
אונדזער ווירקלעכקייט און דער באַניאַן־בוים
דער חודש פֿעברואַר, כאָטש אַ פֿאַרקירצטער, איז אָנגעזעטיקט געווען מיט גאָר נישט קיין גרינגע בשׂורות. פֿון וואָך צו וואָך האָט מען מיט אַ צאַפּל אין האַרץ געוואַרט צו זען די ערבֿניצעס און ערבֿניקעס, נעבעך פֿאַרפּײַניקט און פֿאַרמוטשעט בײַ די רוצחים אין שכנותדיקן „כאַמאַסטאַן‟. דער אמתער קלאַפּ איז אָבער אויסגעפֿאַלן אויף דער לעצטער וואָך — שירי מיט אירע צוויי גאָלדענע אוצרלעך, כּפֿיר און אַריאל, און די פֿיר מענער קרבנות ל״ז.
אויך דאָ אין אַמעריקע טוען זיך אָפּ שיינע זאַכן — דאָס לאַנד שפּאַלט זיך און מיט יעדן טאָג ווערט דער שפּאַלט אין דער געזעלשאַפֿט אַלץ ברייטער, באַזונדערס די לעצטע צוויי וואָכן. איך געדענק אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז פֿאַרשפּרייט געווען דער זאָג, אַרויסגעלאָזט פֿון די העכסטע קרעמל־פֿענצטער: „צו לעבן איז געוואָרן בעסער, צו לעבן איז געוואָרן פֿריילעכער!‟ איין קלייניקייט — דאָס לאַכן איז אָנגעקומען מיט יאַשטשערקעס!
און נאָך איין דערפֿאַרונג, אַרויסגעטראָגן פֿון יענער ווײַטער ווירקלעכקייט: וואָס גרעסער ס׳איז געוואַקסן דער באַרג פֿון סאָוועטישער אַבסורדישקײט, אַלץ מער און גיכער זײַנען זיך צעפֿלויגן איבערן לאַנד אַנעקדאָטן, וויצן, פּאַראָדיעס וועגן און אויף די קרעמלינער גדולים. זיי פֿלעגן זיך איבערגעבן פֿון מויל צו מויל, ווי עס פּאַסט אַן עכטער פֿאָלקס־שאַפֿונג; און קיין שום צענזור און סכּנה באַשטראָפֿט צו ווערן, האָט דעם מינדלעכן פֿאָלקס־שטראָם פֿון אויסלאַכן און אָפּחוזקן נישט געקאָנט אָפּשטעלן.
אין פֿאַרגאַנגענעם חודש האָבן די קאָמפּיוטערס און מאָבילקעס קוים אויסגעהאַלטן דעם צונאַמי פֿון אַנעקדאָטן, קאַריקאַטורן, קאָלאַזשן, וואָס לאַכן אויס די גדולים פֿון וואַשינגטאָן און ירושלים. הײַנט אויסצולאַכן טראַמפּס אַמביציעזן פּלאַן צו זען זײַן אייגענע פּערזאָן ביחד מיט נתּניהו אויף דער עזה־פּלאַזשע, איז געוואָרן אַ פֿאַרשפּרייטע חכמה. נאָך מער געלעכטער רופֿן אַרויס די „שאָוס‟, אויפֿגעפֿירט פֿון די נישט־דערשמעטערטע ביזן סוף אוממענטשן אין שוואַרצע מאַסקעס, מיט קאַלאַשניק־ביקסן אין די הענט. יאָ, אַ געלעכטער מיט יאַשטשערקעס!
נישט ווייניק געלעכטער האָבן אַרויסגערופֿן אין דער וועלט די פֿאַרביטענע יוצרות, ווען נאָך דרײַ יאָר בלוטיקער מלחמה צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע, האָט זיך אומדערוואַרט אַנטדעקט דער גרויסער סוד, דהײַנו: לאָזט זיך אויס, אַז בפֿירוש אוקראַיִנע איז אָנגעפֿאַלן אויף זיך אַליין, און רוסלאַנד, אין שפּיץ מיט פּוטינען, זײַנען נעבעך צופֿעליק אין דער מלחמה אַרײַנגעפֿאַלן!
די לינקע האָבן טאַקע פֿון וואָס צו פּלאַצן פֿאַר געלעכטער.
דעם חודש האָב איך זיך באַמיט וואָס ווייניקער אַרײַנקוקן אין די נײַעס־וועבזײַטלעך (טעלעוויזיע קוק איך שוין נישט אַ גוטע עטלעכע יאָר!), האָב איך אָפּגעזוכט אויפֿן שטח פֿון דעם דערפֿל אין פֿלאָרידע, וווּ איך וווין איצט, אַ ריזיקן בוים מיטן נאָמען באַניאַן־בוים. ער איז אַהער אַרײַנגעבראַכט געוואָרן פֿון אינדיע אָדער באַנגלאַדעש, און דאָ געלאָזט טיפֿע וואָרצלען. אַגבֿ, די וואָרצלען זײַנע הייבן זיך אָן פֿון די צווײַגן, דהײַנו: די צווײַגן לאָזן אַראָפּ אויף דער ערד אַזעלכע לאַנגע „שטריק‟; דערגרייכנדיק די ערד, אַנקערן זיי זיך אינעם באָדן אַרײַן, לאָזן אַרויס נײַע שטאַמען, וואָס פֿלעכטן זיך מיט אַנדערע אַזעלכע שטאַמען צונויף.
די הייסע זון־שטראַלן זײַנען נישט מסוגל זיך דורכשלאָגן דורך דער געדיכטער נעץ בלעטער און פֿאַרבלײַבן אין דעם געדיכטעניש ביז דער טאָג גייט אויס. אפֿשר דערפֿאַר געפֿינט דאָרט, אין די קרוינען פֿון באַניאַן־בלעטער זײַן רו דער אינדויִסטישער גאָט קרישנאַ. עס ווערט דערציילט אין אַ „וועדע‟, אַז אונדזער מאַטעריעלע וועלט איז ענלעך צו אַ באַניאַן־בוים, וואָס זײַנע וואָרצלען ציִען זיך אַרויף צום הימל, און די צווײַגן — אַראָפּ צו דער ערד. ווען עמעצער שטיין אויפֿן ברעג פֿון אַן אָזערע, קאָן ער זען, אַז די ביימער אַרום אים שפּיגלען זיך אָפּ אינעם וואַסער איבערגעקערט, מיט די צווײַגן אַראָפּ און מיט די וואָרצלען אַרויף. פּונקט אַזוי איז די מאַטעריעלע וועלט אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דער גײַסטיקער וועלט. די מאַטעריעלע וועלט איז נישט מער ווי אַ שאָטן פֿון דער ווירקלעכקייט.
דער שאָטן אַליין איז נישט קיין ווירקלעכקייט, נאָר דווקא פֿונעם שאָטן זעט זיך און ווערט בעסער די ווירקלעכקייט באַטראַכט.
מעגלעך, כּל־זמן ס׳איז נאָך נישט געוואָרן שפּעט, וואָלט געווען כּדאַי, אַז אונדזערע גדולים פֿון ירושלים און וואַשינגטאָן, זאָלן זיך צונויפֿנעמען אונטערן שאָטן פֿון אַ באַניאַן־בוים און זיך גוט אַרומקוקן. איך בין זיכער, אַז אין טראַמפּס פֿלאָרידער רעזידענץ מאַר־אַ־לאַגאָ קאָן מען געפֿינען אַזאַ באַניאַן־בוים.
פֿעברואַר 27, 2025, דירפֿילד ביטש