דער פֿינפֿיאָר-פּלאַן

עמיל קאַלין

דאָס פֿערטע קאַפּיטל

3

דער „טור‟, דאָס שלעפּן זיך איבער בוקאַרעשטער גאַסן נאָכן „גיד‟ און דער טשטערעדע טוריסטן איז געווען פֿאַר סעמען איין צעצויגענע אָפּקומעניש. שוין פֿונעם ערשטן בליק אָן האָט ער געוואָרפֿן אויף דער גרופּע אַן אומחן: אַזוי האָט דער וועגווײַזער אויסגעזען אַ סימפּאַטישער, אַ צוגעלאָזטער מאַן אין די מיטעלע יאָרן. ער האָט געשיט מיט וויצן און חכמהלעך און עס איז געווען קלאָר, ווי דער טאָג, אַז ער ווייסט גאַנץ גוט דעם וועג צו דעם שיינעם מין. סעמען איז נישט געפֿעלן געווען, ווי די נקבֿות נעמען אָן די קאָמפּלימענטן אַזוי לײַכטזיניק. די גרעסטע כּפֿי-טובֿה וואָס סעם האָט געפֿונען פֿאַרן וועגווײַזער איז געווען זײַן ענגליש; זײַן ענגליש איז געווען עפּעס צו פֿליסיק און ריכטיק. דעם פּאַרשוין דאַרף מען אָננעמען מיט אַ ביסל זאַלץ, האָט סעם געטראַכט צו זיך און באַטראַכט אַלעמען מיט חשד, ווי אַ זײַטיקער. וואָס פּלוצעם רעד ער אַזאַ ענגליש? עפּעס דאָ קלעפּט זיך נישט. מע לערנט דען ענגליש אין די היגע שולן? דאָס לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל, טשאַושעסקו איז אַ „נאַשבראַט‟ מיט ברעזשניעוון. ער וועט נישט בײַסן די האַנט וואָס האָדעוועט אים, צוליב אַ קורצן פֿלירט מיט פּרעזידענט פֿאָרד. וואָס עס זאָל נישט זײַן, דאַרף רוסיש פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן.

סעם האָט נאָך גוט געדענקט ווי אין אַ שיינעם טאָג האָט מען אָנגעהויבן אַרײַנפֿירן אין דער ייִדישער שול לעקציעס פֿון דער רוסישער שפּראַך. אַלע, אַרײַנגערעכנט די לערערין, האָבן גערעדט ווי מיט אַ הייסן קאַרטאָפֿל אין מויל. די מעשׂה האָט זיך פֿאַרשלעפּט; מע פֿלעגט יעדעס מאָל איבערגעחזרט די זעלבע זאַצן: „יאַ גאָוואָ-ריו פּאַ רוסקי, ווי גאַוואַ-ריטיע פּאַ רוסקי…‟. מער „גאַוואָרען‟, דאָס הייסט, רעדן, האָט קיינער נישט געקאָנט. אַזאַ פּנים האָט געהאַט דאָס רוסיש. נו, אויב אַזוי, סאַראַ פּנים האָט דאָס ענגליש, וואָס מע מעקעט דאָ?

דער עולם איז באַשטאַנען פֿון הוילע גויים, אַזוי האָט סעם גערעכנט. אויב עס איז דאָ אַ ייִד „קאַמופֿלאַזש‟ ער זיך זייער גוט. אַלע זענען געווען אַמעריקאַנישע לאָקשן, הויכע און לײַביקע, אָנגעטאָן, סײַ מענער און סײַ פֿרויען, אין ברייטע, העלע הויזן און פֿאַרביקע מאַנטלען און פּולאָווערס. די פּנימער: ברייטע, רויטלעכע, פּויעריש פֿאַרגרעבט, מיט ברייטע גאָמבעס. אַלע, אָן אַן אויסנאַם האָבן געהאַט ווײַסע ציין, ווי מע וואָלט די פּאציענטן ערשט אַרויסגעיאָגט פֿון דעם בענקל בײַם דענטיסט. זיי האָבן גערעדט הויך, געדונערט מיט געלעכטער און זיך גאָר נישט געמאַכט דערפֿון, וואָס אַ פֿאַרבײַגייער האָט פֿאַרגלאָצט אויף זיי די אויגן. זיי זענען געקומען אַהער גלאַט צוליב נײַגעריקייט, אַ קוק טאָן וואָס עס טוט זיך אויף יענער זײַט פֿאָרהאַנג, מאַכן אַ פֿרעס, אַ כּוסע און תּיכּף אַוועק, צוריקקריכן אין די לעכער, פֿון וואַנעט זיי זענען געקומען: אָרעגאָן, מינעסאָטע, אָהאַיאַ… זאָלן זיי שיקן אַ וואַרעמען גרוס זײַן פּלוניתטע, מרת דאָריס, זאָל לעבן און געזונט זײַן, די גרויסע חכמה.

אַ חוץ זיי האָט ער באַמערקט צווישן עולם אַן ער און אַ זי. זיי האָבן זיך געהאַלטן צוזאַמען, אָבער עפּעס האָט אין זייער הילוך און תּנועות נישט געשטימט. זיי האָבן גערעדט צווישן זיך, אָבער אָן איבעריקע צערטלעכקייטן. ער האָט נישט געקאָנט אויפֿכאַפּן וואָס זיי זאָגן, נאָר עס האָט געשטעקט אין די שושקענדיקע קולות אַן אָפּגעזונדערקייט, אַ אָנגעצויגנקייט. וואָס און ווער זענען זיי? האָט זיך סעם געפֿרעגט. אַ צעקריגט פּאָרל? שמעקערס פֿון דעם רעזשים? סעם האָט זיך אומגעקוקט און תּיכּף געווויר געוואָרן, אַז ער איז דער איינציקער, וועלכער ווערט געפּלאָגט פֿון אַזעלכע פּחדים. די אַנדערע האָבן אַלץ אויפֿגענומען מיט פּראָסטער פֿרייד און לײַכטזיניקייט. יאָ, געוויס טרײַבט ער איבער. ער האָט זיך פֿאָרגעוואָרפֿן, אַז ווידער מאַכט ער אַלץ קאַליע מיט אומזיסטע דאגות. ער מוז אויפֿהערן, איין מאָל און פֿאַר אַלעמאָל, מיט די שפּילקעס און דמיונות, און לעבן אַ שיינעם טאָג. נאָך אַלעמען, טאַקע צוליב דעם איז ער געקומען אַהער. טראַכטן שוואַרצע מחשבֿות קאָן ער אויכעט אין ניו־יאָרק אויף פּאַרק עוועניו.

אין קונסט-מוזיי איז ער שיִער נישט אַראָפּ פֿון זינען פֿאַר לאַנגווײַל. נאָך אַ פּאָר צימערן, פֿולגעפּאַקט מיט „ברענקוש‟ [1] און אימפּרעסיאָניסטישע פּאַטשקערײַען האָט ער דערפֿילט, אַז די כּוחות פֿאַרלאָזן אים, די וויִעסן מאַכן זיך צו פֿון זיך אַליין. די פֿיס שלעפּן אים פֿון זיך אַליין, בעת דער מוח ווערט ווי אויסגעליידיקט דורך די אומענדלעכע קאָרידאָרן און אָנצאָליקע צימערן.

אין דרויסן איז ער אַ ביסל געקומען צו זיך. די גרופּע איז נאָכגעגאַנגען דעם וועגווײַזער שאַ-שטיל, ווי קי וואָס מ׳נעמט זיי פּאַשען אויף אַ לאָנקע. סעם האָט גלײַך דערקענט די גאַס: ליפּסקאַן, סאַמע צענטער-שטאָט. פּענסיאָנערן זענען געגאַנגען נישט געאײַלט און באַטראַכט די וויטרינעס, וווּ עס איז געווען אויסגעשטעלט אַ נעבעכדיקע סחורה. יונגע ווײַבער זענען געגאַנגען, ווי צום טאַקט, מיט קוישן. סעם האָט זיך נישט גענייטיקט אין מער ווי איין בליק, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז עס פֿעלט זיי דער לוסט און ברען, וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן יאָגן זיך נאָך מציאות און נײַע שמאַטעס אין ניו-יאָרק.

די אַנדערע טוריסטן האָבן געבליצט מיט די פֿאָטאָ-אַפּאַראַטן און באַטראַכט דעם אַרום מיט נײַגער און חידוש, ווי אַ סמאַרקאַטש קוקט אַרויס פֿון אונטער דער מאַמעס פֿאַרטעך. זיי האָבן לאַנג געקוקט אויף די באַשיידענע נעבעכדיקע וויטרינעס. אַלץ איז געווען לכאורה ווויל און פֿײַן, נאָר סעם האָט געקאָנט באַשײַמפּערלעך דערשמעקן דעם שאַרפֿן גערוך פֿון פּוסטקייט, וואָס האָט דורכגעווייקט די קלייטן, געבײַדעס, דעם טראָטואַר — אַלץ. ער איז נאָכגעגאַנגען דעם וועגווײַזער צוזאַמען מיט דער גרופּע, אָבער זיך געפֿילט, ווי ער וואָלט געגאַנגען נאָך אַ מת. צווישן זיי און אים איז געשטאַנען אַ מחיצה — נישט דורכצורײַסן.

אין איינעם אַזאַ קלייטל, וווּ עס איז געשטאַנען אויף דער וויטרינע: „שנײַדערײַ‟, איז געזעסן אויף אַ טאַבורעטל אַ פֿעטע פֿרוי, די פֿיס — דיקע, ווי צוויי קלעצער, און געגענעצט מיטן פֿולן מויל. קיין קונה איז נישט אַריבערגעטראָטן די שוועל, ווי אינעווייניק וואָלט געלויערט אַ קליפּה. ער האָט געהאַט אַ פּלוצעמדיקן פֿאַרלאַנג צוצוגיין צו איר, זי אַ טרייסל און שאָקל טאָן ביז דער גאַנצער אמת וועט זיך אַראָפּשיטן פֿון איר. ער האָט געוואָלט אַרײַנשרײַען אין אירע אויערן: „וווּ איז איציקל? וווּ איז נתן? וואָס האָט זיך געטראָפֿן מיט זיי? וווּ זענען זיי, צו אַל די שוואַרצע יאָר?‟ — נאָר ער האָט ווויל געוווּסט, אַז ס’איז אַן אַרויסגעוואָרפֿענע טירחא. ער וועט זיך נאָר פֿאַרשאַפֿן בזיונות. אויב ער וועט האָבן מזל, וועט מען קוקן אויף אים, ווי אויף אַ צעדולטן, אַ צעבראָכענעם מענטש; אין ערגסטן פֿאַל וועט זיך די פּאָליציי אַרײַנמישן און דעמאָלט איז ער אַ פֿאַרפֿאַלענער.

אַלץ איז פֿאַרגעסן געוואָרן, ווי קיינמאָל גאָרנישט. ער איז דער איינציקער, וואָס בענקט נאָך די ייִדישע פּעדלערס, הענדלערס פֿון קנעפּלעך און סוחרים פֿון שמוישן. די אַמעריקאַנער קלעצער ווילט זיך נאָר לעבן אַ שיינעם טאָג. סעם האָט מורא געהאַט, אַז קיינער זאָל זיך חלילה נישט צוטשעפּען צו זײַן „יום-טובֿדיק‟ פּנים, ער זאָל נישט מוזן זיך אַרויסדרייען פֿון דעם ענין מיט אַ הינקענדיקן תּירוץ. נאָר זײַן מורא איז געווען אַן אומזיסטע קיינער איז נישט אָנגעגאַנגען אין אים. בײַ זיי איז געווען אַ קנאַפּער חילוק אויב ער איז טויט אָדער לעבעדיק.

נאָכן אָפּעסן אין אַ פֿײַנער קרעטשמע און מאַכן אַ פּאָר לחיימס איז סעם אַוועק צו פּוּיו און למעשׂה צו זיך אַהיים. ער האָט נאָך געדאַרפֿט זיך צוגעוווינען צו די דאָזיקע ווערטער. ער האָט זיך אָפּגעגעבן דעם חשבון, אַז ער איז, אין אַ געוויסער מאָס, אויך אַנטרונען געוואָרן. דאָס לעבן אין ניו-יאָרק האָט גאָר נישט קיין שײַכות מיטן לעבן דאָ. ער האָט ליב געהאַט זיך מאַכן גרויס בעת די זיצונגען און באַגעגענישן פֿון לאַנדסלײַט, אַז ער איז אַן אייביקער גרינער און דערצו אַ סוקסעספֿולער, די שׂונאים אויף צעפּיקעניש, נאָר וויפֿל אמת האָט געשטעקט דערינען? ער האָט געפּלאַפּלט אויף ייִדיש, געקאָנט עטלעכע דינים און די ייִדישע מינהגים זענען נאָך נישט אָפּגעבליאַקעוועט בײַ אים אָבער אַחוץ דעם איז ער געוואָרן אַן אַנדער מענטש. דאָ, אין בוקאַרעשט, אַז די אַלע תּנועהלעך און נאָכקרימענישן האָט נישט געטראָגט אין זיך קיין אויפֿריכטיקייט אָדער אינערלעכער אמת. זיי זענען געווען גיכער אַ שטיקל טעאַטער, אַ שאָלעכץ וואָס האָט אים אויסגעהיט, ער זאָל נישט צעגיין אין גאַנצן. נאָר איצט האָט ער געכאַפּט ווי ווײַט איז עס דערגאַנגען און ווי שטאַרק איז ער געוואָרן אָפּגעפֿרעמדט.

סעם האָט זיך אײַנגערעדט, אַז ער קען בוקאַרעשט ווי די אייגענע דלאָניע, נאָר אויפֿן וועג אַהיים האָט ער זיך פֿאַרפּלאָנטערט. ער האָט געבלאָנדזשעט אויף פֿרעמדע גאַסן און זיך געשעמט אַ פֿרעג טאָן בײַ לײַט. ער האָט מורא געהאַט, זײַן אַקצענט זאָל אים נישט מסרן: האָט ער איבערגעחזרט די פֿראַגעס אין קאָפּ און געפּרוּווט צופּאַסן דעם ריכטיקן טראָפּ, קײַקלען דעם רומענישן רי״ש, ווי אַן עכטער רומענער, לאָזן לויז ווערן דער צעצויגענער ניגון, צונויפֿפּרעסן די ווערטער מעשׂה גוי. ער האָט ווידער דערפֿילט די בושה און מורא, וואָס פֿלעגן אים באַגלייטן אויף די זעלבע גאַסן מיט דרײַסיק יאָר צוריק. ער איז ווידער געוואָרן אַ ייִנגל, נאָר איצט איז ער אַ יתום. טאַטע-מאַמע באַגלייטן אים אפֿשר פֿון אויבן, נאָר צולייגן אַ האַנט אונטן, ווען ער דאַרף, דאָס קאָנען זיי נישט. אַזעלכע זענען די דינים פֿון עולם-הבא, דאַכט זיך.

די שיך האָבן אָנגעהויבן קוועטשן און כאָטש אין דרויסן איז געוואָרן גוט קאַלט איז אַ ריטשקעלע שווייס אַראָפּגעקראָכן דורכן רוקנביין. ער איז אַרויס אויף אַ קליינעם סקווער, וווּ עס זענען געשטאַנען, אונטער אַ גרויסן פּאָרטרעט פֿון טשאַושעסקו, עטלעכע טראַמווײַען.

פֿון איין טראַמווײַ איז אַראָפּגעקראָכן אַ מענטשעלע, אָנגעטאָן אין אַן אָנצוג; דער גרויסער קאָפּ האָט ווי אַרויסגעקוקט פֿון אַ האָרב. ער איז געגאַנגען מיט אַן אַראָפּגעבויגענעם קאָפּ, נישט געקוקט אויף רעכטס אָדער לינקס, ווי עס וואָלט אים באַשערט געווען צו טראָגן די גאַנצע וועלט אויף דער פּלייצע, און אָט־אָט וועלן זיך ברעכן אונטער אים די פֿיס. די פֿיס האָבן זיך אָבער נישט אונטערגעבראָכן. נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן און אומגעלומפּערטקייט, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו שנײַדן דעם וועג צווישן לײַט, וואָס זענען געלאָפֿן, אַרײַנגעשפּרונגען הענדעם-פּענדעם אין די וואַגאָנען.

סעמען האָט דער מענטש פֿאַרוווּנדערט. „דאָס גאַנצע לעבן איז דאָך אַ געראַנגל. ווויל איז דעם מענטשן, וואָס ראַנגלט זיך‟,— האָט ער געטראַכט צו זיך, און פּלוצעם איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז דער מענטש וואָס ראַנגלט זיך אַזוי העלדיש מיטן לעבן, איז פּוּיו בכבודו-ועצמו, דער מלאך-הגואל, וואָס וועט אים פֿירן אַ היים.

„פּוּיקעלע! פּוּיקעלע!‟ — האָט סעם אויסגערופֿן, געפֿאָכעט מיט די הענט און גענומען לויפֿן צו דעם הינקענדיקן פּאַרשוינדל מיט אַלע באַשיידענע כּוחות.


[1] Brancusi, Constantun (1876-1957) — רומענישע סקולפּאָר, מאָלער, פֿאָטאָגראַף

המשך קומט

Leave a comment