מיכאל לײַנוואַנד
יעדער שטערן האָט אַ נאָמען
אינעם הימל שטערן שוועבן.
יעדער שטערן האָט אַ נאָמען,
וואָס מ׳האָט אים געקרוינט בײַם לעבן.
אינעם הימל שטראַלן שטראָמען
פֿון די הייליקע נשמות,
די פֿאַרוואַנדלטע אין שטערן,
וואָס זיי פֿאָדערן נקמה
פֿאַר צו פֿרי מלאכים ווערן,
נײַע עולים אין גן־עדן.
די מלאכים-אויגן ברענען,
די טהורים-אויגן רעדן,
זיי דערציילן וועגן גיהנום…
23.10.23
די שפּראַכן פֿון זאַכן
פֿאַר יעדער בריאה, יעדער זאַך
האָב איך מיר אַן אַנדער שפּראַך:
מיט פֿייגל רעד איך פּידזשן־ייִדיש,
מיט גראָזן רעד איך גרײַזן־ייִדיש,
אויף תּנאים־לשון כ׳רעד מיט טויען,
אַ פֿרײַען לשון כ׳רעד מיט פֿרויען,
מיט מענער אויף אַ מענה־לשון,
מיט טענער רעד איך תּנא־לשון,
מיט בלום־און־בוים באָהעמער ייִדיש,
מיט דער לבֿנה אותיות קידוש,
אויף גרושה־לשון מיט אַ גראָשן.
מיט מאַמען רעד איך מאַמע־לשון .
18.08.23
אַ געאָגראַפֿיש מעשׂהלע
אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל
האָבן באַגעגנט דאָס וואָלענע שעפֿל.
שעפֿעלע „בע‟, שעפֿעלע „בע‟,
איך בין געקומען פֿון דושאַנבע.
ס׳גייט ווײַטער די מעשׂה: אַ צדיק אין פּעלץ
געטראָפֿן האָט זיך מיטן הינטל פֿון בעלץ.
הינטעלע „האַוו‟,
שעפֿעלע „בע‟,
ס׳הינטל פֿון בעלץ, ס׳שעפֿל פֿון דושאַנבע.
הערט, קינדערלעך, ווײַטער: דער יאַ טאָבי דאַם
ט׳געטראָפֿן דאָס ציגעלע פֿון אַמסטערדאַם.
ציגעלע „מע‟,
הינטעלע „האַוו‟,
שעפֿעלע „בע‟
פֿון דושאַנבע.
געגאַנגען ז׳דערנאָך דעם דער כעלעמער רבי,
ט׳באַגעגנט דאָס קעצל פֿון אַדיס־אַבעבע.
קעצעלע „מיאַו‟,
ציגעלע „מע‟,
הינטעלע „האַוו‟,
שעפֿעלע „בע‟.
לאָמיר זיך טרעפֿן אין דושאַנבע!
7.12.24
איר וועט אַוודאי לאַכן
קינדערלעך, איר וועט אַוודאי לאַכן,
אָבער האַלט אײַך יעדן פֿאַלס אין זינען:
מ׳קאָן אַפֿילו מיטפֿילן דעם שוואַכן,
נאָר דעם שטאַרקן וועט מען ניט פֿאַרגינען.
קינדערלעך, איר וועט דאָך מיר ניט גלייבן —
וו ע ר איז זוכה פֿונעם שפּיל אַרויס
איז ניט זיכער נעבעך מיט זײַן לעבן,
נאָר דער לוזער האַלט זיך דווקא גרויס.
קינדערלעך, די וועלט איז הײַנט קאַפּויער,
מ׳זאָגט אַפֿילו, אַז זי איז פֿאַרבײַ —
ווילסט דערווײַזן, שטעל זיך אויפֿן אויער
צי אין מידבר „אני שלמה!‟ שרײַ.
קינדערלעך, עס איז די וועלט משוגע,
אינעם מענטשעלע די יוכע זידט,
דרייט דעם מוח ווי אַ צענטריפֿוגע,
און ווי קראָפּעווע זײַן גדולה בליט.
כ׳שרײַב פֿאַר זיך אַליין
כ׳וואָלט געהוליעט אויף קאַריבן,
פֿאַר די קינדער כ׳וואָלט געשריבן,
נאָר ס׳איז לײַכטער גיין צו קינד,
איידער אויסזוכן אַ קינד,
וואָס אויף ייִדיש זאָל פֿאַרשטיין.
מילא, כ׳שרײַב פֿאַר זיך אַליין:
ס׳בעבען בע־בע־בע די שאָף,
קאָ־קאָ־כּבֿוד מאָנט דאָס עוף,
ס׳מאַכט דער באָק: מע־מע־מהיכא־תּיתי,
— יאָ־יאָ, — מסכּים איז דער אייזל.
— נו, אַן אייזל בלײַבט אַן אייזל,
מעלה־גרהן צינגער בייזע.
מיט אַ מאָל ז׳די קו געקומען,
מאַכט די קו: מו־מו־מו־מומע.
— מומע קו איז דאָך אַ דומע, —
אינעם וואַלד די בערן ברומען.
פּלוצעם טרוקן ווערט אין גומען,
פֿיש אין טײַכן נעמען שטומען.
בלויז דער אייזל, דער חמור איז
אַ בן־חכם קיין עין־הרע,
ווײַל ער מסכּים איז מיט אַלע —
ר׳מאַכט י־יאָ און ניט קיין יעלה.
24.2.24
אינעם טאַטנס ווײַנגאָרטן
קיין עין־הרע זאָל ניט שאַטן
אינעם ייִחוס אויסגעווייקט
אין דעם ווײַנגאָרטן בײַם טאַטן
כ׳האָב אַנומלט זיך צעלייגט.
אויסגעליידיקט און אַנטוואָפֿנט
ווייס איך ניט וווּ אויס וווּ אײַן,
אויגן צו, די ליפּן אָפֿן,
ס׳פֿליסט אין מויל דער זיסער ווײַן.
כ׳האָב געטרוימט פֿון אַ פּרינצעסין.
הערט אַן אײַנפֿאַל! ליבער ג־ט!
אויף אַ ווײַלע זיך פֿאַרגעסן
און געוואָרן שיכּור־לוט.
בראָנפֿן־, ווײַן־ צי ליקער־לעקער,
כּפּני זויפֿער פּני הדור.
ס׳איז די גאַנצע וועלט אַ שקר,
בלויז אַ שיכּור זעט די וואָר.
26.10.24