אלי שאַרפֿשטיין
טאַנקיסטן זיצן ניט אין תּפֿיסה (סוף)
5
און אָט איז געקומען דער וואַלן־טאָג. אָבער, אַוווּ שטימט מען? וועמען דאַרף מען אויסקלײַבן? וועמען אַרט עס? אַבי ס’פֿאַראַן אָ סיבה צו פֿאַרברענגען און הוליען צווישן ציווילע מענטשן. אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט אַ וואַלן־טאָג זיך גערעכנט פֿאַר „אַ יום־טובֿ פֿון דער סאָוועטישער דעמאָקראַטיע‟. אַ יום־טובֿ? עס פּאַסט טאַקע פֿאַר אונדז. מיר האָבן זיך גלאַט אָפּגעגאָלט, אָנגעטאָן די שענסטע בגדים, וואָס מיר האָבן געהאַט, אָפּגעפּוצט מיט וואַקס די קירזעווע שטיוול, און אַוועק אין דאָרף. די פֿאַרראָכטענע מאַשין האָבן מיר געלאָזט שטיין אַוווּ זי שטייט. ס’וועט פֿון איר עפּעס אָפּפֿאַלן?
אַלע געסלעך פֿונעם דערפֿל זײַנען געווען באַפּוצט מיט רויטע פֿענער און פּלאַקאַטן מיט אַ בילד: אַן אַרבעטער מיט אַן אַרבעטאָרין לאָזן אַראָפּ אַ שטימצעטל אין דער אורנע — אַ רויט וואַלן־קעסטל. די היגע דאָרפֿסלײַט, אָנגעטאָן אין יום־טובֿדיקע מלבושים, זײַנען שוין געשטאַנען אַרום די לאַנגע אויסגעשפּרייטע טישן און געהאַנדלט מיט וואָס זיי האָבן געהאַט: פֿרוכטן, גרינסן, גאַלאַנטעריע, כּלי־בית, אייער, הערינג, און אַפֿילו מיט היימישן סאַמאָגאָן. אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דער סאַמאָגאָן געווען פֿאַרבאָטן. נאָר דאָ איז דאָך ליטע. אין ליטע איז אַלץ געווען אַנדערש. די ליטווינער אין דאָרף האָבן זיך געפֿירט לויט זייערע אייגענע געזעצן. און אונדז איז דאָס אַוודאי געפֿעלן געוואָרן. מיר האָבן געמאַכט אַ פּראָמענאַד אויף דער הויפּט־גאַס, געקויפֿט א פֿלעשל מיט משקה און אַ סלוי מיט געזײַערטע אוגערקעס, און זיך אַוועקגעזעצט אין אַ ווינקל פֿון אַ קליין סעדעלע. דאַן האָבן מיר אָנגעהויבן צו פּראַווען דעם גרויסן וואַלן־טאָג. דער סאַמאָגאָן האָט זיך צעגאָסן אין קליינע גלעזעלעך, וועלכע ס׳האָט אונדז געליִען דער פֿאַרקויפֿער. ווען די פֿלאַש איז געוואָרן אויסגעשעפּט, און ס’איז נישט געבליבן קיין טראָפּן ניט פֿון דער „פֿײַערדיקער משקה‟, האָט וויקטאָר געבראַכט נאָך אַ פֿלעשל, און די שׂימחה איז געוואָרן נאָך גרעסער. מיר האָבן זיך שוין געשפּירט פֿאַרטיק־גרויסאַרטיק צו אויספּועלן אונדזער סאָוועטישן צוזאָג און אָנטייל נעמען אין די סאָציאַליסטישע וואַלן. אָבער אַוווּ שטימט מען? מיר זײַנען אַוועק זוכן אַן אַגיטפּונקט. נאָר… די קעפּ האָבן זיך אונדז שוין געדרייט, די פֿיס זײַנען געוואָרן שווער. מיר האָבן נישט געהאַט קיין אַנונג, אַוווּ צו גיין און וואָס צו טאָן. פֿרעגן עמעצן האָבן מיר אויך נישט געקאָנט, ווײַל פֿון צו פֿיל טרינקען האָט די צונג זיך פֿאַרפּלאָנטערט. איך בין זיכער, אַז ווער פֿון אײַך, וואָס האָט אַמאָל אויסגעזשליאָקעט אַ האַלבן פֿלאַש מיט בראָנפֿן, קען מיך פֿאַרשטיין.
איז וואָס זשע האָבן מיר געטאָן? מיר האָבן זיך צעטיילט אויף צווייען: איך מיט וויקטאָרן זײַנען אַוועק אויף לינקס, און אָלעג, וויטאַליק און וואָווקאַ דער קעכער זײַנען אַוועק אויף רעכטס, אין אַן אַנדער עק פֿון דאָרף. אַז מ’גייט זיך פֿאַנאַנדער, ווייסט מען נישט וואָס אַ צווייטער האָט געטאָן, וווּ איז ער געווען, און וועלכע איבערלעבונגען האָט ער געהאַט. פֿון זייערע מעשׂיות, וואָס מיר האָבן געהערט אויפֿן אַנדערן טאָג, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז קיין אַגיטפּונקט האָבן זיי נישט געפֿונען, און שטימען האָבן זיי נישט געשטימט. וויטאַליק האָט דערציילט, אַז זיי האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט אונטער אַ באַנק אין עפּעס אַ קלויסטער. און מ’זאָל אים דערהרגענען, ווי ער ווײסט אַפֿילו נישט, וואָס זיי האָבן דאָרט געטאָן און ווער האָט זיי אויפֿגעוועקט.
איך מיט וויקטאָרן האָבן קיין קלויסטערס נישט געזוכט. מיר האָבן באַשלאָסן, אַז שטימען מוז מען. פֿאַר וועמען? נישט וויכטיק. און נאָך די וואַלן, וועלן מיר גיין זוכן די קו־שטאַלן, נאָר נישט צוליב די בהמות. צוליב די מילך־מיידלעך. אויפֿן וועג צו דעם אַגיטפּונקט האָבן מיר דערזען א גרויסן מויער מיט אַ בלעכענעם דאַך און אָן פֿענצטער. אפֿשר איז דאָס טאַקע דער באַוווּסטער אַגיטפּונקט, און מיר וועלן שוין קאָנען אויספֿילן אונדזער בירגער־חובֿ? און טאָמער איז עס גאָר אַ הײַזל מיט „פֿרײַע‟ מיידלעך, איז דאָך אויך נישט שלעכט? נו, לאָמיר שוין אַ קוק טאָן! אַ הויכער שומר האָט פֿאַר אונדז ברייט אויפֿגעעפֿנט די טיר, און מיר זײַנען אַרײַן אין אַ פֿאַרחושכטן זאַל מיט עטלעכע צענדליקער מענער און פֿרויען, וואָס זײַנען געזעסן אַנטקעגן אַ מיטלמאָסיקן עקראַן. נאַ דיר אַ נאָווענע! דאָס איז דאָך אַ קינאָ־זאַל, און קיין קינאָ האָבן מיר שוין נישט געזען ווער ווייסט וויפֿל צײַט. פֿרײַע ערטער האָבן נישט אויסגעפֿעלט, האָבן מיר זיך אַוועקגעזעצט. אַפֿילו בגילופֿינדיק האָבן מיר גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז מע דרייט דאָ אַן אויסלענדישן פֿילם. די אַקטיאָרן האָבן אויסגעזען ווי אַראַבער. דער דיבור האָט נישט געפּאַסט צו די ליפּן, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ דובלירטן פֿילם. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט מען אַלע אויסלענדישע פֿילמען דובלירט אויף רוסיש. צו דעם זײַנען געווען צוויי סיבות: פּראָסטע בירגער האָבן נישט פֿאַרשטאַנען קיין אויסלענדישע שפּראַכן, און פֿון דער צווייטער זײַט, די מאַכט איז געווען פֿאַראינטערעסירט, אַז דער עולם־גולם זאָל הערן נאָר וואָס ס׳איז פּאַסיק פֿאַר אים, נאָר וואָס עס ווילן זיי, די גדולים אין די „הויכע פֿענצטער‟.
מיר האָבן באַשלאָסן, אַז פֿאַרהאַלטן וועלן מיר זיך נישט. מיר וועלן געבן בלויז אַ קליינעם קוק. נאָר פֿון אַלע מעשׂיות זײַנען מיר גלײַך אײַנגעשלאָפֿן. שפּעט בײַ נאַכט, האָט עפּעס אַ פּויער אונדז אויפֿגעוועקט און אַרויסגעטריבן פֿונעם קינאָ־הויז. קוים לעבעדיקע האָבן מיר פֿאַרלאָזט דאָס דאָרף און זיך דערקליבן ביז אונדזער טאַנק. דאָ זײַנען מיר ווידער אײַנשלאָפֿן געוואָרן ביז אין דער פֿרי.
6
אויפֿגעשטאַנען זײַנען מיר מיט אַ קאָפּווייטיק. דער קאָפּ איז געווען שווער, ווי פֿול מיט בלײַ, און אויפֿן האַרצן — גאַנץ קאַלעמוטנע. אַפּנים, האָבן מיר זיך גוט אָנגעפֿילט מיטן ביטערן טראָפּן. די צווייטע גרופּע איז שוין אויך געווען דאָ, און מיר האָבן זיך געפֿרייט, אַז מיר זײַנען ווידער צוזאַמען, אַלע פֿינף. נו, קען מען שוין פֿאָרן אַהיים! נאָר איידער מ’פֿאָרט, מוז מען זיך „אַפּאָכמעליאַיענען‟, דאָס מיינט, אויסטרינקען אַ קליין גלעזעלע בראָנפֿן קעגן קאָפּווייטיק. אַזוי איז דאָס אָנגענומען אין יענע קאַנטן. אָבער בלויז איין גלעזל, נישט מער! על־כּל־פּנים נישט מער ווי צוויי, דרײַ! און וואָס פֿאַר אַ ווערט האָט עס פֿאַר אונדז דרײַ קליינע גלעזעלעך וואָדקע? גאָרנישט מיט גאָרנישט! צו דעם לעצטן גלעזל האָבן מיר זיך געוווּנטשן אַ גוטע רײַזע אַ היים, און וויקטאָר איז גלײַך אַרײַנגעשפּרונגען אין דער שאָפֿער־קאַבין, געלאָזט אַרבעטן דעם מאָטאָר און געוואַרט אויף אָלעגס באַפֿעל. מיר, זאַלבע פֿיר, האָבן זיך אוועקגעזעצט אויפֿן טאַנק־טורעם, און אַזוי ווי אינדרויסן האָט געברענט אַ היץ, האָבן מיר אויסגעטאָן אונדזערע מיליטער־העמדער און האַלב־נאַקעטע זײַנען שוין געווען גרייט צו פֿאָרן. דער קאָמאַנדיר אָלעג האָט געגעבן אַ שרײַ:
— נו, וויטיאָק, דאַווײַ, פּאַיעכאַלי!
און וויקטאָר האָט געמאַכט אַ „פּאַיעכאַלי‟! דער פֿאַרראָכטענער טאַנק האָט געגעבן אַ רײַס מיט אַ שפּרונג, און מיר זײַנען שיִער נישט אַוועקגעפֿלויגן פֿונעם טורעם מיטן קאָפּ אַראָפּ. אונדזער מזל, אַז מיר האָבן זיך שטאַרק אָנגעכאַפּט פֿאַר די פּאָרענטשן, וואָס רינגלען אַרום דעם טאַנק־טורעם, אַניט וואָלט געקומען אַ סוף צו אונדזערע אַוואַנטורעס.
דער טאַנק האָט אונדז געפֿירט אַהיים, און מיר זײַנען געווען אין אַ פֿריילעכן מצבֿ־רוח. אונדזערע שיכּורע געמבעס האָבן נישט געזונגען, נאָר אַרויסגעשריגן דעם גאַנצן רעפּערטואַר פֿון מיליטער־לידער, וואָס מיר האָבן געוווּסט אויף אויסנווייניק. דאָס „זינגען‟ איז געווען אַזוי שטאַרק, אַז אַפֿילו דער רויש פֿון די אַײַזערנע רויפּעס האָט נישט געקאָנט אונדז פֿאַרשטומען. און קען זײַן, אַז דאָס איז טאַקע געווען די גלאַוונע סיבה, וואָס דער קליינער לייטענאַנטיקל, וואָס איז געקומען מיט זײַן לעטוטשקע אונדז אַנטקעגן, האָט אונדז דערהערט און אָפּגעשטעלט. גענוי קען איך נישט וויסן, נאָר דאָס איז שוין איצטער נישט וויכטיק.
7
דער „זיל‟ האָט זיך געהעצקעט איבער דעם צעהאַקטן אַספֿאַלט און זיך געטראָגן, ווי אַ משוגענער. די לעטוטשקע איז אונטערגעשפּרונגען אין דער לופֿטן אויף יעדן שטיינדל, נישט אויסגעמיטן קיין איין גרוב און גריבל, פֿירנדיק די פֿיר „גזלנים‟, פֿיר סאָוועטישע טאַנקיסטן „גלײַך אין טורמע אַרײַן‟, ווי ס׳האָט אונדז צוגעזאָגט דער סטאַרשי לייטענאַנט. אין צוויי שעה אַרום זײַנען מיר שוין געווען ווײַט פֿון דעם פֿאַריתומטן טאַנק, און אָנגעקומען קיין גוואַרדייסק. מע האָט אונדז צוגעפֿירט גלײַך צום טויער פֿונעם מיליטער־לאַגער, און געהייסן וואַרטן. דער אָפֿיצער האָט אָנגעזאָגט דעם טויער־שומר, אַז ער זאָל אויף אונדז אַכטונג געבן. מיר האָבן זיך געשפּירט ווי אמתע פֿאַרברעכערס, נאָר ס’האָט אונדז שוין קיין זאַך נישט געאַרט. מיר האָבן געטרוימט נאָר פֿון איין זאַך — אויסלאָדן אונדזערע פּענכערס, און וואָס גיכער, ווײַל די הויזן זײַנען שוין געווען אַ ביסל נאַסלעך.
דער לייטענאַנט האָט זיך אומגעקערט מיט צוויי אָפֿיצערן פֿון אונדזער ראָטע: קאַפּיטאַן פּראָכאָראָוו און לייטענאַנט גוסעוו. גוסעוו איז געווען דער קאָמאַנדיר פֿון מײַן אונטערטייל, און צו דעם אַ מאָדנער און אַ שטילער יאַט. קיין מאָל האָט מען פֿון אים נישט געהערט קיין גראָב וואָרט, קיין קללה. ער האָט קיין מאָל נישט גערייכערט, און כ׳בין זיכער, אַז פֿון דעם ביטערן טראָפּן איז ער אויך געווען ווײַט. דאַן האָב איך נאָך נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס איז מיט אים נישט אַזוי, נישט ווי בײַ די אַנדערע אָפֿיצערן. יעצט ווייס איך שוין, אַז לייטענאַנט גוסעוו איז געווען אָטיסטיק, אויפֿן ספּעקטרום, ווי מ’רופֿט עס הײַנטיקע צײַטן. ווען איך האָב זיי ביידן דערזען, האָב איך זיך גלײַך באַרויִקט, ווײַל דאָס זײַנען שוין געווען אונדזערע מענטשן. גוסעוו האָט אונדז געהייסן אַרויסגיין פֿון מאַשין, און האָט אונדז אַפֿילו געהאָלפֿן שלעפּן די אָנגעפּאַקטע רוקזאַקן. דער „זיל‟ איז אַוועקגעפֿאָרן ווײַטער, פּונקט ווי ער וואָלט קיין מאָל נישט געווען. מיר האָבן זיך אויסגעשטעלט אין אַ שורה, געשטאַנען און געקוקט אין דער ערד. נעבן אונדזערע קאָמאַנדירן האָבן זיך מיר געפֿילט שולדיק. און דאָ איז פּראָשקאַ צוגעגאַנגען נענטער צו אונדז, און מיט אַ כיטרע שמייכל האָט אונדז אַרײַנגעזאָגט אַ פּעקל מוסר:
— נו, חבֿרים-שיכּורים, וואָס האָט איר ווידער אָפּגעטאָן? זיך אָנגעשיכּורט, ווי חזירים? וואָס קוקט איר אויף מיר מיט קעלבענע אויגן? אין טיורמע האָט זיך אײַך פֿאַרוואָלט?
בשום אופֿן ניין, חבֿר קאַפּיטאַן! — האָט אים אָלעג געענטפֿערט און אָפּסאַלוטירט מיט אַ ציטערדיקער האַנט.
— ענטפֿער מיר ניט! — האָט אויף אים „אָגעהאַווקעט‟ דער ראָטני, — מיר איז נישט אינטערעסאַנט צו הערן אײַער מיינונג, און נאָך ווייניקער וועגן אײַערע ווענטורעס. אָבער… וועגן אַנולירן אײַער זיצן אין תּפֿיסה, קענט איר פֿאַרגעסן! — האָט ער געפּסקנט.
פּראָכאָראָוו האָט פֿאַרייכערט אַ „קאַזבעק‟־פּאַפּיראָס, און איז ממשיך געווען:
— מיר האָבן פֿאַר אײַך אַנדערע אויפֿגאַבעס. אויף אײַך וואַרט שוין אײַער שמוציק טאַנקעלע. ווער וועט אים צערעכט מאַכן, איך? עס איז נישטאָ קיין צײַט צו קראַצן די אייער אין דער מיליטערישער טורמע. קלײַבט צונויף אײַערע בעבעכעס, און מאַרש אין דעם טאַנקן־פּאַרק, צו אײַער פֿאַרשטונקענער מאַשין! מ’האָט זי שוין געבראַכט, און זי זעט אויס נאָך ערגער פֿון אײַערע שיכּורע מאָרדעס.
אַפּנים, דאָס מאָל האָבן מיר זיך אויסגעדרייט, אַרויס טרוקענע פֿונעם וואַסער. קאַפּיטאַן פּראָכאָראָוו האָט ווי געלייענט אונדזערע מחשבֿות, און האָט זיי גלײַך „אָפּגעבריט‟:
— דאַגהט נישט. ווי איך קען אײַך, אין טורמע וועט איר נאָך באַווײַזן צו זיצן. אויב נישט הײַנט, איז אַן אַנדערש מאָל. אין דעם בין איך טאַקע זיכער. איך קען אײַך שוין נישט דעם ערשטן טאָג. און יעצט — מאַרש פֿון דאַנען! איך וויל אײַך שוין זען אין דעם טאַנק־פּאַרק. גענוג זײַט איר אַרומגעגאַנגען ליידיק, נישט אײַנגעטונקען אַ האַנט אין קאַלטן וואַסער.
8
אויף מאָרגן, גלײַך פֿון אין דער פֿרי, נאָך איידער מיר זײַנען אַרײַן אין דעם שפּײַז־צימער, האָט מען אונדז זאַלבע פֿינף אַוועקגעשטעלט אין אַ ריי אַנטקעגן דעם גאַנצן פּאָלק, און דער פּאָלק־קאָמאַנדיר קאָלאָנעל לעשקאַשווילי, אַ נידעריקער גרוזינער מיט קליינע וואָנציקלעך, האָט אונדז געמישפּט. ער האָט אונדז נישט געפֿרעגט וואָס און ווען, נישט געגעבן אַרויסרעדן קיין וואָרט. ער האָט נאָר אויסגעשריגן מיט זײַן הייזעריקער שטימע (אַפּנים פֿון צו פֿיל אַלקאָהאָל) דעם אורטייל:
פֿאַרן טרינקען פֿאַרבאָטענע געטראַנקען בשעת דעם מיליטער־דינסט, באַשטראָף איך די פֿינף שענדלעכע זעלנער, די פֿינף ביזיונות, די פֿינף פֿאַרברעכערס פֿון אונדזערע סאָציאַליסטישע געזעצן, מיט זיבן טעג מיליטער־טורמע. דער שטראָף וועט זיך אָנהייבן גלײַך נאָכן פֿרישטיק.
— פּונקט אַזוי, חבֿר פּאָלקאָווניק! — האָבן מיר אויסדעקלאַמירט ווי אַ געניטער כאָר, — מיר דינען דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד!
מיר האָבן זיך קוים אײַנגעהאַלטן נישט צו צעלאַכן זיך. וואָסער תּפֿיסה און וואָסער טורמע? מיר ווייסן דאָך, וואָס ס׳וועט באמת פֿאָרקומען מיט אונדז, פּראָשקאַ האָט דאָך אונדז שוין געמאָלדן דעם פּלאַן? גלײַך נאָך פֿרישטיק, האָבן מיר צוזאַמען מיט אַלעמען זיך געלאָזט קיין טאַנקן־פּאַרק, און מיט נײַע כּוחות זיך גענומען צו דער אַרבעט: פֿאַרריכטן, וואַשן, רײַבן, אויסלעקן און דערנאָך אָפּפֿאַרבן אונדזער טײַערע מאַשין, וואָס האָט אונדז ווי אַלע מאָל געראַטעוועט פֿון שלאָס און באַרס.
אַגבֿ, דער ראָנטי פּראָכאָראָוו האָט געהאַט אַ טעות. איך בין קיין מאָל נישט געזעסן אין אַ מיליטערישער טורמע, אַפֿילו נישט קיין איין טאָג. כּמעט.
המשך קומט