עמיל קאַלין
דאָס פֿערטע קאַפּיטל
2
די שטיקער פֿלייש, וואָס האָבן פּוּיקעלע אָפּגעקאָסט אַ פּאָר אויסגעריבענע דזשינס-הויזן און אפֿשר אויכעט אַ שטיקל געזונט, האָבן געהאַט אַ טעם גן-עדן. אַזוי האָבן זיי אויסגעזען אַ ביסל „שוויציק‟ און נישט איבעריק פֿריש. עס האָט זיך געטראָגן פֿון זיי אַ אַזאַ ריח, אַז ס’איז געווען שווער געווען צו באַשטימען צי עס טויג „יאָ‟ צי חלילה „נישט‟, נאָר צווישן יאָ און נישט; האָט זיי פּוּיקעלע פֿאָרט אַ שלײַדער געטאָן אויף דער סקאָוורעדע, וואָס איז שוין געשטאַנען אויף דער גאַז־פּליטע. תּיכּף האָט דער שמאַלץ גענומען שקוואָרטשען, קנאַקן, אַרויסשפּרינגען. עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ מחיהדיקער רויך. פּוּיקעלע איז העלדיש געשטאַנען בײַם פֿײַער און אָפּגעטריבן דעם אָנגעזעענעם אורח: „שלוימע! אַ טריט צוריק!‟ — האָט ער באַפֿוילן. — „דאָס שמאַלץ האָט אַ מיואסע טבֿע, לאָמיך זײַן די כּפּרה. איך וועל שוין סײַווי נישט שטאַרבן אַ שיינער.‟
מיט אַ ברעכצאָל פֿון אַ סעקונדע שפּעטער האָט אַ ברענענדיק טראָפּנדל שמאַלץ געטראָפֿן פּוּיקעלען פּונקט אין מיטן שטערן. ער האָט געיאָמערט, ווי אַ פֿאַרוווּנדיקט קעצעלע, אָבער נישט אָפּגעטראָטן פֿון דער פּליטע.
סעם האָט דערשפּירט אַ זויערקייט אין מאָגן. ער האָט נישט געוואָלט פֿאַרשעמען פּוּיקעלען און זיך אָפּזאָגן צו עסן אַזאַ מלכותדיק סעודהלע, געהאַט האָט ער נאָר דאָס געפֿיל, אַז ער וועט נישט קאָנען פּועלן בײַ זיך און פֿאָרט אָפּבײַסן פֿון אָט דעם „סטעיק‟. ער האָט ווויל געוווּסט, אַז אַזאַ פֿעט שטיקל איז פֿאַר אים ערגער פֿון סם. ממש אַ סאָרט זעלבסטמאָרד בײַ זײַן געזונט־צושטאַנד. ביידע דאָריס און דער דאָקטער האָבן אים שטרענג געמוסרט אין די מחשבֿות. ער האָט זיי געגעבן רעכט. ער האָט געוווּסט, אַז נאָך אַזאַ „סטעיק‟ וועט ער נישט קאָנען צומאַכן קיין אויג די גאַנצע נאַכט. אָבער רייד באַזונדער און מעשׂים באַזונדער: אַז דאָס פֿײַנע, אָנגעברוינטע שטיקל פֿלייש איז געלעגן פֿאַר אים, זענען דאָס אַרײַנזאָגן מוסר און די מחשבֿות וועגן די שלעכטע רעזולטאַטן אין די לעצטע אַנאַליזן, און די אַלע ניו-יאָרקער זאָרגן אַוועק מיטן רויך. ער האָט אַראָפּגעשלונגען די ביסנס קוים צעקײַט דאָס האַרטע פֿלייש.
„שיין… נאָר איין טאָג אין רומעניע און איך דאַרף שוין נישט קיין שׂונאים. איך הרגע מיך מיט די אייגענע ציין‟ — האָט סעם אַרויסגעקוועטשט צווישן די ציין, — „הערסט, פּוּיקעלען? ס’גליטשט זיך אַראָפּ ווי פּוטער, קיין עין-הרע…‟
„נאָך בעסער ווי פּוטער!‟ — האָט פּוּיקעלע האַלב גערעדט און האַלב געקרעכצט פֿאַר תּענוג. ער האָט געקײַט אויף ביידע באַקן.
„פּוּיקעלע, דו מוטשעסט דיך צו שטאַרק צוליב מיר, בנאמנות. איך וואָלט זיך דערקלערט אַ צופֿרידענער מיט אַ סך ווייניקער. דאָס פֿלייש האָט מסתּמא אָפּגעקאָסט אַ מאַיאָנטעק…‟
„גערי שינדט די הויט, דאָס איז אמת… נאָר פֿאַרגעס נישט, ברודערל, אַז אים קאָן עס אָפּקאָסטן טײַערער, אַז ער שפּילט זיך בוכשטעבלעך מיט פֿײַער… עס געזונטערהייט. ס’זאָל דיר ווויל באַקומען. אַז איך וואָלט געקומען צו דיר קיין ניו-יאָרק, וואָלסט מיך אויפֿגענומען מיט אַן אָרקעסטער, אמת צי נישט? אַ משפּחה, נאָך אַלעמען!‟
סעם האָט באַשײַמפּערלעך געזען פֿאַר די אויגן ווי דאָריס סערווירט צום טיש איינעם פֿון אירע באַרימטע, געזונטע ׳סאַפּערס׳, מישטיינס געזאָגט: אַ זופּ מיט בראָקאָלי, אַ שטיקל אויסגעדאַרט סאַלמען־פֿיש, וואָס מ׳האָט גוט געפּײַניקט נאָכן טויט, כּדי אַרויסצוציִען פֿון אים יעדן טראָפּן חיות, אַ סאַלאַט מיט אַלערליי קערנדלעך, גרעזלעך און ווילדע געוויקסן, און דאָס שוואַרצע יאָר ווייסט וואָס נאָך. מע וואָלט געדאַרפֿט מונטערן דעם גאַסט, נעבעך, נאָך אַזאַ מאָלצײַט. סעם האָט געשמייכלט אונטער דער נאָז. דער מענטש ווייסט נישט, נעבעך, וואָס ער רעדט.
„אין אַמעריקע, זאָלסטו וויסן, זאָגן די דאָקטוירים אַז מ’טאָר נישט עסן פֿעטס. פֿעטס איז בײַ זיי ווי סם‟, — האָט ער געגעבן פּוּיקעלע צו פֿאַרשטיין.
פּוּיו האָט אָנגעשטעלט אויף אים אַ פּאָר אויגן מיט גרויסע שוואַרצאַפּלען:
„וואָס פּלוצעם? וואָס ווייסן די דאָקויטרים, האַ? זיי האָבן, דען אַ מאָל גענומען אין מויל אַרײַן מחיהדיקע גענדזענע גריווענעס? טאַטע-פֿאָטער, איך האָב קיינמאָל נישט געהערט, עמעצער זאָל כאַפּן אַ מיתה-משונה צוליב אַן איבעריקן ביסן. דאָס פֿאַרקערטע האָב איך געזען מיט די אייגענע אויגן נישט איין מאָל. און בײַ אַ נקבֿה… ס’איז דען נישט בעסער, אַז ס’איז דאָ וואָס אָנצוטאַפּן? און די גאָלדענע רענדלעך, וואָס שווימען אַרום אין דער יויך? מ’פֿלעגט זיי דען נישט אויסציילן? שוין איין מאָל ציילן! נאַ, זאָג מיר, ווער האָט געפּגרט נאָכן זופּן אַ גאָלדענער יויך?‟
סעם האָט געעפֿנט דאָס מויל עפּעס צו זאָגן, נאָר ער האָט גלײַך אַראָפּגעשלונגען די ווערטער. ער האָט זיך געכאַפּט, אַז עס איז אַ שאָד די טירחה. וואָס העלפֿט צו דערקלערן פּוּיון די חכמי-המעדיצין, וואָס די ניו-יאָרקער דאָקטוירים פּריידיקן הײַנטיקע צײַטן. הײַנט זענען זייערע אײַנרעדענישן דער ריינער אמת, און מאָרגן-איבערמאָרגן וועלן די לײַט צעטרעטן יענע פּערל מיט די פֿיס און זיך נעמען דינען אַן אַנדער עבֿודה-זרה: עס וועט זיך שוין געפֿינען אַ נײַע אָנשיקעניש, וואָס פֿאַרקירצט די יאָרן. וואָס פֿאַר אַ מחותּן איז פֿוּיקעלע מיט יענע ניו-יאָרקער דאָקטוירים? ער וועט נאָר ווערן צעחושט. בעסער, זאָל יעדער טאָן וואָס אים געפֿעלט און איז אים ניחא… סײַווי לעבט קיינער נישט אייביק. בײַ די מחשבֿות האָט סעם אַרײַנגעוואָרפֿן דאָס לעצטע שטיקעלע אין מויל און סײַ דער קאַפּ, סײַ די פֿיס זענען געוואָרן אומגעהײַער שווער, ווי עמעצער וואָלט אין זיי אַרײַנגעגאָסן לויזן צעמענט.
סעם האָט זיך איבערגעוועקט מיט אַ צאַפּל, זיך גיך אויפֿגעהויבן פֿונעם געלעגער און איז צוגעגאַנגען צום פֿענצטער. דער גרויער הימל איז געהאָנגען נידעריק. דאָס ליכט האָט זיך קוים דורכגעשלאָגן דורך די כמאַרעס. די גאַס האָט זיך אויסגעשטעלט פֿאַר אים אין אָפּגעבליאַקעוועטע פֿאַרבן. ער האָט אַראָפּגעקוקט מיט קינדישן חידוש. ס׳האָט זיך אים, נאָך אַלץ נישט געגלייבט, אַז ער געפֿינט זיך אין בוקאַרעשט, אויף יענער זײַט פֿון דעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג, אויף יענעם שטיק ערד, וואָס האָט געזאָלט פֿאַרבלײַבן בלויז אין די זכרונות, אין וועלכע די אַמעריקאַנער האָבן ליב זיך צוהערן מיט ביטול. יעדער שמועס אַזאַ אין ניו-יאָרק דערגייט צום איין-און-איינציקן אויספֿיר: ווי גוט איז צו לעבן אין אַמעריקע, און ווי שלעכט איז געווען אין דער אַלטער היים; יענע מקומות און מענטשן האָבן איין צוועק: אונטערגיין צוביסלעך, אָן געוואַלדן און טענות, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן זאָלן קענען זיך גוט קוויקן מיט זייער גערעכטקייט. און פּלוצעם, נאַט אײַך! עס גייען דאָ אַרום נישט נאָר אָפּגעבליאַקעוועטע זכרונות, נאָר טאַקע מענטשן מיט בלוט און פֿלייש, אַ שטיקל משפּחה דערצו. ווי מענטשלעך זענען זיי! אַ מאָל דאַכט זיך: זיי לעבן טאַקע? — האָט סעם געטראַכט צו זיך און געטאָן אַ ביטערן שמייכל. זיי עסן, שלאָפֿן, מאַכן אַ לחיים, עס נאָגט זיין אונטערן „לעפֿעלע‟. זיי ציטערן פֿאַר מורא, האָבן זיך ליב און פֿײַנט — אַ חידוש אַ גרויסער.
סעם האָט נישט אָפּגעריסן קיין אויג פֿון דער שטילער גאַס, ווי אַ צושויער, וואָס וואַרט אויף אַ שטיקל דראַמע אין טעאַטער. זײַנע מחשבֿות זענען געווען לויטער. דאָס איז געווען פֿאַר אים אַ נאָווינע. אין ניו-יאָרק נאָך די שלאָפֿפּילן פֿלעגט דער טשאַד זיך צעגיין ערשט אַ שעה נאָכן אויפֿשטיין. ער האָט באַשולדיקט אין דעם די עלטער, נאָר, דאַכט זיך, אַז זי, וואָס בונטעוועט זיך כּסדר קעגן אים, האָט אַ וויכטיקן שותּף.
ער האָט געזוכט פּוּיקעלען, נאָר יענער איז שוין געהאַט אַוועק.
אַ קורצער בליק אויפֿן זייגער האָט באַשטעטיקט, אַז ס׳איז שוין גוט שפּעט. ער האָט זיך אָנגעטאָן הענדעם-פּענדעם און איז אַוועק אין שטאָט אַרײַן. הײַנט האָט ער געזאָלט זיך באַטייליקן אין אַן אָרגאַניזירטן טור איבער דער שטאָט. סעם האָט געהאַט גרויסע פּלענער פֿאַר דער עקסקורסיע: ער האָט געוואָלט אַרײַנכאַפּן וויפֿל עס האָט זיך נאָר געלאָזט. אַ קוק טאָן אויף אַלע ערטער, וועגן וועלכע ער האָט נאָר געהערט, אָבער קיינמאָל נישט זוכה געווען זיי צו זען מיט די אייגענע אויגן. ער האָט געוואָלט זיך צעלייגן אויף דער פּלאַזשע בײַם שוואַרצן ים, ווי אין פּסוק שטייט, געניסן פֿון די פֿײַנע האָטעלן, לאָזן זיך סערווירן מיט אַלע פֿײַנע מאכלים, וואָס זענען אים נישט געקומען אין חלום, פֿאָרן אין די בערג, אַרומגיין נישט געאײַלט, מיט די הענט הינטערן רוקן, ווי אַ שטיקל מענטש, אַרײַנאָטעמען די פֿרישע לופֿט פֿון די טוריסטישע-לאָקאַלן און קורערטער, גיין אין די וואַרעמבעדער, טרינקען ספּעציעלע מינעראַלע וואַסערן, וואָס היילן אויס דעם מאָגן, מונטערן דעם גוף און קוויקן די נשמה.
נאָר פֿון אַלע פּלענער האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם. גלײַך בײַם אַראָפּגיין פֿון עראָפּלאַן האָט ער זיך געכאַפּט, אַז ער האָט אַלץ פֿאַלש אויסגערעכנט: בוקאַרעשט איז נישט מיאַמי און רומעניע סאַמעוועט זייער ווייניק מיט פֿלאָרידע. דאָ שאַרן קאַלטע ווינטן געלע בלעטער, די קרירה בײַ נאַכט איז קוים איבערצוטראָגן און הײַנט-מאָרגן וועלן די דערקוטשענדיקע רעגנס עלול־מגולגל ווערן אין שנייעלעך, און ווער ווייסט וואָס נאָך? עס קאָן אויך טרעפֿן, אַז די ערשטע ערנסע זאַווערוכע זאָל אָנפֿאַלן אויף דער שטאָט. וואָס צעלייגן, ווער צעלייגן? בעסער זאָל ער קריגן אַ לײַטישן מאַנטל, און דעם לײַכטן רעגן-מאַנטל, וואָס ער האָט אַראָפּגעבראַכט מיט זיך אַהער פֿון ניו-יאָרק, פֿאַרשטעקן אין וואַליזע.
סעם איז געגאַנגען אויף אומבאַקאַנטע גאַסן. ער האָט נישט געהאַט קיין מאַפּע און קיין שום טוריסטישע קלייט אָדער אינפֿאָרמאַציע-ביוראָ איז אים נישט אַנטקעגנגעקומען. אַלטע, פֿאַרסאַזשעטע טראַמווײַען זענען אים פֿאַרבײַגעלאָפֿן מיט אַ טראַסק. די פֿענצטער זענען אַזש געווען גרוי. אויף אייניקע זענען געהאָנגען לענגלעכע שטיקער רויטע שטאָף. בײַם אָנהייב זענען זײַנע אויגן, נישט צוגעוווינט צו דער נײַער שפּראַך, זיך אָפּגעשטעלט בײַ יעדן אות, אָבער גאָר אינגיכן האָט זיך אים אײַנגעגעבן דעשיפֿרירן די לאָזונגען: „די פּאַרטיי, רומעניע — די צוקונפֿט‟. „נו, אַ שיינע פּאָר!‟ — האָט סעם געלאַכט אין זיך. — „וואָס טויגן די ווערטער?‟ נאָר גלײַך דערנאָך האָט ער דערזען אַ ריזיקע רויטע פֿאָן מיט סערפּ-און-האַמער אויבן און אונטן, דאַכט זיך, מאַרקס, לענין און ענגעלס. ער האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ רגע און אָנגעהויבן לייענען. אונטער די פּאָרטרעטן פֿון די דרײַ ערנסטע מענער איז געשטאַנען אָנגעשריבן: „מיר וועלן פֿאָלגן די טריט פֿון די וואָס האָבן אויסגעפֿורעמט דעם נײַעם מענטש. זאָל לעבן אונדזער העראָיִשער אַרבעטקלאַס!‟
אַ חוץ סעמען האָט זיך קיינער נישט אָפּגעשטעלט און נישט געשענקט דעם שילד קיין איבעריקן אויפֿמערק. אַזעלכע שילדן, האָט ער געטראַכט צו זיך, זענען שוין געוואָרן אַ טיילן פֿון דעם אויגן־פּייסאַזש. פּונקט אַזוי ווי בײַ די ניו-יאָרקער רופֿן קיין חידוש נישט אַרויס די וואָלקנקראַצערס.
אויף אַ ברייטער געבײַדע, מסתּמא עפּעס אַן אינסטיטוט, האָט ער דערזען עטלעכע מער פּרטימדיקע שילדן, אויך אַ רויטע, פֿאַרשטייט זיך: „זאָלן מיר אַלע, ווי איין מענטש, אַנטשלאָסן אָננעמען די באַשלוסן, וועלכע זענען באַשטימט געוואָרן אויף דער עלפֿטער גרויסער נאַציאָנאַלע פֿאַרזאַמלונג פֿון דער רומענישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי‟, „פֿאַרווירקלעכן דעם פֿינפֿיאָר־פּלאַן אין פֿיר יאָר און זעקס חדשים!‟ — און ווײַטער, אונטער די אומנאַטירלעך־גרויסער צורה פֿון דעם מנהיג: „אָפּשײַ און שטאָלצקייט — טשאַושעסקו, רומעניע!‟ — אַ פּאָר טריט ווײַטער האָבן די ווערטער ווי אויסגעשריגן פֿון אַן אַנדער שילד: „די עפּאָכע טשאַושעקסקו — די גאָלדענע עפּאָכע פֿון סאָציאַליסטישער רומעניע.‟
״נו, ס׳איז בלאָף און ביטער ווי גאַל‟, — האָט אַ קול געשריִען אין סעמען. — „אַז מ׳רעדט פֿון אַ גאָלדענער עפּאָכע, הייסט עס, אַז מע איז פֿאַרשטעקט אין דער שטיינערנער תּקופֿה. מ׳פֿאַרשטאָפּט די מוחות מיט פּוסטע רייד, נאָר דער מענטש ווייסט גאַנץ גוט, ווען זײַן מאָגן בורטשעט.‟
איין זאַך איז אים נאָך געווען שווער צו באַנעמען: וואָס איז דאָס אַזוינס, דער פֿינפֿיאָר־פּלאַן. ער האָט זיך, ווײַזט אויס, אָנגעשטויסן אַמאָל אין דעם באַגריף אין שײַכות מיט סטאַלין. אַז ער האָט איבערגעקערט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד מיט די פֿיס אַרויף און דעם קאָפּ אַראָפּ און דערבײַ האָבן צענדליקער מיליאָנען באַצאָלט מיטן קאָפּ… נאָר וואָס מיינט עס אין דער אמתן?
המשך קומט