יעווגעני קיסין
טייל 3
קאַפּיטל אַ
2
געגאַנגען איז מישע כּמעט דרײַ שעה, נישט אָפּשטעלנדיק זיך: ער האָט זיך געלאָזט נישט צו זיך אַהײם, נאָר צו זײַנע עלטערן, מחמת ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז קודם–כּל מוז ער האָבן אַ שמועס דװקא מיט זײ. דער כּעס און דער גרימצאָרן האָבן אים צוגעגעבן כּוח.
— װאָס איז מיט דיר?! — האָט די מאַמע זיך דערשראָקן, דערזען מישעס פֿאַרשװיצט, בײז פּנים.
— איך װעל דערצײלן, װאָס איז מיט מיר… צי איז דער טאַטע אין ד׳רײם?
— נײן, נאָך אױף דער אַרבעט…
זיך אַװעקגעזעסן מיט דער מאַמען בײַם טיש אין קיך, האָט מישע איר אַלץ דערצײלט.
— יאָ, מישענקע… — האָט די מאַמע געזאָגט שטיל און צערפֿול, — נו, זעסטו, סע האָט זיך פֿאָרט געפֿונען אַ לײַטישער מענטש, — האָט זי געפּרוּװט טרײסטן הן מישען, הן זיך אַלײן.
— יאָ, מאַמע, ער׳ט זיך געפֿונען: אײן לײַטישער מענטש אױף דער גאַנצער „מעלאָדיע‟. און טאָמער מאָרגן װעט ער דאָרטן מער נישט זײַן, טאָמער װעט מען אים אַראָפּנעמען פֿון דער אַרבעט פֿאַר אַזאַ מין לײַטישקײט זײַנער אָדער ער װעט פּשוט אַרויס אױף פּענסיע? און שױן זשע גײט עס בלױז אין „מעלאָדיע‟, שױן זשע איז נאָר „מעלאָדיע‟ אַזאַ?
אױף דעם האָט די מאַמע גאָרנישט ניט געקאָנט ענטפֿערן: זי האָט גוט געװוּסט, אַז דאָס אַלץ איז געװען הױלער אמת. מישע האָט זיך אַ קער געטאָן מיטן טול נאָך נעענטער צו איר, אַ קוק געטאָן איר גלײַך אין די אױגן און אַ זאָג געטאָן, סטאַרענדיק זיך מיט אַלע כּוחות צו רײדן װאָס צערטלעכער:
— מאַמע, טײַערע… פֿאַרשטײ מיך, כ׳בעט דיך: איך װיל נישט לעבן אין אַזאַ לאַנד, מיר איז עס עקלהאַפֿטיק, שאָפֿלדיק.
די מאַמע האָט זיך תּיכּף געביטן אין פּנים. אַװדאי, איז מישע געװען גרײט צו אַזאַ רעאַקציע און האָט גערעדט װײַטער:
— װען איך האָב װעגן דעם דאָס ערשטע מאָל געזאָגט, האָסטו באַלד געװאָרפֿן אַ חשד אױף קאַטיען. איז אָט: קאַטיע האָט דערצו לחלוטין קײן שײַכות נישט. זי װײסט אַפֿילו גאָרנישט ניט! איך האָב איר נאָך גאָרנישט ניט דערצײלט; אַצינד בין איך געקומען פֿון „מעלאָדיע‟ גלײַך צו דיר, כּדי פֿריִער צו דערצײלן װעגן אַלצדינג דװקא דיר מיטן טאַטן.
— סוף–כּל–סוף האָסטו דערצײלט עפּעס פֿריִער מיר, — האָט די מאַמע געזאָגט מיט ביטערקײט.
— יאָ, מאַמע, איך האָב דערצײלט דיר, װײַל כ׳האָב געװאָלט זיך גלײַך טײלן מיט דיר, מײַן מאַמען, און מיטן טאַטן אױכעט.
— אױב אַזױ, — האָט די מאַמע דערקלערט, — אױב דו װילסט פֿאַרלאָזן מיך, דײַן מאַמע, און דעם טאַטן אױכעט, איז פֿאָר זיך אַװעק, איך פֿאַרהאַלט דיך נישט.
— אָט װי אַזױ דו רעאַגירסט… — האָט מישע געזאָגט שטיל און מיט עצבֿות, — און איך האָב געמײנט, אַז דו װעסט מיך פֿאַרשטײן… נײן, מאַמע, איך װיל דיך לחלוטין נישט פֿאַרלאָזן. דערמאָן זיך: װען איך האָב דאָס ערשטע מאָל אַ רעד געטאָן װעגן דעם, װאָס האָב איך געזאָגט? איך האָב דאָך נישט געזאָגט, אַז א י ך װיל אַװעקפֿאָרן; איך האָב געזאָגט: „סע װאָלט געװען גוט אַװעקצופֿאָרן פֿון דאַנעט‟, מײנענדיק אונדז אַלעמען, אַזױ אַז איך האָב קײן מאָל נישט גע…
— איך האָב נישט בדעה אין ערגעץ אַװעקצופֿאָרן, — האָט די מאַמע אָפּגעהאַקט.
— איך פֿאַרשטײ, — האָט מישע אײַנגעהאַלטן געענטפֿערט, — דיר, אַפּנים, איז נישט אױסגעקומען און קומט נישט אױס זיך צונױפֿצושטױסן מיט דעם. נאָר כ׳בעט דיך, פֿאַרשטײ מיך אױך: כּלל נישט דיך װיל איך פֿאַרלאָזן, נאָר זײ, — ער האָט געגעבן אַ קער מיטן קאָפּ אין אַ זײַט און אַרױף, — פֿון די אַנטיסעמיטן װיל איך נישט זײַן אָפּהענגיק; כ׳װיל נישט, מײַן לעבן זאָל אָפּהענגען פֿון זײ.
מישע האָט געװאָלט זאָגן „מײַן יונג לעבן‟, נאָר געטראַכט, אַז בעסער צו שאַנעװען דער מאַמעס געפֿילן.
— במשך פֿון אָט די אַלע יאָרן, — האָט ער גערעדט װײַטער, — יעדעס מאָל, װען מע האָט מיר דערלױבט שפּילן אױפֿן מערבֿ, און איך האָב געזען, װי אַזױ מע לעבט דאָרטן, און נאָך דעם האָב איך זיך אומגעקערט אַהין, איז מיך געשטיקט אַ פֿאַרדראָס, הלמאַי מיר לעבן דאָ, נײַערט איך האָב אַלץ געליטן: אי די פּוסטע פּאָליצעס אין די קלײטן אונדזערע, אי די רײען, בפֿרט אין דער פּראָװינץ, אי די כאַמעס און די שיכּורע צורות אומעטום, אי דעם געשטאַנק פֿון השתּנה אין די קאָרידאָרן פֿון הײַזער; אי דאָס, װאָס די צײַטונגען און די טעלעװיזיע לײַגן די גאַנצע צײַט, װי בײַ אונדז איז אַלץ גלענצנדיק, נאָר בײַ זײ — מוראדיק… שוין אָפּגערעדט וועגן ישׂראל! מע שרײַבט דאָך אַזױנס, אַז סע װערט ממש ניט–גוט; אי דאָס, װאָס פֿאַר יעדער נסיעה אױפֿן מערבֿ האָב איך נישט געװוּסט ביז דער לעצטער רגע, צי מע װעט מיך דערלױבן צו פֿאָרן, צי נישט, און נאָך יעדער נסיעה האָב איך געמוזט אָפּגעבן כּמעט אַלץ, װאָס כ׳האָב דאָרט געהאַט פֿאַרדינט: דאָס איז דאָך אױך נידעריק! און איך האָב אַלץ געליטן. נאָר אַזאַ דערנידעריקונג, װי אַצינדערט, די נאַציאָנאַלע… מאַמע, דו קענסט מיך דאָך. שױן זשע װאָלט דיר געװען אָנגענעם, איך זאָל לעבן מיטן געפֿיל, אַז איך בין אַ מענטש פֿונעם צװײטן סאָרט, אַז אין אַ טאָג קאָן מען מיר נישט דערלױבן צו טאָן מײַן אַרבעט נאָר דערפֿאַר, װײַל איך בין אַ ייִד?!
— דו האָסט געליטן? — האָט די מאַמע זיך אָפּגערופֿן, — װאָס זשע האַסטו פֿריִער גאָרנישט ניט געזאָגט?
— װאָס הײסט, נישט געזאָגט? איך האָב אײַך דאָך תּמיד דערצײלט װעגן אַלצדינג. סײַ װאָס פֿאַר אַ שפֿע איז דאָרטן אין אַלע מאַגאַזינען, סײַ װי גוט די מענטשן זײַנען אָנגעטאָן, סײַ װי בנימוסדיק זײַנען זיי, סײַ אַז דאָרטן קאָן מען פֿרײַ רײַזן איבער דער גאָרער װעלט אָן שום דערלױבעניש מצד װעמען–ניט–איז, סײַ אַז דאָרטן גײט מען פֿרײַ אין די סינאַגאָגעס, און קײן שום פּאָליציאַנטן זײַנען דערנעבן ניטאָ, מע קאָנטראָלירט נישט, מע פֿאַרהאַלט נישט און מע אַרעסטירט נישט קײנעם… און װעגן אַלצדינג, מיט װאָס מיר איז אױסגעקומען זיך צונױפֿצושטױסן בײַ אונדז, האָב איך אײַך אױכעט אַלע מאָל פּרטימדיק דערצײלט. אי װי בשעת מײַנע גאַסטראָלן איבערן לאַנד האָב איך אָפֿט נישט געקאָנט אָפּעסן נאָרמאַל און צו מאָל אַפֿילו בכלל אין ערגעץ נישט געקאָנט געפֿינען קײן שום עסנװאַרג. אי װי איך פֿלעג אַרױסגײן אױף דער בינע, און אין זאַל פֿלעגן זיצן אפֿשר אַ צװאַנציק מענטשן אָדער נאָך װײניקער. אי װי מע האָט מיך געשיקט שפּילן אין אַ סאַנאַטאָריום און דערנאָך, נאָך מײַן קאָנצערט, זײַנען געװען אַנאָנסירט טענץ, און מע האָט מיר געשריִען פֿונעם עולם: „ענדיק גיכער, ס׳װילט זיך טאַנצן!‟. אי װי מע פֿלעגט מיך שיקן שפּילן אָט אין אַ תּפֿיסה, אָט אין אַ קאָלאָניע פֿאַר מינער־יעריקע פֿאַרברעכערס, און בעתן שפּילן האָב איך יעדעס מאָל געפֿילט, אַז װען נישט די קאָנװוייִרערס, װאָלטן די דאָזיקע צוהערערס מיך פּשוט דערהרגעט, — נאָר זיך אָפּזאָגן פֿון דעם איז געװען אוממעגלעך. אי װעגן דער גראָבקײט, אױף װעלכער איך האָב כּסדר אָנגעטראָפֿן און טרעף אָן בײַ אונדז, האָב איך אײַך תּמיד דערצײלט…
די מאַמע האָט געהערט מישעס װערטער, געקוקט אױף אים — און געפֿילט, אַז גאָרנישט אין איר זון האָט זיך לחלוטין ניט געענדערט, אַז אַנטקעגן איר איז געזעסן דער זעלבער מישע, אַזאַ װי זי האָט אים געקענט תּמיד, במשך פֿון זײַן גאַנץ לעבן, און אַפֿילו אױב לכתּחילה האָט אױף אים משפּיע געװען קאַטיע, האָט ער אַצינד גערעדט לגמרי אױפֿריכטיק, נישט ווי אַנדערע רעדן, נאָר פֿון זיך אַלײן, פֿון זײַן האַרצן. נאָך מער: זי האָט, אַװדאי, זײער גוט געקענט מישעס ייִדישע טבֿע, לכן איז איר געװען קלאָר, אַז נאָך דער געשיכטע מיט „מעלאָדיע‟ װאָלטן אים בפֿירוש געקאָנט אױפֿקומען אַזעלכע געדאַנקען, אַזאַ חשק, אַפֿילו אָן שום השפּעה מצד קאַטיען.
— אָט האָב איך זיך אָנגעזען דאָס אַלץ סײַ דאָרטן, סײַ דאָ — און טראַכט איך יעדעס מאָל: מיר לעבן בלױז אײן מאָל — שױן זשע איז כּדאַי אָפּצולעבן אונדזער אײנציק לעבן דװקא דאָ, אין אַזאַ לאַנד?
און, װי באַשטעטיקנדיק דער מאַמעס מחשבֿות, האָט מישע צוגעגעבן, קוקנדיק איר גלײַך אין די אױגן:
— פֿאַרשטײ מיך, מאַמע, — האָט ער זיך געסטאַרעט צו רײדן נאָך מער צערטלעך און איבערצײַגעװדיק, — דאָס איז מײַן נאַטירלעכע רעאַקציע.
— און װי אַזױ װעט זיך דײַן פֿרױ באַציִען צו דעם? — האָט די מאַמע געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז זי האָט געהאַט געגלײבט מישען מכּוח קאַטיען. אײגנטלעך, האָט זי נישט געמײנט, אַז איר זון האָט זי אָפּגענאַרט, פּשוט, אַז קאַטיע האָט משפּיע געװען אױף אים אױף אַזאַ אופֿן, אַז ער אַלײן האָט עס נישט געהאַט באַמערקט.
מישע האָט אױך געמאַכט אַן אָנשטעל — און סע האָט זיך בײַ אים באַקומען ביז גאָר נאַטירלעך:
— כממם… בכלל, — האָט ער געענטפֿערט פֿאַרטראַכטערהײט, — פֿאַרשטײט קאַטיע מיך תּמיד, דעריבער האָף איך, אַז אין דעם װעט זי מיך אױך פֿאַרשטײן.
די מאַמע האָט אָפּגעשװיגן עטלעכע רגעס.
— אױב דו מײנסט, — האָט זי געזאָגט אָן װאַרעמקײט, נאָר רויִק, — אַז דאָס איז בעסער פֿאַר דיר, איז פֿאָר אַװעק, איך האַלט דיך נישט. דו ביסט אַ דערװאַקסענער מענטש, און דאָס איז דײַן לעבן.
נאָך מישעס אַװעקגײן האָט די מאַמע נישט באַמערקט, װי לאַנג זי האָט אָפּגעװײנט. זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זיך װידער צו װענדן נאָך הילף צו כרעמענקאָװן האָט שױן נישט געפּאַסט, און גאָרנישט אַנדערס איז זי נישט געװען ביכולת צוצוטראַכטן.
המשך קומט