מײַן קלײנער װערט אַ קאָזאַקן־העטמאַן אין אַן אוקראַיִניש דאָרף

                                         קאַפּיטל 1

Маруся раз, два, три
Калина чернявая
Девчина в саду ягоды рвала…

   מאַרוסיע אײנס, צװײ, דרײַ
   קאַלינע, ברוינהױטיקע
   דעװטשינע אין סאָד האָט יאַגעדעס געריסן
   (אַן אוקראַיִנישע פֿאָלקסליד)

מײַן קליינער איז אין וועג דרײַ וואָכן
גרינע פֿעלדער אָן אַ סוף.
ס’האָט געבראַכט אים פֿערד־און־וואָגן
אין אַ שיין פֿאַרוואָרפֿן דאָרף.

פֿאַראַן פֿרױען אין רוסישע דערפֿער,
אין אוקראַיִנישע זענען זײ פֿאַראַן,
צניעותדיק־שײנע, פֿולע מיט װערדע
דאָך אין זײ דרעמלט אַ הײסער װוּלקאַן…

בײַ אַ שטיבל אױף דער פּריזבע,
זיצט מאַריִע – אַ פּױערטע יונגע,
רױטע באַקן, װײַסע בריסטלעך
אין אױגן סעקסועלער הונגער.

ס’װאַכט אױף בײַם קלײנעם אַ באַגער
נעמט ער זיך גרעסערן און װאַקסן…
די יונגע פֿרױ האָט אים באַמערקט,
און זײַנע סאַנטימעטערס אַכצן.

מיט בײדע הענט זי נעמט אים פֿעסט,
ס’איז קײנער אין דער הײם ניטאָ,
לײגט זיך אַרײַן מיט אים אין בעט
און: לאַמצעדריצע, לאַמצעדריצע…
מן־הסתּם, אַ האַלבע שעה.

פֿון מײַן קלײנעם, פֿון זײַן בריִען,
ווערט דאָס ווײַבעלע באַגליקט:
– דיך די הייליקע מאַריִע
זאָגט זי – האָט צו מיר געשיקט!…

זי באַװאַשט אים פֿלינק מיט װאַסער,
לייגט אַרײַן אין אירס אַ שקעטל
אױף אַ האַנטעכל אַ װײַסן,
טוט אַ קוש מײַן קליינעמס קעפּל.

זי שליסט דאָס שקעטל – „זאָל ער רוען‟,
לייגט דעם שליסל צווישן בריסטלעך
בײַ דער איקאָנע פֿון דעווע מאַריִע, [1]
צלמט זיך איבער, ווי עס טוען דאָרפֿישע קריסטלעך…

אַהיים קומט װאַסילי, איר מאַן, איר באַשערטער,
שיכּור, װי תּמיד, אויף דער מאַכט איז אין כּעס,
און, ווי עס פֿירט זיך אין אוקראַיִנישע דערפֿער
גיט ער מאַריִען אין פּנים אַ טראַסק.

זי פֿאַלט אױפֿן בעט מיט אַכן און אָכן
וואַסילי אויף איר אין הויזן און שטיװל,
הײבט אױף איר קלײדל, לאָזט נאַקעט איר תּחת –
װי פֿון אַ לבֿנה ווערט באַלױכטן דאָס שטיבל.

נאָר ס’קאָן ניט װאַסילי זײַן קלײנעם דערטאַפּן,
זוכט אים אין קעשענע, געמײנט ס’איז דער קראָק,
דערפֿאַר קריגט מאַריִע נײַע דרײַ קנאַקן
און ער װערט אַנטשלאָפֿן אױף איר מיט אַ כראָפּ…

מאַריִעס האָניק־חודש

ס’האָט זיך מאַריִען געחלומט מײַן קלײנער…
זי כאַפּט זיך אױף, טאַפּט צװישן די בריסטלעך –
ס’איז ניט קײן חלום – דער מענלעכער אבֿר,
אָט איז דאָך בײַ איר פֿונעם שקעטל דער שליסל.

פֿאַר טאָג איז װאַסילי אַװעק צו דער אַרבעט.
מאַריִע צעשפּרײט דאָס בעטגעװאַנט שענסטע
אױף דער פּאָדלאָגע בלומען צעװאַרפֿט זי
די טירן פֿאַרמאַכט, פֿאַרהאָנגען די פֿענצטער.

דערנאָך איז מאַריִע צום שקעטל געפֿלױגן
מײַן קלײנעם פּאַמעלעך, ניט אײַליק גענומען,
געטראָגן – װי זי װאָלט געטראָגן אַן אוצר,
טרעטנדיק לײַכט צװישן דופֿטן פֿון בלומען.

זי האָט אים אין בעט געגלעט און געצערטלט
געקושט אים ניט אײַליק, געפּרוּווט מיט די ציין,
געקיצלט מיט אים די עראָטישע ערטלעך,
איז ער געוואָרן האַרט ווי אַ שטיין.

זי האָט אים געשעפּטשעט:

איך גאַר דיך, איך װיל דיך!
נעם מיך און האָב מיך, כ’בין דײַנע געשווינד!
אָט טוט זי אַ שרײַ, װי אַ חיה אַ װילדע,
אָט טוט זי אַ כליפּע, װי עס כליפּעט אַ קינד.

זי מיט מײַן קליינעם האָט פֿלײַסיק געאַרבעט,
גלײַך ווי אַ רוח איז אַרײַן אין איר גוף,
זי מיט אַ מאָל האָט אַזױ פֿיל אָרגאַזמען
קיין מאָל אין לעבן ביז דאַן ניט פֿאַרזוכט.

מאַריִע באַשיט אים מיט פֿיל קאָמפּלימענטן
פֿריִער אַזױנע האָט ער ניט געהערט:
– מײַן אָדלער, מײַן גרעסטער, מײַן שענסטער!..
האָט ער גאַלאָפּירט אין איר װי אַ פֿערד.

זי איז צופֿרידן, זי פֿול איז מיט נחת
דאָס פּנים געשטראַלט, די אױגן געבליצט…
זי איז געשלאָפֿן באַפֿרידיקט און נאַקעט
מײַן קלײנער אױף איר – צװישן די בריסט…

װי אַ בלומען־בוטאָן זיך מאַריִע צעװיקלט
אױסגעזען – װי געבױרן פֿון ס’נײַ.
ער שלאָגט ניט – מײַן קלײנער,
ער איז ניט קײן שיכּור
און זי בשעת־מעשׂה בלײַבט וואַסיען געטרײַ!

פֿאַר אים נײט זי אױף אוקראַיִנישע קלײדער:
אַ העמדל, הייזלעך און אַ זשאַקעטל,
פֿאַרפֿלעכט פֿאַר אים פֿון אַ פֿערדן־װײדל
אַ קודלע [2] , און קלעפּט זי צו צו זײַן קעפּל.

זי פֿון אַ מעסערל מאַכט אים אַ שװערדל.
מורמלט צו אים: מײַן האַר, מײַן העטמאַן,
לערנט אים אויס דעם ניגון און ווערטער –
פֿון ליד, װאָס אין דערפֿער אוקראַיִנישע הערט מען:

„איך קוק אױפֿן הימל, געדאַנקען מיך בריִען
פֿאַר װאָס װי אַן אָדלער, קאָן איך ניט פֿליִען?
פֿאַר װאָס זשע, מײַן גאָט, בין איך ניט קײן פֿױגל,
די ערד כ’װאָלט פֿאַרלאָזט און צום הימל געפֿלױגן…‟

עס זינגט מײַן קלײנער די ליד מיט אַ טרער
מאַריִע זינגט מיט, זינגט מיט אים – אַ דועט,
זי ווערט שױן װידער פֿול מיט באַגער,
זי טראָגט אים צום בעט, װאָס שטייט אויסגעבעט.

זי רײַסט מיט אַ ברען אַראָפּ זײַנע קלײדער
לאָזט בלױז די קודלע, װאָס קיצלט און װעקט זי.
שעפּטשעט גלוסטיק צו מײַן נאַקעטן קלײנעם:
– די „סעטש זאַפּאָראָזשיער‟ [3] אויף אײַך, העטמאַן [4]!

אָט איז שוין ווידער מײַן העטמאַן קודלאַטע –
אין „סעטש‟ בײַ מאַריִען ער איז פֿול מיט באַגער,
מיט ביידע הענט האַסטיק זי האַלט אים –
פּונקט ווי אַ קאָזאַק וואָלט געהאַלטן אַ שווערד.

יעדן טאָג די ליד װעגן דעם אָדלער־פֿױגל,
דערנאָך גאַלאָפּן אין דער „סעטש זאַפּאָראָזשער‟
אַזױ איז אַדורך זײער האָניק־חודש
זי בײַט איר מאַן און פֿון דעסטװעגן – כּשר…

זי גײט מיטן קלײנעם זונטיק אין קלױסטער,
אױף אים, אין אַ קױש, אַ צלמל הענגט:
,Господи помилуй” — „זײַ, גאָטעניו, מוחל!” –
ער אין אײנעם מיט אַלע צו איסוסן זיך װענדט…



[1] דעווע מאַריִע — הייליקע מויד, מאַריִע
[2] קודלע, אַ טשוב — אַ לאַנגע פֿאַסמע האָר, געלאָזט אויפֿן אָפּגעגאָלטן קאָפּ
[3] „סעטש זאַפּאָראָזשעיר‟ — דער נאָמען פֿון די אַדמיניסטראַטיווע צענטערס בײַ די קאָזאַקן אין 16־18טן י״ה אויפֿן נידערפֿלוס פֿון טײַך דניעפּער
[4] העטמאַן — דער טיטול פֿון דעם אָנפֿירער צווישן די קאָזאַקן

Leave a comment