פֿון אונדזער עזבֿון: אַלכּסנדר גובניצקי (1912־1974)

— פּראָזאַיִקער. געבוירן אין שטעטל מאָנאַסטירישטשע, קיִעווער גובערניע, אין אַ משפּחה פֿון אַ באָנדער. אין די סוף 1920ער איז ער אַריבערגעפֿאָרן מיט די עלטערן קיין ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ שאָפֿער. אין די 1930ער יאָרן קומט ער קיין מאָסקווע און אַרבעט אויף דער בויונג פֿונעם מעטראָפּאָליטען. צו יענער צײַט געהערן זײַנע ערשטע ליטעראַרישע פּרוּוון, וועלכע ער ברענגט אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג ”דער עמעס“, וווּ דוד בערגעלסאָן האָט אים דערמוטיקט פֿאָרצוזעצן זײַן שרײַבן. די ערשטע דערציילונגען ווערן געדרוקט אין 1932 אין ”דער עמעס“, ווי אויך אין אַנדערע צײַטונגען. ווען עס הייבט זיך אָן די מלחמה, גייט אַ. גובניצקי אַוועק אויפֿן פֿראָנט. דאָס ערשטע בוך זײַנס ”שאָפֿערן“, איז אַן אויטאָביאָגראַפֿישס און דערשײַנט אין רוסיש אין 1960. אָנהייבנדיק פֿון 1961 דרוקט ער זײַנע ווערק אינעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ („דער וועג אויף וואָלגאָגראַד“, ”אַ טאָג אין בראַטסק“, „שאַכטיאָרן“, ”דער באַלעבאָס פֿון ים“, „סומאַגין‟, די גרעסערע אויטאָביאָגראַפֿישע דערציילונג ”מײַן ייִחוס“ און אַנד.). אין זײַנע סקיצן און דערציילונגען גיט ער אַ קינסטלערישע פֿאַרקערפּערונג פֿון אַקטועלע פּראָבלעמען, מיט וועלכע עס האָבן אין יענער צײַט געלעבט זײַנע העלדן — ייִדן און ניט־ייִדן, באַזונדערס פֿון דער שטאָטישער אַרבעטער־סבֿיבֿה. פֿאַר זײַן סטיל איז געווען כאַראַקטעריסטיש אַ זאַפֿטיקע פֿאָלקס־שפּראַך מיט אַ הומאָריסטישער באַפֿאַרבונג.

אַלכּסנדר גובניצקי
דערבען — קאַלוגאַ
(אַן אויסצוג פֿון דער נאָוועלע „שאָפֿערן‟)


מיט אַ באַזונדער חן פֿאַרגייט די זון אין קליינעם געסל. פֿון לינקס שײַנט אַ גליִענדיקער שטראַל אין פֿענצטער, פֿון רעכטס זיפּט זיך די זון דורך אַ שפּאַרונע אין שטוב אַרײַן, פֿאַרשפּילט זיך דאָרט מיטן שפּיגל און קערט זיך אום אין באַלויכטענעם דרויסן — אַ העזעלע. געדיכטע, באַוואַקסענע מיט האָריקע טשופּרינעס, שטייען פֿון ביידע זײַטן גאַס טאָפּאָלן. זיי זעען אויס פֿאַרשלאָפֿן, פּונקט ווי די פֿאַרנאַכטיקע זון וואָלט שוין אויף זיי קיין שליטה ניט געהאַט.

געוויינטלעך קומט נאָר באַלאַנדין צו דעם געסל, שטעלט זיך זײַן מאַשין אָפּ, ווי, להבֿדיל, אַ פֿערד בײַ אַ פֿאַרשאָלטן אָרט. דאָס האָט דער שאָפֿער אַליין, ניט ווילנדיק, אָפּגעשוואַכט די פּעדאַלן, ווײַל פֿאַר די אויגן האָט זיך אים אַ שטעל געטאָן דאָס דערפֿעלע ראַקיטנע, וואָס דאָס קליינע געסל איז אַמאָל געווען זײַן איינציקער „פּראָספּעקט‟. איצט ליגט עס, דאָס געסל, אין מיטן טאַראַראַם פֿון אַ נײַ־אויפֿגעבויטן ראַיאָן־צענטער, אַרומגעלייגט מיט שטיינערנע גאַסן, ווי אַן אַלט ריטשקעלע מיט יונגע ווערבעס.

אַמאָל זײַנען זעכציק האַלב־פֿאַרקוילטע שטיבלעך, ווי אָפּגעלאָשענע האָלאָוועשקעס, געשטאַנען אין באַלאַנדיס געבורט־ייִשובֿ ראַקיטנע. דאָס שלעפּער־דאָרף פֿלעגט שמען מיט זײַנע „פּאָגאָרעלצעס‟ [1]. אַן אַלטע שלייע איז דאָ געווען אַ מטבע, אַ צעפֿליקט פּעלצל — אַ מלבוש: איין פּאָסטעלע [2] — פֿון שטרוי, די צווייטע — פֿון שמאַטעס; הויזן — אַ לאַטע אויף אַ לאַטע, רעקלעך אויסגעביסענע, מיט האַלבע אַרבל, היטלען — פֿון אויסגעקראָכענע שמויסן, אויסגעניאָרעטע אין גנאָי… אויב מע זאָל אָנקומען און בעטלען אין פֿרעמדע מקומות מיט אַ גוטן שפּאַן, וועט דאָך קיינער אַ דענעשקע [3] ניט געבן. דערביער האָבן אויסגעדייווערטע, פֿאַרטריבענע פֿערדלעך זיך אין ראַקיטנע געשעצט מיט גאָלד גלײַך.

האָט מען זיך דאָס אויסגעפּוצט בכּבֿודיק, ווי דאָס פּאַסט פֿאַר אַן אָפּגעברענט דאָרף, און מע איז מיטן סקאַרב [4] אַרויס אויף דער וועלט, זוכן אַ ווינקל, וווּ מע האָט נאָך פֿונעם שלעפּער־דאָרף ניט געהערט — מע ווייסט נאָך ניט די שטיק זייערע…

פּאָגאָרעלצעס האָבן זיך אַוועקגעלאָזט אין דער וועלט אַרײַן שרײַען „דערבען־קאַלוגאַ!‟ — פֿלעגט מען זיי אין אַרומיקע דערפֿער פֿאַר אַ מײַל דערקענען — בעטלערס…

באָרוועס־נאַקעט, קיין מאָל קיין ברויט צו זאַט, האָט באַלאַנדין בײַ דעם דאָזיקן בעטלען באַגראָבן ערגעץ אין דער פֿרעמד טאַטע־מאַמע, געבליבן אַ קײַלעכדיקער יתום.

טוט אים איצט אַ קאַלופּע בײַ דער נשמה, ווען, זיצנדיק אין דער מאַשין, זעט ער, מיט וואָס פֿאַר אַ באַזונדער חן, פּונקט, ווי אַמאָל אין דער קינדהייט, ס׳פֿאַרגייט די זון אין דעם קליינעם געסל. ער וואָלט אפֿשר איצטער אין גאַנצן אויסגעלאָשן דעם מאָטאָר, זיך אָפּגעשטעלט אין געדיכטן שאָטן פֿון אַ טאָפּאָל, איז שוין אָבער סוף טאָג, און ער מוז גיכער קומען אין גאַראַזש, אויסשפּאַנען זיך פֿונעם טאָג האָראָוואַניע, און דערצו נאָך, ווי עס פֿירט זיך, אַרומוואַשן אין טײַך די מאַשין.

אָט איז שוין דאָס געסל געוואָרן ברייטער, און אַראָפּ־באַרג ווערט פּלוצעם געראַם און העכער די שטאָט, און די מאַשין פֿאַרכלינעט זיך פֿון וועלן איבערשפּאַרן דעם טאָרמאָז — זיך אַ טראָג טאָן איבערן פֿרישן אַספֿאַלט אַראָפּ־באַרג, אַראָפּ־באַרג!

בײַם ברייטן גרין געפֿאַרבטן טויער פֿונעם גאַראַזש האָט באַלאַנדינען באַגעגנט זײַן סטאַזשאָר — אַ בלאָנד וווּקסיק מיידל אין אַ געקווייטלט קאָפֿטל, וואָס איז שוין עטוואָס אויסגעשמירט אין פֿעטס, און אין אַ ברייט געפֿאַלדעוועט קליידל. דאָס מיידל האָט געהאַלטן אַן עמער אין דער האַנט, און, אַזוי־אָ, שטייענדיק אין דער פֿאַרנאַכטיקער פֿרישקייט, אַ לײַכט אָנגעטאָנענע, האָט זי כּלומרשט ניט באַמערקט, ווי באַלאַנדין איז אַוועק זיך מעלדן צום דיספּעטשער. נאָר גלײַך ווי די קאַליטקע [5] האָט זיך פֿאַרהאַקט הינטער אים, איז זי ווי אויפֿגעלעבט געוואָרן, מיט אימפּעט זיך אַרײַנגעזעצט אין קאַבינע און — אַוועקגעפֿאָרן.

— סאַשע, גיי כאַפּ מאַרינען!.. — טומלט דער גאַראַזש.
— נעם די פּאָזשאַרנע קישקע, באַלאַנדין, שיס איר נאָך!
— מע זעט גלײַך — זי וועט אים אײַנבײַסן!..

מאַרינע שטייט ביז די קני אין וואַסער, פֿאַרשטעקט דאָס קליידל. ווערט באַלאַנדין פֿאַרשעמט, לייגט זיך צו אויפֿן גראָז און וואַרפֿט פֿון דאָרט גנבֿישע בליקן צום שלאַנקן מיידל, דעם סטאַזשאָר זײַנעם. לעבן דער מגושמדיקער לאַסטמאַשין, אַליין עטוואָס העכער פֿון די רעדער, וואָס זינקען שוין אין טײַכל, זעט מאַרינע אויס, ווי זי וואָלט בײַ דער קלאַדקע [6] גרייט געשווענקען. באַלאַנדינען איז טשיקאַווע: וויאַזוי וועט זי עס אַרומוואַשן אָט די קויטיקע מאַשין. און ער גיט אַזש אַ מחייִדיקן שמייכל, ווען מאַרינע קריכט טיפֿער אין וואַסער און סטאַרעט זיך דערלאַנגען דעם לאַנזשעראָן — די אונטערשטע מאַשין־ראַמע.

ניט געכאַפּט וואַשט מאַרינע אויס די אייגענע הענט, טוט זיך אַ שפּילעוודיקן פּליוך מיטן פּנים אין וואַסער, טוט אַ שפּריץ מיט ביידע הענט אויף באַלאַנדינען — און פֿאַרגייט זיך אין אַ הויכן, רייצנדיקן געלעכטער.

באַלאַנדין קערעוועט זיך פֿויל אויס אויף דער צווייטער זײַט און כּדי באַווײַזן, אַז דעם מיידלס חנדלעך זיך גייט אים ניט אָן, פֿאַרדרייט ער אויפֿן פֿינגער אַ שטיק זאַפֿטיק גרעזל, רײַסט עס אַרויס מיטן וואָרצל און הייבט עס אָן פּאַמעלעך קײַען. פּלוצעם דערפֿילט ער הינטער דער סאַמע פּלייצע דעם הייסן אָטעם פֿונעם מאָטאָר: מאַרינע איז אַרויסגעפֿאָרן אויפֿן ברעג און שרײַט צו אים דורכן אָפֿענעם פֿענצטערל פֿון דער קאַבינע:

— היי, באַלעבאָס, זעץ זיך אַרײַן, איך וועל דיך אָן אַ קאָפּעקע אונטערפֿירן…

אויף דער שיינער מאַשין איז ער דעמאָלט געפֿאָרן, באַלאַנדין. דער נאַטשאַלניק פֿונעם גאַראַזש מאַלינין האָט אים בכּיוון אַוועקגעזעצט אויף אַן אַלטן דראָבאָוויק. „נעאַפּאָלער ספּאַ‟ האָבן די שאָפֿערן די דאָזיקע „פּאַפּקע‟ גערופֿן. רימפּל, ברודער! באַלאַנדין האָט געוויינטלעך געקוקט קרום אויף די פֿאַרשיידענע פּגירות, וואָס די מלחמה האָט פֿאַרוואָרפֿן אויף אונדזערע וועגן. בשעת מאַרינע כאַפּט זיך צום קאַטאַלאָג, וואָס וואַלגערט זיך אין איינעם מיטן מאַזוט אין קוזאָוו [7], און סטאַרעט זיך מיט איר אייגענעם שׂכל דערגיין די חכמה פֿון אַזאַ מאַשין, זעצט ער זיך היימיש צו און אַ זאָג, וו זײַן טבֿע איז, ניט געכאַפּט, ציִענדיק די ווערטער:

— אַן אַליומינעווע פּאַפּקע — טשעפּע זיך אָפּ פֿון איר…

און טראַכטנדיק אַ רגע — נאָך אַ מאָל:

— אין נעאַפּאָל, אפֿשר, איז אַזאַ קליאַטשע אַ בריה, אָבער בײַ אונדז טויג זי נאָר אויף שמעלצן פֿון איר שטאָל…

מאַרינען איז צום האַרצן, וואָס אויף איר מזל האָט זי זיך געפּאַקט צו אַזאַ געניטן שאַפֿער. וויפֿל אָבער איז דער שיעור, — טראַכט זי זיך, — צו זיצן אַזוי אָפּגעפֿרעמדט אויף די ווייכע קישעלעך און נאָר ריידן פֿון פּאָרשניעס מיט שאַטונעס [8]?

געקומען אין גאַראַזש אַרײַן, האָט זי אַוועקגעשטעלט די מאַשין אויף איר אָרט, אויסגעווישט די פֿאַרעס און די פֿענצטער און אומגעריכט זיך אַ קערעווע געטאָן עזות־פּנימדיק צו באַלאַנדינען:

— יויזל איינער!.. פֿאַרחלומטער באָק, וואָס דו ביסט… אין דער „פּאָפּקע‟ דײַנער ביסטו דאָך שוין באַלד פֿאַרזשאַווערט געוואָרן…


[1] פּאָגאָרעלצעס (רוס.) — נישׂרפֿים
[2] פּאָסטעלע (אוקר.) — פּויערישע שיך
[3] דענעשקע (רוס.) — אַ קאָפּעקע
[4] סקאַרב — חפֿצים
[5] קאַליטקע (רוס.) — הויפֿטירל
[6] קלאַדקע (אוקר.) — אַ בריקל בײַם טײַך
[7] קוזאָוו (רוס.) — אייבערשטע פּלאַטפֿאָרם
[8] פּאָרשניעס מיט שאַטונעס — דעטאַלן פֿון מאָטא

דאָס ליבע־בריוועלע

פֿול־אָנגעפּאַקט מיט שאָפֿערן איז דער אָנגערייכערטער צימער פֿון דער אויטאָ־אינספּעקציע. בײַם טיש זיצט דער קאַפּיטאַן סטראַכאָוו — אַ מענטש מיט קאַלטע, שטעכיקע אויגן און מיט אַ גוטמוטיק שמייכעלע.

יונגע שאָפֿערן באַקומען „פּראַוואַ‟ [1]. איינציקווײַז גייט מען צו צום טיש. סטראַכאָוו האַלט נאָך דערווײַל די האַנט אויפֿן סטאָס טעוועלעך, וואָס באַהאַלטן אין זיך די שאָפֿער־ביכלעך. ער הייבט אויף די אויגן, און ווי מיט צוויי שפּיזן לעכערט ער דורך דעם נעכטיקן סטאַזשאָר.

— אַ, מאַסליאָנקין! ס׳איז אמת, אַז דו האָסט ליב דעם ביטערן טראָפּן?

מאַסליאָנקין קנייטשט מיט די אַקסלען און כאַפּט דערווײַל אַ גנבֿישן קוק צו זײַן לערער מאַרגוליס, וואָס איז געקומען אַהער בענטשן דעם תּלמיד זײַנעם. סטראַכאָוו באַמערקט מאַרגוליסן. ער פֿירט אויף אים איבער דעם גוטמוטיקן שמייכל, נאָר די שטעכיקע אויגן לאָזט ער ניט אַראָפּ פֿון מאַסליאָנקינען.

— וואָס זאָגסטו, מאַרגוליס, ער וועט זײַן אַ שאָפֿער?

מאַרגוליס שטעלט זיך אויף: אַ הויכער, מיט לאַנגע געזונטע הענט, אַ ביסל אַ סוטולעוואַטער. מיט צוויי פֿינגער פֿאַרריכט ער בײַ דער נאָז די טונקעלע ברילן, וואָס מאַכן אים עלטער פֿון זײַנע דרײַסיק יאָר.

— מע דאַרף נאָך מיט אים גוט האָרעווען, חבֿר קאַפּיטאַן. נאָר פֿירן די מאַשין קען ער שוין.
— נו, און דו, מאַרגוליס, — די אויגן דינען דיר נאָך?

מאַרגוליס ענטפֿערט טרוקן:

— ווען די אויגן זעען בײַ מיר ניט, וואָלט איר שוין לאַנג די „טעוועלעך‟ בײַ מיר צוגענומען…

חבֿרה שאָפֿערן צעלאַכן זיך, נאָר צוגעטויבט, אַזוי ווי מע לאַכט צוגאַסט בײַ אַ שטרענגן באַלעבאָס.

סטראַכאָוו האַלט נאָך אַלץ די האַנט אויפֿן סטאָס שאָפֿער־ביכלעך, און, באַקוקנדיק אַזוי דעם עולם, טוט ער אָן חשק, ווי ער וואָלט דערמיט זיך אָנגעטאָן אַ היזק, אַ כאַפּ אַראָפּ איין ביכעלע.

אין דרויסן וואַרט אויף מאַרגוליסן מיט מאַסליאָנקינען די מאַשין. דאָס איז די זעלבע „ספּאַ‟, וואָס נעכטן איז אויף איר געפֿאָרן באַלאַנדין: פֿרידל מאַרגוליס איז באַלאַנדיס פּאָר. אין קאַבינע, אויסגעצויגן די פֿיס אויף די פּעדאַלן, שלאָפֿט געשמאַק אַ בחורל פֿון אַ יאָר זיבעצן. מאַרגוליס דערלאַנגט אים פֿריילעך אַ שטורכע:

— נו, שליאָמקע, אָט האָסטו דיר מײַן אַלטן באַלעבאָס מאַרגוליסן און די „פּאַפּקע‟ אַ צוגאָב.

דער נײַער סטאַזשאָר טשוכעט זיך אויס פֿונעם דרעמלט, דערלאַנגט מאַסליאָנקינען די האַנט. מאַרגוליס טוט אַ וווּנק שלמהן, יענער זאָל אַרויסקריכן פֿון דער קאַבינע, און גייט מיט אים אָפּ אין אַ זײַט:

— זאָגסטו, הייסט עס, שליאָמקע, אַז רחל איז שלאַף?
— זי פֿילט זיך עפּעס ניט מיט אַלעמען… די מאַמע האָט קוים אויסגעוויינט בײַם דאָקטער אַ בולעטין פֿאַר איר.

מאַרגוליס פֿאַרטראַכט זיך, ניט געכאַפּט נעמט ער אַרויס פֿון בוזעם־קעשענע אַ בלאָקנאָט, רײַסט אַרויס אַ בלעטעלע פּאַפּיר און שרײַבט אָן אויף דעם עטלעכע ווערטער.

— נאַ, גיב איר איבער, נאָר זע, די מאַמע דײַנע זאָל ניט אָנשמעקן…

שלמה טוט ממזריש אַ קוק אויף מאַרגוליסן, טאַנצט אַזש אונטער פֿון פֿאַרגעניגן, וואָס די מלאָכה שאָפֿערײַ הייבט זיך אַזוי גרינג אָן פֿאַר אים.

— זאָרג זיך ניט, פֿרידל, איך וועל עס יאַקאָס באַוואָרענען.

ביידע שאָפֿערן, וואָס זיצן איצט אין קאַבינע, מאַרגוליס און מאַסליאָנקין, זײַנען אַרײַנגעטאָן אין איינע מחשבֿות — אויפֿן וועג צום גאַראַזש וועלן זיי דערפֿאָרן פֿאַרבײַ מאָטל דעם בלעכערס שטוב, וווּ עס ליגט איצט אַ קראַנקע רחלע, דער דיספּעטשער פֿון דער באַזע. מאַרגוליס טראַכט: „שליאָמקע האָט איר שוין מסתּם אָנגעזאָגט די בשׂורה, אַז איך פֿאָר, קוקט זי אַוודאי דורכן פֿענצטער אַרויס…‟ מאַסליאָנקין בײַסט די ליפּ און טראַכט צו זײַנס אַ פֿאָרטל: בײַ רחלעס שטוב אָפּשטעלן די מאַשין און דורך דער הינטערטיר אַרײַנשפּרינגען בעטן אַן עמער.

מאַרגוליסן זאָגט ער גאָרניט, ווײַל ער וויסט, אַז פֿרידל שפּילט שוין לאַנג מיט רחלען אַ ליבע… אים ציט דאָך אויך דאָס האַרץ צו איר, מאַכט ער אַן אָנשטעל, אַז ניט זיך מיינט ער, ער מיינט בלויז מאַרגוליסעס טובֿה.

מאָטל דעם בלעכערס ווײַב, מלכּה, דערזעט פֿאַר זיך דעם אויסגעמורזעטן שאָפֿער מיט די שוואַרצע פֿאַרזשמורעטע אייגעלעך, מיטן ציגײַנערישן טשוב אויפֿן שטערן, פֿאַרלייגט זי די הענט אויף דער גרויסער ברוסט און שיט אויס אין איין אָטעם, ווי זי וואָלט אַ צעבער אויסגעגאָסן:

— גייט פֿון דאַנען, שאָפֿערניאַ, איין עמער האָט איר שוין בײַ מיר אַנטליגן, ווילט איר נאָך איינעם?

מאַרגוליס, דערזעט רחלעס מאַמע, פֿאַרגראָבט ער זיך טיפֿער אין קאַבינע און פֿון פֿאַרדראָס הייבן אים אַזש אָן די אויגן וויי טאָן…

[1] באַקומען „פּראַוואַ‟ — רעכט. רעכט אויף צו פֿירן אַן אויטאָמאָביל

Leave a comment