נאָר אויף שׂימחות!

דאָס קאַלענדאַר־זײַטל פֿונעם חודש מײַ איז בײַ מיר פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרצייכנטע טרעפֿונגען — מיט דאָקטוירים פֿון איין זײַט, און רעפּעטיציעס — פֿון דער אַנדערער זײַט. נאָך מײַנע רויִקע און שטילע חדשים, פֿאַרבראַכט אין פֿלאָרידע, האָט דער קאַלטער און רעגנדיקער ניו־יאָרקער מײַ מיך פֿאַרוואָרפֿן מיט קלאָפּאָטן אַרום געזונט און מײַן יוביליי־אָוונט. און אויב געזונט געפֿינט זיך אין די הענט פֿון גאָט און דאָקטוירים, האָב איך דעם „שאַפֿערישן אָוונט‟, ווי מע פֿלעגט אָט די אונטערנעמונג רופֿן אין מײַן סאָוועטישער פֿאַרגאַנגענהייט, זיך אַליין צוגעטראַכט אויף מײַן ליסע קאָפּ. פֿון דעסטוועגן, איז מײַן אײַנפֿאַל געקומען צום האַרצן מײַן קאַרדיאָלאָג, דאָקטאָר מיכאל קאַפּטשיץ. דווקא ער האָט זיך אונטערגענומען אָראַנזשירן דעם קאָנצערט און דעקן די הוצאָות.
אַ גוטער קענער פֿון רוסישער פּאָעזיע, איז דאָקטאָר קאַפּטשיץ, ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, געווען אַ „געהיימער ייִדישיסט‟. מײַן אָוונט איז געווען נישט דער ערשטער, וואָס ער האָט אָראַנזשירט אין ניו־יאָרק לכּבֿוד ייִדיש; פֿאַראַיאָרן האָט ער אַהער אַראָפּגעבראַכט פֿון מאָסקווע דעם באַקאַנטן טעאַטער־אַקטיאָר בנימין סמעכאָוו, וועלכער האָט צוזאַמען מיט יעווגעני קיסינען, דורכגעפֿירט אויף רוסיש און ייִדיש אַן אומפֿאַרגעסלעכן אָוונט, אין אָנדענק פֿון די אומגעבראַכטע סאָוועטישע ייִדישע פּאָעטן.

מעגלעך, אַז אונטערן קעפּל „ייִדיש בראַנזשע‟, בפֿרט אין מײַנע אייגענע נאָטיצן, וועלן די ווײַטערדיקע קורצע אויסצוגן פֿון די באַגריסונגען קלינגען „נישט קאָרעקט‟, האַלט איך, אַז אין מײַנע 75, פֿון וועלכע כ׳האָב 45 יאָר אָפּגעאַקערט אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש, קאָן איך זיך פֿאַרגינען צו טיילן זיך מיט מײַנע לייענער מיט די ווערטער, געזאָגט פֿאַר אַן עולם לכּבֿוד דעם יובילאַר. בפֿרט, אַז געזאָגט זײַנען זיי אויפֿריכטיק און באַגײַסטערט.
אין זײַן אַרײַנפֿירוואָרט צום אָוונט האָט דאָקטאָר קאַפּטשיץ צווישן אַנדערס געזאָגט:
„… באָריס סאַנדלערס פּראָזע איז דורכגעדרונגען מיט מיטלײַד, רחמנות, באַרעמהאַרציקייט. אַלע זײַנע העלדן אַפֿילו רוצחים, רופֿן אַרויס מיטלײַד. אין איינער פֿון זײַנע דערציילונגען לאָזט דער מערדער פֿאָרט איבער אייניקע סימנים אויפֿן קבֿר פֿון זײַן קרבן, כּדי די קרובֿים פֿונעם דערמאָרדעטן זאָלן שפּעטער קאָנען דאָס אָרט אָפּזוכן. אין אַן אַנדער דערציילונג ראַטעוועט דער פּאָליציאַנט, וועלכער האָט אומגעבראַכט נישט איין ייִדיש לעבן, אַ ייִדיש ייִנגל און זאָרגט, אַז די אַנדערע פּאָליציאַנטן זאָלן אים נישט דערהרגענען… סאַנדלערס פּראָזע לאָזט בײַם לייענער איבער אַ ליכטיק געפֿיל פֿון טרערן, פֿרייד און ליבע. און ליבע, ווי מיר ווייסן, באַרעכטיקט די עקזיסטענץ פֿון דער גאַנצער וועלט־באַשאַפֿונג. ווי מאַנדעלשטאַם האָט געזאָגט: ׳אי דער ים, אי האָמער — אַלץ באַוועגט זיך צו ליבע׳…‟
נישט מיר, נישט מײַן נאָענטן חבֿר, גענאַדי עסטרײַך, וואָלט קיינמאָל נישט אײַנגעפֿאַלן אַרויסצוברענגען אַ פֿאַלש וואָרט, אָדער אַפֿילו אַ מליצהדיק וואָרט סתּם, צוליב אַ חניפֿהלע, צוליב אונטערלייגן מיר אַן איי, ווי מע פֿלעגט בײַ אונדז אין בעלץ זאָגן. ער האָט עס אויך נישט געטאָן דאָסמאָל פֿון דער בינע פֿאַר אַ גרויסן עולם:

„מיר האָבן זיך באַקענט אין די 1980ער יאָרן, אין מאָסקווע. דערמאָלט האָבן אַ צאָל יונגע־לײַט געמאַכט די ערשטע טריט אין ליטעראַטור אויף ייִדיש. בײַ אייניקע זײַנען דאָס געוואָרן די לעצטע טריט — נישט מער ווי אַן עפּיזאָד אין זייער לעבן. ס׳רובֿ אַנדערע האָבן נישט אויפֿגעהערט צו שרײַבן אויף ייִדיש — לידער, פּראָזע, זשורנאַליסטישע נאָטיצן, אָבער בדרך-כּלל איז עס געווען פֿאַר זיי אַ זײַטיקע זאַך. גאַנץ אָפֿט האָט מען, דער עיקר, זיך באַשעפֿטיקט מיט עפּעס אַנדערש — למשל, מיט אַקאַדעמישע זאַכן. נאָר אַ פּאָר מענטשן פֿון יענעם דור האָבן זיך אין גאַנצן אָפּגעגעבן דער ייִדישער ליטעראַרישער טעטיקייט. באָריס איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדישער שרײַבער „פֿון אַ גאַנץ יאָר‟. ער קען ניט לעבן אָן ליטעראַטור, און די ליטעראַטור קען ניט לעבן אָן אים. די ייִדישע ליטעראַרישע געשיכטע איז פֿול מיט גרופּעס: די קיִעווער גרופּע, יונג-ווילנע, יונג-ישׂראל, און אַזוי ווײַטער. הײַנט קען מען רעדן וועגן דער „סאַנדלער-גרופּע‟. איך ווינטש באָריסן, מײַן טײַערן חבֿר, און זײַן גרופּע נישט אויפֿצוהערן צו שמידן נײַע רינגען אין דער גאָלדענער קייט, זי זאָל זיך, חס-וחלילה, נישט איבעררײַסן.‟
אַז מע דערלעבט צו אַזאַ שׂימחה, וויל מען זיך טיילן מיט דער פֿרייד אויך מיט אַנדערע. גלייבט מיר, קיינעם וועט עס נישט זײַן איבעריק. צוריק גערעדט: דער גרעסטער זכות פֿון שאַפֿן איז צו טיילן זיך מיט די שאַפֿערישע פּירות… אײַ, אַז נישט יעדן און נישט תּמיד קומען זיי צום טעם, איז עס אַ נאַטירלעכע זאַך: איינער האָט הנאה פֿון זויערמילך, אַ צווייטער — פֿון אַרויסקוקן דורכן פֿענצטער אויף דער גאַס!
עס פֿרייד מיך, וואָס אויך יענע, וועלכע האָבן נישט געקאָנט קומען צו מײַן אָוונט, האָבן געהאַלטן פֿאַר נייטיק עס אויסדריקן שריפֿטלעך. אַזוי האָבן געטאָן מײַנע אַלטע חבֿרים פֿון טאָראָנטאָ זעלינע און סאַשע איסקאַנדעראָוו.
מיר געדענקען ביז הײַנט אײַערע אויפֿטריטן בשעתן אַשכּנז־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ; ווי אויך יענעם אומפֿאַרגעסלעכן ייִדישן אָוונט, צוזאַמען מיטן פֿאַנטאַסטישן יעווגעני קיסין אין Bernard Betel Centre דעם 23סטן מײַ 2018…
וויל איך איצט אויסדריקן אַ האַרציקן יישר־כּוח יעדן איינעם, ווער ס׳האָט אין מײַן שׂימחה אָנטייל גענומען און זיך ברייט געטיילט מיט זײַן צײַט און טאַלאַנט — קליין און גרויס! איך באַדאַנק דעם עולם, וואָס איז געקומען אויפֿן קאָנצערט אין דעם קאַלטן רעגנדיקן פֿאַרנאַכט. ס׳האָט אונדז אַלעמען דערוואַרעמט דאָס ייִדישע וואָרט און ניגון.
אַ באַזונדערן דאַנק מײַן פֿרײַנד זחר לעווענטול פֿאַר זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס.
מײַ 30, 2025, ברוקלין, ניו־יאָרק







