אַ ייִדישער ראָמאַן (המשך)

יעווגעני קיסין

4
מיט עטלעכע טעג שפּעטער איז מישע װידער געקומען צו זײַנע עלטערן; די מאַמע איז געװען אין דער הײם אַלײן און האָט געזאָגט, אַז דער טאַטע האָט נאָר װאָס געהאַט געקלונגען: ער װעט מוזן זיך פֿאַרהאַלטן אױף דער אַרבעט, אפֿשר אַפֿילו ביז שפּעט אין דער נאַכט. װען מישע איז געקומען דאָס צװײטע מאָל, זונטיק אױף דער נאַכט, האָט די מאַמע אים געזאָגט, אַז מיט אַ פּאָר שעה צוריק האָט מען געהאַט דורכדרינגלעך אַרױסגערופֿן דעם טאַטן צו דער אַרבעט.

— װאָס זשע, ער װיל זיך מער נישט זען מיט מיר? — האָט מישע אַ פֿרעג געטאָן, דערפֿילט, אַז ס׳איז דאָ עפּעס נישט כּשורה.
— נו, װאָס זאָגסטו אַזױנס? — האָט די מאַמע געענטפֿערט, נײַערט דאָס קול אירס האָט בפֿירש געקלונגען נישט זײער איבערצײַגעװדיק.
— װי דען אַנדערש? — מישע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן השערה איז געװען ריכטיק, — דאָס לעצטע מאָל האָט ער נישט געװאָלט רײדן מיט מיר, און אַצינד יעדעס מאָל, װען איך קום, איז ער ניט אין ד׳רײם.

די מאַמע האָט אָפּגעװענדט די אױגן און דערשטיקט אין זיך אַ זיפֿץ.

— כמנע… — האָט מישע שטיל אױסגערעדט.

אַזאַ מצבֿ האָט די מאַמע זײער געפּײַניקט, און זי פֿלעגט כּסדר זאָגן דעם מאַן: ״ער איז דאָך דײַן זון!״. דעם טאַטן האָט עס געפּײַניקט נישט װײניקער: דאָס גאַנצע לעבן האָט ער מישען ליב געהאַט דאָס חיות מיט דער נשמה און פֿלעגט אים אונטערהאַלטן, באַזונדערס אין אָנהײב פֿונעם זונס געמײנזאַם לעבן מיט קאַטיען. דאָ אָבער איז אַדורך די גרענעץ, װאָס דער טאַטע האָט נישט געקאָנט זי איבערטרעטן. זײַן יוגנט איז אױסגעפֿאַלן אױף די סאַמע אַנטיסעמיטישע יאָרן, סוף 1940ער — אָנהײב 1950ער; במשך פֿון זײַן גאַנץ לעבן פֿלעגט ער זיך צונױפֿשטױסן אין שׂינאת–ישׂראל, געמוזט זי פֿאַרטראָגן, װי אַ סך אַנדערע ייִדן אין לאַנד, האָט עס געהאַלטן פֿאַר אַ נאָרמע און איז געװען אין גאַנצן זיכער, אַז מישע װאָלט דאָס אַלץ אױך פֿאַרטראָגן, װען נישט זײַן פֿרױ, װאָס תּחילת פֿלעגט ער, דער טאַטע, נתפּעל זײַן פֿון איר, און איצט האָט ער זי געהאַלטן פֿאַר אַ מלאך–הבלה.

— לאָמיר אַרײַנגײן אין קיך, מישע, — האָט די מאַמע פֿאָרגעשטעלט, — װילסט עפּעס אָפּעסן?
— נײן, מאַמע, אַ דאַנק, איך האָב געגעסן נישט לאַנג צוריק.
— נו, כאָטש אַ גלאָז טײ?
— יאָ…

זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין קיך, און די מאַמע האָט געשטעלט דעם טשײַניק. מישע האָט ממשיך געװען טראַכטן װעגן דעם פֿאָטער.

— מאַמע, — האָט ער װײך געזאָגט, — איך האָב לחלוטין נישט געטראַכט צו רײדן מיט דיר װעגן דעם אַצינד, נאָר אַזױ װי ס׳איז דאָ אַזאַ סיטואַציע… זאָג מיר: דו ביסט מסכּים אָנצושרײַבן פֿאַר מיר אַזאַ פּאַפּיר?
— אױב דו דאַרפֿסט עס, װעל איך עס טאָן, — האָט די מאַמע געענטפֿערט. זי האָט גוט פֿאַרשטאַנען, אַז אָן דעם טאַטנס שריפֿטלעכער הסכּמה װעט מישע ממילא נישט קאָנען אַװעקפֿאָרן, און דער טאַטע װעט אים קײן מאָל נישט געבן אַזאַ פּאַפּיר, דערפֿאַר האָט זי מיט גאָרנישט ניט ריזיקירט.
— אַ דאַנק, מאַמע, — מישע האָט זי אַרומגענומען און אַ קוש געטאָן, — אַ דאַנק דיר, װאָס דו פֿאַרשטײסט מיך. 
— װער זשע נאָך װעט דיך פֿאַרשטײן אַזױ, װי די מאַמע? — האָט זי געענטפֿערט מיט אַ לײַכטער ביטערקײט: זי האָט זיך דערמאָנט אין מישעס װערטער ״בכלל פֿאַרשטײט קאַטיע מיך תּמיד״.

זי האָט זיך פֿאַרטראַכט אױף עטלעכע רגעס און געזאָגט:

— איך װיל דיר עפּעס דערצײלן… דו האָסט דעמאָלט געפֿרעגט, װי אַזױ דער טאַטע פֿירט זיך אױף מיט מיר…

די מאַמע האָט דערצײלט, און מישע האָט געהערט. קאַטיעס געפֿילן מכּוח איר שװער (זי האָט קײן מאָל נישט געזאָגט מישען װעגן זײ) זײַנען געװען ריכטיקע; װאָס שײך מישען, האָט ער, פֿאַרשטייט זיך, גוט געװוּסט, אַז אומגעטרײַשאַפֿט איז בדרך–כּלל אַ געװײנטלעכע זאַך, נײַערט סע פלעגט אים קיין מאָל נישט קומען אויפן זינען, אַז אַזױנס קאָן אױך טרעפֿן צװישן זײַנע עלטערן.

— מאַמע, איז פֿאַר װאָס זשע פֿאַרלײַדסטו דאָס אַלץ און האָסט זיך ביז איצט נישט געגט מיט אים? — האָט מישע אַ פֿרעג געטאָן מיט דערשטױנונג.
— מחמת מיר איז אומאָנגענעם צו גײן אין אַ געריכט און דערצײלן דאָרטן, אַז מײַן מאַן איז מיר אומגעטרײַ.
— און צו לעבן מיט אַ מאַן, װאָס איז דיר אומגעטרײַ, איז אָנגענעמער? — האָט מישע זיך געחידושט, — מאַמע, אױב ער פֿירט זיך אױף אַזױ בנוגע דיר, איז גט זיך מיט אים װאָס גיכער, און לאָמיר אַװעקפֿאָרן פֿון דאַנעט צוזאַמען!
— נײן, — האָט די מאַמע קאַטעגאָריש געענטפֿערט, — נישט גטן זיך, נישט אַװעקפֿאָרן קלײַב איך זיך ניט.

מישע האָט געװוּסט, אַז שטרײַטן מיט דער מאַמען איז געװען אומזיסט, אַפֿילו אױב זי האָט געזאָגט עפּעס, װאָס האָט נישט געהאַט קײן שום לאָגיק. װאָס שײך דער מאַמען, האָט זי זיך נישט געריכט אױף אַזאַ רעאַקציע מצד דעם זון: זי האָט געהאָפֿט, אַז מישע װעט האָבן רחמנות אױף איר, און ס׳װעט זיך אים איבערװעלן אַװעקפֿאָרן, כּדי נישט צו פֿאַרלאָזן זי אַלײן מיטן אומגעטרײַען מאַן.
איצט האָט מישע שװער דערשטיקט אין זיך אַ זיפֿץ און פֿאָרזיכטיק איבערגעפֿירט דעם שמועס אױף אַן אַנדער טעמע. זײ זײַנען לאַנג געזעסן, האָבן געטרונקען טײ און גערעדט בשלום װעגן כּלערלײ זאַכן. פּלוצעם ס׳האָט אַ קלונג געטאָן דער טעלעפֿאָן, די מאַמע האָט אַראָפּגענומען דאָס טרײַבל — און ס׳האָט זיך איבערגעחזרט דאָס זעלבע, װאָס ס׳איז געשען, בעת קאַטיע האָט באַזוכט איר שװיגער:

— האַלאָ. יאָ… — די מאַמע האָט פֿעסט צוגעדריקט דאָס טרײַבל צום אױער, — אָ–אָ–אָ… כ׳פֿאַרשטײ. נו, דו האָסט די שליסלען, דאַן װעל איך זיך לײגן שלאָפֿן. מיט מזל.

די מאַמע איז צוגעגאַנגען צו מישען, האָט אַ קוק געטאָן אױפֿן זײגער און געזאָגט:

— גײ אַהײם, מישענקע: עס איז שױן שפּעט, קאַטיע װאַרט אױף דיר, און דער װעג איז אַ לאַנגער…
— נײן, נו, דאָס איז שױן ממש סקאַנדאַליעז! — איז קאַטיע אַרױס פֿון די כּלים, װען מישע האָט איר אַלץ דערצײלט, — בײַם אָנהייב פֿלעגט ער מיך אױסמײַדן, אַצינד האָט ער גענומען אױסמײַדן דיך!

מישע האָט נישט דערװידערט: ער איז, געוויס, געװען פֿולשטענדיק מסכּים.

— אױך מיר אַ טאַטע! — האָט קאַטיע גערעדט װײַטער, — דו האָסט אים אַפֿילו פֿאָרגעלײגט זיך אָפּזאָגן פֿון דיר — נאָר ער האָט בפֿירוש מורא פֿאַר קלענסטע צרות! װאָס קוקסטו אױף מיר אַזױ?
— װי אַזױ זאָל איך קוקן? — האָט מישע שטיל געפֿרעגט.
— װאָס, בין איך נישט גערעכט?

מישע האָט אַ שװערן זיפֿץ געטאָן.

— מישע, דאָס איז סקאַנדאַליעז: צוליב זײַן אײגענער רויִקײט פּטרט ער סײַ דײַן לעבן, סײַ מײַנס! מע טאָר עס נישט דערלאָזן! 
— נאָר װאָס קאָן איך טאָן?!
— טראַכט צו, װאָס דו קאָנסט טאָן! ער איז דאָך דײַן טאַטע!
מישע האָט װידער אַ זיפֿץ געטאָן און זיך פֿאַרטראַכט אױף עטלעכע רגעס.
— יאָ, ער איז, אַװדאי, מײַן טאַטע, נאָר… פֿאַרשטײסטו, קאַטיע, אַצינד קאָן איך נישט דערקענען מײַן טאַטן. פֿריִער איז ער קײן מאָל נישט געװען אַזאַ!
— נו, מיט מיר איז ער שױן לאַנג געװאָרן אַזאַ.
— כממם… מיט דיר — יאָ, אמת… — האָט מישע מודה געװען אָן חשק, — נאָר מיט מיר איז אַזױנס בשום–אופֿן קײן מאָל נישט געװען. ער פֿלעגט מיך תּמיד ליב האָבן…
— אַהאַ. און אָט װאָס פֿאַר אַ װערט האָט זײַן גאַנצע ליבע צו דיר. װי נאָר ער האָט זיך דערשראָקן פֿאַר אומאָנגענעמלעכקײטן, איז די ליבע אַװעק.
אָט די װערטער האָבן מישען אַ שנײַד געטאָן. נו, הלמאַי פֿאַרשטײט קאַטיע נישט, פֿילט נישט די גרענעץ?!
— אפֿשר, — האָט מישע געזאָגט פֿאַרטראַכטערהײט, — מיינט ער, אַז אַצינדערט מוז איך מקריבֿ זײַן עפּעס צוליב אים?
— אַזױ גאָר?! — האָט קאַטיע אױסגעשריִען, — נו, איז לעב אין אָט דעם טינוף! און איך אױך מוז לעבן אין טינוף — צוליב דײַן טאַטן!
— נו, צו װאָס זאָגסטו אַזױ? — האָט מישע װײך אַ פֿרעג געטאָן.
— און פֿאַר װאָס זוכסטו אים צו פֿאַרענטפֿערן?!
— איך װיל אים נישט פֿאַרענטפֿערן, איך רײד פּשוט, כ׳זאָג אַרױס אַ השערה… 
— נו, רײד, רײד… אַזױ װעלן מיר רײדן דאָס גאַנצע לעבן.
— קאַטיושע, װאָס זשע שלאָגסטו פֿאָר? אױב דער טאַטע גײט אַװעק, װען איך קום, װאָס קאָן איך טאָן? אױסלאָקערן אױף אים בײַ זײַן זאַװאָד?

נאָך אָט די װערטער האָט קאַטיע זיך דערמאָנט אין איר חלום.

— נאָר ער אַרבעט דאָך אין אַ ״פּאָסטקעסטל״. נישט די מאַמע װײסט ניט זײַן אַדרעס, נישט איך װעל עס ניט קאָנען  געפֿינען אין קײן אײן האַנטבוך. און אױב, לאָמיר דערלאָזן, װעל איך קומען צו די מײַניקע און נישט אַװעקגײן, ביז דער טאַטע װעט זיך נישט אומקערן אַהײם, — צי מײנסטו, אַז איך װעל קאָנען אים צװינגען בגװאַלד אָנשרײַבן דאָס פּאַפּיר? נו, װי שטעלסטו זיך דאָס פֿאָר?

מישעס אַרגומענטן האָבן געקלונגען לגמרי לאָגיש — און דאָך האָט קאַטיע נישט געקאָנט שלום מאַכן מיט דער לאַגע.

— זאָל דײַן מאַמע אים צורעדן! דו זאָגסט, אַז זי איז מסכּים אָנשרײַבן אַזאַ פּאַפּיר, אַז זי פֿאַרשטייט דיך? איז זאָל זי פּועלן בײַ אים, ער זאָל עס אױך טאָן!
— אױב די מאַמע קאָן אים אַפֿילו נישט צורעדן ניט אַװעקגײן, װען איך קום צו זײ, װי זשע װעט זי קאָנען פּועלן בײַ אים, ער זאָל אָנשרײַבן אַזאַ פּאַפּיר? — האָט מישע צערפֿול געענטפֿערט.

אױף דעם האָט קאַטיע אױך נישט געהאַט װאָס צו דערװידערן.

— נו, איז טראַכט צו נאָך עפּעס! — האָט זי אױסגערופֿן מיט ייִאוש, — טראַכט עפּעס צו! דו ביסט דאָך אַ מאַנצביל!
— קאַטיושע, דו זעסט דאָך, אַז איך סטאַרע זיך עפּעס צוצוטראַכטן, איך קלײַב איבער פֿאַרשײדענע װאַריאַנטן — נאָר קײן אײנער פֿון זײ, צום באַדױערן, אַרבעט נישט. דו רעדסט אַזױ, װי מיר איז אַלץ אײנס, װי דו דאַרפֿסט מיך אײַנרעדן… מיך פֿאַרדריסט עס ניט װײניקער! — נאָר דערװײַל זע איך קײן אױסװעג נישט. ס׳איז דאָ אַזאַ געזעץ, און מײַן טאַטע איז אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטײ…
— און הלמאַי האָט ער אַרײַנגעטראָטן אין דער פּאַרטײ?

אָט די פֿראַגע האָט מישען געטראָפֿן אומגעריכט.

— דעם אמת געזאָגט, װײס איך נישט… איך האָב אים װעגן דעם קײן מאָל נישט געפֿרעגט…
— דו האָסט אים נישט געפֿרעגט? אין אונדזער משפּחה אָבער איז געװען אַן אַקסיאָם, אַז אַרײַנטרעטן אין דער פּאַרטײ איז שענדלעך, בפֿרט פֿאַר אַ ייִדן!
— קאַטיע, נו, צו װאָס רעדסטו אַזױ? — האָט מישע געזאָגט מיט װײטיק, — שױן זשע, װײַל דו זאָגסט אַזעלכע זאַכן, קאָן זיך עפּעס ענדערן? און אױב נישט, מיינסטו, אַז מיר איז אָנגענעם אױסצוהערן אַזױנס?
— דו באַשולדיקסט  מ י ך  אין עפּעס?! — האָט קאַטיע אױסגעשריִען, — דיר איז אומאָנגענעם עס אױסצוהערן?! און דאָס, אַז צוליב דײַן טאַטעניו מוזן מיר לעבן אין דרעק, איז דיר אָנגענעם?!

מישע האָט נישט דײַטלעך געהערט קאַטיעס לעצטע װערטער: סע האָט זיך בײַ אים פֿאַרדרײט דער קאָפּ, און ער האָט דערפֿילט אַן איבלקײט.

— קאַטיע, װאַרט אָפּ… — האָט ער קױם אױסגערעדט, אױפֿהייבנדיק זיך פֿונעם טיש, — איך װעל זיך תּיכּף אומקערן.

ער איז אַרױס פֿון דער קיך, אַרײַנגעגאַנגען אינעם צימער, צוגעפֿאַלן צום געלעגער מיטן פּנים אַראָפּ און האָט זיך אײַנגעקלאַמערט מיט די פֿינגער און מיט די צײן אינעם קישן. נו, פֿאַר װאָס, לעבנדיק אין אַזאַ לאַנד, זײַנען די מיטגלידער פֿון דער משפּחה גורם פּראָבלעמען אײנער דעם אַנדערן אָנשטאָט אַרױסצוהעלפֿן, פֿאַרגרינגערן דאָס לעבן אײנער דעם אַנדערן?! דערצו נאָך פֿון אײן זײַט, פֿאַרשאַפֿט דער טאַטע פּראָבלעמען מישען און קאַטיען, און פֿון דער אַנדערער — מוטשעט קאַטיע מישען אױס. הלמאַי זאָל זײַן אַזױ?!

בערך אַ פֿערטל שעה איז פֿאַרבײַ. קאַטיע האָט זיך אױך אױפֿגעהױבן פֿונעם טיש, און, דורכגײענדיק דורכן קאָרידאָר, האָט זי דערהערט קרעכצן. אַרײַן אינעם צימער, האָט זי שטיל געזאָגט: ״מישע!״ און אײַנגעשלאָסן די שײַן.

מישע איז אױפֿגעשפּרונגען פֿונעם געלעגער, סטאַרענדיק זיך נישט צו װײַזן קאַטיען זײַן מצבֿ, אָבער װי נאָר זי האָט דערזען זײַן פּנים, איז איר אַלץ געװאָרן קלאָר: ״נײן, מיט מישען טאָר מען נישט אַזױ. בשום–אופֿן נישט. ער איז אַן אַרטיסט, און בײַ אַן אַרטיסט איז די נערװן–סיסטעם נישט קײן אײַזערנע. װען ער װאָלט געהאַט אײַזערנע נערװן, װאָלט ער נישט געשפּילט שאָפּענען און נישט רעציטירט קײן לידער אַזױ װוּנדערשײן — און דו װאָלסט זיך נישט פֿאַרליבט אין אים. דעריבער טו נישט אַזױ קײן מאָל מער, אַניט װעסטו אים פֿאַרלירן״.

— מישע, — קאַטיע איז האַסטיק צוגעגאַנגען צו אים און האָט אים אַרומגענומען, — מישענקע, זעץ זיך, — זי האָט זיך אַלײן אַװעקגעזעסן לעבן אים, — מישענקע, פֿאַרגעס, פֿאַרגעס װעגן אַלצדינג. שפּעטער װעלן מיר עפּעס צוטראַכטן, נאָר איצטער פֿאַרגעס װעגן אַלצדינג, כ׳בעט דיך. דער עיקר איז, אַז מיר האָבן אײנער דעם אַנדערן, און אַלץ װעט זײַן גוט, — זי האָט אים צוגעדריקט צו זיך און גענומען אים גלעטן און קושן…
                          

המשך קומט                            

Leave a comment