קיצלדיקע טעמע און „גראָבע‟ ווערטער


איך געדענק, אַז בײַ אַ שמועס מיטן באַקאַנטן ישׂראל־שרײַבער יאָסל בירשטיין ז״ל, איז פֿאַרגאַנגען די רייד וועגן „גראָבע‟ ווערטער אין ייִדיש בכלל און אין ליטעראַטור בפֿרט. האָט ער זיך דערמאָנט, ווי זײַן טאָכטער האָט אים איין מאָל געפֿרעגט, ווי אַזוי זאָגט מען אויף ייִדיש „פּי־פּי‟. האָט יאָסל געענטפֿערט: „פּישן‟. די טאָכטער האָט אים דערווידערט: „אָבער אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך שטייט בפֿירוש ׳אורינירן׳‟. אויף דעם האָט איר דער פֿאָטער געענטפֿערט: „די ייִדישע שרײַבערס — פּישן, און די ייִדישע אַקאַדעמיקער אורינירן!‟
ווי דער פּראָצעס פֿון נאַטירלעכע מענטשלעכע באַדערפֿענישן זאָל נישט געווען זײַן אָנגערופֿן ווערן אין לעבן, ווען עס פֿלעגט אָבער קומען צו ליטעראַרישע שאַפֿונגען, האָבן די ייִדישע שרײַבערס זיך באַמיט אויסצומײַדן די „גראָבע‟ ווערטער, שוין אָפּגערעדט וועגן דער „קיצלדיקער טעמע‟ אַרום סעקס. ס׳איז געבליבן אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער דער סקאַנדאַל אַרום שלום אַשס פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟. נאָך דער פֿאָרשטעלונג אויף ענגליש אין 1923 בײַם ”אַפּאָלאָ־טעאַטער“ אויף דער 42סטער גאַס צוליב דעם, וואָס די פּיעסע האָט געוויזן צום ערשטן מאָל אויף דער ניו־יאָרקער בינע אַ לעזבישן קוש, האָט די פּאָליציי אַרעסטירט די גאַנצע טרופּע.
אין יאָר 2016, האָט דער ייִדישער טעאַטער „רעפּ‟ (נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער) זיך געגרייט אויפֿצופֿירן שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟ אין ניו־יאָרק. האָט זיך באַלד באַוויזן אויף דער פֿרומער גאַס פֿון דער שטאָט אַ חסידישער „פּאַשקוויל‟ אויף לשון־קודש, וווּ עס שטייט געשריבן:
אַ שטרענגע וואָרענונג!
מיר האָבן געהערט אַ קלאַנג און מיט גרויס אַנגסט זענען מיר געווויר געוואָרן, אַז מע קלײַבט זיך צו שטעלן די פּיעסע מיטן נאָמען „ג־ט פֿון נקמה‟ אינעם מאַנהעטענער טעאַטער „לאַ מאַמאַ‟.
עס וועלן זיך באַווײַזן אַקטיאָרן און אַקטריסעס נישט צניעותדיק אָנגעטאָן, משונהדיק אָפּגעפֿאָרענע פֿונעם וועג („מקצה המחנה‟), צו שפּילן אין פֿאָרנט פֿון מענער און פֿרויען, וואָס וועט ברענגען צו הוליען און קלות־ראָש, און אַזוי ווײַטער. ווי די רעאַליטעט האָט שוין פֿריִער דערוויזן, קומען פֿון אַזעלכע געשעענישן אַרויס שרעקלעכע מיכשולות, חלילה, וואָס האָבן צוליב אונדזערע זינד אומגעבראַכט אַ סך קרבנות. דאָס איז אַלץ אַן עצה פֿונעם יצר־הרע אינגאַנצן אויסצוהוילן די יוגנט פֿון די לעצטע שפּורן יראת־שמים און אַראָפּצוברענגען זיך, חלילה, אין אַ טיפֿן תּהום. די גדולי־ישׂראל האָבן זיך שוין באַקלאָגט און אַבסאָלוט שטרענג געאַסרט צו גיין אויף אַזעלכע ספּעקטאַקלען.
דערפֿאַר פּסקענען מיר, אַז על־פּי תּורה טאָר מען זיך נישט באַטייליקן אינעם ספּעקטאַקל. ס׳איז נישטאָ אויף דעם קיין היתּר פֿאַר מענער צי פֿאַר פֿרויען, פֿאַר קינדער צי דערוואַקסענע, און ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן און שוישפּילער אַליין טאָרן עס נישט טאָן און זענען פֿאַרפֿירער פֿון כּלל־ישׂראל (מחטיאי־הרבים).
נישט געקוקט אויף דער דאָזיקער „שטרענגער וואָרענונג‟, זײַנען צווישן דעם עולם, יעדנפֿאַלס, ווען איך בין געקומען צו זען אָט די פֿאָרשטעלונג, געווען גאָר נישט ווייניק חסידים. ווי עס טרעפֿט, האָט דער רבייִשער פֿאַרווער נאָך מער אויפֿגערייצט דעם נײַגער בײַם „כּלל־ישׂראל‟.

גרויסע וויכּוחים פֿלעגן אַרויסרופֿן יצחק באַשעוויסעס ווערק, געדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟, וווּ דער מחבר מיט זײַן פֿולער מײַסטערישער קראַפֿט און פֿאַנטאַזיע האָט געשילדערט די „טײַוולאָנישע מעשׂיות‟ זײַנע; די פּיקאַנטע ליבע־געשיכטעס און וואַנטורעס…
פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער זעלבער „פֿאָרווערטס‟ געדרוקט אויף זײַנע שפּאַלטן געמיינע שונד־ראָמאַנען מיט המשכים, לטובֿת יענעם טייל לייענערשאַפֿט, וואָס האָט אויף זיי אַרויסגעקוקט און מיט זיי זיך פּאָסמאַקעוועט.
ס׳האָט אויסגעזען פּאַראַדאָקסאַל: דער ייִדישער לייענער, ס׳רובֿ דערצויגן אין די פּאַטריאַרכאַלע היימען פֿון מיזרח־אייראָפּע, איז געווען אָפֿן פֿאַר די שטורמישע רעוואָלוציע־ווינטן, אָבער זיך באַלד פֿאַרמאַכט און פֿאַרשלאָסן, ווען ס׳פֿלעגן אָנגערירט ווערן די סעקסועלע מאָמענטן פֿון נאַטירלעכע מענטשלעכע צווישנבאַציִונגען.
דאָס וואָס די ייִדישע אַקאַדעמיקער האָבן דעפֿינירט ווי „טערמינען, וואָס שפּיגלען אָפּ די סעקסועלע פֿירונגען‟, האָט דאָס פֿאָלק אויסגעדריקט מיט פֿראָסטע ווערטער און דורך שאַרפֿזיניקע ווערטלעך. איז לאָמיר אַרײַנקוקן אין נחום סטוטשקאָווס „אוצר‟, אונדזער ייִדישער שפּראַך־„גוגל‟, און אים אַ „גוגל‟ טאָן אויף אָט דער „קיצלדיקער‟ טעמע.
ווי באַקאַנט, ווערן אָפֿט די לשון־קודשדיקע ווערטער און אויסדרוקן געניצט, ווי אַ מין „וווּאַל‟, כּדי צו פֿאַרוווּאַלירן דעם עכטן זין פֿון וואָרט/אויסדרוק, חלילה, נישט אַרויסברענגען אָט־דאָס „וואָרט‟ אויף אַ קול. לאָמיך ברענגען עטלעכע אַזעלכע מוסטערן:
תּשמיש־המיטה — סעקסועלע באַדינונגען; נפֿקא־בית — באַרדעל. בורא־נפֿשת־קלײַזל —שאַנד־הויז (אין דעם אויסדרוק שטעקט אויך אַ געוויסע איראָניע, ווי, למשל, אינעם נאָמען „פֿריילעך הײַזל‟).
דאָס וואָרט „פּראָסטיטוטקע‟, דאַרף מען ספּעציעל נישט פֿאַרטײַטשן; ס׳איז אַרײַן אין כּלל ייִדיש און אין די ווערק פֿון ייִדישע שרײַבערס, באַגלײַך מיט אַנדערע סינאָנימישע ווערטער פֿון דער אוראַלטער פּראָפֿעסיע, און אין דער שפּראַך לעגאַליזירט געוואָרן. ווייניקער באַקאַנט איז דאָס וואָרט „לאָרעטקע‟, לכתּחילה געקומען פֿון פֿראַנצייזיש אין רוסיש, און פֿון רוסיש — אין ייִדיש זיך אײַנגעוואָרצלט. אויך פֿון רוסיש קומט דאָס וואָרט: „ליאַוורע‟, הגם אין רוסישן אָריגינאַל קלינגט עס ווי „ליאַרווע‟.
דאָס פֿאַרשפּרייטע וואָרט „פּראָסטיטוטקע‟, ווערט פֿאַרדעקט מיט דער „העברעיִשער וווּאַל‟ פֿון אַ גאַנצער ריי סינאָנימען: אָתנן־זונה, מופֿקרת, סוטה, הור… אַ מיידל, וואָס שליאָנדרעט אַרום מיט בחורים און פֿירט זיך אויף נישט גאָר באַשיידן, האָט געקראָגן דעם נאָמען „בחורטע‟. אַ ריי אויסדרוקן, געזאָגט מיט אַ פּאַסיקער אינטאָנאַציע, האָבן געגעבן צו פֿאַרשטיי, מיט וועמען מע האָט צו טאָן: „די ריכטיקע סחורה‟; „מזוזה(לע)‟ — ווײַל זי לאָזט יעדן מע זאָל זי אַ טאַפּ טאָן און אַ קוש טאָן; „אַ מיידל מיט אַ כּתבֿ‟ — מיט אַן אייגענעם סטיל און נוסח; „אַ בתולה אויף דער לינקער פּיאַטע‟; „נאַכט־פֿייגעלע‟ וכדומה.
אויך די מאַנספּאַרשוינען באַקומען אין מויל פֿון פֿאָלק און שרײַבערס זייער אָפּשאַצונג:
בעל־עבֿירה, קל־שבקלים — אַ לײַכטזיניקער; דאַמען־חסיד, פֿרויען־יעגער, הורנזון, אשת־אישניק, אַלטער הינען־פֿרעסער; אַלטער אַשמדאי; טפֿלן — אַ געמיינער פּאַרשוין; נוֹאף — סעקסועל אויסגעלאַסענער מאַן; ניאפֿניק, יעצער; פֿרויען־פֿאַרפֿירער…
די מענער, ווי באַוווּסט, האָבן אויפֿן פֿעלד פֿון זנות געמאַכט אַ שיינע מטבע. גערופֿן האָט מען זיי „סוטענערן‟. געקומען איז דאָס וואָרט פֿון פֿראַנצייזיש „souteneur‟ און פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין אַ סך אַנדערע שפּראַכן. עס פֿעלן אויך נישט אויס ייִדישע סינאָנימען: „פֿרויען־הענדלער‟; „זנות־מעקלער‟; „פּירגע־שמשׂ‟.
צוליב דער ייִדישער פֿאַרשפּרייטקייט איבער דער וועלט, זײַנען אין דעם לעקסיקאָן פֿון באַצייכענען אַ סוטענער אין ייִדיש אַרײַן לאָקאַלע ווערטער: אין אַרגענטינע — רופֿיאַן; אין פֿראַנקרײַך — אַפּאַש; אין דײַטשלאַנד — שמײַסער. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ענגלאַנד — פּימפּ. צווישן די חסידים האָט מען אַזאַ פּאַרשוין גערופֿן, חתן.
צווישן די באַלמעלאָכעס איז אַרום סעקס פֿאַרשפּרייט געווען אַן אייגענער סלענג. למשל, בײַ די שנײַדערס: „אַ שדעלע נייט מיך‟ — דאָס וואָרט „נייט‟ טראָגט דאָ אַ טאָפּלטן זין; „נייט‟ ווי נייען, און „נייט‟ ווי נייטן, צווינגען צו סעקס. אָדער „טרענען‟, וואָס מיינט, צעשטערן, צענעמען אויף שטיקלעך; און „טרענען‟ — צו האָבן סעקסועלע באַציִונגען. בײַ די סטאָליערס: „שולדיק איז דער סטאָליער — ווען ער וואָלט נישט געמאַכט די בעט, וואָלט איך נישט געקומען צו אַ חטא.‟ בײַ די שוסטערס: „אַרײַנקלאַפּן אַ פֿלעקל‟ — אַ „פֿלעקל‟ אין שוסטערײַ מיינט, אַ הילצערן צוועקל, און אַ „פֿלעקל‟ — דער מענערישער אבֿר; בײַ די קירזשנערס: “ער האָט גוט באַאַרבעט דעם ׳שמויש׳”, געמיינט די וואַגינע.


אינעם מינדלעכן ייִדישן פֿאָלקלאָר ווערן אייניקע וויצן געבויט אַרום דעם וואָרט, למשל: „די מוטער איז אַ צדיקת און די טאָכטער איז אויך אַ זונה, געמיינט, “אַזוינע”. (אין שײַכות מיט דעם וואָרט, פֿלעגן די שרײַבערס אין „בית־לייוויק‟ זיך וויצלען, אַז אין דעם זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟ האָט אַבֿרהם סוצקעווער, פּסול געמאַכט דאָס וואָרט „אַזוינע‟, פֿאַרבײַטנדיק עס אויפֿן וואָרט „אַזעלכע‟.) אַן אַנדער וויץ: ער איז אַ נוֹאף־ישׂראל, געמיינט, אַן אוהבֿ־ישׂראל. און סתּם פֿראַזיאָלאָגישע וויצן: „איר טאַטע איז קהלס פּרנס, און זי איז קהלס טינטאָרן‟; „דעם האָן ווילט זיך קרייען‟; „אַן אַלטע ציג אָן מילך און שמאַלץ, און וויל פֿאָרט לעקן זאַלץ‟.
אין די טיפֿע קוואַלן פֿון פֿאָלקס־חכמה, ווי אין דער נאַטור, זײַנען נישט פֿאַראַן קיין אומניצלעכע זאַכן בכלל און פֿאַרווערטע בפֿרט. בײַ ייִדן זאָגט מען: „עס איז נישטאָ קיין שלעכטע משקה פֿאַר אַ שיכּור, קיין שלעכטע מטבע פֿאַר אַ סוחר און קיין מיאוסע נקבֿה פֿאַר אַ נוֹאף.‟
„דרײַ מענטשן האָט גאָט פֿײַנט: אַן עושר אַ גנבֿ, אַן אָרעמאַן אַ בעל־גאווה און אַן אַלטן נוֹאף.‟
„אַז מע שפּײַט דער זונה אין פּנים, זאָגט זי, אַז עס רעגנט.‟
„אַז מע לאָזט אַ זכר מיט אַ נקבֿה אַליין אין הויז, קומט קיין גוטס נישט אַרויס‟.
בדרך־כּלל, ליגן אַ סך אוצרות אויף דער אויבערפֿלאַך, מע דאַרף זיי אַפֿילו נישט זוכן און אויסגראָבן. וואָס יאָ?! מע מוז טראָגן אין זיך אַ גרויסן ווילן און חשק זיי צו אַנטפּלעקן… וויכטיק איז נישט צו פֿאַרבײַטן די יוצרות, דאָס הייסט, צונויפֿמישן קאַשע מיט באָרשט, מיט נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן.
דער אַרטיקל ווערט באַגלייט מיט די אילוסטראַציעס פֿונעם אַמעריקאַנער קינסטלער מאַרק הענסאָן.
לאַפּסוס־קאַקטוס