די מלחמה, וואָס עס פֿירט מדינת־ישׂראל קעגן אירע אָפֿענע שׂונאים־שכנים, איז אַרײַן אין דער לעצטער פֿאַזע — צו מאַכן אַ סוף צו דער הויפּט־סכּנה, צום פֿאַנאַטישן איראַנישן רעזשים, וואָס האָט במשך פֿון צענדליקער יאָרן אויסגעכאָוועט און אויסגעהאָדעוועט זײַנע בייזע וואַך־כּלבֿים, וואָס רינגלען אַרום ישׂראל מיט אַ „פֿײַער־רינג‟. איראַן האָט במשך פֿון די אַלע יאָרן, זינט די מאַכט איז אַרײַן אין די הענט פֿון אַיאַטאָלעס, געסטראַשעט ישׂראל מיטן אומברענגען די ייִדישע מדינה; געסטראַשעט נישט בלויז מיט העצן און שטיצן די שׂונאים, נאָר מיטן אויסאַרבעטן אויף אירע מיליטערישע אָביעקטן מאָדערנע וואָפֿנס, בתוכם, נוקלעאַרע באָמבעס.
איך האָב זיך געוואָנדן צו עטלעכע פֿון אונדזערע כּסדרדיקע מחברים־ישׂראלים זיי זאָלן אין אָט די גורלדיקע טעג פֿאַרן ישׂראל און עם־ישׂראל זיך טיילן מיט זייערע מחשבֿות מיט אונדזערע לייענער איבער דער וועלט.
בער קאָטלערמאַן (לויט יהואש)
מגילת י”ז סיוון
וַיִּקָּרְאוּ און עס זײַנען גערופֿן געוואָרן די שרײַבערס און עס איז געשריבן געוואָרן אַזוי צו ייִדן און צו סאַטראַפּן, צו פֿירשטן און צו האַרן פֿון אַלע מדינות פֿון הודו ביז כּוש, איטלעכער מדינה לויט איר כּתבֿ און איטלעכן פֿאָלק לויט זײַן לשון, און צו די ייִדן לויט זייער כּתבֿ און לויט זייער לשון.
וַיִּשְׁלַח און מע האָט צעשיקט בריוו דורך דער האַנט פֿון לויפֿערס, רײַטערס און reuters, אַז ישׂראל האָט זיך דערלויבט זיך שטעלן פֿאַר זײַן לעבן און צו פֿאַרטיליקן, צו הרגענען און אומצוברענגען יעטווידע חיילות פֿון אַ פֿאָלק און אַ מדינה, וואָס וועלן אים באַפֿאַלן.
וּבְּחֹדֶשׁ און אין נײַנטן חודש, דאָס איז חודש סיוון, אין זיבעצנטן טאָג אין אים, איז דער אָנזאָג געקומען צום געטאָן ווערן: אין דעם טאָג, וואָס די פֿײַנט פֿון די ייִדן האָבן געהאָפֿט צו געוועלטיקן איבער זיי, איז עס געוואָרן פֿאַרקערט, און די ייִדן האָבן געוועלטיקט איבער זייערע שׂונאים. עס האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די ייִדן אויסצושטרעקן אַ האַנט אויף די, וואָס האָבן געזוכט אויף זיי בייז.
וְאִישׁ און קיינער איז ניט באַשטאַנען אַקעגן זיי, וואָרעם זייער מורא איז געפֿאַלן אויף אַלע זייערע פֿײַנט. און ישׂראל איז אַרויסגעגאַנגען אין בגדי־מלכות פֿון בלאָען און ווײַסן, און די וועלט האָט געהילכט. און די האַרן, סאַטראַפּן און פֿירשטן האָבן אונטערגעהאָלפֿן די ייִדן, וואָרעם גרויס איז געווען ישׂראל אין די דאָזיקע טעג ווי אַ לייב און זײַן נאָמען איז געגאַנגען אין אַלע מדינות.
וַיַּכּוּ און עס האָבן געשלאָגן די ייִדן אַלע זייערע פֿײַנט מיט שווערד און פֿײַער, און זיי האָבן געטאָן מיט זייערע שׂונאים לויט זייער ווילן, און זיי האָבן פֿאַרטיליקט אי באַגערי, אי סאַלאַמי, אי ראַשיד, אי אַבאַסי, אי נאָך, אי נאָך. אָבער אויף דעם אונטערגעדריקטן פֿאָלק האָבן זיי ניט אויפֿגעהויבן זייער האַנט.
וַיִּכְתֹּב און די באַשרײַבונג ווערט געשיקט צו אַלע מדינות, די נאָענטע און די ווײַטע, מע זאָל געדענקען די דאָזיקע טעג, וואָרעם אַלי דער זון פֿון דזשאַוואַד, דער צורר אויף ייִדן און ניט־ייִדן, האָט פֿאַרטראַכט די ייִדן צו פֿאַרטומלען און אומצוברענגען, נאָר זײַן בייזע מחשבֿה האָט זיך אומגעקערט אויף זײַן קאָפּ און מע האָט זײַנע שׂרים פֿאַרטומלט און אומגעבראַכט.
עַל־כֵּן דערפֿאַר, פֿון וועגן וואָס זיי איז געשען, האָבן די ייִדן באַפֿעסטיקט און גענומען אויף זיך און אויף זייערע קינדער און אויף אַלע וואָס באַהעפֿטן זיך אָן זיי, אַז עס זאָל ניט בטל ווערן, צו האַלטן דעם זכּרון פֿון די טעג לויט זייער צײַט. און די דאָזיקע טעג זאָלן געדאַכט און געהאַלטן ווערן אין איטלעכן דור, איטלעכער משפּחה, איטלעכער שטאָט און איטלעכער מדינה. און די דאָזיקע טעג זאָלן ניט אָפּגעשאַפֿן ווערן פֿון צווישן ייִדן און זייערע פֿרײַנט, און זייער זכּרון זאָל ניט אויפֿהערן בײַ זייערע קינדער.
וְכָל־מַעֲשֵׂה און די גאַנצע מעשׂה פֿון זייער שטאַרקייט, זייער גבֿורה און זייער גרויסקייט איז שוין פֿאַרשריבן אין דעם בוך פֿון די צײַטגעשעענישן, וואָרעם ישׂראל האָט געזוכט גוטס פֿאַר פֿאָלק־און־וועלט און גערעדט שלום פֿאַר זײַן גאַנצן שטאַם.
דניאל גלאַי
דעם 13טן יוני 2025 איז ישׂראל אַרויס אין מלחמה קעגן איראַן (פּערסיע), כּדי צו פֿאַרניכטן אירע מיליטערישע באַזעס און ראַקעטן, און בעיקר, אַפּצושטעלן די פּראָדוקציע פֿון אַן אַטאָמישער באָמבע, אַ געפֿאַר, וואָס עקזיסטירט שוין לאַנגע יאָרן. כאָטש ישׂראל לײַדט פֿון גרויסע אַבֿידות, הונדערטער פֿאַרוווּנדעטע און צעשטערונגען פֿון ציווילע הײַזער — אין „סאָראָקאַ‟-שפּיטאָל און אין ווייצמאַן-אינסטיטיטוט אין רחובֿות, — זענען די מיליטערישע רעזולטאַטן פֿון צה”ל אויסגעצייכנטע. הגם מ’ווייסט נאָך ניט, ווען און ווי אַזוי וועט דער קריג זיך פֿאַרענדיקן, נאָר איין אויספֿיר איז קלאָר: פּונקט ווי די מיליטערישע דערגרייכונגען זענען גלענצנדיקע, אַזוי איז, אין דער גלאָבאַלער אַרענע אונדזער פֿעיִקייט צו ווערבירן שטיצע אַ גאָר נעבעכדיקע.
וואָס איז דער הויפּט־קאָנפֿליקט אינעם קיִום פֿון דער ייִדישער מדינה? (און נישט נאָר פֿון איר…) — דאָס אָפּהאַקן די פֿאַרבינדונג מיטן לעבן פֿון די ייִדישע תּפֿוצות און אירע אידענטיטעטן, אָדער דווקא באַנײַען אָט די פֿאַרבינדונגען לטובֿת כּלל ישׂראל? מיט דער אַנשטייוּנג פֿון מדינת־ישׂראל איז אַנגענומען געוואָרן נאָר איין ריכטונג: צו עפֿענען אַן אַבסאָלוט נײַעם קאַפּיטל בײַ ייִדן, און זיך אָפּטרייסלען פֿונעם ייִדישן גלות. למשל, הײַנט פֿירט ישׂראל אַ גורלדיקע מערכה קעגן איראַן, איר גרעסטן, פֿאַרביסענעם שׂונא. גלײַכצײַטיק אָבער דערגרייכט די אינערלעכע שׂינאה אינעם געזעלשאַפֿטלעך-פּאָליטישן לעבן אומפּאַראַלעלע ניוואָען אין אונדזער געשיכטע. פֿאַר וואָס? ווײַל די ישׂראלים, זינט עטלעכע דורות, האָבן זיך פֿאַרעקשנט צו איגנאָרירן און לייקענען זייער היסטאָרישע און גײַסטיקע ירושה. אַנדערש געזאָגט, ס’פֿעלט אין לאַנד אַ בשותּפֿותדיקער יסוד, וואָס זאָל פֿאַרזיכערן אַ האַרמאָניש צוזאַמענלעבן פֿון אַלע בירגער און עטנישע גרופּעס.
דעריבער עקזיסטירן מיליטערישע גלענצנדיקע נצחונות צוגלײַך מיט אַ גײַסטיקן בראָך.
מרדכי יושקאָווסקי
נאָך דעם גרויזאַמען אָנגריף אויף ישׂראל דעם 7טן אָקטאָבער, 2023, ווען דאָס גאַנצע לאַנד, איז געווען אײַנגעטונקען אין אַ טאָטאַלן שאָק, האָט אונדזער פּרעמיער-מיניסטער בנימין נתניהו געמאָלדן: „מיר גייען ענדערן דעם גאַנצן מיטעלן מיזרח אויף דורות פֿאָרויס‟. אַ סך האָבן אים דעמאָלט אויסגעלאַכט, געטאַדלט, באַשולדיקט, ווײַל דעמאָלט איז געווען גאָר שווער איבערצוחזרן דעם דורותדיקן ייִדישן גלויבן-פּרינציפּ: גם זו לטובֿה.
אָבער הײַנט, כּמעט אין צוויי יאָר אַרום נאָך יענער טראַגעדיע, לעבן מיר ווי אין אַ קייט פֿון ניסים…. נישט געקוקט אויף דעם שוידערלעך שווערן פּרײַז, וואָס ישׂראל האָט באַצאָלט, יענע געפֿאַרן, וואָס האָבן באַדראָט דאָס לאַנד אין משך פֿון צענדליקער יאָרן, זײַנען אָדער כּמעט נעלם געוואָרן, אָדער זייער אָפּגעשוואַכט געוואָרן. ווייניק וואָס איז שוין געבליבן פֿונעם מיליטערישן פֿליגל פֿון „כאַמאַס‟. די רעשטלעך פֿונעם „כיזבאָלאַ‟ זיצן אײַנגעלייגט, און אונדזער חייל־אַוויר „מאַכט זיי צורעכט‟ כּמעט טאָג־טעגלעך. און אָט אויך די גרעסטע עקזיסטענציעלע סכּנה — דער איראַנישער אַטאָם — איז נייטראַליזירט געוואָרן. ווער האָט עס געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן מיט צוויי יאָר צוריק?
וואָס זשע איז די מסקנא? לויט מײַן מיינונג, האָט די טראַגעדיע פֿון 7טן אָקטאָבער אויסגעניכטערט די ברייטסטע שיכטן פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט פֿון דער ליגנערישער קאָנצעפּציע, אַז וואָס מער איז מען מוותּר די איסלאַמיסטישע ראַדיקאַלן, וועט זײַן אַלץ שטילער. די ווירקלעכקייט האָט באַוויזן, אַז ס’איז פּונקט פֿאַרקערט!!! און באמת דער מיטעלער מיזרח גייט זיך ענדערן צום גוטן אויף דורות פֿאָרויס.
צום סוף פֿון די דאָזיקע נאָטיצן וויל איך ברענגען אַן אויסצוג פֿון אַ בריוו, צוגעשיקט אין רעדאַקציע פֿון אונדזער לייענערין סאָפֿיע רובינשטיין (באר־שבֿע):
„וואָס פֿיל איך ווי אַ ישׂראלדיקע מאַמע און באָבע אין אָט די טעג?
כ׳בין זיכער, אַז כ׳פֿיל דאָס זעלבע, וואָס אַלע מײַנע קרובֿים, מײַנע פֿרײַנט, מײַנע באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע, נאָר סײַ ווי טײַערע פֿאַר מיר מענטשן.
איך פֿיל יעדע רגע אַן אומרו פֿאַר מײַנע קינדער, אייניקלעך, מײַנע נאָענטע און ווײַטע פֿרײַנט, ווי אויך פֿאַר זייערע קינדער און אייניקלעך. זיי — אַלע אונדזערע קינדער און אייניקלעך קעמפֿן דאָך, כּדי צו ראַטעווען אונדז, — זיי אַרבעטן טאָג און נאַכט צוליב דעם, מײַנע טײַערע ייִנגלעך און מיידלעך, וועלכע זײַנען נאָך נעכטן געזעסן אין די קלאַסן, וווּ איך בין געווען זייער לערערין.
צי קאָנען זיי מיר נישט זײַן טײַער און ליבער, אָט די שענסטע אין דער וועלט פּנימער?! זייערע ברענענדיקע אויגן, זייערע שפּרודלדיקע וויצן און געלעכטערלעך? צי קאָן איך זיך אײַנהאַלטן פֿון דעם ווילן זיי אַ שויבער טאָן, אַ גלעט טאָן מיט די אויגן זייערע אײַנגעשפּאַרטע נאַקנס, אַ קנײַפּ טאָן די זיסע בעקעלעך?! און אין די נעכט קאָן איך קיין אויג נישט צומאַכן — נישט ווייניק פֿון זיי, מײַנע תּלמידים, זײַנען שוין מער נישטאָ. ווי קאָן מען דען מסכּים זײַן דערמיט?!
וואָס טראַכט איך ווי אַ ישׁראלדיקע מאַמע און באָבע אין אָט די טעג?
עס גיבן מיר נישט קיין רו די ביטערע געדאַנקען, אַז כּל־זמן עס עקזיסטירט אַ שׂינאה צו ייִדן, דאָס וועלן איבערצולייגן אויף אונדז אַלע זינד און עבֿירות פֿון דער וועלט, זײַנען מײַנע באַמיִונגען צו באַנעמען, הלמאַי מוזן אונדזערע טײַערע און ליבע קינדער פֿאַרגיסן בלוט און אומקומען — אומזיסטיקע!‟
יוני 23, 2025