יעווגעני קיסין
3
הגם קעגן באָריס יאַקאָװלעװיטשעס און עלינע מאַרקאָװנעס חשד, האָט קאַטיע נישט געהאַט בדעה בעטן בײַ זײ אַ הסכּמה אױף מישעס אָפּפֿאָרן, האָט זי שױן לאַנג געװוּסט, אַז ס׳איז דאָ אַזאַ געזעץ, און אַצינד האָט זי דערצײלט מישען װעגן דעם. אַזױ אַרום, איז אים פֿאָרגעשטאַנען נאָך אײן ערנסטער געשפּרעך הן מיט דער מאַמען, הן מיטן טאַטן, נײַערט אין עטלעכע טעג אַרום האָט ער געמוזט אַװעקפֿאָרן אױף צװײ–װאָכנדיקע גאַסטראָלן און געדאַרפֿט זיך צוגרײטן צו זײ, דעריבער האָט ער באַשלאָסן דערװײַל אָפּלײגן דעם דאָזיקן שמועס.
װי מיר װײסן, האָט מישע פֿון זײַנע דערװאַקסלינג–יאָרן אָן זיך אינטערעסירט מיט אַלע ייִדישע זאַכן, בתוכם מיט ייִדישער מוזיק. סע פֿלעגט זיך אים אײַנגעבן קריגן פּלאַטעס און זאַמלונגען פֿון ייִדישע לידער (אײנע אַזאַ זאַמלונג האָט געהאַט אָפּרעדאַגירט שעסטאַקאָװסקי), נאָר אויף קײן שום קלאַסישער ייִדישער מוזיק און אינפֿאָרמאַציע מכּוח איר איז אים נישט אויסגעקומען אָנצוטרעפֿן. און אָט איין מאָל איז אים אײַנגעפֿאַלן אַרײַנצוקוקן אינעם צװײטן באַנד פֿון דער מוזיקאַלישער ענציקלאָפּעדיע, װאָס איז געהאַט געװען אַרױס פֿון דרוק מיט עטלעכע יאָר צוריק. דאָרטן, אינעם גרױסן פֿאָליאַנט כּמעט אױף טױזנט זײַטן מיט אַ בילד פֿון גאָלדענע אָרגאַן–רערן אױפֿן טונקלען טאָװל, האָט מישע טאַקע געפֿונען גאָר אַן אינטערעסאַנטן, על–כּל–פּנים לױט די סאָװעטישע סטאַנדאַרטן, אַרטיקל אױף דער דאָזיקער טעמע. אין אָט דעם אַרטיקל זײַנען געװען דערמאָנט די נעמען פֿון סאָװעטישע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, װעלכע פֿלעגן שאַפֿן ייִדישע מוזיק: גנעסין, קרײן, װעפּריק און אַנדערע. נאָכן זוכן אין פֿאַרשײדענע ביבליאָטעקן און אױספֿרעגן בײַ אײניקע באַקאַנטע זײַנע, האָט מישע סוף–כּל–סוף געפֿונען די נאָטן פֿון אַלכּסנדר קרײנס ציקל פּיעסעס פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן אונטערן קעפּל „די טאַנצסװיטע‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין די 1930ער יאָרן. דאָס איז געװען אמתדיקע ייִדישע מוזיק, און מישע איז זיך ממש מחיה געװען בעתן לערנען זי.
נישט לאַנג פֿאַר מישעס באַזוכן דמיטריִעװסקין דאָס ערשטע מאָל, האָט מען אים אינפֿאָרמירט אינעם „סאָיוזקאָנצערט‟, דער אָרגאַניזאַציע, װאָס האָט זיך פֿאַרנומען מיטן אָרגאַניזירן קאָנצערטן פֿון די סאָװעטישע מוזיקאַנטן איבערן ראַטן–פֿאַרבאַנד, אַז ס׳איז אָנגעקומען אַן אײַנלאַדונג פֿון מינסק, מישע זאָל שפּילן דאָרטן אַ סאָלאָ–קאָנצערט קומעדיקן סעפּטעמבער אין די ראַמען פֿון די אַזױ־גערופֿענע „טעג פֿון סאָװעטישער מוזיק‟. מישע האָט אָפּגערעדט, אַז אָט דער קאָנצערט זאָל זײַן אַ טײל פֿון אַ טורנע איבער װײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע, און האָט צונױפֿגעשטעלט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם פֿאַר די דאָזיקע גאַסטראָלן. אין סאַמע סוף פֿון דער קאָנצערט־פּראָגראַם, נאָך די װערק פֿון מיאַסקאָװסקין, פּראָקאָפֿיעװן און שעסטאַקאָװסקין, האָט מישע אַרײַנגעשטעלט קרײנס „טאַנצסװיטע‟.
אין מינסק האָט מען מישען גוט געקענט און ליב געהאַט, דער קאָנצערט איז אַדורך מיט גרױס דערפֿאָלג, נאָר תּיכּף נאָכן קאָנצערט אינעם אַרטיסטן–צימער איז צו אים דער ערשטער צוגעגאַנגען עפּעס אַ מענטש פֿון אַ יאָר פֿופֿציק מיט אַ טיפּיש „פּאַרטיייִש‟ פּנים, אָנגעטאָן אין אַ שװאַרצן קאָסטיום מיט אַ האַלדזטוך פֿונעם זעלבן קאָליר, און האָט אױפֿגעבראַכט אױסגעשריִען:
— און װער האָט עס אײַך, יונגער–מאַן, דערלױבט שפּילן ייִדישע מוזיק?!
הגם צו יענער צײַט איז דאָס מישען שױן געװען גאַנץ מיאוס, האָט ער געענטפֿערט אַזױ, װי מע האָט געדאַרפֿט ענטפֿערן אױף אַזאַ מין פֿראַגעס אָדער דערקלערונגען:
— װער האָט מיר דערלױבט?! די אָקטאָבער–רעװאָלוציע, די סאָװעטן–מאַכט האָט עס מיר דערלױבט!
דער פּאַרטיייִשער חבֿר האָט זיך בפֿירוש נישט געריכט אױף אַזאַ צוריקשטױס און איז אַרױסגעגאַנגען פֿונעם אַרטיסטן–צימער אַן אומצופֿרידענער. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם קאָנצערט, װאָס זײַנען געשטאַנען הינטער אים, האָבן גענומען רײדן עפּעס מטושטשס, און אײניקע פֿון די צוהערערס, װאָס זײַנען צוגעגאַנגען צו מישען שפּעטער, מיטליאָריקע און באַיאָרטע מענטשן מיט ייִדישע געזיכט–שטריכן, האָבן אים שטיל געזאָגט: „איר זײַט אַ מאָלאָדיעץ!‟, „איר האָט ריכטיק געענטפֿערט‟, „אַ דאַנק אײַך…‟.
דער לעצטער קאָנצערט פֿון מישעס טורנע איז געװען אין זײַן באַליבט אָדעס. אױפֿן װאָקזאַל האָט מישען באַגעגנט דער דירעקטאָר פֿון דער דאָרטיקער פֿילהאַרמאָניע מיכאַיִל דאַװידאָװיטש קאָזין, אַ יאָדערדיקער ייִד אַ בן–שישים, זײער אַ שאַרפֿזיניקער און מיט אַ שאַרפֿער צונג. אינעם אױטאָ אױפֿן װעג אינעם האָטעל האָט ער פּלוצעם געזאָגט:
— מע האָט מיר געקלונגען פֿון מאָסקװע, פֿונעם קולטור–מיניסטעריום, און אױסגעדרוקט אַ װוּנטש, אַז איר זאָלט פֿאַרבײַטן קרײנס סװיטע אויף עפּעס אַנדערס.
— פֿאַר וואָס אַזוי? — האָט מישע געפֿרעגט.
— קײן דערקלערונגען האָבן די חבֿרים נישט געגעבן, — האָט קאָזין געענטפֿערט.
— נאָר מיכאַיִל דאַװידאָװיטש, — האָט מישע געזאָגט, — דער קאָנצערט איז דאָך שױן מאָרגן, און אין פֿאַרלױף פֿון אָנדערטהאַלבן טאָג װעל איך פּשוט גאָרנישט ניט באַװײַזן צוגרײטן…
— אַװדאי, — האָט קאָזין מסכּים געװען, — אַװדאי, װעט איר נישט באַװײַזן עס צו טאָן. בלױז ריכטער קאָן צוגרײטן עפּעס פֿאַר אָנדערטהאַלבן טאָג. נאָר איר זײַט נישט ריכטער, און, פֿאַרשטײט זיך, זײַט איר נישט מסוגל עס צו טאָן. און אױף דער בינע דאַרף מען תּמיד אַרױסגײן אַ צוגעגרײטער. אונדזער פּאַרטײ, װאָס איך בין איר מיטגליד שױן דרײַסיק יאָר, לערנט אונדז, מיר זאָלן זיך באַציִען צו דער אַרבעט מיט אַחריות. דעריבער זײַט איר לגמרי גערעכט. אױב די חבֿרים פֿונעם קולטור–מיניסטעריום װעלן מיר װידער קלינגען, װעל איך זײ טאַקע אַזױ זאָגן.
אין אָדעס האָט מען מישען אױך זײער גוט געקענט און ליב געהאַט. בעת ער האָט געשפּילט „די טאַנצסוויטע‟, האָט דער עולם אַפּלאָדירט און געשריִען „בראַװאָ!‟ נאָך יעדער פּיעסע, און װען ער האָט פֿאַרענדיקט, האָבן עטלעכע צענדליק צוהערערס זיך אױפֿגעהױבן פֿון זײערע ערטער און אַפּלאָדירט, שטײענדיק. נאָכן קאָנצערט האָט מיכאַיִל דאַװידאָװיטש געזאָגט מישען, קוקנדיק פֿילבאַדײַטנדיק אים גלײַך אין די אױגן:
— איר האָט זיך געהאַט געװיסנהאַפֿטיק צוגעגרײט — און, װי איר האָט געזען, האָט דער עולם עס אָפּגעשאַצט װי געהעריק. דער עולם בײַ אונדז, װי באַװוּסט, איז אַ קאָמפּעטענטער און שײדט תּמיד אונטער פּראָפֿעסיאָנאַליזם פֿון כאַלטורע. איר האָט זיך אַרױסגעװיזן אַן אמתדיקער פּראָפֿעסיאָנאַל, און דערפֿאַר קומט אײַך אַ גרױסער יישר–כּוח! — ער האָט גענומען מישעס דלאָניע אין די בײדע הענט זײַנע און האָט זי לאַנג געהאַלטן.
אױפֿן אַנדערן טאָג נאָכן אומקערן זיך קײן מאָסקװע, האָט מישע זיך װידער געלאָזט אינעם „סאָיוזקאָנצערט‟. אין עטלעכע װאָכן אַרום איז בײַ אים געװען פֿאַרפּלאַנירט אַ גאַסטראָלן–טורנע איבער די באַלטישע „רעפּובליקן‟, און ער איז אַרײַנגעגאַנגען צו סעמיאָן מאַטװעיעװיטש לװינען, דעם לאַנג־יאָריקן מיטאַרבעטער פֿונעם „סאָיוזקאָנצערט‟, װאָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט אָט דעם רעגיאָן, כּדי אַרומצורײדן אַלע פּרטים. װען בעתן שמועס איז מען צוגעקומען צום אַרומריידן דעם רעפּערטואַר, האָט לװין שטיל געזאָגט:
— אַגבֿ, מע דאַרף נישט שפּילן קרײנען.
— פֿאַר װאָס? — האָט מישע געפֿרעגט.
— נו, מישע… נו, איר פֿאַרשטײט דאָך… — סעמיאָן מאַטװעיעװיטש האָט אַ קוק געטאָן אױף מישען מיט זײַנע פֿאַראומערטע ייִדישע אױגן.
מישע האָט געשװיגן עטלעכע רגעס און שטיל אַ פֿרעג געטאָן:
— זאָגט מיר, סעמיאָן מאַטװעיעװיטש: צי האָט איר באַקומען אַזאַ פֿאַראָרדענונג פֿונעם קולטור–מיניסטעריום?
— יאָ… — האָט יענער באַשטעטיקט און אַ לײַכטן שאָקל געטאָן מיט קאָפּ.
אַרױס אין דרױסן, האָט מישע זיך געשלעפּט איבער די גאַסן. הגם ער האָט נישט געװוּסט, װי באַלד ער װעט קאָנען אַװעקפֿאָרן פֿונעם לאַנד, איז ער געגאַנגען לאַנגזאַם און האָט זיך װי געזעגנט מיט זײַן הײמשטאָט.
געקומען צו די עלטערן איז מישע שױן אױף דער נאַכט, װען זײ בײדע זײַנען געװען אין דער הײם.
— װאָס, מישע, איז װידער געשען עפּעס ניט–גוטס? — האָט די מאַמע באַאומרויִקט אַ פֿרעג געטאָן. מישעס אױסזען האָט זיך נישט גענײטיקט אין קײן פּירושים.
— יאָ, מאַמע, געשען… — מישע האָט שטאַרק אַרומגענומען די עלטערן און האָט זיך צוגעטוליעט צו זײ אױף עטלעכע סעקונדעס. — די מאַמע האָט דיר מסתּמא דערצײלט װעגן אונדזער לעצטן שמועס מיט איר? — דער טאַטע האָט גאָרנישט ניט געענטפֿערט. — נו, און אַצינדערט איז װידער געשען עפּעס… פֿונעם זעלבן מין, — האָט מישע גערעדט װײַטער, — לאָמיר זיך אַװעקזעצן, און איך װעל דערצײלן.
אַלע זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין קיך, האָבן זיך אַװעקגעזעצט בײַם טיש, און מישע האָט אַלץ דערצײלט: אי װעגן מינסק, אי װעגן אָדעס, אי װעגן דעם הײַנטיקן געשפּרעך אינעם „סאָיוזקאָנצערט‟.
— און הלמאַי האָסטו געדאַרפֿט שפּילן אָט דעם קרײנען? — האָט די מאַמע אַ פֿרעג געטאָן װי מיט עפּעס אַ פֿאַרדראָס.
— הלמאַי?! ווײַל איך בין אַ ייִד, און מיר איז אָנגענעם צו שפּילן ייִדישע מוזיק.
— דו זוכסט זיך צרות…
— איך זוך זיך צרות?! אָט דעריבער טאַקע, מאַמע, דעריבער טאַקע, טײַערע מײַנע, — מישע האָט אַ קוק געטאָן אױפֿן טאַטן, — װיל איך נישט לעבן אין אַזאַ מלוכה, װוּ שפּילן ייִדישע מוזיק מיינט זוכן זיך צרות. איך האָב דאָך געשפּילט באַבאַדזשאַניאַנען, אַרמענישע מוזיק — און קײן שום פּראָבלעמען זײַנען נישט געװען. נאָך װי אַ שולקינד האָב איך געשפּילט טשורליאָניסן, ליטװישע מוזיק — און דאָס האָט מען אַפֿילו געשטיצט. נאָר קרײנען, ייִדישע מוזיק, דערלױבט מען מיר נישט שפּילן! און ס׳איז דאָך נישט קײן עפּעס ישׂראלדיקע מוזיק, קרײן איז געװען אַ סאָװעטישער קאָמפּאָזיטאָר, אָט דאָס װערק איז געװען פֿאַרעפֿנטלעכט בײַ אונדז — נאָר איך טאָר עס נישט שפּילן! צי איז עס נאָרמאַל? שױן זשע איז עס נישט באַלײדיקנדיק, נישט שאָפֿלדיק?
מישע האָט אױסדריקלעך געקוקט די עלטערן גלײַך אין די אױגן, זוכנדיק זײער פֿאַרשטאַנד. דער טאַטע האָט אַראָפּגעלאָזט די אױגן.
— נו, איז װאָס זשע װילסטו פֿון אונדז? — האָט די מאַמע געזאָגט, — אױב דו װילסט אַװעקפֿאָרן, איז פֿאָר אַװעק. איך האָב דיר געזאָגט: קײנער האַלט דיך נישט, — זי האָט אַ זיפֿץ געטאָן.
— טײַערע מײַנע, איך װיל בלױז אײן זאַך, — האָט מישע געענטפֿערט, — די מעשׂה איז, אַז, װי איך האָב זיך דערװוּסט, כּדי אַװעקצופֿאָרן, מוז מען דערלאַנגען אַ שריפֿטלעכע הסכּמה פֿון די עלטערן. דעריבער בעט איך אײַך בלױז אײנס: זײַט אַזױ גוט, שרײַבט אָן אַ פּאַפּיר, אַז איר זײַט ניט קעגן פֿון מײַן אַװעקפֿאָרן.
דער טאַטע האָט אַ קוק געטאָן אױף מישען און זיך אױפֿגעהױבן פֿונעם בענקל.
— איך פֿאַרשטײ, טאַטע: דיר איז עס שװער, װײַל דו ביסט אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטײ. איז זאָג זײ, אַז איך בין אַזאַ און אַזאַ, אַ פֿאַררעטער, אַ מנוּװל, אַז דו שעמסט זיך פֿאַר מיר. דו קאָנסט זיך אַפֿילו אָפּזאָגן פֿון מיר, אױב ס׳איז נייטיק: איך פֿאַרשטײ דאָך אַלץ! נאָר איך בע…
כּל–זמן מישע האָט גערעדט, איז דער טאַטע אַרױס פֿון דער קיך, דורכגעגאַנגען דורכן קלײנעם קאָרידאָר און פֿאַרשװוּנדן געװאָרן.
— טאַטע! — האָט מישע אױסגעשריִען.
ער איז נאָכגעגאַנגען דעם טאַטן. אַרײַנקומענדיק אינעם גאַסטצימער, האָט ער דערזען דעם טאַטן זיצן אױפֿן דיװאַן.
— טאַטע! — האָט מישע זיך װידער געװענדט צו אים, נאָר יענער האָט אַפֿילו קײן ריר זיך נישט געטאָן.
אַ געפּלעפֿטער, איז מישע אַרױס אינעם קאָרידאָר און האָט געזאָגט הילכיק, אַז דער טאַטע זאָל הערן:
— איך האָף, מאַמע, אַז דער טאַטע פֿירט זיך קײן מאָל נישט אַזוי אױף מיט דיר: ענטפֿערט נישט און גײט זיך אַװעק, װען דו זאָגסט אים עפּעס!
ער האָט זיך אומגעקערט אין קיך, זיך אַװעקגעזעצט לעבן דער מאַמען און האָט דערפֿילט, אַז ס׳איז כּדאַי צו בײַטן די טעמעס. ער האָט גענומען זי אױספֿרעגן מכּוח איר לעבן, דערצײלט פּרטימדיק װעגן זײַן אַנומלטיקער נסיעה… עס איז פֿאַרבײַ העכער אַ שעה.
— נו, און װאָס מאַכט דאָרטן דער טאַטע? — האָט מישע אַ פֿרעג געטאָן.
ער איז אַרױס פֿון קיך, צוגעגאַנגען צום טונקלן גאַסטצימער און האָט דערזען, אַז דער טאַטע ליגט אַן אָנגעטאָנענער אױפֿן דיװאַן און שלאָפֿט.
המשך קומט