
עטלעכע ווערטער וועגן ייִדישער שאַנד־ליטעראַטור
אוי טרענען, מיר דאַרפֿן טרענען
מיר דאַרפֿן קענען טרענען
אַלע ווײַבער, אַלע מענער
טרענען, מיר דאַרפֿן טרענען,
ווײַל אויף טרענען שטייט די גאַנצע וועלט…
דער דאָזיקער קופּלעט איז פֿון אַ ליד, גיכער געזאָגט, פֿון אַ ציקל פּאָרנאָגראַפֿישע לידער, וועלכע ס’האָט די ערשטע געזונגען די קאָמיקערין גאָלדע שוואַרץ אין 1960. זי האָט אַרויסגעגעבן אַן אַלבאָם מיט די דאָזיקע לידער. דער אַלבאָם, אייגנטלעך, די פּלאַטע האָט געהייסן „די לידער, וואָס מײַן מאַמע האָט מיר קיין מאָל ניט געזונגען‟. מיט יאָרן שפּעטער האָט דער ישׂראלדיקער ייִדישער זינגער יעקבֿ שפּירא זיי אַלע פֿאַרשריבן אויף אַ קאַסעטע, דערנאָך איז דאָס אַרויס אויף אַ דיסק אונטערן נאָמען: „געשמאַקענע לידער‟, אין 1987.
זייערע לידער געהערן צום זשאַנער „שאַנדלידער‟. צי לאָמיר זאָגן שאַנד־ליטעראַטור (אַגבֿ, זייערע מחברים זענען ניט באַוווּסט). דער מין ליטעראַטור איז בײַ די ייִדן כּמעט ניט פֿאַראַן. געווען עראָטישע ליטעראַטור, אָנהייבנדיק פֿון שלמה המלכס „שיר־השירים‟. די ייִדישע דיכטערין ציליע דראַפּקין האָט געשאַפֿן „עראָטישע לידער‟. בײַ באַשעוויסן געפֿינט מען דאָ און דאָרט אַ ביסעלע סעקס. בײַ איגנאַץ בערנשטיין „ייִדישע שפּריכווערטער און רעדענסאַרטען‟, לייענט מען גראָבע ווערטלעך. נאָר דאָס אַלץ האָט ניט צו טאָן מיט שאַנד.
שאַנד־ליטעראַטור איז באַוווּסט אין דער רוסישער ליטעראַטור, ווי „סראַמנאַיאַ ליטעראַטוראַ‟. אַפֿילו דער גרויסער אַלעקסאַנדר פּושקין האָט עטלעכע אַזעלכע שאַפֿונגען, וואָס געהערן צו דעם זשאַנער. נאָר דער סאַמע באַוווּסטער איז דער רוסישער פּאָעט איוואַן באַרקאָוו. בײַ אים זענען די דאָזיקע לידער אָנגעשריבן מיט אַ סך גראָבע רוסישע ווערטער (мат־מאַט). די באַרימטע פּאָעמע „לוקאַ מודישטשעוו‟, כאָטש זי איז ניט אָנגעשריבן פֿון באַרקאָוון, שרײַבט מען זי צו צו אים. זייער אינהאַלט איז סעקס און גראָבע רוסישע ווערטער.
אין דער ייִדישער ליטעראַטור זענען פֿאַראַן נאָר, זאָלן מיר זאָגן: שאַנד־קופּלעטן און פֿאַרשיידענע שאַנד־טעאַטער־שטיק. (קיין „מאַט‟) ממש איז ניטאָ ניט אויף ייִדיש ניט אויף לשון־קודש). געווען אַנטירעליגיעזע קופּלעטן:
מײַן מאַן שטייט אין שיל,
ער דאַוונט און שרײַט
און איך בין אין בעט מיטן
כּשרן קצבֿס שײַט.
צי:
זי איז אַרײַן אין מיקווה, גאָר
נאַקעט,
דער שמשׂ האָט געקוקט
דורך לאָך אין וואַנט
„ס’איז מיצווה‟ — האָט ער
געזאָגט, — „צו זען אַ ייִדישע נשמה…‟
איך געדענק בײַ אונדז אין מאָלדאָווע פֿלעג מען זינגען:
אויפֿן בוידעם באַקט מען קנישעס
פֿונעם בוידעם שיט זיך „מייל‟
און דער טאַטע טרענט די מאַמע —
קינדער מאַכן זיי אַליין…
נאָר צו מײַן פּאָעמע, וועלכע איך לייג פֿאָר זײַנען ניטאָ קיין בײַשפּילן, מיין איך, ניט אין דער וועלט־ליטעראַטור, ניט אַוודאי, אין דער ייִדישער. דער זשאַנער פֿון מײַן פּאָעמע איז אַבסורדיסטישע שאַנד־ליטעראַטור. אַבסורדיסטישע, ווײַל דער העלד פֿון דער פּאָעמע איז דער מאַנצבלישער געשלעכט־אבֿר, וועלכער פֿירט אַ באַזונדער סעקסועל לעבן. בײַ דעם גרויסן רוסישן שרײַבער ניקאָלײַ גאָגאָל איז אויך דאָ אַ דערציילונג „נאָס‟ — די נאָז, וווּ דער העלד איז די נאָז. כאָטש מײַן פּאָעמע איז נענטער צו דער רוסישער ליטעראַטור, פֿון דעסטוועגן איז דאָס דורכויס אַ ייִדיש ווערק און קאָן געהערן נאָר צו דער ייִדישער ליטעראַטור… זאָל זײַן צו דער ייִדישער שאַנד־ליטעראַטור.
משה לעמסטער
פֿאַנטאַסמאַגאָרישע פּאָעמע
אין דרײַ קאַפּיטלעך און דרײַ װעגנאָטיצן
משה לעמסטער
מײַן אַרײַנפֿיר־װאָרט
מײַן פֿעטער, איז שױן זאַט מיט יאָרן,
— איך קאָן נאָך! — האָט ער זיך באַרימט,
נאָר פּלוצעם איז ער קראַנק געװאָרן,
בין איך געקומען באַלד צו אים:
— הער מיך אױס, פּלימעניק, ליבער…
דאָ פֿינעף מאָל טוט ער אַ ניס,
הער מיך אױס, און שלאָג ניט איבער.
אָט האָסטו װײַן, אָט האָסטו ניס.
מיט אַ סוד וויל איך זיך טײלן,
װעגן װאַנטורעס פֿון מײַן קלײנעם,
ער פֿלעגט עס מיר אַלײן דערצײלן, —
איז מעגסטו, משהלע, אונדז גלײבן.
נאָר כ’בעט דיך, מאַך קיין גרױסע אױגן,
האָב צײַט, ס’קרײעט נאָך נישט דער האָן,
איך װײס, דו ביסט אַ פֿרײַער פֿױגל,
די פֿלאַש איז אָפֿן, איז אָט הײב איך אָן:
דעם פֿעטערס אַרײַנפֿיר־װאָרט
מײַן קלײנער איז אַ גרױסער עקשן:
— איך זאָג צו אים: עס װאַרט דאָך זלאַטע
אױף דײַנע סאַנטימעטערס אַכצן,
שטיי אויף! —
ער ליגט און מאַכט זיך פּאָצעװאַטע.
איך בין געװען אױף אים שטאַרק ברוגז
ניט אײן מאָל האָט ער מיך פֿאַרפֿירט;
האָב איך אַ שרײַ געטאָן: קײן טובֿות,
דאַרף איך נישט! אַװעק פֿון מיר!
בײַ זיך מײַן קלײנער איז אַ גרױסער
ער האָט ניט ליב צו זײַן פֿאַרשעמט,
ס’האָט אים אַ מאָל אַ מוהל אַ גרויער
געהאַלטן אין די פֿרומע הענט!
עס האָבן אים געקושט פֿיל דאַמעס
מיט אים געשפּילט זיך און געזינדיקט.
ער איז באַפּוצט מיט װוּנדן־שראַמען,
פֿון שאַרפֿע װײַבערישע צינגען.
מיר האָבן זיך מיט אים צעשײדן,
עס איז געװען אַ פֿרילינגנאַכט,
מיך האָט פֿאַרלאָזט מײַן שטאָלצער אבֿר,
איך האָב נאָך אים די טיר פֿאַרמאַכט.
עס גײט מײַן קלײנער נאַקעט, באָרװעס,
אויך אָן אַ טאָרבע װאַנדערט ער,
װײַל געבליבן איז זײַן טאָרבע
אין דער הײם מיט בײדע אײער.
גרינע בלעטער, הױכע בײמער,
אױף די סעדער װײַסער צװיט
און פֿאַר פֿרײד הייבט אָן מײַן קלײנער
זינגען הויך אויף אַ קול אַ ליד:
— אָי, יאַ־באַ־באַ־באַ־בײַ
אָי, טשירי־טשירי־באַם!
װי אַ פֿױגל בין איך פֿרײַ
ס’איז מײַן לעבן מלא־טעם.
אױסגעדרײט זיך, אױסגעװיקלט
בין איך מיר צופֿרידן זײער.
װיל איך שטײ איך, װיל איך ליג איך
קײנער דולט מיר נישט די אײער.
אױב באַקומען װעל איך חשק,
ניט פֿאַרנעמען װעט עס צײַט,
בײַ אַ פֿרױ, כ’געפֿין איר שמײשל
און — לאַמצעדריצע, לאַמצעדריצע,
דריצע, דריצאַ דריצאַ־צײַ…
המשך קומט