הינטער די קוליסן פֿון דער הויפּטשטאָט פֿון ייִדישע לשונות
שמואל פּערלין
די אַמאָליקע היימען פֿון ס׳רובֿ ייִדישע לשונות זענען דעם הײַנטיקן ייִד כּמעט נישט באַקאַנט. דזשערבאַ, טוניזיע, טעטואַן, מאַראָקאָ, קאַשאַן, איראַן, קובאַ, אַזערבײַדזשאַן; אַפֿילו אַזעלכע װאָס מע װייסט אַ ביסל דערפֿון, װי בוכאַראַ, אוזבעקיסטאַן, אָדער מומבײַ, אינדיע, — האָבן אין תּוך אַ שײַכות צווישן זיך, װי װײַטע קרובֿים פֿון װײַטע לענדער. אָבער בלי-ספֿק, אַז אָט די און אויך אַנדערע אומבאַקאַנטע מקום-מיקלטס פֿון באַזונדערע ייִדישע שפּראַך-מינים, האָבן זיך אַנטװיקלט במשך פֿון הונדערטער און טויזנטער יאָרן.
לאָמיר נעמען נאָר איינעם פֿון זיי: קוטאַיִסי, גרוזיע, די דריטע סאַמע באַפֿעלקערטע שטאָט אין לאַנד, אָבער אַן אַמאָליקע הויפּטשטאָט, װאָס געפֿינט זיך אינעם מערבֿ־ראַיאָן, אימערעטי. ביזן 20סטן יאָרהונדערט האָט קוטאַיִסי געהאַט די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין לאַנד, און די אָרטיקע ייִדן האָבן פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקן דיאַלעקט, אָדער „שפּראַך־קאָרפּוס‟ מיט לינגװיסטישע עלעמענטן און װאַריאַנטן, װאָס די אַקאַדעמיקער רופֿן איצט „דזשודעאָ-גרוזיניש‟.

מיט דער הילף פֿון Tamriko Lomtadze אַ געבוירענער אין קוטאַיִסי און אַ לינגװיסט, װאָס האָט געפֿאָרשט „דזשודעאָ-גרוזיניש‟ אין גרוזיע און אין ישׂראל. װי ס׳רובֿ גרוזינישע ייִדן װוינט ער און שאַפֿט הײַנט צו טאָג אין קװינס, װוּ ס׳איז פֿאַראַן די איינציקע קהילה פֿון גרוזינער ייִדן אין אַמעריקע. האָב איך באַזוכט צוויי פֿון די פֿאַרבליבענע סינאַגאָגעס און אינטערוויויִרט עטלעכע פֿון די לעצטע גרוזינער ייִדן װעגן שפּראַך-באַנוץ, אויסרעד, און אינטאָנאַציע. ס׳איז שװער איצט צו פֿאָרשן אָדער פֿאַרהיטן אַזעלכע שפּראַך-שפּורן, אָבער ס׳איז אין גאַנצן קלאָר, אַז די ייִדן אין גרוזיע האָבן דורך יאָרטויזנטער זיך פֿאַרשפּרייט איבערן לאַנד און סײַ אַדאָפּטירט די עלעמענטן פֿון די אָרטיקע גרוזינישע דיאַלעקטן און סײַ אַנטװיקלט זייערע אייגענע אויסדרוקן און אַספּעקטן. די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין קוטאַיִסי איז בפֿירוש געװאָרן עפּעס אַ סימן אין גרוזיע פֿון ייִדישקײט, פּונקט אַזוי װי אַ ברוקלינער אַקצענט קען זײַן אַ טייל פֿון „ייִדיש ענגליש‟, נישט געקוקט אויפֿן אָרט, װוּ דער רעדער וווינט איצט.
קאַווקאַז איז אַ װוּנדערלאַנד פֿון שפּראַכן בכלל און די הויפּטשטאָט טביליסי איז געוואָרן אַן אייגנאַרטיקער טרעפֿפּונקט פֿון ייִדישע שפּראַכן בפֿרט בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט: די אַלע װאַריאַנטן פֿון גרוזינישע ייִדן, דזשוהורי (אַזערבײַדזשאַן/ דאַגעסטאַן) פֿון די באַרג-ייִדן, לשון דדן (נעאָ-אַראַמיש) פֿון די אַזוי-גערופֿענע „לכלוכים‟ פֿון איראַן, און ייִדיש — פֿון די אַשכּנזים, װאָס זענען געקומען פֿונעם תּחום-המושבֿ און אַפֿילו געגרינדעט אַ ייִדישן טעאַטער און אַנדערע אינסטיטוציעס. רוסיש איז געוואָרן אַ וויכטיקער לינגואַ־פֿראַנקאַ, אָבער די פֿיר גרופּעס האָבן געװוינט װי שותּפֿים אין דעם זעלבן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון טביליסי און צומאָל זיך געלערנט די שפּראַכן איינער בײַם אַנדערן.

בעת דער צװייטער װעלט־מלחמה האָט מען דעפּאָרטירט קיין צענטראַל-אַזיע די אַראַמיש־רעדערס צוזאַמען מיט עטלעכע פֿון זייערע גרוזיניש-ייִדישע װײַבער און מענער. ס׳קען זײַן אַ חידוש, נאָר בײַ אַ סך ייִדן, וואָס זיי האָבן די שפּראַך קיין מאָל נישט שטודירט, רעדן נאָך געוויסע טיפּן פֿון אַראַמיש, װאָס האָט איבערגעלעבט די אַלע השפּעות פֿון פּערסיש אין איראַן און אַראַביש אין איראַק; אָבער אין אַזעלכע שטעטלעך װי אורמיאַ, זאַכאָ, בידזשאַר, און סאַנאַנדאַדשז אַ היפּש ביסל „קורדישע‟ ייִדן. זיי זײַנען ממשיך בעל-פּה פֿאַרשיידענע װאַריאַנטן פֿון אַראַמיש. די לעצטע פֿון זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון דאָרטן מיט 40־50 יאָר צוריק, פֿון דעסטוועגן, זײַנען נאָך פֿאַראַן עטלעכע מענטשן אין ניו-יאָרק און לאָס-אַנדזשעלעס, וואָס געדענקען די שפּראַכן, און אפֿשר דערצו די אין אַלמאַטי, װעמענס פֿריִערדיקער גלות איז געװען אין טביליסי.
און װאָס בלײַבט מיט די באַרג-ייִדן, די „דשזוהורי‟־רעדערס? בײַ אַ למדן איז די שפּראַך אויך באַקאַנט װי „דזשודעאָ-טאַט‟, אַ נאָמען װאָס שפּיגלט אָפּ אַ שײַכות מיט דער שפּראַך טאַט, גערעדט פֿון אַן אָרטיקער גרופּע מוסולמענער. זיי געפֿינען זיך אַפֿילו אין אַן ערגערן מצבֿ. די שפּראַך איז ווײַט פֿאַרבונדן מיט פּערסיש און ווערט גערעדט אין די שטעטלעך און דערפֿער אויפֿן מיזרח פֿון די קאַװקאַזער בערג, מיט דער צענטראַלער שטאָט „קובאַ‟; דערנאָך האָבן די טאַטן זיך באַזעצט אין דער הויפּטשטאָט פֿון אַזערבײַדזשאַן באַקו, דער צװילינג פֿון טביליסי װי אַ װאַקסנדיקע הויפּטשטאָט פֿון קאַװקאַז אין די לעצטע טעג פֿון רוסישער אימפּעריע. הײַנט וווינען צענדליקער טויזנטער דזשוהורי־רעדער אין ישׂראל, רוסלאַנד, און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. כאָטש דזשוהורי איז נאָך לעבעדיק, האָבן אַ סך מענטשן געביטן די שפּראַך אויף רוסיש, ענגליש אָדער העברעיִש.

קיינער װייסט נישט װיפֿל שפּראַכן רעדן מענטשן אויף דער גאָרער װעלט. פֿון איין זײַט, אַפֿילו די לינגװיסטן זענען נאָך ניט געקומען צו איין מיינונג, װאָס הייסט אַ שפּראַך און װאָס מיינט, אַ דיאַלעקט, נישט געקוקט אויפֿן אַפֿאָריזם „אַ שפּראַך איז אַ דיאַלעקט מיט אַן אַרמיי און אַ פֿלאָט‟, באַרימט געמאַכט פֿון מאַקס װײַנרײַך, אָבער געהערט פֿון אַן אַנאָנימער בראָנקסער שול-לערער. פֿון דער אַנדערער זײַט, בלײַבן מיר נאָך אַלץ עם־הארצים, פֿאַרשטייען כּמעט גאָרנישט װעגן אַ העלפֿט פֿון די װעלט־לשונות; נאָך מער: דער לעצטער רעדער פֿון אַ שפּראַך שטאָרבט דורכשניטלעך אָדער יעדע צװיי װאָכן, אָדער יעדע דרײַ מאָנאַטן, לויט צװיי שרעקלעכע סטאַטיסטיקס. הײַנט צו טאָג איז די בעסטע קאָנסערװאַטיװע אָפּשאַצונג דערפֿון (על־פּי דער מיסיאָנערישער דאַטאַבאַזע „עטנאָלאָג‟) 7,168 לעבעדיקע לשונות, די מערהייט פֿון זיי ווערט גערעדט אין אַפֿריקע, פּאַפּואַ נײַ־גיני, די הימאַלײַער בערג, און בפֿרט אין די הויכע בערג און אויף די װײַטע אינדזלען. אָבער אַזאַ אָפּשאַצונג איז בלי-ספֿק אַן אומפּרעציזע און אומבאַשטימטע סבֿרא, װאָס קען נאָר אַ ביסל אָפּשפּיגלען די װוּנדערלעכע פֿאַרשיידאַרטיקייט פֿון מענטשלעכע שפּראַכן.
איבער דער גאָרער װעלט גייען די קליינע קולטורן און לשונות אונטער צוליב פֿאַרשיידענע סיבות: געזעצן און פּאָליטיק פֿון נאַציאָנאַלע רעגירונגען, גלאָבאַליזאַציע, רדיפֿות, פֿאָרמעלע בילדונג, אַרבעט, און דער אַזוי-גערופֿענער „לאָגיק‟ פֿונעם מאַרק.
„מה-רעש?‟ — זאָגן אַ סך מענטשן װאָס רעדן מעכטיקע שפּראַכן, בתוכם לינגװיסטן, װאָס זענען נאָך אָנהענגערס פֿון אַבֿרהם־נועם כאָמסקי.
פֿאַראַן סיבות פֿון װיסנשאַפֿט, פּאָליטיק, בילדונג, קולטור און אַזוי װײַטער צו שטיצן שפּראַכן-פֿאַרשיידנאַרטיקייט און די גרופּעס, וואָס רעדן וועגן אָפּהיטן און אויפֿלעבן קלענערע שפּראַכן; ווײַל די מעכטיקע שפּראַכן דריקן אונטער די מאַכטלאָזע, נישט געקוקט אויף די געשיכטעס, ליטעראַטורן, וויסן און חכמות, אײַנגעזאַפּט אין אַלע שפּראַכן. קינדער לערנען זיך בעסער, ווען זיי זענען געבילדעט אין זייער מוטער-שפּראַך פֿונעם סאַמע אָנהייב אָן, אָבער ווייניק רעגירונגען לאָזן זיי איבער אַזאַ געלעגנהייט. שפּראַך און קולטור־קענטענישן שפּילן װיכטיקע ראָלעס פֿאַר מינאָריטעט־קהילות אין אַ קריזיס צו פֿאַרהיטן קעגן אַליינמאָרד און געזונט־פּראָבלעמען.
די פֿראַגע איז, װי אַזוי אָפּצוהיטן אַ שפּראַך, אָבער דער מאָדערנער עבֿריתּ און דער חסידישער ייִדיש ביידע באַװײַזן די אוניקאַלע װעגן, פֿון װאַנען אַנדערע שפּראַכן־אַקטיװיסטן פֿאַרכאַפּן איצט די אידעען. ס׳איז ריכטיק, אַז אַן אויסלענדישער לינגװיסט קען נישט מאַכן קיין נסים-ונפֿלאָות; אָבער אַ מאָל זענען אין שפּיץ פֿון דאָקומענטירן און באַשיצן די קליינע שפּראַכן געשטאַנען ייִדן, אַ סך פֿון זיי ייִדיש-רעדערס. נאָך דעם דײַטשישן ייִד פֿראַנץ באָאַס זענען געקומען עדואַרד סאַפּיר, דזשין װעלטפֿיש (אַ טראַגעדיע פֿאַר זיך) און אַנדערע, װאָס האָבן סענסיטיװ און גלענצנדיק געפֿאָרשט די שפּראַכן פֿון די אַמעריקאַנע אינדיאַנער. אויך די שריפֿטן פֿון שיקל פֿישמאַן און אוריאַל װײַנרײַך שטייען בײַם „פֿעלד-לינגװיסטן‟ אין דער ערשטער רײ. אַן ענלעכע טראַדיציע האָט זיך געשאַפֿן אין רוסלאַנד מיט די ייִדן נאַראָדניקעס, אַזעלכע לינגװיסטן װי וולאַדימיר טאַן-באָגאָראַז, וולאַדימיר יאָכעלסאָן און חיים־לייב שטערנבערג, װעלכע האָבן געאַרבעט מיט שפּראַכן אין סיביר. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז דווקא אַ ייִדישיסט זאָל באַטראַכטן און באַשיצן די קליינע לשונות, װעמענס מצבֿ װערט אַלץ ערגער און ערגער. אַזאַ אַרבעט דערמאָנט אונדז — מיר זײַנען נישט צופֿעליק געקומען צו דער אַרבעט; אַז די ייִדישיסטן האָבן שוין אַנטװיקלט די מכשירים אָפּצוהיטן אונדזער מאַמע-לשון — אינסטיטוציעס, ביכער, זשורנאַלן, אַפֿילו פֿילמען און װעבזײַטלעך.
צי װיכטיק איז פֿאַר אַ דאָקומענטאַציע־לינגװיסט, צו ריידן טאָג-טעגלעך? קודם-כּל אויף אַ פֿאַרשפּרייטער שפּראַך (װײַל קיין אַנדער װעג איז ניטאָ) איז די אַרבעט אַ פּאַמעלעכע און אַ גרונטיקע: זיך אַרײַנװאַרפֿן אין דער מינדלעכער שפּראַך, אין די „פֿאָנעמען‟ פֿון קלאַנג־סיסטעם, מאַכן רעקאָרדירונגען פֿון מעשׂהלעך, לידער, שמועסן, און אַזוי װײַטער. הייב אָן פֿון פֿאַרשטיין און אַנאַליזירן די גראַמאַטיק און דעם לעקסיקאָן, געפֿינט פּאַסיקע, שׂכלדיקע מיטאַרבעטער. נאָר אין משך פֿון יאָרן קען די פֿאָרשונג גורם זײַן אין אַ װערטערבוך, אַ קאָרפּוס פֿון אוידיאָ־און װידעאָ־רעקאָרדירונגען, און פֿאַרשיידענע אַנדערע מאַטעריאַלן, מיט װאָס צו דערציילן װעגן געשיכטע, קולטור, סבֿיבֿה וכדומה. בײַ יעדער טריט האָב איך געדאַרפֿט האָבן די מיטהילף פֿון אָרטיקע מענטשן פֿון אַלע טיפּן.
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר װאָס זאָל מען פֿאָרשן און אַרבעטן לטובֿת קליינע מינדערהייט-שפּראַכן, לשונות, װאָס גייען אונטער, דאָס הייסט, די מאַמע-לשונות פֿון אַנדערע פֿעלקער, װען אַ סך ייִדישע לשונות גייען אונטער? איך האַלט, אַז דאָס אָפּהיטן און דאָקומענטירן די פֿאַרשיידנקייט פֿון דער װעלט איז אַ מין אינטעלעקטואַלע טראַדיציע בײַ ייִדן, נישט געקוקט אויף דער באָבע-מעשׂה פֿון בבֿל. פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אָן, האָט די השׂכּלה אונדז געפֿירט צו אַ נײַער נײַגעריקײט צו די אומות-העולם. דער רעזולטאַט איז ממש נישט צו גלייבן: דורות, װאָס זענען געװאָרן װיסנשאַפֿטלערס און געלערנטע אַנשטאָט רבנים און בני-תּורה. די נײַע װעלטלעכע גאונים האָבן געגרינדעט אָדער זענען אַרײַנגעגאַנגען אין די געביטן פֿון אַ גלאָבאַלן פֿאַרנעם; זיי האָבן אַרײַנגעבראַכט אין דער גוייִשער וויסנשאַפֿט די ייִדישע ענערגיע און שעפֿערישקייט.
אָבער מיר דאַרפֿן זיך נישט מאַכן ניט-װיסנדיק, אַז די אייגענע ייִדישע לשונות פֿון אונדזער גלות, שטייען הײַנט אויך אין סכּנה פֿון אונטערגיין. מיט איבער צוויי טויזנט יאָר צוריק האָבן העברעיִש און נאָכדעם אַראַמיש, שפּעטער יווניש און לאַטײַן אויפֿגעהערט צו זײַן די טאָג-טעגלעכע שפּראַך בײַ ייִדן, הגם מע װייסט נישט װיפֿל ייִדן האָבן אַנטװיקלט זייער אייגענע װאַריאַנטן דערפֿון. אויף װיפֿל די ייִדן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אין גלות, האָבן זיי גערעדט עטלעכע צענדליקער פֿאַרשיידענע שפּראַכן, װוּ נאָר זיי האָבן געלעבט — פֿון דרום־אינדיע צו אוזבעקיסטאַן, פֿון תּימן ביז מאַראָקאָ, פֿון פּאָרטוגאַל ביז קאַװקאַז. די „ייִדישע לשונות‟ זענען נישט בלויז שפּראַכן, וואָס די ייִדן רעדן צומאָל, נאָר יענע שפּראַכן, וואָס ווערן גערעדט אויסשליסלעך אָדער מערסטנס דורך ייִדן, מיט אַ שייַכות צו ניט-ייִדישע שפּראַכן, אָבער טיף אײַנגעוואָרצלט אין דעם ייִדישן שטייגער־לעבן. ס׳רובֿ זענען זיי פֿאַרשפּרייט בעל-פּה, אָבער ס׳קאָן זײַן, אַז זיי זענען געשריבן מיטן אַלף-בעת, װי אַ סימן פֿון ייִדישקײט.
העברעיִש און אַראַמיש האָט מען אַװדאי געהאַלטן ווי די הייליקע שפּראַכן פֿאַר דאַוונען און לערנען, אָבער אין דער זעלבער צײַט האָט מען טאָג-טעגלעך אַנטװיקלט װאַריאַנטן פֿון די אָרטיקע ניט-ייִדישע שפּראַכן. אונדז איז באַקאַנט דער בײַשפּיל פֿון ייִדיש, אַמאָל גערעדט פֿון וואַרשע ביז לאָס־אַנדזשעלעס, פֿון מעלבורן ביז בוענאָס־אײַרעס — מיט איבער 11 מיליאָן רעדנערס אין דער צאָל, אין די 1930ער יאָרן. ייִדיש האָט געשמט מיט פֿילמען, שול־סיסטעמען, אַקאַדעמישע זשורנאַלן און מאָדערניסטישער ליטעראַטור, ביז דער חורבן האָט ייִדיש פֿאַרניכטעט אין זײַן מיזרח־אייראָפּעיִשן היימלאַנד.
יעדער מצבֿ בײַ ייִדן איז געװען אַ ביסל אַנדערש און די כאַרעכטעריסטיק פֿון ייִדיש זאָל מען נישט אַלע מאָל זוכן בײַ אַנדערע ייִדישע לשונות. װען די רעדערס זענען געווען אַרויסגעשטויסן פֿון די דײַטשישע לענדער אין די סלאַװישע, איז געקומען אַ טאָפּלטער אײַנפֿלוס; און די טיפֿקײט פֿון פֿרומקײט איז אפֿשר געװען טיפֿער אין די ערטער, וווּ ייִדיש־רעדערס זענען ענג-געפּאַקט געווען מיט אייגענע אינסטיטוציעס. דער באַנוץ פֿון אַלף-בעת און לשון-קודשדיקע װערטער איז נאָך נישט אַלץ, און װאָס מיינט, „אונדזערע‟ אָדער „ייִדישע‟ אין אַ געװיסן קאָנטעקסט, איז נישט אומבאַדינגט. מיט „דזשודעאָ-אַראַביש‟ און די שפּראַכן פֿון פּערסישע ייִדן, למשל, איז אָפֿטמאָל אַ מין אַרכאַיִזם אַ סימן פֿון ייִדישקײט, װײַל די דאָרטיקע ייִדן האָּבן נישט אַזוי גיך אַדאָפּטירט די נײַע שטראָמען פֿון „בעדויִן‟־אַראַביש אָדער דעם הויפּט־דיאַלעקט פֿון טעהראַן.
דער גײַסט פֿון טביליסי, בלי-ספֿק, בליט נאָך אין דער הײַנטיקער קװינס (פֿאָרעסט הילס) און לאָנג-איסלאַנד (גרייט נעק). אַזוי װי אין טביליסי מיט אַ הונדערט יאָר צוריק, קען מען איצט געפֿינען, װי שותּפֿים, ייִדן פֿון איראַן (און איראַק), װאָס געדענקען נאָך די לאָקאַלע װאַריאַנטן פֿון נעאָ-אַראַמיש, װוינענדיק זייער נאָענט צו די אַשכּינזישע רוסיש-רעדנדיקע ייִדן, װאָס ביסלעכװײַז געדענקען זיי נאָך ייִדיש, און אויך גרוזינישע ייִדן, ווי אויך די בוכאַרישע. די דשוהורי זענען דאָ נאָר אַ ביסל װײַטער אין ברוקלין.
דער הײַנטיקער ניו־יאָרק, די שטאָט מיט אַ זעלטענער לינגוויסטישער פֿאַרשיידנאַרטיקייט, איז אויך אַ גלאָבאַלער צענטער פֿאַר ייִדישע לשונות, אַרײַנגערעכנט די, װאָס שטייען אין סכּנה פֿון אונטערגיין. באַרימט װי אַ שטאָט פֿון ייִדיש מיט אַלע פּיטשעװקעס, נעמט ניו-יאָרק אַרײַן דערצו ממשותדיקע שפּורן פֿון לאַדינאָ, אַ מאָל אַ שפּראַך פֿון טויזנטער ניו-יאָרקער, און איצט, אין גאַנג פֿון אויפֿלעב, אויך פֿון אַ היפּש ביסל אַנדערע אומבאַקאַנטע שפּראַכן מיט װאָרצלען אין די אַלערליי אומשטאַנדן פֿונעם ייִדיש גלות. דער עיקר, אין ברוקלין, קװינס, און אין די אַרומיקע פֿאָרשטעט זענען דאָ װייניק דאָקומענטירטע ייִדישע שפּראַכן פֿון מאַראָקאָ ביז תּימן און פֿון אַזערבײַדזשאַן ביז איראַן און אוזבעקיסטאַן, וואָס מע געדעקט און צומאָל רעדט מען נאָך אויף זיי. אינעם לעצטן יאָרצענדליק האָט מען זיי אין דעם „ייִדישע לשונות־פּראָיעקט‟ בײַ „עלאַ‟ אויסמאַרקירט און דאָקומענטירט װי װײַט ס׳איז מעגלעך.
װאָס איז „עלאַ‟, אונדזער אָרגאַניזאַציע? מיר האָבן דעם „נאָן-פּראָפֿיט‟־סטאַטוס אָפֿיציעל פֿון דער רעגירונג, אָבער אין תּוך אַרײַן זענען מיר אַ גרויסע, קאָמפּליצירטע משפּחה פֿון לינגװיסטן, אַקטיװיסטן, אַרטיסטן, און סתּם ניו-יאָרקער און אוהבֿי-לשון. אונדזער תּכלית: דאָקומענטירן און שטיצן די שפּראַך אין אַזעלכע שטעט װי ניו-יאָרק, װײַל אין דער הײַנטיקער צײַט איז אַ פּאַראַדאָקס: שפּראַכן גייען אונטער מאַסנװײַז, אָבער אין די שטעט און גלות — צוליב אורבאַניזאַציע און מיגראַציע געשעט עס מער ווי אַלע מאָל. דאָס דערוואַרט אויך אין דער צוקונפֿט. מיט אַן ערך 800 שפּראַכן, װאָס מיר האָבן דאָקומענטירט, איז לויט אונדזער פֿאַרשטאַנד אַזאַ שפּראַך-צענטער װי ניו-יאָרק, קיין מאָל אין דער געשיכטע נישט געװען.
צוליב דעם האָט מען אין יאָר 2010 געגרינדעט „עלאַ‟ (דער אַליאַנץ פֿאַר שפּראַכן אין סכּנה) און מיר בלײַבן איצט די איין-און-איינציקע אָרגאַניזאַציע אויף דער װעלט, װאָס גיט זיך אָפּ מיט דער שפּראַך-פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון שטעט. דער ייִדישע לשונות־פּראָיעקט פֿאַרנעמט אַ װיכטיקן טייל פֿון אונדזער אַרבעט. הגם קיין סך געלט איז ניטאָ, פּרוּװן מיר צו פֿאָרשן און צו געבן אַן עצה דעם ברייטערן עולם.
די גאַנצע מעשׂה דערצייל איך אין מײַן נײַעם בוך „שפּראַך-שטאָט‟, װאָס איז סײַ אַ ניו-יאָרקער געשיכטע פֿונעם לינגװיסטישן קוקװינקל, סײַ די געשיכטע פֿון דער טעטיקײט פֿון „עלאַ‟, סײַ אַ מין ראָמאַן װעגן זעקס באַזונדערע פּאַרשוינען, װאָס רעדן און היטן אָפּ זייערע שפּראַכן הײַנט-צו-טאָג אין שטאָט, אַרײַנגערעכנט באָריס סאַנדלערן. ענלעכע פּאָרטרעטן מאָל איך פֿון אירװין, אַ קוכער און פּאָעט פֿון נאַהואַטל (מעקסיקע), הוסניאַ, װאָס שרײַבט קינדער-ביכער אויף װאַכי (טאַדזשיקיסטאַן), ראַסמינאַ (אַ שװעסטערקינד צװישן די ייִנגסטע רעדער פֿון סעקע (פֿון נעפּאַל), איבראַהימאַ פֿון גיני אין אַפֿריקע, װאָס לערנט אַ נײַעם אַלף-בעת פֿון דאַנען פֿאַר זײַן שפּראַך, און קאַרען, דער ערשטער לערער פֿון לענאַפּע, דאָס היים-לשון פֿון ניו-יאָרק (לענאַפּעהאָקינג), װאָס האָט די שפּראַך צוריקגעבראַכט פֿון קאַנאַדע קיין ניו־יאָרק מיט אַ קלאַס אין אונדזער ביוראָ, איידער זי איז ניפֿטר געװאָרן.
װאָס שײך אונדזער פֿאָרש-אַרבעט מכּוח ייִדישע לשונות אין ניו־יאָרק, גייט מען טריט בײַ טריט. מען פֿירט דורך שפּאַצירונגען, פֿאָרשטעלונגען, קלאַסן און אַנדערע אַקטיװיטעטן, װאָס ברענגען די שפּראַכן אַרויס אויף דער עפֿנטלעכער בינע און ציִען צו איר צו יעניקע, װאָס זענען פֿאַראינטעריסט אין ייִדישע קולטורן. מע דאַרף אַװדאי זיך פֿאָקוסירן אויף די, װאָס נייטיקן זיך אין אונדז זײַן רעאַליסטיש.
למשל, מיט יווניש (דזשודעאָ-גריכיש), גערעדט דורך די „ראָמאַניאָטע‟ פֿון יאָאַנינאַ, אין צפֿון-מערבֿ גריכנלאַנד, איז עפּעס צו טאָן ממשותדיקס שוין צו שפּעט. פֿאַראַן אַ שיל אין „ברום סטריט‟ אויפֿן לאָער איסט סײַד, די איינציקע אין העמיספֿער, אָבער מיר האָבן נאָר געקענט רעקאָרידן אַ פּאָר װערטער פֿון די עלטערן מתפּללים. די פֿאַרבליבענע אין יאָאַנינאַ, האָבן די נאַציס דערהרגעט.
… אַ פּאָר מענטשן אין שיל געדענקען יאָ אַ ביסל מער לאַדינאָ.
אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט זענען געקומען קיין ניו-יאָרק צענדליקער טויזנטער לאַדינאָ-רעדנדיקע ספֿרדים פון סאַלאָניקאַ, איסטאַנבול און איזמיר. ווי אַ פּועל־יוצא דערפֿון איז ניו־יאָרק געוואָרן איינער פֿון די צענטערס פֿון דער שפּראַך מיט זשורנאַלן, טעאַטער און גאַנצע קהילות און געגנטן, כאָטש די ייִנגערע דורות זענען אַװעק צו ענגליש.
אין 12 עפּיזאָדן/אינטערוויוען פֿון אַרום 4 שעה, דערציילט אונדזער לאַדינאָ־פּראָיעקט די געשיכטעס פֿון מענטשן, וואָס רעדן נאָך די שפּראַך אָדער געדענקען זי און איר הויפּט־ראָלע אין דער געשיכטע און אפֿשר צוקונפֿט פֿון ייִדישן ניו־יאָרק.
נאָך אַ בײַשפּיל:
כאָטש נאָענט צו פּערסיש און נאָך נענטער צו טאַדזשיק, זאָגט די בוכאַרער שפּראַך עדות וועגן אַ געשיכטע פֿון ייִדשן לעבן אין צענטראַל-אַזיע. די ווערטער זענען געבראַכט געוואָרן פֿון זייערע טערקיש-רעדנדיקע אוזבעקישע שכנים, און שפּעטער — אין אַ גרויסער מאָס פֿון רוסיש, וועמענס אײַנפֿלוס האָט מען געפֿילט פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט. ווי אין כּמעט אַלע ייִדישע שפּראַכן, שפּילט דער העברעיִשער און אַראַמישער וואָקאַבולאַר מיט אַן אייגנאַרטיקן אַרויסרעד די צענטראַלע ראָלע — ניט בלויז ווען עס קומט צו דאַוונען און מינחג, און יום־טובֿים, נאָר אויך ווען מען רעדט וועגן געבורט, חתונה און טויט, ווי אויך ברכות און קללות.
למשל, אַזאַ פֿראַזע װי Ba asloho hoshi (זאָל איר זײַן מצליח) — איז טאַדזשיק מיטן העברעיִש װאָרט „הצלחה‟. דאָס קען אויך פּאַסירן מיטן וואָרט „מאַזאָלאַם‟, וואָס מיינט, „מײַן גליק‟, און „מאַזאָלאַט‟ — „דײַן גליק‟.

הייַנט, זענען פֿאַראַן אַרום 200,000 בוכאַרער ייִדן אין דער וועלט, עטלעכע 50,000 פֿון זיי וווינען אין קווינס גופֿא. אַ סך פֿון זיי זײַנען געװאָרן שערער און שוכמאַכערס אין שטאָט, אַ נײַער ייִדישער אַרבעטער־קלאַס; די אַנדערע האָבן צו טאָן מיט בריליאַנטן־האַנדל, װי אַנדערע ייִדן אין ניו־יאָרק. האָבן די קהילה־פֿירער און אַקטיוויסטן אָנגעהויבן באַדײַטנדיקע פּראָיעקטן אויפֿצוהאַלטן די בוכאַרישע ירושה: אַ גלענצנדיקע שיל און קהילה-צענטער, נײַע אָרגאַניזאַציעס און אינסטיטוציעס. אין די שפּעטע צענדליקער יאָרן פֿון סאָוועטישער הערשאַפֿט און דערנאָך אונטער דער השפּעה פֿון דער ניו־יאָרקער רוסיש־רעדנדיקער קהילה, רעדן איצט אַ סך יונגע בוכאַרער רוסיש ווי זייער מאַמע־לשון, און די ייִנגסטע פֿון אַלע זײַנען הײַנט שוין ענגליש־רעדנדיקע.
אַהרון אַראָנאָוו איז אַ 85־יאָריקער פּאָליגלאָט, וואָס איז באַקאַנט ווי „דער בירגערמייַסטער פֿון קוועענסיסטאַן‟. ער האָט ערשט אין זײַן היים און איצט אין אַ בוכאַרישער ישיבֿה, כּמעט אַליין געשאַפֿן דעם בוכאַרישן ייִדישן מוזיי, מיט טויזנטער חפֿצים און אויסשטעלונגען, וואָס רעפּרעזענטירן די בוכאַרישע מאַטעריעלע קולטור, לערע און דאָס טאָג־טעגלעכן לעבן. די קהילה האָט מוזיקער, רבנים, פֿירער, שרײַבער, אַקטיאָרן און אַפֿילו פֿרויען־קאָמיקער, וואָס אויף זייער אופֿן זאָרגן זיך שטאַרק וועגן דער שפּראַך ווי אַן אויסדרוק פֿון בוכאַרישן ייִדנטום.