אלי שאַרפֿשטיין
קאַפּיטל 14
איינס, צוויי, דרײַ — זאַפּעווײַ!
אַלע אַרמייען אין דער וועלט האָבן גערן צו מאַרשירן, און די סאָוועטישע — מער פֿון אַלעמען. איר האָט דאָך זיכער אַמאָל נאָכגעקוקט דעם גרויסן מיליטער־פּאַראַד אין מאָסקווע, ווען צענדליקער טויזנטער סאָלדאַטן טאָפּטשען מיט גוט אויסגעפּוצטע שטיוול די שוואַרצע שטיינערנע ברוקן פֿונעם רויטן פּלאַץ. אַנו, מאַכט צו די אויגן אויף אַ רגע, און דערמאָנט זיך. איר הערט שוין דאָס קלאַפֿעניש פֿון די זעלנערישע קנאַפֿל? איר שטעלט זיך פֿאָר, ווי די סאָלדאַטן מאַרשירן אַלע אין איינעם, פּונקט ווי ס’וואָלט מאַרשירט בלויז איין סאָלדאַט, נאָר מיט טויזנטער פֿיס, באַשוכטע אין שטיוול מיט פּאָדקאָווקעס? אַ? פּרעכטיק און רוישעמדיק, ניין? אָבער מאָסקווע איז מאָסקווע, און מיר, טאַנקיסטן פֿון גוואַרדייסק, זענען ווײַט פֿון די וואַזשנע פּאַראַדן. פֿאַרשטייט זיך, אַז בײַ אונדז אין פּאָלק האָט מען אויך מאַרשירט, נאָר נישט צוליב יום־טובֿים און פֿײַערונגען. מיר האָבן מאַרשירט אָן אַ ספּעציעלער סיבה. בײַ זיי אין מאָסקווע געפֿינט זיך לענינס־מאַווזאָליי. יעדן נײַנטן מײַ, אויפֿן דאַך פֿונעם מאַווזאָליי פֿלעגט זיך אויסשטעלן די גאַנצע סאָוועטישע רעגירונג, פֿאָכען מיט די הענט און קאַפּעליושן צום פּשוטן עולם-גולם, און סאַלוטירן צו די מיליטער־כּוחות, וואָס האָבן דורכמאַרשירט אַנטקעגן זיי… און די סאָוועטישע בירגער זענען געווען גליקלעך. זיי האָבן געפֿילט זיך ברי־מזל צו זײַן אַ חלק פֿון דער גרעסטער און שטאַרקסטער אימפּעריע אויף דער וועלט.
בײַ אונדז, אין דעם מיליטער־לאַגער אין גוואַרדייסק, איז אויך געווען אַ גרויסער פּלאַץ, געפֿלאַסטערט מיט טונקל־גרויע פֿירקאַנטיקע ברוקן־שטיינער. דאָ האָבן מיר מאַרשירט כּמעט יעדן טאָג. און נישט סתּם מאַרשירט, נאָר מיט אַ ניגון, מיט אַ געזאַנג. די סאָוועטישע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געשאַפֿן מאַרשן אָן אַ שיעור, און די זעלנער, אויסגעסטרויעט אין שערענגעס, באַשוכט מיט שווערע קירזעווע שטיוול, האָבן עס געזונגען און געטופּעט צום טאַקט. שוין פֿונעם סאַמע פֿרימאָרגן, אויפֿן וועג צו דעם עס־צימער, האָט דער סטאַרשינאַ אַרויסגעקוועטשט פֿון זײַן געמבע אַ „זאַ-פּע-ווײַ!‟, און דער זעלנער־פֿאָרזינגער האָט אויפֿגעעפֿנט דאָס מויל און זיך צעזונגען מיט אַ מאַרשיר־ליד. די ראָטע האָט אים אונטערגעזונגען מיט אַ בוקעט פֿון פֿאַרכריפּעטע פֿון בראָנפֿן און פּאַפּיראָסן קולות, און מיטן לינקן פֿוס גענומען מאַרשירן צום טאַקט — איינס, צוויי… איינס, צוויי, דרײַ!
ווי איר געדענקט אַוודאי, בין איך געווען דער איין און איינציקער ייִד אין אונדזער גאַנצן באַטאַליאָן. אין פּאָלק זענען געווען נאָך צוויי ייִדן, אָבער נישט קיין זעלנער, נאָר פֿון די גרויסע „שישקעס‟. דער ערשטער — אַ קאָמאַנדיר פֿון אַ פּעכאָטע־באַטאַליאָן אונטערפּאָלקאָווניק סגל, און דער אַנדערע איז געווען מאַיאָר פֿישמאַן, אַן אָפֿיצער פֿון די „דרײַ אותיות‟, פֿון ק.ג.ב., הייסט עס. אַ ייִד, אַ פּשוטער סאָלדאַט איז געווען נאָר איינער —איך. און דווקא מיך האָט מען געמאַכט פֿאַר אַ סאָליסט פֿון דער טאַנקן־ראָטע נומער דרײַ, אָדער ווי מ’האָט עס בײַ אונדז אָנגערופֿן, „ראָטני זאַפּעוואַלאַ‟. און ווער האָט אַזוי באַשלאָסן, ווער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿאָרזינגער? אונדזער סטאַרשינאַ האָראָבעץ. מ’האָט געזוכט אַ נײַעם זאַפּעוואַלאַ־פֿאָרזינגער פֿאַר דער ראָטע, אַזוי ווי דער אַלטער האָט שוין אָפּגעדינט זײַנע צוויי יאָר און זיך באַפֿרײַט. יעצט זינגט ער אַפּנים אין דער היים פֿאַר זײַנע טאַטע־מאַמע, און אפֿשר אַפֿילו מיט אַ כּלה בײַ דער זײַט. דער סטאַרשינאַ האָט מסתּמא געהערט מיר זינגען אין דער קאַזאַרמע, אונטערשפּילנדיק זיך אויף דער גיטאַר, און אים איז אַפּנים געפֿעלן. און מיר האָט עס גראַדע נישט געאַרט. פֿאַרקערט, דאָס האָט מיר אַפֿילו שטאָלץ געמאַכט! וואָס הייסט, איך בין דער ראָטני זאַפּעוואַלאַ! זינגען האָב איך דאָך תּמיד ליב געהאַט, און אויסלערנען אויף אויסנווייניק עטלעכע מאַרשיר־לידלעך? ס’האָט פֿאַר מיר קיין ווערט ניט, ממש אַ קלייניקײט. זעט איר שוין, אַז מײַן נײַע ראָלע האָב איך אָנגענומען מיט ליבע.
אַזוי האָב איך אָנגעהויבן צו זײַן אַ ראָטנער פֿאָרזינגער, און די דינסט איז געגאַנגען ווײַטער, און אַפֿילו מיט מער דערפֿאָלג. נאָך אַ קורצער צײַט האָב איך אָנגעהויבן צו בײַטן די ווערטער פֿון די געוויינטלעכע לידער, און אַ מאָל בלויז דערלייגן אַ וואָרט. דאָ אַ וואָרט, דאָרט אַ זאַץ, און צו ביסלעך האָב איך צוגעפּאַסט די באַוווּסטע מאַרשן צו אונדזער לעבן, צו אונדזער זעלנעריש לשון און צו אונדזער זעלנעריש לעבן.
А все мы парни (бл*дь) обыкновенные,
И недаром мы сильны,
Той дружбой (бл*дь) солдатской верною,
Что побеждала в дни войны.
מיר זענען וווילע פּשוטע חבֿרה־יאַטן,
און נישט אומזיסט זיך שטאַרקן מיר
מיט דער געטרײַער זעלנער־פֿרײַנדשאַפֿט,
וואָס האָט געזיגט בשעת דער קריג.
דאָ, צום בײַשפּיל, האָב איך נישט געביטן, נאָר צוגעשריבן אַ גראָב וואָרט (אין די קלאַמערן), וואָס פֿאַרבעסערט דעם טעקסט. פֿאַר די, וועלכע קענען רוסיש, איז אַפּנים נישט קלאָר דער באַנוץ פֿונעם קללה־וואָרט. נאָר מײַן קליינער צוגאָב האָט געבראַכט זײַן שׂימחה, און עס איז גלײַך געוואָרן פֿריילעכער צו זינגען. דאָס האָט געפּאַסט אי צום דעם ריטעם, אי צו אונדזער זעלנעריש לשון. אַגבֿ, די קאָמאַנדירן האָט עס בכלל נישט געאַרט, אַבי מע מאַרשירט און מע זינגט. דעם מאַרש האָב איך נאָך געקענט פֿון ווענטספּילס, פֿון דער טאַנקיסטן־שול. דאָרט איז מען בכלל נישט אַרומגעגאַנגען פֿרײַערהייט. אין „אוטשעבקע‟ זענען געווען אײַזערנע געזעצן. צום בײַשפּיל: ווען מער ווי צוויי זעלנער גייען ערגעץ וווּ, מוז מען גיין „פֿוס־אין־פֿוס‟, מאַרשירן, הייסט עס. דעם זינגען קען מען אויסמײַדן, נאָר אַן אָרדענונג מוז זײַן. און ווען די גאַנצע ראָטע איז געגאַנגען צוזאַמען, האָבן מיר עס שוין דורכגעמאַכט מיט אַ געזאַנג. קיין פֿאָרזינגערס זענען בײַ אונדז נישט געווען, נאָר מאַרשיר־לידער האָבן נישט געפֿעלט. ווען איך בין אָנגעקומען קיין גוואַרדייסק, בין איך שוין געווען אַ געניטער, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מאַרשירונגס־סאָלדאַט. אָט האָט איר נאָך אַ מאַרש־געזאַנג, וואָס איך האָב געבראַכט מיט זיך פֿון דער טאַנקן־שול:
Стояла поздняя осень,
Летела жёлтая листва.
Их было только 28,
А за спиной была Москва.
דאָס איז געווען טיף אין האַרבסט,
עס זענען געפֿאַלן געלע בלעטער.
זיי זענען געווען נאָר 28,
און הינטער זיי איז געשטאַנען מאָסקווע.
וועגן וואָס איז דאָס ליד, פֿרעגט איר? מיט דעם מאַרשיר־הימען האָט מען דערהויבן די גבֿורה פֿון אַכט און צוואַנציק קעמפֿער אין שפּיץ מיטן קאָמיסאַר פּאַנפֿילאַוו, וואָס האָבן העלדיש פֿאַרטיידיקט מאָסקווע קעגן דעם דײַטשישן שׂונא. די פֿאַשיסטן האָבן אַטאַקירט מיט טויזנטער זעלנער, טאַנקן און עראָפּלאַנען, נאָר ס׳האָט זיי נישט געהאָלפֿן. די „פּאַנפֿילאָווצעס‟ האָבן זיי אָפּגעשטעלט, אַליין דערהרגעט געוואָרן, נאָר געראַטעוועט די הויפּט־שטאָט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. ווי אַזוי? דאָס האָב איך קיין מאָל נישט פֿאַרשטאַנען. איך מיין, אַז ס’איז פּשוט אַ שיינע אויסגעקלערטע מעשׂה, וואָס האָט אַפּנים געהאָלפֿן צו דערציִען די נײַע פֿאַרטיידיקער פֿון דער סאָוועטישער מדינה, און צו פֿאַרוואַנדלען זיי אין גרעסערע פּאַטריאָטן. ווי אַ מאַרשיר־ליד איז דאָס געווען נישט שלעכט, אַפֿילו נישקשהדיק, גוט צוגעפּאַסט צו אונדזערע געניטונגען.
בין איך געוואָרן אַ „זאַפּעוואַלאַ‟. כ’האָב אַליין אויסגעקליבן וואָס און ווען צו זינגען, און די ראָטע האָט מאַרשירט לויט מײַן ריטעם. מײַן נײַע אויפֿגאַבע, וואָס איז געווען בלויז איינע פֿון די זעלנערישע פֿליכטן, האָט מיר זייער געפּאַסט. נאָך פֿון די קינדער־יאָרן בין איך געווען פֿעיִק צו שרײַבן מיט גראַמען. כ’האָב אַפֿילו אַמאָל געשיקט אַ קליין לידל אין דער קינדער־צײַטונג „פּיאָנערסקאַיאַ פּראַוודאַ‟, נאָר די רעדאַקציע האָט עס נישט געוואָלט אָפּדרוקן: ס’איז נאָך רוי, צו קינדערש, — האָבן זיי געזאָגט. „נישט דערבאַקן‟, ווי ס’וואָלט געזאָגט מײַן מאַמע. קינדערש? כ’בין דאָך געווען אַ קינד! נאָר דאָ בין איך שוין געווען אַליין אַ בעלן צו באַשליסן, וואָס איז דערבאַקן און וואָס נישט, און ווי אַזוי דאַרף קלינגען אַ מאַרש. ווען איך האָב צוגעגעבן אַ פּאָר „גראָבע‟ ווערטער, וואָס די רײַכע רוסישע שפּראַך פֿאַרמאָגט אָן אַ צאָל, האָט דער טעקסט שוין געקלונגען מער היימיש, ווויל און אַ ביסל בלאַט. מאַרשירנדיק, האָבן מײַנע חבֿרים באַקומען „לײַכטע‟ פֿיס און געטאָפּטשעט די שטיינער פֿונעם מאַרשירונג־פּלאַץ מיט אַ בעסערער שטימונג. וווּ נאָך האָט איר געזען סאָלדאַטן, בפֿרט סאָוועטישע סאָלדאַטן, וואָס מאַרשירן מיט אַ ברייטן שמייכל פֿון אויער צום אויער? פֿאַר אונדזערע אָפֿיצערן, איבערהויפּט פֿאַר דעם סטאַרשינאַ האָראָבעץ, בין איך געווען אַ מציאה, אַן אוצר. זיי האָבן מיר עס מרמז געווען, און איך בין געווען גליקלעך מיט מײַן הצלחה.
אָט האָט איר נאָך אַ בײַשפּיל פֿון אַ מאַרש, וואָס איך האָב אים ממש פֿאַרבעסערט. דער אָריגינעלער טעקסט באַשרײַבט עראָפּלאַנען און פּילאָטן, און וואָס פֿאַראַ שײַכות האָט עס געהאַט צו אונדז? האָב איך עס געביטן אויף טאַנקן און טאַנקיסטן:
Там, где пехота не пройдёт,
И бронепоезд не промчится,
Наш средний танк там проползёт
И них*я с ним не случится.
דאָרט, וווּ פּעכאָטע וועט נישט דורכגיין,
דאָרט, וווּ אַ פּאַנצערצוג וועט נישט דורכפֿאָרן,
וועט אונדזער טאַנק דאָרט דורכקריכן —
און ס׳וועט אים גאָרנישט שאַטן!
דאָ האָב איך פֿאַר אײַך אַרײַנגעשטעלט אַ קליין שטערנדל אינמיטן אַ רוסיש וואָרט. ווער עס קען רוסיש, דערקענט שוין וואָס איך מיין. נאָר דרוקן דאָס גראָבע וואָרט מיט אַלע אותיות איז פּשוט נישט שיין, נישט אָנגענומען.
אַזוי זענען דורכגעלאָפֿן עטלעכע חדשים, און אפֿשר אַפֿילו מער ווי אַ האַלב יאָר. מײַן קינסטלערישע טעטיקײט איז באַשטאַנען פֿון פּאָפּולערע און בלאַטע לידער בײַ נאַכט, און מאַרש־געזאַנגען בײַ טאָג. די „זקנים‟ האָבן מיך געלויבט, געהאַלטן פֿאַר אַן אייגענעם, פֿאַר אַ „נאַשבראַט‟. „פּראָשקאַ‟ — קאַפּיטאַן ניקאָלײַ פּראָכאָראָוו, דער ראָטע־קאָמאַנדיר, איז געווען אויפֿן „זיבעטן הימל‟ פֿון מיר. וואָס הייסט? זײַן באַליבסטער סאָלדאָט איז אַזאַ געראָטענער זאַפּעוואַלאַ! און איך? איך בין געווען אײַגעטונקען אין שעפֿערישקײט מיט מײַן נײַעם באַרוף. אמת, קיין סך מאַרשיר־לידער האָב איך טאַקע נישט געקענט. אָבער, ווען איך האָב געשפּירט, אַז ס’איז שוין צײַט צו באַנײַען מײַן רעפּערטואַר, האָב איך גענומען אַ באַקאַנטן מאַרש און צו אים צוגעפּאַסט נײַע ווערטער. ס׳איז אַרויס נישט שלעכט.
Не ссы, Маруся дорогая,
Я не забуду твои ласки.
Но может быть (Всё может быть!),
В последний раз (В последний раз!)
Я вижу голубые глазки.
זײַ דרייסט, מײַן טײַערע מאַרוסיאַ,
כ׳וועל נישט פֿאַרגעסן דײַנע גלעטן.
נאָר עס קען זײַן (יאָ, אַלץ קען זײַן!)
דאָס לעצטע מאָל (דאָס לעצטע מאָל!),
אַז כ׳זע די בלויע דײַנע אויגן.
דאָ, צום בײַשפּיל, איז די מוזיק פֿון אַ באַוווּסטער יצירה, „דער מאַרש פֿון די אוויאַטאָרן‟. מײַן נײַע אינטערפּרעטאַציע האָט אַרײַנגעבלאָזן אַ שטיק נשמה אין דעם אַלטן ניגון. דאָס, וואָס איז אַרײַנגעשטעלט צווישן די קלאַמערן, האָבן נאָכגעזונגען אַלע זעלנער צוזאַמען. זיי האָבן עס אַזוי געשריגן, ווי מ’וואָלט זיי געשלאָגן. אַ פּנים, האָבן מײַנע ווערטער זיי גערירט. זיי האָבן זיך דערמאָנט וועגן דער היים, וועגן די חבֿרטעס, וואָס האָבן אויף זיי געוואַרט, צי ניט… און דער מחבר? ער איז אַוודאי געווען צופֿרידן מיט זײַן יצירה.
די שיינע מוזיקאַלישע טעג, ווען איך בין געווען דער מחבר און פֿאָרזינגער פֿון דער טאַנקן־ראָטע, זענען שוין לאַנג פֿאַרבײַ. איך מאַרשיר שוין נישט, און די מאַרשן, וואָס איך האָב געזונגען, קוים וואָס איך געדענק זיי. נאָר עפּעס איז מיר יאָ געבליבן פֿון יענע סאָלדאַטסקע צײַטן. ביזן הײַנטיקן טאָג הייב איך אָן צו גיין אָדער לויפֿן מיטן לינקן פֿוס, ווי עס פֿירט זיך בײַ די רוסן, און נישט מיטן רעכטן, ווי בײַ אונדז, אין ישׂראל. אַפֿילו, ווען איך שפּיל אין קלאַס מיט מײַן קליין אייניקל, שפּרינג איך פֿון לינקס אויף רעכטס. ווען איך גיי אַרויס אויף אַ שפּאַציר אַרום מײַן קיבוץ, צי איך נעם אָנטייל אין אַ ספּאָרט־געלויף אין אַנדערע פּלעצער אין לאַנד, שטאָפּ איך אַרײַן די הערערס אין מײַנע אויערן, און דעם ערשטן שפּאַן מאַך איך מיטן לינקן פֿוס. און טאָמער עס טרעפֿט, אַז מײַנע פֿיס „פֿאַרבלאַנדזשען זיך‟ און מאַכן אַ טעות, טו איך עס גלײַך צורעכט. אַ הרגל בלײַבט אַ הרגל.
המשך קומט