איך זוך

שלום בערגער

איך זוך

איך זוך
דאָס באַהאַלטענע
פֿון דער אויפֿגעהאָנגענער פֿאָן
זינג די אונטערטענער
פֿון הימען.
איך גרענעץ זיך
מיט גרענעצלאָזיקייט
און מענטשלט זיך אײַן
מיט איבעראַלישקייט.
הערט,
איר זײַט בלוט-שומרים.
דאָס לעבן איז איינס.
זאָלט איר
ליב האָבן יענעמס ביינער
און צערײַסן די פֿאָן
ווי אַ בגד פֿאַר די נאַקעטע.
דער וואָס מאַכט שלום
זאָל דאָס אויסשפּרייטן
ווי אַ דגל־חירות.


כ׳האָב געזאָגט דעם בױם

נדב ליניאל
ייִדיש: שלום בערגער

אָמַרְתִּי לָעֵץ
אָבִי אַתָּה
וְחָסִיתִי בְּצִלּוֹ יָמִים רַבִּים
אֵצֶל גִּזְעוֹ הַמְּבֻקָּע
אֵצֶל עֲנָפָיו הַמְּשֹׂרָגִים
עָלָיו שֶׁכִּסּוּ אֶת פְּנֵי הַשֶּׁמֶשׁ

אָמַרְתִּי לַנַּחַל
אַתְּ אִמִּי
וְחָסִיתִי בְּמַיִמֶיהָ לֵילוֹת רַבִּים
אֵצֶל זִרְמָהּ הַמְפַכֶּה
אֵצֶל אֵשֶׁד זַךְ
אֵצֶל מַעְיַן אַהֲבָתָהּ

אָמַרְתִּי לְאֶבֶן הָאִלֶּמֶת
אַתְּ יַלְדָּתֵנוּ
לְאֶבֶן הַכְּחֻלָּה כַּלֹּבֶן
לְאֶבֶן הַמְּכֻסָּה בְּאֵלֶם יָמִים רַבִּים
שֶׁאֵין לָהּ שֵׁם אוֹ דְּמוּת הַגּוּף

כ׳האָב געזאָגט דעם בױם

כ׳האָב געזאָגט דעם בױם
ביסט מײַן פֿאָטער
און זיך אױפֿגעהאַלטן אין זײַן שאָטן פֿיל טעג
בײַ זײַן צעשפּאָלטענעם שטאַם
בײַ זײַנע פֿאַרפֿלאָכטענע צװײַגן
בלעטער זײַנע װאָס דעקן צו דער זונס פּנים

כ׳האָב געזאָגט דער טײַך
ביסט מײַן מאַמע
זיך אױפֿגעהאַלטן אין אירע װאַסערן פֿיל טעג
בײַ זײַן ריזנלדיקער שטראָם
רײנע װאַסערפֿאַלן
קװאַל פֿון איר ליבשאַפֿט

געזאָגט דעם שטומען שטײן
ביסט מײַן טאָכטער
דעם שטײן װאָס זײן בלױ איז װי װײַסקײט
דער שטײן צוגעדעקט מיט שטומקײט פֿיל טעג
אָן אַ נאָמען אָדער קערפּערלעכער פֿאָרעם

מײַן גוף איז די אײנציקע זאַך

מײַן גוף איז די אײנציקע זאַך,
װאָס איך װײס געהערט פֿולשטענדיק
צו מיר. נאָר װען יענע װילן,
קען מען דאָס צונעמען
צעגלידערן
דעבירגערלעכן
און איבערבאַנאָמענען.

איז מײַן געדאַנק די אײנציקע זאַך,
װאָס איך װײס געהערט פֿולשטענדיק
צו מיר. נאָר װען יענע װילן
קען מען דאָס פֿאַרדרײען
פֿאַרשרײַען
פֿאַרשװײַגן
און פֿאַרװערן.

מײַן װאָרט איז די אײנציקע זאַך,
װאָס איך װײס געהערט פֿולשטענדיק
צו מיר. נאָר װען יענע —
אױפֿן קאַלענדאַר בלײַבט אַ בלױז


תּבֿיִעה אָדער תּפֿילה אין תּהום, שראַפּנעל צװישן שובֿבֿים.
גרוסן די געמײנע פֿון די געמײנדע. דעלעגירן די דעסק־אַרבעט, די דראַמע.
רעמײַנדער: ריכט זיך, רעכט זיך אױף רענאָװירונג. קרישטאָלענע _.
העט װײַט פֿון הײַנט, הערט מען התנחלויותישע הללויהס.

װײ. װײ. הוליעט המון, װײען װינטערװינטן. האַװקען הורדוס׳ הינט.
פּעטלוראַס פּאָלק איז פֿאַרבײַ. פֿאַרבליבן איז דער צאָרן
פֿון זרע משחיתים, חמס און חמאס.
ערעס עררעגן די ערינונגען פֿון עװילע עסקנים.
טראַכט טיפֿער, יאָמער ייִדישלעך.
סומעס סענסאַציִעס סיליִען אױף סיגנונס, סלידעס
כּבֿוד די כּלבֿים פֿון כּנופֿיא
װאָס ניונטשען נאָך נאַש און נאָך נײַגער.
למאַי לערנט זיך לאה און לײבל פֿון דעם אַלעם?
מערסטנס מערן זיך מראהס און מאורעס.

איך פֿלי דורך װאָלקן און זע גאָרנישט, חוץ װאָלקן.
װײַס איז דער קאָליר פֿון ערשטן שאַכבאַװעג.
װײַס איז דער היפּוך, דער הערשער, דער באַשנײער,
דער װאָס האָט פֿאַרנומען און געלקחנט דעם פֿאַרמעג.
דורכן װײַסן װעג דערשלאָגט מען זיך צום ציל.
עס שײלן זיך אַרױס די פֿעלדער, פֿעלדזן, פֿיל־קאָלירטע.
שױן אױף דער ערד בין איך פּיאָן אין שפּיל

נישט איך בין פּיאָן, נײן, דער גלאַװנער שפּילער בין איך.
דער ברעט, די קװאַדראַטן, די פֿיגורן האַלט איך פֿעסט.
איך שפּיל און איך שפּיל און איך זוך דעם ניצחון
פֿאַר זיך, פֿאַרן איכל, און אַ פֿײַג צי מע עסט.
שאַך איז דער אמת און טעג זײַנען פֿאַלשע.
שפּיל איז אַ משל און גאָרנישט איז נימשל.
פֿערדלעך און פּיִעשקעס און מלך צעפּאָלאָשעט.

Leave a comment