דער סאָלדאַט שלאָפֿט און די דינסט גיין ווײַטער (המשך)

אלי שאַרפֿשטיין

קאַפּיטל 16

דער רעגן־מאַנטל פֿון סטאַרשינאַ גאָראָבעץ

מיט גאַלקאַ אַלעקסאַנדראָוואַ האָט מיך באַקענט יורקאַ שאַנאָוו, מײַן נאָענטסטער חבֿר. יאָ־יאָ, דער זעלבער יורקאַ, וואָס האָט מיך אַמאָל געשיקט צו זײַן מיידל, אין מײַן ערשטער סאַמאָוואָלקע. וועגן גאַלקען האָט מיר יוקראַ דערציילט מיט אַלע וויכטיקע פּרטים: אַז זי איז אַ גרושה, אַז קיין מאַנסביל האָט זי נישט, אָבער זי איז שוין אַ מאַמע מיט אַ טעכטערל פֿון אַ יאָר זעקס. דער טאַטע פֿון דעם קינד האָט זיי פֿאַרלאָזט נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק, און איז אוועקגעפֿאָרן אַרבעטן ווײַט-ווײַט פֿון דאַנען. „קען זײַן, אַז ער איז געווען אַן אונטערוועלטניק, און יעצט זיצט ער אין טיורמע‟, — האָט יורקען אָנגעשושקעט זײַן חבֿרטע ליוסקאַ.

— גאַלקאַ, ווי איך פֿאַרשטיי, האָט זיך שוין לאַנג נישט געטרענט מיט קיינעם, פּשוט נישט געהאַט מיט וועמען, — איז יורקאַ גלײַך אַריבער צו דער „טעמע‟, — אײַ, זי האָט אַ טאָכטער? איז וואָס? זי שטערט דיר? דו דאַרפֿסט דען זי האָדעווען, ניאַנטשען זיך מיט איר? דו האָסט דאָך אַן אַנדער שטרעבונג, — האָט ער מיך אײַגערעדט מיט אַ טאָן פֿון אַ גרויסן פֿאַרשטייער, — גלייב מיר, זי קען די מלאָכה.
— ביסט גערעכט מסתּמא… נאָר… נאָר טאָמער וואַרט זי עפּעס אַנדערש פֿון מיר? וואָס, אויב זי האָפֿט, אַז פֿון דעם קען זיך פֿאַרדרייען אַ ראָמאַן? אפֿשר מיין זי, אַז זי וועט איבערשלאָפֿן מיט מיר, וועט זי מצליח זײַן אַרײַנכאַפּן אַ יונגן זעלנער אין אירע ווײַבערשע נעצן?
— אוי, וואָס דרייסט מיר אַ קאָפּ? וואָס האָסטו זיך אָנגעזעצט אויף מיר? דו ביסט בײַ איר נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער! זי ווייסט, וואָס זי טוט. זי איז שוין אַ געניטע. איך האָב דאָך דיר אָקערשט דערקלערט, אַז קיין מאַנסביל, קיין „טרענער‟ האָט שוין נישט „געטאַפּט‟ איר יונג לײַב גיי ווייס וויפֿל צײַט, — יורקאַ האָט געמאַכט אַ פּאַנטאָמימע מיט זײַנע געלע פֿון ניקאָטין פֿינגער: אַרײַנגערוקט דעם ווײַזפֿינגער פֿון דער רעכטער האַנט אין אַ לעכל, וואָס האָבן אויסגעשטעלט די פֿינגער פֿון דער לינקער האַנט, — אַ פֿרוי איז אַ פֿרוי, זי זוכט אויך וואַרעמקײט און נאָענטקײט.

נו, מיין איך, אַז ער זאָגט, ווייסט ער מסתּמא. קיין „יונגאַטש‟ בין איך שוין ניט. די „יונגע‟ טאָרן ניט אַפֿילו טראַכטן וועגן מיידלעך און סאַמאָוואָלקעס. איך בין שוין מער ווי אַ יאָר אין אַרמיי, אַ „מיטלסטער‟, און מיר פּאַסט נישט צו זײַן עלנט, אָן עפּעס אַ חבֿרטע, אַ טרען־מיידל. און זאָל דער טײַערער לייענער זײַן מיר מוחל פֿאַר די נישט קיין אײַנגענעמע ריידעלעך און גראָבע ווערטער. מיר זײַנען דאָך אין דער סאָוועטישער אַרמיי, און דאָ רעדט מען נאָר אַזוי, און אַפֿילו נאָך ערגער! ווי אַנדערש קען איך באַשרײַבן דאָס אָפּגעלאָזענע לעבן פֿון אַ סאָוועטישן סאָלדאַט? דאָס סאָוועטישע מיליטער האָט פֿאַרשפּאַרט אויף צוויי לאַנגע יאָר יונגע, געזונטע יאַטן. אָן טאַטע-מאַמע, אָן אַ משפּחה, אָן מיידלעך. וועגן אַ קורצינקן אורלויב פֿון אַ מעת־לעת צי צוויי, האָבן מיר געקאָנט נאָר חלומען! נו, זאָגט מיר, דאָס איז מענטשלעך?

הקיצור, יורקאַ האָט מיך אײַגערעדט. כ’וועל זיך טרעפֿן מיט איר, מיט גאַלקען, מיין איך. אײַ, וואָס וועט פֿון דעם אַרויסקומען? דאָס וועלן מיר שוין זען. וואָס קען זײַן? זי וועט מיך אויפֿעסן? עס וועט מיר שאַטן? איך דאַרף זיך נאָר היטן נישט צו „באַשאַפֿן‟ איר נאָך אַ קינד. און דאָס דווקא איז בכלל נישט אַזוי פּשוט. קיין מיטלען קעגן מאַכן אַ פֿרוי שוואַנגער האָבן מיר נישט געהאַט, און קויפֿן איז אויך נישט געווען אַוווּ. אונדזערע קאָמאַנדירן האָבן וועגן דעם נישט געטראַכט און נישט געדאגהט. זיי זײַנען זיכער געווען, אַז מ’האָט שוין געפֿונען אַ רפֿואה צו „באַרויִקן‟ אונדזער נאַטירלעכע מענערשע שטרעבונגען. וואָס פֿאַר אַ „רפֿואה‟? איר וועט נישט גלייבן, נאָר איך שרײַב אײַך דעם ריינעם אמת.

בײַ אונדז אין פּאָלק און אפֿשר נישט נאָר בײַ אונדז, האָט מען אויסגעטראַכט עפּעס אַ מיאוסע זאַך, אַ מין „מיטל‟ קעגן די זעלנער. דאָס הייסט, נישט קעגן אונדז, נאָר קעגן דעם „שטענדל‟. איר פֿאַרשטייט, וואָס איך מיין? אַז דער „קליינער‟ זאָל נישט שטיין! און דאָס איז דאָך געוויינטלעך אַ טייל פֿון זײַן אַ געזונטער בחור, אַ מאַנסביל, אַ יונגער „בוהײַ‟ וואָלט איך געזאָגט. צי דאָס איז געווען אַן אמת, צי אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה? ווער האָט געקענט וויסן? אָבער די יונגע און פֿאַרחשקטע סאָלדאַטן האָבן נישט גענומען קיין ריזיקע. זײַן פֿאָרזיכטיק שאַט נישט! וועגן וואָס רעדט זיך ווילט איר וויסן? לויט די נישט אָפֿיציעלע דיבורים און רכילות, האָבן עס געטאָן די קעכער אין דער צענטראַלער פּאָלק־קיך. בשעתן קאָכן פֿאַר די סאָלדאַטן דעם ברוסניצע־קאָמפּאָט, וואָס מע האָט אונדז דערלאַנגט אויף מיטאָג צוויי מאָל אַ וואָך, האָבן זײ אַרײַנגעמישט אַ ספּעציעלן פּראָשעק קעגן דעם קישױ־אבֿר, דער „קליינער‟ זאָל נישט שטיין. מעשׂיות־רכילות צי נישט, איך האָב דעם קאָמפּאָט קיין מאָל אַפֿילו נישט צוגעטראָגן צום מויל. צי דאָס האָט 
„געאַרבעט, צי ניט, ווייס איך נישט ביזן הײַנטיקן טאָג. נאָך דער אַרמיי האָב איך זיך אָנגעהערט די זעלבע מעשׂיות וועגן דעם קאָמפּאָט פֿון מײַנע חבֿרים, וואָס האָבן אויך געדינט. בײַ זיי האָט מען גערופֿן די „רפֿואה‟ מיטן נאָמען „אַנטיסטאָיִן‟, וואָס הייסט אויף רוסיש, „קעגן־שטיין‟.

איך האָב זיך פֿאַררעדט וועגן אַנדערע סיפּורים, נאָר עס איז שוין צײַט צו גרייטן זיך צו מײַן ערשטער ראַנדקע מיטן נײַעם מיידל, מיט גאַלינען. איך בין געווען זיכער, אַז דאָס מאָל וועט אַלץ זײַן אַנדערש. ווי אַנדערש? נו… נישט ווי יענץ מאָל. איר געדענקט דאָך ווי ס׳האָט אויסגעזען מײַן ערשטע סאַמאָוואָלקע מיט יורקאַס מיידל, און ווי אַזוי עס האָט זיך פֿאַרענדיקט? יעצט וועט אַלץ זײַן אַנדערש, ווי בײַ לײַטן. וואָס בין איך ערגער פֿון מײַנע לײַבלעכע חבֿרים יורקאַ, וויטקאַ און וויטאַליק? זיי האָבן חבֿרטעס? זיי טרענען זיך כּמעט יעדע וואָך? איך וויל אויך! מײַן קאָפּ האָט זיך געדרייט פֿון די מחשבֿות וווּ, וואָס, ווי און ווען. אָבער די ערשטע זאַך, מוז איך צוגרייטן און צופּאַסן די בגדים צו דעם „ויברחל‟. זײַן אָנגעטאָן ווי אַ פּראָסטער זעלנער, קען מען נישט. גיין אָנגעטאָן אין ספּאָרט־זאַכן וויל איך נישט. וועל איך בלײַבן טאַקע אין דעם מיליטערישן מלבוש, אָבער אויף אַן אַנדער אופֿן. איך וועל זיך אָנטאָן ווי אַ סטאַרשינאַ פֿון אַ פֿאַרלענגערטער דינסט.

נאָר פֿריִער מוז איך אײך דערצייל וועגן מײַן נײַער אַרבעט, אַ נײַע שטעלע, אַ נײַעם תּחום אַחריות, וואָס האָט פֿאַר מיר אויסגעטראַכט דער ראָטני פּראָכאָראָוו. אַפּנים, דער ראָטע קאָמאַנדיר האָט געהאַלטן פֿון מיר גאַנץ שטאַרק, אויב ער האָט מיך פֿאַרוואַנדלט אין זײַן באַהעלפֿער. איך בין אַוודאי געבליבן אַ טאַנקיסט, ווי איך בין געווען, און אַ זאַפּעוואַלאַ פֿון דער ראָטע. נאָר איצטער האָט ער מיר אויך געמאַכט פֿאַר זײַן פּערזענלעכן קאָנטאָר־פּיסאַר – “אַדמיניסטראַטאָר”, ווי מ’וואָלט מען עס גערופֿן הײַנטיקע צײַטן. אפֿשר האָט אים פֿאַרדראָסן, אַז איך האָב געהאַט אַביסל פֿרײַע צײַט פֿאַר מײַנע אַנדערע האָביס – שפּילן אויף אַ גיטאַרע און זינגען, שרײַבן לאַנגע בריוו אויף מאַמע־לשון — אַהיים און צו מײַן אָנקל חנן אין ישׂראָל, דרוקן בײַ נאַכט פֿאָטאָגראַפֿיעס אין אַ פֿינצטערער סטאָדאָלע (וואָס איז אַגבֿ געווען שטאַרק פֿאַרבאָטן. וואָס איז אים אַרײַן אין קאָפּ, ווייס איך נישט, נאָר איך בין געוואָרן אַ גאַנצער יאַ־טעבע־דאַם, אַ פֿאַראַטוואָרטלעכער פֿאַר זײַן קאַבינעט, וואָס איז אויך געווען די ראָטע־קאַנטאָר. איך האָב געפֿירט די טאָג־ביכער — פּערזענלעכע און פֿון דער ראָטע. כ’האָב געראַמט, גערייניקט און געוואַשן די קאָנטאָר, זאָל זײַן זויבער, ווי עס פּאַסט אַ טאַנקן־אָפֿיצער. איך האָב אויפֿגעהאַנגען אויף די ווײַסע, אָקערשט אויסגעפֿאָרבטע ווענט בילדער פֿון די סאָוועטישע פֿירערס און פּלאַקאַטן וועגן דער ראָטעס דעגרייכונגען אין מיליטער און פּאָליטישן לערנען. בקיצור, איך בין געווען דער אמתער באַלעבאָס פֿון דעם צימער. די אָפֿיצערן און דער סטאַרשינאַ גאָראָבעץ האָבן אויך באַזוכט מײַן קאַנטאָר פֿון צײַט צו צײַט. ווי אַן אַדמיניסטראַטאָר האָב איך געהאַט אַ שליסל פֿון דער קאָנטאָר און פֿון אַלע שאַפֿעס און שופֿלאָדן. אין מײַן „נחלה‟ איז געווען אַ מין געשטעל, אַ הענגער פֿאַר שינעלן און מיליטער־מאַנטלען, וואָס די דאָזיקע קאָמאַנדירן האָבן דאָ אויפֿגעהאָנגען. דער סטאַרשינאַ גאָראָבעץ האָט דאָ געהאַלטן זײַן רעגן־מאַנטל. מיר, סאָלדאַטן, האָבן נישט געהאַט קיין רעגן־מאַנטלען. דאָס איז געווען אַ פּריוועלעגיע פֿון די קאָמאַנדירן. פֿאַר מיר איז דער צוטריט צו גאָראָבעצעס רעגן־מאַנטל געווען גראָד צו דער צײַט.

ווען אין האָב זיך צוגעגרייט צו מײַן ערשטער טרעפֿונג מיט גאַלינאַן, האָב איך פֿון אויבן אָנגעטאָן גאָראָבעצס רעגן־מאַנטל מיט די פּאָגאָנעס פֿון אַ סטאַרשינאַ. צו דעם האָט מען געדאַרפֿט האָבן אַ פּאַסיק היטל אויכעט, נאָר דאָס איז נישט געווען קיין פּראָבלעם. אונדזערע זעלנערישע פֿוראַזשקעס האָבן געהאַט אַ רויטן שטערן פֿון פֿאָרנט. בײַ זיי, די אָפֿיצערן, זײַנען די היטלען געווען באַפּוצט מיט אַ צוגעשפּיליעוועטע קאָקאַרדע. מײַן ראָטני פּראָכאָראָוו איז געווען אַ ביסל אַ פֿראַנט. ער האָט געהאַלטן אין זײַן שאַפֿע מער ווי איין פֿוראַזשקע מיט אַ קאָקאַרדע. האָב איך אויסגעקליבן איינע פֿון זיי און אָנגעטאָן אויף מײַן קורץ אָפּגעשערטן קאָפּ. כ’האָב אַ קוק געטאָן אין שפּיגל. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן? אַ געראָטענער סטאַרשינאַ! און נאָך אין פּרט איז געווען וויכטיק — די שטיוול. גאָראָבעץ האָט געטראָגן כראָמעווע שטיוול, ווי די אָפֿיצערן. די סאָלדאַטן זײַנען געווען באַשוכט אין די ביליקסטע קירזעווע שטיוואָלעס. נאָר ניט איך. שוין פֿון לאַנג האָט איינער אַ גרוזינער, אַ שוסטער פֿון אונדזער פּאָלק, האָט מיר „אײַנגעאָרדנט‟ אַ פּאָר גענוצטע שטיוול, ווי בײַ די „גרויסע לײַט‟, די קאָמאַנדירן. ער האָט זיי מיר צורעכט געמאַכט פֿאַר אַ פּעקל פּאַפּיראָסן. און אָט, ווי איר זעט מיך, בין איך שוין פֿאַרטיק אַרויסצוגיין אויף דער פֿרײַ און צו טרעפֿן זיך מיט גאַלקען. איך קען זיך שוין מער נישט דערוואַרטן!

ווען ס’איז שוין געוואָרן פֿינצטער, אַזייגער אַכט אין אָוונט, בין איך אַרויסגעגאַנגען פֿון דעם מיליטער־לאַגער, און אוודאי דורך דעם הויפּט־טויער, נישט געקראָכן איבערן פּאַרקן, ווי אַלע מאָל. די שומרים האָבן מיר אַפֿילו אָפּסאַלוטירט. מיט גיכע טריט האָב איך זיך דערווײַטערט פֿונעם טויער, פֿאַרקערעוועט אויף לינקס, און אָט בין איך שוין אין שטאָט. דעם אמת רעדנדיק, האָב איך זיך געפֿילט ווי אַ גיבור, וואָס האָט אָפּגעטאָן עפּעס אַ העלדישקײט. איך בין שוין געווען גרייט צו טרעפֿן מײַן גאַלינאָטשקאַ. וועגן וואָס זשע וועלן מיר מיט איר רעדן און מיט וואָס וועלן מיר זיך פֿאַרנעמען, וועלן מיר שוין זען. דאגהט נישט!

איך בין געגאַנגען מיט די פֿינצטערע געסלעך, ווי ס׳האָט מיר אָנגעזאָגט יורקאַ. ס’איז געווען פּוסט אין שטאָט. אַוווּ זײַנען זיי אַלע? פּונקט ווי מ’האָט זיי אויסגעקערט מיט אַ בעזעם. קיין לעבעדיקער מענטש האָט זיך נישט אַרומגעדרייט אין דער נאַכטן. אויפֿן ראָג פֿון צוויי קליינע געסלעך האָב איך דערזען אַ יונגע פֿרוי פֿון אַ יאָר דרײַסיק, וואָס איז געשטאַנען מיט אַ פּאַפּיראָס אין מויל. כ’בין צוגעגאַנגען צו איר, און איידער כ’האָב באַוויזן אַרויסצורעדן אַ וואָרט, האָט זי זיך שטאַרק פֿאַרצויגן פֿון דער ציגאַרעטקע, און צוזאַמען מיטן רויך אַרויסגעקוועטשט אַ וואָרט צווישן די ציין:

— דו ביסט עס איליושקאַ, וואָס מ’האָט מיר דערציילט וועגן דיר?
— ע… יאָ… ע… מסתּמא… — האָב איך זיך פֿאַרהיקעט, — ע… ע… יאָ, דאָס בין איך. און דו ביסט גאַלינאַ?
— אַהאַ, גאַלינאַ, — האָט זי זיך צעלאַכט און אַרויסגעלאָזט נאָך אַ קנויל געדיכטן רויך פֿון איר מויל צווישן די רויט־אָנגעשמירטע ליפּן, — נאָר דו קענסט מיך רופֿן גאַליאַ, גאַלקאַ… ווי דו ווילסט.
— גוט… איך…

און ווידער האָט גאַלקאַ נישט געוואַרט אויף מײַן ענטפֿער. זי איז אַריבער גלײַך צום „תּכלית‟: אַרײַנגעשטופּט איר האַנט אונטער מײַן פּאַכווע, זיך צוגעדריקט צו מיר, און געפֿירט מיך, אַוווּ זי האָט מסתּמא אויספּלאַנירט. איך האָב נישט געהאַט קיין אַנונג, וווּ מיר גייען. נאָר וואָס אַרט עס מיך? אַבי מיר שפּאַנען צוזאַמען. אַזוי זײַנען מיר געגאַנגען איבער די גאַסן נישט אַזוי לאַנג, ביז גאַליאַ האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין דעם שטאָט־פּאַרק. דאָ בין איך זיכער נאָך קיין מאָל נישט געווען. זי האָט מיך געפֿירט מיט די אויסגעכאָליעטע שטעגלעך, צווישן שיינע אַלייען, קלומבעס מיט בלומען און גראָזן. אין פּאַרק האָבן געברענט אַ סך לאַמטערנס. פֿון זייער ליכט האָט מען נישט געזען נישט די לבֿנה און נישט די שטערן. גאַלינאַ האָט געזוכט אַ פֿאַרחושכטן ווינקעלע, אַ שטיקל גראָז, אַוווּ מ’האָט געקענט זיך אַוועקזעצן, ווײַט פֿון פֿרעמדע אויגן.

— קום, מיר וועלן זיך אַוועקזעצן אויפֿן גראָז, און זיך באַקענען אַ ביסל בעסער.

וואָס האָט זי געמיינט מיטן „באַקענען זיך בעסער‟ האָב איך זיך פֿאָרגעשטעלט, נאָר כ’האָב געשוויגן און „געשווימט‟ מיט איר. מיר האָבן זיך אַזוי אַרומגעדרייט אַ ווײַלע, ביז גאַלינאַ האָט געפֿונען אַן אָרט, וואָס איז איר געפֿעלן געוואָרן; עפּעס אַ קליין פּלעצל, פֿאַרוואַקסן מיט גראָז. איך האָב געפֿילט, אַז מיט יעדן טריט קלאַפּט מײַן האַרץ אַלץ שטאַרקער, עס ווערט מיר דאָ קאַלט, דאָ הייס, מײַנע באַקן ברענען און באַגיסן זיך מיט רויטער פֿאַרב. אַזוי איבערראַשט בין איך שוין לאַנג נישט געווען! גאַלינאַ האָט גלײַך געוואָלט זיך אַוועקזעצן, נאָר דאָס גראָז האָט איר אויסגעזען אַ ביסל שיטער און נישט גענוג ריין. כ’האָב עס גלײַך באַמערקט, אַראָפּגענומען דעם רעגן־מאַנטל און אים צעשפּרייט אויפֿן פּלעצל, גלײַך צו גאַלינאַס פֿיס. מיר האָבן זיך גלײַך אַוועקגעזעצט, כּמעט געפֿאַלן. דער רעגן־מאַנטל איז נישט אַזוי ברייט, אָבער אויב מע זיצט נאָענט, אַזוי נאָענט אַז מ’קען שפּירן דאָס האַרץ קלאַפּעניש איינער פֿון אַנדערן, איז אי וואַרעם, אי ווויל. און אויב מ’לייגט זיך אַוועק איינער לעבן צווייטן, איז דאָס בכלל אַ מחיה! זענען מיר געלעגן אַזוי אין דער חושכדיקער נאַכט, געקוקט אויפֿן הימל, אויף דער האַלב־לבֿנה צווישן טויזנטער שטערן, און… געשוויגן. איך האָב דערפֿילט, ווי גאַלינאַס האַנט הייבט אָן „שפּאַצירן‟ איבער מײַן קערפּער, און פּלוצלונג האָב איך דערשפּירט אירע ליפּן צוגעדריקט צו מײַנע. זי האָט מיר געגעבן אַ קוש, און נאָך עטלעכע אין דער באַק, נאָז און אין מײַנע פֿאַרמאַכטע וויִעס. און דאָס האָט מיך „אָנגעצונדן‟, געמאַכט אַ „ברען‟ אין די ריכטיקע ערטער. איך האָב דערשפּירט ווי מײַנע אבֿרים פֿילן זיך אָן מיט בלוט, דאָס האַרץ „שפּרינגט אַרויס‟ פֿון מײַן ברוסט. איך בין שוין געווען פֿאַרטיק צו דעם המשך. האָב איך זיך צוגעדריקט צו איר, גענומען זי קושן און גלעטן, אַוועקגעלייגט מײַן האַנט אויף איר ברוסט. כ’האָב זיך שוין אַ צײַט אַזוי נישט געפֿילט, אַזוי נישט געקושט. און אַז איך בין שוין אַרײַנגעקראָכן אונטער איר בלוזקעלע, אויפֿגעעפֿנט די האָקנדלעך פֿון איר בוסטהאַלטער, האָב איך דערשפּירט, אַז כ׳בין אין גן־עדן און איך חלש. נאָר איך האָב פֿאָרט נישט געחלשט. און…

סטאָפּ! איך וויל אײַך נישט דערעסן מיט מײַנע סעקסועלע איבערלעבונגען, נישט אַרײַנגיין צו פֿיל אין די אינטימע פּרטים. שטעלט זיך אַליין פֿאָר, וואָס קען פֿילן אַ יונגער־מאַן, וואָס האָט שוין טויזנט יאָר נישט געהאַט קיין באַציִונגען מיט אַ פֿרוי. אַוודאי, האָב איך זיך געשפּירט אַ ביסל אַ פֿאַרלוירענער, נאָר גאַלינאַ האָט מיך געראַטעוועט. מיט לײַכטע באַוועגונגען האָט זי אונדז ביידן געלאָזן אָן די אונטערשטע מלבושים, מיך צוגעצויגן נאָך נענטער, און דאַן אַוועקגעלייגט אויף זיך. איר געניטע האַנט האָט מיר מיטגעהאָלפֿן אַוווּ מ’דאַרף, און… איך האָב נישט באַוויזן אָנהייב, ווי כ׳האָב גלײַך פֿאַרענדיקט…

מיר זײַנען געלעגן אויפֿן רוקן, איינער נעבן דעם אַנדערן, און ווידער געקוקט אויפֿן הימל. די שטערן האָבן מיר געהאָלפֿן אויסווייען די שאַנדע וואָס איז געשען. פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך זיך געפֿילט אַ באַפֿרײַטער, אַ גליקלעכער, און נאָר געוואָלט, אַז די שיינע רגעס זאָלן נישט פֿאַרבײַגיין. מײַן בושה האָט גאַלינאַ גוט פֿאַרשטאַנען, און געפֿונען וואָס צו זאָגן. זי האָט מיך אַרומגענומען מיט אירע ווייכע צערטלעכע הענט, און מיך באַפֿרײַט פֿון האָבן חרטה. מיט אַ מלאכישן קול האָט זי מיר אָנגעשעפּטשעט, אַז מיט מיר איז אַלץ בסדר, אַז זי פֿילט זיך זייער באַקוועם מיט מיר, אַז נאָך עטלעכע טרעפֿונגען מיט איר, וועל איך זיך באַפֿרײַען פֿון איבעריקע דאגות און זאָרגן, און מײַנע „אויספֿירונגען‟ וועלן זיך פֿאַרבעסערן. נאָר דווקא נאָך אירע באַרויִקנדיקע ווערטער האָב איך זיך פֿאַרשעמט נאָך מער, און נישט געוווּסט וואָס צו זאָגן. האָב איך ווידער געשוויגן.

פּלוצעם איז גאַלינאַ מיט אַ מאָל אויפֿגעשטאַנען, צערעכט געמאַכט דעם ליפֿטשיק, די קלייד און דאָס רעשט, און מיט אינגאַנצן אַן אַנדער קול מיך געמאָלדן, אַז זי מוז גיין.

— מײַן טעכטערל איז געבליבן איינע אַלײן אין דער היים. איך מוז זי אָנאָדעווען און לייגן שלאָפֿן. פּאָקאַ!

דער „פּאָקאַ‟ האָט מיך אַרויסגעריסן פֿונעם חלום און צוריקגעבראַכט צו דער ווירקלעכקײט. „פּאָקאַ‟, זאָגט מען אויף רוסיש בײַם געזעגענען זיך, דאָס הייסט, „ביז אַן צווייט מאָל‟. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז מײַן ערשטער ראַנדעוווּ מיט גאַלקען איז שוין פֿאַרבײַ. איך האָב געוואָלט עפּעס איר זאָגן אויפֿן וועג, נאָר זי איז שוין געהאַט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין דער פֿינצטער. כ’האָב זיך געשטעלט אויף די פֿיס, פֿאַרראָכטן די האַלב־אַראָפּגעלאָזענע הויזן, פֿאַרשפּיליעט אויף אַלע קנעפּלעך די גימנאַסטיאָרקע און געוואָלט שוין אויפֿהייבן דעם רעגן־מאַנטל פֿונעם גראָז. אַפֿילו אָן ליכט האָט מען געקאָנט זען אַ גרויסן נאַסן פֿלעק אינמיטן. אוי, אַ בראָך! וואָס טוט מען? איך האָב שוין פֿאַרשטאַנען פֿון וואַנען האָט ער זיך גענומען, דער פֿלעק… נו, וואָס זשע זאָל מען טאָן? אַנטקעגן האָב איך דערזען אַ וואַסערקראַן, וואָס מע האָט גענוצט צום באַגיסן די קלומבעס. מיט קאַלט וואַסער האָב איך אָנגעהויבן אָפּרייניקן דעם מיאוסן פֿלעק. כ’האָב מער געריבן, איידער געגאָסן וואַסער, ווײַל אויב ס’וועט אַרויסגיין צו נאַס, ווי אַזוי וועט עס ווערן טרוקן? מיט אַ האַלב־נאַסן מאַנטל ביך איך צוריק געקומען צו די קאַזאַרמעס. אויף מאָרגן בין איך אויפֿגעשטאַנען דער ערשטער, געלאָפֿן צו מײַן קאַנצעלאַריע, צו דעם פֿאַרפֿלעקטן מאַנטל. איך האָב אים דערזען און גלײַך באַרויִקט: גאָראָבעצעס רעגן־מאַנטל איז געווען אינגאַנצן טרוקן, אויסגעזען נישקשה. אפֿשר אַפֿילו שענער און ריינער, ווי ער איז געווען פֿריִער, איידער איך אים אָנגעטאָן און אַרויס צו מײַן ערשטער אַוואַנטורע מיט גאַלקען.


דער רעגן־מאַנטל פֿון דעם סטאַרשינאַ גאָראָבעץ האָט מיר געדינט מיט יושר מער ווי אַ האַלב יאָר, ביז איך האָב פֿאַרלאָזן גוואַרדייסק און איבערגעפֿאָרן קיין קאַלינינגראַד, צו לערנען זיך אויף אַן אָפֿיצער. די לעצטע פֿיר חדשים פֿאַר מײַן באַפֿרײַונג האָב איך זיך נישט געזען מיט גאַלינען. דרײַ חדשים האָב איך דורכגעפֿירט מיט נײַע חבֿרים און אין אַ נײַע סבֿיבֿה, שטודירט די מיליטערישע תּורה צו ווערן אַ טאַנקן־קאָמאַנדיר פֿון אַ פּלאַטאָן, אַן אָפּטיילונג פֿון פֿיר טאַנקן. ווער האָט מיך געשיקט אויף די קורסן און וואָס עפּעס בין איך מסכּים געווען? צי מ’האָט מיר געצוווּנגען? דאָס האָט נישט קיין שײַכות צו דעם קאַפּיטל. דאָס וועל איך מעגלעך באַשרײַבן אַן אַנדערס מאָל.

המשך קומט

Leave a comment