לאַפּסוס־קאַקטוס — 92

זאַבובענעס פֿון מײַן באָבעס היים

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו בלעטערן דאָס בוך פֿון וולאַדימיר דאַל [1] „וועגן אויבערגלויבענישן און פֿאָראורטיילן פֿונעם רוסישן פֿאָלק‟. ס׳איז פֿאַר מיר נישט געווען קיין חידוש, ווען כ׳האָב צווישן די סאַמעראָדנע, טיף רוסישע פֿאָלקס־זאַבובענעס אויסגעפֿונען נישט ווייניק אַזעלכע, וואָס זײַנען געוואָרן אַן אָרגאַנישער טייל פֿון דעם מין ייִדישן פֿאָלקלאָר. וואָס דאַרף מען זיך דאָ חידושן — די ייִדן האָבן צוזאַמען מיט די סלאַווישע פֿעלקער מיטגעמאַכט אונטער די זעלביקע פֿליגלען פֿון צאַרישער אימפּעריע בערך 200 יאָר. די השפּעה פֿון דעם בשותּפֿותדיקן קיום אין אַלע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער עקזיסטענץ איז נישט איבערצושאַצן.

כ׳בין אַוודאי נישט קיין מומחה אין דעם פֿאָלקלאָר־געביט, ס׳האָט מיר אָבער אָפּגעגליקט: כ׳בין געבוירן געוואָרן אין אַ טראַדיציאָנעל־ייִדישער היים, און ביז 15 יאָר, ווען כ׳בין אַוועקגעפֿאָרן אין אַן אַנדער שטאָט זיך לערנען מוזיק, האָב איך זיך דערצויגן בײַ מײַנע באָבע־זיידע אין שטוב. פֿון קליינערהייט אָן האָב איך זיך אָנגעהערט מיט זאַכן, וואָס בדרך־כּלל פֿלעגן זיי זיך אָנהייבן מיט ווערטער: „מע טאָר אַזוי נישט טאָן!‟. דערבײַ האָבן דער באָבעס פֿאַרווערן געקלונגען גאָר אַנדערש, איידער דער מאַמעס אָנזאָגן אויף שריט און טריט. אַפֿילו די סאַמע פּשוטסטע, ווי למשל, דער מאַמעס זאָג: „שפּיל זיך נישט מיט שוועבעלעך! ווילסט חלילה פֿאַרברענען די שטוב?!‟ — האָט אינעם מויל פֿון מײַן באָבען געקלונגען גאָר אַנדערש: „ווער עס שפּילט זיך מיט פֿײַער, וועט בײַ נאַכט זיך באַפּישן!‟ און כאָטש געזאָגט האָט עס די באָבע כּלומפּרשט נישט מיר, נאָר דער קאַץ, האָב איך גוט פֿאַרשטאַנען, וועמען זי מיינט.

זיך באַפּישן בײַ נאַכט איז דאָך אַ גוואַלדיקע בושה, נישט צו פֿאַרגלײַכן מיטן פֿאַרברענען די שטוב!

וו. דאַל שרײַבט, אַז „די זאַבובענעס ווערן אײַנגעחזרט פֿון יעדן ייִנגל, און פֿאָדערן נישט קיין שום לאָגישע דערקלערונגען און איבערצײַגונגען.‟ אַזוי איז טאַקע געווען מיט מיר.

ברויט אין שטוב און זאַלץ זײַנען געווען צווישן די הויפּט־פּראָדוקטן. די הונגעריקע מלחמה־יאָרן זײַנען נאָך טיף געלעגן בײַ מײַנע עלטערן אין מוח. ווי קאָן מען אָבער עסן אַ שטיקל ברויט מיט פּוטער, איבערגעשיט מיט מעלעץ, און נישט אַרויסלויפֿן אין דרויסן זיך שפּילן. וואָס זאָגט דערויף די מאַמע? „מע טאָר נישט! עסן דאַרפֿן בײַם טיש!‟ די באָבע דערקלערט עס אויף איר אייגענעם אופֿן: „אַז מע טראָגט אַרויס אַ ברעקל פֿון שטוב, וועלן אַלע אין שטוב בלײַבן הונגעריק!‟ ס׳האָט אַוודאי געקלונגען מאָדנע, אָבער גיי ווייס! און כ׳האָב געפֿאָלגט דער באָבעס אַרגומענט.

אַז אַ שטיקל ברויט מיט פּוטער איז אַראָפּגעפֿאַלן אויפֿן דיל מיט דער פּוטער אַראָפּ, איז עס געווען אַ „שלעכטער סימן‟! אונדזער קאַץ איז בפֿירוש געבליבן דערמיט צופֿרידן.

לייענען האָב איך אָנגעהויבן פֿרי, אָבער לייענען בשעתן עסן האָט מען מיר שטרענג פֿאַרווערט סײַ די מאַמע און סײַ די באָבע. וואָס האָט געזאָגט די מאַמע? „וועסט נאָך חלילה זיך קאַליע מאַכן די אויגן!‟ אַוודאי איז זי געווען גערעכט, לויט אַלע מעדיצינישע כּללים. די באָבע, האָט איר מיין דערויף אויסגעדריקט מיט אַ שמייכעלע: „קוק, זאָלסט מיטן עסן און לייענען אין איין צײַט נישט אַראָפּשלינגען דײַן ביסל שׂכל!‟

צווישן די פֿאַרווערן האָט דעם אויבנאָן פֿאַרנומען דאָס פֿײַפֿן אין שטוב. חס־וחלילה עס צו טאָן! פֿאַר וואָס? סײַ די מאַמע און סײַ די באָבע האָבן ביידע געטענהט: „ס׳וועט אויספֿעלן פּרנסה!‟ אויך אינעם רוסישן פֿאָלקלאָר ווערט דאָס פֿײַפֿן אויפֿגענומען ווי אַ שלעכטער סימן. וו. דאַל דערקלערט עס אַזוי: „מעגלעך, אַז ס׳ווערט אַזוי געזאָגט, ווײַל אין אַן אָרט, וווּ עס וווינען מענטשן, איז נישט יעדן צום האַרץ, ווען אַ שאַלאָפּײַ פֿײַפֿט. כּדי אים אָנסטראַשען ער זאָל אויפֿהערן, זאָגט מען, אַז זײַן שטוב וועט אויסגעליידיקט ווערן.‟

ווען ס׳איז געבוירן געוואָרן מײַן שוועסטערל, האָב איך איין מאָל געהערט פֿון מײַן באָבען זאָגן: „זאָלסט נישט וויגן קיין ליידיק וויגעלע!‟ פֿאַר וואָס אַזוי האָב איך נישט געוואַגט צו פֿרעגן. כ׳האָב נאָר געפֿילט, אַז מסתּמא קאָן עס שאַטן מײַן שוועסטערל, וואָס כ׳האָב זייער ליב געהאַט.

כ׳געדענק, אַז ווען כ׳האָב געבעטן די מאַמע זי זאָל מיר צונייען דאָס אָפּגעריסענע קנעפּל אויפֿן העמד, פֿלעגט זי מיר הייסן דאָס העמד אויסטאָן. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל די מאַמע האָט געסטראַשעט, אַז אויב זי טוט עס אויף מיר, קאָן זי מיר חלילה, צוזאַמען מיטן קנעפּל, צונייען אויך דעם שׂכל. די מאַמע האָט עס אַוודאי געמיינט נישט ערנסט, נאָר דאָס העמד פֿלעג איך באַלד אַראָפּשלעפּן.

צו אַזעלכע האַלב־וויציקע סטראַשונקעס האָט געהערט אויך דאָס שטיין אַנטקעגן שפּיגל און מאַכן שרעקלעכע צורות. איין מאָל האָט מיך די באָבע געכאַפּט בײַ דער נאַרישער באַשעפֿטיקונג. אַ קוק געטאָן אויף מיר, ווי מע קוק אויף אַ נאַר, האָט זי קורץ אַ זאָג געטאָן: „קרום זיך ווײַטער, וועסטו שוין אַזוי בלײַבן!‟ זינט דעמאָלט באַמי איך זיך לאַנג בײַם שפּיגל נישט פֿאַרהאַלטן.

לויט דער באָבעס זאַבובענעס האָט מען נישט געטאָרט אַרויסטרײַבן די קאַץ פֿון שטוב מיטן בעזעם. די סיבה דערפֿון האָב איך זיך דערוווּסט אַ סך שפּעטער. מיטן בעזעם קערט מען אַרויס פֿון שטוב מיסט, און אַ קאַץ איז אַ לעבעדיקע באַשעפֿעניש. די קאַץ האָט טאַקע אַ קורצן זכּרון, אָבער נישט אויף שלעכטס. זי פֿאַרגעדענקט עס גוט, און קאָן נעמען נקמה.

צווישן דער באָבעס האַלב־וויציקע זאַבובענעס איז געווען אויך דער אָנזאָג, כ׳זאָל זיך נישט זעצן אינעם ווינקל פֿון טיש. „פֿאַר וואָס נישט, באָבע?‟ — „וועסט חלילה נישט קאָנען חתונה האָבן!‟ — איז געווען איר ענטפֿער. מעגלעך, אַ דאַנק דעם, וואָס כ׳האָב זי געפֿאָלגט, האָט מיר פֿאָרט אָפּגעגליקט. מײַן באָבע האָט דערלעבט צו טאַנצן אויף מײַן חתונה. ס׳איז גראָד געווען זומער. אינעם טאָג פֿון דער חתונה האָט אין דער פֿרי געליאָפּעט אַ רעגן. וואָס זשע האָט מיר די באָבע געזאָגט? „האָסט זיך געפֿונען אַ פֿאַרפּישטע כּלה!‟ נאָך מיטאָג האָט זיך דער הימל אויסגעלײַטערט, די זון האָט געשײַנט אויף דער ציכטיקער בלויקייט. „נו, באָרעלע, כ׳האָב זיך טועה געווען. דײַן כּלה איז נישט קיין פּישערקע, זי איז אַ גרויסע נאַשערקע!‟

די באָבע, די ערשטע נאָך מײַן ווײַב און מיר, האָט „אַנטפּלעקט‟, אַז מײַן ווײַב איז פֿאַרגאַנגען אין טראָגן. „פֿון וואַנען ווייסטו עס, באָבע‟, — האָב איך זיך געחידושט, — „זעסטו דאָך, כ׳ווייס… ס׳איז דאָ אַ בולטער סימן — שפּרענקלעך אויפֿן פּנים!‟

דערנאָך האָט מיר אויך די באָבע געזאָגט בסוד, אַז מײַן ערשטלינג וועט זײַן אַ זון. ס׳איז געשען נאָך לאַנג פֿאַר דעם ווי כ׳האָב זיך באַקענט מיט מײַן באַשערטער. די באָבע האָט געקאָכט אַ זופּ און נישט געקאָנט אויפֿעפֿענען אַ סלוייִקל מיט קאָנסערווירטע גרינע אַרבעס. צו פֿעסט איז דאָס דעקל פֿאַרדרייט געווען. האָט זי מיך געבעטן איר אַרויסהעלפֿן. נישט לײַכט, אָבער פֿאָרט, האָב איך דאָס דעקל סוף־כּל־סוף אָפּגעדרייט. די באָבע האָט געשײַנט: „דײַן ערשטלינג וועט זײַן אַ ייִנגעלע!‟

זי איז געווען גערעכט, מײַן קלוגע באָבע, אַ שאָד, וואָס זי האָט נישט דערלעבט צו מײַן צווייטן זון, הגם כ׳האָב זייער געוואָלט האָבן אַ טעכטערל. ביידע אונדזערע זין האָבן אָבער געשענקט מײַן ווײַב און מיר פֿינף אייניקלעך מיידעלעך און צוויי ייִנגעלעך אויף לאַנגע געזונטע יאָרן.

דער באָבעס זאַבובענעס זײַנען פֿאַרבליבן מיט מיר אויף שטענדיק. צו מאָל, ווען עמעצער פֿון מײַנע אייניקלעך לאָזט איבער אין טעלער אַ פּאָר ביסנס, דערמאָן איך זיך אין מײַן באָבעס זאָג: „דער לעצטער ביסן גיט צו כּוח פֿון אַ גיבור!‟ — שטעלט זיך פֿאָר, עס אַרבעט סײַ מיט די מיידעלעך און סײַ מיט די ייִנגעלעך. זעט אויס, אויך „אַלטע זאַכן‟ האָבן הײַנט אַ ווערט.

אײַער לאַפּסוס־קאַקטוס,

[1] דאַל, וולאַדימיר (1801־1872) — רוסישער שרײַבער, עטנאָגראַף און לעקסיקאָגראַף, פֿאָלקלאָריסט, מיליטער־דאָקטער.

דעם 20סטן אַפּריל, 2025, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a comment