אלי שאַרפֿשטיין
קאַפּיטל 17
נישט קיין תּפֿיסה. אַ תּפֿיסעלע…
וועגן דעם 9טן סעפּטעמבער האָט איר שוין געהערט אַמאָל? אַ וויכטיקער טאָג. נישט פֿאַר אײַך אַוודאי, פֿאַר מיר און מײַנע אַרמיי־קאָלעגעס. דאָס איז דאָך דער גרעסטער יום־טובֿ פֿאַר די סאָוועטישע טאַנקיסטן — „דער טאַנקיסטן־טאָג‟! ווער האָט באַשלאָסן, אַז דווקא דעם 9טן סעפּטעמבער זאָל מען אָפּמערקן דעם יום־טובֿ פֿון די סאָוועטישע טאַנקיסטן, האָט קיינער פֿון אונדז נישט געוווּסט, און קיינעם איז נישט געווען טשיקאַווע צו וויסן. אַבי ס’איז געווען וואָס צו פּראַווען.
אַזוי ווי אונדזער פּאָלק האָט פֿאַרמאָגט נאָר איין טאַנקן־באַטאַליאָן (די אַנדערע דרײַ באַטאַליאָנען — פּשוטע פּעכאָטע), האָבן מיר זיך געהאַלטן גרויס, מיט אַ קאָפּ העכער פֿון אַלעמען, געשפּירט זיך מער שטאָלצער און מער גאווהדיק. פֿאַר די פּעכאָטניקעס איז דאָס געווען אַ טאָג ווי אַלע טעג. זיי האָבן זיך פֿאַרנומען מיט זייערע טאָג־טעגלעכע ענינים: מאַרשירט, טרענירט זיך, גערייניקט די קאַזאַרמעס און די טואַלעטן, געוואַשן די פּאַדלאָגעס און געאַרבעט אין קיך. פֿאַר אונדז אָבער איז דאָס געווען אַן אָפּרו־טאָג, אַ יום־טובֿ. און וואָס טוען מיר אין אַזאַ שיינעם יום־טובֿדיקן טאָג? מיר דרייען זיך אַרום פּוסט־און־פּאַס, אָנגעטאָן אין יום־טובֿדיקע מונדירן, קוקן דעם טעלעוויזאָר וויפֿל מיר ווילן, גייען אַרײַן אויסטרינקען אַ טעפּעלע קאַווע אין דער קאַפֿעטעריע, וואָס בײַ אונדז האָט זיך גערופֿן „טיי־הויז‟. מיר קענען זיצן וויפֿל מיר ווילן אין דער קורילקע און רייכערן טײַערע פּאַפּיראָסן „קאַזבעק‟, וואָס מיר היטן ספּעציעל פֿאַר אַזאַ־אָ געלעגנהײט. עטלעכע פֿון אונדז האָבן באַקומען אַן אורלויב צו פֿאַרברענגען אויסער דעם מיליטער־לאַגער, אין שטאָט הייסט עס. בלויז אָ פּאָר שעה, אָבער פֿאָרט אַ קאַפּעטשקע פֿרײַהײט! בקיצור, אַן אמתע חוגא, אַ יום־טובֿ!
אַ יאָר דין איך שוין אין גוואַרדייסט, נאָר קיין מזל צו פֿאַרברענגען אין שטאָט האָב איך נאָך נישט געהאַט. דאָס הייסט, איך בין געווען אין שטאָט אין די נעכט, ווען איך האָב זיך אַרויסגעגנבֿעט פֿון לאַגער צו טרעפֿן זיך מיט די נקבֿות, אָדער קויפֿן אַ פֿלעשל בראָנפֿן. נאָר אַרויסגיין אין מיטן טאָג מיט אַ דאָקומענט־צעטל פֿון אַן אורלויב און שפּאַצירן פּשוט אַזוי אין שטאָט צווישן „נאָרמאַלע‟ מענטשן, טרינקען אַ גלאָז עפּל־זאַפֿט, אַ קאַווע מיט קיכעלעך, אָדער אַפֿילו סתּם אַ גלאָז פּשוטע טיי, זיצנדיק אין אַ קאַפֿעטעריע? אַזאַ מזל האָב איך נאָך קיין מאָל נישט געהאַט. און הײַנט איז דאָך מײַן לעצטער 9טער סעפּטעמבער! דעם קומענדיקן וועל איך שוין פּראַווען ווײַט־ווײַט פֿון דאַנען, אפֿשר אַפֿילו אין ישׂראל. קען זײַן, אַז איך וועל זיך אַפֿילו נישט דערמאָנען וואָס איז דאָס פֿאַר אַ טאָג! אַזוי האָב איך געטראַכט, און אפֿשר טאַקע די מחשבֿות האָבן אָפּגעטאָן פֿאַר מיר דעם גרויסן נס. וואָס פֿאַר אַ נס, פֿרעגט איר? פּראָכאָראָוו, אונדזער ראָטע־קאָמאַנדיר, האָט פּלוצלונג געמאָלדן, אַז צוויי טאַנקיסטן וועלן הײַנט אַרויסגיין אין שטאָט צו אָפּמערקן דעם „גרויסן יום־טובֿ‟. און ווער? מײַן חבֿר סלאַוויק מאַרעטשקאָ און איך! דאָס פֿאַרשטיי איך! יעצט איז דער יום־טובֿ נאָך גרעסער! „פּראָשקע‟ האָט אַרײַנגעקוקט אין אונדזערע פֿריילעכע אויגן, און מיט אַן ערנסטער מינע אָגעזאָגט:
— איר האָט בלויז דרײַ שעה, און דאָס איז דרײַ מאָל אַזוי פֿיל, ווי עס קומט אײַך, — ער האָט גערעדט פּאַמעלעך און קלאָר, מיר זאָלן פֿאַרגעדענקען יעדעס וואָרט, — גייט, פֿאַרברענגט, מאַכט אַ לעבן אין שטאָט. אפֿשר וועט איר זיך אפֿילו באַקענען מיט מיידלעך… אָבער, — און ער האָט אונדז געמאַכט אַ „נו-נו-נו‟ מיט זײַן ווײַזפֿינגער, — קיין איין טראָפּן פֿון דער „ביטערער משקה‟ זאָל אין אײַער מויל נישט אַרײַנרינען! אַפֿילו נישט קיין קופֿל ביר! אויב איר וועט זיך אָנזשליאָקען, ווי אײַער שטייגער איז, וועט מען אײַך אײַנזעצן! און גלייבט מיר, אַז דעמאָלט וועט איר שוין זיצן ווי טאַטעלעך!
אַוודאי האָבן מיר אים צוגעזאָגט, אָפּסאַלוטירט, און מיט אַ יום־טובֿדיקער שטימונג און פֿול מיט האָפֿענונג און נײַגער, זײַנען מיר אַרויס דורך דעם הויפּט־טויער אין שטאָט אַרײַן. מיר זײַנען געווען זיכער, אַז די שטאָט וואַרט אויף אונדז, אַז די פּשוטע אײַנוווינער וואַרטן אונדז. ס’איז אונדז טשיקאַווע געווען ווי וועלן די שיינע יונגע מיידלעך, אָנגעטאָן אין קורצע קליידלעך, וואָס שטרײַכן אונטער זייערע רונדע פֿאַרמעגן, אונדז דערזען און ממש חלשן, „פֿאַלן‟ צו אונדזערע פֿיס. וווּ נאָך קענען זיי טרעפֿן אין מיטן גאַס צוויי געזונטע יאַטן טאַנקיסטן, אָנגעטאָן אין מיליטער־קיטלען מיט שוואַרצע פּאַגאָנעס מיט אַ באַגאָלדטן טאַנק־צײכן אויף זיי? צוויי שיינע „הונגעריקע‟ געזונטע בחורים אין אַ זעלנערשן פּאַראַד־קיטל, באַפּוצט מיט אַ ריי מיליטער־צײכנס, וואָס שײַנען און בלישטשען אונטער די האַרבסטיקע זון־שטראַלן?
נאָר קיינער אין גוואַרדייסק איז נישט געוואָרן ניתפּעל פֿון אונדזער יום־טובדיקן אויסזען. די פֿאַרבײַגייערס האָבן אַפּנים געהאַט זייערע אייגענע דאגות, און מיר האָבן זיי נישט געאַרט. אײַ, די שיקסעס? אַפֿילו איינע אויף אַ רפֿואה האָבן מיר נישט געטראָפֿן. קיין איינע נישט! לאָזט זיך אויס, אַז די צוויי סאָלדאַטן, צוויי געראָטענע יונגע טאַנקיסטן, וואָס זײַנען דאָס ערשטע מאָל אַרויס אין שטאָט, האָבן אינטרעסירט די היגע אײַנוווינער ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי, און אפֿשר נאָך ווייניקער. נאָר דאגהט נישט, דער קאַלטער קבלת־פּנים האָט אונדז נישט צערודערט. קיין זאַך האָט נישט געקאָנט צעשטערן אוננדזערע פּלענער. די ערשטע זאַך איז געווען צו באַזוכן אונדזער חבֿר, אויך אַ טאַנקיסט, וואָס איז אַרויס אין אַ קורצן אורלויב נאָך מיט אַ טאָג פֿריִער.
יאָנאַס שליאַקיס, אַזוי האָט מען אים גערופֿן, איז געווען דער איינציקער חתונה־געהאַטער סאָלדאַט אין אונדזער ראָטע. זײַן פֿרוי, אויך אַ ליטווינקע, וואָס האָט געהייסן בירוטע, איז געקומען צו אים מיט אַ קורצן באַזוך. דער ראָטע־קאָמאַנדיר האָט אים געגעבן אַ גאַנצע וואָך צײַט, ער זאָל פֿאַרברענגען מיט זײַן ווײַבעלע אין אַ האָטעל־צימער. דאַרף מען דאָך אים באַזוכן! האָבן מיר זיך געלאָזן צו דעם איינציקן האָטעל אין שטאָט. גייענדיק צו זיי, האָט אונדזער פֿאַנטאַזיע „געאַרבעט איבערשעהן‟, ווי מ’זאָגט. מיר האָבן פּרובירט זיך פֿאָרצושטעלן, מיט וואָס פֿאַרנעמט זיך דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק גאַנצע מעת־לעתן. ביכער אַפּנים לייען זיי נישט. שפּילן שאַך, שפּילן זיי נישט מסתּמא. אפֿשר גייען זיי אַרויס מיט אַ שפּאַציר אין די פּאַרקן פֿון גוואַרדייסק? ניין, עס פּאַסט נישט. אַזוי האָבן מיר געשמועסט צווישן זיך און געקומען צו אַ הסכּמה, אַז יונאַס מיט זײַן בירוטע קריכן נישט אַרויס פֿון בעט גאַנצע טעג און נעכט. טאָ וואָ׳זשע דאַרפֿן מיר זיי שטערן? אָבער יאָנאַס אַליין האָט אונדז אײַגעלאַדט, מיר זאָלן זיך באַקענען מיט זײַן שיין ווײַבל, קענען מיר אים אָפּזאָגן?
מאַרעטשקאָ האָט אָנגעקלאַפּט אין טיר. ס׳האָט אונדז געעפֿנט יאָנאַס. ער איז געווען אָנגעטאָן אין גרינע מיליטער־הויזן, אַ ווײַס אונטערהעמד און געשטאַנען באָרוועס. הינטער אים איז געשטאַנען אַ שיינע בלאָנדע שיקסע. יאָנאַס האָט אונדז פֿאָרגעשטעלט זײַן יונגער פֿרוי. בירוטע איז אונדז גלײַך געפֿעלן געוואָרן. זי האָט אונדז באַשײַנט מיט איר פֿאַרשעמטן שמייכל, פּרעכטיק ווײַסע ציין, חושמדיקע ליפּעלעך און קורצע בלאָנדע האָר. נאָר אונדזער זעלנערשע אויגן האָבן זיך קאָנצענטרירט אויף אירע קליינע בריסטלעך, וואָס האָבן אַרויסגעשטאַרצט דורך דער דינינקער ווײַסער בלוזקע. זי האָט אויך געהאַט אַ קליין בײַכל, און מיר האָט זי אויסגעזען אַ ביסל שוואַנגער. פֿאַרוואָס „אַ ביסל‟? ווײַל קיין גרויסער פֿאַרשטייער אין די ענינים בין איך נישט געווען.
בירוטע, וואָס האָט אַפּנים באַמערקט, ווי מיר „עסן‟ זי אויף מיט אונדזערע הונגעריקע אויגן. זי האָט לאַנג נישט געוואַרט און אײַנגעלאַדן אונדז זיך זעצן צום שיין געדעקטן טיש, וואָס זי האָט צוגעגרייט פֿאַר די טײַערע געסט. און אַ טיש איז דאָס געווען, פֿרעגט שוין נישט! אין חלום האָבן מיר נישט געחלומט וועגן אַזאַ טיש! אינמיטן האָט זי אַוועקגעשטעלט אַ פֿלאַש מיט דעם אמתן ליטווישן „סאַמאָגאָן‟. אַרום אים עטלעכע טונקעלע פֿלעשלעך מיט „זשיגוליאָווסקע‟ ביר. און מיט וואָס פֿאַר אַ שפּײַז וועלן מיר פֿאַרבײַסן? שוואַרץ ליטוויש ברויט, ווײַסע בולקעס, רויטע און שוואַרצע רויג, געזאַלצענע אוגערקעס, אַן אויפֿגעעפֿנטע פּושקע מיט ריגער שפּראָטן, דאָרפֿישע קעז, אַלערליי וווּרשטן, און אַוודאי סאַלאָ. אוי, די סאַלאָ! איר האָט אַמאָל „אַראָפּגעלאָזן‟ אַ הונדערט גראַם־גלעזל מיט בראָנפֿן און פֿאַרביסן מיט אַ פּענעץ ליטוויש ברויט, באַדעקט מיט דינינקע סטאַלקעס סאַלאָ פֿון אויבן? איך ווייס אַפֿילו נישט מיט וואָס צו פֿאַרגלײַכן דעם מאכל, אַזאַ טעם האָט עס געהאַט. אַ טעם, זאָג איך? טויזנט טעמען!
האָבן מיר זיך אַוועקגעזעצט און זיך גענומען צו דער „מלאכה‟. דעם אמת גערעדט, אָנשיכּורן זיך איז נישט געווען צווישן אונדזערע פּלענער. נאָר נישט מכבד זײַן יאָנאַסעס יונגע פֿרוי, וואָס איז געקומען פֿון קאָוונע אַזש ביז גוואַרדייסק, און געבראַכט מיט זיך די בעסטע פּאָטראַוועס? אַזוי בײַ לײַטן פֿירט זיך נישט! קודם־כּל, האָבן מיר אויפֿגעהויבן אַ גלעזל צו ווינטשן געזונט, גליק און לאַנגע יאָרן די יונגע מאַן־און־ווײַב. און וואָס פֿאַר אַ ווערדע האָט עס פֿאַר אונדז איין כּוס משקה? גאָרנישט מיט גאָרנישט! נאָר אויף דעם האָבן מיר זיך אַוודאי נישט אָפּגעשטעלט. מיר האָבן אויפֿגעהויבן נאָך אַ גלעזל, פֿאַר דער באַקאַנטשאַפֿט, און נאָך איינע — אָפּצומערקן דעם טאַנקיסטן־טאָג, און פֿאַר פֿרײַנדשאַפֿט…
ביז מיר האָבן אויסגעליידיקט דאָס פֿלאַש. די „ווײַסע משקה‟ האָבן מיר פֿאַרטרונקען מיטן אמתן „זשיגוליאָווסקע‟ ביר און פֿאַביסן מיט די וווּנדערלעכע מאכלים. מיר האָבן אַוודאי פֿאַרזוכט פֿון אַלץ, וואָס מ’האָט פֿאַר אונדז אויסגעשפּרייט אויף אַזאַ שיין געדעקטן טיש. מיר האָבן שוין פֿון לאַנג פֿאַרגעסן, אַז עס זײַנען בנמצא אַזוינע דעליקאַטעסן אויף דער וועלט. ווי קאָן מען אויפֿגעהרן צו עסן? הקיצור, די שׂימחה איז געווען גרויס און געשמאַק.
אָבער פּלוצעם האָבן די גאַסטגעבער געמאָלדן, אַז זיי זײַנען פֿאַרמאַטערט און מיד, און זיי גייען זיך אָפּרוען אין בעט. אין אַ מינוט זײַנען זיי פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין דעם שלאָפֿצימער און פֿאַרשפּאַרט די טיר. מיר האָבן גלײַך פֿאַרשטאַנען, וואָס האָבן זיי אונדז מרמז געווען, און מיט שטילע טריט און מיט אַ פֿאַרבעסערטער שטימונג פֿאַרלאָזן דעם צימער און אַרויס אין גאַס. דאָ אין דרויסן האָט זיך אָנגעהויבן אַ קליין „בלינד‟ רעגנדל. וועגן אַזאַ רעגן האָט איר שוין געהערט אַמאָל? דאָס טרעפֿט, ווען דער הימל איז אַ ביסל פֿאַרוואָלקנט, נאָר די זון קוקט אַרויס איבער אַ קליין וואָלקנדל און באַגיסט אונדז מיט גאָלדענע שטראַלן. און ווען ס׳הייבט זיך אָן אַזאַ קליין רעגנדל, זאָגט מען, אַז דער רעגן איז אַ בלינדער — ער זעט נישט די זון און שפּריצט. נאָר הײַנט, דווקא פֿון אַזאַ „בלינדן רעגן‟ האָבן זיך אָנגעהויבן אונדזערע צרות.
ווערן נאַס האָבן מיר נישט געוואָלט, האָבן מיר גענומען גיין גיכער. אַזוי כּמעט לויפֿנדיק, זײַנען מיר אַריבערגעגאַנגען די גאַס אַנטקעגן דעם האָטעל, אָבער נישט אויף דעם אַריבערגאַנג. און דאָ, אויף דער צווייטער זײַט גאַס אויפֿן טראָטואַר האָט אויף אונדז שוין געוואַרט אַ מיליטער־פּאַטראָל. ווי איר פֿאַרשטייט, זײַנען מיר שוין געווען גוט בגילופֿינדיק. די פֿיס האָבן זיך פֿאַרפּלאָנטערט, די אויגן — האַלב פֿאַרמאַכט. איז אַזוי אַרויס, אַז אויף דעם פּאַטראָל האָבן מיר נישט געגעבן קיין אַכט. נו, פּשוט נישט געזען. דער פּאַטרול־נאַטשאַלניק איז געווען אַ יונגער אָפֿיצער מיט אַ פּיסטויל אין אַ שייד, וואָס האָט געהאַנגען אויפֿן רימען פֿון זײַן שינעל. ער איז געשטאַנען צווישן צוויי זעלנער, אויך אָנגעטאָנע אין שינעלן. ער האָט אונדז אָפּסאַלוטירט און געהייסן שטיין. האָבן מיר זיך אַוודאי אָפּגעשטעלט, נאָר סאַלוטירן האָבן מיר אים נישט סאַלוטירט. איך גלייב, אַז אַ סך פֿון אײַך האָבן קיין מאָל נישט געהערט וועגן אַזאַ באַגריף „מיליטער־פּאַטראָל‟. און וועגן דעם סאַלוטירן אין דער רויטער אַרמיי, האָט איר אַוודאי נישט קיין אַנונג. אָבער נישט געדאגהט. באַלד וועל איך אײַך עס באַשרײַבן.
אין 18טן יאָרהונדערט, אין דער אַמאָליקער רוסישער אַרמיי האָט מען אײַנגעפֿירט דאָס אָפּגעבן סאַלוט. די צײַטן האָבן זיך געביטן, די אַרמיי אויכעט, נאָר פֿון דאַן אָן סאַלוטירט מען. ווען? ווען אַ סאָלדאַט טרעפֿט אַן אַנדער סאָלדאַט, בפרט אַ אָפֿיצער. אַזאַ מין מינהג, אַזאַ טראַדיציע און אַזאַ געזעץ. און אַ געזעץ איז וויכטיקער פֿון אַלץ. און וואָס איז דער „שׂכל‟ פֿון דעם מאָדנעם מינהג? אַזוי גיט מען אָפּ דעם כּבֿוד צו די ראַנגען. נישט דעם מענטשן וואָס טראָגט די פּאַגאָנעס מיטן טשין, נאָר די ראַנגען גופֿא. אַזוי גייט עס און אַזוי האָט מען אונדז דערקלערט. און ס’איז אָנגענומען, אַז דער וואָס איז נידעריקער מיטן טשין, סאַלוטירט דער ערשטער.
דעם פּאַטראָל האָבן די באָלשעוויקן אײַנגעפֿירט גלײַך נאָך דער רעוואָלוציע. הײַנטיקע צײַטן פֿאַרמאָגט דער פּאַטראָל דרײַ זעלנער: אַן אָפֿיצער און צוויי סאָלדאַטן. זייער הויפּט־אויפֿגאַבע איז צו קאָנטראָלירן די פֿרײַ־גייענדיקע זעלנער, דורכקוקן זייערע דאָקומענטן, און געבן אַכט זיי זאָלן זיך פֿירן ווי עס פּאַסט אַ סאָוועטישן סאָלדאַט. אויף די אַרבל טראָגן די „פּאַטראָלניקעס‟ רויטע בענדלעך, מ’זאָל זיי דערקענען פֿון דער ווײַטן. זיי האָבן אויך דעם רשות אָפּצושטעלן ציווילע שיכּורים און כוליגאַנען, וואָס פֿעלן נישט אין שטאָט אויס, און אַפֿילו אַרעסטירן זיי און אַוועקפֿירן אין „כודער-מודער‟, אין תּפֿיסה, הייסט עס.
די פּרטים האָבן מיר אַוודאי גוט געוווּסט. מיר זײַנען געווען גוט אויסמושטרירט מיטן סאַלוטירן, און וועגן די פּאַטראָלן האָט מען אונדז טויזנט מאָל אָנגעזאָגט, מיר זאָלן זיך נישט שפּילן מיט זיי אין „ווער איז גערעכט‟. זיי זײַנען די מאַכט, אַ סימן, אַז זיי זײַנען גערעכט. תּמיד! אָבער אין אונדזער פֿאַל, ווען אַ יונגער בחור איז שוין גוט אָנגעפּאָמפּעט מיט בראָנפֿן, אַרבעט זײַן קאָפּ אַ ביסל אַנדערש. מיט יעדן אויסאָטעם, צוזאַמען מיט דער אַלקאָהאָל־פּאַרע, וועפּן זיך אויס פֿון די געדאַנקען סײַ די אוסטאַוון (די מיליטער־געזעצן), סײַ דאָס נאָרמאַלע רוסישע לשון. עס בלײַבן בלויז קלאַנגען פֿון ברומען, ווויען און די רוסישע קללות. ווען דער פּאַטראָל־אָפֿיצער האָט דערזען, אַז מיר סאַלוטירט אים נישט און פֿירן זיך עפּעס נישט ווי עס פֿירט זיך, איז ער באַלד חושד געווען וועגן אונדזער ניכטערקײט. מיט גיכע טריט האָט ער זיך דערנענטערט צו אונדז, אַ שמעק געטאָן מיט זײַן געניטער נאָז, אַרײַנגעקוקט אין אונדזערע פֿאַרנעפּלטע און עפּעס צו פֿריילעכע אויגן, און גלײַך פֿאַרשטאַנען די גאַנצע מעשׂה. מיט אַ צעפֿרידענעם ענטוזיאַזם האָט ער אונדז באַפֿעלט:
— אַנו באַווײַזט מיר דעם אויסווײַז!
איך האָב אַרײַנגערוקט די האַנט אין בוזעם־קעשענע, נאָר סלאַוויק האָט שוין געהאַט „אויסגעשאָסן‟:
— וואָסער אויסווײַז, בלאַט? — און געשיקט וואָס ווײַטער דעם אָפֿיצער.
דער פּאַטראָל־אָפֿיצער איז געבליבן שטיין, ווי מ’האָט אים אָפּגעגאָסן מיט אַ קריג זודיק הייסער וואַסער. קיינער האָט נאָך צו אים נישט גערעדט מיט אָט אַזאַ לשון. אַ חוצפּה! אַ העזה! ער האָט אַוועקגעלייגט זײַן רעכטע האַנט אויף דער לעדערנער קאָבורע פֿון זײַן 9־מ”מ מאַקאַראָוו־פּיסטויל, און מיט דעם גראָבן פֿינגער אויפֿגעעפֿנט דעם קלאַמער. אויף סלאַוויקן האָט עס קיין רושם נישט געמאַכט. ער האָט נאָר אַ קוק געטאָן אויף דעם אָפֿיצער און מיט אַ זילזול אַ שפּײַ געטאָן אויפֿן טראָטואַר, נאָענט צו יענעמס גלאַנציק־אָפּגעפּוצטע שטיוול. דאָ האָבן מיר זיך ביידע אויסגעקערט, און שוין גרייט געווען גיין ווײַטער, נאָר דער אָפֿיצער האָט מיט אַ קוויטש אויסגעשריִען, אַז מיר זײַנען אַרעסטירט. ער האָט געהייסן די צוויי פּאַטראָל־סאָלדאַטן זיי זאָלן אָנכאַפּן סלאַוויקן פֿון ביידע זײַטן. ער אַליין האָט מיך גענומען פֿאַרן עלנבויגן, און אַזוי האָט מען אונדז צוגענומען און געפֿירט איבער די גאַסן פֿון גוואַרדייסק. אַוווּ? פֿון וואַנען זאָלן מיר וויסן? מענטשן אין גאַס האָבן זיך אפֿשר געוווּנדערט, זעענדיק ווי דער מיליטער־פּאַטראָל האָט אונדז אויסגעדרייט די הענט, נאָר קיינעם האָט עס ממש נישט געאַרט, קיינער האָט נישט אויסגערעדט קיין וואָרט. אַ פּנים, די שטאָט־בירגער זײַנען שוין געווען צוגעוווינט און גלײַכגילטיק צו אַזאַ סאָרט געשעענישן, וואָס פּאַסירן אין אַלע שטעטלעך, וווּ עס געפֿינען זיך מיליטער־טיילן.
אַזוי זײַנען מיר געגאַנגען און נישט געוווּסט, אַוווּ מע פֿירט אונדז. די „ביטערע משקה‟ האָט זיך שוין גוט צעשפּרייט אין מײַנע אָדערן, דער קאָפּ האָט זיך געדרייט, און די מחשבֿות האָבן זיך אינגאַנצן צערודערט. איך האָב געפֿילט, אַז ס’איז שוין נישט געבליבן מיט וואָס און וועגן וואָס צו טראַכטן. ס’איז אַוועק אַ האַלבע שעה, און די פֿאַרכאַפּערס האָבן אונדז צוגעפֿירט צו אַ צוויי־עטאַזשיקן מויער, אויסגעבויט פֿון געלן ציגל און באַדעקט מיט אַ הויכן דאַך. דער דאַך איז געווען אויסגעלייגט מיט רויטע טשערעפּיצעס. די פֿאַרבן, געל און רויט, זײַנען מיר דווקא געפֿעלן געוואָרן. דער הויז איז ווי געווען אַרויסגענומען פֿון די קינדערשע מעשׂהלעך פֿון די ברידער גרים אָדער האַנס קריסטיאַן אַנדערסען, וואָס די מאַמע האָט מיר געלייענט אין מײַן קינדשאַפֿט.
דאָס הײַזל איז געשטאַנען בשכנות מיטן אַרײַנגאַנג־טויער פֿון אונדזער מיליטער־לאַגער. נו, אפֿשר אַ מעטער צען פֿון די וואַכט־לײַט, נישט מער. אינטערעסאַנט, אַז מיר האָבן אפֿילו נישט געוווּסט וועגן דער קליינער קאָלירטער טיורמע מיט שוואַרצע גראַטעס איבער די פֿענצטער און מיט אַ שווערער אײַזערנער טיר. יעצט, אַפֿילו שיכּורערהייט, האָבן מיר שוין פֿאַרשטאַנען, אַז מ’האָט אונדז געבראַכט צו דער גאַאופּטוו́אַכטע פֿון גוואַרדייסק. אויף אונדזער זעלנער־לשון האָט עס געהאַט אַ פֿאַרקירצערונג, „גובאַ‟.
דער פּאַטראָל האָט אונדז איבערגעגעבן אין די הענט פֿון די „טורעמשטשיקעס, זעלנער און אָפֿיצערן, וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט דער תּפֿיסה. די „פֿאַרכאַפּערס‟ זײַנען אַוועק אַפֿילו אָן אַ געזעגעניש, און מיר זײַנען געבליבן שטיין אינמיטן אַ ברייטן צימער מיט אַ שרײַבטיש און נעבן אים איז געזעסן אַ סאָלדאַט, וואָס האָט די גאַנצע צײַט עפּעס געשריבן אין אַ דיקן נאָטיץ־בוך. צו אונדז איז צוגעגאַנגען אַ באַלײַבטער סאָלדאַט מיט קורצע פֿיס און מיט אַ פּאָר בייזע אויגן, צוגעפֿירט צו אַן אײַזערנער טיר מיט אַ קליין פֿענצטערל, אויפֿגעעפֿנט דעם שלאָס און מיט אַ שטופּ אונדז אַרײַנגעוואָרפֿן אינעווייניק. מיר האָבן גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ וועלן מיר „פֿאַרברענגען‟ די נאַכט און אפֿשר נאָך מער.
קודם־כּל, האָבן מיר זיך אַרומגעקוקט, אַוווּ מיר זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן. דאָס הייסט, איך האָב זיך אַרומגעקוקט, ווײַל סלאַוויק איז שוין געווען, ווי מ’זאָגט, „פֿאַרטיק‟ — אַנידערגעפֿאַלן ווי אַ מת אויף איינעם פֿון די צוויי מאַטראַצן, וואָס מ’האָט פֿאַר אונדז צוגעגרייט. קיין בעטן האָט די האַלב פֿאַרחושכדיקע קאַמערע נישט פֿאַרמאָגט. נו, טראַכט איך, אַזוי איז אויך נישקשה. כאָטש דער האַלב צעריסענער מאַטראַץ איז, אַ פּנים, געווען פֿול מיט לײַז און נאָך אַנדערע כּלערליי „חיות‟, איז פֿאָרט געווען אַוווּ אַוועקצולייגן דעם קאָפּ. קיין וועטשערע האָט אונדז קיינער נישט פֿאָרגעלייגט. אָבער ווער פֿון אונדז האָט געהאַט כּוח צו עסן? מיר זײַנען געווען גוט אָנגעשטאָפּט מיט די מאכלים, מיט וועלכע ס׳האָט אונדז מכבד געווען בירוטע, יאָנאַסעס פֿרוי. איך בין אויך געווען גוט פֿאַרמאַטערט. לייגן זיך שלאָפֿן? וויפֿל איז דער זייגער? ווי האָב איך געקאָנט וויסן, אַז קיין האַנט־זייגערל האָב איך שוין פֿון לאַנג נישט געהאַט? איר געדענקט דאָך, ווי איך האָב אויסגעביטן מײַן זייגערל אויף סאַמאָגאָן. ווער עס געדענקט נישט, דאַרף נאָך אַ מאָל דורכלייענען דעם קאַפּיטל 16. קיין וואַנט־זייגער איז דאָ אויך נישט געווען. קיין פֿענצטער נישט. איז ווי אַזוי זאָל איך געווען וויסן צי ס’איז טאָג, צי נאַכט?
און וואָס איז די נפֿקא־מינה? וועמען אַרט עס? איך האָב זיך געפֿילט גוט אויסגעמאַטערט פֿון אַלע אונדזערע אַוואַנטורעס, און כ’האָב זיך אַוועקגעלייגט אויף דעם געבליבענעם געלעגער, נאָך מער אַ צעריסענעם ווי סלאַוויקס. כ’האָב זייער געוואָלט אײַנשלאָפֿן, נאָר דאָ, ווי אויף צולהכעיס, האָט פּאַסירט אַ נײַע צרה. איך האָב נאָר פֿאַראַכט די אויגן, ווען די שטילקײט פֿון טורמע האָט פּלוצעם צעריסן אַ געפֿערלעכער קוויטשערײַ. לויט דער שטימע, האָט געשריגן אַ מאַנסביל. דער געשריי האָט ממש „אונטערגעריסן‟ די ווענט פֿון דער „גובאַ‟. דער שרײַער האָט געקלאָגט און געוויינט, און געשאָלטן אַלץ און אַלעמען מיט די ערגסטע ווערטער, מיט די גרעסטע קללות, וואָס די רוסישע שפּראַך איז אַזוי רײַך מיט זיי. איך בין געווען צוגעוווינט צו אַזאַ לשון, נאָר איצטער האָט מיר עפּעס אָנגעכאַפּט אַ ציטערניש. מיר איז געוואָרן אַ ביסל פּאַסקודנע אויפֿן האַרצן, און כ’האָב געוואָלט אויפֿוועקן סלאַוויקן. נאָר יענער האָט אַרויסגעגעבן מאָדנע קולות. ער איז, אַ פּנים, געווען אײַנגעטונקט אין זײַנע אייגענע חלומות. די געשרייען זײַנען געוואָרן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער, און מ’האָט שוין געקענט פֿאַרשטיין עטלעכע ווערטער:
— סוואָלאָטשעס! באַנדיטן! מערדער! לאָזט מיך אַרויס פֿון דאַנען! איך קען דאָ מער נישט בלײַבן!
קיינער האָט אים נישט געעטפֿערט. קיינעם האָט עס נישט געאַרט. אַפֿילו קיין הוסט פֿון אַ שומר האָט מען נישט געהערט. דער גראָבער וואַכמאַן, וואָס האָט אונדז אַרײַנגעשטופּט אין דער קאַמער און האָט די גאַנצע צײַט גערייכערט און געהוסט, ווי אַ טשעכאָטאָטשניק, אַפֿילו ער האָט אָנגענומען אַ פֿול מויל מיט וואַסער. אויף אַ מינוט איז געוואָרן שטיל, נאָר דער וואָס האָט געשריגן, האָט, אַ פּנים, נישט געוואָלט מיר זאָלן קענען אײַנשלאָפֿן, האָט ער פֿאַרהעכערט דעם טאָן:
— פּאַדלעס! חזירים! לאָזט מיך אַרויס אויף דער פֿרײַ! איך וויל נישט בלײַבן אין אײַער אַרמיי! עפֿנט אויף דעם טויער!.. איך וועל אײַך אַלעמען שיסן!
דאָ האָט זיך סלאַוויק אויפֿגעכאַפּט און גלײַך אָנגעהויבן צו שילטן. וואָס הייסט? ווער איז דער אידיאָט, וואָס האָט אים צעשטערט זײַן חלום? מיר האָבן ביידע זיך דערנענטערט צו דעם קליין פֿענצטערל אין טיר; אפֿשר וועלן מיר עפּעס זען און פֿאַרשטיין, וואָס ס׳קומט דאָ פֿאָר. דורך די אײַזערנע גראַטעס האָט מען געקאָנט זען אַ לאַנגן און אַ פּוסטן קאָרידאָר. מיר האָבן גערופֿן, אַז איינער פֿון די שומרים זאָל צוקומען צו אונדז, נאָר אומזיסט. ס’איז ווידער געוואָרן שטיל. און דאַן האָט דער „שרײַער‟ ווידער אָנגעהויבן זײַן „קאָנצערט‟. ווײַזט אויס, אַז ער איז שוין אַמאָל געזעסן אין דער דאָזיקער טורמע אַ היפּשע צײַט, און די שומרים האָבן אים גוט געקענט — אים און זײַנע געוואַלדן און קללות. האָבן זיי קיין וועזן פֿון דעם נישט געמאַכט. ווילסט שרײַען — שרײַ! נאָר פּלוצעם האָט זיך דערהערט נישט קיין געשריי, נאָר אַ כליפּעדיקער געוויין, וואָס האָט מיר ממש פֿאַרקלעמט דאָס האַרץ. פֿון אָנהייב, איז דער געוויין געווען שטיל און רירנדיק. און דאַן האָט זיך דאָס פֿאַרוואַנדלט אין אַ וואָיע פֿון אַ פֿאַרוווּנדעטער חיה. נאָך אַ ביסל כליפּערײַ, האָט ער ווידער אָנגעהויבן צו קלאָגן, צו שילטן און צו סטראַשען אַלעמען, וואָס האָבן אים געהערט, און טאַקע נישט אויף אַ געלעכטער. ער האָב געפֿאָדערט מ’זאָל אים תּיכּף באַפֿרײַען אי פֿון תּפֿיסה, אי פֿון דער מיליטער־דינסט, אַניט, וועט ער זיך נעמען דאָס לעבן. ער וועט זיך הענגען. עטלעכע מאָל האָט ער איבערגעחזרט דאָס וואָרט „הענגען‟, ווילנדיק איבערצוריידן די שומרים, באַווײַזן, אַז דאָס איז זײַן כּוונה און אַזוי וועט זײַן.
אפֿשר אויף די שומרים און אויף סלאַוויקן האָט די ריידערײַ וועגן „נעמען זיך דאָס לעבן‟ און „הענגען זיך‟ קיין רושם נישט געמאַכט. אָבער מיך פּערזענלעך האָט עס געצוווּנגען זיך אומקערן אויף אַ יאָר זעכצן צוריק, צו מײַנע קינדער־יאָרן. וואָס האָב איך אין זינען? באַלד וועט איר אַלץ פֿאַרשטיין.
ווען איך בין געווען דרײַ מיט אַ האַלב יאָר אַלט, בין איך געווען אַן עדות פֿון אַ געשעעניש, וואָס איך האָב פֿאַרגעדענקט אויף מײַן גאַנץ לעבן. אונדזער משפּחה איז גראָד אַריבערגעפֿאָרן אין אַ נײַער דירה, ווײַט פֿון דער שטוב, אַוווּ איך בין געבוירן געוואָרן. די נײַע דירה איז געווען אויפֿן ערשטן שטאָק פֿון אַ צוויי־עטאַזשיק הויז. דער מויער האָט געהאַט אַן אויסזען פֿון אַ שלאָס־מעם — „ם‟, מיט אַ אַ ברייטן הויף אינמיטן. פֿאַר דער מלחמה איז דאָ געווען דער באַרימטער ייִדישער שפּיטאָל, „דער הקדש‟, ווי מ’האָט אים גערופֿן. נאָר יעצט האָט מען דאָס הויז צוגעפּאַסט צו פּשוטע אײַנוווינערס: רוסן, פּאָליאַקן, ליטווינער און ייִדן. אַ חוץ די צוויי עטאַזשן, האָט דער מויער פֿאַרמאָגט קעלערס, וואָס זײַנען געווען אונטער דער ערד. עטלעכע פֿון זיי האָבן געהאַט אַ קליין פֿענצטערל. פֿון דרויסן איז דאָס פֿענצטער דערגאַנגען ביז דער ערד.
יעדע משפּחה האָט געהאַט אַן אייגענעם קעלער. וואָס האָט מען דאָרט געהאַלטן? יעדער איינער לויט זײַן נויט און וועלן: קוילן מיט האָלץ אויף צו הייצן די אויוונס, וועלאָסיפּעדן, נאַרטעס, אַלט מעבל. מיר, צום בײַשפּיל, האָבן דאָרט געהאַלטן זעק מיט קאַרטאָפֿל, וואָס מיר האָבן צוגעגרייט פֿאַרן ווינטער. איין העלן טאָג, גלײַך פֿון אין דער פֿרי, ווען איך האָב זיך געשפּילט אינדרויסן און געפֿאָרן הין־און־צוריק אויף מײַן דרײַ־רעדערדיקן וועלאָסיפּעדל, זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן אין אונדזער הויף מיט סירענעס צוויי בלויע מיליציע־מאַשינעס, און איינע אַ ווײַסע מיט אַ רויטן קרייץ בײַ דער זײַט. זיי האָבן זיך אָפּגעשטעלט נישט ווײַט פֿון מיר, אַרײַנגעלאָפֿן אין הויז אַרײַן, און מיט די טרעפּלעך אַראָפּגעגאַנגען צו די קעלערס. בין איך אַוודאי טשיקאַווע געווען צו זען, וואָס האָבן זיי דאָרט געזוכט. כ’בין צוגעפֿאָרן צו אַ נידעריק פֿענצטערל פֿון אַ קעלער, וווּ מ’האָט אָנגעצונדן דאָס ליכט. דורך אַ שמוציקער שויב האָב איך דערזען, ווי אינמיטן דעם קעלער־צימער האָבן צוויי מיליציאָנערן מיט דער הילף פֿון אַן אומבאַקאַנטן מאַנסביל, אַראָפּגענומען אַ געהאַנגענעם פֿון אַ תּליה. זיי האָבן איבערגעשניטן די תּליה־שטריק און דעם מענטשן אַוועקגעלייגט אויף אַ הילצערנעם טיש. צי איז ער געווען לעבעדיק צי ניט? איך בין געווען נאָך צו יונג צו פֿאַרשטיין, וואָס איז לעבן און וואָס איז טויט. ווער איז ער געווען דער געהאַנגענער? מסתּמא, איינער פֿון די שכנים. איך האָב אים אַוודאי נישט געקענט, נאָר די סצענע, דאָס שוידערלעכע בילד, ווי מ’נעמט אים אַראָפּ, האָט זיך מיר באַזעצט אין מײַן קינדערשן קאָפּ, און געבליבן מיט מיר ביז הײַנט.
ווען דער „שרײַער‟ האָט געמאָלדן, אַז ער וועט זיך אויפֿהענגען, האָב איך זיך גלײַך פֿאָרגעשטעלט, ווי מ’נעמט אים אַראָפּ אַ טויטן פֿון דער תּליה. עס האָט מיך געוואָרפֿן אין קדחת נאָר פֿון דער מחשבֿה, אַז איך וועל זײַן נאָך אַ מאָל אַן עדות פֿון אַזאַ אָ מעשׂה. און נאָך ווען!? דווקא הײַנט, ווען מיר פֿײַערן דעם „טאַנקיסטן־טאָג‟. אָבער איך וויל אײַך באַרויִקן. דער „שרײַער‟ האָט נאָר געשרעקט, און ער האָט זיך נישט גענומען דאָס לעבן. לכל־הפּחות נישט הײַנט, ווען מיר זײַנען נאָך געזעסן אין דער תּפֿיסה־קאַמער. ווי אַזוי האָבן מיר אײַנגעשלאָפֿן נאָך אַלע איבערלעבונגען? דאָס טאַקע געדענק איך נישט. די מידקײט, אַ פּנים, האָט געמאַכט איר „אַרבעט‟, און מיר זײַנען אײַנגעשלאָפֿן ווי געהרגעטע.
אויף מאָרגן האָבן מיר שוין נישט געהערט נישט קיין געשרייען, נישט קיין געוויין און נישט קיין קללות. נאָך פֿרישטיק — אַ שטיקל שוואַרץ ברויט מיט קאַלטער טיי — איז צו אונדז געקומען אונדזער ראָטע־קאָמאַנדיר „פּראָשקאַ‟. ער האָט אונדז גוט-גוט אָפּגעזידלט, געזאָגט, אַז מיר זײַנען שיכּורים און פּאַראַזיטן, און אונדז צוגענומען צו דעם טאַנקן־פּאַרק. זעט איר, אַז פֿון טורמע האָט מען אונדז באַפֿרײַט, ווי אַלע מאָל. איך האָב דאָך אײַך שוין דערקלערט, אַז אין תּפֿיסה זיצן די טאַנקיסטן נישט. די טאַנקן ראַטעווען אונדז. עמעצער מוז דאָך די טאַנקן אויסרייניקן און פֿאַרריכטן. ניין?
המשך קומט