דער סאָלדאַט שלאָפֿט און די דינסט גייט אָן ווײַטער (המשך)

אלי שאַרפֿשטיין

טאַנקיסטן זיצן ניט אין תּפֿיסה

1

מיט די לעצטע כּוחות האָט ער אָנגעדריקט אויף דעם אָפּשטעל־פּעדאַל פֿונעם טאַנק, און די מאַשין פֿון זעקס־און־דרײַסיק טאָן האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ „באַגראָבענע‟, און אויפֿגעהויבן אַרום זיך אַ וואָלקן מיט שטויב. די רעדער און רויפּעס האָבן אַרויסגעלאָזט אַן אַלאַרעמדיק־גרילצנדיקן רויש, וואָס האָט צעריסן די שטילקײט און פּאַסטאָראַלישקײט פֿון דער נאַטור. נאָך מיט אַ מינוט פֿריִער האָט וויקטאָר, דער טאַנקן־שאָפֿער, געיאָגט אונדזער T-54, ווי עס וואָלט געווען אַ ספּאָרט־מאַשין. דער טאַנק האָט געאַקערט דעם ליימגרונטיקן וועג, וואָס האָט זיך געצויגן פּאַראַלעל צו דעם הויפּט־שאָסיי. דער מאָטאָר האָט אַרויסגעלאָזט אַ פּאָר ווילדע קולות, און מיט אַ מאָל דערשטיקט געוואָרן. שטיקער שוואַרץ זאַמד האָבן זיך אויפֿגעהויבן אין דער לופֿטן און אײַנגעשלונגען דעם טאַנק מיט זײַנע „אײַנוווינער‟ — פֿינף האַלב־נאַקעטע און בגילופֿינדיקע טאַנקיסטן. וויקטאָר איז געווען גוט אײַנגעאָרדנט אויף זײַן שאָפֿער־זיץ, אינעווייניק, אין דעם טאַנק. אים האָט דער מיטאַמאָליקער אָפּשטעל קוים אַ טרייסל געטאָן. די איבעריקע פֿיר זעלנער, וואָס זײַנען געזעסן אויף דעם טאַנק־טורעם, וואָלטן פֿון אַזאַ־אָ פּלוצעמדיקן טאָרמאָזירן, באַדאַרפֿט אַראָפּליִען פֿון דעם טאַנק מיטן קאָפּ אַראָפּ. נאָר אַפּנים האָבן זיך די סאָלדאַטן שטאַרק אײַנגעקלאַמערט אין די פּאָרענטשן, גוט צוגעשמידטע צו דעם רונדן טאַנק־טורעם. דאָס איז געווען די סיבה, הלמאַי זייערע שיכּורע און קורץ אָפּגעשוירענע קעפּ, נישט באַהיט מיט טאַנקן־קאַסקעס, זײַנען ניצול געוואָרן.

יעצט, ווען דער זאַמד־וואָלקנדל איז זיך כּמעט צעגאַנגען, האָט זיך הינטער דעם נעפּל באַוויזן אַ שאָטן פֿון אַ נידעריק מענטשעלע אין אַ לאַנגן מאַנטל, ווײַזט אויס, אַ מיליטער־שינעל. דער פּאַרשוין איז געשטאַנען אַנטקעגן דעם טאַנק און פֿאַרשטעלט אים דעם וועג. און וואָס וואָלט געשען, אויב וויקטאָר וואָלט נישט באַוויזן צו אָפּשטעלן דעם אײַזערנעם „פּיפּערנאָטער‟? דער אומבאַקאַנטער אָפֿיצער וואָלט שוין זיכער נישט געשטאַנען אויף די פֿיס און נישט געפֿאָכעט מיט זײַנע קליינע פֿויסטן, פֿאַרדריקטע מיט כּוח. ער וואָלט נישט באַדעקט אונדז מיט טויזנט רוסישע קללות, וואָס זײַנען געפֿלויגן פֿון זײַן פּיסק אָן אַן אָפּשטעל. און מיר, וואָס האָבן אים אַפֿילו נישט באַמערקט, וואָלטן ממשיך געווען אונדזער לאַנגע רײַזע אַהיים, צוריק צו אונדזערע קאַזאַרמעס אין דער שטאָט גוואַרדייסק.

נאָר דער טאַנק האָט זיך פֿאָרט אָפּגעשטעלט, דער שטויב־וואָלקן איז זיך צעגאַנגען, און די „שטערונג‟ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ נידעריקן לייטענאַנט מיט רויטע פּאָגאָנעס, אַ טאַש־גאַרטל איבערן אַקסל און אַ הויכע פֿוראַזשקע מיט אַ בליציקן דאַשיק. ער איז געשטאַנען, ווי אַן צאַם אַנטקעגן דעם טאַנק, און מיט דער לינקער האַנט געמאַכט אונדז סימנים, מיר זאָלן אַראָפּשפּרינגען און צוגיין צו אים. זײַן רעכטע האַנט האָט „גערוט‟ אויף אַ רעוואָלווער־שייד. אַפּנים, צו מאַכן אַ רושם. דער שייד איז מסתּמא געווען אָנגעפֿילט אַ מאַקאַראָוו־פּיסטויל פֿון נײַן־מילימעטער, ווי עס פּאַסט אַן אָפֿיצער. נאָר קען זײַן, אַז דאָס שיידל איז געווען טאַקע פּוסט. ווער ווייסט? מיר האָבן אויך געהאַט אַ רעוואָלווער־קאָבורע אויף אונדזערע מיליטער גאַרטלען, נאָר קיין מאַקאַראָוון האָבן מיר נישט געהאַט, מ׳האָט אונדז נישט צוגעטיילט. די שיידלען בײַ אונדז זײַנען געווען אַ טייל פֿון דער טאַנקיסטן־אוניפֿאָרם. נאָר ער… און טאָמער וואָלט ער יאָ געהאַט אַן אמת געווער, וואָלט ער אונדז געשאָסן? אַ נעכטיקער טאָג! אַזוי אַרום, האָט דער רעוואָלווער אויף אונדז קיין רושם נישט געמאַכט.

מיט אַ מינוט שפּעטער, זײַנען מיר שטיל געשטאַנען אַנטקעגן דעם קליינעם אָפֿיצעריקל אינעם פֿאַרשטויבטן שינעל אין אַ שורה: אָלעג דער טאַנק־קאָמאַנדיר, וויטאַליק דער קוילן־לאָדער, וויקטאָר דער טאַנק־שאָפֿער, וואָווקאַ דער קעכער און איך — דער שיסער פֿון אונדזער עקיפּאַזש. בדרך־כּלל, אַ טאַנק־עקיפּאַזש פֿאַרמאָגט נאָר פֿיר זעלנער. וואָס האָט דאָ געטאָן דער קעכער, וועט איר פֿאַרשטיין שפּעטער. דערווײַל זײַנען מיר געשטאַנען און געוואַרט, אַז דער קליינער לייטענאַנטל זאָל שוין זאָגן אַ וואָרט און אונדז אָפּלאָזן, מיר זאָלן קענען פֿאָרן ווײַטער. דער לייטענאַנט אָבער האָט זיך געהאַלטן ווי אַ חשובֿער פּאַרשוין, כּמעט אַ גענעראַל, און נישט אָּפּגעפֿירט קיין אויג פֿון אונדז. ער איז געווען אי פֿאַרוווּנדערט, אי שרעקלעך אין כּעס. ער האָט אונדז באַקוקט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, די גאַנצע צײַט געקראַצט זיך דעם נאַקן, און פּלוצעם האָט ער אָנגעהויבן שרײַען און קוויטשען, ווי מ’וואָלט אים געקוילעט:

— באַנדיטן! שיכּורים! פֿאַררעטערס! וווּ האָט איר זיך אַזוי אָנגעזשליאָקעט? האַ? וווּ האָט איר גענומען אַזוי פֿיל בראָנפֿן? שיסן דאַרף מען אַזעלכע! קלײַבט צונויף אײַערע שמאָטקעס, אײַערע בעבעכעס, און קריכט אַרײַן אינעם זיל! און קיין וואָרט זאָל איך פֿון אײַך נישט הערן, ביז דער סאַמע טורמע!

ערשט יעצט האָבן מיר דערזען, אַז נישט ווײַט, אויפֿן שאָסיי, איז געשטאַנען אַ „לעטוטשקע‟ — אַ פֿאַרמאַכטער לאַסט־אויטאָ „זיל-130‟. די הינטערשטע טיר איז שוין געווען ברייט אויפֿגעעפֿנט פֿאַר די „טײַערע געסט‟, פֿאַר אונדז, הייסט עס. אין יענע פֿינצטערע סטאַלינס־צײַטן האָבן אַזוינע אויטאָס אַריבערגעפֿירט פּאָליטישע אַרעסטאַנטן. נאָר איצטער האָט די סאָוועטישע אַרמיי גענוצט די לעטוטשקעס צו פֿאַנאַנדערפֿירן פּראָדוקטן און ריינע מלבושים צווישן די זעלנער, וואָס האָבן זיך טרענירט אין פֿעלד, ווײַט פֿון זייערע קאַזאַרמעס. און אַמאָל האָבן די דאָזיקע מאַשינען געדינט די „טעכנישע טרופּן‟, וואָס האָבן פֿאַרראָכטן טאַנקן און אַנדערע מעליטערישע כּלים. די „זילן‟ זײַנען ממש אַרומגעפֿלויגן פֿון איין אָרט צום אַנדערן, האָבן געהאָלפֿן און פֿאַרראָכטן דאָס, וואָס אַזוינע זעלנער ווי מיר האָבן קאַליע געמאַכט. „געפֿלויגענע‟, מיינט אויף רוסיש „לעטוטשיִע‟, דערפֿון האָט מען זיי געגעבן דעם נאָמען „לעטוטשקעס‟. דער לייטענאַנט איז דווקא נישט געווען פֿון די טעכניקערס. קיין טאַנקיסט איז ער אויך נישט געווען. ער האָט געדינט ווי אַ קאָמאַנדיר פֿון אַ באַזאָרגונגס־אָפּטייל. נאָר אַפֿילו אַזוי, קיין ברירה האָבן מיר נישט געהאַט, ווײַל ער איז פֿאָרט אַן אָפֿיצער, און מיר זײַנען פּשוטע זעלנערס! איז האָבן מיר זיך אַרײַנגעשטופּט מיט אונדזערע רענצלעך דורך דער הינטערשטער טיר פֿון דער לעטוטשקע. ווען אונדזער „פֿאַרכאַפּער‟ איז צוגעגאַנגען פֿאַרשליסן די טיר פֿון דרויסן, האָט אָלעג זיך אָנגענומען מיט דרייסט און זיך צו אים געווענדט:

— חבֿר לייטענאַנט! דערלויבט מיר זיך ווענדן צו אײַך?
— נו, זאָג שוין.
— אַוווּ פֿאָרן מיר? אַוווּ פֿירט איר אונדז?
— אין טורמע! גלײַך אין תּפֿיסה אַרײַן! — האָט דער לייטענאַנט געענטפֿערט קורץ, און שוין געוואָלט פֿאַרשפּאַרן דאָס טירל.
— חבֿר לייטענאַנט, — האָט אָלעג אים נישט אָפּגעלאָזט, — אונדז שטייט נאָך פֿאָר אַ לאַנגער וועג. ווילן מיר זיך… ווי זאָל איך אײַך זאָגן… אויסליידיקן זיך, נו… ווי זאָגט מען דאָס… איך מיין זיך… ע… אויספּישן, — האָט ער קוים אויסגערעדט, — אויב איר דערלויבט אונדז פֿאַרשטענדלעך. עס דריקט אונדז שוין…

— שטעל אָפּ די ריידעלעך! פֿאַרמאַך דעם פּיסק! — האָט אים „אָפּגעבריט‟ דער אָפֿיצערטשיק מיט זײַן קוויטשענדיקער שטימע, — שטיל זאָל זײַן! איר פֿאָרט גלײַך אין טורמע! דאָרט וועט איר שוין זיך אויספּישן!

זײַן רויט פּנים האָט זיך באַשײַנט מיט אַ צוויי־זײַטיקער מינע — אַ כּעס מיט אַ שמייכל צוזאַמען. מ’האָט געזען אויף אים, אַז ער איז זייער צעפֿרידן פֿון זיך אַליין. „טאַק טאָטשנאָ, חבֿר לייטענ…‟, — האָט אָלעג אָנגעהויבן דעם אָנגענומענעם ענטפֿער, נאָר יענער האָט שוין אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער טיר, פֿאַרשלאָסן אויף אַ שלאָס, אַרײַן אין דער קאַבינע פֿונעם „זיל‟ און געהייסן דעם שאָפֿער צו פֿאָרן. די לעטוטשקע האָט זיך אָפּגעריסן פֿון דעם ליימענעם גרונטוועג צוריק צו דעם אַספֿאַלט־שאָסיי, און אונדז אַוועקגעפֿירט ווײַט פֿון דעם „פֿאַריתומטן‟ טאַנק.

2

יעצט לאָמיר זיך אומקערן אויף אַ פּאָר וואָכן צוריק, צו אונדזער פּאָלק אין דער שטאָט גוואַרדייסק. ווען מ’האָט אונדז געמאָלדן, אַז די קומענדיקע געניטונגען וועלן פֿאָרקומען אין ליטע, צווישן ליטווישע דערפֿער און אויפֿן ברעג פֿון דעם טײַכל שעשופּע, האָט מײַן האַרץ פֿאַרכאַפּט אַ בענקשאַפֿט. שעשופּע געפֿינט זיך טאַקע אַ ביסל ווײַטלעך פֿון ווילנע, נאָר ס’איז פֿאָרט ליטע! און איך האָב זיך שוין פֿאַרבענקט נאָך אונדזערע לאַנדשאַפֿטן: וועלדער, טאָלן און פֿעלדער, טײַכן און אָזערעס! כ’בין אויסגעגאַנגען נאָך אַ שטיקל ליטוויש שוואַרץ ברויט מיט אַ קליין געבראָטן שפּעקעלע פֿון אויבן. און די דאָרפֿישע סמעטענע? אײַ, וואָס פֿאַראַ מאכל! און פֿרישע מילך מיט פּוטער? טויזנט טעמים! און פֿון דעם אמתן ליטווישן היימישן בראָנפֿן, „סאַמאָגאָן‟, — האָט איר שוין געהערט? און די מיידלעך? ליטווישע דערפֿער זײַנען פֿול מיט מילכיקע קי, וואָס מ’דאַרף זיי מעלקן. און ווער מעלקט זיי, אויב נישט די מעלקערנס? איר האָט אַמאָל געזען אַ יונגע, אַ בלאָנדע און אַ רונדע מילכשיקסע? אויב איר האָט זיי קיין מאָל נישט געטראָפֿן, גלייבט מיר — ס’איז דאָ וואָס צו זען. קענט איר זיך פֿאָרשטעלן, וואָס האָט אונדז אַזוי געצויגן צו די ליטווישן פּייסאַזש. מיר האָט זיך שוין געחלומט ווי איך באָד זיך אין דער שעשופּע, באַרויִק דעם דאָרשט מיט סאַמאָגאָן גלײַך פֿון פֿלעשל, און „פֿאַרבײַס‟ מיט אַ ווויל, פֿליישיק-מילכיק שיקסעלע.

צו די געניטונגען האָבן מיר זיך געגרייט זייער ערנסט, און שוין אין צוויי וואָכן אַרום איז אַלץ געווען פֿאַרטיק. אונדזערע גוט אַמונירטע טאַנקן האָבן מיר אַוועקגעפֿירט צו דער באַן־סטאַנציע, פּלאַצירט זיי אויף ספּעציעלע פּלאַטפֿאָרמעס, און דער מיליטער־עשעלאָן האָט זיך געלאָזט פֿאָרן אויפֿן וועג קיין ליטע. אונדז, די טאַנקיסטן, האָט מען אַרויפֿגעזעצט אויף עטלעכע לאַסטאויטאָס, און געפֿירט צו די געניטונגען. דאָס פֿאָרן איז נישט געווען קיין גרויס פֿאַרגעניגן. מיר האָבן זיך געפֿילט ווי שעפּסן, ווי בהמות, וואָס מ’פֿירט זיי גיי ווייס וווּ. עס האָט אונדז געוואָרפֿן און געטרייסלט אויף די צעהאַקטע וועגן פֿון דער קאַלינינגראַדער געגנט. פֿאַר דער מלחמה איז די געגנט געווען אַ טייל פֿון דײַטשלאַנד, „מיזרח־פּרוסיע‟; נאָר יעצט, ווען עס איז שוין אַוועק מער ווי צוואַנציק יאָר, ווי רוסלאַנד האָט צעקלאַפּט די דײַטשן און באַהערשט די שטחים, געמאַכט זיי אַ טייל פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָב איך נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס האָבן זיי נישט געקענט פֿאַרריכט די שאָסייען און די זאַמדענע וועגן. זעט אויס, קיינעם האָט נישט געאַרט, אַז עס וואַרפֿט אונדז אין קדחת. די מאַשינען, פֿול מיט סאָלדאַטן, זײַנען אונטערגעשפּרונגען אויף יעדן שטיין און האָבן נישט אויסגעמיטן קיין גריבעלע, וואָס האָבן דאָ נישט אויסגעפֿעלט. נאָר אַן אַרמיי איז אַן אַרמיי, אַ באַפֿעל איז אַ באַפֿעל, און אַ סאָלדאַט בלײַבט אַ סאָלדאַט. שאלות פֿרעגט מען נישט און קלאָגן זיך איז נישטאָ פֿאַר וועמען. שווײַגט מען און מע פֿאָרט ווײַטער. אַבי מע פֿאָרט!

נאָך אַ צוויי-דרײַ שעה פֿון אָט אַזאַ נישט קיין מענטשלעכע רײַזע, זײַנען מיר אָנגעקומען צו אַ קליינער הילצערנער געבײַדע, אָפּגעפֿאַרבט אין אַ העל גרינער פֿאַרב, און מיט אַ שילד Geležinkelio stotis, וואָס הייסט, אויף ליטוויש „באַן־סטאַנציע‟. דער לאַנגער באַן־עשעלאָן מיט די טאַנקן האָט שוין געוואַרט אויף אונדז. דער שילדל אויף ליטוויש האָט מיר שוין געקלונגען גאַנץ היימיש. די טאַנקן האָבן מיר אַראָפּגעפֿירט פֿון די פּלאַטפֿאָרמעס און זיי אויסגעשטעלט שערענגעסווײַז אין אַ לאַנגער קאָלאָנע. מ’האָט געגעבן אַ באַפֿעל און די אײַזערנע מאַשינען האָבן „צעשניטן‟ די שטילקײט פֿון דער רויִקער געגנט און פֿאַרלאָזט די באַן־סטאַנציע, זיך געלאָזט ווײַטער צו די געניטונגס־פּאָליגאָנען. אַזוי ווי די טאַנקן טאָרן נישט פֿאָרן אויף די שאָסייען, האָבן מיר זיי געטריבן איבער די זאַמדיקע און ליימיקע וועגן, וועלכע זײַנען געווען אויך גוט צעהאַקט און צעאַקערט. נאָר אויף אונדזערע רוישיקע מאַשינען האָט עס קיין רושם נישט געמאַכט, זיי האָט קיין זאַך נישט געשטערט. מיר, די „אײַזערנע פֿערד‟, האָבן געיאָגט ביז מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט נאָענט צו אַ קליין דערפֿל אויפֿן ברעג פֿון דעם טײַכל שעשופּע. דאַן האָט די קאָלאָנע פֿאַרקערעוועט אויף לינקס, אויסגעשטעלט אין אַ לאַנגער ריי, און אַזוי פּאַראַלעל זיך דערווײַטערט פֿונעם טײַך אויף אַ פּאָר הונדערט מעטער. ערשט דאַן האָט מען אונדז געהייסן זיך אָפּשטעלן און אַרויסגיין פֿון די טאַנקן. איך האָב שוין פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ וועט זײַן אונדזער באַטאַליאָן־לאַגער. און טאַקע אַזוי האָט אויך געמאָלדן דער קאָמבאַט, דער קאָמאַנדיר פֿון דעם באַטאַליאָן. וווּ וועלן מיר דאָ דורכפֿירן אַ גאַנצע וואָך? קיין פּאַלאַטקעס האָבן מיר מיט זיך נישט געבראַכט. פֿאַר וואָס? אַזוי האָט מען אונדז געהייסן. און וואָס פֿאַר אַ לאַגער קען זײַן אָן פּאַלאַטקעס? וווּ וועלן מיר שלאָפֿן?

דער קאָמבאַט האָט ווי געלייענט אונדזערע מחשבֿות:

— איר מוזט זיך צוגעוווינען צו קריג־באַדינגונגען. אַז מ’קעמפֿט, שלאָפֿט מען נישט אין קאַזאַרמעס און נישט אין פּאַלאַטקעס. איר קענט שלאָפֿן אַוווּ איר ווילט, — מיט צעשפּרייטע הענט האָט ער אַ ווײַז געמאַכט אַרום און אַרום, — איר קענט שלאָפֿן אויפֿן טאַנק, אונטערן טאַנק און אין דעם טאַנק, אינעווייניק, הייסט עס, יעדער איינער לויט זײַן ווילן.

נאָך אַזאַ לאַנגער רײַזע זײַנען מיר געווען גוט הונגעריק, נאָר, ווי עס פֿירט זיך, קיינער האָט זיך נישט געקלאָגט און קיין קלאָץ־קשיות נישט געפֿרעגט.

— וועגן עסן דאגהט ניט, — האָט אונדז געמאָלדן מיט זײַן הייזעריק געשריי דער סטאַרשינאַ גאָראָבעץ, — עסן וועט נישט פֿעלן, מ’וועט אײַך ברענגען. די פֿעלד־קיך מיט די קעכער וועלן קומען אין אַ שעה-אָנדערהאַלבן אַרום, און מ’וועט אײַך אָנקאָרמען.

מיר האָבן אים געגלייבט, אַוודאי. די הונגעריקע בײַכער האָבן מיר אָנגעפֿילט מיט האָפֿענונג און געדולד. אין צוויי שעה אַרום זײַנען מיר שוין געווען נאָך דער סעודה, נאָך דער זעלנערישער שפּײַז, וואָס איז ווי אַלע מאָל באַשטאַנען פֿון קאַשעס מיט שוואַרץ ברויט און אַ גלאָז טיי. צוליב די פֿעלד־באַדינגונגען, האָט די קאַשע פֿאַרמאָגט אין זיך קליינע זעמדלעך. אָבער דער סאָוועטישער סאָלדאַט, אַז ער איז גוט הונגעריק, וועט ער עסן שטיינער מיט ערד אויכעט.

נענטער צו נאַכט, האָבן זיך אָנגעפֿאַנגען די געניטונגען, די מאַנעוורעס. אַלץ איז אָנגעגאַנגען לויטן פּלאַן פֿון אונדזערע קאָמאַנדירן. מיר זײַנען געפֿאָרן, געשאָסן, אַמאָל געבליבן פֿאַרשטעקט און פֿאַרגראָבן אין דער ליימענער ערד, אמאָל דווקא אַרויסגעצויגן אַן אַנדער טאַנק פֿון דער בלאָטע, ווידער געשאָסן… און אַזוי ווײַטער. בײַ נאַכן האָבן מיר זיך אָפּגערוט, געשלאָפֿן ווער וווּ, און אויף מאָרגן אָנגעהויבן פֿון דאָס נײַ. און ווען ס׳איז אונדז אויסגעפֿאַלן אַ שטיקל פֿרײַע צײַט צווישן די „מלחמות‟ מיט די אַרמייען פֿון „נאַטאָ‟, האָבן מיר זיך געבאָדן אין טײַך. דאָס וואַסער אין שעשופּע איז געווען נישט צו קאַלט, אַפֿילו אַ ביסל וואַרעמלעך, און מיר האָבן זיך געפֿילט ווי אויף אַ קוראָרט, אַן אָפּרו־אָרט. און ווען ס’איז אונדז אויסגעקומען אַ פֿרײַער אָוונט, זײַנען מיר אַרויסגעגאַנגען אויף אַ שפּאַציר צו דעם קליינעם דערפֿל, געזוכט צו פֿאַרברענגען אויף אַ טאַנץ־פּלאַץ, וווּ מע האָט געקאָנט טרעפֿן און זיך באַקענען מיט יונגע מיידלעך. מיר האָבן געהערט, אַז די היגע שיקסלעך זײַנען אויסגעגאַנגען נאָך זעלנערס, איבערהויפּט נאָך טאַנקיסטן. איך מיין, אַז אונדזער טאַנקיסטישע שוואַרצע בגדים, האָבן געמאַכט אויף זיי אַ גוואַלדיקן רושם. און אפֿשר נאָך עפּעס?

3

נאָר פּלוצעם האָט זיך אַלץ געביטן, אַלץ איז געגאַנגען קאַפּויער, דער טאַנק האָט אונדז „פֿאַרראַטן‟, און יעצט, ווי איר זעט, אַ קליינער און אַ מיאוסער לייטענאַנטיקל פֿירט אונדז אין תּפֿיסה.

איין שיינעם פֿרימאָרגן, ווען וויקטאָר האָט געלאָזט אין גאַנג דעם טאַנק־מאָטאָר, אָפּגעפֿאָרן אפֿשר אַ מעטער צוואַנציק, נישט מער, האָט זיך אין מיצקע דערינען דערהערט פֿון דער מאָטאָר־אָפּטיילונג אַ טראַסק מיט אַ קנאַק… דער מאָטאָר האָט זיך „דערוואָרגן‟ און די מאַשין האָט זיך אָפּגעשטעלט, ווי אַ דערהרגעטע. אינעם טאַנק איז געוואָרן שטיל, ווי אויף אַ בית־עולם. מיר זײַנען געזעסן פֿאַרגליווערטע, ווי סטאַטועס, און פֿון דעם הינטערשטן צד, וווּ דער מאָטאָר איז, האָט מען נישט געהערט קיין פּיפּס, קיין סימן פֿון לעבן. בקיצור, לויט אַלע סימנים איז אונדזער אײַזערנער חבֿר איז שוין געווען עליו־השלום. בעת מעשׂה, האָבן שוין אַלע טאַנקן פֿאַרלאָזט דעם לאַגער, און דער קאַפּיטאַן פּראָכאָראָוו איז געווען אַזוי פֿאַרנומען מיט דעם פֿאָרן צו די געניטונגען, אַז ער האָט אַפֿילו נישט געגעבן קיין אַכט, אַז מיר זײַנען געבליבן שטיין. קען זײַן, אַז מיר האָבן קיינעם נישט אויסגעפֿעלט, נאָר אָלעג האָט זיך, אַוודאי, פֿאַרבונדן מיט דעם ראָטע־קאָמאַנדיר דורך דעם ראַדיאָ־אַפּאַראַט, און אים געמאָלדן וועגן אונדזער מצבֿ. ס’איז נישט געווען וואָס צו טאָן, האָבן מיר זיך אַוועקגעלייגט אויף דער וואַרעמער ערד לעבן דעם „מת‟, און זיך מכבד געווען מיט אַ פּאַפּיראָסקעלע צווישן די ציין.

ווען די ראָטע איז צוריק געקומען פֿון די פֿעלדער, האָבן די מומחים — מעכאַניקערס און טעכנישע אָפֿיצערן פֿונעם גאַנצן באַטאַליאָן, — זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ קאָנסיליום. יעדער איינער האָט אַרויסגעזאָגט זײַן מיינונג, און אַלע צוזאַמען האָבן געטענהט, אַז דער טאַנק קען נישט פֿאָרן. נו, דאָס האָבן מיר שוין אַליין פֿאַרשטאַנען. זיי האָבן באַשלאָסן אַרויסצורופֿן פֿון קאַלינינגראַד די טאַנק־פֿאַרריכטערס, ווײַל זיי וועלן שוין וויסן וואָס צו טאָן. אַזוי ווי דעם טאַנק קאָן מען נישט לאָזן אַליין, וועלן מיר, דער טאַנק־עקיפּאַזש, בלײַבן מיט אים און וואַרטן אויף דער רעמאָנט־בריגאַדע. אַלע זײַנען זיך צעפֿאָרן, און מיר זײַנען געבליבן. מיט אונדז איז געבליבן אַ יונגער סאָלדאַט, אַ קעכער. ער וועט פֿאַר אונדז קאָכן און אָנקאָרמען, מיר זאָלן נישט שטאַרבן פֿון הונגער. דעם קעכער האָט מען גערופֿן וואַלערקאַ. ער איז געווען אַ חנעוודיקער יאַט און אונדז גלײַך געפֿעלן געוואָרן. קען גרויסער קעכער איז ער טאַקע נישט געווען, נאָר פֿאַר אונדז איז עס פֿון דעסטוועגן געווען אַ הילף, ווײַל קיין קעכערס זײַנען מיר בכלל נישט געווען.

זײַנען מיר געבליבן אַליין, אָן געווער, אָן קוילן און מיט אַ צעבראָכענער טאַנק. נאָר מיר האָבן נישט געדאגהט. ווער דאַרף האָבן ביקסן, אַז מיר זײַנען צווישן אייגענע? אַוווּ וועלן מיר נעמען פּראָדוקטן? דאָ נישט ווײַט איז פֿאַראַן אַ קליין דערפֿל, און מיר האָבן געוווּסט, אַז פֿון הונגער וועלן מיר נישט שטאַרבן. פֿאַרן לאָזן אונדז אַליין, האָט אונדז פֿאַרזאַמלט דער זאַמפּאָליט, עלטערער לייטענאַנט קיסעלענקאָ. אַ זאַמפּאָליט איז בעצם אַ קאָמיסאַר, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פּאָליטיק אין דער אַרמיי. ער האָט אונדז אָנגעזאָגט נישט צו פֿאַרגעסן צו שטימען אויף די מלוכהשע וואַלן, וואָס וועלן פֿאָרקומען דעם קומענדיקן זונטיק. און, ווי אַלע מאָל, איז אונדזער ענטפֿער געווען:

— מיר דינען דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, חבֿר עלטערער־לייטענאַנט!
— עס איז זייער וויכטיק, — האָט ער דערקלערט מיט אַן איבערצײַגונג, — איר זאָלט שטימען און אויסקלײַבן די בעסטע קאַנדידאַטן. פּערזענלעכע דאָקומענטן האָט איר, און אַ דאָרף מיט אַן אַגיטפּונקט (אַן אַנשטאַלט וווּ מע שטימט) איז אויך פֿאַראַן. אַזוי אַרום, — און ער האָט אויפֿגעהויבן זײַן ווײַזפֿינגער, — קיין תּירוץ נישט שטימען האָט איר ניט. ווי בירגערס און פּאַטריאָטן פֿון אונדזער סאָציאַליסטישן היימלאַנד, האָט איר רעכט… און נישט נאָר רעכט… דאָס איז אײַער חובֿ זיך צו באַטייליקן אין אונדזערע פֿרײַוויליקע וואַלן. און דו, — האָט ער אַ קוק געטאָן אויף אָלעגן, — ביסט פּערזענלעך פֿאַראַנטוואָרטלעך, אַז אַלע זאָלן שטימען. פֿאַרשטאַנען?

— פּונקט אַזוי, חבֿר עלטערער־לייטענאַנט! — האָט אויסגעשאָסן דער קאָמאַנדיר פֿון אונדזער טאַנק, און האָט אים אָפּסאַלוטירט.

זײַנען מיר געבליבן אַליין. אָן אָפֿיצערן, אָן קאָמאַנדירן און אָן אַ קאָפּדרייעניש. אָבער דער טאַנק איז אַ קאַליקער, זאָגט איר? נו, דאָס איז שוין נישט אונדזער דאגה. ווער עס דאַרף וויסן, ווייסט. איז וואָס זשע טוט מען ווײַטער? קודם־כּל, זיך אָפּרוען און אויסשלאָפֿן זיך. יעדער איינער האָט זיך אײַנגעאָרדנט ווי ער קען, געפֿונען אַ שטיקל פּלאַץ אויף דער ערד, אויסגעבעט דעם שינעל פֿון אונטן, און מיר זײַנען געשלאָפֿן ביז אין דער פֿרי. און ווער האָט געהיט דעם נישט קיין יונגעטשקן T-54? דער טאַנק איז געווען עלטער פֿון אונדז, זאָל ער זיך היטן אַליין. אין זײַן לעבן איז ער זיך אָנגעפֿאָרן נישט ווייניק, געזען אַ סך טאַנקיסטן ווי מיר, אויסגעשאָסן נישט איין קויל פֿון זײַן הונדערט־מילימעטער־האַרמאַט. נו, עס איז דען אַ וווּנדער, אַז ער איז מיד געוואָרן און האָט זיך צעטראַסקעט? אַפּנים זײַנע צאָנרעדער האָבן נישט אויסגעהאַלטן אַזאַ אָנשיקעניש, אַזוינע געניטונגען, און זיך צעשאָטן אויף פּיצלעך. ווען די טאַנק־מאַשין האָט נאָך געקאָנט פֿאָרן, אַפֿילו דאַן האָט זי זיך געשלעפּט, ווי אַן אַלטע פֿאַרשאָלטענע קליאַטשע. טאָ וואָס דאַרף מען היטן? ווער וועט וועלן גנבֿענען אַזאַ הײַפֿל מיט אײַזן?

די רעמאָנט־קאָמאַנדע האָט זיך נישט זייער געאײַלט צו ראַטעווען אונדזער טאַנק. עס האָט זיי גענומען גוטע דרײַ טעג צו געפֿינען אַוווּ זײַנען מיר, קומען און אָנהייבן זייער מלאָכה. דערווײַלע האָבן מיר געהאַט צײַט זיך צו באַקענען מיטן דאָרף, וואָס האָט זיך צעשפּרייט פֿון ביידע זײַטן פֿון דעם שעשופּע־טײַכל. די דאָרפֿישע פּויערים האָבן זיך מיט אונדז באַגאַנגען גאַנץ נישקשה, אַפֿילו פֿרײַנדלעך. זיי זײַנען שוין געווען צוגעוווינט צו אַזאַ מין מצבֿ — הונגעריקע סאָלדאַטן דרייען זיך אַרום אין דאָרף און זוכן, וואָס צו נעמען אין מויל אַרײַן. דאָס האַרץ איז אונדז אויסגעגאַַנגען פֿאַר אַ שטיקל שוואַרץ ברויט מיט פּוטער און שפּעק, און געדאָרשט נאָך אַ גלעזל „דאַר-פּאָ-וויענאַ‟ (ליטווישער בראָנפֿן מיט אַ מאָדנעם נאָמען, וואָס באַטײַט „נאָך אַ גלעזל‟). די פּויערים פֿון מאַרק האָבן אונדז מכבד געווען מיט ווײַס קעז און געדיכטער סמעטענע, פֿעטע מילך און פֿרישע, ערשט אָפּגעלייגטע אייער, געזאַלצענע אוגערקעס און יונגן קאַרטאָפֿל. און זיי האָבן נישט גענומען פֿון אונדז קיין געלט! באַצאָלן האָבן מיר באַצאָלט נאָר פֿאַר דעם היימישן בראָנפֿן, פֿאַרן סאַמאָגאָן. אַזוי ווי קיין איבעריקע פּאָר רובל האָבן זיך נישט פֿאַרבלאָנדזשעט אין אונדזערע קעשענעס, האָב איך פֿאַרן בראָנפֿן באַצאָלט מיט מײַן האַנט־זייגערל. איך געדענק נישט אַפֿילו פֿון וואַנען האָט עס זיך בײַ מיר גענומען, דאָס זייגערל. די היגע סוחרים אויפֿן מאַרק האָבן מיר געזאָגט, אַז דער זייגער איז גלײַכווערט צו פֿינף ליטער פֿון בעסטן סאַמאָגאָן. פֿינף ליטער! נו, האָב איך זיך געקאָנט אָפּזאָגן? זייער סאַמאָגאָן איז טאַקע געווען אָטבאָרני, אַן אָפּגעקליבענער, דער בעסטער! און אַ כּפּרה נאָכן זייגער!
אַזוי זײַנען געלאָפֿן אונדזערע טעג. און וועגן די נעכט האָב אײַך בכלל נישט וואָס צו דערציילן און מיט וואָס זיך צו באַרימען. מיר זײַנען שוין דורכגעגאַנגען דאָס קליינע דערפֿל אין דער לענג און אין דער ברייט, נאָר קיין שיינע שיקסלעך, וואָס האָבן געוואַרט אויף אונדז, האָבן מיר נישט געטראָפֿן.

קיינער האָט אויף אונדז נישט געוואַרט. גערעדט וועגן זיי האָבן מיר גערעדט. חלומות האָבן מיר געחלומט. נאָר קיין זאַך האָט נישט פּאַסירט. אַלץ איז געבליבן אין חלום. „נו, מילא, מיר וועלן שוין טרענען די מיידלעך פֿון גוואַרדייסק‟, — אַזוי האָבן מיר באַשלאָסן און מער נישט געזוכט.

4

איין העלן טאָג זײַנען די מעכאַניקערס געקומען און פֿאַרראָכטן דעם האַלב־טויטן טאַנק. זיי האָבן געאַרבעט פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט בײַ נאַכט. אַ גרויסע שיינע לבֿנה האָט אויפֿגעשײַנט גראַדע צו דער צײַט, און מיט אַ ווייך ווײַס ליכט האָט זי באַלויכטן, עס זאָל זײַן וווילער צו אַרבעטן. און וואָס מיינט איר? דער טאַנק איז פֿון טויט לעבעדיק געוואָָרן! איינער פֿון זיי האָט אײַנגעשלאָסן דעם מאָטאָר, אָפּגעפֿאָרן אַ פּאָר הונדערט מעטער הין־און־צוריק, און געמאָלדן, אַז לויט זײַן מיינונג איז דער טאַנק גרייט צו פֿאָרן אַהיים. דער קאָמאַנדיר פֿון די מעכאַניקערס, אַ נידעריקער סערזשאַנט מיט רויטע בעקעלעך און לאַנגע וואָנצעס ווי בײַ אַ קאָזאַק, האָט אונדז געהייסן בלײַבן ביז איבערמאָרגן, און נאָר דאַן לאָזן זיך אין וועג אַרײַן, צוריק קיין גוואַרדייסק. פֿאַר וואָס נישט מאָרגן? צוליב די וואַלן — מ’האָט אים אָנגעזאָגט, אַז מיר דאַרפֿן שטימען. פֿאָרן האָט ער אונדז געהייסן מיטן אייגענעם גאַנג, נאָר נישט אויפֿן שאָסיי אַוודאי.

אונדזערע רעטערס זײַנען אַוועקגעפֿאָרן, און מיר זײַנען ווידער געבליבן אַליין. מיר האָבן זיי פֿאַרגעסן צו פֿרעגן, ווי אַזוי וועלן מיר פֿאָרן מיטן טאַנק, אַז מיר זײַנען דאָ פֿינף מענטשן, מיט איין זעלנער מערער ווי ס’גייט אַרײַן אין טאַנק. נאָר די קאַליניגראַדער האָבן זיך שוין דערווײַטערט, און מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז מיר מוזן זיך אַליין אַן עצה געבן.

עס איז שוין געווען שפּעט, און מיר האָבן זיך געלייגט שלאָפֿן מיט אַ האָפֿענונג, אַז דער נײַער טאָג, דער טאָג פֿון די מלוכישע וואַלן, וועט אונדז ברענגען נײַע איבערלעבונגען מיט נײַע ווענטורעס. מיר זײַנען ווידער אַ בעל־הבית פֿאַר זיך אַליין, און מיר קענען שלאָפֿן וויפֿל מיר ווילן, ווי עס רעדט זיך אין אַ שפּריכווערטל: „דער זעלנער שלאָפֿט, און די דינסט גייט ווײַטער‟.

סוף פֿונעם קאַפּיטל קומט

Leave a comment