דער שטאָף פֿון לעבן

מיר הייבן אָן דרוקן די זכרונות פֿונעם סאָוועטישן שרײַבער שמואל אָרטענבערג, „דער שטאָף פֿון לעבן‟. זיי זײַנען געשריבן געוואָרן אין 1962 און אַרויס בלויז אין דער רוסישער איבערזעצונג. די געשעענישן אין דעם בוך דעקן די יאָרן 1910־1930 און באַשרײַבן דאָס לעבן פֿון ייִדן אין די פֿאַר־רעוואָלוציאָנערע יאָרן און בעת ​​דער פֿאָרמירונג פֿון דער סאָוועטישער מאַכט אין אוקראַיִנע. אינעם ערשטן טײל ווערן געשילדערט די שרעקלעכן נסיונות, אויסגעפֿאַלן אויף די ייִדן אין די שטעטלעך, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, רעװאָלוציע און בירגער־קריג. דער צווייטער טייל אַנטהאַלט מעשׂיות וועגן הומאַניטאַריער, געבילדעטע ייִדן, וואָס האָבן געגלייבט אין דער באָלשעוויסטישער פּראָפּאַגאַנדע פֿון ​​אינטערנאַציאָנאַליזם און האָבן פּרובירט צו שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע קולטור.

“ייִדיש בראַנזשע” באַדאַנקט שמואל אָרטענבערגס זון, פֿרעד אָרטענבערג, פֿאַרן איבערגעבן דעם כּתבֿ־יד .אונדזער אויסגאַבע

רעדאַקטאָר

די באַרימטע שיל אין פּאָגרעבישטשע

שמואל אָרטענבערג

דער ערשטער טײל

בײַם טײַך ראָס 1920-1910

На старости я сызнова живу,
Минувшее проходит предо мною.

Алексанр Пушкин

איך אויף דער עלטער הייב אַלץ אָן אויף ס׳נײַ,
די יאָרן, די פֿאַרגאַנגענע איך זע פֿאַר מײַנע אויגן.

אַלעקסאַנדער פּושקין

מיט פֿיל יאָרן שפּעטער האָט מיר אַנומלטן מײַן מוטער דערצײלט: אין אײנעם אַ פֿראָסטיקן װינטער פֿאַר נאַכט, אין מיטן חודש שבֿט איז מײַן אַכט־יאָריק עלטער ברודערל װעלװל אַרױסגעלאָפֿן פֿון שטוב אינעם שמאָלן ענגן געסל און אַ פֿרײלעכער, אַ האָפֿערדיקער געלאָזט וויסן זײַנע חבֿרים, חדר־ייִנגלעך װעגן מײַן געבורט:

— מײַן מאַמע האָט געהאַט אַ ייִנגעלע!

פֿאַר מײַן מוטער, שטענדיק אַ פֿאַרהאַװעטע און פֿאַרנומענע ייִדענע, װאָס האָט אונטער איר ברוסט צװעלף קינדער געטראָגן, פֿון וועלכע זיבן זײַנען אין דער פֿריִער קינדהײט פֿון דער װעלט אַוועקגעגאַנגען, — פֿאַר מײַן מוטער, װאָס האָט ביז גאָר ליב געהאַט און געװען איבערגעגעבן אירע קינדער, איז מײַן געבורט געװען אַ געשעעניש פֿול מיט שװערער זאָרג, און מיט גרױסער פֿרײד אין דער צוקונפֿט. מע האָט, װי געװײנטלעך, אין אַ ייִדישער שטוב געטאָן דעם קינד אַ „ברית‟ און געלאָזט עס װאַקסן. געװען איז דאָס אין יאָר 1903 אין דעם קלײנעם פֿאַרװאָרפֿענעם שטעטל פּאָגרעבישטשע, דאַן בערדיטשעװער אוּיעזד, קיִעװער געובערניע.

דאָס שטעטל פּאָגרעבישטשע

פּאָגרעבישטשע… יעטװידן װער עס קומט צו רעסטאַװרירן אין זכּרון זײַן געבורטלאַנד, זײַן הײמלאַנד, װוּ ער האָט די קינדהײט פֿאַרבראַכט, װוּ ער האָט די יוגנט פֿאַרבראַכט, איז שװער אױסצומײַדן סענטימענטאַלע און ראָמאַנטישע רעמיניסצענסן.

אָט זע איך פֿאַר זיך נאָך אַצינד דאָס שטעטל פּאָגרעבישטשע, פֿאַרװאָרפֿן צװישן פֿעלדער, דערפֿער און לאָנקעס אין דער מערבֿ־דרומדיקער שװאַרצערדיקער, גרינבלעטערדיקער אוקאַיִרנע, עס איז געבליבן באַהױכט מיט שײנקײט און ליבע אין זכּרון און אין האַרצן. אַנטשטאַנען איז דאָס שטעטל אין דער גאָר־גאָר װײַטער פֿאַרגאַנגענהײט, לעבן אַלטע װײַט און טיף געגראָבענע קעלער־דורכגאַנגען, װאָס רעשטלעך פֿון זײ זײַנען נאָך געבליבן אין אונדזער צײַט; דערפֿון שטאַמט טאַקע דער נאָמען פֿון שטעטל, פּאָגרעבישטשע.

נאָך אין אָנהײב פֿון XVIIטן יאָרהונדערט, אין די צײַטן פֿון דער „זשעטשי פּאָספּאָליטי‟ (פּױלישער מלוכהשאַפֿט) האָבן אָנגעהױבן דאָרט זיך באַזעצן ייִדן, געקומען פֿון מערבֿ. די אַלטע ייִדישע כראָניקער װײסן צו פֿאַרצײכענען די איבערגעלעבטע פּײַן און לײד פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון פּאָגרעבישטשע אין די שטורמישע, גרױזאַמע יאָרן פֿון XVII און XVIIIטן י”ה. אין די צײַטן פֿון באָגדאַן כמעלניצקיס קריג קעגן דער פּױלישער הערשאַפֿט זײַנען אויף אַ שױדערלעכן אופֿן אומגעקומען די ייִדן פֿון שטעטל אין דער אַרומגערינגלטער שיל. װעגן דעם פֿלעגט דערצײלן דער שטײנערנער דענקמאָל לעבן דער שיל מיט אַ פֿאָלגנדיקער אױפֿשריפֿט, אױפֿגעהיט דורך יאָרהונדערטער און דורות:

געטמאַן כמעלניצקיס גזלנים

„אין יאָר ת”ח (1648) זײַנען כמעלניצקיס חײלות פּלוצעם באַפֿאַלן פּאָגרעבישטשע און אױסגעשניטן די פּױלישע מאַגנאַטן און אױך אַלע ייִדן — אַלטע לײַט, יונגע־לײַט, פֿרױען און קינדער, אַלעמען, װער ס’האָט זיך געפֿונען אין דעם אוראַלטן גאָטס הױז, אין דעם מקום־קידוש אין דעם מאָמענט, װען עס איז דאָרט פֿאָרגעקומען די חתונה פֿון אַ יונגער פּאָר‟…

די מלחמות, װאָס האָבן אין יענער צײַט דורכגעקערט די דאָזיקע ערטער, װי אויך די שפּעטערדיקע שלאַכטן, האָבן געבראַכט אַ באַדײַטנדיקן שאָדן אין די לענדער, און אומדערטרעגלעכע לײדן דער באַפֿעלקערונג. אין די אַלטע ביכער, כראָניקעס און אַנדערע היסטאָרישע דאָקומענטן ווערט אָפֿט דערמאָנט פּאָגרעוויטש (פּאָכרעביטש) צווישן די חרובֿ געמאַכטע שטעט.

צום סוף פֿון XVII י”ה האָט אין שטעטל װידער אױפֿגעלעבט די ייִדישע געמײנדע, אָבער אין XVIIIטן י”ה האָבן װידער די ייִדן פֿון פּאָגרעבישטשע איבערגעלעבט שרעק און פּורעניות בשעת די הײַדאַמאַקישע אָנפֿאַלן אין די יאָרן 1736 און 1768. אין משך פֿון XIXטן י”ה האָט זיך די ייִדישע קהילה פֿון שטעטל אַלץ מער פֿאַרגרעסערט און איז שטאַרק אױסגעװאַקסן.

געבליבן איז פֿון דער אַלטער צײַט צום אָנהײב פֿון XXסטן יאָרהונדערט די אַזױ גערופֿענע שנײַדערשע שיל, געבױט אין XVIIIטן יאָרהונדערט, אַן אָריגינעלע לױט איר אַרכיטעקטור מיט פֿיר דעכער, צװישן זיך פֿאַראײניקטע, מיט שפּורן פֿון אָריגינעלער קינסטלערישער מאָלערײַ אױף די װענט, מיט איר אינערלעכער פֿירגאָרנדיקער קאָנסטרוקציע — אַ גערױמע און אַ ברײטע. דאָס איז געװען אײנער פֿון די מערקװערדיקסטע דענקמעלער פֿון דער אַלטער ייִדישער אַרכיטעקטור; פֿאַרבליבן זײַנען אױך די אַלטע זעלטענע מנורות, געשאַפֿן דורך די ייִדישע בעלי־מלאָכות און מײַסטערס פֿון XVIIIטן י”ה. דער אָרעמער און געשיקטער מײַסטער ברוך האָט זעקס יאָר געאַרבעט אױף צו שאַפֿן זײַן װוּנדערלעכע מנורה. זי איז באַװוּסט און פֿאַרצײכנט אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער קונסט און פֿון איר זײַנען פֿאַראַן פֿיל קינסטלערישע רעפּראָדוקציעס.

אין 1913 האָט דער באַרימטער ייִדישער שרײַבער שלמה אַנ־סקי באַזוכט פּאָגרעבישטשע מיט אַ ספּעציעלער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע, אונטערזוכט און באַשריבן באַטײַטיקע ערטער אין דער שטאָט, פֿאָטאָגראַפֿירט די אַדמיניסטראַטיווע געבײַדע, די שיל, אַן אַלטע מצבֿה פֿון כמעלניצקיס צײַטן און אַנדערע זאַכן, וואָס כאַראַקטעריזירן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן, געזעלשאַפֿטלעכן און קולטורעלן לעבן פֿון ייִדן.

אָנהײב XXסטן יאָרהונדערט איז פּאָגרעבישטשע געװען פֿאַרהעלטנישמעסיק אַ באַדײַטנדיק שטעטל, װאָס האָט געצײלט 6,000 אײַנװױנער: אוקאַריִנער, רוסן און פּױלישע אײַנװױנער, פֿון זײ 3,000 ייִדן, װאָס האָבן געלעבט אין צענטער פֿון שטעטל.

„אָן קיין צווייפֿל‟, — האָט געשריבן דער באַרימטער רוסישער היסטאָריקער ב. ד. גרעקאָוו, — „איז דער נאָמען ׳רוס, רוסלאַנד׳ ענג פֿאַרבונדן מיט אַן אַנדערן אַלטן נאָמען פֿונעם טײַך, ׳ראָס׳ אָדער ׳רוס׳, וואָס האָט זיך געפֿלאָכטן אין מײַן היימשטאָט. דער טײַך, װעלכער פֿליסט אַרײַן אין דניעפּער, װעמענס קװאַלן געפֿינען זיך נעבן דער שטאָט פּאָגרעבישע…‟ אָט אַזאַ באַדײַטנדיקע ראָלע האָט מײַן שטעטל געשפּילט אין דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד!

דער פּאַלאַץ פֿון גראַף רזשעװוּסקי

איך זע נאָך אַצינד פֿאַר די אױגן די צענטראַלע ברוקירטע גאַס, װאָס ציט זיך אין דער גאַנצער לענג פֿון שטעטל פֿון אײן עק, װוּ עס האָט זיך געפֿונען די דרײַשטאָקיקע דאַמפֿמיל; און אין אַ צװײטן עק גײט אַװעק דער װעג צום בריק, צום טײַך ראָס, צום „אופּיסט‟. פֿון דער צענטראַלער גאַס ציִען זיך אין אײן זײַט קלענערע געסלעך, װאָס פֿירן צו דער באָד און צום ברעג פֿונעם טײַך ראָס, פֿון דער צװײטער — פּלעצער און געסלעך, װאָס פֿירן צום קאַטױלישן קלױסטער פֿון פּריצישן פּאַרק. אױף דער צענטראַלער גאַס, װי עס פֿירט זיך אױף דער װעלט, שענערע דירות, באַדעקטע מיט בלעך, אײניקע מיט גאַניקעס און פֿורפּלעצער. אין די זײַטיקע און הינטערגעסלעך — קלײנע אײַנגעהאָרבענע הײַזלעך, שמאָלע פֿאַרטונקלטע פֿענצטער, די דעכער באַדעקט מיט שינדל. אין די הינטער־געסלעך איז גרױס די בלאָטע און מע גײט ערטערװײַז איבער שמאָלע הילצערנע ברעטלעך.

בײַם „אופּיסט‟ (װײַזט אױס פֿונעם רוסישן וואָרט упустить — אָפּלאָזן, װוּ דאָס װאַסער לאָזט אָפּ) שטײט אַ װאַסער־מיל, דאָ שלאָגט און רױשט האַסטיק דער װאַסערשטראָם איבער די מילרעדער און װײַטער שלענגלט זיך, ריזלט און שטראָמט מיט זײַן רויִקן שטראָם דער שטילער טײַך ראָס און גײט זיך זײַן אײביקן גאַנג אַרױס דעם שטעטל. דערנעבן פֿירט אַ שמאָלער װעג צװישן פֿעלדער און לאָנקעס צו דער נאָענטסטער באַן־סטאַנציע רזשעװוּסקאַיאַ.

אין פֿאַרלױף פֿון XIXטן י”ה איז דאָס שטעטל פּאָגרעבישטשע געװען דאָס אײגנטום פֿונעם פּױלישן גראַף רזשעװוּסקי. צװישן אַנדערע איז אַהין, אין די היגע קאַנטן, געקומען אין 1844 דער באַרימטער פֿראַנצײזישער שרײַבער אָנאָרע דע באַלזאַק, צו בעטן אין דעם שלאָס פֿון דאָרף װערכאָװנאָיע די האַנט פֿון דער ערשט געװאָרענער אַלמנה גרעפֿין גאַנסקאַיאַ־רזשעװסקאַיאַ. די חתונה איז װי באַװוּסט, פֿאָרגעקומען אין יאָר 1850 אין דער שטאָט בערדיטשעװ. דאָס שטעטל פּאָגרעבישטשע האָט זיך גערעכנט פֿאַרן אײגנס פֿון גראַף אַדאַם רזשעװוּסקי, דער גרעפֿינס ברודער, און אױף זײַן נאָמען איז אָנגערופֿן געװאָרן די דורכגעפֿירטע אין די 70סטע יאָרן באַן־סטאַנציע.

אין מײַן צײַט האָט שױן אין דעם קאַנט געהערשט ניט דער פּױלישער גראַף רזשעװוּסקי, נאָר די רוסישע גרעפֿין איגנאַטיעװאַ, אַ לײַבלעכע קרובֿה פֿון דעם צאַרישן בילדונגס־מיניסטער, דעם יונגן גראַף איגנאַטיעװ. די גרעפֿין איגנאַטיעװאַ פֿלעגט אַמאָל מאַכן פֿון איר נאָענטסטער רעזידענץ, פֿון איר פּאַלאַץ לעבן דאָרף קרופּנאָדערניצע אַן אַרױספֿאָר צו אונדז אין שטעטל, אַרומגערינגלט מיט איר פֿילצאָליקער סװיטע. דאָס פֿלעגט מאַכן אַ גרױסן טומל אין שטעטל און אָנװאַרפֿן שרעק אױף די ייִדן.

גראַף ניקאָלאַי איגנאַטיעוו

דער אַלטער גראַף איגנאַטיעװ ניקאָלײַ פּאַװלאָװיטש איז געקומען אַהער, אין אונדזערע קאַנטן, נאָך אין סוף פֿון XIXטן יאָרהונדערט, אין די 1880ער יאָרן און אָנגעהױבן פּאַמעלעך צו באַהערשן די אַרומיקע געגנט. ער האָט זיך דאָ אָנגעשטױסן אױף אַ געװיסער צאָל ייִדישע פֿאַמיליעס, װאָס האָבן געהאַט אײגנטום אין די אַרומיקע דערפֿער און כּדי, װי אַמשנעלסטן אַרױסשטױסן די ייִדישע פֿאַמיליעס פֿון די דערפֿער און לאַנדגוטן פֿון דער אַרומיקער געגנט, זײַנען דורך אים, — ער איז דעמאָלט געװען מיניסטער פֿון אינערלעכע ענינים, — און זײַנע מקורבֿים, צאַרישע סאַטראַפּן, אױסגעאַרבעט געװאָרן די באַרימטע „צײַטװײַליקע כּללים‟ (Временные правила) פֿון יאָר 1881טן, װאָס האָבן גלײַך געבראַכט צו פֿאַרבאָטן די ייִדן איבערן גאַנצן לאַנד צו באַזעצן זיך און נעמען אַרענדע אין די דערפֿער; און אַפֿילו צום באַלדיקן אַרױסשיקן די ייִדן פֿון די דערפֿער, אין װעלכע זײ האָבן געװױנט אין משך פֿון דורות. דאָס איז געטאָן געװאָרן מיט דער גאַנצער פּאָליצײיִשער אַכזריותדיקײט. די אַרומיקע דערפֿער און לאַנדגוטן זײַנען געװאָרן „ייִדנרײן‟ און דער „אײדעלער‟ גראַף האָט זײ פֿלינק באַהערשט און באַזעצט.

צװישן די אַרױסגעשיקטע ייִדישע פֿאַמיליעס פֿון יענער צײַט האָט זיך געפֿונען אױך די פֿאַמיליע פֿונעם יונגן, שפּעטער באַרימטן ייִדישן פּובליציסט און דענקער אַחד־העם־גינזבורג. דער אַלטער גינזבורג האָט געהאַט ערגעץ דאָ ניט װײַט אין באַזיץ אַ לאַנדגוט. מיט אים האָט דער גראַף איגנאַטיעװ געהאַט דעם ערשטן צוזאַמענשטױס אין זײַן שטרעבונג צו באַהערשן די אַרומיקע לאַנדגוטן. דער קאָנפֿליקט איז געװען די ערשטע טרײַבקראַפֿט, װאָס האָט באַװעגט דעם גראַף איגנאַטיעװ אױסצואַרבעטן די באַרימטע „צײַטװײַליק כּללים‟. די גאַנצע פֿאַמיליע גינזבורג האָט זיך געמוזט אַריבערגעצויגן אין דעם נאָענטסטן שטעטל. אַלע אַרױסגעשיקטע פֿון די דערפֿער ייִדישע פֿאַמיליעס האָבן זיך אַריבערגעקליבן אין די נאָענטסטע שטעטלעך און נאָך מער פֿאַרגרעסערט די ענגשאַפֿט פֿון די שטעטלדיקע געטאָ־װענט. די אַזױ גערופֿענע „צײַטװײַליקע כּללים‟ װעגן פֿאַרבאָטן די ייִדן צו װױנען אין דערפֿער, זײַנען פֿאַרבליבן גילטיק אױף אַ לאַנגער צײַט, ביזן סוף פֿונעם צאַרישן רעזשים.

אַגבֿ, געדענקט זיך, װי דער גרױען ייִד, חײם דער שנײַדער, שױן גאָר אַן אַלטער 80־יאָריקן זקן, אַ נידעריקער, אַן אײַנגעהױקערטער, מיט אַ געדיכטער װײַסער באָרד, מיט אַ בלײך, צעקנײטשט פּנים, װי די שאָלעכץ פֿון אַ ניס און גראָבער נאָז האָט בײַ אונדז אין שטעטל שטענדיק דערצײלט, װי ער האָט אַמאָל געװױנט אין דאָרף צוזאַמען מיט דער פֿאַמיליע גינזבורג און מיר האָבן מיט גרױס נײַגעריקײט געהערט זײַנע דערצײלונגען װעגן אײניקע עפּיזאָדן וועגן די קינדער־ און יוגנט־יאָרן פֿונעם באַרימטן שרײַבער און פּובליציסט אַחד־העם, אָשר גינזבורג.

המשך קומט

Leave a comment