דער פֿינפֿיאָר־פּלאַן

עמיל קאַלין

דאָס פֿערטע קאַפּיטל

4

פֿון דעם טראַנזיסטאָר אויפֿן טיש אין קיך האָט זיך אַרויסגעקײַקלט אַ פּאַטריאָטיש-קאָמוניסטישער מאַרש, וואָס האָט באַזונגען דעם אויפֿבוי פֿון לאַנד און דאָס אויספֿורעמען אַ נײַעם טיפּ מענטש און אַ נײַע, ליכטיקע עפּאָכע. דערנאָך האָט געדרשנט אַ שטיקל צײַט אַ רעדנער וועגן די נײַע האָריזאָנטן און גינגאָלדענע ליכטיקייט וואָס דער פֿינפֿיאָר־פּלאַן וועט ברענגען דעם לאַנד און פֿאָלק. דער דרשן האָט נישט איבעריק פֿאַרצויגן די מעשׂה און גלײַך נאָך אים האָבן זיך דערהערט פֿונעם אַפּאַראַט דינע זיסע קינדערישע קולכלעך פֿון די פּיאָנערן. זיי האָבן זיך געשוווירן מיט דער ערנסטקייט פֿון מוח-געוואַשענע דערוואַקסענע, אײַנצושפּאַנען זיך און צולייגן אַלע כּוחות, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם גליקלעכן מאָרגן. אַ מיידלש קול האָט אויסגערופֿן לאָזונגען וועגן דער וווילשטאַנד פֿאַר קינדער, גליק, פֿרייד פֿון זייער טיפֿן כּבֿוד פֿאַרן האָרעפּאַשניק. אַ קינדער־כאָר האָט געוווּנטשן שלום און פֿאַרשטענדעניש צווישן פֿעלקער. אַ טיפֿע, מענערישע שטים האָט גענומען אויסרופֿן, פֿול מיט באַגײַסטערונג און גלויבן: „זאָל לעבן דער קאָמוניזם! זאָל לעבן דער חבֿר טשאַושעסקו, דער באַשיצער פֿון פֿאָטערלאַנד, דער באַליבסטער זון פֿון דער נאַציע, זאָל לעבן רומעניע!‟

די ערשטע טעג פֿון זײַן קומען קיין רומעניע האָבן אים אָט די לאָזונגען געגרילצט אין די אויערן און אין דער זעלבער צײַט צוגעצויגן זײַן אויער. די קורצע, פּשוטע, איינדײַטיקע זאַצן זענען געווען ווי אַרויסגעשאָסענע פֿון אַ האַרמאַט. זייער שטרענגע, כּמעט רעליגיעזע שטימונג האָט ווי געהויערט איבער אים, ווי ער זאָל זיך נישט ווענדן. די פֿלאַמיקע רייד האָבן געטראָגן אין זיך אַ מין מאַגנעטישן כּוח. ער אַליין איז נישט געווען ביכולת זיך אָפּגעבן דעם חשבון, הלמאַי, אייגנטלעך, שפּיצן זיך פֿון זיך אַליין אָן זײַנע אויערן, בעת ער דערהערט לויב-רייד און חניפֿה וועגן דעם געניאַלן פֿינפֿיאָר־פּלאַן, דער פּאַרטיי, דעם צענטן צוזאַמענפֿאָר, דעם קאָמוניסטישן וועג.

די ווערטער האָבן זיך ווי אַרײַנגעריסן אין זײַן קאָפּ ממש בגוואַלד. ער האָט געקענט אַלע לאָזונגען אויף אויסנווייניק און טאָמער עס וואָלט זיך געמאַכט אַ געלעגנהייט וואָלט ער געקאָנט פּריידיקן קאָמוניזם נישט ערגער פֿון אַנדערע.

גאַנץ גיך אָבער האָבן אָט די צעגליטע רייד און פֿײַערלעכע צעצויגענע געטרײַשאַפֿט-שבֿועות אָנגעוווירן זייער מעכטיקייט. זיי זענען געוואָרן נאַטירלעכער, פּונקט ווי די היצן זומערצײַט, האַרבסטיקע בלאָטעס, מענטשלעכע טיפּשות, נישטיקע זינדן און אייגענע שוואַכקייטן. איצט זענען די לאָזונגען געוואָרן ווי אַ שאָטן, וואָס באַגלייט דעם מענטשן אַלע יאָרן זײַנע.

דער טראַנזיסטאָר איז אַנטשוויגן געוואָרן אויף אַ ווײַלע.

„זאָג מיר, וווּהין זענען אַוועקגעפֿלויגן די צוויי וואָכן, האַ?‟ — האָט סעם אַרויסגעבראַכט די ווערטער הויך, ווי אַ שווערהעריקער. אים אַליין איז געווען שווער צו הערן די דאָזיקע פֿראַגע.

פּוּיקעלע איז געזעסן אויף יענער זײַט טיש, פֿאַרטיפֿן אין אייגענע זאָרגן, געברומט צו זיך אַ טעאַטער־לידעלע און געקײַט אַ שטיקל האַרט געוואָרענעם ברויט. נאָך אין דער פֿרי איז עס געווען פֿריש נאָכן אָפּשטיין אין אַ לאַנגער ריי, אָבער איצט, אין אָוונט, איז דאָס ברויט געווען האַרט און טרוקן. פּוּיקעלע האָט שווער געשלונגען די ביסנס, אָן אַן איבעריקן חשק, ווי זיי וואָלטן געווען ביטערע פּילן.

„וווּהין זענען די צוויי וואָכן אַוועקגעפֿלויגן?‟ — האָט ער איבערגעפֿרעגט, פֿאָנפֿנדיק, און אַליין צוגעשטעלט דעם ענטפֿער: — „נו, און וווּהין זענען אַוועק אַלע יאָרן? איך האָב מיך קוים־קוים אויסגעטשוכעט, נישט געהאַט קיין צײַט צו מאַכן אַ לעבן און נאַ דיר, תּיכּף דאַרף מען זיך געזעגענען אי מיט דיר, אי מיטן לעבן…‟

סעם האָט זיך געבייזערט:

„וואָס וועסטו טאָן, האַ? וועסט זיך, חלילה, הענגען, אַז איך וועל אַוועקפֿאָר? זײַ נישט קיין ייִנגעלע, איך בעט דיך!‟
„זיך הענגען? חס-ושלום! איך הייב נישט צו וויסן ווי מע הענגט זיך… ווי קריגט מען אַ גוטן שטאַרקן שטריק? ווי מאַכט מען די פּעטליע? צו דעם דאַרף איך נעמען לעקציעס! און די גוטע לערערס זענען שוין נישטאָ… דאָס איז פֿאַרשטענדלעך. ס׳אַ פּראָפֿעסיע אַזאַ, וואָס מ׳קאָן זי נישט איבערגעבן, חבֿרל. דו האָסט אַ מיאוסן טעות.‟
„נו, וואָס טויגן אַזעלכע ווערטער?‟
„זיי טויגן נישט! און וואָס טויג דאָס לעבן? זאָג מיר, דו.‟

סעם האָט געמאַכט אַ מאַך מיט דער האַנט:

„עט, אַ שאלה… ס׳לעבט זיך.. דאַטס אָל! מ׳לעבט און אַן עק!‟

פּוּיקעלע האָט אויפֿגעהערט צו קײַען, אַראָפּגעשלונגען דעם לעצטן ביסן און אויפֿגעהויבן דעם ווײַזפֿינגער:

„דאָך! דאָך!‟ — האָט ער זיך אָנגערופֿן. — „דער מענטש איז נישט קיין בהמה, וואָס ווייסט נאָר זיך צו פּאַשעט, מער דאַרף זי גאָרנישט. זי פֿרעגט זיך נישט, פֿאַר וואָס זי קײַט גראָז… אָבער אַז מע ווערט עלטער, ווערט אַ ביסל קעלטער. וואָס קומט אַרויס פֿון אויפֿשטיין אַיעדן אינדערפֿרי, גיין צו דער לאַנגווײַליקער אַרבעט, זיך ראַנגלען כּסדר מיטן לעבן? פֿאַר וואָס און פֿאַר וועמען? פֿאַר זיך אַליין? ניין, אַ דאַנק! איך דאַרף עס נישט. איך בין, ברוך-השם, שוין אַן אַלטער ייִד. איך דאַרף גאָרנישט.‟
„הייבסט שוין אָן ווידער?‟ — סעם האָט אים קרום אָפּגעמאָסטן. — „איך זאָג דיר ווידער: ביסט נישט אַלט. וואָס האַקסטו דאָרט מיט די יאָרן, וואָס זענען אַוועק? טויט-שמויט!‟
„וואָס מיינסטו, גאָט וועט איבערהיפּערן איבער דיר? אפֿשר! ווי עס זאָל נישט זײַן, גאָט וועט מיך נישט זשאַלעווען, שלוימעלע! ער זשאַלעוועט מיך נישט איצט. ער וועט נישט פֿאַרגעסן אין מיר. מײַן שעה וועט קומען און ער וועט מיך רופֿן צו זיך.‟

סעם האָט זיך געבונטעוועט קעגן פּוּיקעלעס לעבעדיקן טאַנגאָ־טאַנץ מיטן מלאך-המוות. דאָס גאַנצע לעבן האָט ער אָפּגעשטויסן דעם געדאַנק וועגן דעם אומפֿאַרמײַדלעכן סוף און איצט האָט ער נישט געהאַט בדעה צו בײַטן זײַנע דרכים. ער פֿלעגט אָפּוואַרפֿן פּוּיקעלעס רייד וועגן שוואַכקייטן, אָפּהענגיקייט, טויט און אָפּענטפֿערן אויף זיי מיט חוזק. ער האָט תּמיד אויסגעמיטן אַזעלכע טעמעס. אין אַמעריקע פֿאַראַכט מען שוואַכקייט. יעדער וואָס רירט אָן אַזאַ טעמע, ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ לא-יוצלח, אַ „לוזער‟. די אומגליקן, וואָס קומען פֿאָר אינעם לעבן פֿון דעם יחיד, ווערן שטענדיק אָנגענומען ווי אַ פּריוואַטער ענין, פּערזענלעכע קאָמפּליקאַציעס, וואָס זענען אַ רעזולטאַט פֿון געוויסע אומשטענדן און זענען נישט נוגע דעם כּלל, נאָר בײַ פּוּיקעלען ווערן די אָפּקומענישן פֿון איין מענטש, און אין דעם פֿאַל, זײַנע אייגענע פּלאָגענישן און יסורים, — אַ טראַגעדיע פֿון דעם מענטשלעכן מין.

נאָך אַ פּויזע האָט פּוּיקעלע געזאָגט:

„וואָס איז דער שׂכל? איבערמאָרגן פֿליסטו צוריק קיין אַמעריקע. איך וועל בלײַבן דאָ אַליין, ווי אַ שטיין. מאַרטאַ איז אַנטלאָפֿן פֿון מיר און כאָטש לויטן דין בין איך פֿרײַ, ווי אַ פֿויגל, ווער איך דול צו שטעלן אַ חופּה מיט אַ האָרבאַטש, אַ קאַליקער? דו קומסט צוריק צו זיך אַ היים קיין אַמעריקע, און וועסט ווידער אַרײַנגיין אין דער דירה, וווּ די ווינטן פֿײַפֿן און וואָס וועט זײַן ווײַטער?‟
„ווײַטער? וועסט זען! איך וועל דיר שיקן פּעקלעך. וועסט קריגן פֿון שענסטן און פֿון בעסטן. ס’וועט דיר גאָרנישט אויספֿעלן.‟

סעם האָט דעמאָלט נאָך נישט געוווּסט — וויִאַזוי האָט ער עס געקאָנט וויסן? — אַז אויפֿן צווייטן טאָג, ווען ער וועט אָנטאַפּן דעם טאַש, וואָס ער האָט באַהאַלטן טיף אין דער וואַליזע, דאָרט, וווּ ער האָט געהיט אַלע באַנקנאָטן, פּאַפּירן און דאָקומענטן, וועט ער געווויר ווערן, אַז אַלץ ליגט אויפֿן אָרט, אַ חוץ איין זאַך — זײַן פּאַספּאָרט.

ער האָט דעמאָלט נישט געוווּסט, אַז ער וועט נישט זשאַלעווען קיין מי, איבערקערן די דירה און פּוּיקעלע וועט אים אַרויסהעלפֿן וויפֿל די כּוחות וועלן אים סטײַען און דער קאָפּ וועט אים טראָגן, נאָר זײַן אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט איז ווי אין וואַסער אַרײַן.

סעם וועט פֿאַרפֿעלן דעם פֿלי צוריק קיין פּאַריס און, פֿאַרשטייט זיך, דעם טראַנזיט-פֿלי קיין ניו-יאָרק. קודם, וועט די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע זײַן פֿאַרמאַכט אַ פּאָר חדשים צוליב אַ שטרײַק און שפּעטער וועט ער זיך דערוויסן, אַז גראָד די נייטיקע דאָקומענטן פֿעלן אויס. ער וועט פּרוּוון זיי שאַפֿן און זיך אָנשטויסן כּסדר אין נײַע מניעות און דערנער אויפֿן וועג. די מעשׂה וועט זיך ציִען אָן אַ סוף: די געבורט-מעטריקע איז פֿאַרברענט געוואָרן בעת אַ שׂריפֿה אינעם ראָטנהויז נאָך בעת דער רוסישע באָמבאַרדירונג אין יאָר 1944. אַ ווײַטע קרובֿה, וואָס לעבט אַצינד אין ישׂראל, וועט עקסטרע ברענגען מיט זיך קיין בוקאַרעשט די כּתובה פֿון זײַנע טאַטע-מאַמע, וואָס האָט זיך, על־פּי־נס, געראַטעוועט, נאָר די אָפֿיציעלע מאַכט וועט נישט קאָנען באַשטעטיקן, אַז ער, סעם, איז זייער זון. געוויסע צײַגענישן זענען איבערגעבליבן אין ניו-יאָרק, אָבער דאָריס וועט אַהינקומען פֿון אָהאַיאָ און נישט לאָזן פֿון זיך וויסן; זײַן בת-יחידה וועט גאָר אין גאַנצן נישט ענטפֿערן אויף זײַנע בריוו, פּונקט ווי ער האָט געטאָן מיט פּוּיקעלען. דעמאָלט וועט ער זיך דערמאָנען אין אַ שטיקל מישנה, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט אין זײַן זכּרון: הלל דער זקן האָט דערזען אַ שאַרבן שווימען אויפֿן וואַסער און אים געזאָגט: אטיפוך דאטיפת — מע האָט דיך דערטרונקען, ווײַל דו האָסט דערטרונקען… לסוף וועט סעם זײַן געצוווּנגען צו פֿאַרבלײַבן אין זײַן אַלטער היים קנאַפּע פֿינעף יאָר — אַ פֿינפֿיאָר־פּלאַן.

געשען איז עס ווי אַן אייבערשטער כּוח וואָלט זיך אַרײַנגעמישט אין מיטן דערינען, פֿאַרמישט די יוצרות און געענדערט דעם, אַזוי גערופֿענעם, נאַטירלעכן פּלוס פֿון זײַן לעבן. די סיפּור-המעשׂה וואָלט זיך געקערט אויף אַנדערע, אומדערוואַרטע וועגן און סטעזשקעס. גאָטפֿאָרכטיקע לײַט וועלן דערזען אין דעם גאָטס האַנט, אַ קלאָרער באַווײַז פֿון שטראָף און לוין; נאָר פֿאַר וועלכע זינדן איז סעם באַשטראָפֿט געוואָרן? אָדער פֿאַרקערט, וועלכע זכותים זענען אים בײַגעשטאַנען ער זאָל זוכה זײַן צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון קאָמוניסטישן גן-עדן? אַנדערע, נישט די סאַמע גלויביקע, וועלן ציִען מיט די אַקסלען און אָנרופֿן דאָס געשעעניש גלאַט אַ „ראַרע‟ [1] זאַך, אָבער דאָך אַ צופֿאַל. אַ מאָל איז מען אויפֿן פֿערד און אַ מאָל אונטערן פֿערד. נאָר וועלכע צופֿעליקייט איז בכּוח אַוועקצונעמען פּראָסט און פּשוט דעם פּאָספּאָרט פֿונעם טאַש, וווּ ער איז געלעגן שאַ-און-שטיל צוזאַמען מיט די אַנדערע וויכטיקע פּאַפּירן? זאָל דאָס זײַן גראָד אַ מענטשלעכע האַנט? אַדרבא! פֿאַר וואָס האָט זי נישט אָנגערירט די באַנקנאָטן? זיי זענען אַ בעסערע סחורה. זיי לאָזן נישט איבער קיין שפּאָרן הינטער זיך… אַזעלכע מחשבֿות האָבן געמוטשעט אויך סעמען נישט איין מאָל אין משך פֿון די קנאַפּע פֿינעף יאָר. יעדנפֿאַלס, די זאַך איז פֿאַרבליבן נישט פֿאַרענטפֿערט.

גאַנץ גיך האָט ער געמוזט זיך צופּאַסן, זיך נישט וואַרפֿן אין די אויגן, אויסטאָן די ניו-יאָרקער מלבושים — פֿיזישע און גײַסטיקע, אַריבערגיין אַ נײַעם גילגול. די ניו-יאָרקער צײַטן האָבן זיך פֿאַרענדיקן אין אַן אויגנבליק. ער האָט געהאַט ליגן מיליאָנען אין די אַמעריקאַנישע בענק, נאָר ער האָט נישט געקאָנט בשום-אופֿן צוקומען צו זיי. ווילנדיק יאָ צי נישט, האָט ער געמוזט לעבן אַ נײַ לעבן פֿון אַ פּשוטן בשׂר-ודם. איין עפּאָכע איז פֿאַרגאַנגען און אַ צווייטע איז אויפֿגעקומען: די אַזוי גערופֿענע גאָלדענע עפּאָכע. די „עפּאָכע פֿון טשאַושעסקו‟.


[1] אַ ראַרע זאַך (רומ.) — אַ זעלטענע זאַך

Leave a comment