מיכאל לײַנוואַנד
כ׳וואָלט געשריבן
כ׳וואָלט געשריבן וועגן קינדער,
וועגן דער נאַטור,
פֿון דער זון וואָס שײַנט אַלץ לינדער,
לאָזט פֿון טרייסט אַ שפּור.
כ׳וואָלט געשריבן וועגן ליבע,
וועגן דעם קאַיאָר,
פֿון שבתים אין די שטיבער,
פֿון אַ יונגן פּאָר,
וואָס מיט שבֿע־ברכות בענטשט מען,
פֿון דער רויטער רויז,
נאָר די וועלט איז דאָך אַ קרעטשמע,
משוגעים הויז,
מיט מלחמות און געוועטן
וווּ מען רײַסט און מאָנט,
וווּ עס פֿאַלן די ראַקעטן,
נ׳זעלנער אויפֿן פֿראָנט,
רעזאָלוציעס מ׳טוט צעטיילן,
שקרים מען פֿאַרפֿאַסט,
מ׳האָט רחמנות אויף נבֿלות,
דעם גערעכטן מ׳האַסט.
כ׳וואָלט געשריבן וועגן קינדער…
כ׳וואָלט געשריבן וועגן ליבע…
שרײַבן כ׳וואָלט געווען אַ בעלן
וועגן יונגע חתן־כּלה…
כ׳וואָלט געשריבן וועגן…
כ׳וואָלט געשריבן…
כ׳וואָלט…
22.12.23
קיין עין־הרע זאָל ניט שאַטן
אינעם ייִחוס אויסגעווייקט
אין דעם ווײַנגאָרטן בײַם טאַטן
כ׳האָב אַנומלט זיך צעלייגט.
אויסגעליידיקט און אַנטוואָפֿנט
ווייס איך ניט וווּ אויס וווּ אײַן,
אויגן צו, די ליפּן אָפֿן,
ס׳פֿליסט אין מויל דער זיסער ווײַן.
כ׳האָב געטרוימט פֿון אַ פּרינצעסין.
הערט אַן אײַנפֿאַל! ליבער ג־ט!
אויף אַ ווײַלע זיך פֿאַרגעסן
און געוואָרן שיכּור־לוט.
בראָנפֿן־, ווײַן־ צי ליקער־לעקער,
כּפּני זויפֿער פּני הדור.
ס׳איז די גאַנצע וועלט אַ שקר,
בלויז אַ שיכּור זעט די וואָר.
26.10.24
כ׳שפּרײַז אין אַשקלון
כ׳שפּרײַז אין אַשקלון, מײַן שטעטל,
וווּ אַ הערינג איז אַ פֿיש,
כ׳טו די געסעלעך אַ בלעטער
און די הײַזעלעך אַ מיש.
און דעם עבֿר לעב איך איבער
פֿון דער שיינער אַשקלון —
דאָ האָט שמשו׳לע־הגיבור
די עזתּן אָפּגעטאָן.
דאָ און דאָרט, וווּ כ׳בין אַ גייער,
מ׳הערט די ייִדישלעכע שטים —
לעבן גאַס פֿון רבי מאיר —
הסופֿרים היהודים.
די פֿאַרפּײַניקטע געדענקט מען,
יעדער נאָמען גייט אונדז אָן,
און מיכאלסעס אַ דענקמאָל
שטייט אין מיטן אַשקלון.
ייִדיש זינגט מען, מ׳רעדט… ניט זייער,
נאָר סע לעבט די שפּראַך אין תּוך.
ס׳שלעפּט זיך נאָך דער שפּראַך אַ שלייער
און מע שלעפּט זיך נאָך אים נאָך.
17.11.24
אין אַלטן גריכנלאַנד
אין אַלטן גריכנלאַנד
מיט זיך אַליין בײַנאַנד
אין סאַמע מיטן גאַס
אין אַ געראַמער פֿאַס
(ווער ווייסט צי דאָס געווען איז)
געלעבט האָט דיאָגענעס.
קיין קיך און קיין אָפּטריט,
קיין בוידעם אין דער מיט,
קיין פֿייסבוק און קיין גוגל —
נו, מיט איין וואָרט, משוגע.
אַן אורח צי אַ גאַסט
ווי חזיר ט׳ער געהאַסט.
באַרימט מיט זײַן אַמביציע
ז׳געווען אין אָפּאָזיציע.
געמאַכט די וועלט צו דרעק.
אָן ״זײַ געזונט״ אַוועק.
און דאָך שוין לאַנגע יאָרן
ער שטעקט אין דעם זכּרון
פֿון מענטשהייט כּשר גלאַט,
וואָס ער ט׳זי פֿײַנט געהאַט.
וואָס איז געווען מצער
מ׳איז מיט דער צײַט מטהר.
מען רופֿט אים אָן צום סוף
״דער גרויסער פֿילאָסאָף״.
5.01.24
אָך,
ס׳גייט שוין צו נעילה די וואָך.
אַך,
מ׳האָט נאָך עסקים אַ סך.
עך,
מ׳אײַלט זיך, מע מאַכט שבת־שטעך.
אוך,
ס׳אַרט ניט אַז ס׳דריקט יענעמס שוך.
אוי,
מאַכט מען אַ מינע לנוי.
היי,
ס׳טוט זיך דאָס רעדל אַ דריי.
אײַ,
לעבן איז שווער, נאָר כּדאי.
וויי,
מילא ס׳וועט אַלץ זײַן אָקיי.
13.12.23
דײַן דורכזיכטיקע קלאָרע קול,
וואָס גליט, וואָס וואַרעמט די נשמה,
באַפֿרײַט מײַן וועזן פֿונעם עול
און בעט בײַ מיר ניט קיין הסכּמה.
דײַן צאַרטע וויגליד וועקט אין מיר
אַ שטאַרקן דאָרשט צום נײַעם לעבן.
ס׳קומט מיטן ניגון אין באַריר
דײַן שטים, וואָס טוט די האָפֿ׳נונג וועבן.
אַזוי אַוודאי מוז עס זײַן, —
בײַ ייִדן ז׳אַלץ פֿאַרקערט, דהײַנו —
אַ ייִדיש וויגליד וויגט ניט אײַן,
„ניט שלאָף, מײַן קינד, ניט שלאָף!‟ — עס טענהט.
4.09.24