דניאל גלאי
פּערסאָנאַזשן:
אַלכּסנדראַ – די מוטער
עלוויראַ – די טאָכטער
1. אין קאָנצערט-זאַל
עלוויראַ קומט אַרויס אויף דער בינע אין אַ רויטן גאַלאַ-קלייד און זעצט זיך אַנידער בײַם קלאַוויר. אַ דין ווײַס טיכעלע לאָזט זי ליגן אויפֿן לינקן עק פֿון דער קלאַוויאַטור. קאָנצענטרירט זיך פֿאַרן אָנהייבן יאָהאַן סעבאַסטיאַן באַכס פּאַרטיטע אין רע מאַזשאָר. נאָך איידער זי לייגט אַנידער די הענט אויפֿן קלאַוויר, דרייט זי אויס איר קאָפּ צום פּובליקום, שמייכלט נערוועז… און אַנטפּלעקט פֿון דערווײַטנס אַ שוואַרץ-אַלטמאָדישן הוט אויפֿן קאָפּ פֿון אַ פֿרוי. אַ שוידער גייט איר דורך. קערט צוריק די אויגן צו דער קלאַוויאַטור, וואַרט אייניקע סעקונדעס… און ברעכט אויס מיט ווילד-משונהדיקע אַקאָרדן פֿאָרטיסימאָ, קלאַפּנדיק מיט די דלאָניעס איבערן קלאַוויר. קיין זכר נישט פֿון באַכס פּאַרטיטע. ס’פּובליקום ווערט אויפֿגעבראַכט און מע הערט פּראָטעסטן… עלוויראַ פֿאַרענדיקט איר אויסברוך, ווענדט אַ האַסטיקן בליק צו דער פֿרוי מיטן שוואַרצן הוט און מיט גיכע טריט, כּמעט לויפֿנדיק, פֿאַרלאָזט זי די בינע…
2. אין זייער אַפּאַרטמענט
האַלבנאַכט. אַלכּסנדראַ, די מוטער, זיצט בײַם טיש און וואַרט אויף דער טאָכטער, וואָס דאַרף זיך אומקערן אַהיים פֿונעם קאָנצערט. זי טרינקט נאָך אַ טעפּל קאַווע און זיצט אומגעדולדיק, ביז צום סוף באַווײַזט זיך עלוויראַ בײַ דער טיר…
א: פֿאַר וואָס אַזוי שפּעט?
ע: דער אַדרענאַלין!… מע מוז די שפּאַנונג פֿונאַנדערלאָזן נאָך אַ רעסיטאַל… ס’איז נישט דאָס ערשטע מאָל… דו ווייסט עס…
א: דערצייל, ווי איז עס אַדורך?
ע: כ’מוז זיך פֿריִער באַרויִקן….
א: זאָג, כאָטש עפּעס…
ע: ווי איז עס אַדורך, ווילסטו וויסן?…
א: אַוודאי! פֿאַרשטענדלעך!
ע: וואָס איז אַזוי פֿאַרשטענדלעך?
א: (שטרײַכט אונטער יעדעס וואָרט) כ’וויל הערן ווי ס’איז אַלץ אַדורך… דו האָסט געפֿילט… ווי ס’פּובליקום האָט רעאַגירט…
ע: (קוקט צו דער מוטער אין די אויגן) וואָס שפּילסטו אַזוי פֿאַר מיר? וואָס מאַכסטו זיך תּמעוואַטע?…
א: כ’פֿאַרשטיי נישט, עלוויראַ. כ’באַנעם גאָר-נישט, וואָס דו רעדסט.
ע: טאַקע?
א: בנאמנות.
ע: (שאַרף) גענוג דעם אָנשטעל. וווּ ביסטו נעכטן געווען?
א: אין שטוב. בכלל נישט אַרויס. ווי מ’האָט זיך אָפּגערעדט.
ע: אַלכּסנדראַ… גענוג די שמוציקע שטיק… כ’ווייס גענוי אַוווּ ביסטו געווען.
א: אָטאָ דאָ. געוואַרט אויף דיר… די גאַנצע צײַט. קאָנסט נישט פֿאַרטראָגן, ווייס איך, דײַן מוטער זאָל זיצן אין זאַל בשעתן קאָנצערט. עס דריקט אויף דיר, ווירקט שלעכט… נישט איז נישט!
ע: כ’האָב פֿאַרענדיקט… טאָטאַל.
א: וואָס רעדסטו אַזוי, עלוויראַ? וואָס איז אַזוינס געשען דאָרט?
ע: (שטיל) אויס מיט דער קאַריערע. קאַפּוט.
א: כ’בין דערשיטערט. (פּאַוזע.)
ע: כ’גיי אין מײַן צימער… און דו, אַלכּסנדראַ, גיי נישט נאָך מיר! כ’וואָרן דיך! (הייבט אָן צו גיין.)
א: וואָס באַהאַלטסטו אויס פֿון מיר?…
ע: קיין וואָרט קאָן איך נישט אַרויסרעדן.
א: געשען עפּעס שרעקלעכס, פֿאַרשטיי איך.
ע: אַ סקאַנדאַל. נישט ווייניקער.
א: וואָס?… וואָס זאָגסטו?
ע: (פֿאַרשטעלט דעם פּנים מיט די הענט. שטיל) כ’האָב געפּלאַצט (צעוויינט זיך.)
א: זאָל איך רופֿן עמעצן?… אַ דאָקטער אפֿשר… דערצייל, עלוויראַלע. וואָס שווײַגסטו?
ע: (געלאַסן) ביסטו… ביסטו טאַקע געווען אין דער היים, נישט אויפֿן קאָנצערט?
א: אלא וואָדען? מײַן אָנוועזנהייט אין זאַל דענערווירט דיך. נישט אָפּהענגיק פֿון מיר. כ’קאָן עס נישט אויסמײַדן… האָבן מיר ביידע באַשלאָסן, אַז כ’בלײַב אין דער היים. תּמיד. און אַזוי האָב איך נעכטן זיך געפֿירט.
ע: (אָנגרײַפֿעריש) וווּ איז דײַן הוט?…
א: וואָסער הוט?! וועגן וואָס רעדסטו?!
ע: דאָס שוואַרצע הוט דײַנער מיט דער „כאַליאַסטרע‟ איבערן קאָפּ…
א: וועגן וועלכער „כאַליאַסטרע‟ האַקסטו מיר אַ טשײַניק?
ע: ווייסט גאַנץ גוט!
א: (שיסט אויס אַ געלעכטערל) אוי! אין גאַנצן אַרויס פֿון דער מאָדע.
אַ יובֿל וואָס כ’טראָג עס נישט…
ע: נישט געווען אויפֿן קאָנצערט נעכטן?… ביסט זיכער?
א: איך?!… אויפֿן קאָנצערט?!… טראַכסט אויס מעשׂיות…
ע: לאָז מיך שוין אָפּ. כ’גיי אין צימער און פֿאַרשליס זיך דאָרט.
א: ווי דו ווילסט, עלוויראַלע. רצונו של האדם — כּבֿודו. דאָס מענטשנס ווילן איז זײַן כּבֿוד. אויך איך גיי שלאָפֿן.
3. אויפֿן בוידעם
עלוויראַ מאַכט אַן אָנשטעל, אַז זי גייט צו איר צימער… נאָר אין אַ געוויסער רגע שטעלט זי זיך אָפּ… קוקט זיך פֿאָרזיכטיק אַרום… און ענדלעך, גייט זי צום בוידעם. זי נישטערט דאָרט אַ ביסל און געפֿינט אויס דעם שוואַרצן הוט. טוט אים אָן און תּיכּף געפֿינט אויס אַ שפּיגל אַוווּ זיך אַרײַנקוקן. פּאָזירט לינקס-רעכטס… און מיט אַ מאָל מלא-צאָרן נעמט דעם הוט אין די הענט און הייבט אים אָן צערײַסן און צעשלײַדערן די שטיקער אין אַלע ריכטונגען…
ע: גענוג! אויס קאַריערע! פֿאַרטיק מיט דער מוזיק! נישט מער שפּיאָנירן נאָך מיר וועט זי! אַ סוף זאָל עס נעמען, צו אַלדי שוואַרצע יאָר!
א: (ליגט אין איר בעט און קאָן ניט אײַנשלאָפֿן. ווען זי דערהערט קולות, זעצט זי זיך אַנידער… וואַרט אַ ביסל… זעט אויס, אַז זי וועט אויפֿשטיין, נאָר ווען די קולות הערן אויף, באַשליסט זי צו בלײַבן אין בעט. נעמט זיך אָן בײַם קאָפּ.) געפֿערלעך! געפֿערלעך, וואָס כ’האָב אָפּגעטאָן! נישט געטאָרט גיין אַהינצו. אוי, גאָטעניו! פֿאַר וואָס, צום טײַוול, האָב איך אַזוינס געטאָן? כ’האָב דאָך איר בפֿירוש צוגעזאָגט: כ’גיי נישט. כ’בלײַב אין דער היים. זי וועט מיך דערהרגענען און זי איז גערעכט… כ’הייב נישט אָן צו פֿאַרשטיין, וואָס האָט מיך באַווויגן, געשטויסט דערצו? צי האָב איך, איר מוטער, זי טאַקע געוואָלט מכשיל זײַן?! ניין, ניין. ס’לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל. (פּאַוואָלינקע) איך…האָב איר… הצלחה… געוווּנטשן… נאָר… ווײַזט זיך אַרויס… אויך… איר דורכפֿאַל… ווער? ווער, ווער קאָן מיר דערקלערן מײַן טאַט? כ’געפֿין נישט דעם פֿאַרוואָס און דאָס מאַכט מיך משוגע. אַ גאַנץ לעבן וועט זי מיך פֿײַנט האָבן. כ’וועל גאָרנישט קענען טאָן זי צוריקברענגען צו מיר… אומזיסט וועט זײַן יעדער פּרוּוו, אויב זי דערשטעכט מיך נישט פֿריִער… זיך דערווײַטערן פֿון מיר וועט זי זיך. מיך קיין מאָל מער נישט זען. אוי!… אַזאַ בראָך!… (פּאַוזע) וויפֿל איז דער זייגער? (קוקט אויפֿן זייגער, אויפן שופֿלאָד) קוים צוויי שעה זיך אָפּצורוען. כ’על פּרוּוון צומאַכן אַן אויג. זיך דורכרעדן מיט איר איז שוין פֿאַרפֿאַלן… דעם טויט וועט זי
מיר מאַכן. (לייגט זיך אַנידער און פּרוּווט אײַנשלאָפֿן
פֿרישטיק צוזאַמען
ע: (זיצט בײַם טיש אין איר שלאָפֿראָק און טרינקט אַ טעפּל קאַווע.) זונשטראַלן פֿרימאָרגנדיקע, ליכטיקע און וואַרעמע… נאָר נישט פֿאַר מיר. אַן אויסגעטרוקנטע בין איך… אַ וועלט אָן מוזיק… האָט קיין שום זינען נישט…
א: (קומט אַרײַן אין איר שלאָפֿראָק.) קען איך זיצן דאָ?…
ע: אַ דערלויבעניש דאַרפֿסטו? זיץ דיר, ווי איך זיץ. מילא, ס’איז דאָך גאָרנישט דאָ וואָס צו טאָן…
א: (זעצט זיך אַנידער. זיפֿצט) גאָרנישט געשלאָפֿן.
ע: איך אויך נישט, מאַמע.
א: קוים צוגעמאַכט אַן אויג. פֿאַראַן שלאָפֿלאָזע נעכט. נאָר די אָ נאַכט…
אַ „טאָטאַל לאָס‟ איז עס געווען… און איצט… אַזוי מאָדנע נישט הערן קיין מוזיק-קלאַנג…
ע: וועסט זיך צוגעוווינען.
א: רעד נישט אַזוי, טאָכטערשי… פֿלעגסט תּמיד זאָגן, אָן מוזיק קאָנסטו נישט עטעמען.
ע: אַ מאָל, אַ מאָל געווען…
א: כ’האָב געוואָלט עפּעס… (צווייפֿלט.)
ע: וואָס האָסטו געוואָלט?
א: פֿון האַרץ זיך אַראָפּרעדן…
ע: ווער שטערט דיך?
א: נישט זיכער, אויב איך דאַרף…
ע: איך הער.
א: אַ שרעקלעכער טאָג נעכטן געווען…
ע: זאָגסט מיר?!… אַ קאַטאַסטראָפֿע!…
א: און איך בין שולדיק.
ע: דו?! ביסט אַפֿילו נישט געווען דאָרט אין זאַל…
א: … כ’בין יאָ געווען.
ע: (שטייט האַסטיק אויף פֿון בענקל. שרײַט אויס) וואָס האָסטו געזאָגט?!
א: כ’בין יאָ געווען דאָרט.
ע: הער שוין אויף מיט די פּוסטע ליגנערײַען. נעכטן געזאָגט, „ניין‟. איצט זאָגסטו, „יאָ‟. מיר צוגעזאָגט, נישט צו קומען. אָבער… (פּאַמעלעך) כ’פֿאַרשטיי שוין… פֿון דער בינע… האָב איך, אויף דער לינקער אַלעע, פּלוצעם מיטן אידיאָטישן שוואַרצן הוט דיך דערזען… און פּשוט פֿאַר-גלי-ווערט געוואָרן!… נישט מער געקאָנט באַוועגן אַ פֿינגער…
א: (כליפּעט) זײַ מוחל. זײַ מיר מוחל, עלוויראַלע…
ע: מיך משוגע געמאַכט… און די עקספּלאָזיע איז געקומען… יאָ, זיכער, אומפֿאַרמײַדלעך!
א: פֿאַרגליווערט ביסט נישט דו אַליין געווען… כ’האָב זיך געפֿילט… ממש ווי אַ מערדער! זיך באַגראָבן האָב איך געוואָלט. געפֿילט ווי אַלע אויגן דערשטעכן מיך פּלוצעם… און כ’בין וואָס גיכער אַנטלאָפֿן פֿון זאַל.
ע: אַ חרפּה און אַ בושה! אין לעבן אַזוינס נישט דורכגעמאַכט!
א: … אַלץ געזען, געהערט, געליטן. און איצט קאָנסטו מיך צעמימתן…
ע: אָבער פֿאַר וואָס, וויל איך וויסן, פֿאַר וואָס צו אַלדי שוואַרצע יאָר?
וואָס האָט דיך געשטויסן דערצו? פֿאַר וואָס, צום טײַוול, האָסט עס געטאָן? עס מאַטערט מיך! קאָנסט עס כאָטש דערקלערן פֿאַר מיר?
א: (שטיל) האָסט אַליין געזאָגט. דער טײַוול… נישט געקאָנט זיך באַהערשן. עפּעס מיך געטריבן, געיאָגט צו זײַן דאָרט אין דעם זאַל, דיך זען, הערן, פֿילן. ביסט דאָך פֿון מײַנע אינגעוויידן אַרויס, האָב איך מיט יעדן קלאַנג, וואָס איז פֿון דײַנע פֿינגער געבוירן… געמורמלט זאָלסט מצליח, מצליח זײַן.
ע: אָבער האָסט דאָך, מאַמע, פֿאָרט געוווּסט, אַז דײַן אָנוועזנהייט… (מאַכט היסטערישע באַוועגונגען מיט די הענט) וועט מיך דענערווירן און קאָן, כּמעט זיכער, מיך אַרויסברענגען פֿון די כּלים…
א: יאָ, יאָ. אַלץ געוווּסט. און דאָך זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן… מער ווי צום רעסיטאַל, בין איך געקומען צו דיר, דיך צו זען…
ע: (שטילער) נו, לאָמיר זאָגן, אַז כ’פֿאַרשטיי… נאָר אַז מיר רעדן שוין, פֿאַר וואָס האָסטו נעכטן אַזוי „מײַסטעריש‟ געשפּילט די ראָלע און אַבסאָלוט אַלץ געלייקנט?… (מאַכט נאָך די מוטער ביטערלעך) „אין שטוב געווען! ווי מיר האָבן אָפּגערעדט. פּונקט אַזוי.‟ (ברעכט אויס אין אַ היסטערישן געלעכטער.)
א: באַרויִק זיך.
ע: (לאַכט ווײַטער) אַזאַ אָקוס-פּאָקוס מוטער. (שפּאָטיש) זי’ז דאָ. זי’ז דאָרט. ז’יז נישט דאָרטן. ז’איז נישט דאָ. פֿאַר וואָס, מאַמע? פֿאַר וואָס? פֿאַר וואָס, איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל, רעדסטו נישט קלאָרע דיבורים?
א: כ’האָב מורא געהאַט…
ע: וואָס?! וואָס זאָגסטו?! פֿאַר וועמען? פֿאַר וועמען מורא געהאַט?
א: פֿאַר דיר, עלוויראַ.
ע: באַנעמסטו איצט מיטן שׂכל… וואָס איז דער פּועל-יוצא דערפֿון?
א: ס’טוט מיר וויי, טאָכטערשי… ס’טוט מיר אַזוי לייד…
ע: ניין, ניין! כ’נעם עס נישט אָן! אפֿשר גראָד פֿאַרקערט! אפֿשר דער גאַנצער בראָך איז גענוי דײַן ציל געווען, וואָס דו האָסט געוואָלט. כ’זאָל זיצן נאָר מיט דיר אין שטוב. נישט אַרומפֿאָרן אויף טורנעען, קאָנקורסן. צו פֿיל איז עס פֿאַר דיר געווען! און איצט… האָסטו דײַנס געפּועלט.
א: (שטיל) …ס’קאָן זײַן. כ’לייקן נישט.
ע: (רויִקער) איצט איז אַלץ קלאָר… און גאַנץ שפּעט.
א: דיך געוואָלט נאָר פֿאַר זיך… נאָר צום סוף גראַדע דיך פֿאַרלוירן, פֿאַרלוירן אויף שטענדיק.
ע: כ’וועל אַוועקגיין. האָב איך אַ ברירה? געפֿינען אַ דירה און אָנהייבן אַ נײַ לעבן…
(פּאַוזע)
א: (פֿאַרקלערט) איין זאַך פֿאַרשטיי איך נישט. אַרײַן אין זאל בכּיוון בין איך אין לעצטער מינוט. געזעסן גאָר פֿון דערווײַטנס, אַ פֿאַרשטעלטע מיטן שוואַרץ-ברייטן הוט איבערן קאָפּ.
ע: …מיט דעם גאַנצן „זאָאָ-גאָרטן‟.
א: זיכער געווען, אַז נישט דו און נישט קיינער וועט מיך דאָרט דערקענען…
ע: (זעצט זיך אַנידער) אַ פּאָר טעג פֿאַרן קאָנצערט… בין איך אַרויף אויפֿן בוידעם, סתּם געזוכט עפּעס, גענישטערט צווישן זאַכן… און מיט אַ מאָל… דערזע איך אַ שוואַרצן הוט, מיט אַ טוך, מיט אַ פֿייגעלע און פֿרוכטן דעקאָרירט. כ’מעסט עס אָן און טראַכט זיך… „דאָס פּאַסט טאַקע פֿאַר אַלכּסנדראַ, מײַן מוטער‟… קיין אַנונג נישט געהאַט, וואָס פֿאַר אַ באָמבע וועט דערפֿון אויספּלאַצן.
א: איצט פֿאַרשטיי איך.
ע: צו שפּעט.
א: קאָנסט עס נעמען פֿאַר זיך.
ע: (גוטמוטיק. מיט אַ געלעכטערל) ניין, מאַמע. דײַנס איז דײַנס.
א: איז עס נישט אַ ביסל אַלטמאָדיש? וואָס מיינסטו?
ע: אַלטמאָדיש?! אַן אידעאַל פֿאַר קאָנצערטן. ווייסטו וואָס? איך ברענג עס דיר.
(האַלט בײַם אַרויסגיין פֿון צימער…) אַ סורפּריז וועט עס זײַן…
א: האָסט אַ טאַלאַנט, עלוויראַ! זײַ נישט מוותּר!
ע: (שטעלט זיך פּלוצעם אָפּ) מאַמע!… וואָס האָסטו געזאָגט?! קיין מאָל אין לעבן עס נישט געהערט פֿון דיר…
א: אַ גרויסן טאַלאַנט!
ע: (קומט צוריק צום טיש. מיט הומאָר) מײַן „קאָנצערט‟ האָט שטאַרק געווירקט אויף דיר… יעדן פֿאַלס… פֿון פֿליגל-קלאַוויר מוז איך פּטור ווערן… מ’דאַרף דעקן אַ סך חובֿות.
א: טו עס נישט, עלוויראַלע. (פּאַוזע)
ע: מאַמעשי… כ’בין הונגעריק. שטעל צו דעם פֿרישטיק.
א: (שטייט אויף פֿון טיש) וועל איך עפּעס צוגרייטן… (גייט אין קיך.)
ע: סאַלאַט מיט ציבעלעך גוט אָנגעשניטן!
א: כ’ווייס. נישט דאָס ערשטע מאָל… אויך רעטעך וועל איך צוגעבן.
עלוויראַ דערנענטערט זיך צום פֿליגל קלאַוויר. גלעט אַ ביסל דעם לאַקירטן שוואַרצן האָלץ, פּאַמעלעך זעצט זיך אַנידער… און הייבט אָן שפּילן באַכס פּאַרטיטע אין רע מאַזשאָר. ס’קומט אַ פֿאַרוווּנדערטע אַרײַן אַלכּסנדראַ, שטעלט זיך אָפּ, הערט די מוזיק, וויל ניט שטערן עלוויראַס נגינה.
סוף