דזשײק שנײַדער
אין 2025
פֿאַר גולי דולבֿ־השילונין
קען מען שיקן אַ באָמבע
אָבער נישט קײן טעלעגראַם
קען מײַן טעלעפֿאָן
שרײַבן אַ לײַטיש ליד
אָבער נישט אָנקלינגען
דער ליבער מאַמען
נישט סוזעזען
נישט באָבע סאַלין
נישט באָבע קונען
און נישט מומע קלאָרען
עליהן השלום…
אָבער נו, סירי, דו קענסט מיר װײַזן
אַ טײַלענדיש היפּאָפּאָטאַמעלע
װאָס שמײכלט ברײט אָן צײנדעלעך
אָדער אַ פֿור־שטשור אַ שיכּורן װי לוֹט
װאָס שאָפֿירט אַ פּיצל לאַסטאױטאָ
דו קענסט מיר װײַזן טענצערינס
װאָס טאַנצן װי פֿילפֿאַרביקע פֿײגל
סירי, ביסט דאָך אַ קלוגער קאָפּ
סירי, איך האָב אַ בעסערן פֿאָרלײג
לאָמיך שרײַבן די לידער
איך בין דער פּאָעט —
דו ביסט אַ טעלעפֿאָן
גװאַלד, איך װיל זײ אָנקלינגען
יאַנואַר 2025
שטומער שטורעם 2: לבֿנה־טורעם
(אַ קאָמיש־טראַגישער המשך)
פֿאַר איציק גאָטעסמאַנען
װאָס האָב איך בעסער ליב: איבערגעפֿאָרן צו װערן
פֿון אַן אױטאָ אָן אַ שאָפֿער, צי פֿון אַן אױטאָ מיט
אַ שאָפֿער אַ מערדער? די לײדיקע װײַסע אױטאָס
פֿאָרן אַרום מיט זײערע דרײדל־קעפּ און קוקן
אױף אונדז מיט טױזנט אױגן. די יונגע יאָרן
יאָגן זיך אױף 35־מילימעטער־סטעזשקעס.
לאַנגע פּאָליצעס מיט שלאַנגענהױט־שטיװלען.
נעאָן־דענקמאָלן צו געדענקען דעם דעמאָלט
לעבן װאָלקן־קראַצערס װאָס קראַצן די גאַסן.
די אַפּ צו באַשטעלן אַן אױטאָ בלי־שאָפֿער טאָר
איך נישט אַראָפּלאָדן פֿון מײַן פֿרעמדער קראָם.
מילא. דער חבֿר פֿון אַ חבֿר איז צוריקגעפֿלױגן
פֿון זײַן חתן־הוליאַנקע װי אַ לעבן געבליבענער.
דער הױפּט־עקזעקוטיװ פֿון געזונט איז אַ טױטער,
בשעת דער אַטנטאַטאָר איז שױן אַ נאַציאָנאַלער
העלד: לויִדזשי הצדיק מיטן באַרימטן שמײכל
און דער באַגערטער צוזאַמענברעם. שױן באַלד
װעלן מיר פֿאַרגעסן אין אים, אין זײַן תּמימותדיק־
מוטיקן װײטיק. אין זײַן זיכערקײט־בילד. דער חבֿר
פֿון אַ חבֿר איז אַ דיגיטאַלער נע־ונדניק און אַרבעט
אין דער נײַער הײם. עס קומט אַ שנײ! עס קומט
אַ שנײ! די אָפּגעשוירענע האָר טוען טאַקע װײ!
אַלע טעקסאַנער לאָזן קאַפּען די נאַפֿט־קראַנען.
זײ װיקלען אײַן די קאַלטע קוסטן מיט קאָלדרעס.
זאָלן די פּלאַסטישע רערן נישט פֿרירן און פּלאַצן.
גאָטעניו, זאָלן מיר אַלע נישט פֿרירן און פּלאַצן
במשך פֿונעם המשך. חלילה. דער הױפּט־עקזעקוטיװ
פֿון אױטאָס און ראַקעטן גיט אָפּ דעם אַלטן סאַלוט.
דער פֿעטער — נישט קײן הײסע־װאַנע־זשאַבע —
האָט אַן אָנגעלאָדענע ביקס בײַ זיך אין בעטטישל.
אַ 35־מילימעטער־רעװאָלװער. װוּ איז דער נײַער
פֿרײַער דור? זײַן קלוג טירגלעקל קוקט אַרױס
מיט טױזנט אױגן. אָט פֿליט אַ פֿױגל. אין דרױסן
פֿונעם שאָפֿער־ליצענץ־אַמט שטײען מיר אַלע
און װאַרטן אין צװײ לאַנגע רײען אױפֿן לעצטן שנײ.
אַן ערשט אַרײַנגעקומענער, ברענג איך מײַנע ראַיות.
— איר זענט איצט אַ טעקסאַנער! ברוך־הבאָ! מזל־טובֿ!
אָסטין, יאַנואַר 2025