וועגן אויפֿפֿלאַקערונגען אויף דער זון און אַנטיסעמיטיזם אין דער וועלט
דער 20סטער יאָרהונדערט האָט זיך פֿאַר די ייִדן אָנגעהויבן מיט בלוטיקע געשעענישן פֿון קעשענעווער פּאָגראָם 1903. דעמאָלט האָט דער רעדאַקטאָר פֿון דער שוואַרץ־מאהקער צײַטונג „בעסאַראַבעץ‟ פּאַוואָלאַקי קרושעוואַן, אָנגעשריבן אין זײַן לײַט־אַרטיקל, אַז די הויפּט־סיבה פֿון דעם המונס אויפֿברויז איז פֿאַרבונדן מיט די אויפֿפֿלאַקערונגען אויף דער זון. זיי ווירקן זייער, האָט ער געשריבן, אויפֿן פּסיכישן צושטאַנד פֿון מענטשן. אײַ, פֿאַר וואָס זײַנען דווקא די ייִדן אין קעשענעוו געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דער נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע אויף דער זון, האָט דער פֿאַרברענטער אַנטיסעמיט, וואָס האָט פֿאַרן פּאָגראָם במשך פֿון יאָרן, פֿון נומער צו נומער באַשולדיקט די ייִדן אין אַלע עבֿירות פֿון דער וועלט, נישט געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו דערקלערן זײַנע לייענער. אַזאַ חיישע שׂינאה צו ייִדן ליגט, אַפּנים, טיף באַגראָבן אינעם ביאָלאָגישן זכּרון סײַ פֿון מענטשן און ווי אַ פּועל־יוצא — אין דער געזעלשאַפֿט.
אויב זיך האַלטן בײַ קרושעוואַנס ימח־שמו טעאָריע, האָט די זון במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט געזאָלט אין גאַנצן פֿאַרברענט ווערן און זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַש. פֿון 49 דערהרגעטע ייִדן בשעתן פּאָגראָם אין קעשענעוו האָט זיך אויסגעלאָזט אין 6 מיליאָן ייִדישע קרבנות איבער גאַנץ אייראָפּע. זעט אויס, אַז אינעם 21סטן יאָרהונדערט ווערן די אויפֿפֿלאַקערונגען אויף דער זון נישט קלענער. אַנדערש קאָן מען דאָך נישט דערקלערן דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם שוין נישט נאָר איבער אייראָפּע, נאָך אויף דעם גאַנצן קאָנטינענט.
דעם חודש זײַנען מיר אויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿון נאָך איין מין אַנטיסעמיטישער „אויפֿפֿלאַקערונג‟, שוין נישט אויף דער זון און נישט אויף דער ערד, נאָר צווישן הימל און ערד — אינעם עראָפּלאַן פֿון דער שפּאַנישער אַוויאַ־קאָמפּאַניע .Vueling Airlines אין שײַכות מיט דער אוממענטשלעכער אַקציע, איז אָפּגעשיקט געוואָרן אויפֿן אַדרעס פֿון דער דאָזיקער שפּאַנישער אַוויאַ־קאָמפּאַניע אַ קאָלעקטיווער אָפֿענער בריוו, וואָס איך ברענג אים ווײַטער צו פֿירן:
חשובֿע אַוויאַ־קאָמפּאַניע Vueling Airlines, מיר שרײַבן אײַך, כּדי אויסצודריקן אונדזער טיפֿע דערשיטערונג און גרימצאָרן צוליב דעם אינצידענט, וועלכער איז געשען דעם 23סטן יולי 2025 מיט דער באַטייליקונג פֿון אײַערער קאָמפּאַניע און דער גרופּע פֿון פֿופֿציק פּאַסאַזשירן, ייִדישע קינדער, וועלכע זײַנען געפֿלויגן קיין שפּאַניע. לויט די פֿאַרשפּרייטע מיטטיילונגען און ווידעאָס, האָבן די קינדער אין עלטער פֿון 10־15 יאָר זיך אומגעקערט פֿונעם זומער־לאַגער אין פֿראַנקרײַך און זײַנען בגוואַלד אַראָפּגענומען געוואָרן פֿונעם פֿלי נאָר פֿאַר דעם, וואָס זיי האָבן געזונגען לידער אויף עבֿריתּ. זייער 21־יאָריקער באַגלייטערין איז אַרעסטירט געוואָרן און, ווי ס׳ווערט געמאָלדן, פֿאַר די אויגן פֿון די קינדער פֿאַרשמידט געוואָרן אין הענטקייטלעך. נאָך מער: די שפּאַנישע פּאָליציי איז פֿאַרגאַנגען נאָך ווײַטער — זי האָט אָפּגענומען בײַ די קינדער די מאָבילקעס אָן שום געזעצלעכער אויף דעם באַגרינדונג.
אָט די אויפֿברענגערישע אויפֿפֿירונג איז נישט בלויז דיסקרימינאַציאָנעל; זי דערמאָנט אין די סכּנהדיקע שוואַרצע צײַטן פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע. צו באַשטראָפֿן ייִדישע קינדער פֿאַר דעם, וואָס זיי ווײַזן אָפֿן אַרויס זייער אָפּשטאַם, געהערט צום אַכזריותדיקן אַקט פֿון אַנטיסעמיטיזם. דער פֿאַקט אַליין, וואָס אײַערע מיטאַרבעטער האָבן אָנגערופֿן ישׂראל „טעראָריסטישע מדינה‟, — מאַכט דעם אינצידענט נאָך שאַרפֿער און ערנסטער.
וווּ ליגט דאָס אַחריות פֿון Vueling Airlines? פֿאַר וואָס הערט מען נישט אײַערע אַנטשולדיקונגען? וווּ געפֿינט זיך אײַער מענטשלעכקייט? דאָס געשעענע אין דער לופֿטן איז נישט קיין צופֿעליקע מיספֿאַרשטענדעניש, ס׳איז אַן ערנסטע שטערונג פֿון עטיק און פּאַסאַזשירן־רעכט. די ייִדישע קינדער טאָרן נישט פֿילן זיך אין אַ סכּנה אין קיין שום אַוויאַ־קאָמפּאַניע אין דער וועלט.
מיר פֿאָדערן: אַן עפֿנטלעכע אַנטשולדיקונג פֿון Vueling Airlines. אַ גענויע אויספֿאָרשונג פֿון די טווּנגען מכּוח אײַערע מיטאַרבעטער. דאָס אָננעמען באַלדיקע דיסציפּלינאַרע מיטלען פֿאַר אַלע יעניקע, וועלכע האָבן אַ שײַכות צום געשעענעם; קאָנקרעטע טריט, אַז אַזעלכע אינצידענטן זאָלן מער נישט האָבן קיין אָרט אין אײַער קאָמפּאַניע.
שווײַגן, מיינט, זיך אין דעם באַטייליקן!
דעם דאָזיקן אָפֿענעם בריוו אויפֿן אַדרעס פֿון דער שפּאַנישער Vueling Airlines האָב איך באַקומען פֿון אונדזער מחבר און וועלט־באַרימטן פּיאַניסט יעווגעני קיסין, וואָס האָט אונטער דעם בריוו געשטעלט זײַן חתימה אויך. איך בין זיכער, אַז אונדזערע לייענער זײַנען אײַנשטימיק מיט יעדן וואָרט; זאָל אַפֿילו זײַן, אַז דעם פֿלאַקערנדיקן אַנטיסעמיטיזם איז נישט אויסצולעשן מיט אָפֿענע בריוו און אויפֿרופֿן צום געוויסן און שׂכל.
באָריס סאַנדלער,
שרײַבער, רעדאַקטאָר פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟
דעם 28סטן יולי 2025, ברוקלין, ניו־יאָרק