שמואל אָרטענבערג
(זכרונות פֿון אַ סאָװעטישן ייִד)
4
וועלטלעכע פּראָגרעסיווע קרײַזן
עס איז, פֿאַרשטײט זיך, פֿאַראַן אין שטעטל אַ גאַנץ ברײטע סבֿיבֿה פֿון װעלטלעכע און אַפֿילו פּראָגרעסיװע, פֿאָרגעשריטענע עלעמענטן, װאָס האָבן שױן לאַנג אײַנגעריסן מיטן אַלטן פּאַטריאַרכאַלן לעבנס־שטײגער און באַציִען זיך צו דער אַלטפֿרענקישער װעלט גלײַכגילטיק און אָפֿט מאָל אַפֿילו פֿײַנטלעך. דאָס זײַנען געװיסע שיכטן פֿון דער נײַער קאָמערץ־װעלט גופֿא, די ייִנגערע געשעפֿטס־לײַט פֿון נײַעם דור; די אָנגעשטעלטע, מענטשן פֿון פֿרײַע פּראָפֿעסיעס און אַנדערע עלעמענטן, אױף װעמען דער קלעריקאַליזם האָט שױן קײן מינדסטע װירקונג ניט.
רױפֿמאַן דער אַפּטײקער, אַן עלטערער מענטש, אָבער ער האָט אין גאַנצן ניט קײן פּנים פֿון אַ ייִד. שטענדיק געגאָלט, אָן אַ היטל, מיט אַן אײבערהעמד געקלײדט, רעדט רוסיש, ער האָט גאָרניט געמײנזאַם מיט די שטעטלדיקע ייִדן און זײערע אַלטפֿרענקישע מינהגים, ער גײט אַפֿילו קײן מאָל ניט אין שיל, מיט אײן װאָרט, אַ גױ גמור, ער איז דװקא אַ פֿײַנער, שטילער מענטש, מישט זיך ניט אין קײן שום קהלשע געשעפֿטן, ער איז שטענדיק פֿאַרנומען מיטן צוגרײטן זײַנע שמעקנדיקע דופֿטיקע רפֿואות; בעת ער קוקט אױפֿמערקזאַם אױף די רעצעפּטן, האָבן די ייִדן פֿאַר אים גרױס אָפּשײַ. אַן אָפֿטער אַרײַנגײער צו אים איז דער גאַלאַנטער קאַװאַליר, שײנער יונגער־מאַן אײַזנבערג, װאָס װױנט מיט זײַן באַװײַבטן עלטערן ברודער בײַ דער באַן־סטאַנציע. זײ זײַנען דאָרטן קאָמיסיאָנערן, „אָטפּראַװיטעלעס‟. דער יונגער אײַזנבערג גייט שטענדיק אױסגעפּוצט, שמעקט מיט פּאַרפֿומען, רעדט אױך נאָר רוסיש, קאָן קײן ייִדיש ניט רײדן. דעם יונגן אײַזנבערג האָט געצױגן אַהער ניט אַזױ רױפֿמאַנס אַפּטײק מיט זײַן רוסישער אױסשפּראַך, װי די היפּשע און ברײטע טאָכטער זײַנע; קומט ער צו פֿאָרן אַהער אױף דער אײַזערנער בריטשקע פֿון דער באַן־סטאַנציע דװקא אױף שבת. ער זעצט אַרױף אױף איר רױפֿמאַן טאָכטער, װאָס װערט נאָך ברײטער און צעגאָסענער פֿאַר פֿרײד און זאָגט דעם שמײַסער באַפֿױלעריש:
— …Пошли, поехали (לאָמיר פֿאָרן)
פֿרומע, באַיאָרטע ייִדן שטעלן זיך אויס אַרום, קוקן און גאַפֿן:
—אָ! האָסטו געזען אַזױנס, הײַנטיקע װעלט, אַ חצוף!
דער יונגער אײַזנבערג אָבער רעכנט זיך װײניק מיט דער מײנונג פֿונעם שטעטל. ער פֿירט רײַך און פֿרײלעך לעבן ערגעץ, כאַפּט אַרײַן אַ שײן קערטל צוזאַמען מיט די טשינאָװניקעס און בייגט זיך אין דרײַען פֿאַר רױפֿמאַן דעם אַפּטײקערס ברײטער, היפּשער טאָכטער, װאָס לאַכט פֿרײלעך, האַלט ניט אױס און איז גרײט תּיכּף־ומיד שענקען דעם יונגן אײַזנבערג איר גאַנץ ברײט האַרץ און פֿולן קערפּער. זײ האָבן דערנאָך חתונה געהאַט און פֿאַרפֿירט אױף דער באַן־סטאַנציע אַ פֿאַמיליע־לעבן. זיי פֿלעגן זיך זעלטן באַװײַזן אין שטעטל.
אָבער די װירקלעך פּראָגרעסיװע פֿאָרגעשריטענע לײַט געפֿינען זיך צװישן דעם נײַעם אױסגעװאַקסענעם דור פֿון דער יוגנט, צװישן די עלטערע קינדער פֿון פֿילצאָליקע פֿאַמיליעס פֿון שטעטל. דאָס זײַנען אינטעליגענטע און האַלב־אינטעליגענטע יונגע לײַט, װאָס האָבן שױן לאַנג אײַנגעריסן מיטן גאַנצן אַלטמאָדישן, אַלטפֿרענקישן לעבנס־שטײגער. זײ זײַנען פֿול מיט װידערגעפֿיל און פּראָטעסט קעגן דעם גאַנצן לעבנס־סדר פֿון די עלטערן און זוכן די װעגן צו דער נײַער װעלט. שװער איז דער דאָזיקער װעג. אַרױסרײַסן זיך פֿון דעם שטעטל אין דער, אַזױ גערופֿענער, גרױסער װעלט איז ניט פֿון די גרינגע זאַכן און װער װײסט, צי מע קאָן דאָרטן דערגרײכן צום ציל בײַ דער האַרטער און שטרענגער צאַרישער פּראָצענט־נאָרמע פֿאַר דער ייִדישער שטודירנדיקער יוגנט.
אַ מאָל געלינגט עמעצן זיך דורכרײַסן ערגעץ אין דער גרױסער שטאָט אין פּאָליטעכניקום אָדער אין גימנאַזיע, אָדער אין דער הױכשול, אָבער דער גרעסטער טײל פֿאַרבלײַבט דערװײַל אין שטעטל, פֿאַרבלײַבט, מערסטנס אױטאָדידאַקטיש און לערנט זיך עקסטערן. צװישן די יונגע־לײַט זײַנען פֿאַראַן אָפֿט קלוגע און פֿעיִקע באַלעזענע און ערודיטע מענטשן; מע לײענט בדרך־כּלל רוסישע ביכער, אײניקע װערן פֿאַרכאַפּט אױך מיט דער נײַער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, מע שפּירט נאָך נאָך די נײַע זשורנאַלן, צײַטונגען, מע אינטערעסירט זיך מיט פֿאַרשײדענע געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס און װיסנשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען, מע באַגעגנט זיך אַפֿילו אָפֿט אין קלענערע קרײַזלעך און גרופּעס, מע דיסקוטירט און מע אַמפּערט זיך איבער פֿאַרשײדענע פֿראַגעס פֿון אינטילעקטועלן און ליטעראַרישן לעבן; אָבער די גאַנצע אָנגעקליבענע לעבנס־ענערגיע, דאָס אָנגעקליבענע װיסן פֿאַרבלײַבט נאָך אין אַ פּאַסיװן צושטאַנד. דער אױסװעג איז נאָך ניט געפֿונען געװאָרן און בײַ פֿיל לײַט רופֿט עס אַרױס אַ פֿאַרנעפּלטע בענקשאַפֿט, אַן אומקלאָרע שטרעבונג צו עפּעס העכערס, שענערס און בעסערס, װי די געװײנלעכע אַרומיקע װירקלעכקײט און סבֿיבֿה.
אין די לאַנגע װינטערדיקע אָװנטן זיצן די דאָזיקע יונגע־לײַט בײַ דעם אָנגעצונדענעם קעראָסין־לאָמפּ בײַ דעם אַלטן מאַסיװן דעמבענעם טיש בײַ אונדז אין שטוב און אין פֿיל אַנדערע הײַזער, אַרומגערינגלט מיט ביכער און צײַטונגען און רײדן װעגן דעם בײז און שלעכטס, װאָס הערשט אױף דער וועלט, טרױמען װעגן װעלט־ענדערונג, װעגן אַ נײַער װעלט, אָבער קײנער פֿון זײ קאָן גאָרניט טאָן, כּדי די װעלט צו ענדערן. מעגלעך, אַז די דאָזיקע פּאַסיװקײט קאָן מען דערקלערן מיט דעם געפֿאַלענעם אַלגעמײנעם צײַטגײַסט אין דעם פּעריאָד צװישן צװײ רעװאָלוציעס (1917-1905). װעגן די פֿאַרגאַנגענע רעװאָלוציאָנערע געשעענישן װערט װײניק און נעפּלהאַפֿטיק דערמאָנט, כאָטש מע קאָן בײַ זײ אָפֿט מאָל טרעפֿן אױך ביכער, װאָס שמעקן מיט רעװאָלוציאָנערן געדאַנק. עס געדענקט זיך, אַז אַזױנע װערק, װי די ליטעראַטור פֿון רעװאָלוציאָנערער ראָמאַנטיק „אַנדרײ קאָזשוכאָװ‟, פֿון סטעפּניאַק־קראַװטשינסקי, „שריפֿטן פֿון אַ רעװאָלוציאָנער‟, פֿון קראַפּאָטקין און פֿיל אַנדערע זײַנען געװען שטאַרק אין גאַנג צװישן דער דאָזיקער יוגנט.
עס זײַנען געװען צװישן זײ אַזױנע, װאָס זײַנען פֿאַרכאַפּט געװאָרן דורך די אידעען פֿון סאָציאַליזם. עס זײַנען אָבער געווען אױך אַזױנע, װעמען עס האָבן מער אימפּאָנירט די אידעען פֿון ציוניזם און אַזױנע, װאָס האָבן געפּרוּװט אױפֿן אַלטמאָדישן ייִדישן אופֿן צונױפֿפּאָרן בײדע אידעען און עס פֿלעגן צװישן זײ אױפֿקומען אידעיִשע שטרײַטן. עס זײַנען געװען אױך אַזױנע יונגע־לײַט, װאָס זײַנען מיט דער צײַט אַרײַנגעצױגן געװאָרן אַפֿילו אין דעם קרײַז פֿון קאָמערציעלע אינטערעסן און פֿאַרלאָזט אַלע אײדעלע אידעיִשע שטרעבונגען. עס פֿלעגט זיך טרעפֿן, אַז אַ געװעזענער ראַדיקאַל, װאָס איז צו 20-18 יאָר שאַרף אַרױסגעטראָטן קעגן פּריװאַט־אײגנטום, האָט צו 30-25 יאָר אָנגעהױבן ענערגיש זאָרגן צו דערגרײכן אין זײַן אײגנטום אַ הױז. עס זײַנען ניט װיכטיק די נעמען, עס זײַנען דאַן איבערן גאַנצן לאַנד געװען פֿיל יונגע־לײַט, װאָס האָבן אױסגעביטן זײערע אַמאָליקע ראָמאַנטיש־געשלײערטע אידעאַלן אױף אַ רויִקן װינקל פֿון פּערזענלעכן װױלטאָג און גליק.
יעדנפֿאַלס, געװען איז, הײסט עס, אין שטעטל אױך אַ סבֿיבֿה פֿון נײַעם, מאָדערנעם און פֿרײַען געדאַנק און פֿרײַער אױפֿפֿירונג, אַ קעגנזעצלעכע צו דער קלעריקאַליש־פֿאַנאַטישער סבֿיבֿה און צװישן די דאָזיקער צװײ װעלטן איז דורכגעגאַנגען מײַן קינדהײט און פֿריִע יוגנט.
װעגן דער פּראָגרעסיװער יוגנט פֿון שטעטל און אירע פֿאָרשטײער װעט שפּעטער דערצײלט װערן גענױער.
המשך קומט