יעווגעני קיסין
קאַפּיטל אַ
טײל 3
1
אַ גאָלדענע צערטלעכקײט האָט זיך צעגאָסן איבער מאָסקװע. ס׳איז געװען אײנער פֿון יענע פֿרי–האַרבסטיקע טעג, װען די זון, װאָס גײט פּאַמעלעך אונטער, שענקט סײַ לעבנסמוט, סײַ אינערלעכע רו. אין די כװאַליעס פֿון איר שײַן האָט זיך אַלץ געלאָזט װױלגײן: הײַזער, מענטשן, אױטאָס, טראָלײבוסן, בײמער, טעלעפֿאָן–בודקעס, אױטאָמאַטן מיט גאַזירט װאַסער… קלױסטערס אין מאָסקװע, װי אומעטום איבערן לאַנד, איז געװען װײניק, און ס׳רובֿ פֿון זײ — פֿאַרמאַכט, נײַערט די שײנקײט פֿון זײערע קופּאָלן–„צװיבעלעך‟ פֿלעגט סײַ–װי אױסנעמען בײַ אַ סך פֿאַרבײַגײערס. װי װיסאָצקי [1] האָט געזונגען: „די קופּאָלן דעקט מען אין רוסלאַנד מיט ריינעם גינגאָלד, אַז גאָט זאָל אויף זיי אָפֿטער קוקן…‟. דער אוראַלטער רוסישער גאָט פֿון דער זון יאַרילאָ, הגם כּלל נישט לכּבֿוד אים האָט מען אױפֿגעבױט די קלױסטערס, פֿלעגט אָן שום ספֿק אַלע מאָל קוקן אױף זײערע גאָלדענע „צװיבעלעך‟: סע האָט זיך געדאַכט, אַז זײ זײַנען ספּעציעל געמאַכט געװאָרן פֿאַר דער זון, כּדי זי זאָל, װי אַ מאַן מיט אַ פֿרױ, זיך שפּילן מיט זײ, צערטלען זײ — און מאַכן זײ נאָך שענער און פּרעכטיקער.
אין דער פֿולער האַרמאָניע מיט דער זון זײַנען אױך געװען די אַלטע העל–געלע בנינים מיט װײַסע קאָלאָנעס, װאָס, להיפּוך צו די קלױסטערס, זײַנען נישט װײניק פֿון זײ פֿאַרבליבן אינעם צענטער פֿון מאָסקװע (הגם אַ סך װײניקער, אײדער אין לענינגראַד). אײניקע פֿון זײ זײַנען געװען אין אַ שלעכטן מצבֿ, מיט שפּאַלטן, מיט אָפּפֿאַלנדיקע שטיקער קאַלך — און דאָך פֿלעגן זײ פֿאַרכאַפּן דאָס אױג און די נשמה מיט געמיטלעכקײט, װאָס איז נאָך מער פֿאַרשטאַרקט געװאָרן פֿון דער זונענשײַן. פֿאַר אײנעם אַזאַ בנין אױפֿן טװערסקױ בולװאַר, גאָר אַ קלײנעם, אַ צװײגאָרנדיקן, איז אין יענעם סעפּטעמבער–טאָג געשטאַנען מישע. הינטער אים האָט זיך געהערט דער רױש פֿון די פֿאַרבײַלױפֿנדיקע אױטאָס, מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע עלטערס האָבן שפּאַצירט אינעם סקװער און געהאַט הנאה פֿונעם װאַרעמען זוניקן טאָג, נאָר מישע האָט געהאַלטן אין אײן שטײן און קוקן אױפֿן װוּנדערשײנעם בנין, פֿון װעלכן ער איז נאָר װאָס געװען געהאַט אַרױסגעגאַנגען, — און סע האָבן געבריט זײַן נשמה פֿאַרדראָס, ייִאוש, אױפֿגעבראַכטקײט, כּעס, אַפֿילו בײזקײט, הגם בטבֿע, װי מיר װייסן, איז ער לחלוטין נישט געװען קײן בײזער מענטש.
נאָכן אַרױסלאָזן זײַן ערשטע פּלאַטע, אַ דאַנק טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס פּראָטעקציע, האָט מישע, פֿאַרמאָגנדיק גאָר אַ גרױסן רעפּערטואַר און אָפּפֿרישנדיק אים כּסדר, געװאָלט מאַכן מער רעקאָרדירונגען. אין משך פֿון אָט די אַלע יאָרן האָט ער עטלעכע מאָל באַזוכט די פֿירמע „מעלאָדיע‟, װאָס איר ביוראָ האָט זיך געפֿונען אין יענעם אַלטן בנין אױפֿן טװערסקױ בולװאַר. מישע, װי אַ לאַורעאַט פֿונעם קאָנקורס אױף שאָפּענס נאָמען, האָט פֿאָרגעלײגט צו רעקאָרדירן אַ פּלאַטע פֿון שאָפּענס װערק, אָבער יעדעס מאָל פֿלעגט מען אים ענטפֿערן מיטן זעלבן — „נײן!‟. מיט עטלעכע חדשים צוריק, װען ער האָט דערצײלט זשאָרע באַשינען װעגן דעם, האָט יענער אים געעצהט: „גײ דאָרטן צום חבֿר דמיטריעװסקי, ער איז אַ לײַטישער מענטש.‟ מישע האָט זיך װידער געלאָזט אין „מעלאָדיע‟ און געפֿונען דאָרטן חבֿר דמיטריעווסקין, װאָס האָט געטײלט אַן אַרבעטס–צימער אױפֿן צװײטן גאָרן מיט צװײ אַנדערע מיטאַרבעטער; זיך געװענדט צו אים מיטן זעלבן פֿאָרשלאָג, האָט מישע תּיכּף באַקומען אַ הסכּמה. און אָט הײַנט, אױפֿן אַנדערן טאָג נאָכן פֿאַרענדיקן די רעקאָרדירונג, איז מישע אַרײַנגעגאַנגען צו דמיטריעװסקין, כּדי צו באַדאַנקען אים פֿאַר זײַן הילף. דאָס מאָל איז יענער, אַ שװערלײַביקער מאַנצביל פֿון אַ יאָר פֿופֿציק–זעכציק מיט גלאַטע גראָװלעכע האָר, אַ װױל פּנים און טאָרבעלעך אונטער די קלוגע, מידע אױגן, געזעסן אין זײַן אַרבעטס–צימער אַלײן. װי אַן ענטפֿער אױף מישעס דאַנק–אױסדרוק, האָט ער שטיל געזאָגט:
— יאָ, מיכאַיִל, איך האָב געזען, װי איר פֿלעגט קומען פֿריִער…
ער האָט אַ שװערן זיפֿץ געטאָן און גערעדט װײַטער:
— די זאַך איז, אַז… מע פֿלעגט אײַך אָפּזאָגן צוליב אײַער נאַציאָנאַליטעט. מײַן פֿרױ איז אַ ייִדישקע, און דעריבער בין איך געװען צופֿרידן צו העלפֿן אײַך.
אַװדאי, האָט מישע גוט געװוּסט, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד ער וווינט, נײַערט אַצינד האָט ער זיך אַלײן דאָס ערשטע מאָל צונױפֿגעשטױסן מיט דעם: נישט פּשוט מיטן טאָג–טעגלעכן שׂינאת–ישׂראל, נאָר מיטן מלוכישן אַנטיסעמיטיזם. שטײענדיק פֿאַרן װוּנדערשײנעם אַלטן העל–געלן בנין מיט װײַסע קאָלאָנעס אין מיטן דעם צװײטן גאָרן, האָט ער זיך דערמאָנט, װי כרעמענקאָװ האָט אַמאָל געהאַט אָנגערופֿן די פֿירמע „מעלאָדיע‟ כוליגאַנען, און איצט האָט ער קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז הינטער די דאָזיקע „כוליגאַנען‟ שטייט די סיסטעם, די מאַכט. אַפֿילו אינעם בוכשטעבלעכן זינען: הגם פֿון יענעם אָרט האָט מישע נישט געקאָנט זען קײן קרעמל–טורעמס, האָט ער געװוּסט, אַז דער קרעמל געפֿינט זיך דװקא הינטער דעם דאָזיקן בנין נישט װײַט, אױף אַ מהלך פֿון אַן ערך אָנדערטהאַלבן קילאָמעטער. ס׳איז אים געװען לגמרי קלאָר, אַז אַזעלכע מענטשן, װי טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש און דמיטריעװסקי (בײדע האָבן זײ געהאַט ייִדישע פֿרױען!), זײַנען געווען אױסנאַמען אין אָט דער סיסטעם, נאָר פֿאַר מישען איז זי געווען זײַן שׂונא לױט דער דעפֿיניציע; ער, מישע, איז געװען אַ פֿרעמדער, אַ פּאָטענציעלער פּאַריִער. ער האָט זיך אױך דערמאָנט, װי דעמענטי װאַסיליעװיטש, זכרונו לבֿרכה, האָט אים געהאַט געזאָגט בשעת זײער סאַמע ערשטן פֿאַרטרױלעכן שמועס אין יענעמס לעצטן געבױרן–טאָג: „װער װײסט, װאָס נאָך ס׳װעט געשען בײַ אונדז אין לאַנד,‟ — און האָט אַ טראַכט געטאָן װעגן דעם, אַז נעכטן האָט מען אים נישט דערלױבט צו מאַכן רעקאָרדירונגען, נאָר מאָרגן װעט, חס–וחלילה, קאָנען קומען צו דער מאַכט אַ נײַער סטאַלין, און דאַן װעט מישע, צוליב אַ מסירהלע קאָנען טרעפֿן אין תּפֿיסה, אין אַ פּײַניקונג–קאַמער אָדער אַפֿילו באַקומען עטלעכע גראַם בלײַ אין זײַן נאַקן…
„אַנטלױפֿן! אַנטלױפֿן פֿון דאַנעט װאָס גיכער, כּל–זמן ס׳ווערט נישט צו שפּעט!‟ — און מישע האָט זיך געלאָזט גיך שפּאַנען איבערן בולװאַר, גלײַך װי ער וואָלט אַנטלאָפֿן פֿונעם לאַנד. ער האָט תּמיד ליב געהאַט זײַן הײמשטאָט, ליב געהאַט זיך אומשלעפּן איבער פֿאַרשײדענע ערטער פֿון מאָסקװע, אָבער אַצינד האָט ער געשפּרײַזט איבער באַקאַנטע גאַסן, געקוקט אױף באַקאַנטע הײַזער, פּלעצער, סקװערן, דענקמעלער, װאָס האָבן אים פֿריִער געהאַט אױסגעזען צו זײַן לײַבלעכע, און דאָס ערשטע מאָל אין לעבן געטראַכט, געפֿילט מיט זײַן הױט: „נײן, דאָס איז נישט מײַן שטאָט. איך בין דאָ אַ פֿרעמדער…‟
[1] װיסאָצקי, וולאַדימיר (1938־1980) — סאָוועטישער פּאָעט, אַקטיאָר, אויטאָר און זינגער פֿון זײַנע לידער.
המשך קומט