מרדכי יושקאָווסקי
יעדן זומער, זינט 1989 האָב איך אין משך פֿון זיבעצן יאָר אָנגעפֿירט מיטן יערלעכן סעמינאַר „ייִדיש און ייִדישקייט אין מיזרח־אייראָפּע‟. בעת די אַלע יאָרן האָבן זיך געלערנט אין די סעמינאַרן אַרום 1.300 יונגע ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. דער ערשטער סעמינאַר, הייַנט קאָן מען שוין זאָגן, אַ היסטאָרישער, איז פֿאָרגעקומען אין יולי 1989 אין מאָסקווע, און וועגן דעם איז שוין אַ סך דערציילט און אָנגעשריבן געוואָרן. אין די נעקסטע יאָרן פֿלעגן די סעמינאַרן פֿאָרקומען, אַ חוץ מאָסקווע, אויך אין קיִעוו, אָדעס, קעשענעוו, וויניצע, וואַרשע. אין משך פֿון די יאָרן זייַנען אַ סך אָנטיילנעמער פֿון די סעמינאַרן באַפֿרייַנדעט געוואָרן צווישן זיך, איך בתוכם. מיט אייניקע פֿון זיי האַלט איך אָן ענגע פֿרייַנדלעכע באַציִונגען ביז הייַנט־צו־טאָג.
אין חודש יולי 2000 איז דער יערלעכער סעמינאַר פֿאָרגעקומען הינטער קיִעוו, אין דער וואַלדיקער פֿאָרשטאָט „פּושטשאַ־וואָדיצאַ‟. דעמאָלט האָב איך זיך באַקענט מיט אַרקאַדי לאַזעבניק, וועלכער איז געקומען פֿון מאָסקווע. כאָטש ער איז מיט עטלעכע יאָר עלטער פֿון מיר, האָבן מיר גלייַך געפֿונען אַ סך געמיינזאַמס. עס האָט זיך אַפֿילו אַרויסגעוויזן, אַז ער האָט געוווינט אין דער זעלבער מאָסקווער געגנט, וווּ איך האָב געוווינט פֿאַר מייַן עולה זייַן קיין ישׂראל. מיר האָבן פֿאַרבראַכט שעהן־לאַנג אין אינטערעסאַנטע שמועסן, און מיר בלייַבן נאָענטע חבֿרים עד־היום. אַרקאַדי איז אַ הויכער שטאַלטנער מאַנצביל. דעמאָלט איז ער געווען אין אָנהייב פֿון זייַנע פֿערציקער יאָרן, מיט טונקעלע אויגן און פֿרי־אָנגעקומענע ווייַסע פֿעדעם אין די פּעך־שוואַרצע געקרייַזלטע האָר. ער האָט מיר דערציילט, אַז שוין אין משך פֿון עטלעכע יאָר פּרוּווט ער זיך לערנען ייִדיש אַליין, געגאַנגען אויך צו עטלעכע ייִדיש־לעקציעס אין מאָסקווע. ס’איז אים געווען וויכטיק צו באַהערשן די שפּראַך לזכר זייַנע עלטערן, וועלכע האָבן געשטאַמט פֿון אַ ווייַסרוסיש שטעטל און גערעדט צווישן זיך אָפֿטמאָל ייִדיש. ער האָט אַ סך געכאַפּט פֿון דער גערעדטער שפּראַך, אַ סך פֿאַרשטאַנען, נאָר ס’איז אים געווען שווער צו רעדן. זייַן ציל איז געווען ניט נאָר רעדן אויף ייִדיש, נאָר אויך זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, מוזיק, קולטור בכלל.
— פֿאַרשטייסט, — האָט ער מיר געזאָגט בעת איינעם פֿון אונדזערע שמועסן, — איך האָב ייִדיש געהערט אין שטוב זינט איך געדענק זיך. מייַנע ביידע עלטערן זייַנען פֿרי געשטאָרבן, און איך האָב זיך געגעבן אַ נדר, אַז אין זייער אָנדענק וועל איך אויסלערנען אַ גוטן ייִדיש, לייענען ליטעראַטור אויף ייִדיש. ווען איך הער די שפּראַך, שאַפֿט זיך בייַ מיר אַ געפֿיל, אַז איך קער זיך אום צוריק אַהיים, אין דער קינדהייט, צו די וואַרעמע, גוטע יאָרן… פֿאַר מיר איז עס דווקא זייער פּאַסיק, אַז אונדזער סעמינאַר קומט פֿאָר אין דער סאַנאַטאָריע פֿאַר טויב־שטומע, — האָט ער געזאָגט מיט אַ געלעכטער, — אַזוי פֿיל איך זיך מיט ייִדיש, פֿאַרשטיי כּמעט אַלץ און קאָן ניט אויסרעדן קיין נאָרמאַלן זאַץ.
נאָך אַ פּאָר געשפּרעכן האָבן מיר זיך געפֿילט גאַנץ נאָענט, און אַרקאַדי האָט מיר דערציילט מער פּרטים פֿון זייַן לעבן. ער איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע. פֿון די קינדער־יאָרן האָט אים געצויגן צו טעכנישע מכשירים. ער האָט געקאָנט שעהן־לאַנג זיך גריבלען אין אַן אַלטן ראַדיִאָ, צי עפּעס אַן אַרויסגעוואָרפֿענעם עלעקטרישן מכשיר, פֿונאַנדערקלייַבן אים אויף קליינע דעטאַלן, דערנאָך צונויפֿשטעלן, עפּעס פֿאַרבעסערן, איבערמאַכן. דאָס איז געווען זייַן באַליבסטער צייַט־פֿאַרברענג. ער האָט פֿאַרענדיקט דעם „מ.ע.י.ס.‟ (מאָסקווער אינסטיטוט פֿאַר עלעקטראָ־טעכנישע קאָמוניקאַציעס) און געאַרבעט ווי אַן אינזשענער אין אַ פּריוואַטער פֿירמע.
אין אַ פּאָר טעג נאָך אונדזער באַקאַנטשאַפֿט האָבן מיר זיך גענוג דערנענטערט און זיך געפֿילט היימיש איינער מיטן אַנדערן. נאָך דער וועטשערע זייַנען מיר אַרויס אויף אַ שפּאַציר אין דער פּאַסטאָראַלער שטילער געגנט, און איך האָב געפֿרעגט בייַ אַרקאַדי:
„און וואָס טוט דייַן פֿרוי? וויפֿל קינדער האָסטו?‟ — נאָך אַ ווייַלע פֿון אַ קורצער קווענקלעניש האָט ער געענטפֿערט מיט אַ קוים געשפּּירטן שמייכל, וואָס האָט געהאַט אַ ביטערלעכן בייַ־טעם:
— איך בין געהייראַט צום צווייטן מאָל. מייַן איצטיקע פֿרוי איז אַ לערערין פֿון אָנפֿאַנג־קלאַסן, און קינדער… עס ווענדט זיך וויִאַזוי צן ציילן…
— אויף ייִדיש ציילט מען קינדער ווייסטו וויִאַזוי? — האָב איך איבערגעפֿרעגט שמייכלענדיק, — ניט איינס, ניט צוויי, ניט דריַי… — קעגן עין־הרע.
— דאָס איז טאַקע אַ גוטער אייַנפֿאַל, — האָט זיך אַרקאַדי צעלאַכט, — אָבער בייַ מיר איז עס מער קאָמפּליצירט. איך האָב אַ טאָכטער פֿונעם ערשטן הייראַט, דערנאָך האָב איך חתונה געהאַט מיט אַ געגטער פֿרוי, וואָס האָט אַ זון, און מיר האָבן אויך אַ געמיינזאַם מיידעלע פֿון זעקס יאָר… בסך־הכּל… ווי זאָגסטו? — ניט דרייַ קינדער.
— און די עלטערע טאָכטער דייַנע איז וויפֿל יאָר אַלט? — האָב איך זיך אינטערעסירט אויף אַ גאַנץ נאַטירלעכן אופֿן.
פּלוצעם איז אַרקאַדיס פּנים געוואָרן זייער ערנסט. איך האָב דערפֿילט, אַז ער האָט זיך אַ ביסל דענערווירט, און די פֿראַגע האָט אים געקימערט. כ’האָב באַדויערט, אַז איך האָב אים געפֿרעגט וועגן דעם, אָבער נאָך אַ ווייַלע האָט ער געענטפֿערט:
— זי וועט אין דעצעמבער ווערן אַכצן יאָר… עס טוט מיר זייער וויי צו רעדן וועגן איר. דאָס איז אַ טיפֿע וווּנד אין מייַן האַרצן…
— זייַ מיר מוחל, — האָב איך זיך געאייַלט צו אַנטשולדיקן, — כ’האָב ניט געדאַרפֿט פֿרעגן בייַ דיר פּריוואַטע שאלות. אַנטשולדיק מיך, ביטע.
— ניין, האָסט זיך ניט וואָס צו אַנטשולדיקן, האָסט געפֿרעגט אַ נאָרמאַלע שאלה, — האָט מיך אַרקאַדי באַרויִקט, — ביסט ניט שולדיק, וואָס מייַן לעבן האָט זיך פֿאַרדרייט אַזוי, אַז ס’איז שוין אַכט יאָר, ווי איך קאָן נישט פֿונאַנדערלאָזן דעם פּלאָנטער און קומען צו עפּעס אַ טאָלק…
איך האָב זיך דערפֿילט סייַ געשפּאַנט, סייַ אומהיימלעך, פֿאַרשטייענדיק, אַז דער געשפּרעך איז אַרויס אויף עפּעס אַ פֿאַרבאָרגענער סטעזשקע אין אַרקאַדיס לעבן, אין וועלכן ער וויל קיינעם ניט אַרייַנלאָזן; אַז דאָס פּלאַץ איז פֿול מיט פּייַן, און ער ווייטיקט עס אַליין…
כ’האָב געוואָלט אַריבערפֿירן דעם געשפּרעך אויף אַן אַנדער טעמע און אים געזאָגט:
— לאָָז אָפּ… יעדער איינער האָט אַ סודותדיק ווינקל אין דער נשמה, וואָס ער וויל קיינעם אַהין ניט אַרייַנלאָזן… איך פֿאַרשטיי דיך, פֿאַרגעס וועגן דעם.
אַרקאַדי האָט אַראָפּגעלאָזט די אויגן, קוקנדיק ערגעץ אונטער די פֿיס. מיר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז ער האָט ניט געהערט מייַנע לעצטע ווערטער און געטראַכט וועגן עפּעס זייַנס, וועגן דעם, וואָס האָט אים געמוטשעט. דער אָוונט איז געווען זייער אָנגענעם, די פֿינצטער האָט זיך נאָך ניט אַראָפּגעלאָזט, אַרום איז געווען אַן אַבסאָלוטע שטילקייט. אַ חוץ דעם רעש פֿון ביימער און דעם איבערקלאַנג פֿון צוויטשערס, האָט מען ניט געהערט גאָרנישט. און אַזוי, גייענדיק אין דער שטיל, זייַנען מיר אַרויס אויפֿן ברעג פֿון אַן אָזערע. דאָרט האָבן מיר דערזען עטלעכע איינצלנע מענטשן, וועלכע האָבן זיך געקליבן שוין אַוועקצוגיין. ניט אָפּרעדנדיק צווישן זיך, האָבן מיר ביידע איינצייַטיק זיך אַוועקגעזעצט אויפֿן גראָז אַנטקעגן דער אָזערע, אַ פּאָר מינוט געקוקט שטילערהייט אויפֿן וואַסער, ביז אַרקאַדי האָט איבערגעריסן די שטילקייט:
— די נאַטור באַרויִקט דאָ באמת… ביסט גערעכט, יעדער איינער האָט זייַן קניפּל אין דער נשמה, וואָס לאָזט אים פֿרייַ ניט אָטעמען. איך פֿיל צו דיר גענוג צוטרוי, און מיר האָבן זיך אין די עטלעכע טעג גוט באַפֿרייַנדעט, אַזוי, אַז איך מיין, איך קאָן פֿאַר דיר אַנטפּלעקן מייַן ווייטיקלעכע וווּנד… איך שטעל זיך נישט קיין שום פּראַקטישע ציל, אָבער אפֿשר טאַקע, ווי זאָגט מען, עס אויף ייִדיש?..
— מיינסט מיסתּמא, אַז מע רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן, ווערט גרינגער?
— אָ, גענוי, פּונקט אַזוי פֿלעגט מייַן מאַמע עליה השלום זאָגן… ביסט גרייט אייַנזאַפּן אַ טרויעריקע געשיכטע? — האָט ער מיך געפֿרעגט, לייַכט ווינקענדיק.
— האָסט מיך שוין אַרייַנגעבראַכט אין אַזאַ שפּאַנונג און אינטריגע, אַז כ’וועל בכּוח דיך צווינגען מיר צו דערציילן, — האָב איך געוואָלט אַרייַנברענגען אַ ביסל שטיפֿערישקייט, כּדי לינדער מאַכן די אַטמאָספֿער.
— פֿאַרשטייסט, מייַן טאָכטער, דיאַנע, הייסט זי, איז שוין אַכט יאָר אין ישׂראל. מע האָט זי אָפּגעריסן פֿון מיר, ווען זי איז אַלט געווען צען יאָר, אָן מייַן דערלויבעניש, אָן מייַן וויסן אַרויסגעפֿירט פֿונעם לאַנד. זינט דאַן האָב איך ניט קיין שום ידיעה וועגן איר. איך האָב שוין געקערט וועלטן, כּדי זי צו געפֿינען, און… גאָרנישט… פּשוט אָן אַ מעסער אָפּגעשניטן אַ שטיק פֿון מייַן האַרץ און אַוועקגעפֿירט ווייַט פֿון מיר.
די דאָזיקע ידיעה האָט מיך דערשיטערט און אויפֿגערודערט. מסתּמא האָט עס בייַ מיר געדויערט אַ פּאָר מינוט, ביז איך האָב פֿאַרדייַט אַרקאַדיס ווערטער און געקומען צו זיך. אַרייַנאָטעמדיק די לופֿט, האָב איך שטילער געשטעלט אַ שלל מיט שאלות:
— וויִאַזוי איז עס מעגלעך? ווי קאָן געשען אַזאַ זאַך? וואָס הייסט, אַרויסגעפֿירט אַ קינד אָן דייַן וויסן? פֿאַר וואָס ווייסטו ניט, וואָס איז איצט מיט דער טאָכטער? פֿאַר וואָס האָסטו ניט באַנייַט דעם קאָנטאַקט מיט איר?
— פֿאַרשטייסט, אַלץ איז זייער פֿאַרפּלאָנטערט אין מייַן לעבן, כ’האָב דיר דאָך געזאָגט פֿון פֿאָרויס, אַז ס’איז זייער אַ טרויעריקע געשיכטע, — איז אַרקאַדי ממשיך געווען, — איך בין אַ טעכנאַר און קאָן ניט דערציילן שיין ווי דו, אַן עכטער הומאַניטאַרער. אָבער גלייב מיר, וועגן מייַן לעבן קאָן מען אָנשרייַבן אַ טרויעריקן, האַרצרייַסנדיקן ראָמאַן, ניט אין איין באַנד, נאָר אַ סאַגע אין עטלעכע בענד.
— נו, לאָמיר ניט זייַן אַזוי פּּעסימיסטיש, — האָב איך דערווידערט, וועלנדיק דערמוטיקן מייַן נייַעם חבֿר, — אויב אַפֿילו די סאַגע איז געווען טרויעריק ביז איצט, קאָנסטו דערווייַל ניט וויסן וואָס וועט זייַן ווייַטער, ווייַל דער סוזשעט גייט נאָך אַלץ אָן, און בדרך כּלל אַזעלכע גרויספֿאַרנעמיקע ווערק האָבן אַ גוטן סוף. אָבער זייַ אַזוי גוט און דערצייל מיר, וויִאַזוי איז עס געקומען צו אַזאַ מצבֿ. פֿאַרקערט, ווייַל ביסט אַ טעכנאַר, וועסטו קאָנען דערקלערן מער לאַקאָָניש און לאָגיש, אָן דעם איבעריקן עמאָציאָנעלן ווערטער־שטראָם.
— ביסט גערעכט, אַז מיר ווייסן נאָר וואָס עס איז געשען ביז איצט, און וועגן דעם, וואָס ס׳וועט זייַן… עס בלייַבט פֿאַר אונדז פֿאַרהוילן, און עס בלייַבט אונדז נאָר צו האָפֿן.
איך דאַרף דיר ניט דערציילן, אַז ווען מיר, בחורים, זייַנען יונג, טראַכטן מיט אָפֿטמאָל ניט מיטן קאָפּ. די האַרמאָנען שפּילן אין אַלע אבֿרים, און מיר ווערן פֿאַרבלענדט, פֿאַרנאַרישט, פֿאַרטעמפּט. די נאַטור איז דעמאָלט אַ סך שטאַרקער פֿונעם שׂכל. אין דעם זין בין איך ניט געווען קיין אויסנאַם. איך בין געווען איין און צוואַנציק יאָר אַלט, זיך געלערנט דאָס פֿינפֿטע שול־יאָר אינעם אינסטיטוט. איינעם אַן אָוונט, אויף אַ מסיבה בייַ אַ חבֿר אין שטוב האָב איך זיך באַקענט מיט איר… און זיך גלייַך פֿאַרליבט, ווי זאָגט מען, פֿונעם ערשטן קוק. זי, לאַריסע הייסט זי, האָט מיך געפֿאַנגען ביז איבער די אויערן. ס’איז ניט געווען סתּם אַ ליבע. ס’איז בייַ מיר געוואָרן עפּעס אַ פּאַטאָלאָגיע אין מוח, ווילסט, רוף עס „אָבסעסיע‟. זינט יענעם אָוונט האָב איך ניט געקאָנט מער עקזיסטירן אָן איר.
— איך פֿאַרשטיי וועגן וואָס דו רעדסט. אַלע האָבן מיר געהאַט מסתּמא אַזעלכע מאָמענטן אין לעבן, ווען די געפֿילן האָבן בייַ אונדז אַ שטרויכל געטאָן דעם שׂכל, — האָב איך געזאָגט און באַמערקט, אַז ווען אַרקאַדי האָט גערעדט וועגן זייַן גרויסער ליבע, אַפֿילו איצט, מער ווי צוואַנציק יאָר אַרום, האָבן די זכרונות אויפֿגעברויזט זייַן גאַנץ געמיט.
פּלוצעם האָט ער זיך געביטן אין פּנים, אויסגעזען מער עמאָציאָנעל, אויפֿגערודערט. די אויגן האָבן באַקומען אַ באַזונדערן גלאַנץ, ער איז אַרויס פֿון דער ראַם פֿון רויִקייט, וועלכע ער האָט געוויינטלעך עקראַנירט.
— לאַריסע איז געווען פֿון טשערנאָוויץ, אַ בת־יחידה בײַ אירע עלטערן. איר מאַמע איז געווען אַ ייִדישע, דער טאַטע — אַן אוקראַיִנער. ביידע זייַנען זיי געווען דאָקטוירים און פֿאַרמעגלעכע מענטשן. פֿאַרשטייט זיך, האָבן זיי זייער טעכטערל געבאַלעוועט אויף רעכטס און אויף לינקס. זי איז געווען אויסערגעוויינטלעך שיין: מיטלוווּקסיק, שלאַנק, געהאַט אַ פּרעכטיקע פֿיגור, מיט לאַנגע בלאָנדע האָר, ממש ווי זי וואָלט אַראָפּגעגאַנגען פֿון אַ רעקלאַמע־שילד. מע דאַרף זאָגן דעם אמת, זי איז אויך געווען זייער טאַלאַנטירט. זיך געלערנט מוזיק, זיך פֿאַרנומען מיט קינסטלערישער גימנאַסטיק, מיט באַל־טענץ. נאָכן ענדיקן די שול איז זי געקומען קיין מאָסקווע און אָנגענומען געוואָרן אינעם „מ.ג.י.ק‟ (מאָסקווער מלוכישן אינסטיטוט פֿאַר קולטור), פֿאַרשטייט זיך, אַ דאַנק דעם, וואָס זי האָט געטראָגן דעם טאַטנס פֿאַמיליע־נאָמען און פֿאַרשריבן געווען ווי אַ אוקראַיִניקע. זי האָט שטודירט כאָרעאָגראַפֿיע. ווען איך האָב זי דערזען דאָס ערשטע מאָל אין טאַנץ אויף אַן אויפֿטריט אין איר אינסטיטוט, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז ס’איז ניט קיין מיידל בשׂר־ודם, נאָר אַ מלאך, און אָט־אָט קריגט זי פֿליגל און פֿליט אַרויף. איך בין פּשוט געפּלעפֿט געבליבן פֿון איר שיינקייט און פֿון איר טאַנץ־לשון. זי פֿלעגט טאָן אַזעלכע באַוועגונגען, אַז ס’איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַ מענטשלעכער גוף איז אויף אַזוינס מסוגל.
— זי איז ייִנגער פֿון דיר? — האָב איך איבערגעריסן אַרקאַדיס רירעוודיקע באַשרייַבונג.
— יאָָ, — האָט ער געענטפֿערט, — מיט אַ יאָר ייִנגער, — און ממשיך געווען, — בקיצור, צווישן אונדז האָט זיך צעפֿלאַקערט אַ גוואַלדיקע ליבע. אַלע מייַנע טעג זייַנען דורכגעגאַנגען מיט איין מחשבֿה, אַז אין אָוונט וועל איך זיך ווידער טרעפֿן מיט איר, און מיר וועלן ווידער פֿאַרברענגען אין איינעם. מייַן משפּּחה האָט גראַדע דעמאָלט איבערגעלעבט אַ ניט קיין לייַכטע תּקופֿה. ממש פֿאַרן פֿאַרענדיקן דעם אינסטיטוט, ווען איך האָב געשריבן די דיפּלאָם־אַרבעט, איז פּלוצעמדיק געשטאָרבן מייַן פֿאָטער. ער איז געווען נאָך ניט קיין אַלטער מאַן, בסך־הכּל זיבן און פֿופֿציק יאָר אַלט. ער האָט געהאַט פּראָבלעמען מיטן בלוט־דרוק, אָבער קיינער האָט זיך ניט געריכט, אַז אָט אַזוי פּלוצעם וועט ער קריגן אַ פּאָפּלעקציע און אַוועקגיין אַזוי פֿרי. די מאַמע האָט עס זייער שווער אויפֿגענומען. פֿון איר איז ממש אַ טייל געוואָרן. זיי זייַנען געווען זייער צוגעבונדן איינער צום אַנדערן. איך האָב אויך אַן עלטערן ברודער, און מיר זייַנען געבליבן אין אונדזער דריַי־צימערדיקער דירה אין ראָסטאָקינאָ: איך, די מאַמע און דער ברודער. אָבער, ניט געקוקט אויף די אַלע פּראָבלעמען, האָט די ליבע געפֿלאַמט אין מיר. איך האָב פֿאַרענדיקט דעם אינסטיטוט, געאַרבעט אין אַ קאָמוניקאַציע־אַנשטאַלט, לאַריסע איז שוין געהאַלטן בײַם פֿאַרענדיקן דעם אינסטיטוט, און מיר האָבן באַשלאָסן חתונה צו האָבן.
— מייַן מאַמע עליה השלום איז געווען זייער אַ קלוגע פֿרוי. איר אינטויִציע האָט זי קיינמאָל ניט מכשיל געווען. בייַ אונדז אין דער משפּחה איז עס געווען אַ שם־דבֿר. פֿאַקטיש אַ דאַנק איר אינטויִציע, איז זי לעבן געבליבן, אָבער דאָס איז אַ לאַנגע געשכיטע, אפֿשר אַמאָל וועל איך דיר דערציילן. די מאַמע פֿעלט מיר הייַנט זייער אויס… אַאַאַ…, ווען איך וואָלט געקאָנט מיט איר זיך אַן עצה האַלטן. — האָט אַרקאַדי פּלוצעם צעצויגן די ווערטער און אָפּגעזיפֿצט, — זי פֿלעגט ממש פֿאָרויסזען געשעענישן. איך געדענק ביז הייַנט יענעם טאָג, ווען איך האָב געבראַכט לאַריסען אין אונדזער שטוב צום ערשטן מאָל. מייַן ברודער האָט געהאַלטן נאָך אין איין שפּאַסן און געפֿרעגט, צי ער זאָל אָנטאָן אַ „באַבאָטשקע‟ מיט אַ פֿראַק, צי ניט, צי ער מוז זייַן אין אַ ווייַסער בלוזע, צי עס קאַן זייַן אַ קאָלירטע אויך, און די מאַמע האָט אָנגעגרייט אַ טיש ווי פֿאַר מלכים. יענער אָוונט איז דורכגעגאַנגען, דאַכט זיך, שיין און פֿייַן. אַלע האָבן גערעדט מילד און העפֿלעך. דערנאָך בין איך געפֿאָרן באַגלייטן לאַריסען ביז איר צוזאַמענוווינונג אין כימקי (דעמאָלט פֿלעג איך פֿאַרברענגען מער צייַט אין כימקי, איידער אין מאָסקווע). מיר זייַנען געשטאַנען בייַ דער טיר דאָרטן און זיך געקושט אַזוי, אַז פֿלאַמען זייַנען געפֿלויגן פֿון די אויגן, ניט געקאָנט זיך אָפּרייַסן איינער פֿון דעם אַנדערן. ווען כ’בין צוריקגעקומען אַהיים, האָב איך גלייַך דערפֿילט, אַז די מאַמע איז עפּעס פֿאַרטראַכט און טרויעריק. בכלל האָב איך מיט דער מאַמען געהאַט אַ זעלטענע פֿאַרבינדונג. מיר האָבן געפֿילט איינער דעם אַנדערן, פֿאַרשטאַנען אָן ווערטער, זיך קיינמאָל ניט געקריגט. אָבער יענעם אָוונט האָב איך זיך צעקריגט סייַ מיט דער מאַמען, סייַ מיטן ברודער. די מאַמע האָט מיך אַוועקגעזעצט אַנטקעגן זיך און מיט אַזאַ ערנסטן אומגעוויינטלעכן פֿאַר איר טאָן מיך דערשיטערט: „אַרקאַשע, — האָט זי געזאָגט, — איך פֿאַרשטיי גאַנץ גוט, אַז דו ביסט פֿאַרליבט און פֿאַרבלענדט, נאָר דאָס מיידל איז ניט פֿאַר דיר. דו ווייסט דאָך, אַז מייַן אינטויִציע דערלאָזט ניט קיין טעותים. קיין גוטס וועט פֿון דער ליבע ניט אַרויס‟. און דאַניק, דער ברודער, איז אַרײַנגעלאָפֿן אינעם גרויסן צימער און אויך צוגעגאָסן בוימל אין פֿייַער: „הער זיך צו, — האָט ער צו מיר געוווּנקען, — ווי אַ מאַנצביל פֿאַרשטיי איך דיך זייער גוט. זי איז אַ שיינהייט, און קיין נאָרמאַַלער בחור וועט ניט אַדורכלאָזן אַזאַ מיידל. פֿירן מיט איר אַ ליבע איז אפֿשר טאַקע אַ זיסע זאַך, אָבער חתונה האָבן מיט אַזאַ מיידל, וואָלט איך דיר ניט געראַטן. ס’איז גאַנץ געפֿערלעך‟. איך געדענק, אַז דאָס בלוט האָט מיר אַ שפּראָץ געטאָן אין קאָפּ, איך בין אויפֿגעשפּרונגען און זיך אַ וואָרף געטאָן אויף אים מיט פֿויסטן. נאָר דער מאַמעס געשריי האָט מיך אָפּגעהאַלטן, אַניט — וואָלט עס געקומען צו אַ געשלעג.
— הייסט עס, דייַנע נאָענטע זייַנען געווען קעגן דייַן חתונה מיט לאַריסען, — האָב איך איבערגעריסן אַרקאַדיס דערציילן.
— וואָס ווייסטו? אין משך פֿון עטלעכע טעג זייַנען געווען אין שטוב סקאַנדאַלן מיט געשרייען. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין מייַן לעבן, ווען איך האָב זיך ערנסט געקריגט מיט דער מאַמען, געהעכערט די שטים, און מיטן ברודער האָב איך זיך אינגאַנצן צעגראָטשקעט, אים פּשוט איגנאָרירט. אין אַ וואָך אַרום בין איך געקומען אַהיים און זיי ביידע מודיע געווען: „דאָס מאָל וועט אייַך גאָרנישט ניט העלפֿן. מיר גייען מאָרגן מיט לאַריסען אָנגעבן די אָנמעלדונג אין „ז.אַ.ג.ס‟, און דאָס איז ניט קיין טעמע פֿאַר באַהאַנדלונג. אויב איר ווילט, וועט זייַן אַ חתונה, אויב ניט, איז אויך ניט קיין צרה. מיר קאָנען זיך באַגיין אָן דעם אויך. און אַז מיר וועלן זיך פֿאַררעגיסטרירן, וועט לאַריסע אַריבערפֿאָרן אַהער. מיר וועלן וווינען אין מייַן צימער. דאָס איז אַלץ, וואָס איך האָב אייַך ביידע צו זאָגן‟. איך בין אַרויס אין קיך און געהערט, ווי די מאַמע האָט אינעם גאַסט־צימער אויסגעבראָכן אין אַ געוויין און געזאָגט צו דאַניקן: „עס וועט אונדז טאַקע גאָרנישט ניט העלפֿן. זאָל ער טאָן וואָס ער וויל. איך האָב ניט קיין כּוח מער פֿאַר סקאַנדאַלן. ער איז פֿאַרליבט און באַנעמט ניט קיין זאַך מיטן קאָפּ. וואָס איז באַשערט, דאָס זאָל זייַן‟.
— פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס האַרץ האָט מיר גוט געקלעמט פֿאַר דעם, וואָס איך האָב גורם געווען דער מאַמען צו וויינען, אָבער איך בין באַשטאַנען אויף מייַנס. נאָכן נייַ־יאָר, מיט־יאַנואַר, האָט לאַריסע געהאַט ווינטער־וואַקאַציעס, איך האָב געבעטן אויף דער אַרבעט אַ וואָכיקן אורלויב אויפֿן אייגענעם חשבון, און מיר זייַנען געפֿאָרן קיין טשערנאָוויץ זיך באַקענען מיט אירע עלטערן. אַלץ האָט אויסגעזען זייער פֿייַן. אירע טאַטע־מאַמע האָבן מיך אויפֿגענומען זייער פֿרייַנדלעך. אויף אַ פּאָר טעג זייַנען מיר געפֿאָרן אין די קאַרפּאַטן, קיין וויזשניץ. מיר האָבן זיך געגליטשט אויף ליזשעס אין די בערג. דעמאָלט האָב איך טאַקע פֿאַרשטאַנען, וואָס גן־עדן מיינט. מע דאַרף זייַן אַ דיכטער, צו באַשרייַבן דאָס, וואָס איך האָב דעמאָלט געפֿילט, און ניט אַ טעכנאַר ווי איך. שטעל דיך פֿאָר, מיר גליטשן זיך, דער שניי שפּילט מיט אַלע פֿאַרבן און שאַטירונגען, אַ לייַכטער פֿראָסט בייַסט די צערויטלטע באַקן, די וויִעס זייַנען באַדעקט מיט שנייעלעך, מיר וואַלגערן זיך אין שניי, צעבריטע פֿון קושן זיך, און קיין זאַך עקזיסטירט נישט אַרום, נאָר זי און איך, און די ברענענדיקע ליבע צווישן אונדז.
— הער זיך צו, — האָב איך געזאָגט מיט אַ האַלבן שמייכל, — איך בין איצט ערנסט און זאָג עס ניט ציניש, — דו באַשרײַבסט גאַנץ פּאָעטיש און שיין, אַזוי, אַז מע פֿילט ניט אַפֿילו, אַז ביסט אַ טעכנאָר. דאַנקען גאָט, פֿאַרמאָגסט בפֿירוש אַ בלימלדיקע שפּראַך.
מיר ביידע האָבן זיך צעלאַכט אויף אַ ווייַלע און ערשט איצט באַמערקט, אַז ס’איז שוין אינגאַנצן פֿינצטער. די וואַסער אין דער אָזערע האָט חושכדיק געגלאַנצט און זיך כּמעט ניט גערירט. די לופֿט איז געוואָרן אָנגענעם קילבלעך, דאָ און דאָרט האָט מען געהערט די קולות פֿון גרילן. מיר זייַנען אויפֿגעשטאַנען פֿונעם גראָז און זיך געלאָזט לאַנגזאַם גיין אין דער ריכטונג פֿון דער סאַנאַטאָריע, אין וועלכער ס׳איז פֿאָרגעקומען אונדזער סעמינאַר.
דער געשפּרעך איז אָנגעגאַנגען ווייַטער אויפֿן וועג, און אַרקאַדי האָט פֿאָרגעזעצט:
— בקיצור, נאָך דער וווּנדערבאַרער וואָך אין טשערנאָוויץ, קומענדיק צוריק קיין מאָסקווע, האָבן מיר טאַקע אָנגעגעבן די אָנמעלדונג אין ז.אַ.ג.ס. די מאַמע און דאַניק זייַנען משלים געווען דערמיט, ווי ס’וואָלט געווען אַ צרה, וואָס מע קאָן זי ניט אויסמייַדן. מע האָט געמאַכט אַ חתונה אינעם רעסטאָראַן פֿונעם האָטעל „אוקראַיִנע‟, ניט קיין גרויסע, נאָר בייַ פֿערציק־פֿופֿציק מענטשן זייַנען געקומען. אין אַ פּאָר חדשים אַרום האָט לאַריסע פֿאַרענדיקט דעם אינסטיטוט.
— דערווייַל איז לאַריסע אַריבערגעפֿאָרן אין אונדזער שטוב. דאַניק האָט געטאָן אַ ברייטן זשעסט און אָן אַן איבעריק וואָרט איז ער אַריבער צו וווינען אינעם גאַסט־צימער, באַפֿרײַט פֿאַר אונדז דעם צימער, וווּ מיר האָבן פֿון קינדהייט אָן געוווינט מיט אים אין איינעם. ס’איז גוט, אַז אַלע דרייַ צימערן זייַנען געווען בייַ אונדז באַזונדערע. לאַריסע איז אָנגענומען געוואָרן צו אַרבעטן אין אַ כאָרעאָגראַפֿישן אַנסאַמבל בייַם „מאָסגאָרקאָנצערט‟, און, דאַכט זיך, אַז אַלץ איז אָנגעגאַנגען ניט שלעכט.
— און ווי זייַנען געווען לאַריסעס באַציִונגען מיט דער מאַמען? — האָב איך געפֿרעגט מיט אַ מין נייַגער.
— אין אָנהייב ניט שלעכט, די מאַמע האָט אַפֿילו אַנגעהויבן זיך צו באַרויִקן. זי האָט זיך באַמיט אַרויסצוּווייַזן פֿאַר איר די מערסטע דאגה און מאַמעדיקייט. צייַטווייַז האָט זיך מיר אַפֿילו אויסגעדאַכט, אַז זיי זייַנען געוואָרן בעסטע חבֿרטעס און סודען זיך וועגן זייערע ווייַבערישע זאַכן. אין אַ יאָר אַרום נאָך אונדזער חתונה האָט לאַריסע פֿאַרשוואַנגערט. פֿאַרשטייט זיך, פֿונעם פֿערטן חודש האָט זי געמוזט אויפֿהערן צו טאַנצן. איר דאָקטער איז ממש באַשטאַנען אויף דעם. און זינט דאַן איז אַזוי ווי אַ דיבוק אין איר אַרייַן. זי איז געוואָרן אַן אַנדער מענטש. פֿון יענעם תּמיד לאַכנדיק, תּמיד פֿריילעך און צוגעלאָזט מיידל איז קיין זכר ניט געבליבן.
— איך ווייס, אַז צומאָל לייַדן פֿרויע פֿון עמאָציאָנעלע שפּרונגען און ניט סטאַבילקייט בעת זייער טראָגן, — האָב איך באַמערקט.
— איך און די מאַמע, מיר האָבן אויך אַזוי געטראַכט, — און מורא געהאַט אַן איבעריקן שאָרך צו טאָן, אָבער עס איז געווען עפּעס אַנדערש, ס’איז געווען איבער דער מאָס. קודם, האָט זי מיר געדראָט, אַז זי דאַרף נישט דאָס קינד, און זי וועט מאַכן אַן אַבאָרט, און איך, שטייענדיק אויף די קני, האָב זי געבעטן דאָס ניט צו טאָן. אויף יעדן שריט און טריט האָט זי זיך געוואָרפֿן, געשריִען, געשלייַדערט זאַכן, געזידלט. די מאַמע האָט אויסגעמיטן אַן איבעריק מאָל אַרויסגיין פֿון איר צימער, דאַניק איז כּמעט אויסגערונען. ער פֿלעגט אַוועקגיין אין דער פֿרי, קומען שפּעט בײַ נאַכט, זיך אַ וואָרף טאָן שלאָפֿן און אין דער פֿרי ווידער אַנטלויפֿן. שבת־זונטיק פֿלעגט ער אַוועקפֿאָרן צו זייַנע חבֿרים, און כּמעט נעלם געוואָרן פֿון שטוב. אין איין רגע איז דאָס רויִקע לעבן פֿון אונדזער משפּחה צעשטערט געוואָרן. איך האָב טעלעפֿאָנירט צו אירע עלטערן, געבעטן, זיי זאָלן קומען צו אונדז און באַרויִקן זייער טאָכטער. פֿון דעסטוועגן זייַנען זיי דאָך דאָקטוירים, אָבער דאָס האָט אויך גאָרנישט ניט געהאָלפֿן.
— פֿאַרשטייט זיך, די גאָנצע יוכע האָט זי אַויסגעלאָזט אויף מיר. ס’איז ניט איבערצוגעבן, וואָס איך האָב אויסגעהערט פֿון איר: אַז איך בין אַ נישטיקייט, אַ לא־יוצלח, גאָרנישט ווערט, אַז איך האָב זי ספּעציעל פֿאַרנאַרט אין מייַן נעץ, אַז זי האָט געקאָנט אויסקלייַבן דעם שענסטן און בעסטן בחור, אָבער דער ביטערער גורל האָט זי צונויפֿגעפֿירט מיט מיר, אַז צוליב מיר וועט זי מוזן זיך צעשיידן מיט טענץ, כאָרעאָגראַפֿיע און שעפֿערישקייט, וואָס דאָס איז דער תּמצית פֿון איר לעבן, אַז צוליב מיר וועט זי אויסלעבן איר לעבן אין אָרעמקייט, ווייַל איך בין אַ נישטיקער אינזשענער, און מער ווי אויף 150 רובל, אויף וועלכע מע דאַרף וואַרטן אַ גאַנצן חודש, בין איך אויף גאָרנישט ניט מסוגל… דאָס האָב דיר אויסגערעכנט נאָר די סאַמע ריידבאַרע באַשולדיקונגען. עס זייַנען געווען אויך אַזעלכע, וואָס איך שעם זיך דיר צו דערציילן. קאָנסט זיך שוין אַליין פֿאָרשטעלן דאָס איבעריקע.
איך האָב זיך צוגעהערט צו אַרקאַדיס ווערטער און בין פּשוט נשתּומם געוואָרן פֿון זייַן איבערלעבונג. כ’האָב דערפֿילט אַן עכטע מיטלייַד צו אים און ניט געוווּסט וויִאַזוי צו רעאַגירן, וואָס צו זאָגן. כ’האָב זיך פּלוצעם געשפּירט גאָר אומהיימלעך. דערווייַל זייַנען מיר דערגאַנגען ביז דער סאַנאַטאָריע, און אַרקאַדי האָט געפֿרעגט:
— ביסט מיד מסתּמא, ווילסט שוין גיין שלאָפֿן?
— ניין, פֿון וואָס זאָל איך זייַן מיד? לאָמיר זיצן דאָ אויף אַ באַנק און שמועסן, — האָב איך פֿאָרגעלייגט.
— גוט, — איז ער ממשיך געווען. מייַן מאַמע איז געווען זייער אַ גוטער פּראָוויזאָר. אַ סך יאָר האָט זי אָפּגעאַרבעט ווי אַ פֿאַרוואַלטערין פֿון אַן אַפּטייק. כאָטש קיין דאָקטער איז זי ניט געווען, נאָר אין מעדיצין האָט זי פֿאַרשטאַנען אַ סך מער פֿון אייניקע דאָקטוירים. זי האָט מיר קיינמאָל ניט פֿאָרגעוואָרפֿן אין נוסח: „נו, חכם איינעם, איך האָב דיך דאָך געוואָרנט. גיי דערצייל מיר איצט מעשׂיות וועגן דייַן גרויסער ליבע…‟. פֿאַרקערט, זי האָט מיר געגעבן גאַנצע לעקציעס וועגן די האָרמאָנאַלע ענדערונגען בייַ פֿרויען בעתן טראָגן, האָט מיר אַפֿילו געבראַכט אַ פּאָר ביכער וועגן דעם און געפּרוּווט מיט אַלע כּוחות מיך צו באַרויִקן און אייַנרעדן, אַז די לאַגע וועט זיך ענדערן נאָכן געבורט פֿונעם קינד. איך פֿלעג צונויפֿקוועטשן די פֿויסטן און פֿאַרמאַכן דאָס מויל, אויסהערן אירע געשרייען, געליטן און געשוויגן. איך האָב זייער געוואָלט גלייבן אין דעם, אַז נאָכן האָבן דאָס קינד וועט פֿון איר אַרויסגיין דער בייזער דיבוק, און איך וועל באַקומען צוריק מייַן ליבלעכע, טייַערע, פֿריילעכע לאַריסע…
המשך קומט