מאַדאַם באַטערפֿלײַ


(פֿונעם ציקל דערציילונגען „מײַנע ייִדן־פֿלאָרידן‟)

באָריס סאַנדלער

װען מע זעט גענדז אין חלום, װעט מען האָבן עגמות־נפֿש.
חלום־טײַטש

וועגן דעם דערפֿל מיטן נאָמען „שוואַנענפּאַרק‟, וואָס געפֿינט זיך אין דרום־פֿלאָרידע, האָב איך פֿריִער קיין מאָל נישט געהערט, ביז כ׳האָב זיך אין דעם דאָזיקן דערפֿל באַזעצט. דערווײַל נאָך נישט אויפֿן גאַנצן יאָר, נאָר אויף פֿינף, זעקס חדשים. דווקא אין די חדשים צווישן אָנהייב האַרבסט און סוף וועסנע איז דאָ אַ גן־עדן; בפֿרט פֿאַר לײַט, ווי איך, ווען די יאָרן ברענגען דעם מענטש אַרײַן אין דער צײַט פֿון שפּעטן אָסיען און אומעטיקן ווינטער.

בעת מײַנע ערשטע שפּאַצירן איבערן „שוואַנענפּאַרק‟ האָב איך, פֿאַרשטייט זיך, געזוכט מיט די אויגן שוואַנען, די שיינע ווײַסע פֿייגל, מיט אַ לאַנגן האַלדז, פֿאַראומעטע אויגן, דערהויבן פֿון טשײַקאָווסקיס מוזיק און פֿאַרביליקט אויף די פּרימיטיווע פֿאַרשלעפּטע ציראָטענע מאָלערײַען.

זיך אָנגעטראָפֿן האָב איך זיך אָבער אויף גענדז, קאַטשקעס, רעגערס, איביסן — ווײַסע פֿייגל, גרויס ווי אַ הינדל, אויף לאַנגע דינע פֿיסלעך און מיט אַ שפּיציקן שנאָבל, אַראָפּגעבויגן צום עק; פּעליקאַנען, וואָס האָבן ליב אויף בײַ נאַכט זיך אויסזעצן אויף די העכסטע צווײַגן פֿון די צעדער־ביימער און זיך הוידען און זיך שיפֿלען דאָרט אויפֿן ווינט. צענדליקער און אפֿשר מער אַנדערע פֿייגלען, וואָס ווי אַן עכטער ייִד, ווייס איך נישט זייערע נעמען — סתּם אַ פֿויגל, אַ פֿייגעלע… אָבער קיין איין שוואַן נישט — אויף אַ רפֿואה־שלמה!

ווי זשע קומט אַהער דער נאָמען פֿון די יופֿי־פֿייגלען? האָב איך זיך נישט פֿאַרלאָזט אויף מײַן ראיה און עס געפֿרעגט בײַ אַ תּושבֿ, אַן אַלטן פֿלאָריד, ווי עס רופֿן זיך אַליין אָן די ייִדישע תּושבֿים פֿון די וואַרעמע מקומות. נישט באַלד האָב איך דערהערט דעם ענטפֿער. זעט אויס, די תּשובֿה איז געווען טיף באַגראָבן אין די פֿעטע קנייטשן פֿון זײַן זכּרון. אַ קליינוווּקסיקער און דיקלעכער, האָט זײַן גרויסער ליסע קאָפּ זיך געפֿונען אַ פֿעסט ערטעלע אינעם גריבעלע צווישן די צוויי בערגלעך קײַלעכדיקע פֿליישיקע אַקסלען. דאָס שיין געשטריקט כּיפּהלע, ווי אַ דעקל פֿון אַ טשײַניק, האָט פֿאַרדעקט דעם שפּיץ־קאָפּ.
סוף־כּל־סוף האָב איך דערהערט:

— אויפֿן פֿינפֿטן טאָג, ווען דער אייבערשטער האָט געהאַלטן אין שאַפֿן פֿיש און פֿייגל, איז צו אים צוגעשוווּמען די גאַנדז מיט אַ טענה: „הלמאַי האָסטו דעם שוואַן געגעבן אַזאַ שיינעם לאַנגן האַלדז, און מיר — עפּעס אַן אָפּהאַק! אָנגעכאַפּט האָט דער צעכּעסטער טאַטע־פֿאָטער די גאַנדז פֿאַרן שנאָבל, אַ שלעפּ געטאָן… אָבער די גאַנדז האָט זיך אַרויסגעריסן און אַוועקגעפֿלויגן מיט אַ גענדזענעם יאָמערגעשריי — „גאַאַאַ!‟ — נישט באַשערט געווען דער גאַנדז צו ווערן אַ שוואַן… — אַ ווײַלע האָט דער ייִד געשוויגן, זעט אויס, געגעבן מיר צײַט איבערצוקײַען די חכמה. דערנאָך צוגעגעבן: — איצט שטעלט זיך פֿאָר געפֿילט העלדזל צוויי מאָל גרעסער, בפֿרט מיט מצה־מעל…

ווײַטער האָב איך שוין קיין וואָרט נישט פֿאַרשטאַנען; אַלע ווערטער האָבן זיך פֿאַרכלינעט אין זײַן סלינע און געלעכטער.

די קשיא מײַנע האָט מיך פֿאָרט נישט אָפּגעלאָזט; אָבער אינעם שיינעם פּאַרק, וואָס האָט פֿאַרנומען אַ גרויסן שטח אינעם דאָרף „שוואַנענפּאַרק‟, אָנגעזעטיקט מיט כּל־מיני פֿויגלשע קלאַנגען, מיט אַ שפּיגל־גלאַנצנדיקער אָזערע אין מיטן, — וועל איך קיין ענטפֿער נישט געפֿינען. די דאָזיקע אָזערע איז געווען מער אַ דעקאָראַטיווער טייל פֿונעם אָרטיקן פּייסאַזש, קיין פּלאַזשע איז דאָ נישט געווען און קיין מענטשן האָבן זיך אינעם קאַלעמוטנעם וואַסער נישט געפּליוסקעט.

אַן אַנדער זאַך — דער צענטראַלער שווימבאַסיין. אַז מע רעדט שוין וועגן פֿייגל, האָט דער באַסיין געזאָלט אין די אויגן פֿון אָדלערס, וועלכע האָבן אין דער הייסער לופֿט גאַנצענע טעג געשוועבט איבערן דאָרף, אויסזען ווי אַ ריזיק צעשפּאַלטן איי, אָנגעפֿילט מיט גרין־בלוילעכן וואַסער, אין וועלכן עס האָבן געפּינטלט מאָדנע באַשעפֿענישן. זיי האָבן בפֿירוש גערייצט דאָס שאַרפֿע שוואַרצאַפּל בײַ די רויבפֿייגל, אָבער קיין פֿאַנג פֿאַר שפּײַז האָבן די פֿייגל אין זיי נישט געזען.

דער שווימבאַסיין איז באמת געווען דאָס צענטראַלע אָרט פֿונעם דאָרף. מעגלעך, דערפֿאַר האָט מען עס גערופֿן אויפֿן ענגלישן נוסח „סוואַנפּול‟, וואָס מיינט טאַקע „שוואַנענבאַסיין‟. איז ווידער דאָס אָנשיקעניש — שוואַנען! וואָס האָט מען זיך אין דעם דאָרף צו אָט די פֿייגל צוגעטשעפּעט? ווי עס זאָל נישט זײַן, האָב איך געדענקט דאָס ווערטל: אַז מע געפֿינט קיין ענטפֿערס נישט, פֿאַרגעסט מען אין די פֿראַגעס.

אַהער, צום „סוואַנפּול‟, ווי צו זייער סידעלע, קומען זיך צונויף די אײַנוווינערס פֿון אַלע עקן „שוואַנענפּאַרק‟. אויף די פּליאַזש־בענקלעך און ־בעטלעך, צעשטעלט און צעלייגט אַרום דעם באַסיין אונטער די גרויסע זון־שירעמס, לאָזן זיי איבער זיך רוען די שלאַבעריקע לײַבער זייערע. דורך די טונקעלע זון־ברילן זעען זיך די רונצלען אויף די פּנימער נישט אַזוי בולט אָן; גיט עס צו טרייסט, אַז אויך דאָס אייגענע פּנים זעט אין פֿרעמדע פֿאַרברילטע אויגן אויס ייִנגער.

זיך פּרעגלען אַ האַלבן טאָג אויף דער זון אין די ים־בגדים, איז אַ טאָג־טעגלעכע פּראָצעדור און אַ וואַזשנער טייל פֿונעם אָרטיקן לעבנס־שטייגער. נאָך מער: כ׳האָב אַליין געהערט, ווי איין פֿרוי האָט דערקלערט דער צווייטער, אַז די זון־שטראַלן סטימולירן „מעטאַבאָליזם און די בלוט־צירקולאַציע‟, שוין אָפּגערעדט פֿון „פֿאַרבעסערן די אימון־סיסטעם‟. די צווייטע פֿרוי איז, אַפּנים, אויך געווען נישט קיין אָפּגעשטאַנענע, וואָס שייך די זון־פּראָצעדורן, האָט זי עס גלײַך אַרויסגעוויזן: „ס׳איז דאָך דער בעסטער וויטאַמין ׳די׳, כ׳פֿיל עס מיט אַלע מײַנע ביינער…‟

ביידע, שוין לאַנג אָפּגעטאַנצטע אָרטיקע „אַמאַזאָנקעס‟, זײַנען זיי בשכנות געלעגן אויף די זומער־בעטלעך, אויסגעצויגן זייערע פֿאַרברוינטע לײַבער, נישט גערירט זיך, ווי די זון־שטראַלן בײַ אַ לײַכטער באַוועגונג מיט דער האַנט אָדער פֿוס, וואָלטן חלילה געקאָנט פֿאַלן אויסער זייער קערפּער. גערירט האָבן זיך נאָר די ליפּן אויפֿן סטאַטעטשנע פּנים, שטיל געשיקט די ווערטער אין דער לופֿט אַרײַן, וווּ זיי האָבן זיך איבערגעמישט מיט די קלאַנגען, וועלכע האָבן זיך געטראָגן איבערן שווימבאַסיין גופֿא.

ס׳וואָלט מסתּמא געווען אַ גוזמא צו האַלטן, אַז דאָס אָרט, וווּ אין וואַסער „פּינטלען מאָדנע באַשעפֿענישן‟, ווערט גענוצט פֿאַר שווימען. אין אונדזער „סוואַנפּול‟ האָט מען נישט געשוווּמען, מ׳האָט זיך גענעצט און געווייקט; מ׳איז געשטאַנען אײַנגעטונקען אין וואַסער ביזן האַלדז, זיך צונויפֿגעשלאָגן אין הײַפֿלעך און גערעדט. אין יענעם טייל, וווּ ס׳איז טיפֿער, האָבן אויך נישט אויסגעפֿעלט קיין ריידנדיקע פּאַרשוינען, אָבער זיי זײַנען דאָרט געזעסן רײַטנדיק אויף לאַנגע בייגעוודיקע „מאַקאַראָנען‟, געמאַכט פֿון פּינעפּלאַסטיק. די לײַבער האָבן זיך לײַכט געהאַלטן אויפֿן וואַסער, ווי שווימהעלצלעך, און געלאָזט פֿרײַ די הענט צו באַגלייטן די ווערטער. ווי כ׳האָב שפּעטער פֿאַרשטאַנען, זײַנען דאָס געווען נישט סתּם צופֿעליקע הײַפֿלעך, נאָר קרײַזלעך פֿון קאָנקרעטע אינטערעסן.

וואָס זײַנען די אינטערעסן בשעתן נעצן זיך און ווייקן זיך אין „פּול‟? לאָזט זיך אויס, די זעלבע, וואָס אויף דער יבשה. קודם־כּל — פּאָליטיק! איין הײַפֿל מאַנספּאַרשוינען האַנדלט, למשל, אַרום די פּאָליטיק פֿון דעמאָקראַטן, און אַן אַנדער הײַפֿל — פֿון די רעפּובליקאַנער. דאָס וואַסער אַרום די צוויי באַזונדערע היפּוכדיקע הײַפֿלעך זידט. נאָך איין טעמע, וואָס ווערט אַרומגערעדט, איז די פּאָליטיק אויפֿן מיטעלן מיזרח בכלל און בפֿרט אַרום מדינת־ישׂראל. דאָ גיסן זיך שוין ביידע הײַפֿלעך צונויף, אַז די וואַסער אינעם גאַנצן „פּול‟ בולקעט און בלעזלט זיך, עס הייבט זיך אַזש פֿונעם וואַסער אַ הייסע פּאַרע אַרויף.

אין אונטערשייד צו די מענער, האַלטן די פֿרויען פֿאַר גלײַכער זיך נעצן און ווייקן איינציקווײַז. אין צאָל איז דער ווײַבערישער מין סײַ אין „סוואַנפּול‟ און סײַ אויסער אים, אויפֿן שטח פֿון שוואַנענפּאַרק גרעסער, וואָס קומט אַגבֿ נישט אין סתּירה מיט דער אַלגעמיינער סטאַטיסטיק איבער גאַנץ צפֿון־אַמעריקע. איז טאַקע נישט יושרדיק, וואָס ביז הײַנט איז נאָך קיין איין פֿרוי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן נישט אויסגעוויילט געוואָרן פֿאַר אַ פּרעזידענט.

אינעם „סוואַנפּול‟, רײַטנדיק אויף די פּינעפּלאַסטישע „מאַקאַראָנען‟, דערמאָנען די פֿרויען בפֿירוש שווימפֿייגל, אָבער נישט קיין שוואַנען, נאָר יענע ברוינע עגיפּטישע גענדז מיט קײַלעכדיקע אויסגעגלאָצטע אויגן, וואָס מע קאָן זיי זען בשפֿע סײַ אויף די אָרטיקע וואַסער־קאַנאַלן און סײַ אויפֿן ברעג. צוליב דער טבֿע זיך האַלטן באַזונדער אינעם שווימבאַסיין, און אין דער זעלבער צײַט, זיך נישט קאָנען אײַנהאַלטן פֿון דעם נאַטירלעכן דראַנג צו טיילן זיך אָדער אויסהערן אַ צווייטע „גאַנדז‟, לאָזן זיי אין גאַנג אַלע אבֿרים, בתוכם די שטימבענדלעך. שטייט אין די פֿרימאָרגנדיקע שעהען איבערן צענטראַלן „סוואַנפּול‟ אַ צעפּאַרעטער זשום און רעש, וואָס צעטרײַבט פֿון הימל אַלע בייזע אָנשיקענישן און קרענק, צוזאַמען מיט די וואָלקנס. און עס בלײַבט דאָ העט־העט הויבן הענגען אַ ציכטיקע בלויקייט בײַ טאָג און אַן אויסגעשטערנטער שטילער הימל בײַ נאַכט.
דווקא אין דעם שטיקל רוים, אָנגעזעטיקט מיט וויטאַמין „די‟, מיט אַ געמיש פֿון פּאָליטישע פּילפּולים און לעצטע אָרטיקע פּליאָטקעס האָבן זיך געהוידעט הונדערטער ניט־דערציילטע מענטשלעכע געשיכטעס, באַהאַלטענע אין די אָפּגעשוואַכטע הערצער און זכּרון, ווי יענע אַלטע טעאַטער־קאָסטיומען פֿון די שוין לאַנג אָפּגעשפּילטע ספּעקטאַקלען. איך האָב זיך געהאַלטן בײַ מײַן אייגענער טבֿע, אַז אויף אַ מעשׂה פֿרעגט מען קיין קשיא נישט. אַז ס׳איז באַשערט, קומט די מעשׂה דיר אַנטקעגן. אַזוי איז אויך געשען מיט מיר אין יענעם אויסגעלײַטערטן אינדערפֿרי אויפֿן צענטראַלן שוויבאַסיין.

איך בין געזעסן אונטערן שאָטן פֿונעם גרויסן פּליאַזשע־שירעם, האַלב פֿאַרוויגט פֿונעם וואַרעמען ווינטל, די וויִעס לײַכט צוגעמאַכט הינטער די זון־ברילן. דאָס געקומענע פֿינצטערניש אין ביידע אויגן האָט זיך צונויפֿגעגאָסן אין אַ ריזיקן קײַלעך, אַן אוניווערסום פֿאַר זיך, פֿאַרפֿילט מיט אַ געדיכטן חושך. כ׳האָב מיטאַמאָל דערפֿילט, ווי ס׳הייבט מיך אָן אַרײַנציִען, אַרײַנשלעפּן אין דעם שוואַרצן געדיכטעניש… פֿון אַ העט אָפּגעווײַטערטן פּונקט אין מיטן דעם חושך האָט פּלוצעם אויסגעפּלאַצט אַ פֿאָנטאַן פֿון מילי־מיליאַסע פּיצינקע העלע שפּרענקלעך; זיי האָבן זיך צעפֿינקלט, טראָגנדיק זיך אַנטקעגן, גרייט זיך אַרײַנשטעכן און דורכשטעכן מײַן לײַב… אויפֿן הינטערגרונט פֿון מײַן מצבֿ, וואָלט איך בפֿירוש געקאָנט זאָגן, אַז כ׳בין שוין געשטאָרבן. כ׳האָב קיין ווייטיק נישט געפֿילט, בלויז אַ שוואַכער געדאַנק, מעגלעך, דער לעצטער, וואָס האָט פֿאַרלאָזט מײַן מוח, האָט מיך פֿאָרט פֿאַרזיכערט: ס׳איז נישט קיין סוף… בלויז אַ נאַטירלעכע אַנעסטעזיע…
צו באַשטעטיקן מײַן געדאַנק האָב איך דערהערט אַ שטיל אומבאַקאַנט קול, וואָס האָט תּיכּוף איבערגעריסן מײַן קורצווײַליק חלשות:

— כ׳וועל אײַך נישט שטערן מיט מײַן ווייניקייט?

אַ באַיאָרטע פֿרוי, אָנגעטאָן אין אַ לײַכטן געלן כאַלאַט אָן אַרבל, באַפּוצט מיט גרויסע רויטע מאָן־בלומען, האָט זיך אַרײַנגעשטעלט אין מײַן שטח. דעם קאָפּ האָט פֿאַרדעקט אַ שטרויענע ברייטראַנדיקע הוט, איבערגעצויגן מיט אַ רויטער סטענגע. דער שאָטן פֿונעם ראַנד, ווי אַ וווּאַל און די גרויסע זון־ברילן האָבן פֿאַרשטעלט אַ האַלב פּנים. יאָ, דעם האַלדז האָט אַרומגעכאַפּט אַ שמאָל פֿאַטשיילקעלע פֿונעם זעלבן שטאָף, וואָס דאָס קליידל.

— ביטע… אונטער מײַן שירעם איז דאָ גענוג אָרט! — פֿון דעסטוועגן, האָב איך זיך אויפֿגעהויבן און אַ רוק געטאָן מײַן בענקל.

זי האָט אַוועקגעשטעלט אַ ברייט און טיף קיישל אויפֿן טישל און אַראָפּגעלאָזט איר פֿולבלעכע פֿיגור אויפֿן בענקל.

זעט אויס, זיך אײַנטונקען אין וואַסער האָט די פֿרוי זיך נישט געאײַלט; אַדרבא, זי האָט זיך אַ פּאָרפּל געטאָן מיט די הענט אינעם קיישל און אַרויסגעשלעפּט אַ זילבערדיק פֿלאַך שאַכטל. אַ ווײַלע האָט איר גענומען אויפֿצודעקלען דאָס שאַכטל און, אַרײַנקוקנדיק אינעם שפּיגעלע, גיך אַ פֿיר טאָן איבערן שטערן און אַרום די זון־בריל מיטן פּודער־קישעלע.

— כ׳האָב אײַך דאָ פֿריִער נישט געזען… — האָט זי וואָכעדיק באַמערקט צווישן פֿאַרמאַכן דאָס שאַכטל און אומקערן עס צוריק אין קיישל.
— ריכטיק… כ׳בין דאָ נאָך גאָר אַ גרינער.
דאָס אָפּפֿרישן איר פּנים האָט אויך אָפּגעפֿרישט איר אינטערעס צו מיר.
— אויף אַ גאַנץ יאָר, צי נאָר אויף אַ סעזאָן?
— דערווײַל נאָר אויף אַ סעזאָן…
— אַזוי הייבט זיך עס אָן פֿון אַ דערווײַל, און לאָזן לאָזט זיך אויס אויף שטענדיק.

פֿון דעם דורכגעפֿילטן זאָג, וואָס האָט געקלונגען ווי אַ מין סך־הכּל פֿון אַן אויסגעפּרוּווטער פּערזאָן, האָב איך באַלד דערשמעקט, אַז די אומדערוואַרטע גאַסטין האָט נישט צופֿעליק צווישן די זיבן אַנדערע שירעמס געפֿונען זיך אַן אָרט דווקא אונטער מײַן שירעם. אירע ווײַטערדיקע רייד האָבן איבערגעקערט מײַן מיין — נישט קיין „סך־הכּל‟, נאָר אַן אָנהייב פֿון אַ מעשׂה.


— כ׳האָב דאָ נישט לאַנג פֿאַרלוירן מײַן נאָענטע חבֿרטע, — האָט איר שטים געקלונגען שטילער און טיפֿער, ווי זי וואָלט אָפּגעלאָזט די ביז אַהער אָנגעצויגענע שטימבענדלעך, אָנטאַפּנדיק די פּאַסיקע צום שמועס טענער. — איר האָט שוין מסתּמא באַמערקט, אַז די אַמבולאַנסן אויפֿן שטח פֿון אונדזער דערפֿל רעווען נישט, ווי אויף די גאַסן פֿון שטעט. ס׳איז זיי פּשוט פֿאַרווערט עס צו טאָן. אַנדערש וואָלט דאָ מעת־לעתנווײַז געשטאַנען פֿון זיי אַ ווילדער יאָמער… פֿון דאַנען גייט מען אַוועק שטיל, ריכטיקער, מע פֿליט אַוועק אָן אַן איבעריקן קלאַנג… — זי האָט אויסגעהאַלטן די פּויזע און שטיל צוגעגעבן: — אַזוי איז אויך אַוועק ראָוז, מײַן חבֿרטע.

איר האַנט האָט זיך ווידער אַ צי געטאָן צום קיישל. כ׳האָב דערוואַרט צו דערזען דאָס שאַכטל מיטן שפּיגעלע און פּודער־קישעלע, — זאַכן, וועלכע וואָלטן געקאָנט פֿאַרגלעטן און פֿאַרווישן די פֿײַכטקייט פֿון טריבע דערמאָנונגען אין דער געדיכטער נעץ קנייטשן און קנייטשעלעך, וואָס נישט די שאָטן־וווּאַל און נישט די ברייטע זונברילן האָבן עס נישט געקאָנט פֿאַרשטעלן. אין דער האַנט אָבער האָט זי געהאַלטן אַ צונויפֿגעלייגטן פֿאָכער. מיט איין באַוועגונג האָבן די פֿינגער געטאָן וואָס מע דאַרף, כּדי דער פֿאָכער זאָל צעשפּרייטן זײַן שיינעם פֿליגל. שוין אין דער געשטאַלט פֿון אַ פֿאַרעלטערטער מאַדאַם באַטערפֿלײַ האָט מײַן דערציילערין אַנטפּלעקט מיר די דראַמאַטישע געשיכטע פֿון איר נאָענטער חבֿרטע ראָוז.

— כ׳האָב געקענט ראָוז נאָך פֿון די צײַטן, ווען מ׳האָט זי גערופֿן רייזעלע. אַ טאָכטער פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן פֿרומען ייִד אין פֿלאַטבוש, האָט רייזעלע גענאָסן פֿונעם פֿעטן לעבנס־טשאָלנט, ביז זי האָט זיך פֿון דעם כּשרן טאָפּ אַרויסגעגליטשט און איז אַרײַנגעפֿאַלן אינעם זודיקן שמאַלצגרוב פֿון זשומיקע קערמעשלעך, סינעמאַס, בראָדוויי־שאָוס, ראָמאַנטישע ליבעס אויפֿן סמך פֿון איר באַליבטן „מוּווי‟ „Gone With the Wind‟… מיט איין וואָרט — אויס טאַטע־מאַמע, אויס ייִדישע היים, אויס ייִדישקייט! — דער פֿרײַער ווינט האָט זי טאַקע אונטערגעכאַפּט און אַוועקגעטראָגן… ווילט איר וויסן וווּהין? אויפֿן אינדזל קובאַ!..

אין מײַן מוח, וואָס האָט צענדליקער יאָרן זיך מאַרינירט אינעם ראָסל פֿון דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע, האָט דאָס וואָרט „קובאַ‟ אויסגעשאָסן מיט אַ פֿײַערלעכן רעוואָלוציע־לאָזונג — Patria o Muerte, היימלאַנד אָדער טויט! דאָס „אינדזל פֿון פֿרײַהייט‟ האָט דעמאָלט אויסגעזען אין מײַנע אויגן ווי אַ ברענענדיקער שײַטער אינעם צעבושעוועטן אָקעאַן פֿונעם אַמעריקאַנער אימפּעריאַליזם…

ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער ווילדער גורל־ווינט האָט אַוועקגעטראָגן דאָס ראָמאַנטישע ייִדישע מיידל אויף אַ גאָר אַנדער הינדזל קובאַ…

— ס׳איז אײַך באַקאַנט דאָס שפּאַנישע וואָרט „כינעטעראַ‟? — דער פֿאָכער אין דער האַנט פֿון מײַן מאַדאַם באַטערפֿלײַ האָט אַ ווײַלע אויפֿגעהערט צו פֿאָכען, דער פֿליגל איז געבליבן הענגען אין דער הייסער לופֿט. — אויף פּראָסט לשון מיינט עס, „פּראָסטיטוטקע‟.

זי האָט זיך אָנגעבויגן, אַז דער ברייטער ראַנד פֿון איר הוט, האָט קוים אַ ריר געטאָן מײַן פּנים. די באַוועגונג, האָט געזאָלט מיך אַפּנים נאָך מער אַרײַנכאַפּן אין דעם אינטימען קרײַז פֿון דער ווײַטערדיקער סיפּור־המעשׂה.
— אין יענע צײַטן איז קובאַ געווען אַ פֿאַרצוקערט אינדזל, ווי מ׳האָט עס גערופֿן, מיט קאַזינאָס און רעסטאָראַנען אויף שריט און טריט, מיט די רייצנדיקע קאַרנאַוואַלן, וואָס האָבן פֿאַרשיכּורט די לופֿט און זיך צעגאָסן איבער די שמוציקע גאַסן און געסלעך, ווי טײַכלעך ברענענדיקן ראָם. אַ קיצור, אַ זיסער גיהנום פֿאַר די רײַכע אַמעריקאַנער טוריסטן. ראָוז, אַרײַנגעוואָרפֿן אין דעם קובאַנער שמעלצגרוב, האָט זיך בפֿירוש אין אים נישט פֿאַרכלינעט, אַדרבא — זי איז גאָר אין גיכן געוואָרן אַ „שטערן‟, קאָן מען זאָגן, אויב נישט אין האָליוווּד, איז כאָטש אינעם „פּאַלאַסיאָ דע לאַ סאַלאַמאַנדראַ‟…

זי האָט אויסגעהאַלטן אַ פּויזע, וואָס האָט, אַפּנים, געזאָלט מיר דערמעגלעכן אָפּצוזוכן אין מײַן מוח דעם טײַטש פֿון „פּאַלאַסיאָ דע לאַ סאַלאַמאַנדראַ‟. זיך אַ גריבל געטאָן בעת דעם קורצן צײַטאָפּשניט אין מײַנע קענטענישן אַרום דעם „הינדזל פֿון פֿרײַהייט‟, בין איך געבליבן זיצן שטום אין אַ לײַכטער פֿאַרלעגנהייט.

פֿון הינטער די טונקעלע ברילן, פֿון ביידע זײַטן, זײַנען אַרויסגעקראָכן און זיך צעלאָפֿן איבער די באַקן איראָנישע שטראַלעכלעך. אירע ליפּן האָבן עס דערקלערט:

— פֿון וואַנען זאָלט איר עס וויסן? נישט יעדער אַמעריקאַנער טוריסט, אַז ער האָט אַפֿילו יאָ געהערט וועגן דעם האַוואַנער „פּאַלאַסיאָ דע לאַ סאַלאַמאַנדראַ‟, האָט געוואַגט אַהין זײַן נאָז אַרײַנשטעקן. צו פֿאַרברענגען דאָרט אַ נאַכט האָט געקאָנט אָפּקאָסטן דעם בעל־תּאווהניק אַ מאַיאָנטיק. גלייבט מיר: אַז אויב אָדם הראשון האָט געקאָנט אָפּגעבן דעם גאַנצן גן־עדן פֿאַר אַ זינדיקער ליבע, איז עס בפֿירוש ווערט געווען. און אַז ס׳איז באַשערט, קאָן מען אויך אין אַזאַ אָרט ווי „פּאַלאַסיאָ דע לאַ סאַלאַמאַנדראַ‟ אָנטרעפֿן אויף אַ גרויסער ליבע. אַזוי איז טאַקע געשען מיט מײַן חבֿרטע ראָוז. דעם אמת געזאָגט, נישט אַזוי מיט איר, ווי מיט יענעם רײַכן צוקער־פֿאַבריקאַנט פֿון שיקאַגע. אַ טאַטע פֿון צוויי קינדער, איז ער גרייט געווען אָפּצוקויפֿן דעם „פּאַלאַסיאָ דע לאַ סאַלאַמאַנדראַ‟ מיט זײַן גאַנצן פּערסאָנאַל, ווי עס גייט און שטייט, און אים וואַרפֿן צו ראָוזעס פֿיס…

מײַן מאַדאַם באַטערפֿלײַ האָט מיט אַ גיכער באַוועגונג אַרײַנגעוואָרפֿן צוריק אינעם קיישל דעם פֿאָכער און אַרויסגעשלעפּט פֿון דאָרט אַ דורכזיכטיק פּלאַסטיק־פֿלעשעלע מיט וואַסער. אָפּגעדרייט דאָס דעקל, האָט זי עס צוגעטראָגן צום מויל, צוהאַלטנדיק מיט דער פֿרײַער האַנט איר שטרויענע הוט. זי האָט געטרונקען מיט קליינע שלוקן, נישט געכאַפּט, ווי געקאָנט דערמיט אויך אײַנשטילן אַ ביסל די געשפּאַנטקייט פֿון דער מעשׂה.

— ראָוז, דאַרפֿט איר וויסן, — האָט ווידער רויִק זיך געהערט איר קול, — איז קיין גרויסע קראַסאַוויצע נישט געווען; וואָס יאָ — אירע אויגן! דער גאַנצער חן פֿון מוטער רחל ביז אסתּר המלכּה האָט פֿון זיי אַרויסגעלויכטן און פֿאַרכּישופֿט. אַ קיצור, זי האָט זיך געלאָזט אײַנרעדן, און דער ייִדישער מיליאָנער האָט זיך געשוווירן בײַ זײַנע קינדער, אַז באַלד פֿאָרט ער קיין שיקאַגע, גייט זיך גטן מיט זײַן פֿרוי און קומט צוריק צו שטעלן אַ חופּה מיט ראָוז, כּדין־וכּדת. איז שוין גוט?! האָט געזאָלט אויסברעכן דאָס פּאַסקודנע איבערקערעניש — און אויס! דער מיליאָנער איז געוואָרן אויס מיליאָנער און ראָוז — אויס „שטערן‟ אין „פּאַלאַסיאָ דע לאַ סאַלאַמאַנדראַ‟, ווײַל דעם „פּאַלאַסיאָ‟ אַליין האָט די נײַע מאַכט ליקווידירט…

וואָס ס׳האָט זיך געטראָפֿן נאָך פֿידעל קאַסטראָס רעוואָלוציע, האָב איך שוין געוווּסט פֿון מײַן סאָוועטישער ווירקלעכקייט. דעם באַרימטן מאַרש פֿון דער קובאַנער רעוואָלוציע „26סטער יולי‟, ווי אַ סימבאָל פֿון דער גרויסער פֿרײַנדשאַפֿט צווישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און קובאַ, האָט מען געדרייט אויף דעם ראַדיאָ גאַנצענע טעג. די מעשׂה אַרום ראָוז האָט אָנגעהויבן צו קלינגען טרוקענער. די שטימבענדלעך בײַ דער דערציילערין האָבן זיך אָנגעצויגן, און אינעם קול אַליין האָבן זיך דורכגעשניטן הייזעריקע טענער.

— די ערשטע צײַט האָט ראָוז געלעבט פֿון איר אָפּגעשפּאָרט ביסל געלט. איר ייִדישע הדרכה, באַקומען בײַ טאַטע־מאַמע אין שטוב, האָט זי פֿאָרט געטראָגן אין זיך בעת די אַלע יאָרן פֿון הפֿקרות. נישט קיין גרויס, נאָר פֿאָרט אַ קניפּל האָט זי פֿאַר זיך געמאַכט. איצט, ווען ס׳זײַנען געקומען די נײַע צײַטן, איז דאָס דאָזיקע קניפּל גיך מאָגער געוואָרן. ראָוז האָט זיך געהאַלטן פֿון די לעצטע כּוחות נישט אַרײַנפֿאַלן אין דעם „כינעטעראַ‟־מיסטגרוב, כאָטש אייניקע פֿון אירע געוועזענע חבֿרטעס אינעם „פּאַלאַסיאָ דע לאַ סאַלאַמאַנדראַ‟ האָבן געצויגן ווײַטער די חיונה פֿון זייער פֿריִערדיקער פּרנסה. ראָוז איז אַוועק מיט איר אייגענעם וועג — אויב נישט קיין שיקאַגער מיליאָנער, איז כאָטש אַ האַוואַנער אויטאָמעכאַניקער. זי האָט חתונה געהאַט פֿאַר אַן אַלמן, עלטער פֿון איר אויף צוועלף יאָר און דערצו נאָך מיט דרײַ קינדער… דער גורל, וועט איר זאָגן, האָט איר אונטערגעשטעלט אַ פֿיסל… אַ צווייטער, מעגלעך, יאָ, נאָר נישט מײַן חבֿרטע! נאָך מער: צום ערשטן מאָל, זינט רייזעלע האָט פֿאַרלאָזט איר רײַכע חסידישע היים, האָט זי דערפֿילט די פֿרייד און זאָרג פֿון זײַן אַ באַלעבאָסטע בײַ זיך אין שטוב. קיין אייגענע קינדער האָט זי, ווי איר פֿאַרשטייט, נישט געהאַט און שוין נישט געקאָנט האָבן, האָט זי זיך צוגעבונדן צו די דרײַ יתומים, וואָס האָבן זיך אויך גענייטיקט אין אַ וואַרעם מוטער־האַרץ. פֿון דעסטוועגן, האָט די נײַע מאַכט דערמעגלעכט איר זיך אויסצולערנען בוכהאַלטעריע, און זי האָט אַרויסגעהאָלפֿן צו פֿירן די חשבונות אינעם מאַנס וואַרשטאַט…

מיטאַמאָל האָט די פֿרוי זיך געכאַפּט, אַז איך בין שוין מסתּמא פֿאַרטשאַדעט געוואָרן פֿון איר מעשׂה. אָבער די אמתע סיבה האָט געשטעקט נישט אין מיר; גלײַך נאָך די ווערטער, האָט זי אַרויסגעשלעפּט פֿונעם קיישל די מאָבילקע. דאָס ברייטע קיישל האָט שוין אָנגעהויבן אויסזען אין מײַנע אויגן, ווי אַ מין וווּנדער־קלומיק מיט כּל־הגוטס. נאָר קלינגען האָט זי זיך נישט געאײַלט. אַ קוק געטאָן אויף דער צײַט, האָט זי אומרויִק געזאָגט זיך אַליין:

— ער וואָלט שוין געדאַרפֿט זײַן דאָ… — געכאַפּט מײַן צעמישטן בליק, האָט זי צוגעגעבן: — כ׳מיין, מײַן בויפֿרענד, דזשערעמי…

זעט אויס, אַז דער נײַגער מײַנער האָט זיך צעגאָסן איבערן פּנים.

— יאָ, שטעלט זיך פֿאָר, מיר האָבן זיך באַגעגנט מיט דזשערעמי נאָך צענדליקער יאָר… מײַן מאַמע, עליה־שלום, האָט ליב געהאַט צו זאָגן: וואָס טוט גאָט צו באַשערן, קאָן דער מענטש נישט פֿאַרווערן…

כ׳האָב זיך אָנגעכאַפּט אינעם וואָרט „באַשערן‟ און געפֿרעגט:

— וואָס זשע איז טאַקע באַשערט געווען ראָוז ווײַטער אויפֿן פֿרײַען אינדזל?
— אײַ… — האָט זי אַנטוישט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ צו די ווערטער, נאָך איידער זי האָט זיי אַרויסגעבראַכט אויף די ליפּן, — די צײַט, מײַן פֿרײַנד, שלינגט די יאָרן. ראָוזעס מאַן איז געשטאָרבן, די קינדער זײַנע אַוועק אויף זייערע דרכים: דער עלטערער איז געוואָרן אַ דאָקטאָר, דער מיטעלער — אַן אינזשעניר, און דער מיזיניק איז אַוועק אין דער אַרמיי. אויך די רעוואָלוציע, וואָס איר זאָלט נישט זאָגן, האָט געהאַט אירע מעלות. איז ראָוז געבליבן אַליין… אויף דער עלטער, ווייסט איר מסתּמא, פֿאַרפֿולט אַלע אויסגעליידיקטע ווינקעלעך אין דער נשמה איין געפֿיל — בענקשאַפֿט. בפֿרט נאָך דער אַלטער היים. דעמאָלט האָט ראָוז זיך דערמאָנט אין איר אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט, און די קינדער, דורך זייערע וועגן, האָבן דערמעגלעכט זי זאָל זיך איבערפּעקלען צוריק קיין אַמעריקע…

כ׳האָב דערפֿילט אינעם קול און אין די באַוועגונגען פֿון מײַן מאַדאַם באַטערפֿלײַ אַ האַוועניש. עפּעס האָט אין איר אַרויסגערופֿן אַן אומרו, און ווי זי האָט פֿריִער דערמאָנט, איז עס געוויס געווען פֿאַרבונדן מיט איר בויפֿרענד דזשערעמי. איר אומרו האָט זיך איבערגעגעבן מיר אויך, פֿון דעסטוועגן, איז בײַ מיר די סיבה געווען גאָר אַן אַנדערע; פֿאַרכאַפּט מיט דער געשיכטע אַרום איר חבֿרטע ראָוז, האָב איך מורא געהאַט צו פֿאַרבלײַבן אָן דעם סוף. הגם גראָד פֿונעם סוף, פֿון ראָוזעס טויט פֿאַראַיאָרן, האָט די דאָזיקע געשיכטע זיך אָנגעהויבן. האָב איך זיך נישט אײַנגעהאַלטן און פֿאָרט געפֿרעגט:

— וואָס זשע איז מיט ראָוז געשען ווײַטער, נאָכן קומען קיין אַמעריקע?… ווי כ׳פֿאַרשטיי, האָט זי זיך באַזעצט דאָ, אין אונדזער שוואַנענפּאַרק?

מאַדאַם באַטערפֿלײַ האָט אַ רגע פֿאַרהאַלטן אויף מיר אַ צעשטרייטן בליק און זיך געכאַפּט, ווי דערמאָנט זיך:

— יאָ, ריכטיק… — אַהער, צום סוואַנפּול, קומען זיך יעדן טאָג צונויף אַלע באַשעפֿענישן פֿון אונדזער דערפֿל. איר האָט עס שוין, אַוודאי, באַמערקט: דאָ איז דער טרעפֿפּונקט פֿון נײַעס און בשׂורות — גוטע און שלעכטע. דער גורל, מײַן פֿרײַנד, איז אַ גרויסער קאָמיקער, אַ סטענדאַפּיסט; ער לאַכט פֿון זיך אַליין, אָבער מיינען מיינט ער אַ צווייטן. אַזאַ שפּיצל האָט דער גורל אָפּגעטאָן מיט ראָוז און דעם שיקאַגער מיליאָנער, ווען זיי ביידע, זײַנען געווען יונג און שיין. ווער ווייסט, וויִאַזוי זייער לעבן וואָלט זיך דעמאָלט אַ דריי געטאָן… און כאָטש דאָס ווערטל זאָגט, אַז ווויל איז יענעם, וואָס זײַן גליק זוכט אים, און נישט ער זײַן גליק, האָט ראָוזעס מיליאָנער זײַן גאַנץ לעבן געזוכט ראָוז…

זי האָט אָפּגעטרונקען פֿונעם פֿלעשעלע אַ ביסל וואַסער און פּלוצעם אַ זאָג געטאָן:
— איצט קאָנט איר לאַכט!

די ווערטער האָט זי מיר אַ וואָרף געטאָן צו די פֿיס, ווי מע וואַרפֿט אַ גט. כ׳האָב אַפֿילו נישט גלײַך געכאַפּט, וואָס עס שטעקט אין אָט דעם סאַרקאַסטישן זאָג. שוין שפּעטער, אומקערנדיק זיך אין מײַנע געדאַנקען צו דער מעשׂה, אויסגעהערט ביזן סוף, איז צו מיר דערגאַנגען, וואָס מאַדאַם באַטערפֿלײַ האָט מיט די ווערטער געוואָלט זאָגן.

— ראָוז האָט זיך געהוידעט אויפֿן וואַסער, רײַטנדיק אויף דעם בלויען פּינעפּלאַסטישן „לאָקש‟, ווען ס׳האָט זיך צו איר צוגעשאַרט אַ באַיאָרטער מאַנספּאַרשוין מיט אַ גרין קאַסקעטל אויפֿן קאָפּ. אַ פּאָר ווײַלעס האָט ער פֿון ראָוז נישט אָפּגעפֿירט קיין אויג, דערנאָך שטיל, ווי פֿון אַ טיפֿן ברונעם פֿון יאָרן, אַ רוף געטאָן: „ראָזיטאַ…‟ — ס׳האָט געקאָנט קלינגען ווי אַ פֿראַגע און אין דער זעלבער צײַט, ווי אַ זיפֿץ. דער נאָמען האָט אין איין סעקונדע, עלעהיי אַ שאָס, דורכגעשאָסן דעם שיכט פֿון צענדליקער יאָרן און איצט געטראָפֿן אין ציל… אַזוי האָט מען דאָך גערופֿן ראָוז אינעם „פּאַלאַסיאָ דע לאַ סאַלאַמאַנדראַ‟…
— ווילט איר זאָגן, — האָב איך זיך אַרײַנגעכאַפּט מין מײַן נאַרישער פֿראַגע אין אַ פֿרעמדן סוזשעט, — אַז דער שיקאַגער מיליאָנער האָט זי דערקענט? נאָך אַזוי פֿיל יאָרן?
ס׳האָט אויסגעזען, אַז כ׳האָב מײַן מאַדאַם באַטערפֿלײַ געכאַפּט אויף אַ ליגן.
— זעט איר דאָך, — האָט זי זיך קיין קאַפּעלע נישט צעמישט, — איר האָט פֿאַרגעסן, מײַן טײַערער, אינעם צוצי־כּוח פֿון אירע אויגן. און נאָך אַ קלייניקייט, דאַכט זיך: אינעם „פּאַלאַסיאָ דע לאַ סאַלאַמאַנדראַ‟ האָט יעדעס מיידל געטראָגן אַזאַ קליינעם טאַטו… ס׳איז חלילה נישט געווען קיין שאַנדצייכן, נישט קיין מוז, שוין גיכער, אַ מין חן־פּינטל. בײַ ראָוז איז עס געווען אַ קליין רייזעלע, אַקוראַט אויפֿן אויסבייג צווישן האַלדז און דעם לינקן אַקסל… — און איר ווײַזפֿינגער, עטוואָס אויסגעקרימט און אָנגעשוואָלן אין די ביינדלעך, און מיט אַ שפּיציקן נאָגל, באַדעקט מיט טונקלרויטן לאַק, האָט זיך אָנגעשפּאַרט אין איר עלעגאַנט פֿאַטשיילקע אַרום דעם האַלדז. — אָט דאָ־אָ…

דער אומדערוואַרטער סוף פֿון דער מעשׂה אונטערן זון־שירעם איז גראָד צונויפֿגעפֿאַלן מיטן דערשײַנען פֿון מאַדאַם באַטערפֿלײַס בויפֿרענד, ווי זי האָט אים פֿריִער אָנגערופֿן. דעם בלייכן מאָגערן מאַנספּאַרשוין אינעם רעדערשטול מיט אַ גרינער קאַסקעטקע אויפֿן קאָפּ, האָט צו אונדז צוגעפֿירט אַ מיטליאָריקער באַגלייטער. ער האָט זיך געוואָנדן צו דער פֿרוי אויף שפּאַניש, און זי האָט אים אויף זײַן שפּראַך געענטפֿערט.

— אַנטשולדיקט, — האָט זי זיך אויסגעדרייט צו מיר, — דזשערעמי האָט מיט אַ האַלב יאָר צוריק איבערגעטראָגן אַ שטאַרקן סטראָק… מיר האָבן הײַנט אַ וויזיט בײַם דאָקטאָר.

זי האָט זיך ווי פֿאַרענטפֿערט. צום ערשטן מאָל, וואָס מיר האָבן זיך געטראָפֿן, האָט די פֿרוי אַראָפּגענומען די זון־ברילן… כ׳האָב מיטאַמאָל דערזען פֿאַר זיך ראָוז… אפֿשר האָב איך זיך נאָך נישט אויפֿגעכאַפּט פֿון מײַן צעמאָרעט דרעמלעניש, אָדער אַ מין גילגול פֿונעם ערשט־דערהערטן האָט זיך אַ רגע פֿאַרהאַלטן אין דער לופֿטן, געדיכט אָנגעזעטיקט מיטן צעשמעלצטן וויטאַמין „די‟. כ׳האָב נאָר דערהערט, ווי מײַנע ליפּן האָבן דעם נאָמען שטיל אַרויסגעבראַכט: „ראָוז…‟ — און דער קײַלעכדיקער קלאַנג האָט מיך אויפֿגעמונטערט. געבראַכט צו דער ווירקלעכקייט.

— ניין, מײַן טײַערער, — האָט מײַן מאַדאַם באַטערפֿלײַ זיך צעשמייכלט, — ראָוז האָט טאַקע פֿאַראַיאָרן שטיל פֿאַרלאָזט אונדז אין אַ לויטערן פֿרימאָרגן, ווי עס קומט פֿאָר מיט ווײַסע שוואַנע…

אין עטלעכע מינוט אַרום האָב איך זיך שוין אויך גענעצט און זיך געווייקט אינעם אָפּפֿרישנדיקן וואַסער פֿון „סוואַנפּול‟. כ׳האָב נישט געהערט נישט צום „דעמאָקראַטישן הײַפֿל‟ און נישט צום „רעפּובליקאַנער‟, כ׳האָב זיך געהאַלטן אין אַ מין „נייטראַלער וואַסער־זאָנע‟. יעדנפֿאַלס, אַזוי האָב איך געטראַכט ביז דעם מאָמענט, ווען אַנטקעגן מיר האָב איך דערזען שווימען, זיצנדיק אויף אַ ראָזעווער פּענאָפּלאַסטישער „מאַקאַראָנע‟ אַן אומבאַקאַנטע פֿרוי, אַן אָרטיקע „גאַנדז‟. אויפֿן קאָפּ האָט זי געטראָגן אַ שטרויענע ברייטראַנדיקע הוט, איבערגעצויגן מיט אַ רויטער סטענגע. זי האָט זיך אײַליק דערנענטערט צו מיר, צוהעלפֿנדיק זיך מיט די הענט, ווי מיט צוויי וועסלעס. דער מהלך צווישן אונדז ביידן האָט זיך גיך פֿאַרקירצט, און ווען ער איז געוואָרן עקסטרעם ענג, האָט זיך מיר געוואָרפֿן אין די אויגן אַ טונקעלער פֿלעק, ריכטיקער, אַ מין חן־פּינטל אויפֿן אויסבייג צווישן האַלדז און דעם לינקן אַקסל — אַ טאַטויִרט קליין בלימל, אַ פּיצינקע רויז…

יוני 6, 2025, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a comment