רינעקע װערברוגע איז אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון לאָגיק אין דעם גראָנינגער אוניװערסיטעט. כאָטש זי שטאַמט נישט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, איז די ייִדישע שפּראַך בײַ איר דאָס סאַמע באַליבטע נישט־מאַמע־לשון. אין אָט דער פּאָעמע באַשרײַבט זי, אַז נישט אַלץ װאָס געשעט אין לעבן, קאָן מען כאַפּן אין לאָגיק, אַפֿילו נישט אין דער ניט־קלאַסישער לאָגיק.
רינעקע באַדאַנקט פֿון גאַנצן האַרצן דוד עומר כּהן, פֿאַר זײַנע גוטע עצות און פֿאַרבעסערונגען בײַם פֿאַרפֿאַסן אָט די פּאָעמע, און בכלל פֿאַרן עפֿענען אַ מעגלעכע װעלט, אין װעלכער זי װאַגט אָנצושרײַבן אַ ליד אין ייִדיש.
Rineke Verbrugge, Groningen, The Netherlands
אַװאַנסירטע לאָגיק
(הײַקוס)
פֿרילינג הײבט זיך אָן
מיט אַװאַנסירטער לאָגיק —
הונדערט, פֿריש און פֿרעך.
כ’זע אַכציק בחורים
— און צװאַנציק מײדלעך אין זאַל
אוי, זומזען זײ זיס.
דעם צװילינג קען איך —
אַזוינס און אַזעלכעס אין
דעם קורס „לאָגיק אײנס‟.
װאָס אונטערשײדט זײ,
בלומע און רײזל סומסום? —
ס’איז מיר נאָך אַ סוד.
כ׳הייב אָן די לעקציע:
— ס׳איז דאָ מער ווי איין לאָגיק
נישט נאָר קלאַסישע
קלערסט װעגן דער צײַט
צי דערװײַזלעכקײט? ניצסטו
מעגלעכע װעלטן!
בײַ אומבאַשטימטקײט
דאַרף מען מער פֿון צװײ װערטן‟ —
דער צװילינג שמײכלט.
ס’גײט אָן דער פֿרילינג.
אײן באַװײַז, נאָך אַ צװײטער —
ס’װאַקסט מיט דער שׂכל.
דער פֿרילינג פֿאַרבײַ,
האַלטן אַלע עקזאַמענס —
אוי, זומט דער זאַל זאַכט.
מיט די משמשים
שאַץ איך אָפּ די עקזאַמענס
די װאָך. ס’איז אונדז הײס.
די גרופּע פֿרײט זיך:
ס’רובֿ האָט גוט אויסגעהאַלטן —
פֿינף מיט צײכן „צען‟:
בלומע, רײזל און
אַ דריטע מאַמזעל — פּערפֿעקט! —
בלויז צװײ בחורים.
פּראַל איך אויף פֿײסבוק:
„פֿערציק אום זעכציק פּראָצענט
פֿון די חכמים!‟
נאָך די װאַקאַנסן
חשבון און קלער איך, ס’איז הײס —
װײַזט זיך אַ בחור:
„כ’הײס בערל סומסום,
קען איך העלפֿן אין לאָגיק? —
כ’האָב דעם צײכן ‘צען’.‟
„שוין צװײ מאָל אַ צען!
אַפּליקירט אויך דײַן שװעסטער?‟
„דער ברודער װיל נישט.‟
בערל = בלומע,
בײַטונג פֿון מעגלעכער װעלט —
בלײַב איך פֿאַרבלאָנדזשעט.
„אַנטשולדיקט, פֿײסבוק!
פֿאָרט אַכציק–צװאַנציק פּראָצענט!‟ —
פֿרויען אין לאָגיק…
אַלץ אויסגעגליכן —
װען די פּראָפֿעסאָרשע טראַכט,
לאַכט גאָט. ס’איז באַלד האַרבסט.