דאָס פֿינפֿטע קאַפּיטל
2
כאָטש פּוּיקעלע איז נישט געווען קיין ייִד פֿון סאַמע געדיכטסטן טייג און אין טאָג־טעגלעכן לעבן האָט תּמיד אויסגעמיטן זיך וואַרפֿן יענעם אין די אויגן, האָט אין אים דאָך געטליִעט אַן עקשנותדיקע ייִּדישע שטאָלצקייט. ער האָט געהאַלטן ייִדישקייט אויף זײַן אייגענעם אופֿן אויכעט אין די יאָרן, ווען ער איז נאָך געווען אַ „געזונטער עלעמענט‟ מיט געזונטע וואָרצלען, געאַרבעט פֿלײַסיק אין פֿאַבריק און פֿלעגט אָנטיילנעמען, ווי אַ דעלעגאַט, אין די צוזאַמענפֿאָרן פֿון דער פּאַרטיי; אַפֿילו, ווען ס׳האָט זיך געמאַכט ער זאָל געווען באַערט ווערן מיט אַ מעדאַל „פֿאַר העלדמוטיקער מי‟, האָט ער געהאַט די אייגענע ייִדישע פּרינציפּן. למשל, ער האָט זיך שטענדיק אָפּגעזאָגט פֿון אַרײַנברענגען אַ „ווינטער-בוים‟ אין שטוב אַרײַן, נישט געקוקט אויף דער שפּאָט, וואָס ער האָט געדאַרפֿט אָפּקומען בײַם ווײַב. ער פֿלעגט אויך שאַרף אַרויסטרעטן קעגן אַזעלכע ייִדן, וואָס האָבן נאָכגעטאַנצט זייערע שכנים און זיך נאָכגעגעבן דעם גוייִשן מינהג.
האַרט פֿאַרן נײַעם יאָר, דערוויסנדיק זיך, אַז זעליג און קלאַריס האָבן אַרײַנגעבראַכט אַ „ווינטער-בוים‟ אין שטוב, רחמנא-ליצלן, נאָר כּדי צופֿרידנצונשטעלן זייער בן-יחידל, אַנדריי, האָט זיך צעפֿלאַקערט צווישן אים און זעליגן אַ הייסער וויכּוח. פּוּיקעלע, וואָס האָט געהאַט אַ טבֿע אַלץ אַראָפּשלינגען, אָננעמען פֿאַר ליב די קלעפּ און ווענדן אַלע כּוחות, כּדי אויסצומײַדן יעדעס מחלוקת, האָט דעמאָלט פּלוצעם געהערט זיך זאָגן צווישן די ציין: „אַזוי וואַקסט מען אַן אַראָפּגעבויגענער ייִד!‟
זעליג, וואָס איז געווען פֿון דעם זעלבן מין ייִד, אַז ער פֿלעגט אַראָפּגיין פֿון די בינע־ברעטער און אויסטאָן די יופּע, איז ער גרייט געווען יענעם פּוצן די שיך מיט דער צונג, אַבי זיך אַרויסדרייען פֿון אַ קלעמעניש. ער האָט זיך געפֿילט שטאַרק געטראָפֿן. זעליג האָט זיך אײַנגערעדט, אַז ער איז אַן איידעלער מענטש פֿון קונסט, טעאַטער און הויכע פּרינציפּן, דערפֿאַר פֿילט זעליג זיך געטראָפֿן און לאָזט זיך אַרײַן אין אַ פֿילאָסאָפֿישער דרשה. די לענג פֿון דער דאָזיקער דרשה הענגט אָפּ פֿון דער אינערלעכער וווּנד; אַז ס׳איז ממש סכּנת-נפֿשות זיך אַרײַנפּלאָנטערן אין זײַנע פֿילאָסאָפֿיעס. אַ טרוקענער קומט מען פֿון זײַן פּילפּול נישט אַרויס.
זעליג: „גאָט קוקט נישט פֿון אויבן! אַרײַנברענגען אַ ווינטער-בוים אין שטוב? אַ גרויסע מעשׂה, בנאמנות! מענטשן האָבן געקוילעט, אַרײַנגעוואָרפֿן אין די אויוונס און אויפֿגעהאָנגען אַנדערע מענטשן, און בײַ נאַכט זענען זיי רויִק געשלאָפֿן מיט די ווײַבער. קיינער איז נישט באַשטראָפֿט געוואָרן. זיי אַלע לעבן הײַנט ווי גאָט, און די ייִדן? די ייִדן זענען הײַנט אַ הײַפֿל אַש ערגעץ. עס איז פֿון זיי גאָרנישט ניט געבליבן, אַ חוץ זייער צוגערויבטן האָב-און-גוטס, פֿון וועלכן זייערע בעסטיאַנישע תּלינים זענען רײַך געוואָרן. עס איז נישטאָ קיין גאָט און דערפֿון דרינג איך, אַז עס זענען אויך נישטאָ קיין ייִדן, ווײַל וואָס איז עס אַזוינס אַ ייִד אָן גאָט? אַ משוגענער, וואָס פֿאָלגט די דינים פֿון נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן.‟
„נו, האָסט שיין אָפּגערעדט, זעליג. נישטאָ וואָס צו דברן פֿאַר די מענטשן, פֿון וועלכע עס באַשטייט דײַן עולם, טײַערער?‟ — האָט פּוּיקעלע געשמייכלט. — „פֿאַר וועמען טאַנצסטו אונטער אויף די ברעטער? אַ מאָל ביסטו האָצמאַך, אַ מאָל שמשון־הגיבור און אַ מאָל משה גרויס. איז, פֿאַר וועמען? פֿאַר וועמען לויפֿסטו אַרום און שוויצסט אין די וואַרעמע קאָסטיומען מיט די צוגעקלעפּטע וואָנצעס? פֿאַר קיינעם נישט? אויב אַזוי ביסטו אַליין, אין אַ גוטער שעה, אַ צעדרייטער אויפֿן גאַנצן קאָפּ! לויפֿסט אַרום און רעדסט צו זיך אַליין.‟
זעליג האָט זיך גלײַך אָנגעצונדן, ווי ער וואָלט אַצינד געווען בר-כּוכבא פֿון גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע:
„פֿאַר וועמען? איך וועל דיר באַלד לאָזן וויסן פֿאַר וועמען! עס איז דאָ… קונסט! טעאַטער! אייביקייט. קליינע מענטשן מיט שמאָלע קעפּ קאָנען נישט באַנעמען די גרויסקייט פֿון…‟
דאָ האָט זיך אַרײַנגעמישט קלאַריס. זײַענדיק אַליין אַן אַקטריסע, האָט איר אויער גלײַך אויפֿגעכאַפּט די דראַמאַטישע באַטאָנענקייט:
„בר-כּוכבא! זעץ דיך שוין צום טיש. קום עסן! לאָז איבער די גרויסע רייד אויף שפּעטער! די זופּ ווערט קאַלט.‟
און איצט, בײַ דער סדר־נאַכט האָבן זיך קלאַריס און פֿרוי פֿידער, די אַלמנה, געפּאָרעט אין פּוּיקעלעס שמאָלער און פֿינצטערער קיך, מוסר-נפֿש געווען בעתן צוגרייטן די געפֿילטע-פֿיש און אָפּשוימען די גאָלדענע יויך.
אינעם וווינצימער האָבן די מענער: פּוּיקעלע, סעם, זעליג, ישׂראל מאַרקאָוויטש, אַ קליינוווּקסיקער און ברייטער פּאַרשוין, אַ פּליכעוואַטער, די האָר גרוי, ווי די פֿעדערן פֿון אַ טויב, אויף דער קאַרטאָפֿלדיקער נאָז האָבן זיך געהאַלטן מיט צרות אַ פּאָר ברילן מיט דיקע שײַבעלעך און אַ דיק, אַלטמאָדיש רעמל, — אַ נידער-ראַנגיקער בוכהאַלטער, קוים אַ שרײַפֿעלע אין דעם מעכאַניזם פֿון פּרימעריִע. ער האָט געזאָלט האָבן אַ ווײַב, אָבער זי איז קיינמאָל נישט געקומען מיט אים, האָט ער זי קיינמאָל נישט דערמאָנט מיט קיין וואָרט. ער האָט געהאַט העכערע ענינים אין זינען ווי אַ נקבֿה; ער האָט זיך געשניטן אויף אַ ייִדישן פּאָעט און דראַמאַטורג. ער האָט לעצטנס אָנגעשריבן אַ פּיעסע וועגן דעם אויפֿשטאַנד אין דער וואַרשעווער געטאָ און זיך נישט געקאַרגט אויף קאָמוניסטישער מליצה, לויט דעם באַקאַנטן שניט. ער האָט געבראַכט מיט זיך די פּיעסע און געהאַט בדעה פֿאָרלייענען די גאַנצע פֿינעף אַקטן פֿאַר דעם אָנגזעענעם עולם, וואָס האָט נישט געקאָנט גלאַט אַזוי זיך אויפֿהייבן פֿונעם טיש און שטעלן פֿיס, צוליב דעם כּבֿוד פֿון דער סדר־נאַכט, דעם ליכטיקן אָנדענק נאָך טאַטע-מאַמע און דאָס גלײַכן.
זעליג האָט ווידער אָנגעהויבן בויערן די קעפּ מיט זײַנע פֿילאָסאָפֿישע חקירות. ער האָט פֿאָרגעוואָרפֿן פּוּיקעלען, כאָטש פּוּיקעלע איז בלויז געווען דער בעל-שׂימחה און האָט נישט געהאַט קיין נגיעה מיט פֿיש:
„זאָג מיר, איך בעט דיך, פֿאַר וואָס דאַרף דער העכט באַצאָלן מיטן לעבן אַיעדעס יאָר, הלמאַי די ייִד האָבן מיט דרײַ טויזנט יאָר צוריק געבראָכן די קייטן פֿון קנעכטשאַפֿט? וועמען האָט עס באַרירט און פֿאַר וועלכע זינד קומט דער העכט אָפּ?‟
„זעליג, לאָז געמאַך!‟ — האָט זיך סעם אַרײַנגעמישט. — „קיינער וועט דיר נישט וואַרפֿן דעם פֿיש אין פּיסקעלע אַרײַן בגוואַלד.‟
„ס׳שמעקט דיר נישט צו עסן פֿיש?‟ — האָט ישׂראל מאַרקאָוויטש געזאָגט מיט אַ ניגון. — „עס זיי נישט! אַן אַנדערער וועט זיי אויפֿעסן.‟
„שוין איין מאָל אויפֿעסן!‟ — האָט פּוּיקעלע געוווּנקען.
זעליג האָט געטאָן אַ מאַך:
„געזונטערהייט! מיר וועט נישט בלײַבן שטעקן אַ ביינדל אין גאָרגל!‟
סעם איז געזעסן אויבנאָן, אויף אַ העכערן בענקל, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ וויכטיקן גאַס. ער האָט געפּויקט מיט די פֿינגער אויפֿן טיש און זיך אָנגערופֿן:
„אויכעט דאָריס איז געוואָרן וועגעטאַריש אַ שטיקל צײַט. אַזאַ צרה אויף מיר! איך פֿלעג מיך אײַנטענהן מיט איר אַזוי: זעליג, הער דיך אײַך מיט קאָפּ. אין קאַנאַדע איז דאָ אַזאַ סאָרט פֿיש מיטן נאָמען סאַלמאָן; זיי לייגן די פֿיש-אייער ערגעץ אין אַן אָזערע און דערנאָך שווימען זיי קעגן דעם שטראָם, ממש משה קאַפּויער, און מאָל דיך אויס! זיי שפּרינגען די בערן, וואָס קוקן אויף זיי אויס בײַ די ברעגן פֿון טײַך, טאַקע אין פּיסק אַרײַן און אַזאַ איז זייער סוף. די מעשׂה ציט זיך פֿון אָדם-הראשון צײַט אָן. זאָג אַליין… דו ביסט דאָך אַ מענטש וואָס האָט עפּעס געזען, געלערנט, געלייענט און געהערט, ווי עס איז מעגלעך אַזאַ זאַך? טאָמער דאָס איז נישט גאָטס ווילן, ווייס איך נישט וואָס גאָט וויל…‟
„טאַקע די בערן אין פּיסק אַרײַן?‟ — האָט ישׂראל מאַרקאָוויטש אָנגעשטעלט אויף סעמען אַ פּאָר קינדיש-פֿאַרחידושטע אויגן.. — „דאָס קאָן מען נישט פֿאַרשטיין מיטן שׂכל.‟
פּוּיקעלע האָט געשײַנט יענע נאַכט, ווי אַ חתן. ער האָט אויסגעשאָסן אַ געלעכטער:
„מ׳קאָן דאָס זייער גוט פֿאַרשטיין. ס׳לייגט זיך אויפֿן שׂכל, נאָר מ׳דאַרף האָבן דעם שׂכל פֿון אַ פֿיש.‟
זעליג האָט אים אָנגעמאָסטן זײַטיק, ווי איינער מעסט אָן אַן אַלטן קעגנער און זיך געווענדט צו סעמען:
„נו, און וואָס האָט דאָריס געהאַט צו זאָגן צו דעם?‟
„ווייסעך? איך לעב מיט דאָריס אונטער איין דאַך שוין איבער צוואַנציק יאָר און זי האָט געזאָגט אַ סך וועגן אַ סך זאַכן. אויב דו מיינסט, אַז זי טראַכט זיך טיף אַרײַן אין אירע זאָגענישן, האָסטו אַ מיאוסן טעות. בײַ דיר איז איין זאַך און בײַ איר איז דאָס גאָר עפּעס אַנדערש. זי שטעקט זיך אָן פֿון דער מאָדע. ס׳געווען אַ צײַט, ווען גרויסע קינאָ־שטערנס האָבן געפּריידיקט דאָס נישט עסן פֿלייש און זיך באַגיין מיט די חיות בכּבֿוד-גדול, האָט זי אויך אָנגעהויבן רחמנות האָבן אויף חיות און מיך גערופֿן אַ נאַצי פֿאַר קײַען אַ שטיקל וווּרשט. אַ משוגעת!‟
די איבעריקע מענער האָבן זיך איבערגעקוקט מיט איבערראַשונג, ווי זיי וואָלטן ערשט דערהערט, אַז סעם איז געפֿלויגן צו דער לבֿנה. עס איז זיי גאָר נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַן אַקטיאָר זאָל האָבן די העזה צו פּריידיקן עפּעס און איבערצײַגן דעם עולם. אויך זעליג, וועלכער האָט זיך גערעכנט פֿאַר אַ שטערן פֿון ייִדישן טעאַטער, איז קיינמאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז ער האָט דאָס רעכט צו האָבן אַן אייגענע דעה און זי אָפֿן אויסדרוקן, האָט נישט געקאָנט זײַן קיין רייד. דאָס וואָלט אים, אין בעסטן פֿאַל, געקאָנט אָפּקאָסטן די שטעלע. נאָר פֿון דעם געדאַנק אַליין איז אים דורכגעלאָפֿן אַ שוידער.
„אַ מינוט!‟ — האָט ישׂראל מאַרקאָוויטש געפּינטלט מיט די אויגן און אָפּגעווישט דעם ליסע קאָפּ מיט אַ פֿאַטשיילע. — „און וואָס ווייסן די אַקטיאָרן, במחילה? פֿאַר וואָס דאַרף מען זיך רעכענען מיט זייערע דעות? צוליב דעם זענען דאָ צײַטונגען אויף דער וועלט, כּדי איבערצוגעבן די ליניע פֿון דער פּאַרטיי.‟
„חבֿרל, דאָריס לייענט נישט קיין צײַטונגען!‟ — האָט סעם געשמייכלט. — „די נײַעס גייען איר אָן נאָר ווייניקער ווי מײַנע דעות. דאָס איינציקע, וואָס זי לייענט איבער אין אירע צײַטונגען, איז רכילות וועגן די לעבנס פֿון יענע קינאָ־שטערן.‟
„און ווי האָט דיך גאָט אויסגעלייזט?‟ — האָט זיך אינטערעסירט פּוּיקעלע. — „פּונקט אַזוי ווי זי האָט באַשלאָסן אין אַ שיינעם טאָג, אַז עסן פֿלייש איז צוגלײַך מיט מאָרד, האָט זי פֿאַרקערעוועט דעם דישל אָן אַ פֿאַר וואָס. אַ שיינע מעשׂה, האַ?‟
„און זאָג מיר, וואָס הערט זיך מכּוח שיקן אַהער אַ פּעקל, האָסט געשריבן דײַן רעביצין?‟
„פּוּיקעלע, איך האָב דיר שוין געזאָגט, אַז איך האָב איר געשריבן צו שיקן אַהער אַ פּעקל.‟
„און פֿון אַ נײַעם מאַנטל און באַטעריעס האָסטו געשריבן?‟ — האָט זעליג געוואָלט וויסן.
„און וועגן, מחילה, פֿרוייִשער אונטערוועש? מע קריגט דאָ נאָר געמיינע סחורה…‟, — האָט זיך פּלוצעם דערהערט קלאַריסעס שטים הינטער די רוקנס.
„געשריבן!‟ — האָט סעם געשאָקלט מיטן קאָפּ.
„נו, און? נישטאָ קיין ענטפֿער?‟ — האָט קלאַריס געפֿרעגט קוים אײַנהאַלטנדיק זיך, נישט צו וויינען.
אַזוי פֿיל האָפֿענונגען האָט זי געלייגט אויף דעם פּעקל. זי האָט משער געווען, אַז דאָריס וועט נישט לאָזן איר מאַן וואַרטן לאַנג. ער וועט קריגן אַן אַנדער „באַהאַנדלונג‟. דאַכט זיך, אַז זי האָט זיך אײַנגערעדט אַ קינד אין בויך.
„נישטאָ!‟ — האָט סעם געפּסקנט. — „איך האָב איר געשיקט צוויי בריוו און נישט דערהאַלטן קיין ענטפֿער.‟
„ס׳קאָן זײַן, אַז מ׳האָט ׳אָפּגעשטעלט׳ די פּעקלעך אין צענטראַלער פּאָסט, געניסט פֿון זיי, און אונדז אַרויסגעשטעלט אַ פֿײַג!‟ — האָט פּוּיקעלע געזאָגט מיט אַן אויסגעצויגן פּנים. — „דאָס האַרץ טוט וויי, אַז איך טראַכט וועגן די באַטעריעס, קאַווע און אַלע אַנדערע פֿאַרגעניגנס, וואָס עס זענען געלעגן אין די פּעקלעך.‟
„אַלץ איז מעגלעך‟, — האָט צוגעשאָקלט זעליג.
„אַלץ!‟ — האָט צוגעבאָמקעט ישׂראל.
„נישט אַז ס׳איז מעגלעך…‟, האָט קלאַריס גערעדט און איר אויגן זענען געוואָרן פֿײַכט. — „די פּעקלעך וועלן מיר שוין נישט זען.‟
„נו, מאַכט נישט אויס. אַבי מ׳לעבט‟, — האָט זעליג גערעדט, דער עיקר, צו זיך. — „ביז דער פּאַראַדע פֿונעם ערשטן מײַ וועט שלוימעלע שוין זײַן אין ניו-יאָרק און שיקן אונדז אַליין פּעקלעך.‟
אויך ער, סעם, האָט זיך אײַנגערעדט אַ קינד אין בויך.
המשך קומט