לאַפּסוס־קאַקטוס — 95

שמועס־קלאַסן אין דער ניו־יאָרקער היץ

צו באַשרײַבן דעם חודש יולי אין ניו־יאָרק וואָלט גענוג געווען צו דערמאָנען דאָס פֿאַרשפּרייטע ייִדיש ווערטל, נאָר אַ ביסל איבערגעאַנדערשט: „די היץ ברענט, און דער זייגער גייט ווײַטער‟. יאָ, הײַיאָר קאָן מען די יולי־היצן פֿאַרגלײַכן מיט אַ שׂרפֿה. פֿון דעסטוועגן, גייט דאָס לעבן אָן ווײַטער לויטן אייגענעם סדר. ווי פֿריִער, זינט 1968, גייט אויך אין ייִוואָ ווײַטער אָן די ייִדישע זומער־פּראָגראַם, אויף וועלכער עס פֿאָרן זיך צונויף סטודענטן, אַספּיראַנטן און סתּם ליבהאָבערס פֿון מאַמע־לשון, פֿאַר וועלכע ייִדיש איז שוין מער באָבע־לשון, אָנצוהייבן לערנען אָדער פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש. כּדי נישט אַרײַנלאָזן זיך אין די פּרטים פֿון דער שוין אײַנגעוואָרצלטער אינעם היסטאָרישן באָדן פֿון ייִדיש די זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ, איז גענוג צו ברענגען די ווערטער פֿון דוד בראַון, וועלכער שטייט אין שפּיץ פֿון דעם „ייִדיש־זאַוואָד‟: „ס׳איז אַ נחת הײַנט [דאָרט] צו אַרבעטן…‟.

איך פּערזענלעך שעפּ נחת פֿון דער אַרבעט שוין דאָס צווייטע יאָר. מײַן אויפֿגאַבע איז צו צעבינדן בײַ די סטודענטן די צונג, אַקאַדעמיש גערעדט, איך פֿיר אין דער זומער־פּראָגראַם דעם שמועס־קלאַס מיט די אַוואַנסירטע סטודענטן. כ׳האַלט, אַז כּדי גוט באַהערשן אַ נײַע שפּראַך, איז ווייניק אויסצולערנען די גראַמאַטישע כּללים, פֿליסיק לייענען און פֿרײַ פֿאַרשטיין די שפּראַך, ס׳איז אויך וויכטיק צו קענען אויף דער שפּראַך רעדן. בשעתן רעדן, בפֿרט נאָך צו פֿירן אַ דיאַלאָג, פֿילט מען די אינטאָנאַציעס פֿון דער שפּראָך, אירע קנייטשן און קוועטשן, די מעלאָדישע ליניעס, ווי עס קומט פֿאָר בײַם הערן די תּפֿילה פֿון אַ גוטן חזן.

פֿאַר די ייִדישיסטן שאַפֿט עס אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן אַ געוויסע פּראָבלעם, צוליב דעם באַגרענעצטן קרײַז פֿון ייִדיש־רעדערס. דאַרף מען כאָטש אויסנוצן די געלעגנהייט פֿון האָבן אַ מעגלעכקייט צו שמועסן, דיסקוטירן, פּאָלעמיזירן, מיט איין וואָרט, לאָזן אין גאַנג דעם מידלעכן אינסטרומענט — די צונג.

איך האַלט זיך נישט פֿאַר אַ לערער, אין תּוך בין איך אַ שרײַבער און קוק אויף אָט די טרעפֿונגען שרײַבעריש, דהײַנו — איך טראַכט פֿאַר יעדן שמועס צו אַ טעמע, וואָס קאָן אויפֿוועקן די שאַפֿערישע פֿאַנטאַזיע, און אין דער זעלבער צײַט אַנטוויקלען דעם וואָקאַבולאַר, וואָס איז מער צוגעפּאַסט צו אַ קאָנקרעטער טעמע. למשל, אַלע ווייסן די געשיכטע פֿון „ראָמעאָ און דזשוליעט‟. שייקספּיר האָט פֿאַר דעם פֿאַרליבט יונג פּאָרעלע פֿון וועראָנע צוגעטראַכט אַ טראַגישן סוף. מיר ווייסן גוט, וואָס מיט זיי איז געשען.

לאָמיר זיך אָבער פֿאָרשטעלן, אַז ראָמעאָ האָט זיך דערוווּסט צו דער צײַט, אַז זײַן געליבטע איז נישט געשטאָרבן, בלויז אײַנגעשלאָפֿן; דער מאָנאַך לאָרענצאָ איז געקומען צו דער צײַט אין סקלעפּ און געוואָרנט ראָמעאָ, אַז באַלד וועט זײַן געליבטע זיך אויפֿכאַפּן. און אַזוי איז געשען: דזשוליעט נאָכן אויפֿכאַפּן זיך פֿון שלאָף איז בשלום אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון ראָמעאָ. Heppy End!

האָבן די סטודענטן באַקומען אַן אויפֿגאַבע זיך פֿאָרצושטעלן און דערציילן, וואָס זשע איז מיט דעם גליקלעכן פּאָרפֿאָלק געשען ווײַטער.

אָסקאַר פֿון שפּאַניע האָט דערציילט און דערנאָך פֿאַרשריבן אַזאַ המשך פֿון דער געשיכטע:

ראָמעאָ און דזשליעט זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון װעראַנע, כּדי צו זײַן פֿרײַ פֿון די משפּחות און האָבן גענומען אַ שיף קײן אַמעריקע. דאָרטן האָבן זײ חתונה געהאַט און געהאַט פֿינף קינדער.
ראָמעאָ האָט געמוזט אַרבעטן שװער דעם גאַנצן טאָג װי אַ שוסטער און ניט־געקוקט אױף דעם, האָט ער נישט פֿאַרדינט גענוג געלט. דערפֿאַר האָט דזשוליעט אױך געמוזט אַרבעטן, װי אַ דינסטמױד. זי האָט געבענקט נאָך איר משפּחה, װײַל די משפּחה װאָלטן איר געהאָלפֿן מיט די קינדערלעך, אָבער ס׳איז צו ווײַט. פֿילט דזשוליעט זיך עלנט און טרױעריק. ראָמעאָ און דזשוליעט זײַנען געװען אַזױ אָרעם, אַז זײ האָבן געהאַט נאָר אַ ביסל מעל און װאַסער, און דערמיט האָט דזשוליעט געבאַקן פּיצע.
די אַמעריקאַנער װאָס האָבן פֿאַרזוכט די פּיצע, זײַנען געװען פֿאַרװוּנדערט און האָבן רעקאָמענדירט, אַז ראָמעאָ און דזשוליעט זאָלן עפֿענען אַ רעסטאָראַן. און אַזױ איז געקומען די פּיצע פֿון איטאַליע קײן אַמעריקע, צוליב דעם פֿאַרליבטן פּאָרפֿאָלק. דער רעסטאָראַן איז געװען מצליח און ראָמעאָ און דזשוליעט זענען מער נישט געווען אָרעם
.

הינדע פֿון ריטשמאָנד האָט אויף שייקספּירס געשיכטע אַ קוק געטאָן פֿון איר קוקווינקל:

ראָמעאָ און דזשוליעט האָבן געמוזט אָנטלאָפֿן צוזאַמען. זײערע
משפּחות האָבן נישט געוואָלט מאַכן צווישן זיך שלום. זײ טרעפֿן זיך בײַ דער בריק פּיעראַ אין װעראָנע. זײ פֿאַרשטעלן זיך װי מוזיקערס, אָבער, צום באַדויערן, קענען זײ נישט שפּילן אויף קיין שום כּלי
.

דזשוליעט זאָגט אויס, אַז זי האָט געבראַכט פֿון דער היים עטלעכע גאָלדענע מטבעות און צירונג. זײ קענען אָטעמען אַ ביסל פֿרײַ. זײ אָנטלאָפֿן קיין העלװעטיע, הײַנט שװײץ. זײ בײַטן זײערע נעמען און באַשליסן לעבן אין מאָרקאָטע אויפֿן ברעג פֿון דער אָזערע לוגאַנאָ. דאָס אָרט איז זייער שײן און אויך כּישופֿדיק. זײ אַנטדעקן און אַנטוויקלען אין זיך זײערע קינסטלערישע פֿעיִקײטן: ראָמעאָ װי אַ מאָלער פֿון פּײסאַזשן און דזשוליעט װי אַ
סקולפּטאָרשע. זײ שרײַבן נישט אונטער זײערע נעמען. אָבער זײערע װערק קאָן מען זען אין פֿאַרשײדענע מוזײען, פּאַרקן און קלויסטערס
.

ס׳איז גוט צו אַנטוויקלען אַ שמועס אויפֿן יסוד פֿון דער ייִדישער קלאַסישער ליטעראַטור, למשל, פֿאָרלייגן די סטודענטן אימפּראָוויזירן אויף דער טעמע „ווען איך בין ראָטשילד‟, דאָס הייסט, ווען דער סטודענט וואָלט פּלוצעם רײַך געוואָרן, ווי ראָטשילד. אַרײַנציִען זיי אין אַ שפּיל, למשל, פֿאָרלייגן זיך פֿאַרצושטעלן ווי אַ רעפּאָרטער פֿון אַ ייִדישער צײַטונג, וועלכער איז געשיקט געוואָרן אין נײַ־כּתרילעווקע. איינער פֿירט זײַן רעפּאָרטאַזש בײַם עפֿענען אַ נײַעם טעאַטער „פּורים־שפּיל‟, אַ צווייטער — פֿון דעם רעסטאָראַן „געפֿילטע פֿיש‟, אַ דריטער — פֿונעם נײַעם שפּיטאָל „לאַכן איז געזונט‟ וכּדומה.

דער סטודענט נאַבוטאָ פֿון יאַפּאַן פֿירט זײַן רעפּאָרטאַזש פֿונעם ספּאָרט־צענטער „שמשון הגיבור‟, וואָס האָט לעצטנס געעפֿנט זײַנע טירן פֿאַר די כּתרילעווקער אײַנוווינער:

איך הײס נאָבוטאָ סאַטאָ, איך קום פֿון דער כּתרילעװקער צענטראַלער טעלעװיזיע. אַ סך מענטשן אין כּתרילעװקע מײנען, אַז גאָרנישט איז װיכטיקער װי געזונט, און מע קען אַלע טאָג זען מענטשן װאָס מאַכן געניטונגען אױף יעדער גאַס אין כּתרילעװקע.

עס איז דאָ אַ נײַער גרױסער בנין לעבן דער צענטראַל־סטאַנציע, און ער איז דער נײַער ספּאָרט־זאַל. עס איז אַ גרױסער פּראָגרעס פֿאַר אונדזער שטעטל, װײַל דאָס ערשט מאָל האָבן מיר אַ ספּאָרט־זאַל, װאָס מע קען מאַכן געניטונגען אין שטוב סײַ אין די קאַלטע װינטער־טעג, סײַ אין די ברענענדיקע זומער־טעג. הײַנט איז זײער הײס אין דרױסן, אָבער אַזױ װי די לופֿטקילערס אַרבעטן גוט, איז מיר זײער באַקװעם זיך געפֿינען אין שטוב.

אין דעם ספּאָרט־זאַל זענען דאָ עטלעכע טרעטמילן, װאָס אױף זיי קען מען פּאַמעלעך גײן אָדער גיך לױפֿן, מיטן אײגענעם װילן. עס זענען דאָ אויך פֿאַראַן װעלאָסיפּעד־מאַשינען, װאָס קענען העלפֿן אײַערע קני נישט ערגער װי אמתע וועלאָסיפּעדן אױף דער גאַס. עס זענען דאָ אַנדערע מאַשינען צו אַנטוויקלען אײַערע מוסקלען, אָבער איך ווייס דערווײַל נישט זײערע נעמען!

לעבן דעם ספּאָרט־זאַל־בנין איז דאָ דער שװים־באַסײן. ער איז אָפֿן נאָר זומער־צײַט. אָבער מע קען הנאה האָבן פֿונעם באַסײן דעם גאַנצן זומער. דער באַסײן האָט צװײ טײלן — אײן טייל איז פֿאַר אַטלעטישע מענטשן, װאָס װילן גיך שװימען, דער אַנדערער טייל איז פֿאַר מענטשן, װאָס װילן נאָר זיך שפּילן אין װאַסער. דערווײַל איז אין דעם באַסיין קען װאַסער נישטאָ. דער באַלעבאָס װיל, אַז יעדער כּתרילעװקער זאָל ברענגען אַ שעפֿל װאַסער פֿון דעם טײַך הינטער דעם ספּאָרט־זאַל־בנין. מיט אַ שעפֿל װאַסער, קען מען אַרײַנגײן אינעם ספּאָרט־זאַל בחינם!

כּתרילעװקערס, קומט אַרײַן אין „שמשון הגיבור‟! לאָמיר װערן געזונטער צוזאַמען! „שמשון הגיבור‟ איז אָפֿן פֿיר און צװאַנציק שעה אין מעת־לעת, אַ חוץ שבת!

דעם רעפּאָרטאַזש פֿון דער כּתרילעװקע צענטראַלער טעלעװיזיע האָט געפֿירט נאָבוטאָ סאַטאָ,

זײַן רעפּאָרטאַזש פֿון דער נײַ־כּתרילעווקער באַנסטאַנציע „אַ היץ אין פּאַראָוואָז‟, לייגט פֿאָר נדבֿ פֿון דעטראָיט:

דער נײַער וואָקזאַל האָט שטאַרק פֿאַרכאַפּט דעם אינטערעס פֿון די כּתרילעווקער ייִדן. אָבער נאָך מער פֿאַרכאַפּט פֿון אַלעמען איז געווען סרוליקל דער קאָניוך, דאָס הייסט, סרוליקל נאַר אָדער סרוליקל פֿערד. 

דער נײַער כּתרילעווקער וואָקזאַל וועט זיך עפֿענען ערשט אין צוויי טעג אַרום, אָבער נאָך מיט אַ וואָך פֿריִער האָט מען שוין נישט געקאָנט געפֿינען סרוליקל דעם קאָניוך אין דער סטאָדאָלע. אַ גאַנצע וואָך זענען אַלע פֿערד אין כּתרילעווקע געבליבן נישט געבערשטלט, נישט געפּאַשעט, און נישט אונטערגעשמידט. כ’קען אײַך נישט דערציילן, וויפֿל סוחרים און הענדלערס האָבן מיר דערציילט מיט אַ געשריי:

פּאַני גרינעפּל, גיט אַ קוק אויף מײַן פֿערד! וואָס פֿאַר אַ טרויעריקע חיה עס איז געוואָרן? זאָגט מיר, פּאַני גרינעפּל, האָט איר אַמאָל געזען שמוציקער, דאַרער, ביינערדיקער, קרום-קאָפּיטעוודיק פֿערד, ווי מײַן פֿערד?‟ 
„נו,‟ — האָב איך אַרויסגעוויזן שטים, — „פֿאַר וואָס זשע זעט אַזוי ביטער אויס אײַער פֿערד?‟ 

און אַלע ענטפֿערס זענען געווען די זעלבע: „סרוליקל!‟ 

דערפֿאַר בין איך געגאַנגען צום נײַעם וואָקזאַל, כּדי צו געפֿינען סרוליקלען, און אים פֿרעגן די פֿראַגע. ער איז געשטאַנען מיט אַ שפּאַדלע אין די הענט צווישן די באַנרעלסן און אַ הויך בערגל האָבער.

„וואָס מאַכט דאָ אַ ייִד?‟, — האָב איך אים געפֿרעגט. 
„ווייסט איר דען נישט, פּאַני גרינעפּל? באַלד וועט קומען קיין כּתרילעווקע דער ערשטער פּאַראָוואָז! איך האָב נאָך קיינמאָל נישט געזען קיין פּאַראָוואָז, אָבער די קוזינע פֿון יעהופּעץ האָט מיר דערציילט, אַז אַ פּאַראָוואָז טרינקט אַ סך וואַסער, אָטעמט אַרויס גרויסע כמאַרעס דאַמף, און לויפֿט זייער גיך. עס דאַכט זיך מיר, אַז אַ פּאַראָוואָז איז דווקא פּונקט אַזוי ווי אַ פֿערד. כ’מיין, אַז די צײַט פֿון פֿערד גייט אונטער, און מײַן נײַע פּרנסה וועט זײַן אַ קאָניוך בײַ די פּאַראָוואָזן. יעדעס פֿערד וואָלט געוואָרן זייער הונגעריק, אויב עס וואָלט געלאָפֿן פֿון יעהופּעץ קיין כּתרילעווקע. אויך דער נײַער פּאַראָוואָז וועט זײַן שטאַרק הונגעריק ווען ער וועט אָנקומען אין שטעטל. דערפֿאַר האָב איך צוגעגרייט אַ בערגל האָבער, צו האָבן מיט וואָס צו שפּײַזן אים.‟
„און פֿאַר וואָס, פֿרײַנד סרוליקל‟, — האָב איך אים געפֿרעגט, —„דאַרפֿט איר אויך די שפּאַדלע?‟
„כ’זאָל האָבן, פּאַני גרינעפּל! מיט וואָס אַוועקשופֿלען דעם פּאַראָוואָזס מיסט
!

יעדער מענטש טראָגט אַרויס פֿון זײַן קינדשאַפֿט אַ טרוים. נישט יעדער אַנטפּלעקט אים פֿאַר אַנדערע. פּרוּווט פֿאָרט פֿאָרלייגן די סטודענט אַ טעמע, וואָס וואָלט זיי אין דעם געהאָלפֿן. למשל, „צי האָט אײַער טרוים פֿון די קינדער־יאָר געווירקט אויף אײַער ווײַטערדיק לעבן?‟

אסתּר פֿון ניו־יאָרק:

װען איך בין געװען צען יאָר אַלט, האָבן מײַן עלטערן מיר געשענקט מײַן ערשטן פֿאָטאָאַפּאַראַט. מײַן טאַטע איז געװען אַ זײער גוטער פֿאָטאָגראַף, און ער האָט מיך געלערנט װי צו נעמען בילדער. איך האָב אָנגעהויבן מיט שוואַרץ-ווײַסע טאַשמעס . מײַן פֿאָטאָאַפּאַראַט איז געווען אַ „קאָדאַק אינסטאַמאַטיק‟; מײַן טאַטע האָט געהאַט אַ „פּענטאַקס 35 מ״מ‟, אָבער מיט אַלע האַנטקאָנטראָלן. איידער ער האָט אָנגעהויבן פֿאָטאָגראַפֿירן האָט ער מיט אַ ליכט־מעטער באַשטימט די בעסטע אַײַנשטעלונגען. אַ חוץ נעמען די בילדער, פֿלעגט ער אָפֿט אַליין באַאַרבעטן די טאַשמעס און אָפּדרוקן בײַ נאַכט די פֿאָטאָגראַפֿיעס אין אַ פֿינצטערן צימער מיט אַ רויט ליכט. בײַ טאָג איז דאָרט געווען אונדזער קיך. איך האָב ליב געהאַט זיך לערנען פֿון מײַן טאַטן, און פֿאָטאָגראַפֿיע איז געוואָרן מײַן צײַטפֿאַרברענג. מײַן טאַטע איז געשטאָרבן, ווען איך בין געווען נאָר 12 יאָר אַלט, אָבער איך האָב ווײַטער פֿאָטאָגראַפירט, טיילווײַז אים צו געדענקען.

סוף־כּל־סוף האָב איך געקױפֿט אַ בעסערן אַפּאַראַט, מיטן דעם ליכט־מעטער אין דעם אַפּאַראַט גופֿא, און דערנאָך אַן אַנדערן אַפּאַראַט, וואָס האָט אַליין אויסגעקליבן די אַײַנשטעלונגען. אין אוניװערסיטעט, האָב איך געאַרבעט אין דער צײַטונג, ווי אַ פֿאָטאָגראַף. די צײַטונג האָט געהאַט אַן עכטן פֿינצטערן צימער און גוטע מאַשינען. איך האָב געהאַט אַ סך געלעגנהייטן צו מאַכן שוואַרץ-ווײַסע בילדער.

נאָך אין דעם אוניווערסיטעט בין איך אַריבערגעגאַנגען צו קאָליר־פֿאָטאָגראַפֿיע. מיט 20 יאָר צוריק בין איך אַריבער צו דיגיטאַלער פֿאָטאָגראַפֿיע. כאָטש הייַנט זענען דאָ אַ סך טעכנישע זאַכן וואָס מאַכן גרינגער צו פֿאָטאָגראַפֿירן, דאַרפֿסטו נאָך האָבן טאַלאַנט צו כאַפּן וואָס דו זעסט, כּדי צו טיילן זיך מיט אַנדערע. אַ גוטע פֿאָטאָ איז איינע וואָס איר ווילט זען ווידער און ווידער.

און אָט וואָס ס׳האָט אונדז דערציילט טויבע פֿון האָבאָקען, ניו־דזשערזי:

איך האָב זײער ליב שפּראַך און שפּראַכן. ייִדיש־מומחים װײסן גוט, אַז װערטער קענען זײַן אַזױ ווי בילדלעך און ספּעציפֿיש צו זײערע שפּראַכן און קולטורן. איך האָב אױך ליב די סטרוקטורן פֿון דער גראַמאַטיק, און װי אַלע װעלט־שפּראַכן פֿאָרמולירן זאַצן און גיבן איבער אינפֿאָרמאַציע, יעדע שפּראַך אױף איר אײגענעם אופֿן; און די קלאַנגען— אױ, די קלאַנגען! עס זײַנען דאָ שפּראַכן, װאָס קלינגען אויף אַזאַ אופֿן, אַז איך װאָלט קײנמאָל נישט געקאָנט אַזוינס זיך פֿאָרשטעלן! אָבער בײַ די רעדנערס פֿון אַזעלכע שפּראַכן, איז דאָס בטבֿע. מע מוז אױך דערמאָנען די אותיות און אָרטאָגראַפֿיע, די שײנקײט פֿון די קלײנע סימבאָלן, װאָס טראָגן אין זיך װעלטן פֿון באַטײַט. ס׳איז אַ גרויסער זכות צו וווינען אין אַזאַ שטאָט װי ניו־יאָרק, װוּ עס ווערן גערעדט יעדן טאָג הונדערטער שפּראַכן.

כּדי זיך אײַנצושליסן אין דעם אַלגעמיינעם כאָר פֿון מענטשלעכע שפּראַכן, מוז מען זיך אויסלערנען אַרויסברענגען דאָס אייגענע ייִדיש וואָרט אויף אַ קול און זיך דערמיט נישט שעמען!

מיט מזל, לאַפּסוס־קאַקטוס!

Leave a comment