לאַפּסוס־קאַקטוס — 91

ייִדישער קרעטשמער און קרעטשמערײַ

„קרעטשמע‟ — פֿון וואַנען נעמט זיך דאָס וואָרט? געוויס פֿון די סלאַווישע שפּראַכן; פּינקטלעכער, קומט עס פֿון אַלטבולגאַריש און מיינען מיינט עס אַן אָרט, וווּ מע פֿאַרקויפֿט ווײַן און ראַקיִע, אַ שטאַרק בולגאַריש געטראַנק.

לכתּחילה האָט די קרעטשמע אויסגעזען ווי אַ פּויערישע כאַטע, געדעקט מיט שטרוי, און איז באַשטאַנען פֿון צוויי טיילן: אינעם קלענערן טייל האָט געוווינט דער קרעטשמער מיט זײַן משפּחה און אינעם גרעסערן — איז געווען דאָס געשעפֿט אַליין. דאָרט האָט מען אויפֿגענומען די געסט, דאָרט האָבן זיי און זייערע פֿערד גענעכטיקט.

אין 15טן יאָרהונדערט האָבן אין די גרעסערע קיניגלעכע שטעט געמעגט האַלטן פּריוואַטע קרעטשמעס דרײַ קאַטעגאָריעס אײַנוווינערס: די שטאָט־באַלעבעסלעך, ייִדן און גלחים נאָכן באַקומען אַ דערלויבעניש אין דער אָרטיקער אופּראַווע. אין די יאָרן, ווען דער גרויסער פֿירשט אַלעקסאַנדער האָט אַרויסגעטריבן די ייִדן פֿון ליטע און פּוילן, האָט ער איבערגעגעבן די האַנדלערײַ מיט בראָנפֿן אין די הענט פֿון די קריסטלעכע אַרענדאַרן, וועלכע האָבן באַקומען אַ ריי לגאָטעס. זיי האָבן געהאַט די אויסשליסלעכע רעכט צו האַנדלען מיט משקה אויף לאַחדים. אָבער ס׳האָט זיי ווייניק געהאָלפֿן, נישט געקוקט דערויף, וואָס קיין ייִדישע קאָנקורענטן האָבן זיי שוין נישט געהאַט, פֿלעגן די גוייִשע קרעטשמערס קוים אויסהאַלטן אַ יאָר־צוויי און זיך פֿאַרמאַכן. שפּעטער, סוף 1480ער יאָרן האָבן די קרעטשמעס פֿון וואָלין, אוקראַיִנע, אָנגעהויבן אַרענדירן די ייִדן פֿון קיִעוו, לוצק און טראָקײַ. בײַ זיי איז דער ביזנעס דווקא געגאַנגען גוט, הגם נישט אָן צרות, מערסטנס צוליב דער גוייִשער קינאה־שׂינאה. האָט דער קרעטשמער געמוזט לאָזן אין גאַנג זײַן ייִדישע אײַנפֿאַלערישקייט.

דער ייִדישער פֿאָלקלאָר האָט עס אָפּגעשפּיגלט אויף אַן אייגענעם אופֿן:

צוויי פּריצים זײַנען אַ מאָל געזעסן אין אַ קרעטשמע און געטרונקען. זײַענדיק גוט בגילופֿין, האָט זיך איינער פֿון זיי געװעט מיטן צװייטן אויף זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן, אַז ער װעט אויסטרינקען דעם גאַנצן ים. װען ער האָט זיך אויסגעניכטערט, האָט ער דערזען, װאָס ער האָט געטאָן. אַ ביטער פּעקל! ניט געפֿינענדיק קיין שום עצה, הייסט ער צו זיך ברענגען דעם קרעטשמער מאָשקע; ער דערציילט אים די גאַנצע מעשׂה און װאָרנט אים, אַז אויב מאָשקע װעט אים ניט געפֿינען קיין עצה, װאַרפֿט ער אים אַרױס פֿון דאָרף. דער קרעטשמער קלערט אַ װײַלע און זאָגט: ׳איך האָב אַן עצה! דו האָסט זיך דאָך אונטערגענומען אויסצוטרינקען נאָר דעם ים אַלײן, אָבער ניט די אַלע װאַסערן, װאָס פֿליסן אין ים אַרײַן. נו, זאָל צו ערשט יענער פּריץ פֿאַרשטאָפּן די לעכער, דורך װעלכע עס פֿליסן אַרײַן די אַלע װאַסערן, און דערנאָך, אַז ער װעט דאָס טאָן, װעסטו אויסטרינקען דעם ים׳‟.

אין יאָר 1800 איז דער סענאַטאָר און גרויסער רוסישער פּאָעט גאַוורילאַ דערזשאַווין געשיקט געוואָרן אין די מערבֿ־גובערניעס מיט אַן אינספּעקציע־שליחות. די סיבה דערצו איז געווען, די מסירה פֿון איינעם אַן ערדבאַזיצער, אַז די אָרטיקע „זשידעס‟־קרעטשמערס מאַכן פֿאַר שיכּורים דעם רוסישן מוזשיק און דורך שיכּרות נאַרן זיי בײַ אים אַרויס דעם לעצטן גראָשן. נאָך זײַן אינספּעקציע האָט דער סענאַטאָר דערזשאַווין געשריבן:

„ס׳איז שווער אָן כּעס און יושרדיק וועמען ניט איז צו באַשולדיקן. די פּויערים לאָזן איבער אין די קרעטשמעס זייער ברויט און דעריבער לײַדן דערנאָך, וואָס דאָס ברויט פֿעלט זיי אויס. די אייגנטימער פֿון די קרעטשמעס קאָנען נישט צווינגען די פּויערים אויפֿהערן צו טרינקען, ווײַל פֿון דעם באַשטייט זייער הכנסה. אויך די זשידעס, די קרעטשמערס רענדאַרן, קאָן מען נישט באַשולדיקן אין פֿולער מאָס, ווײַל צוליב אויסצוהאַלטן זיך און אויסצאָלן די אַרענדע דעם אייגנטימער, מוזן זיי צונעמען דאָס לעצטע בײַם פּויער. מיט איין וואָרט, אַלע צדדים מוזן זיך האַלטן בײַ דער מאָס און אַזוי אַרום קומען צום וווילשטאַנד. אָבער וווּ געפֿינט מען אַזעלכע, וואָס ווילן זיך האַלטן בײַ דעם? יעדער וויל נאָר אָפּרײַסן פֿאַר זיך אַ גרעסער שטיק.‟

אויב זיך פֿאַררופֿן אויף דער סטאַטיסטיק פֿון די צאַרישע טשינאָווניקעס, איז נאָר אין דער גראָדנער גובערניע, אין יאָר 1829, אין 11 קאַזיאָנע שטעטלעך געווען 96 ייִדישע גוראַלניעס, אין די פּריצישע 67 שטעטלעך — 233 גוראַלניעס (פֿון זיי 14 גוראַלניעס האָבן אויסגעהאַלטן די ייִדישע אַרענדאַרן). בסך־הכּל האָבן די 329 גוראַלניעס פּראָדוצירט יערלעך 93,797 עמערס בראָנפֿן.

אין יאָר 1874 זײַנען די רעכט פֿון ייִדישע קרעטשמערס געווען ממשותדיק באַגרענעצט. זיי האָבן געקאָנט האַלטן אַ קרעטשמע נאָר אין די גרענעצן פֿון תּחום־המושבֿ און נאָר אין זייערע אייגענע הײַזער.

אינעם סלאַווישן פֿאָלקלאָר פֿלעג דער קרעטשמער פֿאַרגלײַכט ווערן מיט אַ נישט־גוטן, בפֿרט אין די נעכט. ס׳איז פֿאַרשפּרייט געווען אַ בילבול, אַז די ייִדן רײַסן זיך אַרויסצוקריגן דעם שטריק, אויף וועלכן ס׳האָט זיך אויפֿגעהאָנגען אַ גוי אַ שיכּור. דערנאָך צעשנײַדן זיי דעם שטריק אויף שטיקלעך און וואַרפֿן די שטיקלעך אַרײַן אינעם פֿאַס מיט בראָנפֿן. לסוף פֿאַרקויפֿט בשתּיכּה דער קרעטשמער דעם בראָנפֿן זײַנען גוייִשע קליענטן, כּדי זיי צו פֿאַרנאַרן און צולאָנטשען צום שענק; זאָלן זיי צו אים לויפֿן טרינקען, ווי זיי זײַנען געלאָפֿן קוקן אויף דעם זעלבסטמערדער.

דאָס ווײַסרוסישע ווערטל טענהט, אַז „דעם פּאַן האָט דערהרגעט אַ דונער, האָבן דעם זשיד פֿאַרשלעפּט די שדים‟.

אין דער רוסישער, אוקראַיִנישער, ווײַסרוסישער און פּוילישער ליטעראַטורן איז דער ייִדישער קרעטשמער דער הויפּט־גנבֿ און רויבער פֿון זײַנע גוייִשע שכנים. גענוג צו דערמאָנען דעם קרעטשמער יאַנקעל אין גאָגאָלס „טאַראַס בולבאַ‟; אַן אַנדער מוסטער פֿון אַ ייִדישן קרעטשמער־פּאַראַזיט איז דער פּאַרשוין לייבאַ אין טאַראַס שעווטשענקאָס פּאָעמע „הײַדאַמאַקי‟.

דער קרעטשמער איז אויך בײַ ייִדן געווען נישט גאָר אַ בכּבֿודיקע געשטאַלט. בדרך־כּלל האָט דער קרעטשמער מיט זײַן משפּחה געוווינט אינעם דאָרף אָדער ערגעץ אויפֿן ראָג פֿון שליאַכן, אָפּגעריסן סײַ פֿון דער קהילה און סײַ פֿון ייִדישקייט. אַזוי קומט עס פֿאָר אין דער מעשׂה „מיזרחס‟:

געװען אַ מאָל אַ קרעטשמער, בײַ װעמען עס פֿלעגן אַרײַנפֿאָרן ייִדן סוחרים, דורכפֿאָרנדיק אויף מערק־יאַרידן אָדער פֿון איין שטאָט אין דער צװייטער. זיי פֿלעגן בײַ אים נעכטיקן, עסן און אָפֿט מאָל דאַװנען. אין מיטן דאַװנען בײַ שמונה־עשׂרה פֿלעגן זיי אָנהײבן שרײַען: „נו, מיזרח! מיזרח!‟ [1]. איין מאָל רופֿט זיך אָן די קרעטשמערקע צום מאַן: ׳דו װײסט, עס װאָלט געװען אַ פּלאַן דו זאָלסט זיך אַרײַנכאַפּן אין שטאָט און קויפֿן עטלעכע מיזרח־בילדער, מע װאָלט געשמאַק געלייזט פֿאַר זיי פֿון די סוחרים, אַז זיי רײַסן אַזױ אײַן די וועלט: נו, מיזרח! מיזרח!׳ דעם קרעטשמער איז עס בפֿירוש געפֿעלן געװאָרן, און ער האָט געבראַכט אַ היפּשן פּעקל מיזרח־בילדער, זיי אױפֿגעהאָנגען אױף דער װאַנט און װאַרט מע זאָל זיך אויף זיי נאָכפֿרעגן. עס איז אָבער אַװעק אַ גאַנצע װאָך, די סוחרים דאַװענען ווי פֿריִער, אָבער קיינער פֿאָדערט קיין מיזרח נישט. װערט דער קרעטשמער אין כּעס, נעמט אַראָפּ די מיזרחס פֿון װאַנט און פֿאַרברענט זיי. װי ער האָט זיי פֿאַרברענט, האָט מען װידער אָנגעהױבן שרײַען: ׳נו, מיזרח! מיזרח!׳ שרײַט דער קרעטשמער אויס אַ צעקאָכטער: ׳אַ קרענק װעל איך אײַך געבן, ניט קיין מיזרחס! בעת עס איז געװען, האָט איר קיינער ניט געפֿרעגט, איצטער, אַז עס איז ניטאָ, איז אַ בהלה אױף אײַך!׳‟

אין דער ליטעראַטור איז דער קרעטשמער געשילדערט געוואָרן נישט מיט די שענסטע פֿאַרבן. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען שלום־עליכמס קרעטשמער פֿון דער דערציילונג „דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער‟. גראָד דער קרעטשמער, דער בייזער ייִד, האָט אָפּגעטאָן דאָס מיאוסע שפּיצל — פֿאַרביטן די ציג אויף אַ צאַפּ און פֿאַרקערט; דערפֿירט נעבעך דעם זלאָדײעװקער שנײַדער ביז אַ משוגעת.

די קרעטשמע איז אַרײַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אַ פּראָטעסט־געשטאַלט צו הפֿקרות, דורך יצחק־לייבושס אויסגעשריי:

מײן נישט, די װעלט איז אַ קרעטשמע — באַשאַפֿן
צו מאַכן אַ װעג מיט פֿױסטן און נעגל
צום שענקפֿאַס, און פֿרעסן און זױפֿן, װען אַנדערע
קוקן פֿון װײַטן מיט גלעזערנע אױגן
פֿאַרחלשט, און שלינגען דעם שפּײַעכץ און ציִען
צוזאַמען דעם מאָגן, װאָס װאַרפֿט זיך אין קראַמפֿן! —
אָ, מײן נישט, די װעלט איז אַ קרעטשמע
!

גאָר אַן אַנדער בילד מאָלט די קרעטשמע דער ייִדישער ראָמאַנטישער פּאָעט פֿון אוקראַיִנע אָשר שוואַרצמאַן. אין זײַנע אויגן איז די קרעטשמע אַן אַלטע חרובֿע ירושה פֿונעם אונטערגייענדיקן ייִדישן נעכטן.

די קרעטשמע

אַרױס פֿונעם דאָרף, אויפֿן װעג בײַ די פֿעלדער
אַן אַלטע אַמאָליקע קרעטשמע נאָך שטײט
און קלערט, װי, להבֿדיל, אַ מענטש אויף דער עלטער,
װאָס האָט אין דער יוגנט מיט װעלטן געדרײט.

— נו, יאָגט אַרום, װינטן, נו, טריקנט, איר פֿעלדער;
נו, כאַפּט נאָך אַ שטרױ פֿון מײַן דאַך און לױפֿט אָפּ,
ס׳װעט קײנמאָל ניט אומקערן זיך שױן מײַן יוגנט, —
איך פֿאָר ניט אַרויף, כ׳פֿאָר פֿון באַרג שױן אַראָפּ.

פֿאַרװאַקסן דער צופֿאָר, די שטאַלן צעװאָרפֿן,
בײַ טאָג און בײַ נאַכט איז ניט אָפֿן די טיר,
ניטאָ שױן דאָס שטענדיקע רעדל בײַם קאַנעץ
מיט װוּנדערלעך־שרעקלעכע מעשׂיות אָן שיעור.

עס גיסן זיך שױן ניט די האַלב־װילדע לידער
מיט בראָנפֿן צונױף אויף דער שיכּורער צונג;
ניט עגבערט דעם מוח, ניט שױדערט די גלידער
דער סוד, װאָס אַנטפּלעקט אַ פֿאַרשיכּורטע לונג.

די קרעטשמע שטײט עלנט בײַם װעג, װי אַ דאָרן,
דער דורכפֿאָרער װערט דאָ אויף װײַלע פֿאַרקלערט,
דערמאָנט זיך, װי לאַנג ס׳איז אַהײם נאָך צו פֿאָרן,
רוקט אײַן זיך אין בורקע און טרײַבן צו די פֿערד.

נאָר װינטן, װאָס הוליען אויף פֿעלדער אויף סרײטע,
דערמאָנען דער קרעטשמע די אַלטינקע זינד.
אַ װינט טוט אַ לאַך און מאַכט תּיכּף אַ פּליטה, —
זי בלײַבט, װי אַן אַלטער, פֿאַרשעמט פֿון אַ קינד…

1909

אינעם הײַנטיקן הו־האַ פֿון ניו־יאָרקער לעבן, אין דעם פֿאַרשיידנקלאַנגיקן כאָר פֿון מענטשלעכע קולות און שפּראַכן רײַסט זיך פּלוצעם אַרויס דאָס דינע שטימעלע פֿון אַ חסיד, וואָס טראָגט זיך פֿון ערגעץ אַ חסידישער היים אין ברוקלינער געגנט קראָון האַיטס אָדער וויליאַמסבורג:

„ביזן קרעטשמע דאַרף מען אויך אַ טרינק,
ווײַל דער גרויסער גלות איז דאָך גאָרנישט גרינג,
אוי, רבונו־של־עולם, של־עולם…‟


[1] אַ בילד אָדער באַפּוצונג, וואָס מע הענגט אויף אין אַ ייִדישער שטוב אויף דער מיזרח־וואַנט, צו באַצייכענען די ריכטונג צו ירושלים

לחיים!
לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a comment