— זשורנאַליסט, ליטעראַטור”פֿאָרשער. געבוירן אין פּאָגרעבישטשע, אוקראַיִנע. געלערנט בײַ פּריוואַטע לערערס רוסיש און ייִדיש. אין 1924 געענדיקט אין קיִעוו די העכערע דרײַ־יאָריקע פּעדאַגאָגישע קורסן. איינצײַטיק דעביוטירט אין דער ייִדישער פּרעסע (”דער עמעס“, ”דער שטערן“ און אַנד.) מיט אַרטיקלען וועגן ייִדישער, רוסישער און אייראָפּעיִשער ליטעראַטור. ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה געלעבט און געאַרבעט אין וויניצע, שטודירט די אַלט־ייִדישע ליטעראַטור. נאָך דער מלחמה זיך באַזעצט אין דער שטאָט דניעפּראָפּעטראָווסק. געדרוקט אַרטיקלען וועגן ייִדישער ליטעראַטור אין מאָסקווער זשורנאַל ”סאָוועטיש היימלאַנד“.

דאָס שטעטל פּאָגרעבישטשע
לעבנס־שטײגער
(אַן אויסצוג פֿונעם בוך „דער שטאָף פֿון לעבן‟)
כאָטש די עלטערע ברידער זײַנען שױן געשטאַנען גאַנץ װײַט פֿון רעליגיעזן גלױבן און דער פֿאָטער איז אױך ניט געװען קײן גרױסער מקפּיד אין רעליגיעזע פֿראַגעס, האָט מען דאָך בײַ אונדז אין שטוב אָפּגעהיט די װיכטיקסטע רעליגיעזע מינהגים; װעגן דעם האָט שטאַרק געזאָרגט די פֿרום־פֿאַנאַטישע מוטער. מיט אַלע כּוחות האָט זי זיך באַמיט אונטערצוהאַלטן דאָס זיך לעשנדיקע ליכט פֿון גלױבן און אמונה, פֿון רעליגיעזן שטײגער־לעבן.
שבת האָט מען געמוזט רוען, און, אױב די קינדער האָבן געװאָלט פֿאַרלעצן די שבת־פֿאַרבאָטן (שרײַבן, רײכערן אאַז”װ), האָט מען דאָס געמוזט טאָן בשתּיקה, געהײם, אַז די מוטער זאָל ניט װיסן. יום־טובֿים פֿלעגן אָפּגעהיט און אָפּגעמערקט װערן זײער פֿײַערלעך. חנוכּה איז גלאַט אַ פֿרײלעכער יום־טובֿ. אַפֿילו דער צעטראָגענער פֿאָטער טוט אָן זײַן נײַע קאַפּאָטע, צינדט אָן דאָס חנוכּה־לעמפּל מיט די אַכט ליכט און זינגט דערבײַ דעם באַקאַנטן ניגון „הנרות הללו‟, װאָס לעבט אין געדעכעניש ביז הײַנט. קלענערע קינדער שפּילן אין קװיטלעך זעלבסטגעמאַכט פֿון פּאַפּיר און קאַרטאָן, לױפֿן צו די קרובֿים נאָך חנוכּה־געלט, שפּילן אין דרײדלעך. די עלטערע קינדער האָבן אױך ניט קעגן פֿאַרברענגען פֿרײלעך די װינטער־אָװנטן פֿון חנוכּה.
אױך פּורים איז אַ פֿרײלעכער יום־טובֿ. איך גײ מיטן טאַטן אין שול הערן, װי מע לײענט די מגילה און קלאַפּן אין גראַגער, בעתן דערמאָנען די נעמען פֿון המנען און זײַנע זין. אין דער הײם איז אױך הײמלעך און יום־טובֿדיק. די מאַמע בעט עמעצן פֿון די עלטערע קינדער און מע לײענט איר פֿאָר די מגילה לױטן געװיסן נוסח און טראָפּ, און קלענערע קינדער קלאַפּן אין גראַגער. הײַנט, דערצו נאָך שטײען פֿאָר געשמאַקע פּורים־מאכלים. און מען פֿלעגט שיקן שלח־מנות, שפּײַז־מתּנות צו פֿרײַנד און באַקאַנטע.
פּסח װערט געפֿײַערט לױט די אײַנגעשטעלטע פֿאָרמען און מינהגים, עס װערט אונטער דער מאַמעס אױפֿזיכט שטרענג אָפּגעהיט די רײנקײט פֿון פּסחדיקע מאכלים און געפֿעס. דער טאַטע פּראַװעט דעם סדר לױט דער טראַדיציע און איך קינדװײַז פֿרעג די פֿיר קשיות. אױף פּסח נײט מען פֿאַר די קינדער נײַע קלײדער — דאָס איז גאָר אָנגענעם און דערפֿרײענדיק, װײַל בײַ אונדז אין שטוב איז דער גאַרדעראָב פֿון די קינדער געװען װײַט ניט קײן רײַכער און פֿלעגט זיך ניט אַזױ אָפֿט באַנײַען. ל”ג־בעומר איז, דער עיקר, אַ חדר־יום־טובֿ פֿון שפּאַצירן אַרױס דעם שטעטל, צו דער נאַטור — אױך אַ זעלטענע דערפֿרײענדיקע דערשײַנונג און געשעעניש אין לעבן פֿון ייִדישן קינד. שבֿועות געדענקט זיך מיט דעם אױסגעשפּרײטן גרינס אין שטוב, מיטן קלינגענדיקן „אַקדמות‟, געלערנט אין חדר.
תּשעה־באָבֿ געדענקט זיך, װײַל ייִדן זיצן אין שיל אָן שוכװאַרג, פֿיל פֿון זײ פֿאַסטן און זינגען דערבײַ דעם טרױעריקן ניגון פֿון „איכה ישבֿה בדד העיר‟. אין משך פֿון די נײַן טעג ביז תּישעה־באָבֿ, װען מע טאָר קײן פֿלײשיקס ניט עסן, איז בײַ אונדז אין שטוב, װי אין פֿיל אַנדערע הײַזער, װוּ עס זײַנען פֿאַראַן באַהאַװנטע תּלמודיסטן, געפֿינט מען זיך אַן אױסװעג: אַ סיום, דאָס הייסט, עמעצער פֿון דער פֿאַמיליע, מערסטנס טײל דער פֿאָטער, לײענט פֿאָר פֿאַרן מיטאָג פֿאַר אַלע שטוב־לײַט דאָס לעצטע קאַפּיטל אָדער זײַטל פֿון אַ מסכתּא, און עס קומט אױס, אַז מע האָט פֿאַרענדיקט דאָס לערנען פֿון אַ גאַנצן טראַקטאַט און צוליב דעם קאָן מען זיך דערלױבן צו עסן אַפֿילו אַ פֿלײשיקן מיטאָג. קונציק צוגעטראַכט דורך אַ תּלמודיסט, װײַזט אױס ניט קײן װעגעטאַריאַנער…
ראָש־השנה, יום־כּיפּור זײַנען די עלטערע קינדער געצװוּנגען אַמאָל אַװעקגײן פֿון שטוב, װײַל די מוטער מיט איר פֿרומקײט, געבעט און געװײן װיל אַלעמען צװינגען צו זײַן גאָטספֿאָרכטיק, אָפּהיטן אַלע מינהגים ביזן פֿאַסטן יום־כּיפּור, אָבער, אַז מע װיל שטאַרק עסן, געפֿינט מען זיך שטילערהײט אַן אױסװעג. פֿון 13-12 יאָר פֿלעג איך שױן אױך גײן אױף דעם דאָזיקן װעג פֿון געהײמע זינד, װײַל מיט שמעקן דעם גאַנצן טאָג אַזױנע ספּירט־טראָפּנס אַלײן קען מען דעם הונגער ניט שטילן. דאָס האָט זיך אײַנגעקריצט אין זכּרון דער געהױבענער און טרױעריקער מאָטיװ פֿון „כּל־נידרי‟ און די שטילע אַטמאָספֿער פֿון דעם יום־כּיפּור־אָװנט. סוכּות, שׂימחת־תּורה זײַנען פֿאַרװײַלונגס־יום־טובֿים. דאָס בױען, דאָס זיצן אין סוכּה האָט פֿאַר אַ קינד אַ באַזונדערן חן, דער עקזאָטישער אתרוג מיט זײַן גערוך רופֿט אַרױס נײַגעריקײט. שׂימחת־תּורה טראָגט מען פֿענדלעך, אױף זײער שפּיץ — רױטע עפּל, עלטערע רינגלען מיט ספֿרי־תּורה אין די הענט, קינדער שרײַען: „דערלעבט איבער אַ יאָר‟, — עס איז אַפֿילו אַ מיצװה צו פֿרײען זיך און טאַנצן. שׂימחת־תּורה גײט מען פֿון אײן שיל אין דער צװײטער און מע פֿאַרברענגט פֿרײלעך די צײַט.
געװען איז בײַם פֿאָטער אַ מינהג צו ברענגען אַן אורח אױף שבת אָדער יום־טובֿ. עס איז נאָך אין יענער צײַט, װי אין די װײַטסטע מענדעלע־צײַטן, געװען אָרעמע־לײַט. פֿאַראָרעמטע עלנטע ייִדן, װאָס זײַנען אַרומגעפֿאָרן שטאָט־אײַן שטאָט־אױס קלײַבן נדבֿות אָדער זוכן אַנדערע גליקן. װען אַזאַ מין פּאַרשױן האָט פֿאַרבלאָנדזשעט צו אונדז אין שטעטל און איז געבליבן אױף שבת אָדער יום־טובֿ, האָט ער געװײנלעך געדאַװנט אין דעם גרױסן קלױז פֿון די רײַכע בעלי־בתּים, אָבער צװישן די רײַכע פּני זײַנען דװקא געװען װײניק גאַסטפֿרײַנדלעכע בעלנים צו נעמען צו זיך אַן אורח פֿון דער פֿרעמד; דער שמשׂ פֿון קלױז האָט אָבער געװוּסט, אַז דער פֿאָטער איז שטענדיק גרײט צו פֿאַרבעטן אױף שבת אָדער יום־טובֿ אַן אורח פֿון דער פֿרעמד, װער עס זאָל ניט זײַן, די מוטער איז, דערקעגן, ניט געװען שטאַרק צופֿרידן פֿון די געסט; זי פֿלעגט אָנװײַזן דעם פֿאָטער, אַז עס זײַנען פֿאַראַן פֿיל רײַכערע בעלי־בתּים און קײנער פֿון זײ פֿירט ניט צו זיך אַהײם פֿרעמדע אָרעמע־לײַט, אָבער אין דער פֿראַגע איז דער פֿאָטער געװען אײַנגעשפּאַרט און האָט שטענדיק מיטגעבראַכט מיט זיך, װי נאָר עס איז אַזאַ באַדערפֿעניש געװען, פֿון דער שיל אַן אורח. דאָס פֿלעגט זײַן, מערסטנס טײל, אַן אױסגעהונגערטער, פֿאַרװאָרלאָזטער מענטש. עס געדענקט זיך דער געװײנטלעכער קורצער דיאַלאָג פֿרײַטיק צו נאַכטס בײַם טיש צװישן פֿאָטער מיט די געבראַכטע אורחים:
— װאָס איז אײַער טועכץ? — פֿרעגט דער פֿאָטער
— אַ שטריקלדרײער… אַ פֿלעקלמאַכער… אַ שמאַטעס־קלײַבער, און נאָך אַזױנע הכנסה דװקא אין פּראָפֿיטפֿולע טועכצן װערן אָנגערופֿן מיט אַ טיפֿן זיפֿץ און מיט אַ קרעכץ. דער פֿאָטער האָט װי עס װײַט מעגלעך מקרבֿ געװען דעם אָרעמען מענטשן, אָפּגעטראָטן אים, פֿאַרשטײט זיך, דאָס בעסטע פֿון די מאכלים, נאָכגעשפּירט נאָך דעם, אַז קײנער זאָל אים, חלילה, ניט באַלײדיקן מיט אַ װאָרט, צי מיט אַ װוּנק. דאָס איז געווען דעם פֿאָטערס אַ שײנע און נאָבעלע טראַדיציע, יעדנפֿאַלס, פֿאַר מיר — פֿון אַ גרױסן דערציִערישן באַדײַט, זי האָט דערצױגן מיטלײַד און אָפּשײַ פֿאַר דעם אָרעמען און פֿאַרװאָרלאָזטן מענטש.
דאַרף זיך איין מאָל טרעפֿן, װי מע האָט בײַ אונדז אין דער פֿאַמיליע דערצײלט, אַזאַ טרױעריקער עפּיזאָד מיט אַן אורח:
געקומען איז דער פֿאָטער פֿון קלױז פֿרײַטיק אױף דער נאַכט און מיטגעבראַכט מיט זיך, װי געװײנטלעך, אַן אורח צו דער סעודה. מע זעצט זיך צום טיש, מע מאַכט קידוש, װי געװײנטלעך, אױף בעכערלעך פֿון פּראָסטן ראָזשינקע־װײַן. דער פֿאָטער איז צופֿרידן, װאָס ער װעט אָנשפּײַזן אַן אָרעמאַן, אַן אױסגעהונגערטן מענטשן. די מאַמע איז אױך גראָד אױפֿגעלײגט צום אורח: זי האָט זיך אירע חשבונות מיטן רבונו־של־עולם — די װאָך איז דורכגעגאַנגען בשלום, די קינדער זײַנען אַלע געזונט, איז אַװדאי כּדאַי טאָן אַ מיצװה און הכנסות־אורחים איז דאָך בפֿירוש אַ מיצװה, אַזױ איז אין „צאינה־וראינה‟ שטײט געשריבן…
דער אורח, װײַזט זיך אַרױס, איז אַ פֿײַנער ייִד, פֿון דער ליטע, אַלײן געװען אַמאָל אַ בעל־הבית, „נאָר, — זאָגט ער מיט אַ זיפֿץ, — אַז… ס’איז אַ סטראָף פֿון גאָט, פֿון אײבערסטן…‟ מיט װאָס דער אײבערשטער האָט אים געשטראָפֿט האָט ער ניט באַװיזן צו דערצײלן, װײַל מע האָט אַרײַנגעטראָגן די פֿרישע, געפֿילטע, געפֿעפֿערטע פֿיש, מע האָט געמאַכט אַ מוצא, אַ ברכה אַזױנע, אױף אַ שטיקל חלה מיט זאַלץ און זיך גענומען צו די פֿיש. די פֿיש זײַנען צום האַרצן אױך דעם צוגעקומענעם, פֿון גאָט געשטראָפֿטן אורח. ער טונקט פֿלײַסיק די פֿרישע חלה אין דער געשמאַקער פֿיש־יויך, ער האָט, װײַזט אױס, שױן גאָר פֿאַרגעסן, אַז גאָט האָט אים געשטראָפֿט און ער איז שטאַרק אַרײַנגעטאָן אין געװירצלטע פֿיש מיטן רױטן כרײן. דערנאָך באַלאַנגט מען די הײסע יױך מיט לאָקשן, אױך ניט קײן שלעכטער מאכל, זײער דערקװיקנדיק און באַטעמט; אָבער, װען די מאַמע הײסט דעם דינסטמײדל דערלאַנגען דאָס געקאָכטע פֿלײש און געבן דעם אורח זײַן חלק, זאָגט דער אורח, אַז קײן פֿלײש עסט ער ניט, װײַל, זעט איר „אַ סמאָלע בית־הבליעה‟ (שלינג־גאָגל). דער טאַטע איז אומצופֿרידן:
— היסרו, ס’הײסט אַ שמאָלער בית־הבליעה און װער האָט עס, איך בעט אײַך, אַ ברײטן בית־הבליעה, בײַ אַלע מענטשן איז דער אײגענער בית־הבליעה… עפּעס אַן אײַנרעדעניש און װאָס איז דער חילוק פֿאַרן בית־הבליעה צי פֿיש, צי פֿלײש, צי חלה?…
דער ייִד שװײַגט צו ערשט, בלײַבט אָבער בײַ זײַנס און זאָגט נאָך אַ מאָל שטילערהײט:
— יע, אַזױ איז עס, גאָר, גאָר אַ סמאָלער… און װידער די זעלבע װערטער, מיטן זעלבן קרעכץ: — אַ סטראָף פֿון אײבערסטן…
דער טאַטע היצט זיך, װיל ניט נאָכגעבן, באַשטײט, אַז דער ייִד זאָל עסן פֿלײש; דער אורח, װײַזט אױס, װיל ניט מרגז זײַן און מבֿיש זײַן דעם פֿאָטער. נעמט ער פּאַמעלעך פֿון טעלער אַ שטיקל פֿלײש, לײגט עס פּאַמעלעך אַרײַן אין מױל אַרײַן און װיל אַראָפּשלינגען… און הײבט זיך אָן שטיקן און װאַרגן (עס װײַזט זיך אױס, אַז ס’איז בײַ אים אַזאַ נערװן־קראַנקײט געװען) און הוסטן און שלוכצן. דער פֿאָטער שטעלט זיך אױף אַ בלײכער און קוקט שױן מיט שרעק אױפֿן אורח. ענדלעך, האָט ער דאָס שטיקל פֿלײש טאַקע אַראָפּגעשלונגען, נאָר די סעודה איז שױן װײַטער געגאַנגען אין אַ ביסל אַ געדריקטער שטימונג. דער מערן־צימעס האָט מען שױן װי ס’ניט איז אַראָפּגעשלונגען און דער פֿאָטער האָט אַלץ געקוקט מיט אַ מאָדנער שרעק אױפֿן אורח. אױף מאָרגן האָט מען שױן דעם אורח קאָמפּענסירט מיט פֿיל מאכלים און געריכטן, װאָס זײַנען צוגעפּאַסט צו זײַן „סמאָלן‟ שלונג און די קינדער האָבן שטאַרק נאָכגעשפּירט נאָך אים בײַם עסן: ווי שלינגט עס אַ מענטש, װאָס איז געשטראָפֿט פֿון גאָט מיט אַ שמאָלן בית־הבליעה? זײ זײַנען געװען זיכער און איבערצײַגט, אַז דאָס איז טאַקע די שטראָף פֿון גאָט, וועגן וועלכער דער ייִד האָט אָנגעהױבן און ניט באַװיזן צו דערצײלן. פֿון דעמאָלט אָן איז פֿאַרבליבן אין דער פֿאַמיליע אַ טראַגיקאָמישע געשיכטע אונטערן נאָמען: דער ייִד מיטן שמאָלן בית־הבליעה.
געװען איז אָבער נאָך קאַטעגאָריע פֿון באמת אומגעבעטענע געסט; דאָס זײַנען געװען די אַזױ גערופֿענע „אײניקלעך‟, ייִדן, װאָס שטאַמען פֿון באַרימטע רבנישע אָדער צדיקישע משפּחות און אױף דעם גרונט פֿאָרן זײ אַרום איבער שטעט און שטעטלעך און זאַמלען ניט קײן קלײנע, נאָר גאַנץ גרױסע נדבֿות און מתּנות פֿון די רײַכע ייִדישע משפּחות. אַזױנע „אײניקלעך‟, נאָר גאָר װײַטע קרובֿים אָדער אין גאַנצן ניט קײן קרובֿים, פֿלעגן זיך אַראָפּכאַפּן אױך צו אונדז אין שטוב און זיך „אין גאַנצן‟, װי די מאַמע פֿלעגט מיט רוגזה זאָגן, אױפֿן קאָפּ, אױף אומזיסטיקע קעסט אױף אַ צװײ-דרײַ װאָכן און נאָך אױסבעטן בײַם פֿאָטער אַ געװיסע געלט־שטיצע. דאָס זײַנען געװען ניט קײן סימפּאַטישע מענטשן, מערסטן טײל, פּשוטע פּאַראַזיטן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. לױט זײַן כאַראַקטער האָט דער פֿאָטער ניט געקאָנט זיי אָפּזאָגן און אַרױסטרײַבן פֿון שטוב; דער מאַמעס אָפֿענע „קאַפּולער אָנצוהערענישן‟ האָבן אױף זײ ניט געװירקט.
אײנער אַזאַ מין טיפּ פֿון די „אײניקלעך‟, רבי אַבֿרהמצ’י האָט ער, דוכט זיך, געהײסן, האָט זיך פֿאַרגעדענקט — אַ הױכער, אַ ברײט־פּלײציקער, אַ פֿולבלעכער ייִד מיט אַ שײנער געלער באָרד, הַדְרַת זִקְנָה — מיט אַ װײך חניפֿהדיק קול, מיטן שטענדיקן שמײכל, אין אַ זײַדענער קאַפּאָטע, מיט שטענדיק פֿײַכטע פֿאַרקעמטע פּאות און גלאַנצנדיקע אױגן — פֿלעגט ער זיך פֿון צײַט צו צײַט, אַ פּאָר מאָל אין יאָר, זיך באַװײַזן בײַ אונדז צו דער גרױסער אומצופֿרידנקײט פֿון דער מאַמען: „סקאָצל קומט! דאָס גראָבע ׳אײניקל׳ איז שױן דאָ!…‟ ער פֿלעגט אָפּזיצן אַ װאָך ,דרײַ, עסן, טרינקען, שלאָפֿן, דאַװענען, צונעמען בײַם טאַטן, װיפֿל ער האָט געקאָנט, אַ געלט־געשאַנק און אַװעקפֿאָרן ערגעץ װײַטער, אין אַן אַנדער שטעטל, צו אײנעם אַ װײַטן קרובֿ. געװען איז ער אַן אמתער גאַרגאַנטיואַ און האָט זיך גוט פֿאַנאַנדערגעקליבן אין פֿאַרשײדענע ייִדישע געריכטן און עסנװאַרגן. אים אָנזעטיקן איז געװען ניט פֿון די גרינגע זאַכן.
עס איז מיט אים אַמאָל פֿאָרגעקומען אַזאַ קוריאָז. ער האָט געבעטן דעם פֿאָטער, מע זאָל פֿאַר אים אײַנאָרדענען אַ ספּעציעלע סעודה, אױף װעלכער עס װעלן בײַזײַן די פֿאַנאַטישע רײַכע ייִדן פֿון שטעטל, אָבער ער װעט פּראַװען די סעודה אױפֿן רבנישן אופֿן, כּדי צו שאַפֿן זיך אין שטעטל אַ „קליענטור‟ פֿון אָנהענגער און חסידים, עס האָט געזאָלט הײסן. אָבער רבי אַבֿרהם, דאָס באַרימטע אײניקל פֿונעם באַקאַנטן רבין, איז אױך אַ שטיקל הײליקער און קאָן פּראַװען די סעודה אױפֿן געהײליקטן אופֿן. עס װאָלט אים װירקלעך געװען געשאַפֿן אַ געװיסע צאָל חסידים, װאָס װאָלטן כאָטש דאָס ערשטע מאָל געמאַכט אַ געװיסן בײַטראָג אין זײַן טובֿה װעגן, אָבער אים האָט פֿאַרפֿירט און אומגעבראַכט זײַן פֿאַרשאָלטענער גאַרגאַנטיואַיִשער מאָגן.
די סעודה איז געװען אין פֿולן גאַנג, ר’ אַבֿרהמצ’י זיצט אױבנאָן, גלאָצט מיט די אױגן, מיט אַ פֿרום פּנים, זינגט, זאָגט און קרעכצט. ייִדן האָבן געהאַט גרױס הנאה פֿון זײַנע זמירות — אַ שײנע שטימע איז בײַ אים געװען, — עפּעס צו זאָגן הײליקס, געטלעכס און חסידישס האָט ער אױך געװוּסט. ניט אומזיסט איז ער אַלע יאָרן אַן „אײניקל‟, נאָר אָט, האָט מען אָנגעהױבן דערלאַנגען די פֿרישע געפֿעפֿערטע, פֿײַן־געװירצלטע פֿיש און אַנדערע ספּעציעל צוגעגרײטע מאכלים און די אױגן בײַ ר’ אַבֿרהמצ’ין האָבן אָנגעהױבן גלאַנצן מיט אַ באַזונדערס תּאװהדיקן גלאַנץ. כאָטש ער איז פֿון פֿריִער, פֿון פֿאַר דער סעודה ספּעציעל געװען אָנגעגעסן און אָנגעזעטיקט, האָט זיך דער דאָזיקער הײליקער שטאַם פֿונעם הײליקן רבין מיט אַזאַ אימפּעט אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף די געפֿילטע פֿיש, אַז פֿון זײ איז אין גיכן קײן פּיצל ניט געבליבן אױף שירײם… האָבן שױן די בײַװעזנדיקע חסידים פֿאַרשטאַנען, אַז זײ האָבן דאָ צו טאָן מער מיט אַ זולל־וסובֿא, אײדער מיט אַ הײליקן צדיק. פֿאַרשטענדלעך, אַז קײן אָנהענגער האָט ער שױן צװישן זײ ניט געפֿונען.
אין שטעטל זײַנען פֿון צײַט צו צײַט אַראָפּגעקומען אָנגעפֿאָרענע פֿון װײַטנס מגידים, בעל־דרשנס. דאָס זײַנען אױך געװען, מערסטנס, אָרעמע ייִדן, פֿון דער ליטע, אָדער פֿון אַנדערע װײַטע קאַנטן. עס זײַנען געמאַכט געװאָרן אין די בתּי־מדרשים מודעות, אַז אין אַ געװיסן טאָג, געװײנטלעך, שבת בײַ טאָג, װעט דער געקומענער מגיד דער בעל־דרשן זאָגן אַ דרשה, פֿאַרשטײט זיך, אין שיל. דער אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ. אױס נײַגעריקײט, לאָז איך ניט דורך די געלעגנהײט צו הערן, װאָס װעט עפּעס זאָגן דער געקומענער בעל־דרשן און װי װעלן רעאַגירן די פֿאַרזאַמלטע ייִדן אױף זײַן דרשה. עס געדענקט זיך, אַ פֿול־געפּאַקט קלױז, אױף דער בימה דער מגיד. ער הײבט אָן פֿון אַ תּלמודישער סענטענציע, רעדט מיט אַ זינגעװדיקן רעטשיטאַטיװ, הײבט אָן אַנטקעגנשטעלן פֿאַרשײדענע קאָמענטאַריעס און פּרושים צו דער געבראַכטער סענטענציע, פֿאַרפּלאָנטערט דעם ענין מיט ראַפֿינירטע שפּיציקע סבֿרות; דערנאָך זוכט ער אַ װעג אױסצוגלײַכן די װידערשפּרוכן, שיט מיט נײַע ציטאַטעס און פֿראַגמענטן פֿון תּלמודיסטן, פּסוקים פֿון תּנך, ער רעדט לאַנג, ער שװיצט, דער עולם הערט, מבֿינים באַקלערן מיט די קעפּ אױף „יאָ‟ און אױף „נײן‟.
באַזונדערס האָט זיך פֿאַרגעדענקט די “מבֿינות” פֿון נתּקע דעם סיפּאַק. נתּקע, אַ הױכער ייִד, מיט צװײ לאַנגע פֿיס, מיט אַ לאַנגער קאַפּאָטע, אַ תּבֿואה־הענדלער, ער איז שטענדיק פֿאַרנומען מיט אַרומלױפֿן איבערן שטעטל, ער מישט זיך אין אַלע קהלשע ענינים און געשעפֿטן. ער שפּאַנט גאַנצענע טעג מיט די לאַנגע פֿיס פֿון אײנעם צום צװײטן, דערצײלט אױסגעטראַכטע פּיזמונות און מעשׂיות. אַצינד זיצט ער גראָד אונטערגעשפּאַרט די באָרד און הערט זיך כּלומרשט אײַן אין דער רעדע פֿון בעל־דרשן און מאַכט אַן אָנשטעל, אַז ער איז דער גרױסער װײסער און קענער, דער גרױסער בקי אין תּלמוד, ער שאָקלט פֿיל מאָל מיטן קאָפּ אױף „יאָ‟ און „נײן‟, הײבט אױף פּלוצלינג די אױגן אַרױף, װי מיט פֿאַרװוּנדערונג, לאָזט זײ אַראָפּ מיט ביטול, מאַכט משונהדיקע העװיות, און ייִדן שטײען בײַ דער זײַט, קוקן אױף נתּקע דעם סיפּאַק און טראַכטן זיך מסתּמא: אָט, זעט, אונדזער נתּקע, ער איז דאָך גאָר אַ קענער…
סוף־כּל־סוף פֿאַרענדיקט דער מגיד מיט אַ פּאָר גרױסע זינגעװדיקע טיראָדעס, װאָס לױבן צדקה און יושר און רופֿן צו זײַן לײַטיש, צו האָבן אַן אָפֿן האַרץ, אַרױסװײַזן רחמנות צו אַן אָרעמאַן אאַז”װ.
פֿון די פּילפּולדיקע חקירות און תּלמודישע דרײדלעך האָב איך װינציק געהאַט פֿאַרגעניגן, מיר זײַנען געפֿעלן געװאָרן בײַ די מגידים זײער מוסר, זײער רוף צו מיטלײַד, צו רחמנות, יושר און גערעכטיקײט. אָבער, אױ װײ, איך בין נאָך דאַן יונג געװען און ניט געװוּסט, אַז בעל־דרשנס רוף צו די הערצער פֿון די צוהערער צו האָבן מיטלײַד, האָט געדאַרפֿט עפֿענען זײערע קעשענעס אױף צו באַלױנען דעם מגיד. דאָס באַקאַנטע װערטל, אַז „יעטװידער בעל־דרשן דרשנט פֿון זײַנעט װעגן‟ האָב איך ערשט גוט פֿאַרשטאַנען שפּעטער מיט יאָרן, גראָד װען איך האָב זיך גענױ באַקאַנט מיט דער נײַער װעלט פֿון הױכער צבֿועתדיקער פּאָליטיק און דיפּלאָמאַטיע…