עמיל קאַלין
דאָס פֿינפֿטע קאַפּיטל
1
דער ווינטער פֿון יאָר 1975 האָט נישט געבראַכט קיין פֿאַרגעניגן, אָבער אויך נישט געווען אַ גרויסע אָנשיקעניש — אַזוי האָט פּוּיקעלע פֿאַרזיכערט סעמען נישט איין מאָל. אמת, דער פֿראָסט האָט ווי געברענט און אָפּגעבריט יעדן אַנטבלויזטן אבֿר. בשעתן גיין אויף דער גאַס, האָט געסריקפּעט דער פֿרישער שניי דין, ווי זאַלץ אונטער די פֿיס, די געלענקען פֿון די פֿאַרפֿרוירענע פֿינגער, די ציין… דער מענטש אָבער פּאַסט זיך צו אַלע שווערע אומשטענדן, אַזוי האָט זיך אויך סעם צוגעפּאַסט צום פֿראָסט: ער האָט אָנגעטאָן אַ שטאָטישע קוטשמע פֿון קינסטלעכער פֿעל, אַ לאַנגן מאַנטל, וואָס האָט זיך שיִער נישט פֿאַרטשעפּעט פֿאַר די זוילן. ער האָט זיך מער נישט געוואָרפֿן אין די אויגן מיט די העלע, פֿאַרביקע טײַערע אַמעריקאַנער שמאַטעס. אין די אָנגעהייצטע אַפּאַרטאַמענטן פֿלעגט דאָס וואַסער קיין מאָל נישט פֿאַרפֿרוירן ווערן אויף די גלעזער. פֿון כאַפּן אַ וואַרעמען דוש, האָט נישט געקאָנט זײַן קיין רייד.
סעם און פּוּיקעלע פֿלעגן זיך לייגן שלאָפֿן פֿרי, נאָכן „זשורנאַל‟ — אַ האַלבע שעה נײַעס איבערגעגעבן דורכן בוקאַרעשטער ראַדיאָ. ביידע מענער האָבן נישט געדאַרפֿט זיך איבעררעדן; זיי האָבן גוט פֿאַרשטאַנען, אַז אָט די „נײַעס‟ זענען הוילע פּראָפּאַגאַנדע. עס האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז יעדער אָוונט האָט געבראַכט מיט זיך נײַע דערפֿאָלגן, דיפּלאָמאַטישע נצחונות און דערגרייכונגען, פֿאַרבעסערונגען אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ווירטשאַפֿט. בלויז על-פּי צופֿאַל האָט זיך אַדורכגעשלאָגן, דורך דעם באַרג שקרים, אַ וואָרט אמת. נאָר זיי זענען געווען צופֿרידן בלויז דערמיט, וואָס מע הערט כאָטש עמעצן רעדן, אַ מענטשלעכע שטים ברעכט אויס די אָנגעצויגענע שטילקייט. עס איז זיי געווען אַלץ איינס צי יענע שטים זאָגט דעם ריינעם אמת אָדער וואַשט זיי די מוחות אויף דורך-און-דורך. זיי ביידע האָבן אַנטוויקלט — פּוּיקעלע פֿון קדמונים אָן און סעם ערשט אַצינד — אַ טעמפּן קעגנגעפֿיל צו דער ווירקלעכקייט, כּל-זמן די זאַכן האָבן נישט געהאַט קיין דירעקטן שײַכות צו זיי.
אויף דער גאַס איז געווען ליידיק און פֿינצטער, ווי אין מצרים. קיין לאָמפּ האָט נישט געברענט. די פּאַרטיי האָט איינשטימיק באַשטעטיקט, אַז עס איז אַ שאָד אַרויסוואַרפֿן אַזאַ נייטיקע קראַפֿט, ווי עלעקטריע, כּדי צו באַלויכטן זײַטיקע גאַסן. נאָר די הויפּטגאַסן האָט מע געשענקט ברענענדיקע לעמפּ אויכעט בײַ נאַכט. דער פּאַראָל איז געווען: שפּאָרן! יעדער בירגער האָט געמוזט ברענגען אַ קרבן, אַנישט וועט דער עסק נישט קלאַפּן. דאָס שפּאָרן עלעקטריע האָט דערמעגלעכט די פֿאַבריקן אָנצוגיין מיט זייער אַרבעט אומגעשטערט סײַ בײַם טאָגליכט און סײַ בײַם נאַכטליכט; דער פּראָדוקציע־שטראָם איז געווען דאָס אויג אין קאָפּ פֿון דער פּאַרטיי. סאַבאָטאַזש — איז געווען צווישן די גרעסטע אַנטי־קאָמוניסטישע זינד. נישט ווייניק „עלעמענטן‟ זענען געזעסן אין קרימינאַל פֿאַרן אַרײַנשטעקן „שטעקנס‟ אין די „רעדער פֿון דעם עקאָנאָמישן פֿאָרשריט‟.
צומאָל האָט זיך געטראָפֿן, אַז אַ ברומעניש פֿון אַ מאָטאָר פֿלעגט דורכלעכערן די שטילקייט אין דרויסן, און דעמאָלט פֿלעגט די פֿאַרב אַנטרינען ווערן, ווי נאָך אַ באַפֿעל, פֿון פּוּיקעלעס פּנים. דעמאָלט פֿלעג סעם זיך ווענדן צו אים. אָפּמעסטן דעם קליינעם מענטשל, וואָס איז פּלוצעם געוואָרן נאָך אײַנגעשרומפּענער און גרוי, ווי אַ מײַזעלע, מיט טרויער און פֿרעגן ווייך: „וואָס איז מיט דיר, פּוּיקעלע? האָסט דיך ווידער דערשראָקן פֿון דער מאַשין?‟ — דאָס וואָרט „סעקוריטאַטע‟ האָט מען אין קיין שום פֿאַל נישט געטאָרט אַרויסברענגען, ווי אין דער שטוב פֿון אַ געהאָנגענעם צו דערמאָנען אַ שטריק, כאָטש יעדער האָט גוט געוווּסט, וועגן וועלכער מאַשין גייט די רייד.
פּוּיקעלע פֿלעגט אַ טרייסל טאָן מיטן קאָפּ, ווי ער וואָלט געקאָנט אַרויסשלאָגן דערפֿון די שלעכטע מחשבֿות, און זאָגן:
„נו, איז זי שוין פֿאַרבײַ!‟
„זעסט? האָסט דיך אומזיסט דערשראָקן. האָסט דיך דען אַרויסגעכאַפּט מיט אַ וואָרט, ווען מ’דאַרף נישט?‟ — פֿלעג סעם מאַכן אַ מאַך מיט דער האַנט, ווי געמיינט צו זאָגן: נאַ דיר אַ קאַרפּן־קאָפּ!
„ניין, וואָס פּלוצעם?‟ — פֿלעג פּוּיקעלע אויפֿציטערן, ווי נאָך אַן עלעקטרישן זעץ. — „איך אַסקאָפּע נישט קיין וואָרט, גאָט באַהיט. דאָס מויל בײַ מיר איז פֿאַרריגלט.‟
„נו, אויב אַזוי, ווייסטו גוט דײַן פּלאַץ — שלעפּ דיך נישט אַרום און שטעקט נישט אַרײַן די נאָז אין פֿרעמדע טעפּ… איז, וואָס זשע איז די מורא? קיינער וועט דיך נישט טשעפּען. מע מיינט עמעצן אַנדערן.‟
„דיר איז לײַכט צו רעדן, שלוימעלע! מאָרגן-איבערמאָרגן וועסטו באַקומען דײַן פּאַספּאָרט און ס’וועט זײַן אַ ‘זײַ געזונט און בלײַב געזונט’ און אָט, ביסטו שוין אין דײַן ניו-יאָרק!‟
„אַז מע לעבט דערלעבט מען!‟ — פֿלעגט סעם זיך צעלאַכן, נאָר דער פּאַספּאָרט איז נישט אָנגעקומען אַפֿילו ניט מאָרגן-איבערמאָרגן.
„נו, איך וועל שוין די נאַכט נישט צומאַכן קיין אויגן‟, — פֿלעג פּוּיקעלע ציִען די אונטערשטע שורה.
אַז עס איז אויסגעפֿאַלן אַ געדיכטער שניי און שיִער נישט געהאַט פֿאַרדעקט די פֿענצטער פֿון דעם פּאַרטער, און די טראַמווײַען האָבן נישט געקאָנט פֿאָרן, פֿלעגט דער „גאַס-פֿאַרוואַלטער‟, אַ זייער נישט סימפּאַטישער טיפּ, וואָס יעדער האָט אים פֿאַרדעכטיק, נישט אָן רעכט, אינעם זײַן אַ „נאָז‟ בײַ דער „סעקוריטאַטע‟, — רעקרוטירן די מענער; געבן זיי לאָפּעטעס אין די הענט און נעמען זיי אויף אָבליגאַטאָרישער אַרבעט: אַוועקשאַרן דעם שניי, צונויפֿנעמען די קליינע קופּעס און מאַכן פֿון זיי האַרטע, ברוין־קויטיקע בערגלעך צווישן די הײַזער.
אַזוי ווי פּוּיקעלע, מיט זײַן האָרב און פֿיסעלע, האָט זייער ווייניק געטויגט פֿאַר אַזאַ אַרבעט, און זיך אַרויסדרייען פֿון דעם איז געווען אוממעגלעך, האָט סעם געמוזט אַרבעטן פֿלײַסיק פֿאַר זיי ביידן. קוים וואָס ער האָט געקאָנט דערכאַפּן די נשמה, אָבער קיין אויסוועג דערפֿון איז נישט געווען. יעדער האָט געטאָן וואָס ער האָט נאָר געקאָנט, כּדי זיך נישט וואַרפֿן דעם פֿאַרוואַלטער אין די אויגן. כּל-זמן מ’האָט נישט באַשולדיקט אין „מאַכן סאַבאָטאַזש‟ בעתן שאַרן שניי, איז שוין געווען גוט. יעדער האָט געשאַרט מיט דער לאָפּעטע, געקריצט מיט די ציין און געוואָרפֿן פֿינצטערע בליקן אַרום זיך צו כאַפּן אַזעלכע, וואָס רוען זיך אויס די ביינער צו אָפֿט, מאַכן זיך, ווי זיי לייגן צו כּלומרשט אַ האַנט צו דער אַלגעמיינער אַרבעט… נאָך אַזאַ „געזעלשאַפֿטלעכער מיצווה‟ פֿלעגן ביידע מענער ליגן אין בעט אַ פּאָר טעג מיט ווייטיקן אין די קריזשעס, ביז זיי זענען געקומען צו זיך.
סעם האָט תּמיד געהאַט דאָס געפֿיל, אַז אָט באַלד וועט ער קריגן זײַן פּאַספּאַרט, אָבער טעג און וואָכן זענען אַוועק און דער פּאַספּאָרט איז נאָך נישט געווען. מע האָט נישט געקאָנט ציִען די מעשׂה אָן אַ סוף. פֿון דעסטוועגן, איז אַ נס פֿאָרט געשען: פּוּיקעלע האָט זיך געגריבלט אין די אַלטע דאָקומענטן און אָנגעטראָפֿן אויף סעמס אַרבעט-קאַרטל פֿון יאָר 1948. אמת, די פֿאָטאָגראַפֿיע האָט שוין גאָרנישט געטויגט, אַבי ער זאָל קאָנען ציִען דאָס שטיקל חיונה. זײַנע דאָלאַרן, נאָך נעכטן אַ ברכה, זענען הײַנט געוואָרן אַ קללה: צו האָבן וואַלוטע אין פּריוואַטע הענט, איז לויטן געזעץ געווען נישט ווייניקער געפֿערלעך, ווי האָבן בײַ זיך אין שטוב אַ באָמבע. פּוּיקעלע האָט עס סעמען אָנגעזאָגט בײַצײַטנס. דאָס בײַטן וואַלוטע האָט געטויגט נאָר אויף אַ שטיקל צײַט און איז אָנגענומען געוואָרן אין שטאַרק שטרענגע אומשטענדן.
דער עיקר, סעם איז באַגליקט געוואָרן מיט אַ פּאָסטן אין דעם פֿאַבריקל, וווּ פּוּיקעלע פֿלעג צונויפֿקלעפּן קאַרטאָן־פּושקעס. דאָרטן האָבן געאַרבעט פּראָסטע-לײַט, פֿרויען וואָס האָבן קוים געקאָנט האַלטן אַ בלײַער אין דער האַנט, אַזעלכע, וואָס האָבן אַ קאָפּ, אָבער מיט עפּעס געזינדיקט פֿאַר דער פּאַרטיי — מיט נישט געזונטע וואָרצלען און פֿאַרוויקלטע געשיכטעס. זיי זענען אַהין אַרײַנגעפֿאַלן און שוין פֿאַרבליבן אויף שטענדיק. ס’איז נישט געווען קיין גרויס פֿאַרגעניגן צו אַרבעטן דאָרט, אָבער אויכעט נישט קיין אָפּקומעניש.
כּל-זמן מע האָט געלאָזט די מענטשן צו רו, נישט אַרויסגעצויגן די נשמה און צוגעמאַכט אַן אויג, ווען מע האָט געדאַרפֿט, איז געווען אַ לעבן ווי אַ לעקעך. דער שעף איז געווען אַ וווילער מענטש: איין מעלה האָט ער געהאַט; ער האָט ליב געהאַט אַרײַנצוקוקן אינעם פֿלעשעלע. מיט אים האָט מען געקאָנט מאַכן אַ געשעפֿטל, איבערקומען מיט אַ פּלעשעלע צוּיקע. ער איז נישט געווען איבערקלײַבעריש.
קיינער אינעם פֿאַבריקל האָט זיך נישט געוואָרפֿן צו דער אַרבעט. אַ שטיקל אַרבעט, וואָס האָט געזאָלט דויערן אַ פּאָר טעג, האָט זיך פֿאַרשלעפּט אויף אַ וואָך-צוויי און אַ מאָל אויף אַ גאַנצן חודש. סעם האָט „זיך דערשלאָגן‟ אויף אַ פּאָזיציע פֿון אַ באַאַמטער. ער איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די נייטיקע דאָקומענטן, כּדי צו שיקן סחורה אַהין און אַהער. קיינעם נישט געאַרט, אַז ער האָט נישט אין דער אַרבעט קיין אַנונג ניט. איז וואָס, אַז די באַשטעלונג איז נישט דערגאַנגען אַהין, וווּ מע האָט זי געוואַרט? אַ גרויסע מעשׂה! ס’איז געווען אַן אָפֿענער סוד — די שאָפֿערן פֿון די לאַסט-אויטאָס לקחנען דאָ-און-דאָרט. קיינער האָט זיך נישט געמאַכט דערפֿון קיין צימעס. אַדרבא זאָל יעדער זיך מכבד זײַן מיט אַ ביסל סחורה.
די שאָפֿערן זענען געווען די נײַע גבֿירים. די אַמאָליקע גבֿירים האָט מען פֿאַרטריבן, פֿאַרשיקט אָדער זיי זענען נעלם געוואָרן. איצט זענען אויפֿגעקומען נײַע עשירים. די שאָפֿערן האָבן געהאַט זייערע אייגענע קונים, וואָס קויפֿן אויף שוואַרץ. ס’איז נישט געווען קיין סוד. די לעצטע קאָנטראָל־אינספּעקציע איז געווען יענעם זומער, דאָס הייסט, מ׳האָט געגנבֿעט, כּל-זמן עס איז נישט דערגאַנגען צו העכערע פֿענצטער.
דער ווינטער איז אַוועק. די פֿרילינגדיקע פֿרישע ווינטן האָבן אים אַרויסגעטריבן פֿון שטאָט. דער גרויער, אָנגעכמאַרעטער הימל איז, ווי דורך אַ נס, געוואָרן בלוי און לויטער. אויף די גאַסן האָבן זיך ברייט צעלייגט קאַלעמוטנע קאַלוזשעס, וווּ עס האָבן זיך אַרומגעטאָפּטשעט יענע קליינע, שוואַרצע פֿייגל שטאַרן, וועלכע מע האָט זיי ביז אַהער נישט געזען און נישט געהערט. אויף די פּלויטן, דעכער און צווײַגן פֿון ביימער האָבן זיך בעל-ביתיש אויסגעזעצט פֿייגל, וואָס סעם האָט קיינמאָל נישט געקענט זייערע נעמען; זיי האָבן זיך גענומען בויען זייערע נעסט און „פּוּיקעלען‟, אויפֿצוכאָווען אַ נײַעם דור.
צוזאַמען מיט די פֿייגל האָבן זיך פּלוצעם באַוויזן אין פּוּיקעלעס דירה באַקאַנטע און ווײַטע קרובֿים: אַלע זענען אַראָפּגעקומען קיין בוקאַרעשט פֿון מאָלדאַווישע שטעטלעך נאָכן קריג. קיינער האָט נישט פֿאַרענדיקט קיין שול און נישט געהאַט קיין דיפּלאָם. אין זייערע אַרבעטס-קאַרטעס איז געשטאַנען גלאַט „אַרבעטער‟. יעדער האָט זיך אַשאָזעט ווי עס האָט זיך געלאָזט: איינע איז געוואָרן אַ בוכהאַלטערין, אַ צווייטער — אַ באַאַמטער, אַ מעכאַניקער. איין פּאָר, מאַן-און-ווײַב, זענען געוואָרן אַקטיאָרן אינעם ייִדישן טעאַטער. דעם מאַן, זעליג, האָבן די חבֿרה פֿון דער פֿאַשיסטישער „אײַזערנער-גוואַרדיע‟ אויפֿגעהאָנגען אין שעכטהויז, נאָר ער איז געבליבן לעבן. דערנאָך איז ער געוואָרן אַ וועגעטאַריער, זיך אָפּגעזאָגט צו נעמען אַ שטיקל פֿלייש אין מויל אַרײַן. דאָס ווײַב, ריקע, האָט דורכגעמאַכט טראַנסניסטריע. די אַנדערע זענען פֿאַרשפּאַרט געווען אין תּפֿיסות און אַרבעטס-לאַגערן, נאָר אַלע האָבן זיי איבערגעלעבט היטלערן און אַנטאָנעסקו און שטאָלצירט דערמיט. דער פֿאַקט, וואָס זיי גייען אויף דער ערד און ליגן נישט, חלילה, אונטער דער ערד, האָבן זיי געהאַלטן פֿאַר אַ גרויסער דערגרייכונג.
דורך דעם ווינטער איז יעדער געבליבן שטעקן אין זײַן לאָך מיט אַ דאַך; נאָר מיט די ערשטע מחיהדיקע טעג האָט מען אַרויסגעוויזן סימנים פֿון לעבן. מע איז געקומען טרינקען אַ גלאָז טיי, רעדן אַ וואָרט מיט אַן אייגענעם, גלאַט אַזוי אָפּגעבן אַ שלום-עליכם, לאָזן צו וויסן, אַז זיי זענען נישט געפּגרט. בײַ יעדן באַזוך האָט זיך איבערגעחזרט די זעלבע קשיא: ווי איז אַריבער דער ווינטער? יעדער האָט געהאַט זײַן ווינטער-מעשׂה: „איך האָב געכאַפּט אַ שרעקלעכע לונגען-אָנצינדונג, שוין געווען מער דאָרט ווי דאָ!‟ — אָדער: „איך האָב זיך אויסגעגליטשט אויף אַ שטיק אײַז און צעבראָכן אַ פֿוס נאָכן אַראָפּשפּרינגען פֿונעם טראַמווײַ‟, — אָדער: „ס׳איז אַריבער בשלום, נאָר ס׳געווען מיאוס צו זיצן אַליין אין דער היים…‟
אַלע געסט זענען געווען שטאַרק פֿאַרחידושט צו זען סעם-שלוימעלען. „ס׳טײַטש! וואָס טוסטו דאָ?‟ — האָט מען זיך געכאַפּט בײַ דער קין. מ׳האָט נישט געקאָנט אָפּרײַסן פֿון סעמען קיין אויג, ווי ער וואָלט געווען אַ דערשײַנונג, וואָס איז איבער דער טבֿע, אַ לעבעדיקער טויטער.
נאָך דעם ווי ער פֿלעגט דערציילן נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל די מעשׂה מיטן פֿאַרלוירענעם פּאַספּאָרט, האָט מען אים געטרייסט און צוגעזאָגט, אַז דער ענין וועט געלייזט ווערן בקרובֿ. דערווײַל האָט מען געפּרוּווט פֿירן מיט אים אַ שמועס מכּוח אַ געשעפֿטל אונטערן טיש, פֿאַרשטייט זיך, רעדן אים אַ שידוך מיט אַ יונגער אַלמנה, אַ שיינהייט, אָן קינדער, בעטן טובֿות — צו קויפֿן בײַ אים וואַלוטע…
המשך קומט