עס ערשטע בײַט מען דעם נאָמען, דערנאָך די אידענטיטעט
נישט לאַנג צוריק האָב איך איבערגעלייענט אַ קורצע נאָטיץ אין אַ ישׂראלדיקער פּעריאָדישער אויסגאַבע, וואָס אין תּוך גייט דאָרט די רייד וועגן אַ סטאַטיסטישן פֿאַקט, דהײַנו: צו די ייִדישע קינדער אין ישׂראל — פֿונעם וועלטלעכן סעקטאָר — הייבן זיך אָן אומקערן די סאַמעראָדנע ייִדישע נעמען: אַבֿרהם, יצחק, אַהרון, מרדכי, דוד, יוסף, שׂרה, אסתּר, דבֿורה וכדומה. פֿאַרשטייט זיך, זיי ווערן אַרויסגערעדט אויפֿן הײַנטיקן עבֿריתּ…
דער גילגול פֿון ייִדישע נעמען האָט טיפֿע וואָרצלען און שנײַדט דורך די שיכטן פֿון דער צוויי טויזנט־יאָריקער גלות־געשיכטע. אַ געצוווּנגענער שמד — איז געווען די גרעסטע שטראָף. ווי אַ טרויערדיקער צייכן פֿון אַזאַ קאָלעקטיוון שמד, דורכגעפֿירט בגוואַלד, איז געבליבן אויף דור דורות די מעלאָדיע פֿון כּל־נידרי. שׂימחה פּיעטרושקא אין זײַן „ייִדישע פֿאָלקסביבליאָטעק‟ שרײַבט: „עס איז דאָ אַ מיינונג, אַז אָט די מעלאָדיע שטאַמט פֿון די צײַטן פֿון די אַנוסים אין שפּאַניע, וועלכע זײַנען געלעגן באַהאַלטן אין די קעלערס און מיט דעם כּל־נידרי האָבן זיי אָפּגעלייקנט די אַלע געצוווּנגענע דערקלערונגען וועגן אָננעמען די נײַע רעליגיע…‟
צו „שטעמפּלען‟ די ייִדן מיט נעמען און פֿאַמיליעס, זיי זאָלן האָבן אַ „געהעריקן טעם‟, ווי בײַ אַנדערע בירגער פֿונעם לאַנד, וווּ די מאַכט האָט זיי דערלויבט צו עקזיסטירן און פּריידיקן די ייִדישע אמונה, איז געווען עסטרײַך. אין יאָר 1787 האָט דער עסטרײַכישער אימפּעראַטאָר יאָסיף דער צווייטער אַרויסגעלאָזט אַ געזעץ, לויט וועלכן אַלע ייִדן האָבן געמוזט האָבן ירושה־פֿאַמיליעס. די פֿיפֿיקע טשינאָווניקעס האָבן באַלד דערשמעקט אין דעם דאָזיקן מלוכישן אַקט אַ געשמאַקן כאַבאַר־מאַכל — ווילסט באַקומען אַ שיינע קלינגעוודיקע פֿאַמיליע, באַצאָל! ווילסטו נישט באַצאָלן — זאָלן דײַנע קינדער און קינדס־קינדער זיך רופֿן אויף חוזק און געלעכטער: קראַוטקאָפּ, אָקסנשוואַנץ אָדער פּולווערבעשטאַנדטײַל…
אין רוסלאַנד איז די ייִדן צוגעטיילט געוואָרן דער נײַער נאָמען און פֿאַמיליע־נאָמען אין יאָר 1804. דער גרויסער רוסישער פּאָעט דערזשאַווין האָט פֿאָרגעשלאָגן, אַז די נײַע ייִדישע פֿאַמיליעס זאָלן קלינגען אויף אַן אוקראַיִנישן מאַניר. אין אָט דעם פֿאָרשלאָג האָט שוין געשטעקט אַ דיסקרימינירנדיקע באַציִונג, מחמת אוקראַיִנע אַליין ווערט גערופֿן „מאַלאָראָסיע‟, דאָס הייסט, קליין־רוסלאַנד, און די אוקראַיִנישע באַפֿעלקערונג — מיטן באַליידנדיקן צונאָמען — כאָכלי. אין 1850 האָט מען די ייִדן אין רוסלאַנד פֿאַרווערט צו בײַטן זייערע פֿאַמיליע־נעמען, אַפֿילו אויב זיי פֿלעגן זיך שמדן. אַזוי זײַנען אויפֿגעקומען און פֿאַרבליבן אויף דורות מאָשקאַ פֿון משה, פֿימקאַ פֿון חיים, דימקאַ פֿון מרדכי, גריגאָרי פֿון הערשל, באָריס פֿון ברוך, לעאָניד פֿון לייב, זינאָווי פֿון זלמן און אַ.וו.
פֿון די אוקראַיִנישע שטעט און שטעטלעך זײַנען אַרויס ייִדישע פֿאַמיליע־נעמען בראָדסקי — פֿון בראַד, אומאַנסקי — פֿון אומאַן, בערדיטשעווער — פֿון בערדיטשעוו, בעלאָצערקאָווסקי — פֿון בעלאַיאַ צערקאָוו (שוואַרצע טומאה), יאַמפּאָלסקי — פֿון יאַמפּאָל און טויזנטער, טויזנטער אַנדערע ייִדישע פֿאַמיליעס.
איך וויל זיך נישט אַרײַנלאָזן אין דער אָנאָמאַסטיק, דאָס הייסט, אינעם אָפּשטאַם פֿון ייִדישע נעמען, וועלכע מע האָט די ייִדן אָנגעבונדן צו אַדאַפּטירן, וואָס איז מצד דער רעגירונג געווען אין אַ געוויסער מאָס אַן אַקט פֿון שמד אויף אַ מאָדערנעם אופֿן. מע מוז אויך זאָגן, אַז אַ גרויסער טייל ייִדן האָבן אַזאַ „שמד‟ אָנגענומען פֿרײַוויליק און גיך זיך צוגעפּאַסט צו דער נײַער שיטה.
די סאָציאַליסטישע רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט צווישן אַנדערע פֿרײַהײטן דערמעגלעכט אויך די ייִדן אָנצורופֿן זייערע קינדער, געבוירן אינעם נײַעם לאַנד מיט נײַע נעמען. זייער בולט האָט די דערשײַנונג געוויזן דער שרײַבער אײַזיק באַבעל אין זײַן דערציילונג „קאַרל־יאַנקעל‟. צווישן די ייִדישע קינדער, געבוירן אין יענער צײַט, טיילן זיך אויס מיט זייער „קלינגעוודיקייט‟ אַזעלכע נעמען ווי לענינאַ, לכּבֿוד לענינען; סטאַלינאַ — לכּבֿוד סטאַלינען; מעלס — מאַרקס־ענגעלס־לענין־סטאַלין; קים — קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל מאָלאָדיאָזשי [פֿון יוגנט] און אַנדערע. דער סאָוועטישער „שמד‟ דורכן בײַטן דעם נאָמען האָבן די ייִדן אויפֿגענומען נישט פּשוט פֿרײַוויליק, נאָר מיט פֿרייד און ענטוזיאַסטיש!
באַזונדערס פֿאַרשפּרייטע פֿאָרמען נעמט עס אָן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער אַנטיסעמיטיזם האָט אין לאַנד געברענט אין אַלע תּחומים פֿון לעבן. דאָס אַנטפּלעקן דעם ייִדישן ייִחוס פֿון באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן און דערמיט זיי דערנידעריקן, „אַראָפּרײַסן די מאַסקע פֿון פּסעוודאָנימען‟, כּדי צו ווײַזן זייער אמתן „נאַציאָנאַליסטיש־בורזשואַזן פּרצוף‟, — האָט געצוווּנגען די ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָך מער צו מימיקרירן, זיך אײַנגראָבן מיטן קאָפּ אין זאַמד פֿון אַסימילאַציע — פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרקערט — אָנהייבן דעם פּראָצעס פֿון אויפֿלעבן דעם ביז אַהער אַטראָפֿירטן נאַציאָנאַלן זעלבסבאַוווּסטזײַן.
אין ישׂראל נאָך אויפֿן וועג צו איר מדינישקייט און באַזונדערס שפּעטער, אונטער אַן אייגענער פֿאָן, אייגענעם נאַציאָנאַלן הימען, און אויפֿגעלעבטער נאַציאָנאַלער שפּראַך — עבֿרית, — האָט זיך מאַסנווײַז אָנגעהויבן די פּסיכאָזע פֿון אָפּזאָגן זיך פֿון די גלות־נעמען און־פֿאַמיליעס און זיך צוטיילן, קודם־כּל, די קלינגעוודיקע תּנכישע נעמען. ערשטנס, פֿאַרבינדט אַזאַ נאָמען דעם נײַעם ייִד־ישׂראלי מיט זײַן ווײַטער און העלדישער פֿאַרגאַנגענהייט, צווייטנס, וואַרפֿט מען פֿון זיך אַראָפּ דעם פֿאַרשימלטן יאָך פֿון אַ גלות־ייִד.
דער ציוניסטישער ניהיליזם, וואָס שײך ייִדישע שפּראַכן, קולטורעלע און ליטעראַרישע אוצרות, בתוכם פֿון דער דורותדיקער אַשכּנזישער טראַדיציע אָנרופֿן דאָס נײַ־געבוירענע עופֿעלע אין אָנדענק פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענעם קרובֿ, האָט געבראַכט דערצו, וואָס די קינדער אין ישׂראל האָט מען אָנגעהויבן צוטיילט סתּם שיינע נעמען, ווי למשל, שחף — מעווע, דרוֹר — שפּערל אָדער לילך — בעז, ארז — צעדער אָדער אַלון — דעמב, ים, חן, נטע — שפּראָצלינג… מיר דערמאָנט עס דעם מינהג פֿון די אינדיאַנער, פֿון געצנדינערײַ… אָדער אפֿשר זײַנען די קאָמוניסטן־אַנטיסעמיטן פֿון סטאַלינס שניט טאַקע גערעכט געווען, ווען זיי האָבן צוגעטיילט די ייִדן דעם שאַנדצייכן פֿון „קאָסמאָפּאָליטן אָן אַ ייִחוס און אָן אַ פֿאַרגאַנגענהייט‟!
אויגוסט 29, 2025, ברוקלין, ניו־יאָרק