נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 91

דאָס ביסל ייִדישקייט בײַ די „רוסישע‟ ייִדן אין אַמעריקע

צוזאַמען מיטן ייִדישן חודש ניסן קומט פּסח, דער יום־טובֿ לכּבֿוד יציאת־מצרים, וואָס איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון באַפֿרײַען זיך פֿון שקלאַפֿערײַ. אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק איז אונדז נישט איין מאָל אויסגעקומען זיך צו באַפֿרײַען פֿון כּל־מיני שקלאַפֿערײַ. דאָס לעצטע מאָל איז עס געשען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אין די אָנהייב 1990ער יאָרן. דאָס דאָזיקע קאַפּיטל האָט באַקומען דעם נאָמען — יציאת־סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס׳רובֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג האָבן פֿרײַוויליק פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, וואָס האָט נישט איין דור געדינט זיי ווי אַן איינציק פֿאָטערלאַנד, פֿאַר וועלכן מ׳האָט פֿאַרגאָסן גענוג שווייס און בלוט; אָבער פֿאָרט פֿאַרבליבן שטיפֿקינדער, כּפּרה־הינדלעך, אָפּגעשטויסן און דערנידעריקט.

מיט קנאַפּע 32 יאָר צוריק בין איך מיט מײַן משפּחה עולה געווען קיין ישׂראל. אין יענע יאָרן איז דאָס ייִדישע לאַנד געגאַנגען כאָדאָראָם — מ׳האָט דערוואַרט, אַז אין לאַנד וועלן קומען אַרום 2 מיליאָן נײַע אײַנוווינער פֿונעם געקראַכטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; לויט דער סטאַטיסטיק, האָבן במשך פֿון די יאָרן 1970־2006 געקומען קיין מדינת־ישׂראל 1,15 מיליאָן מענטשן, דאָס הייסט 60 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער צאָל עמיגראַנטן.

כּמעט נאָך זיבן יאָר וווינען אין ירושלים, בין איך מיט מײַן פֿרוי און קלענערן זון, אַרויסגעפֿאָרן אויף אַרבעט קיין ניו־יאָרק. שפּעטער מיט עטלעכע יאָר איז אַהער געקומען אויך מײַן עלטערער זון מיט זײַן משפּחה. דאָס לעבן אין ברוקלין בכלל און מײַן אַרבעט אין „פֿאָרווערטס‟ בפֿרט האָט מיר דערמעגלעכט צו קאָכן זיך אינעם שמעלצטאָפּ פֿונעם אימיגראַנטישן לעבן. סײַ צווישן מײַנע פֿרײַנט און סײַ סתּם באַקאַנטע, בדרך־כּלל רוסיש־ריידנדיקע ייִדן, איז ממש אויף מײַנע אויגן פֿאָרגעקומען אַ גוואַלדיקער בײַט; כ׳מיין, זייער ווילן זיך אומקערן צו ייִדישקייט. פּינקטלעכער — צו אײַנגעוואָרצלטע ייִדישע טראַדיציעס, אַזעלכע ווי גיין יום־כּיפּור אין שיל, שטעלן אַ חופּה, פּראַווען אַ בת־און בר־מיצווה, שוין אָפּגערעדט פֿון דורכפֿירן די טרויער־צערעמאָניע אין אַ ייִדישן „Funeral home‟, מיט געוויסע רעליגיעזע פּיטשעווקעס.

נישט ווייניק קינדער פֿון די „רוסישע‟ אימיגראַנטן זײַנע געוואָרן בעלי־־תּשובֿה, ס׳רובֿ חסידים פֿון חב׳׳ד. צווישן אַזעלכע צוגעקומענע צו דער ייִדישער אמונה איז אויך מײַן זון מיט זײַן פֿרוי און פֿינף קינדער קיין עין־הרע. אינטערעסאַנט, אַז אין ישׂראל איז ער געווען אַ פֿאַרברענטער אַפּיקורס, אָפּגעדינט דרײַ יאָר אין צה׳׳ל און בלויז נאָך פֿיר יאָר לעבן אין אַמעריקע געוואָרן אַ בעל־תּשובֿה.

עס טרעפֿן זיך נישט זעלטן ייִדן, וואָס האָבן שוין אָפּגעלעבט אין אַמעריקע אַ דרײַסיק און מער יאָרן, נאָכן אַרויסגיין אויף פּענסיע הייבן זיי אָן אַרײַנקוקן אין דער סינאַגאָגע פֿון זייער געגנט אין די שבתים, דערנאָך אָפֿטער, ווערן אַרײַנגענומען אין אַ חבֿרותא, קוקן אַרײַן אין אַ ספֿר, איבערגעזעצט אויף ענגליש אָדער רוסיש… איך ווייס נישט ווייניק לײַט, וואָס האָבן אין „זייער שיל‟ געפֿײַערט די „צווייטע‟ בר־מיצווה. אין דער עלטער פֿון זייער אמתער בר־מיצווה האָבן זיי וועגן אַזאַ זאַך אַפֿילו נישט געהערט. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן זיי קיין אַנונג נישט געהאַט וועגן אַ ייִדישן מינהג, און זייערע פֿרויען — וואָס מיינט עס, צו בענטשן ליכט אויף שבת. סײַדן עמעצן האָט אָפּגעגליקט און מ׳האָט געהאַט אַן אַלטע באָבע, וואָס האָט פֿרײַטיק צו נאַכטס אָנגעצונדן צוויי ליכט, אויפֿן קאָפּ אָנגעטאָן אַ פֿאַטשיילקע, מיט די הענט געפֿירט איבער די צוויי פֿײַערלעך און די ליפּן האָבן עפּעס געשעפּטשעט אונטער דער נאָז אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך…

זעט אויס, אַז דאָס ווערטל איז גערעכט: די צײַט מאַכט גרוי די פּאה און בײַט די דעה.

און נאָך איין טשיקאַווער מאָמענט: אין די אָנהייב 1990ער, אויסמײַדנדיק אַלע וועגן עולה צו זײַן קיין ישׂראל, האָבן די סאָוועטישע ייִדן, קומענדיק קיין אַמעריקע אָדער אין די אַנדערע לענדער, וווּ זיי האָבן זיך באַזעצט, געוואָרן שיִער נישט פֿאַרברענטע ציוניסטן, אָנהענגערס פֿון מדינת־ישׂראל. די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, געשאַפֿן פֿון די רוסיש־ריידנדיקע אימיגראַנטן אין אַמעריקע זײַנע הייסע פּאַטריאָטן פֿון מדינת־ישׂראל בכלל און בפֿרט פֿון די ישׂראלדיקע רעכטע פּאַרטייען.

מע דאַרף זיך אָבער נישט נאַרן און זיך לייגן פֿייגעלעך אין בוזעם. אַ ממשותדיקער טייל פֿון די געקומענע אימיגראַנטן פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרבלײַבן נאַציאָנאַלע עם־הארצים. זייערע הויפּט־מעדיאַ־קוואַלן בלײַבן די טעלעוויזע־קאַנאַלן און פּרעסע אויף רוסיש, בתוכם די טויזנטער אינפֿאָרמאַציע־פּראָגראַמען אויף יו־טוב. הײַנט, נאָכן באַרבאַרישן אָנפֿאַל פֿון פּוטינס רוסלאַנד, איז אין דער אַמעריקאַנער רוסיש־ריידנדיקער אימיגראַציע געשען אַ שפּאַלט אויף אָנהענגערס פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע. צוליב יושר, דאַרף מען צוגעבן, אַז די „פּוטיניסטן‟ בלײַבן פֿאָרט אַ מינדערהייט…

אין דעם פֿאַל זאָגט דאָס פֿאָלק: וואָס מע מאַכט קאַליע אין דער יוגנט, קען מען אויף דער עלטער נישט פֿאַרריכטן.

אַ זיסן פֿרידלעכן פּסח!

מאַרץ 27, 2025, דירפֿילד ביטש

Leave a comment