דער שטאָף פֿון לעבן (המשך)

שטעטל. מאָלער: יעלענאַ סערעדינאַ

שמואל אָרטענבערג

2. פֿון וואָס לעבט מען אין שטעטל?

מיט װאָס האָבן זיך פֿאַרנומען און פֿון װאָס האָבן געלעבט די זעקס הונדערט ייִדישע פֿאַמיליעס אין שטעטל? אַ דריטל פֿון די פֿאַמיליעס האָבן געלעבט פֿון האַנדל.

אָט שטײען מיר פֿאַר די אױגן קלײטן, גרױסע און קלײנע, זײ זײַנען צעשטעלט און צעװאָרפֿן איבער די װיכטיקסטע װעגן און שטעגן, גאַסן און פּלעצער פֿון שטעטל. קראָמען פֿון באַקאַלײ, פֿון שניט־סחורות, בױ־מאַטעריאַלן, הײמישן געשיר, שפּײַז־אַרטיקלען, אָנגעהױבן פֿון געצײלטע גרױסע צענטראַלע קראָמען ביז די פֿילצאָליקע געװעלבן און קלײטלעך, צעשטעלט האַרט אײנס לעבן אַנדערן אין גאַנצע רײען, װי דער האַנדל גײט לאַחדים אין קלײן געלט; פֿון די געצײלטע גרױסע מאַנופֿאַקטור־קלײטן, װאָס זײַנען פֿאַרװאַלגערט מיט טײַערע טעקסטיל־סחורות פֿון לאָדזש און פֿון װאַרשע ביז די פֿילצאָליקע קרעמלעך, צעשטעלט אין אַ גאַנצער רײ, װוּ מע האַנדלט מיט ביליקע לײַװנטן און קאָפּטיכלעך; קלײטלעך פֿון אײַזנװאַרג און פֿון גרױפּן, פֿון געפֿעס און פֿון גלאָזװאַרג, פֿון ערדענע און לײמענע טעפּ, פֿון מעל און פֿון תּבֿואה און פֿון אַנדערע געברױך־מיטלען פֿון מאַסן־געברױך.

אין די געצײלטע גרױסע קראָמען זײַנען פֿאַראַן אַ סך סטאַבילע און רײַכע קונים פֿון גרעסערן מאַסשטאַב און די פֿילצאָליקע מיטעלע און קלײנע געװעלבן גײט צו פּרנסה בצימצום. דאָ שטײען בערדיקע ייִדן מיט די צעלאָזענע קאָפֿטעס זומער־צײַט, אָנגעפּעלצט אין ביליקע פּעלצן — װינטער־צײַט, מיט די װײַבער און אָפֿט מיט די עלטערע קינדער און אין די, אַזױ גערופֿענע, מאַרקטעג לײזט מען, אָבער אין די געװײנטלעכע טעג װאַרט מען אױף קונים. די װײַבער װאַרעמען װינטער־צײַט די הענט און די פֿיס אױף די פֿײַערטעפּ, װאַרטן אױף קונים און גרעפּצן. אין די מאַרקטעג זײַנען אמת, די פּלעצער פֿאַרפֿולט מיט פּױערישע פֿורן, פּויערים און פּױערטעס פֿון די אַרומיקע דערפֿער פֿאַרפֿולן די פֿילצאָליקע קלײטלעך און געװעלבן, איבערן שטעטל פֿילט זיך אומעטום דער גערוך פֿון פּױערישע סװיטקעס און שװײס. אָבער מאַרקטעג זײַנען דאָ אין יאָר װײניק, קומט נאָך אױס אין די געווײנטלעכע טעג אַרױספֿאָרן אין די בױדן, אױף די פֿורן אין די אַרומיקע שטעטלעך אױפֿן יריד, װוּ עס זעט זיך פֿאָרױס אַ מאַרקטאָג און מע װעט קאָנען אָפּזעצן דאָס פֿאַרלעגטע ביסל סחורה. די קאָנקורענץ ברענגט, װי געװײנטלעך, צו קעגנזײַטיקע צוזאַמענשטופּן, צו קינאה, שׂינאה און אַנדערע בײזע מידות, װאָס פֿאַראומערן און פֿאַרשװעריקן נאָך מער דאָס קלאָגעדיקע קרעמערלעבן און איבער אַלעמען לױערט די שרעק און דער עול פֿון דער ניט־זיכערער פּרנסה פֿאַר דער פֿאַמיליע, װאָס באַשטײט אין דורכשניט פֿון עטלעכע נפֿשות, װײַל פֿרוכפּערן זיך און מערן זיך איז אַן אַלטע ייִדישע מידה און קײן אָנהענגער פֿון מאַלטוסן זײַנען אין שטעטל ניט פֿאַראַן און זײַן לערע האָט קײנער ניט געװוּסט.

דאָס צװײטע דריטל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון שטעטל געהער צו דעם סאָרט בעל־מלאָכות־האַנטװערקער — שנײַדערס, קירזשנערס, שוסטערס, סטאָליערס, בלעכערס און פֿיל אַנדערע. די גרעסטע בראַנזשע איז די שנײַדער־בראַנזשע. עס געדענקט זיך אַפֿילו זייערע נעמען: יאָסל דער שנײַדער, הערשעלע דער שנײַדער, ניאַרע דער שנײַדער, לײב ליפּאָװ דער שנײַדער, יאַנקעלע דער שנײַדער, גודל דער שנײַדער, דער געשטופּלטער רוסיש־רײדנדיקער יוראָװסקי דער שנײַדער, און פֿיל אַנדערע אין די צענדליקער. װען שפּעטער אין די צײַטן פֿון דער װעלט־מלחמה איז אין 1915טן יאָר געקומען קײן פּאָגרעבישטשע אַ פֿאָרשטײער פֿון דער אַרמײ־אינטענדאַנץ אַ פּאָדריאַדטשיק מיט פּעק רױװאַרג צו נײען װאַרעמע לײַבלעך פֿאַר דער אַרמײ איז דער שטעטלשער שנײַדער־צעך געװען אימשטאַנד אױסצופֿירן די באַשטעלונג צום געהעריקן קורצן טערמין. דער צװײטער פֿילצאָליקער פֿאַך — דאָס זײַנען די קירזשנערס. די היטל־פּראָדוקציע פֿון די פּאָגרעבישטשער קירזשנערס האָט זיך געשאַפֿן אַ נאָמען אין דער אַרומיקער סבֿיבֿה און געפֿונען אַן אָפּזאַץ אין פֿיל אַנדערע שטעטלעך. דערנאָך קומען די שוסטערס, װאָס אַרבעטן מערסטנס טײל אױף באַשטעלונגען, בלעכערס, װאָס אַרבעטן אױס פֿאַרשײדענע כּלים צום פֿאַרקױף, װאָס דעקן דעכער און טוען אַנדערע בױ־אַרבעטן.

בײַ דעם גרעסטן טײל בעלי־מלאָכות זײַנען די פּרנסות ניט קײן גרױסע, דורכשניטלעך הונדערט פֿופֿציק ביז צװײ־הונדערט רובל אַ יאָר. פֿאַרװאַלגערט מיט אַרבעט איז מען געװײנטלעך ערבֿ ייִדישע יום־טובֿים און גרױסע חגאָות. אױף די דאָזיקע גליקלעכע צײַטן װאַרטן די האַנטװערקערס דאָס קײַלעכדיקע יאָר. עס קומען אױך פֿון די אַרומיקע דערפֿער פּױערים צו מאַכן באַשטעלונגען בײַ די שטעטלשע בעלי־מלאָכות.

אױסער די צװײ גרונט־קאַטעגאָריעס, קרעמערס און האַנטװערקערס, זײַנען נאָך פֿאַראַן אין שטעטל אַ געװיסע צאָל געשעפֿטס־לײַט: סוחרים, מעקלערס, אַגענטן, קאָמיסיאָנערן. דערנאָך קומט אַ געװיסער סאָרט פֿון אָנגעשטעלטע, פּריקאַזטשיקעס, מענטשן פֿון פֿרײַע פּראָפֿעסיעס, אינטעליגענטע פּראָפֿעסיעס: לערערס, אַדװאָקאַטן, בוכהאַלטערס, אױך אַ געװיסע צאָל כּלי־קודש, מלמדים, גלאַט לופֿטמענטשן און באַשטימטע טוערס, גלאַט אָרעמע לײַט, דינסט־מײדלעך, קלײנע מאַרק־הענדלער, באַדינערס און אַנדערע. עס איז פֿאַראַן אַ קלײנע צאָל פּשוטע לױן־אַרבעטערס פֿון די אָרטיקע מילן און אַנדערע קלײנע אונטערנעמונגען און לערן־ייִנגלעך בײַ די גרעסערע בעלי־מלאָכות.

אָרעמקײט און נױט, דחקות און מאַנגל האָבן געלױערט איבער די פֿינצטערע, שמוציקע הינטערגעסלעך פֿון שטעטל און די צאָל נױט־באַדערפֿטיקע, װאָס האָבן זיך געװאָנדן נאָך אַ געזעלשאַפֿטלעכער פֿילאַנטראָפּישער שטיצע, איז געשטיגן פֿון יאָר צו יאָר.

3. רעליגיע און קלעריקאַליזם

אַצינד װעלן מיר אַריבערגײן צו דער גײַסטיקער אַטמאָספֿער אין שטעטל אין דער צײַט פֿון מײַן קינדהײט. עס איז דער אָנהײב פֿון XXסטן י”ה, װוּ ס’האָט אױך געװירקט קלעריקאַליזם און פֿאַנאַטיזם. פּאָגרעבישטשע איז אָנהײב XIXסטן י”ה געװען די רעזידענץ פֿון גרױסע צדיקים און רבײם, װאָס שטאַמען לױט די ידיעות פֿון דער טראַדיציע פֿון ר’ בער מעזשעריטשער אַלײן, דעם נאָענטסטן נאָכפֿאָלגער פֿונעם באַרימטן באַשאַפֿער פֿון חסידיזם בעש”ט (ר’ ישׂראל בעל־שם־טובֿ). אמת, דער לעצטער פֿאָרשטײער פֿון דער צדיקישער דינאַסטיע, דער זון פֿון דעם צדיק ר’ שלום פּאָגרעבישטשער, ישׂראל פֿרידמאַן, טאַקע אַן אוראײניקל פֿון ר’ בער מעזשעריטשער, איז אין 1813סטן יאָר אַרױסגעפֿאָרן פֿון פּאָגרעבישטשע קײן רוזשין און דערנאָך קײן גאַליציע, און דאָרטן געשאַפֿן אַ גאַנצע דינאַסטיע צדיקים און רבײם אין דעם שטעטל סאַדאַגערע און אַנדערע, אָבער ער האָט געהאַט פֿיל אָנהענגער, חסידים אין פּאָגרעבישטשע און אין משך פֿון דורות פֿלעגן די חסידים פֿון דאַנען, פּונקט װי פֿון אַנדערע שטעטלעך פֿון דער מערבֿ־אוקראַיִנע, פֿאָרן איבער דער גרענעץ צום רבין און פֿירן אים גרױסע מתּנות.

נאָך אין 1858 יאָר, דערצײלט די געשיכטע, האָט דער דערמאָנטער גראַף אַדאַם רזשעװוּסקי זיך משתּדל געװען פֿאַרן צאַרישן מיניסטער פֿאַר אינערלעכע ענינים לאַנסקי, מע זאָל דערלױבן דער גאַנצער פֿאַמיליע פֿרידמאַן, דעם צדיקס משפּחה, ישׂראל פֿרידמאַנס זין — אַבֿרהם, יעקבֿ, בערל, נחום, מרדכי, דוד, מיט זײערע קרובֿים און באַדינער, — זיך אומקערן פֿון גאַליציע קײן רוסלאַנד, קײן פּאָגרעבישטשע, אױף װיפֿל זײ שטאַמען פֿון דאַנען. דער „אײדעלער‟ גראַף האָט, פֿאַרשטענדלעך, געהאַט בדעה דערמיט אַ ביסל פֿאַרבעסערן זײַנע געפֿאַלענע געשעפֿטן, ווי אַן אײגנטימער פֿון שטעטל, אָבער די רעגירונג האָט דװקא קײן דערלױבעניש אױף זײער אומקער ניט געגעבן.

אַלנפֿאַלס, אױפֿן הײליקן אָרט אין פּאָגרעבישטשע זײַנען געבליבן די הײליקע „שטיבלעך‟ פֿון די פֿאַרשטאָרבענע אַמאָליקע צדיקים, שלום־שכנא און אַנדערע, װוּהין די חסידים און פֿאַנאַטיקער, באַזונדערס אָפּגעשטאַנענע פֿרױען, פֿלעגן קומען סיסטעמאַטיש און װאַרפֿן „קװיטלעך‟ מיט פֿאַרלאַנגען און װוּנטשן, װאָס האָבן געזאָלט אױסגעפֿירט װערן אין זכות פֿון די צדיקים; עס זײַנען געװען אין שטעטל אַ סך אָנהענגערס, איבערגעגעבענע און פֿאַנאַטישע חסידים פֿונעם סאַדאַגערער רבין. עס זײַנען געװען אין שטעטל חסידים פֿון אַ צװײטן גאַליציאַנער צדיקישן אָפּצװײַג פֿון דער זעלבער דינאַסטיע, פֿונעם בוּיאַנער רבין און צװישן די צװײ סעקטעס האָט געלױערט אַ שטענדיקער קריג.

עס זײַנען געװען אין שטעטל צװײ רבנים, אַן אַלטער און אַ יונגער, עטלעכע שוחטים, און אַנדערע קלעריקאַלע דינער. עס זײַנען געװען אין שטעטל פֿיר שילן (בתּי־מדרשים). די גרױסע קלױז פֿון מיוחסדיקע בעלי־בתּים, פֿון דער גײַסטיקער אַריסטאָקראַטיע — למדנים, קענער פֿון תּלמוד, חסידים, פֿרומע לײַט און טאַקע רײַכע לײַט אױך.

צװישן אָט די פֿרומע לײַט זײַנען געװען אײניקע צבֿועקעס און מאָראַליש־נידעריקע און געמײנע פּאַרשוינען. װי, למשל, שמערל פֿראַנקמאַן. דער דאָזיקער רײַכער מאַנופֿאַקטורשטשיק פֿלעגט ביטער װײנען בײַ דעם „שמע־ישׂראל‟, מאַכן משונהדיקע העװיות און זיך שאָקלען און פֿאָכען מיט דער נשמה בײַ דער תּפֿילה, אָבער געװען איז ער, לױט דער אַלגעמײנער מײנונג, אַ שם־דבֿר פֿון אַ שרעקלעכן קמצן, װאָס האָט קײן מאָל קײן נדבֿה ניט געגעבן, און האַרטנעקיקער פּאַרשױן, װאָס האָט מיט אַלערלײ שמוציקע מיטלען געקליבן רײַכקײט — רײַסערײַ, אָפּנאַרערײַ, פֿאַלשקײט, װאָס זײַנען בײַ אים געװען געװײנטלעכע זאַכן. אַפֿילו זײַן אײגענעם פֿאָטער, אַן אַלטן זקן, האָט ער ניט געשױנט. דערפֿאַר אָבער, װען דער סאַדאַגערער רבי איז אײן מאָל געקומען צו פֿאָרן קײן פּאָגרעבישטשע מיט אַ װיזיט, האָט דער פֿאַרברענטער חסיד שמערל פֿראַנקמאַן אים אָפּגעטראָטן זײַן גרױס הױז אױף דער גאַנצער צײַט פֿון זײַן פֿאַרברענגען אין שטעטל. דערמיט האָט ער, פֿאַרשטענדלעך, אױסגעקױפֿט אַלע זײַנע זינד און געוויסע תּנועות פֿאַר אַלע יאָרן.

עזריאל קאַנצבערג, דער רײַכסטער מאַן אין שטעטל, װעמענס פֿאַרמעגן האָט זיך געצײלט אין די גראָבע טױזנטער, האָט פֿאַרנומען דעם אױבנאָן אין דער מיזרח־װאַנט פֿון דער גרױסער קלױז, אָבער אין זײַנע גרױסע געשעפֿטן מיט די פּריצים און סוחרים פֿון דער גאַנצער אַרומיקער געגנט האָט ער װײניק װאָס געזאָרגט װעגן דעם מאָראַל־קאָדעקס פֿון יושר און ערלעכקײט און דורך פֿאַרשײדענע נידערטרעכטיקע מיטלען זיך צונױפֿגעזאַמלט אַ גרױס פֿאַרמעגן. דערצו איז ער אױך מסוכּן קאַרג געווען און האָט אַפֿילו זײַנע אייגענע קינדער ניט געװאָלט העלפֿן. ציניש און פֿרעך האָט ער אָפֿן אָנערקענט בלויז די מאַכט פֿון געלט און חוזק געמאַכט, געלאַכט איבער מענטשן פֿון עטישע און מאָראַלישע אידעאַלן און פּרינציפּן. און אַזױנע טיפּן, װי פֿראַנקמאַן און קאַנצבערג האָבן זיך געפֿונען גענוג צװישן די מיוחסדיקע פּני פֿון דער גרױסער קלױז. אָבער עס זײַנען געװען דאָרטן אױך ניט װײניק אױפֿריכטיק פֿאַרגלײבטע, פֿאַרבלענדעטע, פֿאַנאַטישע חסידים און פֿרומע לײַט. אַפֿילו פֿון די װײניק פֿאַרמעגלעכע שיכטן. אײן מאָל אין יאָר, יום־כּיפּור־צײַט, פֿלעגן אין דער דאָזיקער קלױז אַרײַנקומען די געצײלטע זעלטענע פֿאָרשטײער פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער גרױס־בורזשואַזיע: דער אין גאַנצן געגאָלטער מיטן ניט ייִדישן פּנים און אױסזען אײגנטימער פֿון דער גרױסער װאַלדאָװער דאַמף־מיל װאַלדענגערע, מיט זײַן קלײנעם טליתל און אין גאָלד־געבונדענעם סידורל און נאָך אײניקע „העכטן‟. דאָס זײַנען געװען זעלטענע געסט אין קלױז, אָבער זײער רײַכקײט האָט זײ אױך דערלױבט צו פֿאַרנעמען דעם אױבנאָן אין דער מיזרח־װאַנט פֿונעם הײליקן הױז.

עטװאָס נידעריקער און װײַטער פֿון דער גרױסער קלױז האָט זיך געפֿונען דאָס קלײַזל. אַהין פֿלעגן קומען מענטשן פֿון מיטלשטאַנד, אױפֿגעקומענע גבֿירים, װאָס פֿאַרשטײען װײניק אין תּלמוד, אָפֿט עמי־הארצים פֿאַרגרעבטע, אָבער זײ קלײַבן זיך גוט פֿאַנאַנדער אין פֿאַרשײדענע הײַנטצײַטיקע געשעפֿטן.

דאָ אין קלײַזל האָבן זיך געטראָפֿן אַזױנע כאַראַקטעריסטישע טיפּן װי דוד בראָנשטײן, אַ מיטליאָריקער ייִד מיט אַ שײן געשױרן בערדל, מיט קלײנע דורכדרינגלעכע און פֿינקלענדיקע אױגן אין אַ קורצן פּידזשאַק. אַ באַװעגלעכער, אַ רירעװדיקער, אַ פֿרײלעכער, אַ װערטלזאָגער, אַ דורכגעטריבענער. ער האָט גאָר שטענדיק חוזק געמאַכט פֿון די פֿרומע ייִדן מיט זײערע מינהגים, פֿירן זײַנע געשעפֿטלעכע שמועסן מיט אַנדערע סוחרים. אַן אױפֿגעקומענער גבֿיר, איז דוד בראָנשטײן באַזונדערס שטאַרק רײַך געװאָרן אין די מלחמה־יאָרן. דאָס האָט ער ציניש און פֿרעך געװאָרפֿן זײַן חכמה: „זאָל גאָט געבן ישועות און… מלחמות‟.

באַרימט האָט ער זיך געמאַכט פֿאַר אַלעמען מיט זײַנער אַ טראַנסאַקציע בעת דער מלחמה — אײנער פֿון די פֿיל ספּעקולאַציעס, װאָס ער האָט געמאַכט: געשלאָסן האָט ער אַ קאָנטראַקט ערגעץ־װוּ מיט אַ צװײטן װײַטן סוחר און אים פֿאַרקױפֿט אַ װאַגאָן װײץ. אױף דער אײַזנבאַן האָט מען דאַן ניט דערלױבט טראַנספּאָרטירן פּריװאַטע משׂאות און סחורות, אָבער משׂאות פֿון אָפּפֿאַלן האָט מען דװקא יאָ דערלױבט איבערצופֿירן. האָט דוד בראָנשטײן אָפּגערעדט מיטן װײַטן סוחר, אַז ער וועט אים איבערשיקן דעם פֿאַרמאַכטן װאַגאָן װײץ, װי אָפּפֿאַלן און אַזױ וועט ער עס דאָקומענטירן פֿאַר דער אײַזנבאַן־סטאַנציע. דער װײַטער סוחר איז אײַנגעגאַנגען אױף דעם, האָט זיך לײַטיש צעצאָלט פֿאַר דער סחורה אױפֿן ערנװאָרט און דוד בראָנשטײן איז געװען העכסט צופֿרידן. קומענדיק אַהײם, האָט ער זיך אָבער באַטראַכט: װאָס דאַרף ער אָפּנאַרן די אײַזנבאַן און רעזיגנירט. לאָזן אַ װאַגאָן מיט װײץ און פֿאַרשרײַבן אָפּפֿאַל, — אמת, װעט ער בעסער אָפּנאַרן דעם װײַטן סוחר און װעט אים אָפּשיקן דעם פֿאַרמאַכטן װאַגאָן טאַקע מיט אָפּפֿאַלן אָן שום ריזיקע, װי אין די דאָקומענטן שטײט געשריבן. ער האָט טאַקע אַזױ געטאָן. דער װײַטער סוחר האָט געעפֿנט דעם װאַגאָן מיט אָפּפֿאַלן און באַקומען אױפֿן אָרט אַ האַרצשלאַק, װײַל דוד בראָנשטײן מיט זײַן טראַנסאַקציע האָט אים בדיל־הדל געשטעלט, אָבער דוד בראָנשטײן זעלבסט האָט אָנגעקװאָלט פֿון זײַן איבערגעשפּיצטקײט, װאָס האָט באַרײַכערט זײַן פֿאַרמעגן, און האָט אַלעמען װעגן דעם דערצײלט.

עס געדענקט זיך אַזאַ עפּיזאָד פֿון עזריאל קאַנצבערגס רײַכער קאַריערע. געפֿירט האָט ער גרויסע געשעפֿטן מיט דער דערמאָנטער גרעפֿין איגנאַטיעװאַ, װאָס האָט געװױנט אין איר פּאַלאַץ אין דאָרף קרופּאָדאָרניצע. אײן מאָל אין אַ הײסן זומערטאָג איז געקומען אַ קאַרעטע פֿון דער גרעפֿין צו עזריאל קאַנצבערג און אים אײַנגעלאַדן פֿאָרן תּיכּף־ומיד אין פּאַלאַץ צו דער גרעפֿין. אַן אױסגעפּוצטער אין זײַן שײנער יום־טובֿדיקער קאַפּאָטע מיטן זײַדענעם היטל אױפֿן קאָפּ און גוט פֿאַנאַנדערגעקעמטער לאַנגער, שװאַרצער באָרד האָט עזריאל קאַנצבערג אַ צופֿרידענער פֿון דער פֿאָרשטײענדיקער געשעפֿטלעכער, פּראָפֿיטפֿולער באַגעגעניש מיט דער גרעפֿין זיך געלאָזט אין װעג. װי נאָר ער איז אָנגעקומען אין פּאַלאַץ האָט מען אים אַרײַנגעפֿירט אין פֿאָדער־צימער און אים איז אַנטקעגנגעקומען די גרעפֿין, זיך געגריסט און געהײסן אים אױסװאַרטן:

— אָט, װאַרט דאָ, סראָליק, מע דאַרף דיך זען.

איגנאַטיעװאַ איז אַרײַנגעגאַנגען אין די אינערלעכע זאַלן פֿון פּאַלאַץ און איז אין אַ צײַט אַרום אַרױסגעקומען פֿון דאָרט אין דער באַגלײטונג פֿון אַ צװײטער שטאָלצער דאַמע, אױסגעפּוצטער און שעמערירנדיקער מיט גאָלד און זילבער. עזריאל קאַנצבערג איז געבליבן שטײן מיטן אַנטבלױזטן קאָפּ אין דרײַען געבױגן פֿאַר די צװײ הױכגעשטעלטע דאַמען.

די אומבאַקאַנטע דאַמע, אױפֿהערנדיק אַ װײַלע קוקן אױף דעם שטײענדיקן מיטן אַנטבלויזטן קאָפּ און שײנער גרױסער שװאַרצער באָרד און לאַנגער קאַפּאָטע עזריאל קאַנצבערג, האָט אַ גרײטן שמײכל געטאָן צו דער גרעפֿין איגנאַטיעװאַ און אַ זאָג געטאָן אין רײנעם פֿראַנצײזיש:

— !C’est scharmant (דאָס איז פּרעכטיק!)

בײדע הױכגעשטעלטע דאַמען האָבן זיך גלײַך אומגעקערט צוריק אין זאַל און עזריאל קאַנצבערגן האָבן די דינער געמאָלדן, אַז ער קאָן שױן גײן אַהײם.

עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז בײַ דער גרעפֿין איגנאַטיעװאַ האָט זיך אַצינד געפֿונען צו גאַסט די באַרימטע הױפֿדאַמע פֿונעם הױף פֿון זײַן אימפּעראַטאָרישער מאַיעסטעט ניקאָלײַ דעם צװײטן, די גרױס־גרעפֿין גאָליצינאַ. װען די גרעפֿין איגנאַטיעװאַ האָט איר דערצײלט און געװיזן אירע לאַנדגוטן און דערפֿער און געזאָגט, אַז אין איר שטעטל פּאָגרעבישטשע װױנען פֿיל ייִדן, האָט די „אײדעלע‟ הױפֿדאַמע אַרױסגעזאָגט אַ װוּנטש אַ קוק צו טאָן אויף אַ לעבעדיקן ייִדן, װײַל, זעט איר, זי האָט נאָך אין איר לעבן ניט געזען קײן ייִדן. עזריאל קאַנצבערג איז דאָס געװען דער מוסטער־ייִד, װאָס די גרעפֿין האָט ברײטהאַרציק דעמאָנסטרירט פֿאַר איר הױכגעשטעלטן גאַסט פֿון צאַרישן הױף.

עזריאל קאַנצבערג איז גאָר געװען שטאַרק צופֿרידן, מלא־גדולה פֿון דער דערנידערנדיקער, העסלעכער אױדיענץ, װײַל מיט אַ װאָך שפּעטער איז די גרעפֿין איגנאַטיעװאַ געװען צו אים שטאַרק מילד און פֿאַרקױפֿט אים פֿאַר אַ שיבוש אַ גרױסן װאַלד, פֿון װעלכן ער האָט מיט דער צײַט אַרױסגעצױגן פֿיל טױזנטער און ער האָט אַלעמען דערצײלט מיט גדלות, װי אַזױ ער איז געשטאַנען אין זײַן נײַער זײַדענער קאַפּאָטע און לאַנגער באָרד פֿאַר די „הױכע אױגן‟ פֿון דער גרױספֿירשטין גאָליצינאַ.

ניט װײַט פֿון דער גרױסער שיל, אינעם אונטערשטן טײל פֿון שטאָט האָט זיך געפֿונען די קלײנע שיל, פֿאַרן מיטלשטאַנד. װײַטער, כּמעט אױפֿן ראַנד פֿון שטעטל איז געשטאַנען די שױן דערמאָנטע אַלטע אָריגינעל געבױטע פֿירגאָרנדיקע שנײַדער־שיל. אַ גאַנץ יאָר שטייט זי ליידיק, אָבער אין די יומטובֿדיקע טעג איז זי איבערגעפֿולט מיט מענטשן — בעלי־מלאָכות, שוסטערס, שנײַדערס, שמידערס, בלעכערס, טרעגערס און גלאַט אַרבעטסמענטשן. דאָרט האָט מען װײניק געזאָרגט װעגן פֿרומקײט, דאָרט פֿלעגט שטענדיק דאַװענען דװקא דער בעסטער חזן און מע האָט דאָרט אין די יום־טובֿ־טעג פֿאַרבראַכט פֿרײלעך, געלאַכט, געװערטלט זיך און זיך אָפּגערוט פֿון דער שװערער האָרעוואַניע פֿון אַ גאַנץ יאָר.

כאָטש די רעליגיע איז נאָך שטאַרק געווען אינעם לעבנס־שטײגער פֿון שטעטל, האָט שױן אָבער דער קלעריקאַליזם אָנגעװױרן זײַן קעמפֿערישן און קריגערישן כאַראַקטער, װי אין די װײַטע פֿריִערדיקע צײַטן, ער איז שױן געווען אָנמעכטיק אָנצובינדן זײַן װילן, אָדער צװינגען נאָכצוגײן זײַנע װעגן, און אָננעמען רעפּרעסיעס צו די װידערשפּעניקע, װי אין די אַמאָליקע צײַטן. בײַנאַנד מיט די פֿרומאַקעס, פֿאַנאַטישע לײַט, חסידים װאַקסט און ווערט שטאַרקער אין שטעטל דער קעגנזעצלעכער לאַגער פֿון פֿרײַע עלעמענטן און קײנער קאָן דעם נײַעם כּוח ניט שטערן.

שלמה־דוד, דער אַלטער רבֿ, אַ נידעריקער, שטאַרק אױסגעצערטער, דאַרער זקן מיט אַ פּאַרמעט־פּנים, מיט אַ קלײן גרױ ציגנבערדל, מיט גרױסע טונקעלע אױסגעלאָשענע אױגן, מיט אַ שטענדיקן יאַדעשליװן הוסט, איז אַ ביז גאָר אױפֿריכטיקער, פֿאַנאַטיש־פֿאַרגלײבטער מענטש און אַ בוּיאַנער חסיד. געהאַט האָט ער, אַגבֿ, פֿיר איבערגעװאַקסענע טעכטער און געװען אַ גרױסער קבצן, אָבער אַרײַנגעטאָן איז ער שטענדיק געװען אין געטלעכע ענינים; ער האָט װײניק װאָס געזאָרגט װעגן װױלשטאַנד פֿון זײַן פֿאַמיליע און זיך זעלבסטשטענדיק באַגרענעצט מיט אַ כּזית, מיטן סאַמע װײניקסטן, װאָס אַ מענטש באַדאַרף. געווען איז ער בטבֿע ניט קײן שלעכטער מענטש, אָבער די פֿילצאָליקע פֿאַרלעצונגען און עבֿרות, װאָס פֿלעגן דערלאָזט װערן דורכן עולם, האָבן בײַ אים אַרױסגערופֿן גרױס ערגענונג און עגמת־נפֿש און ער פֿלעגט אָפֿט טומלען און רײדן בײזע װערטער קעגן די חצופֿים, אױסגעלאַסענע, אַפּיקורסים, װאָס זײַנען מחלל בפֿרהסיה די אײַנגעשטעלטע געבאָטן, פֿאַרגײענדיק זיך דערבײַ אין אַ גרױסן און לאַנגן זקנישן הוסט. אָבער זײַנע לאַמענטאַציעס און זײַן הוסטן האָבן קײנעם ניט אָפּגעשטעלט צו טאָן דאָס, װאָס מ׳האָט געװאָלט טאָן.

װעגן אײנעם אַ שטעטלדיקן װערטלזאָגער, װאָס האָט זיך געקױפֿט אַ דירה אום שבת, האָט מען דערצײלט, אַז אױף דער פֿראַגע, צי האָט ער געפֿרעגט בײַ שלמה־דוד דעם רבֿ אַ הכשר צו קױפֿן, האָט ער געענטפֿערט: „נו, יאָ געפֿרעגט, פֿאַרשטײט זיך, געפֿרעגט.‟ — „איז װאָס זשע האָט ער דיר געזאָגט?‟ — „ער האָט געזאָגט, אַז מען טאָר ניט, נאָר איך הער אים פֿאַר אַ זעקסטער…‟

דער צװײטער יונגער רבֿ, אײַזיק, אַ פֿולגעפּאַקטער, שײנער יונגער־מאַן מיט אַ געל בערדל, װאָס האַלט אין װאַקסן, מיט גאָלדענע ברילן אױף דער נאָז, האָט בכלל זיך געהאַלטן אַ ביסל ליבעראַל. ער האָט געװאָלט פֿאַרדינען אױטאָריטעט בײַ דעם ייִנגערן עולם און בײַ די אָרעמע שיכטן, און האָט קײנעם ניט געטאַדלט פֿאַר פֿאַרלעצונגען און עבֿירות און האָט מסתּמא, אַלײן בשתּיקה ניט אַזױ שטרענג אָפּגעהיט די אײַנגעשטעלטע געבאָטן און אין האַרצן אפֿשר ניט אַזױ שטאַרק געװען באַהערשט פֿון עכטע רעליגיעזע געפֿילן און געדאַנקען.

אין זכּרון זײַנען פֿאַרבליבן די אײַנדרוקן פֿון דעם טומלדיקן באַזוך פֿון דעם יונגן סאַדאַגערער רבן, אײנעם פֿון דער מעכטיקער גאַליציאַנער צדיקישער פֿרידמאַן־דינאַסטיע, בײַ אונדז אין שטעטל אַן ערך אין יאָר 1912. עס איז געווען, געדענקט זיך, זומערצײַט. עס זײַנען אָנגעקומען פֿון די אַרומיקע שטעטלעך פֿאַרברענטע חסידים זיך צו זען מיטן רבין. די רײַכע האָבן געדונגען זיך נאַכטלעגער אין די הײַזער. געמײנע זײַנען געשלאָפֿן אױף די בענק אין שיל, אין פֿירהױז בײַ דעם רײַכן שמערל פֿראַנקמאַן. צום טאָג פֿון זײַן אָנקום איז אַ גרױסער עולם אַרױסגעגאַנגען צו דער באַן־סטאַנציע אים באַגעגענען און נאָכגעלאָפֿן נאָך דער קאַרעטע, אין װעלכער זײַן הײליקײט, אַרומגערינגלט מיט די גרױסע, פֿעטע, בערדיקע גבאָים און היטער איז אַרײַנגעפֿאָרן אין שטעטל און זיך אָפּגעשטעלט אין שמערל פֿראַנקמאַנס גרױסער און געראַמער שטוב.

פֿרײַטיק־צו־נאַכטס איז ער געקומען אין דער גרױסער קלױז דאַװענען. אַ פֿילצאָליקער פֿאַנאַטישער עולם האָט זיך אױסגעשטעלט פֿון בײדע זײַטן בײַם אַרײַנגאַנג, אין פּאָליש, אױף די טרעפּ; מ׳איז געשטאַנען קעפּ אױף קעפּ אין גרױס שטופּעניש און אין דער מיטן איז פּאַמעלעך און צערעמאָניעל געגאַנגען דער רבי אין זײַן זײַדענער קאַפּאָטע מיטן רבנישן שטרײַמל און נאָך אים אַ גאַנצע סװיטע פֿון די סאַמע פֿאַרנעמסטע און רײַכסטע חסידים. פֿון בײדע זײַטן שטרעקט מען אים אױס די הענט און מע שרײַט „שלום־עליכם, רבי!‟. דער רבי גײט מיט אַן אױסגעשטרעקטער האַנט, װאָס רירט זיך קױם צו מיט די פֿינגערעקן צו די פֿילצאָליקע הענט פֿון די חסידים, ער שאָקלט מיטן קאָפּ און מורמל: „עליכם־שלום, עליכם־שלום‟…

שבת אין דער פֿרי זײַנען די חסידים געזעסן אין ענגשאַפֿט און געטרונקען פֿון טשאָלנט אַרױסגענומענע קאַנען װאַסערדיקע טײ, באַװײַסט מיט מילך און געקװיקט זיך מיטן רבינס כּבֿוד. שבת בײַ טאָג האָט מען געכאַפּט פֿון רבינס טיש נאָך דעם, װי דער רבי, פֿאַרשטײט זיך, אַ פֿולקום זאַטער, האָט זיך נאָר צוגערירט צו דער שיסל — שיריים פֿון די פֿיש און לאָקשן. דער טומל, דער געפּילדער און דאָס שטופּעניש איז געװען אומגעהײַער. אין משך פֿון דער װאָך איז דער רבי געזעסן פֿאַרשפּאַרט בײַ זיך אין דער װױנונג און אױפֿגענומען בײַ זיך מיט װיזיטן די געקומענע פֿון װײַטנס רײַכע חסידים מיט זײערע רײַכע מתּנות. אײן מאָל האָט דער רבי אונטערגענומען אַן אַרױספֿאָר אױפֿן בית־עולם, אױף קבֿר־אָבֿות, צו זײַנע הײליקע אורעלטערן און דער חסידישער המון איז מיט אים אַהין מיטגעגאַנגען. אַ פּאָר מאָל האָט זיך דער רבי באַװיזן בײַם האַלב־אָפֿענעם, האַלב־פֿאַרשטעלטן פֿענצטער פֿון זײַן װױנונג: אַ מיטלװוּקסיקער ייִדישער יונגער־מאַן פֿון אַ יאָר 30 מיט אַ געדיכט שװאַרץ בערדל, אַ װײַס פּנים, מיט פֿאַרבלאָזע אױגן אין דער שײנער קװאַדראַטנער זײַדענער יאַרמלקע אױפֿן קאָפּ. עס איז גאָר ניט געװען צו באַמערקן קײן אױסערגעװײנלעכס און אױסטערלישס אין זײַן אױסזען, אָבער דער חסידישער המון האָט פֿאַרריסן די קעפּ, געקוקט מיט התלהבֿות און גאַפֿט.

אמת, צװישן דעם גרויסן עולם, װאָס האָט שפּאַצירט אַרום דעם רבינס װױנונג, האָט מען געקאָנט טרעפֿן פֿיל פֿרײלעכע, פּשוטע פּלעבעיִשע יונגען, װאָס קוקן אױס נײַגעריק, מיט אַ שמײכל און לאָזן אָפּ גיפֿטיקע שטעכװערטלעך און פֿרײלעכע װיצן אױפֿן חשבון פֿונעם הײליקן רבין, זײַנע מופֿתים און זײַנע יסורים, אָבער זײ טוען דאָס שטילערהײט, װײַל די הײליקע פֿאַרברענטע חסידים קענען געבן פּעטש, אַפֿילו אום שבת. אינטעליגענטע און גלאַט פֿרײַע לײַט שטײען אין גאַנצן אין דער זײַט פֿון דעם דאָזיקן פֿאַנאַטישן טומל, זײ קוקן מיט ביטול און פֿאַראַכטונג, און אײניקע מיט פֿאַרביטערונג אױף דעם גאַנצן אומגעלומפּערטן און נאַרישן בײזװוּנדער און גערודער אַרום דעם רבינס באַזוך אין די הײסע זומערדיקע טעג פֿון יענע װײַטע יאָרן פֿון מײַן קינדהײט.

דער גרױסער טומל אין שטעטל אַרום דעם רבינס באַזוך האָט אַרױסגערופֿן אַ געװיסן פֿאַרדאַכט בײַם אָרטיקן פּריסטאַװ און ער האָט באַשלאָסן אַלײן בכבֿודו־ובֿעצמו באַזוכן דעם רבין. אין אײנעם אַ טאָג האָט זיך דער פּריסטאַװס קאַרעטע אָפּגעשטעלט בײַ שמערל פֿראַנקמאַנס הױז, פֿון דער קאַרעטע איז אין זײַן פֿולער אַמוניציע אַרױסגעגאַנגען „יעװאָ בלאַגאָראָדיע‟ דער פּריסטאַװ אַלײן און זיך געלאָזן צום אַרײַנגאַנג אין הױז. דער חסידים־עולם אַרום איז געבליבן דערשטױנט און דערשראָקן: װער װײסט, װאָס דער אָדון און קנעפּל האָט פֿאַרטראַכט?

דער פּריסטאַװ איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז, די גבאָים האָבן אים באַגעגנט מיט גרױס פּאַראַד און אים אַרײַנגעפֿירט צום רבין אין קאַבינעט. עס איז געװאָרן אַרום שטיל און אָנגעשטרענגט. דער עולם אויף דער גאַס האָט מיט אומגעדולד געװאַרט אױף דעם פּריסטאַװס אַרױסגאַנג. פֿערציק מינוט האָט דער פּריסטאַװ זיך פֿאַרזאַמט ביחידות אױף דער אוידיענץ מיט רבין.

װעגן װאָס זײ האָבן גערעדט האָט, נאַטירלעך, קײנער ניט געװוּסט, דער געשעפֿטלעכער אָפּמאַך, װאָס איז צװישן זײ געשלאָסן געװאָרן, איז געבליבן בסוד, אָבער אַלע האָבן געזען, װי דער פּריסטאַװ איז אַרױסגעגאַנגען מיט אַ שמײכל פֿון רבינס הױז און האָט אַפֿילו געװאָרפֿן אַ פּאָר באַמערקונגען זײַנע באַגלײטער:

— Святой человек… Умница… (אַ הײליקער מענטש, אַ חכם)

פֿרײַטיק אין דער פֿרי האָט װידער אַ גרױסער המון פֿון פֿאַרברענטע חסידים זיך געשטופּט אַרום דער קאַרעטע, אין װעלכער „זײַן מאַיעסטעט‟, דער רבי, איז געפֿאָרן אין באָד אַרײַן. דער פֿרומער משהלע, דער בעל־עגלה האָט געגאַפֿט פֿון פֿרײד, װאָס ער האָט זוכה געווען צו שמײַסן די פֿערד, װאָס האָבן פֿרײלעך געהירזשעט, צופֿרידענע פֿון גרױסן כּבֿוד, װאָס אױף זײ איז אױסגעפֿאַלן צו פֿירן דעם הײליקן סאַדאַגערער רבין צו זײַן הײליקער טבֿילה… מײַן ברודער װעלװל, דאַן אַ 16־יאָריקער יונג, האָט אין דעם פֿײַערלעכן מאָמענט שאַרפֿזיניק באַמערקט ניט װעגן די פֿערד, פֿאַרשטײט זיך, נאָר װעגן דעם צעהיצטן פֿאַנאַטישן חסידים־עולם:

— זײ מײנען, אַז זײ פֿירן אים אין באָד אַרײַן… אָבער אין דער אמתן פֿירט ער זײ גראָד אין באָד אַרײַן…

פֿאַר דער חכמה האָט מײַן ברודער דאַן באַקומען אַ מיאוסן פּסק פֿון דער פֿרומער מאַמע, אָבער זײַן ווערטל איז געגאַנגען איבערן שטעטל פֿון מױל צו מױל, עס האָט שטאַרק אױסגענומען בײַם עולם און זיך טיף פֿאַרקריצט אין זכּרון, אין געדאַנק ביז צום הײַנטיקן טאָג.

המשך קומט

Leave a comment