כּלומרשט נישט געזען און נישט געהערט. און אויב עמעצער וואָלט פֿאָרט געוווּסט, איז מסרן האָט זיך בײַ אונדז גערעכנט די גרעסטע עבֿרה. אַ מסור איז געווען ערגער פֿון אַ גנבֿ און אַפֿילו פֿון אַ מערדער. אַלע זעלנער האָבן אָנגעפֿילט זייערע מײַלער מיט וואַסער און געשוויגן „ווי אַ פֿיש אונטערן אײַז‟, ווי מ’זאָגט אין אָדעס. די פּראָבלעם האָט געשטעקט אין דעם, אַז בײַ טאָג איז דער „לענינס־צימער‟ געווען אָפֿן פֿאַר אַלעמען. איך האָב געמיינט, אַז ס’איז וויכטיק מע זאָל אַהין קענען אַרײַנגיין בײַ יעדער פֿרײַער צײַט, לייענען אַ צײַטונג, עפֿענען אַ ביכל פֿון דעם גרויסן פֿירער, דורכלייענען איינעם פֿון די אַרטיקלען, וואָס ער האָט אָנגעשריבן. אָבער רייכערן דאָרט? און נאָך אויסלעשן די פּאַפּיראָסן אויף אַזאַ באַרבאַרישן אופֿן?! אַ חוצפּה!
איך האָב געפּרוּווט מאַכן אַ זאַסאַדע, דאָס הייסט, אײַנשטעלן אַ לאָקערונג און כאַפּן דעם פֿײַנט פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, נאָר אָן הצלחה. נו, און טאָמער וואָלט איך אים יאָ געכאַפּט? וואָס וואָלט איך דאַן געטאָן? מסרן? עס שטייט נישט אַפֿילו קיין פֿראַגע! איז געבליבן נאָר דערלאַנגען אים אַ „באָקס‟ אין נאָז! אָ יאָ, דאָס וואָלט ער געקראָגן פֿון מיר. נישט אומזיסט האָב איך זיך שוין אַ יאָר פֿינף פֿאַרנומען מיט באָקס. קיין פּראָפֿעסיאָנעלער באָקסער בין איך אַוודאי נישט געוואָרן; נאָך מײַן בר־מיצווה האָב איך, צוזאַמען מיט מײַן שוועסטערקינד איסר גראָדבערג, אָנגעהויבן זיך טרענירן בײַ איסרס אָנקל, ליאָליק סטראָנגין האָט מען אים גערופֿן. ליאָליק האָט געדינט אין אַרמיי ווי אַ מאַיאָר, און געדינט האָט ער אין דעם ווילנער גאַרניזאָן. פֿאַר דער אַרמיי איז ער געווען אַ באָקסער. האָט ער אַ האַלב יאָר צײַט אַרײַנגעקלאַפּט אין אונדז דעם באָקס אלף־בית. שפּעטער בין איך אַריבער באָקסירן אין אַן אמתן באָקסער־קלוב. איך האָב זיך טרענירט צוויי מאָל אַ וואָך בײַ דעם טרענער אַנדריי אַלעקסייעוו, אַ געוועזעם טשעמפּיאָן פֿון ליטע. דאָס האָט געדויערט גאַנצע פֿיר יאָר, ביז איך בין אַוועק אין דער אַרמיי. דאָ, אין גוואַרדייסק, האָב איך אויך נישט אויפֿגעהערט צו באָקסירן. פֿון דער היים האָט מען מיר צוגעשיקט מײַנע באָקסער־הענטשקעס, האָב איך געהאַט מיט וואָס זיך צו טרענירן. יעצט פֿאַרשטייט איר שוין, אַז געבן אַ שיינעם באָקס אין פּנים אַרײַן האָב איך געוווּסט ווי אַזוי. אַזוי ווי ס’איז נישט געווען וועמען צו שלאָגן, האָב איך געהאַנדלט אַנדערש. איך האָב גענומען פֿאַרשליסן דעם „קודש־הקדושים‟ אויף אַ שלאָס. יעצט האָט קיינער נישט געקענט אַרײַנגיין, נישט בײַ טאָג און נישט בײַ נאַכט. אַפֿילו די אָפֿיצערן פֿון דעם באַטאַליאָן.
אָט האָבן מיר זיך שוין דערוואַרט דעם 22סטן אַפּריל, אויף דער גרויסער און וויכטיקער דאַטע. און נישט נאָר מיר. די גאַנצע קאָמוניסטישע באַוועגונג האָט „אָפּגעשטעלט דעם אָטעם‟ און אָפּגעלייגט אין אַ זײַט אַלע טאָג־טעגלעכע און נישט וויכטיקע קלייניקײטן, אַבי צו אָפּפֿײַערן צוזאַמען מיט דער גאַנצער פּראָגרעסיווער וועלט דעם 100סטן געבורטס־טאָג פֿון לענינען. און לענין, ווי מ’האָט אונדז „געקאָרמעט‟ מיט דעם פּראָפּאַגאַנדע־לעפֿעלע, איז געווען נישט בלויז אונדזער לערער און פֿירער, נאָר דער מנהיג פֿון דער גאַנצער אַרבעטסוועלט.
יאָ, טײַערער לייענער, איך און מײַן „לענינס־צימער‟ זײַנען שוין געווען גרייט און געוואַרט, וואָס וועט זײַן ווײַטער. דאָס מעבל האָט געבלישטשעט, דער לאַנגער טיש איז געווען באַדעקט מיט אַ נײַעם רויטן טישטעך, דער ווײַסער ביוסט פֿונעם גרויסן אָנפֿירער האָט אַזוי געגלאַנצט, אַז מ’זאָל זיך גוט אײַנקוקן, האָט מען געקענט זען זיך אַליין, ווי אין אַ שפּיגל. און אויף יעדער וואַנט איז געהאָנגען אַ בילד פֿון לענינען:
לענין מיט זײַן פֿרוי נאַדעזשדאַ קרופּסקאַיאַ טרינקען טיי אין קיך.
לענין טרעפֿט זיך מיט קינדער.
לענין אַליין ווי אַ קליין קינד.
לענין אין גימנאַזיע, אָנגעטאָן אין אַ גימנאַזיע־אוניפֿאָרעם.
לענין אין אַ טונקעלן אַנצוג שמועסט מיט פּשוטע באַזוכערס פֿון דאָרף.
אַ פּאָרטרעט פֿון לענין, אָנגעטאָן אין אַ וועסט און באָפּוצט מיט זײַן באַוווּסטן שניפּס — בלוי מיט ווײַסע שפּרענקלעך.
זעט איר שוין, אַז איך האָב צוגעגרייט אַ גאַלעריע, נישט ווינציקער! און דאָס איז אַוודאי נישט אַלץ. אויף די פּאָליצעס זײַנען געווען אויסגעשטעלט, ווי אַ ריי פֿון זעלנער, פֿינף און פֿופֿציק בענד פֿון לענינס ווערק! איך האָב אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז ער האָט אַזוי פֿיל אָנגעשריבן. ווען האָט ער צײַט געהאַט? צו לענינס ווערק האָבן זיך צוגעלייגט עטלעכע בענד פֿון קאַרל מאַרקס און פֿרידריך ענגעלס, קלאַראַ צעטקין און ראָזע לוקסעמבורג — די באַרימטע קאָמוניסטישע גרינדערס און אָנפֿירערס.
נאָר דער שפּיץ פֿון מײַן אַרבעט זײַנען געווען די פּלאַקאַטן. אַײַ, די פּלאַקאַטן! איך האָב אין זיי אַרײַנגעלייגט די גאַנצע נשמה, מײַן גאַנצן טאַלאַנט. מיט רויטע בוכשטאַבן אויף ווײַסן וואַטמאַן־פּאַפּיר, האָב איך אָנגעשריבן די בעסטע ציטאַטן פֿון וולאַדימיר איליטש לענין. און אָן אַ בײַשפּיל קען מען זיך דאָך נישט באַגיין. נאַט אײַך עטלעכע דוגמאות, וועט איר בעסער אײַנזאַפּן די סאָוועטישע ווירקלעכקײט:
„לענין האָט געהייסן אונדז זיך לערנען, לערנען און נאָך אַ מאָל לערנען!‟
„ווער עס אַרבעט נישט, יענער עסט נישט!‟
„לענין האָט געלעבט, לענין לעבן, לענין וועט לעבן!‟
„די פּאַרטיי איז דער שׂכל, דער גײַסט און דער געוויסן פֿון אונדזער ערע!‟
„מיר וועלן גיין מיט אַן אַנדער וועג!‟
און אַזוי ווײַטער. אַוודאי האָב איך זיך שטאַרק געגרויסט מיט מײַן דורכגעמאַכטער אַרבעט, מיט מײַן מאָלערײַ, און שוין געוואַרט צו באַווײַזן אַלעמען, וואָס איך קען. פּונקט דעם 22סטן, שוין פֿון אינדערפֿרי אָן האָבן זיך באַוויזן בײַ אונדז אין די קאַזאַרמעס צוויי אומבאַקאַנטע אָפֿיצערן. זיי זײַנען געווען אָנגעטאָן נישט אין פּשוטע בגדים, נאָר אין פּאַראַדנע מונדירן. ביידע זײַנען געווען נישט פֿון די גרויסע טשינען, פּשוטע לייטענאַנטן. אויף זייערע גאָלדענע פּאַגאָנעס מיט אַ שוואַרץ רעמעלע האָבן געגלאַנצט צוויי קליינע שטערנדלעך און אַ צײכן פֿון אַ טאַנק. ווי אַ פֿאַראַנטוואָטלעכער פֿאַרן „לענינס־צימער‟, האָב איך געוווּסט וועגן די צוויי ספּעציעלע געסט פֿון פֿריִער, און זיך שוין געגרייט פֿון צו זייער וויזיט. די וואַזשנע געסט, וואָס זײַנען געקומען צו אונדז פֿון קאַלינינגראַד, זײַנען טאַקע געווען טאַנקיסטן, נאָר פֿאַרנומען האָבן זיי זיך מיט פּאָליטישער אַרבעט אין דער דיוויזיע, דאָס הייסט, געווען זאַמפּאָליטן. אַ האַלבע שעה פֿאַר זייער אָנקומען האָט מען די ראָטע פֿאַרזאַמלט אין מײַן „לענינס־צימער‟, און געהייסן זײַן שטיל. ווי שטיל? אַזוי שטיל, אַז מ’זאָל קענען הערן ווי אַ פֿליג פֿליט פֿאַרבײַ. אַלע זעלנער פֿון דער ראָטע, אָנגעטאָן אין יום־טובֿדיקע מונדירן, באַפּוצטע מיט קאָמסאָמאָל צײכנס, האָבן זיך אויסגעזעצט אויף די אויסגעשטעלטע אין רייען שטולן. אַז די געסט זײַנען אַרײַנגעקומען, זענען אַלע אויפֿגעשטאַנען, און די פֿרעמדע, צוזאַמען מיט אונדזערע קאָמאַנדירן, קאָמבאַט קוזנעצאָוו, ראָטע־קאָמאַנדיר פּראָכאָראָוו און זאַמפּאָליט אַלעקסייעוו האָבן פֿאַרנומען די ערטער אַנטקעגן, אַרום דעם שיין באַדעקטן רויטן טיש. אַלץ האָט אויסגעזען אַזוי שיין און יום־טובֿדיק, אַז מיר איז געווען אַ שאָד, וואָס קיינער האָט עס נישט פֿאָטאָגראַפֿירט.
נאָך אַ קורצער צערעמאָניע פֿון באַקענען זיך מיט די חשובֿע געסט, איז מען גלײַך אַריבער צו דעם עיקר פֿון זייער באַזוך: שאלות און תּשובֿות. דאָס הייסט, זיי האָבן אונדז געפֿרעגט, און מיר האָבן באַדאַרפֿט געבן דעם ריכטיקן ענטפֿער. וואָס האָבן זיי געוואָלט זען און וויסן? אַלץ וואָס מיר האָבן געלערנט און צוגעגרייט צו דער גרויסער דאַטע, צו לענינס געבוירן־טאָג. זיי האָבן געוואָלט זײַן זיכער, אַז די סאָלדאַטן קענען אויף אויסווייניק אַלץ, וואָס אַ סאָוועטישער סאָלדאַט, און בפֿרט אַ קאָמסאָמאָלעץ, מוז וויסן און געדענקען. און דאַן האָט זיך אָנגעהויבן אַ „טעאַטער‟, אַ „ספּעקטאַקל‟. קיין אַנדער וואָרט צו באַשרײַבן עס האָב איך נישט געפֿונען. זאָגן, אַז מיר האָבן עס צוגעגרייט, אויסרעפּעטירט, אויסגעלערנט דעם טעקסט אויף אויסנווייניק — קען איך נישט. נאָר דאָס האָט מיר פֿאָרט אויסגעזען ווי אַ טעאַטער. און ווי זעט אויס אַ טעאַטער דאַרף מיר קיינער נישט דערציילן. איך האָב זיך דאָך אויסגעהאָדעוועט אין אַ טעאַטער!
דער „שוישפּיל‟ האָט אויסגעזען אַזוי: יעדעס מאָל, ווען איינער פֿון די צוויי פֿרעמדע זאַמפּאָליטן האָט געפֿרעגט עפּעס אַ שאלה, האָבן עטלעכע פֿון אונדז אויפֿגעהויבן די הענט, צו באַווײַזן, אַז זיי ווילן ענטפֿערן. און דאַן האָט אונדזער זאַמפּאָליט אַלעקסייעוו, וואָס האָט יעדן געקענט לויט די נעמען, האָט אויסגעשטרעקט זײַן דאַרע ווײַסע האַנט אין מײַן ריכטונג, און האָט אויסגעשריגן:
— ריאַדאָוווי שאַרפֿשטיין וועט ענטפֿערן.
און אַזוי נאָך אַ יעדער נײַער פֿראַגע. און יעדעס מאָל בין איך אויפֿגעשטאַנען און אָנגעהויבן „שיטן‟ מיט גוט פֿאַרגעדענקטע פֿראַזעס און ציטאַטן. אויף אונדזער ייִדישן לשון קען מען עס באַשרײַבן נאָר מיט איין שפּריכווערטל: „האַקן אַ טשײַניק‟. און וואָס מערער מ׳האָט מיך געפֿרעגט, אַלץ מער האָב געשאָטן מיט האַסלעס און פּאַראָלן. די פֿרעמדע אָפֿיצערן האָבן געשאָקלט מיט די קעפּ, ווי זאָגנדיק: „יאָ, ער איז שוין איין מאָל אַ קענער!‟. און דער ראָטני פּראָכאָראָוו האָט צוגעגעבן:
— כאַראָשאָ, שאַרפֿשטיין, אָטשען כאַראָשאָ! טאַק דערזשאַט!
וואָס הייסט, „גוט, זייער גוט! אַזוי האַלטן‟. פֿון וואַנען האָב איך פֿון זיך אַרויסגעקוועטשט די ריכטיקע ענטפֿערס? אַוווּ האָב איך אויסשטודירט אַזוי פֿיל סאָוועטישע שפּריכווערטער, וואָס זענען אויטאָמאַטיש אַרויסגעפֿלויגן פֿון מײַן מויל, פּונקט ווי איך וואָלט זיי אַליין אָנגעשריבן? ווי אַזוי האָב איך אַלע מאָל געוווּסט, ווי אַזוי צו דערגאָדזשען די „טײַערע‟ געסט? פֿרעגט נישט אַפֿילו, ווײַל קיין אַנונג האָב איך נישט! קען זײַן, אַז איך האָב זין „אָנגעכאַפּט‟ פֿון די צײַטונגען, איבערהויפּט פֿון דער אָפֿיציעלער צײַטונג פֿון דער סאָוויטישער אַרמיי „דער רויטער שטערן‟. און האָבנדיק אַ גוטן זכּרון, האָב איך קיין פּראָבלעם צו פֿאַרגעדענקען די הויפּט־קעפּלעך און אונטערקעפּלעך נישט געהאַט. צי אַלע מײַנע ענטפֿערס האָבן תּמיד געפּאַסט צו די שאלות? מסתּמא ניין, נישט יעדעס מאָל האָב איך געטראָפֿן פּונקט אין ציל. נאָר וואָס איז די נפֿקא־מינה? אַבי איך האָב געגאָסן מיט ווערטער, די זאַמפּאָליטן זײַנען צופֿרידן געווען, געשאָקלט מיט די קעפּ און געריבן די הענט פֿון נחת, און „געפֿאָרן‟ ווײַטער. הײַנט, ווען איך שרײַב די שורות, פֿאַרשטיי איך שוין, אַז זיי אַליין האָבן געוווּסט נישט מערער פֿון מיר. די קאָמעדיע האָט געדויער נישט מער, ווי אַ שעה צײַט, און די געסט האָבן זיך געזעגנט מיט אונדז און זיך אומגעקערט פֿון וואַנען זיי זײַנען געקומען. דאַן איז צו מיר צוגעגאַנגען אַלעקסייעוו דער זאַמפּאָליט, לאַנג געדריקט מײַן רעכטע האַנט, און מיט זײַן לינקער געפּאַטשט מיר איבערן אַקסל. ער האָט געקוקט אויף מיר מיט גליקלעכע אויגן און אַ כיטרעם שמייכל און גערעדט צו מיר אַזוי:
— הײַנט האָסטו אונדז געבראַכט זײער אַ גרויסן כּבֿוד מיט דײַנע טאָטשנע ענטפֿערס! איך אַליין וואָלט נישט געגעבן קיין בעסערע! איך בין שטאָלץ מיט דײַן וויסנשאַפֿט און פּאַטריאָטיזם! און, — ער האָט זיך אויף אַ מינוט אָפּגעשטעלט, — איך האָב פֿאַר דיר אַ אַ סורפּריז. אין גיכן וועסטו הערן פֿון מיך גוטע נײַעס. איך וועל דיך באַדאַנקען פֿאַר דער גרויסער אַרבעט, וואָס דו האָסט דורכגעפֿירט. גלייב מיר, אַז דו ביסט עס ווערט.
אַלעקסייעוו איז אַוועק, און איך בין געבליבן מיט מײַנע מחשבֿות. וואָס האָט ער געמיינט? וואָס וויל ער זאָגן מיטן וואָרט „באַדאַנקען‟? אפֿשר וועט מען מיר שיקן אין אורלויב אַהיים? כאָטש אויף אַ וואָך צײַט? און אפֿשר אַפֿילו אויף צוויי וואָכן? איך בין געווען אַ בעלן צו וויסן, וואָס וועל איך קריגן פֿאַר מײַן בריהשאַפֿט, פֿאַר מײַן בקיאות. און אײַך אַפּנים, איז אויך טשיקאַווע צו וויסן, וואָסער מתּנה האָב איך געקראָגן פֿאַר מײַן, מ’קען זאָגן „טעאַטראַלן‟ אויפֿטריט. ברעכט זיך נישט די קעפּ, ווײַל סײַ־ווי־סײַ וועט איר נישט טרעפֿן. איך אַליין האָב אַפֿילו נישט געחלומט פֿון אַזאַ אָנשיקעניש!
ס’איז נאָך קיין מאָנאַט נישט אַוועק נאָך דעם גרויסן יום־טובֿ, און מ’האָט מיך שוין אַרויסגערופֿן צו דעם זאַמפּאָליט אין ביוראָ. און דאָרט האָט ער מיר געמאָלדן די בשׂורה:
— מיר האָבן זיך באַראַטן צווישן זיך, — זײַנע אויגן האָבן געמאַכט אַ רײַזע איבערן צימער, ווי ס’וואָלטן דאָרט געווען נאָך מענטשן, אַ חוץ אונדז ביידן, — און מיר האָבן באַשלאָסן צו שיקן דיך אויף אַ ספּעציעלן „קורס פֿון פּאָליטישע אָפֿיצערן‟. דאָס איז זייער אַ גוטער קורס, און דו וועסט ווערן אַ זאַמפּאָליט.
ביז הײַנט געדענק איך, ווי ס׳האָבן זיך געטרייסלט מײַנע הענט פֿון דער מורא־שחורה, וואָס ער האָט אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף מיך. נאָר דאָס האָט מיר געפֿעלט! איך בין זיכער געשטאַנען בלאַס ווי אַ מת, נאָר דער זאַמפּאָליט האָט עס נישט באַמערקט. פּלוצעם האָט ער אויפֿגעהערט צו שמייכלען, געוואָרן זייער ערנסט און ממשיך געווען:
— מיר, די קאָמאַנדירן פֿון דעם באַטאַליאָן, זײַנען מער ווי זיכער, — און ער האָט אַוועקגעלייגט זײַן רעכטע האַנט אויף מײַן לינקן אַקסל, — אַז דו ביסט געראָטן מיט אַלע פֿעיִקײטן צו ווערן אַן אויסערגעוויינטלעכער קאָמיסאַר, אַ טרעגער און אַ פֿאַרשפּרייטער פֿון אונדזער סאָציאַליסטישער אידעאָלאָגיע. דו וועסט פֿירן די סאָוועטישע סאָלדאַטן מיטן ריכטיקן וועג — פֿאָרויס ביז דעם נצחון פֿון קאָמוניזם!
נו, וואָס זאָגט איר? איר פֿאַרשטייט שוין אין וואָסער צרה בין איך אַרײַנגעפֿאַלן? דער קורס קען קאַליע מאַכן מײַן לעבן, צעשטערן מײַנע פּלענער צו פֿאַרלאָזן ראַטן־פֿאַרבאַנד גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג און מאַכן אַן עליה קיין ישׂראל. דאָס איז געווען די שטרעבונג פֿון מײַן גאַנץ לעבן. אָבער ווערן אַן אָפֿיצער, אַ זאַמפּאָליט, אַ קאָמיסאַר, צו אַלדע רוחות? דאָס ניט! מיט דעם קען איך נישט מסכּים זײַן! איז וואָס זשע טוט מען? אָפּזאָגן זיך קען מען נישט, נאָר שטיין און שווײַגן איז נאָך ערגער. און ווי אַלע מאָל, האָב איך געפֿונען אַן אויסוועג. איך האָב אים שיין באַדאַנקט פֿאַר דעם גרויסן צוטרוי און צוגעזאָגט געבן אַן ענטפֿער, אפֿשר אַפֿילו מאָרגן.
— גיב אַ טראַכט עטלעכע טעג, — האָט ער מיר באַרויִקט, — אײַל זיך נישט, באַראַט זיך מיט דײַנע חבֿרים און מיטן ראָטע־קאָמאַנדיר קאַפּיטאַן פּראָכאָראָוו. אפֿשר אַפֿילו מיט דײַן משפּחה. קענסט זיי אָנקלינגען?
איר קענט זיך נישט פֿאָרשטעלן, וואָס איך האָב איבערגעלעבט אין די פּאָר טעג. איך האָב זיך מישבֿ געווען מיט מײַן ראָטנעם, ווי דער זאַמפּאָליט האָט מיר געהייסן. „פּראָשקאַ‟ האָט נישט געגלייבט אין זאַמפּאָליטן און קאָמיסאַרן, כאָטש ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. ער איז געווען אַ סאָלדאַט און געגלייבט אין טאַנקן. ער האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז קיין קאָמיסאַר וויל איך נישט ווערן, האָט ער מיר אָנגעוויזן דעם איינציקן אויסוועג פֿון דעם פּלאָנטער. שוין אויף מאַרגן בין איך אַרײַנגעגאַנגען צו דעם זאַמפּאָליט אין קאַבינעט, און אים געזאָגט אַזוי:
— חבֿר סטאַרשי לייטענאַנט! — האָב איך זיך צו אים געווענדט אָפֿיציעל, ווי עס פֿירט זיך, — איך וויל אײַך באַדאַנקען פֿאַרן גרויסן צוטרוי, וואָס איר האָט מיר געגעבן. מײַן ענטפֿער איז, אַז איך וויל ווערן אַן אָפֿיצער, אָבער… — איך האָב אָנגעפֿילט מײַנע לונגען מיט לופֿט פֿון איבערראַשונג, — אָבער קודם־כּל בין אין אַ טאַנקיסט. איך בין שטאָלץ מיט דעם און דאָס איז מײַן באַרוף אין דער סאָוועטישער אַרמיי. ס’וועט זײַן פֿאַר מיר דער גרעסטער כּבֿוד דורכגיין אַ קורס, און ווערן אַ טאַנקן־אָפֿיצער. קאַפּיטאַן פּראָכאָראָוו האָט זיך דערוווּסט פֿאַר מיר, אַז אַזאַ קורס הייבט זיך אָן אין אַ פּאָר וואָכן אַרום.
דער זאַמפּאָליט האָט געקוקט אויף מיר מיט אַ זויערער צורה, אַרויסגעלאָזט אַ קליין קרעכצל און אויסגעדריקט צווישן די ליפּן „אַ שאָד, אַ שאָד…‟. דאַן האָט ער מיך באַדאַנקט פֿאַר מײַן ערנסטן ענטפֿער, צוגעזאָגט, אַז ער’ט שוין רעדן מיט וועמען מ’דאַרף און מ’וועט מיר פֿאַרשרײַבן אויף דעם נאָענטסטן קורס פֿון טאַנקן־אָפֿיצערן. נאָך דעם קורס וועל איך באַקומען אַ טשין פֿון אַ יונג־לייטענאַנט און ווערן אַ קאָמאַנדיר פֿון אַן אָפּטיילונג. אַ טאַנקן־אָפּוויילונג באַשטיין פֿון דרײַ און אַמאָל פֿון פֿיר טאַנקן. ער האָט מיר געוווּנטשן הצלחה און מיט אַ געוויינטלעכן סאַלוטירן זײַנען מיר זיך צעגאַנגען.
וואָס איז מיט מיר געטראָפֿן ווײַטער? צי איך בין געוואָרן אַן אָפֿיצער? אפֿשר ניט? וועגן דעם וועט איר לייענען אין דעם קומענדיקן קאַפּיטל.
המשך קומט