גולי דולב־השילוני
(אַן אויסצוג פֿונעם ראָמאַן „צולול‟)
„צולול‟ באַטײַט עפּעס ווי משוגע אויף דער טיגרינישע שפּראַך, גערעדט אין עריטרעיאַ
אַלע פּאָר חדשים טוט די מלוכה אַ פּרוּװ אַרויסצוטרײַבן די פּליטים פֿון קאָנגאָ, וואָס וווינען דאָ אין מדינת־ישׂראל זינט די 1990ער יאָרן. ס׳איז שוין געוואָרן אַ מינהג. נאָכאַמאָל אַן אַפּעלאַציע, און נאָכאַמאָל רופֿט מען אָפּ דעם גירוש, ווײַל אין קאָנגאָ האָט ווידער אויסגעבראָכן אַ שוידערלעכע שחיטה, אַ פֿאַקט, וואָס אַפֿילו די אימיגראַציע־אינסטאַנץ קען אים נישט אָפּלייקענען; און נאָכאַמאָל שענקט אונדז אַ קאָנגאָלעזישער קהילה־פֿירער אַ פֿײַנעם קוכן, כאָטש בײַ אונדז אין דער אָרגאַניזאַציע האָבן מיר נישט קיין אַדוואָקאַטן. ס’איז אַ רוטין, אַז יעדן סעמעסטער באַווײַזט זיך אין דער גאַלעריע אַ געזעמל סטודענטן פֿון „בצלאל‟־קונסט־קאָלעדזש און גלאָצט פֿון דער וויטרינע אַרויס אויף דער גאַס מיט קאַמערעס און לעמפּלעך — אַ רעגולערער פּראָיעקט פֿונעם קורס „פֿאָקוסירן, פֿאַרווישן שוואַרצע שאָטנס: ווי זאָל מען פֿאָטאָגראַפֿירן צעקראָכענע מענטשן‟. ס’איז אויכעט אַ רוטין, ווען אוריתּ זאָגט, אַז ס’איז נישט יושרדיק צו מאַכן פֿון דער מענטשלעכער נויט אַזאַ מין מוזיי, און ס’איז נאָך אַ רוטין, אַז איך קריג זיך מיט איר און כ’מורמל אונטער די ליפּן וועגן די פֿאַרשיידענע אויפֿגאַבעס פֿון קונסט. הגם איך שטים פֿאַר אַ פּאַרטיי, וואָס געפֿינט זיך לינקער פֿון אוריתּס פּאַרטיי, זענען אירע דעות אַ סך דאָגמאַטישער. זי טראַכט, אַז קונסט מעג זײַן דאָס און נישט יענץ, אַז קונסט טאָר נישט חוזק מאַכן און מוז אָפּשפּיגלען די ממשותדיקייט. בקיצור — אַ סטאַליניסטקע.
איין מאָל האָט ברכה, פֿאַרבײַגייענדיק אויף דער גאַס, דערזען די סטודענטן הינטער דער שויב, האָט זי אָנגעהויבן שפּאַצירן ווי אַ הינקענדיקע מאָדעלקע אויף אַ „קאַט־וואָק“ אַנטקעגן די פֿאָקוסירטע אָביעקטיוון. ממש אַ כאַכעניש איז דאָס געווען. דאָס האָט אויך באַוויזן, מיין איך, אַז נישט אוריתּ, נאָר איך, האָב רעכט אין דער מחלוקת — קונסט איז אויכעט אַ שפּיל, די גרענעץ צווישן אָפּלאַכן פֿון מענטשן און לאַכן מיט זיי אין איינעם איז אייביק מטושטש; צוליב דעם מעג קונסט לאַכן מיט און וועגן נויט, און בכלל איז קונסט אַזאַ אויטאָנאָמישע און פֿילטייליקע זאַך, אַז צו באַגרענעצן זי מיט איין דעפֿינירטער ראָלע איז פּשוט אַ גראָבער טעות: סע קלעפּט זיך װי אַן אַרבעס צו דער װאַנט. איך ווייס, וואָסער מין קונסט איך האָב ליב: זי מוז אָנכאַפּן סײַ דעם קאָפּ, סײַ די בצים, אַ קונסט, וואָס האָט נישט קיין קדושים און נישט קיין רשעים, וואֶָס גיט, צום סוף, צו פֿאַרשטיין עפּעס אי וועגן דעם דרויסן, אי וועגן דעם אינעווייניק. דאָך איז מיר קלאָר, אַז אויך די אַנדערע פֿאָרעמס פֿון קונסט זענען כּשר, נישט בלויז די דערלויבטע. ברכהן האָט אָפּגעגליקט אין דעם־אָ טאָג, ווען זי האָט מאָדעלירט פֿאַר די וואַכיקע פֿאָטאָגראַפֿישע לעדלעך. וואָלט זי נישט תּמיד געהאַלטן אין איין פּלאַפּלען וועגן אַסטראָלאַגיע אינעם פּרוּוון אויסרעכענען מײַן מזל און טענהן, אַז די שטערנדלעך זאָלן האָבן זי געראַטעוועט פֿון שיכּרות, וואָלט איך איר אַ מאָל אָפּגעגעבן אַ קאַווע־באַזוך.
איין מאָל אַ וואָך האָבן מיר אַן אָפֿיציעלע זיצונג מיט אונדזער דירעקטאָר, און אַלע צוויי וואָכן האָבן מיר נאָך איין רוטין — אַ שפּעטן קבּלת־פּנים פֿון דרײַ אַזייגער און העט ווײַטער פֿאַר פּליטים, וואָס אַרבעטן צומאָרגנס. דערנאָך בלײַבן מיר: אַלינקע, אוריתּ, איך און שי, דאָס דינסט־מיידעלע, אױפֿן מלוכישן דינסט־יאָר, די וואָלונטירקעס און די איבערזעצערס. בײַם אָנהייב פֿלעגט עס פֿאָרקומען ספּאָנטאַן, איצט איז עס שוין געוואָרן אַ מינהג. מיר בלײַבן אויף אַ וועטשערע, זיצן אין אַ האַלב־קרײַזל און עסן צוזאַמען הייסע לאָקשן, געקויפֿט אויף דער צענטראַלער בוס־סטאַנציע. די לאָקשן זענען אַזוי הייס און טאַקע כינעזיש אויטענטיש, אַז מע קען נישט באַשטעטיקן צי זיי זענען באמת וועגאַן, ווײַל הגם סע שטייט אַזאַ מין „הכשר“, באַפּוצט מיט פֿלאַנצן אויף דער פּאַקונג, זענען אַלע אויפֿשריפֿטן געמאַכט אויף כינעזיש. נו, איכ’ל נישט מודה זײַן, אַז אפֿשר האָב איך אַ מאָל מחלל געווען מײַן וועגאַניזם. טאָמער וואָלט די באָבע חלילה דאָס אויסגעפֿונען, וואָלט זי מיר אַרײַנגעשטופּט אירע אינדיק־קלאָפּסן אין מויל אַרײַן. בשעת דער מלחמה מיט איר דעמענציע , פּרוּווט מײַן באָבע זי צו באַגרענעצן; דערבײַ פֿאַרגעסט זי בּלויז זאַכן, וואָס זי איז קיינמאָל נישט געווען אויסן צו געדענקען. זי זאָגט, אַז איך בין הויט־און־ביין — אויך מיר אַ מעשׂה. איך האָב נישט ליב צו זײַן אָפּהענגיק פֿון מײַן גוף אין נערונג אַלע פּאָר שעה. כ’בין נישט באַגײַסטערט פֿון פֿרעסערײַ, פֿון אַלע אַזעלכע חייִשע זאַכן. פּישן, עסן, שלאָפֿן — דאָס טוען אויך די מאַלפּעס. אויך שרון איז געווען ווי איך אַ דינינקע און אַן איײַנגעבויגענע. זענען מיר געווען אַ פּאָרל.
אין אונדזערע הייסע לאָקשן־וועטשערעס האָבן מיר אַלע הנאה פֿונעם מאָנאָנאַטריום־גלוטאַמאַט און פֿונעם טיילן זיך מיט אונדזערע הצלחות. דעם פֿאַרגאַנגענעם מיטוואָך האָב איך דערציילט, אַז טימניט, וואָס האָט בײַ אונדז פֿאַרענדיקט אַ מאַניקיר־פּעדיקיר־קורס, איז מקבל־פּנים פֿרויען בײַ זיך אין דער היים, און לאַקירט מיט דזשעל די נעגל פֿון דער גאַנצער קהילה. אַדורך דעם, ווי אויך דורך איר אָנערקענונג ווי אַ לעבן־געבליבענע פֿון פּײַניקונג, פֿאַרמאָגט זי ענדלעך גענוג געלט אויף צו שיקן איר שטומלעך קינד צו אַ רעד־טעראַפּעווטין. פֿילמאָן דער איבערזעצער האָט אָפּגעגעבן אַ באַריכט, אַז שאַמען איז מצליח געווען זיך אַרײַנשרײַבן אין אַ מלוכישן לויפֿטורניר, וואָס האָט ביז אַצינד אויסגעשלאָסן פּליטים, אַ מניעות־לויף, און האָט אַפֿילו באַקומען אַ קודם־דערלויבעניש פֿון דער אימיגראַציע־אינסטאַנץ צו פֿאַרמעסטן זיך אין אויסלאַנד מיט אַ ספּעציעלן פּאַספּאָרט. נאָך אַלעמען איז אין זײַן פּאַספּאָרט אָנגעוויזן אַ מין תּחום־המושבֿ: אַרבעטן און וווינען אין תּל־אָבֿיבֿ, ירושלים צי אילתּ טאָר ער נישט, אָבער מיר פֿאַרנעמען זיך אויך מיט דעם.
שי האָט דערציילט, אַז מאַרקוס דער קאַמערונער וועט שוין אין גיכן עקזאַמינירט ווערן צו באַקומען די אָפּטיקער־סמיכה. הלוואַי זאָל ער נאָכאַמאָל קענען אַרבעטן אין דער פּראָפֿעסיע, מיט וועלכער ער איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן אַלטער היים. „גלײַך פֿאָר איך צוריק“, — פֿלעגט ער זאָגן, — „דערפֿאַר דאַרף מע’ נישט פֿאַרבבייגן די פֿינגע’ פֿאַ’ מיר, ספּעציע’ אויב ס’דויערט חדשים. ס’איז געפּטרטע די צײַט“, — חזרט ער איבער. — „גלײַך וועל’ די רעבעלן זיגן, פֿאָר איך אין גיכן אַהיים. טאָ העלפֿ’זשע אַנדערע פּליטים“. צוליב דעם האַלט ער, דער דיפּלאָמירטער אָפּטיקער, נאָך אַלץ אין פּוצן טרעפּ — דרײַ יאָר נאָך זײַן אָנקום אין תּל־אָבֿיבֿ.
אַ שאָד, וואָס שי פֿאַרלאָזט אונדז, זי איז געווען אַ גוטע מלוכה־אַרבעטאָרין. אַ שאָד, וואָס אַלע פֿרויען אַנטלויפֿן, מחמת ס׳רובֿ וואָלונטירן האַלטן נישט לענגער אויס ווי עטלעכע חדשים. איך האָב געמיינט, אַז דווקא שי האָט אַ שאַנס, צוליב אירע שוואַרץ־געוואַלדיקע טאַטויִרונגען, און ווײַל זי האָט פֿון דעסטװעגן אַ לעילא־ולעילאדיקע מאַטורע. כ’האָב אויך בײַ איר זיך דערוווּסט, אַז זי האָט עפּעס ליב האַרבקײט און װערט נישט אָפּגעשטױסן פֿון סטרוקטורן און גערעמען. האָפֿן האָב איך געהאָפֿט, אַז זי וועט אויכעט אַרײַנשפּרינגען אין וואַסער אַרײַן און וועט אַ פּרוּוו טאָן צו שאַפֿן פֿון איר טעטיקייט אינעם אימהדיקן בנין אַ רוטין מיט געוויסע אײַנגענעמע מאָמענטן. כ׳האָב זיך ווידער אַנטוישט. נאָכאַמאָל האָט עמעצער זי צוגעטשעפּעט פֿון הינטן אױפֿן טראָטואַר, האָט זי באַשלאָסן, אַז דאָס איז צו שווער פֿאַר איר. דאָס אַוועקפֿאָרן פּאַסט זיך גוט צו איר צו, ווײַל זי האָט פֿײַנט איר טאַטן, און איצט װעט זי קענען זיך אַריבערקלײַבן אין אַ דינסט־דירה אין ירושלים; געפֿינען דאָרטן אַ לײַטישע שטעלע אַנשטאָט צו דינען אין תּל־אָבֿיבֿ, און שלאָפֿן אין דער היים. אַ שאָד פֿאַר אוריתּן, וואָס זי מוז נאָכאַמאָל אינטערוויוירן קאַנדידאַטקעס פֿאַר אונזדער שטעלע.
אונדזער מלוכה־דינסטקע טראָגט אַחריות פֿאַר אַ פּאָר וויכטיקע אויפֿגאַבעס, למשל, דערהײַנטיקן די סודותדיקע רשימה פֿון די רעסטאָראַנען, וווּ עס אַרבעטן די עריטרעער, און ענטפֿערן אויף די בליצבריװ, װאָס מע שיקט אויפֿן הויפּט־בליצפּאָסט־אַדרעס פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וואָס צעבלאָזט זיך פֿון משונהדיקע בשׂורות. אַזוי האָט דאָס מיידל תּמיד וויציקע מעשׂיות צו דערצײלן. בליצבריוו פֿון ניגערישע בני־מלכים, װאָס מע האָט בײַ זײ אַװעקגעגנבֿעט זײער קרעדיט־קאַרטל, פֿון געהיימע פֿאַשיסטן, וועלכע שטעלן כּלומרשט־תּמימותדיקע פֿראַגעס וועגן דער אויסלענדישער פֿינאַנצירוג וואָס מיר קריגן (צום באַדויערן, קריגן אין גאַנצן נישט), און אויכעט פֿון די משוגעים פֿון אַרבע־כּנפֿות־האָרץ, וואָס זײ בעטן בײַ אונדז אַ מקום־מיקלט. עפּעס אַן אוקראַיִנערין, זיכער מיט סכיזאָפֿרעניע אָדער עפּעס אַזוינס, האָט אונדז איצט געשיקט אַ מעלדונג אויף ענגליש, רוסיש און ייִדיש, אַז מע מוז איר שיקן אַ רעטונג אַ הצלה, ווײַל זי האָט פּלוצעם דערהערט אַ קול, אַז ס׳איז איר באַשערט צו פֿאָרן אין לאַנד פֿון יאַשקע. וואָס וויל זי נעבעך, וואָס פֿאַר אַ סיבה קען מען האָבן אַוועקצולויפֿן פֿון אוקראַיִנע אין יאָר 2019.
די וואָך, צוליב נאָך אַ פּלאַנירטן גירוש פֿון קאָנגאָלעזער, האָט שי ראַפּאָרטירט אין דעם וואָכנטלעכן געשפּרעך, אַז זי האָט באַקומען בקשות אויך פֿון דער טעלעוויזיע: פֿון „על־דזשאַזיראַ‟, „כיזבאַלאַ־טי־וי‟ און „טי־אַר־טי‟, ערדאָגאַנס אינטערנאַציאָנאַלער קאַנאַל. שי איז נאַטירלעך געווען אַ מליץ־יושרטע: ווי אַלע מלוכה־אַרבעטאָרינס, וואָס זענען פּטור געוואָרן פֿון דער אַרמיי, מחמת פּחדנות און האַרץ־קלאַפּעניש און האָבן אָנגעהויבן צו דינען די פּליטים, כּדי צו טוען עפּעס מיט דיסקרימינירטע קהילות, פֿאַרבלײַבנדיק אין תּל־אָבֿיבֿ, גלייבט שי אויכעט אין אַ באָב־פֿריזור און אַ לייבעלע איבערגעדעקטן אידעאַליזם. זי האָט אַ קינדערישן גלויבן אינעם יצר־טובֿ. אויב די־אָ קאַנאַלן האָבן אונדז געשריבן, טענהט זי, זאָרגן זיי זיך טאַקע פֿאַר די פּליטים. איך האַלט אויך, אַז ס’וועט זײַן פֿײַן, אויב מיר וועלן האָבן אינטערוויוען אי אויף ענגליש און אי אַראַביש: די פּליטים וועלן זײַן שטאַרק אַנטציקט. אָבער איך פֿאַרשטיי שוין פֿאַרוואָס איז דאָס פּראָבלעמאַטיש צו אַנטוויקלען אַזעלכע קאַנאַלן. יונתּן דער לאָביסט, וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דער מעדיע־סטראַטעגיע, זאָגט לא־מיט־אַן־אַלף צו אַלע אַנטי־ישׂראלדיקע קאַנאַלן. ס’וועט אונדז בלויז אָנטאָן שאָדן, קלערט ער, אויב מיר וועלן שוואַרצן דאָס פּנים פֿון ישׂראל בציבור. וואָס קענען מיר נעבעך טוען, די אַנדערע קאַנאַלן זענען דאָך קיינמאָל נישט פֿאַראינטערעסירט.
איבערגעזעצט פֿון עבֿריתּ — דער מחבר