נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 92

מיט ייִדיש איבערן לעבן

טײַערע לייענער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟!

דעם 22סטן מײַ אינעם שיינעם זאַל פֿון Florence Gould Theater אין מאַנהעטן קומט פֿאָר אַ וויכטיקע אונטערנעמונג פֿאַר מיר און מײַן משפּחה. איך האָב זיך באַמיט צונויפֿצוברענגען אויף דער בינע מײַנע פֿרײַנד, וואָס אונדזער מענטשלעכע און שאַפֿערישע פֿרײַנדשאַפֿט גייט אָן אַ סך יאָרן: מוזיקער, זינגער, ייִדישע אַקטיאָרן. אין דער קאָנצערט־פּראָגראַם וועלן זיך אויך באַטייליקן גאָר יונגע אַרטיסטן, אונדזער מאָרגן אויף דער ייִדישער גאַס.

צום ערשטן מאָל וועלן אויסגעפֿילט ווערן פֿאַר אַן עולם עטלעכע לידער פֿונעם וואָקאַל־ציקל „שטערנדלעך מיט מאַנדלען‟, געשאַפֿן אויף מײַנע טעקסטן און יעווגעני קיסינס מוזיק. איך בין זיכער, אַז אונדזער לייענערשאַפֿט קען קיסינען זייער גוט נישט בלויז פֿון זײַנע ווערק — לידער און פּראָזע, געדרוקט אין „ייִדיש בראַנזשע‟, נאָר קודם־כּל, ווי דעם וועלטבאַרימטן פּיאַניסט. באַגלייטן די זינגערין יעקאַטערינע קאַפּטשיץ, וועט דער מחבר גופֿא. אַן אַנדער אויסצוג פֿון אונדזער ביידנס ווערק, דעם מיוזיקל „פֿייגעלע אַלף פֿונעם אַלטן גראַמאָפֿאָן‟, ווערט אויסגעשפּילט פֿון טאַלאַנטירטע קינדער און אויך צום ערשטן מאָל אין ניו־יאָרק.

פֿון פּאַריז, ספּעציעל צו דעם אָוונט, קומט צו פֿליִען מײַן לאַנגיאָריקער נאָענטער חבֿר, דער פֿידלער יעפֿים זובריצקי. אין מאָלדאָווע, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אינעם אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ אוריִעוו, האָט יעפֿיל געשמט מיט זײַנע אויפֿטריטן ווי אַ פֿידלער־ווירטואָז פֿון מאָלדאַוויש־רומענישער פֿאָלקס־מוזיק. שוין עטלעכע צענדליק יאָר, אַז די זובריצקיס האָבן זיך באַזעצט אין פּאַריז. אויפֿן קאָנצערט וועט יעפֿים שפּילן זײַן אייגענע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציע „אויף די בעסאַראַבער וועגן‟, באַגלייט פֿון זיסל סליפּאָוויטש־טריִאָ.

אָן אויסצוג פֿון מײַן פּיעסע „יחיאל און מאַריִאַ‟, גייען פֿאָרשטעלן צוויי באַוווּסטע ייִדישע בינע־מײַסטערס, יעלענע שמואלענסאָן און אַלען ריקמאַן.

אָנגעזעענע געסט אויף מײַן אָוונט וועלן זײַן דער מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר זיסל סליפּאָוויטש, צוזאַמען מיט זײַן חנעוודיק טעכטערל דינה. און נאָך איין פּרעמיערע: זיסלס נײַ ליד, געשאַפֿן אויף מײַנע ווערטער „אויפֿן טײַכל שלום‟. מיר האָבן ביידע דאָס ליד געווידמעט דער יונגער זינגערין.

נאָך איין חשובֿער גאַסט — ערן־פּראָפֿעסאָר פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט גענאַדי עסטרײַך. שוין אַ פּענסיאָנירטער קומט ער ספּעציעל פֿון לאָנדאָן אויף דער שׂימחה פֿון מײַן משפּחה.

און אַחרון אַחרון אַבֿיבֿ — דער ייִדישער אַקטיאָר שיין בייקער. צוזאַמען מיט שיין האָבן מיר בזמנו אין „פֿאָרווערטס‟ פֿילמירט אַ גאַנצע פּראָגראַם „שיין־שאָוּ‟, הומאָריסטישע ווידעאָ־מאָנאָלאָגן.

טײַערע לייענער פֿון ניו־יאָרק און אַרום דעם מעגאַפּאָליס, קומט און זײַט פֿאַרבעטענע געסט פֿון מיר און אַלע באַטייליקטע אין דער קאָנצערט־פּראָגראַם. גענוי פּרטים וועגן דעם קאָנצערט און אָרט, קאָן מען געפֿינען אין דעם אַנאָנס.

אײַער באָריס סאַנדלער,
גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן אינטערנאַציאָנאַלן עלעקטראָנישן זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע‟.

Leave a comment