עלי שאַרפֿשטיין
קאַפּיטל 12
וויפֿל קאָסט אַ פֿלאַש וואָדקע?
פֿאָרוואָרט
וואָדקאַ צי וואָדקע? אין דער היים האָבן מיר עס גערופֿן פֿאַרייִדישט, מיט אַ עין: „וואָדקע‟. אָבער דאָ, צווישן מײַנע ראָטע־חבֿרים אין דער שטאָט גוואַרדייסק, וווּ אין בין כּמעט דער איינציקער ייִד אין דעם גאַנצן געגנט, רופֿן מיר די „ווײַסע משקה‟ מיטן פּראָסטן רוסישן נאָמען „וואָדקאַ‟. און טאָמער געפֿינט איר, אַז איך רוף אָן דעם „ביטערן טראָפּן‟ נאָר מיט אַ צונעמען, איז עס בלויז צו באַפֿאַרבן אַ ביסל דאָס בלאַס פֿאַרבלאָז געטראַנק.
אַן אַלטער רוסישער וויץ דערציילט, אַז איינער אַ שטאָט־בירגער האָט אַמאָל געפֿרעגט דעם גאַסט, וואָס איז געקומען פֿון די וועלדער אין סיביר:
— זאָג מיר, וויפֿל קאָסט בײַ אײַך, אומגעפֿער אַוודאי, אַ בערן־פּעלץ?
— אַ בערן־פּעלץ? — האָט זיך געוווּנדערט דער גאַסט פֿון די ווײַטע קאַנטן, — עס ווענט זיך ווער עס כאַפּט וועמען. אויב דו כאַפּסט דעם בער, קאָסט עס גאַנץ ביליק, מ’קען אַפֿילו זאָגן בחינם. נאָר אויב דער בער כאַפּט דיר… נו, דו פֿאַרשטייסט שוין וואָס איך מיין? — דער גאַסט איז זיך צעגאַנגען אין אַ געלעכטער, פּונקט ווי מ’האָט אים געקיצלט.
איך זע, ווי איר האַלט שוין בײַם פֿרעגן, וואָס האָט צו טאָן אַ בערן־פּעלץ מיט דער רוסישער „פֿײַער־וואַסער‟? דער בער איז אַוודאי נישט שײך, נאָר די לאָגיק איז די זעלבע. איך מיין עס, ווען ס’רעדט זיך וועגן דער רויטער אַרמיי. וואָס פֿאַראַ לאָגיק? ווי הייסט דאָס קאַפּיטל? וויפֿל קאָסט אַ פֿלאַש וואָדקאַ? און אָט איז דער ענטפֿער. אויב דער שליח, וואָס מ’האָט אים געשיקט ברענגען די פֿלאַש מיט וואָדקאַ, קאָניאַק, סאַמאָג́אָן אָדער אַפֿילו „טינט‟ (דער ביליקסטער פּשוטער ווײַן), און קיין פֿרעמד אויג האָט עס נישט געזען און קיינער האָט אים נישט געכאַפּט, קאָסט עס טאַקע נישט אַזוי טײַער, אַ דרײַערל מיט עפּעס. נאָר אויב דו האָסט נישט קיין מזל און עמעצער האָט דיך געזען, ווי דו שפּרינגסט אַרויס איבערן פּאַרקאַן פֿון מיליטער־לאַגער, אָדער אַ מיליטער־פּאַטרול האָט דיך געכאַפּט אינמיטן דער עבֿירה, אין קראָם הייסט עס, בײַם קויפֿן אַ פּאָר פֿלעשעלעך בראָנפֿן, דאַן איז שוין ביטער. דאָ קענסטו שוין באַצאָלן מיט דײַן פֿרײַהײט. פֿאַר אָט אַזאַ „געפֿערלעכער עבירה‟ זעצט מען אַרײַן אין תּפֿיסה, און אַפֿילו אויף צען-צוועלף טעג, לכל־הפּחות.
אַגבֿ, אין ראַטן־פֿאַרבאַנד זענען געווען נישט ווינציק ליבהאָבערס פֿון אויסטרינקען אַ גלעזל, וואָס אַפֿילו די פּאָר רובלס, וואָס ס׳האָט געקאָסט, איז געווען אַ גרויסע הוצאה. איך דערמאָן זיך פֿון אַן עפּיזאָד, וואָס כ’בין געווען אַן עדות מיט עטלעכע צענדליק יאָרן צוריק, ווען איך בין נאָך געווען אַ תּלמיד אין פֿאָלקס־שול. איין העלן טאָג, פֿאַרבײַגייענדיק אַ ווײַן־געשעפֿט אויף דער פּילימאַ־גאַס, האָב איך פּלוצעם באַמערקט, אַז אַנטקעגן דער אַרײַנגאַנג־טיר, אויף דער לאַווע, ליגט אַ „פֿאַרבלאָנדזשעטער‟ פּאַפּירענער רובל, און אויף אים גלאַנצן מיט קופּער־ליכט עטלעכע מטבעות — נײַנצן קאָפּיקעס. וואָס באַטײַט עס, „אַ רובל מיט נײַנצן‟, האָב איך אַוודאי נישט געוווּסט. נאָר קיינער טשעפּעט נישט דאָס געלט, און ס’געווען אַ רושם, אַז אַלע פֿוסגייערס ווייסן, וואָס מע מיינט דאָ.
נישט ווײַט פֿון דעם אַרײַנגאַנג, אָנגעשפּאַרט אָן אַ וואַנט, איז געשטאַנען אַ מאַנסביל אין אַ שוואַרצן צעקנייטשטן מאַנטל און מיט אַ פּאָר „אויסגעשלאָסענע‟ אויגן. אויסגעזען האָט ער נישט אַזוי ניכטער, נאָר נישט אינגאַנצן שיכּור. ווען ער האָט באַמערקט, אַז איך באַקוק די „מציאה‟, דאָס געלט, הייסט עס, און טראַכט וואָס צו טאָן מיטן קליינעם „אוצר‟, האָט ער געגעבן צו מיר אַ פֿײַף און געמאַכט אַ סימן, כ׳זאָל גיין מײַן וועג, אַניט וועט ער מיר… דאָ האָט ער אָנגערירט זײַן האַלדז מיט דער אויסגעגלײַכטער דלאָניע, צו באַווײַזן ווי אַזוי ער וועט מיך שחטן. בין איך גלײַך פֿאַרשווינדן פֿון זײַנע אויגן און זיך באַהאַלטן אין אַ פֿינצטערן ווינקל. כ’בין געווען אַזוי נײַגעריק צו פֿאַרשטיין, וואָס דאָ וועט פֿאָרקומען, אַז סתּם אַנטלויפֿן איז נישט געווען אין מײַנע פּלענער. אַזוי האָב איך זיך אויסגעלערנט, ווי אַזוי עס קלײַבן זיך צונויף דרײַ אומבאַקאַנטע פּאַרשוינען צו קויפֿן און אויסטרינקען אַ פֿלאַש משקה. יעדער מאַנסביל לייגט אַוועק זײַן חלק, אַ רובל מיט נײַנצן קאָפּיקעס, און ס’ווערט פֿון דעם אַ דרײַערל מיט זיבן און פֿופֿציק קאָפּיקעס — פּונקט די פּרײַז פֿון אַ פֿלאַש פּשוטער וואָדקע. לאַנג וואַרטן האָב איך נישט באַדאַרפֿט. אין אַ מינוט אַרום זײַנען שוין צוגעגאַנגען נאָך צוויי טרינקערס, אַרײַנגעבראַכט זײער חלק, דער מאַנסביל מיטן שוואַרצן מאַנטל איז אַרײַנגעלאָפֿן אין דעם געוועלב, און שוין אין אַ רגע איז ער אַרויס מיט אַ פֿלאַש אין זײַן בוזעם־קעשענע. די דרײַ זײַנען אָפּגעגאַנגען אָן אַ זײַט, ווײַט פֿון לײַטישע אויגן, און דער „מנהיג‟ האָט אַרויסגענומען דאָס פֿלעשל. שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט פֿון דעם עטיקעט, אַז דער ליטווישער נאָמען פֿון דעם געטראַנק איז Dar po viena. אַזוי האָט זיך גערופֿן די באַרימטע ליטווישע וואָדקאַ. אויף אונדזער לשון הייסט עס, „נאָך איין גלעזל‟. אַ שיינער נאָמען, יאָ? עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ סאָרט משקה. מיט אַ פּאָר זופּן דירעקט פֿונעם פֿלאַש האָבן זיי אויסגעליידיקט פֿונעם פֿלעשל אַלץ ביזן לעצטן טראָפּן. נאָך דעם, האָבן זיי פֿאַרקויפֿן צוריק אין קראָם דאָס פּוסטע פֿלעשל, באַקומען פֿאַר דעם גאַנצע צוועלף קאָפּיקעס, צעטיילט צווישן זיך, און זיך צעגאַנגען, ווי זיי וואָלטן זיך קיין מאָל נישט געטראָפֿן. ס׳זעט אײַך אויס מאָדנע? משוגע? שווער צו גלייבן? זײַט איר גערעכט. ס’איז טאַקע אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין דאָס לעבן פֿון פּראָסטע סאָוועטישע בירגער, אויב דו האָסט דאָרט קיין מאָל נישט געוווינט.
נו, גענוג צו ברײַען. ס’איז שוין צײַט זיך אומקערן צו מײַן זעלנערישער ווירקלעכקײט.
קודם־כּל, אַלקאָהאָל איז שטרענג פֿאַרבאָטן אין דער סאָוועטישער אַרמיי. פֿאַר-באָ-טן! אַפֿילו ביר טאָר מען נישט טרינקען. דאָס איז אָפֿיציעל. נאָר… וואָס געשעט, אויב מ’גלוסט זיך פֿאָרט אַראָפּלאָזן אַ גלעזל? ווי טרעפֿט די קאַץ איבערן וואַסער? אַוווּ געפֿינט מען אַ פֿלעשל מיט דער ברענענדיקער משקה? און אויב מ’האָט שוין יאָ, וואָסער ניט איז סיבה צו מאַכן אַ „וויפּיוואָן‟, אַ שיכּור־מסיבה, הייסט עס?
דערקלער איך אײַך. אַזוי ווי „דער פֿאַרבאָטענער פֿרוכט איז זיסער‟, ווי עס שטייט געשריבן, דאַרף מען נישט האָבן קיין סיבה צו אָנשיכּורן זיך. די איינציקע פּראָבלעם בלײַבט, אַוווּ געפֿינט מען די פֿאַרבאָטענע משקה, ווײַל אין אונדזער מיליטער־קיאָסק פֿאַרקויפֿט מען אַוודאי נישט קיין אַלקאָהאָל. נאָר דאָ אין שטאָט, נישט ווײַט פֿון אונדזער מיליטער־לאַגער, איז פֿאַראַן אַ גאַסטראָנאָם — אַזוי רופֿט זיך אין רוסלאַנד אַן אוניווערסאַלע קראָם, וואָס איז אָפֿן פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט אין אָוונט. גיי אַרײַן און קויף! נאָר… ווי גייט מען אַרײַן און מ’קויפֿט, אויב ס’איז פֿאַרבאָטן אַרויסצוגיין אויסער דעם לאַגער? בײַם פֿאַרשלאָסענעם טויער שטייען דאָך שומרים, וועלכע וועלן עס נישט דערלאָזן, און דיך, פֿאַרן פּרוּוו, וועט מען אײַנזעצן אין דער גאַופּטוואַכטע, אָדער ווי מיר האָבן עס גערופֿן „גובאַ‟.
איז וואָס זשע טוט מען? אָ! וועגן דעם טאַקע גיי איך אײַך אָנשרײַבן די מעשׂה פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג, פֿון מײַן רײַכער געניטשאַפֿט. איר געדענקט אַוודאי, אַז ווי אַלע, בין איך אויך געווען אַמאָל אַ יונגער סאָלדאַטיקל, אַ סאַלאַגע. און כאָטש איך ווייסט שוין, אַז ווי אַלע זעלנער בין איך קיין מאָל נישט געווען, פֿון דעסטוועגן, ווי אַ יונגאַטש, האָב איך אויך באַקומען פֿון די „אַלטע‟ אויפֿגאַבעס, וואָס מ’האָט זיי באַדאַרפֿט אויספֿירן. און אַ מאָל זײַנען עס געווען נישט קיין לײַכטע אויפֿגאַבעס, און אַפֿילו ריזיקע. ווען די „זקנים‟ האָבן מיך צום ערשטן מאָל געבעטן ברענגען זיי אַ פֿלעשל בראָנפֿן, איז עס קיין בקשה נישט געווען. מ’באַפֿעלט דיר און דו מוזט עס טאָן. נאָר אַזוי ווי כ׳בין געווען אַ פֿריש־נײַער אין די ענינים, האָט מען מיך גוט אינסטרוקטירט, וואָס און ווען. איצטער וועל איך אײַך באַשרײַבן די כּללים פֿון אַזאַ מין קליינער סאַמאָוואָלקע. פֿאַרוואָס זאָג איך אַ קליינע? ווײַל דאָס איז נאָר אַ הין־און־צוריק רײַזע. דו קריגסט געלט, גייסט אַרויס פֿונעם גוט פֿאַרצאַמטן לאַגער אין שטאָט, לויפֿסט גלײַך אין דאָס געוועלב אַרײַן, קויפֿסט וואָס מ’האָט דיר געזאָגט, קומסט צוריק וואָס גיכער און געענדיקט די מעשׂה. פּשוט, ניין? טאַקע ניין. נישט אַזוי פּשוט, ווי איך האָב עס באַשריבן. ס’איז אַ גאַנצע תּורה, ווי אַזוי צו אַרויסגיין אין אַ סאַמאָוואָלקע, ווי אַזוי זאָל מען דיך נישט כאַפּן און ווי אַזוי זיך אומקערן בשלום צו די קאַזאַרמעס מיטן די מציאות.
די בעסטע צײַט צו מאַכן אַזאַ קורצן ויברחל איז בין־השמשות, צי עטוואָס שפּעטער. נאָך אַ וויכטיקע זאַך: בײַטן די מלבושים אויף ציווילע. נאָר אַזוי, ווי מערסטנס ציווילע בגדים זענען לא בנימצא, טוט מען אָן ספּאָרט־זאַכן — טריקאָ, אַ העמדל און אַ פּאָר ספּאָרט־שיך. איך האָב קיינמאָל נישט געהאַט נישט קיין ציווילע קליידער און נישט קיין ספּאָרט־זאַכן. האָב איך זיי געליִען בײַ מײַנע חבֿרים. נאָך אָ וויכטיקער כּלל: קיינע דאָקומענטן! דו נעמסט מיט זיך נאָר געלט, וואָס’ט געקראָגן פֿון די באַשטעלער. מ’קען מיט זיך נעמען אַ פּעקל פּאַפּיראָסן, נאָר פֿון דער צווייטער זײַט, אַ יונגער־מאַן, וואָס גייט אָנגעטאָן ווי אַ ספּאָרטסמען, פּאַסט אים נישט צו האַלטן אַ ציגאַרעט אין האַנט?
אַרויסגיין דורכן טויער קענסטו נישט. דו מוזט אַריבערקריכן דורכן פּאַרקן. יעדער לאַגער האָט אַ פּאַרקן, וואָס רינגלט אים אַרום. לעבן אונדזער פּאָלק, בשכנותֿ, איז געווען אַ שפּיטאָל, אָפּגעטיילט פֿון אונדז מיט אַ צאַם, געבויט פֿון רויטן ציגל. דער צאַם איז נישט געווען אַזוי הויך, נישט מער ווי צוויי מעטער. ס’נישט געווען קיין גרויסע פּראָבלען אים איבערקריכן. און ווען דו שפּרינגסט אַראָפּ פֿון דער צווייטער זײַט, געפֿינסטו זיך שוין צווישן ציווילע מענטשן, וווּ קיינער קען דיך נישט און קיינעם אינטערעסירסטו נישט. גייסט אַרויס דורכן שפּיטאָל־טויער און ביסט שוין אין שטאָט, אויף די געסלעך פֿון גוואַרדייסק. ווען מ’קערט זיך אום, גייט מען מיטן זעלבן וועג, פּשוט פֿאַרקערט.
אויף דער גאַס מוז מען זיך באַוועגן גיך, אַקוראַט און אָנגעצילט; און דער עיקר, נישט לויפֿן! פֿונעם קראַנקנהויז, פֿאַרקערעוועט מען אויף לינקס, און אין צוויי הונדערט מעטער זעט מען שוין דעם גאַסטראָנאָם. מ’גייט אַרײַן אינעווייניק, און מ’טרעט צו פֿאָרויס צו דער ווײַן־אָפּטיילונג. דאָרט שטייט און וואַרט אַ יונגע סימפּאַטישע פֿאַרקויפֿערקע, וואָס קען גוט די „מלאכה‟. נישט אַרויסזאָגנדיק קיין וואָרט, דערלאַנגסטו איר דאָס געלט, און זי דערלאַנגט דיר אַ פֿלעשל וואָדקאַ, אָדער מער (ס’ווענט זיך, וויפֿל רובלס האָסטו מיט זיך געבראַכט). די פֿלעשער וויקלט זי אײַן אין אַ צײַטונג, און דו לאָזט זיך גיין צוריק. ווי איך האָב שוין דערקלערט, איז עס זייער וויכטיק נישט לויפֿן, בלײַבן „ספּאָקוינע‟, רויִק, הייסט עס. אַז מ’אײַלט זיך, קאָן מען מאַכן אַ טעות. וואָס צום בײַשפּיל? אַ פֿלעשל קאָן זיך אַרויסגליטשען פֿון האַנט און זיך צעברעכן אויף שטיק־שטיקלעך. און בכלל, אַן יונגער־מאַן מיט אַן אָפּגעגאָלטן קאָפּ, וואָס לויפֿט אַרויס פֿון קראָם מיט אַ פּעקל אונטערן אָרעם איז זייער „פּאָדאָזריטעלנע‟, רופֿט אַרויס אַ חשד. גיין דאַרף מען מיט זיכערע טריט, ווי אַ מענטש, וואָס ווייסט אַוווּ ער גייט. די געניטשאַפֿט און די זיכערקײט באַקומט מען נישט גלײַך, נאָר מיט דער צײַט, ווען מ’פֿאַרענדיקט מיט הצלחה עטלעכע און עטלעכע אַזוינע „רײַזעס‟.
און אָט ביסטו שוין צוריק מיט די טײַערע פֿלעשער. מ’האָט דיך נישט געזען, נישט געכאַפּט און קיין איין פֿלאַש איז נישט צעזעצט געוואָרן. די „זקנים‟ זײַנען צופֿרידן — זיי האָבן באַקומען די געגאַרטע „סחורה‟. דו ביסט אויך גליקלעך. פֿילסט זיך ווי אַ מלך, ווי אַ געראָטענער בראָנפֿן־טרעגער, ווי דו וואָלסט געענדיקט לויפֿן אַ מאַראַטאָן, אָדער מיט די לעצטע כּוחות אַרויפֿגעקראָכן אויפֿן שפּיץ פֿונעם באַרג קאַזבעק. און דירעקט אַזוי שפּירסטו זיך נאָך יעדן הצלחהדיקן „שפּרונג‟ קיין ווײַן־געוועלב. און דו האָפֿסט, דו טרוימסט, אַז מ’וועט דיר אויך דערלויבן פֿאַרזוכן פֿון דער ברענענדיקער משקה, וואָס דו האָסט מיט אַ ריזיקע דערשלעפּט. נאָר אַוודאי אַזאַ סאָרט „מתּנה‟ האָט מען געקראָגן איין מאָל אין אַ יובֿל. מײַן לאַגע איז געווען אַ ביסל אַנדערש, ווי איר ווייסט שוין. איך בין נישט געווען אַזוי ווי אַנדערע סאַלאַגעס. דאָס הייסט, אַז געשיקט האָט מען מיך טאַקע געשיקט, נאָר ערשטנס, נישט אַזוי אָפֿט, און צווייטנס, האָב איך טאַקע געטרונקען צוזאַמען מיט די „זקנים‟ בשעתן שפּילן אויף מײַן גיטאַר און זינגענדיק די לידער, וואָס די „אַלטע‟ האָבן ליב געהאַט.
אָבער, ווי עס פּאַסירט אין אונדזער זעלנערישן לעבן, נישט אַלץ איז אַזוי שיין און גלאַט, ווי איך באַשרײַב דאָ מיט די פּרטי־פּרטים. עס טרעפֿט, נישט הײַנט געדאַכט, אַז אַלץ גייט קאַפּויער, און פּלוצעם פֿאַלט אַרײַן אַ נישט קיין דערוואַרטע שטערונג, אַ נישט קיין פּלאַנירטע טרעפֿונג — דער מיליטער־פּאַטרול. און אַזוינע האָבן נישט געפֿעלט אין שטאָט. און אויב עס טרעפֿט עפֿעס אַ בראָך, און דו האָסט זיך אַרויסגעדרייט פֿון דעם, שווײַגסטו. בײַ אונדז, צווישן די „יונגאַטשן‟, איז געווען אײַנגעפֿירט, אַז מ’רעדט נישט וועגן מפּלות, דורכפֿאַלן. מ’דערציילט קיין זאַך נישט. אויב מ’האָט דיך געכאַפּט און אַרײַנגעזעצט אין כודער-מודער, וועלן זיך אַלע דערוויסן וועגן דעם סײַ־ווי־סײַ. די קאָמאַנדירן וועלן שוין פּויקן וועגן דעם גאַנצע טעג און נעכט. און אויב דו האָסט זיך אַרויסגעדרייט און, נישט קוקנדיק אויף די שוועריקײטן, זיך אומגעקערט אַהיים און נישט מיט פּוסטע הענט, וועט די קליינע „שטערונג‟ בלײַבן דײַן סוד. דער עיקר, אַז די אויפֿגאַבע איז אויסגעפֿירט געוואָרן.
נאָר פֿאַר דיר, מײַן חשובֿער לייענער, וויל איך דאָ אויסלייגן, ווי אַזוי איך בין אַרויס „אַ טרוקענער פֿון וואַסער‟ אין מײַן איין און איינציקן דורכפֿאַל. איך האָב באַדאַרפֿט ברענגען איין פֿלאַש מיט בראָנפֿן, נישט מער. און וואָס איז דאָס איין פֿלאַש פֿאַר אַזאַ געניטן מומחה ווי איך? גאָרנישט מיט גאָרנישט! כ’בין שוין געווען אַזוי געניט אין די „ויברחלס ענינים‟, איך האָב שוין אַזוי גוט אויסגעטאָפּטשעט די סטעזשקעס פֿון אונדזער קאַזאַרמע ביזן גאַסטראָנאָם, אַז פֿאַר מיר איז עס געווען ממש אַ קלייניקײט, אַ פּראָסטער שפּאַציר הין־און־צוריק. הײַנט ווייס איך שוין, אַז איך האָב געהאַט אַ צו גרויסן געטרוי, אַפֿילו אַן איבער־געטרוי. נאָר דווקא מײַן בטחון האָט מיר געהאָלפֿן זיך אַרויסצודרייען פֿונעם געפֿערלעכן בראָך, וואָס איך בין אין אים אַרײַנגעפֿאַלן. און פּאַסירט האָט עס אַזוין.
ווי געוויינטלעך, בין איך אַרויס צו מײַן „אַרבעט‟, איבערגעשפּרונגען דעם פּאַרקן פֿונעם שפּיטאָל־הויף און געלאָזט זיך צו דער קראָם. איך האָב זיך אַפֿילו נישט באַמיט איבערטאָן מײַן מיליטער־בגד, ווײַל וואָס האָט עס אַ ווערדע אַ קליין רײַזעלע בײַ נאַכט, וווּ ס’איז פֿינצטער? איך האָב נאָר געלאָזט מײַנע דאָקומענטן אויפֿן בעט אונטערן קישן, געקראָגן פֿון איינעם פֿון די „זקנים‟ דאָס געלט, און פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין חושך. מיט גיכע טריט בין איך צוגעגאַנגען צו דעם געוועלב, אַוועקגעלייגט דאָס געלט אויף דער טאָמבאַנק פֿון ווײַן־אָפּטיילונג, און די וווילע שיקסע האָט אַלץ אָפּגעטאָן שנעל און אָן איבעריקע ריידערײַ. מיט דער לינקער האַנט האָט זי צוגענומען דעם „פֿינפֿערל‟, און מיט דער רעכטער אַרײַנגעשטופּט אין מײַן האַנט אַ פֿלאַש „רוסקאַיאַ וואָדקאַ‟. דערנאָך האָט זי מיר אָפּגערעכנט און דערלאַנגט דעם רעשט, און איך בין שוין געווען גרייט צו פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. דריי איך זיך אויס מיטן פּנים צו דעם אַרײַנגאַנג, און עס ווערט מיר קאַלט: אַנטקעגן מיר, שטייט אַ מיליטער־פּאַטרול און פֿאַרשטעלט די טיר, מ’זאָל נישט קענען אַרויסגיין. וואָס איז דאָס פֿאַראַ אָנשיקעניש? דער פּאַטרול באַשטייט פֿון דרײַ זעלנער: אינמיטן שטייט אַ לייטענאַנט מיט אַ פּלאַנשעט איבערן אַקסל, און לעבן אים שטייען צוויי יונגע סאָלדאַטן, וואָס זעען אויס אַפֿילו ייִנגער ווי איך. דורכגיין זיי איז ווי צעברעכן דעם קאָפּ אָן אַ וואַנט פֿון בעטאָן. כ’האָב אַ קוק געטאָן אויף זיי און פֿאַרשטאַנען, אַז קענען, קען איך זיי נישט. ווײַזט אויס זיי זײַנען נישט פֿון „אונדזערע‟, דאָס הייסט, פֿון אַן אַנדער פּאָלק. לויט זייערע שוואַרצע פּאַגאָנעס, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז זיי געהערן צו די אַרטילעריסטן. דער פּאָלק פֿון זעלבסט־געטריבענע האַרמאַטן האָט זיך באַזירט אויף דער צווייטער זײַט פֿון טײַך פּרעגאָליאַ. וואָס איז די אויפֿגאַבע פֿון אַזאַ סאָרט פּאַטרול, ווייסט איר? זיי דרייען זיך אַרום איבער דער גאַנצער שטאָט, כּדי צו כאַפּן אַזעלכע סאַמאָוואָלשטשיקעס, ווי איך, און זיי אַרײַנזעצן אין דער גאַופּטוואַכטע, אָדער ווי מיר האָבן גערופֿן די זעלנערשע טיורמע — גובאַ.
ווען דער לייטענאַנט האָט מיך דערזען, איז אים ארויס אַ שמייכל פֿון אַ יעגער, וואָס האָט אונטערגעשאָסן אַ האָז. מיט זײַן ווײַזפֿינגער האָט ער מיך צוגערופֿן צו זיך, נאָר איך האָב זיך נישט געאײַלט. פֿריִער פֿון אַלץ האָט מען באַדאַרפֿט ראַטעווען דאָס געלט. כ’האָב געמאַכט אַ גיכן קער צו דער פֿאַרקויפֿערין און איר אומגעקערט די אָקערשט געקויפֿטע פֿלאַש. דאָס מיידל איז שוין געווען צוגעוווינט צו אַזאַ מין געשעענישן. זי האָט אויך געאַרבעט שנעל: אַרײַנגערוקט אין מײַן אויסגעשטרעקטער דלאָניע דאָס געלט און מיט אירע וואַרעמע הענט פֿאַרמאַכט מײַנע פֿינגער, כ׳זאָל נישט פֿאַרלירן די דרײַ רובל מיט צוויי און פֿופֿציק קאָפּיקעס. ערשט דאַן בין איך צוגעגאַנגען צו דעם פּאַטרול־אָפֿיצער, אָפּסאַלוטירט ווי עס פֿירט זיך, און געשטאַנען מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן, ווי איינער זאָגט: „כ’בין שולדיק… וואָס זאָל איך טאָן?‟ דער לייטענאַנט האָט מיך נישט געזידלט. ער האָט מיך נאָר געפֿרעגט, פֿון וועלכער אָפּטעלונג בין איך. האָב איך אים אָפּגעהאַקט טאַקע אַ ליגן, אַז איך בין פֿון אַ טאַנקן־באַטאַליאָן, וועלכער פֿאָרט פֿאַרבײַ גוואַרדייסק, און האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אַ האַלבער שעה אויף דער באַן־סטאַנציע. איך האָב נאָך צוגעלייגט, אַז ס׳איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך פֿיר דורך אַזאַ מין עבֿירה, און איך בעט אים מיך אַנטשולדיקן. ווײַזט אויס, אַז דער לייטענאַנט האָט געהאַט אַ גוט האַרץ. ער האָט מיר געהייסן זיך אומקערן צו דער סטאַנציע, געמאַכט מיטן פֿינגער אַ „נו-נו-נו‟, און אָנגעזאָגט, אַז מער זאָל איך דאָס נישט טאָן. איך בין אַרויסגעלאָפֿן פֿון דער קראָם און זיך באַהאַלטן נישט ווײַט, הינטער אַן אַנדער הײַזל, אויף דער זעלבער גאַס. ס’איז געווען פֿינצטער און מ’האָט מיך נישט געזען. יעצט האָב איך געהאַט אַ פּראָבלעם: אומקערן זיך צוריק צו די „זקנים‟ אָן אַ פֿלאַש וואָדקאַ האָט נישט געשטימט מיט מײַנע פּלענער. דאָס וואָלט שוין געווען אַ שווערע „עבֿירה‟, לויט אונדזערע נישט קיין געשריבענע כּללים. איז וואָס זשע טוט מען?
אַזוי בין איך געשטאַנען אפֿשר אַ מינוט צען און באַטראַכט וואָס צו טאָן. צו מײַן מזל איז פּלוצלונג דורכגעגאַנגען לעבן מיר אַ צען-צוועלף יאָריק ייִנגל, וואָס האָט געפֿירט אויף אַ שטריקל אַ גרויסן הונט, דאַכט זיך, מיר אַ דײַטש פּאַסטעך־הונט. מיר האָט דער הונט אויסגעזען דווקא ווי אַ וואָלף. נישט קיין בייזער, נאָר פֿאָרט אַן איבערוואַקסענער. כ’האָב אָפּגעשטעלט דאָס בחורל, געגעבן אים דאָס געלט און געבעטן אַרײַנגיין אין קראָם און בעטן בײַ דער פֿאַרקויפֿערקע אַ פֿלאַש וואָדקאַ פֿאַר אַ זעלנער, וואָס איז דאָ אָקערשט געווען. „איך וועל אויפֿהיטן דײַן הונט‟, האָב איך אים צוגעזאָגט. דאָס ייִנגל איז געווען אַ וווילער יאַט, ער האָט מיר דערלאַנגט דאָס שטריקל פֿונעם הונט און אין אַ מינוט צוויי אַרום איז ער שוין געווען צוריק מיט דער געבענטשטער פֿלאַש. צו באַדאַנקען דעם בחור האָב איך אים פֿאָרגעלייגט אַ פּאַפּיראָס, נאָר ער האָט נישט גענומען. מיר זײַנען זיך צעגאַנגען, יעדער איינער אין זײַן ריכטונג.
כ’בין אָנגעקומען בשלום צו מײַנע חבֿרים, אַוועקגעגעבן דאָס טײַערע פֿלעשל משקה, און שפּעטער בײַ נאַכט האָבן די „אַלטע‟ געטרונקען, ווי געוויינטלעך; און איך האָב פֿאַר זיי געזונגען מײַנע אומעטיקע לידער וועגן דער ווײַטער היים. אַזוי ווי מײַן שטייגער איז געווען.
נאָכוואָרט
לייענדיק מײַנע מיליטער־באַשרײַבונגען, קענט איר באַקומען אַ רושם, אַז מיר האָבן זיך געשיכּורט כּמעט יעדן העלן טאָג, אַז דער בראָנפֿן האָט אונדז געהאָלפֿן דורכלעבן נאָך אַ טאָג אין דער סאָוועטישער אַרמיי. וויל איך אײַך טאַקע זאָגן, אַז ס’איז נישט ווײַט פֿונעם אמת. מיר האָבן געזשליאָקעט די ווײַסע משקה זייער אָפֿט, אַ מאָל אַפֿילו טאָג-טעגלעך. דאָס איז אַוודאי נישט געווען דער עיקר, נאָר אָן דעם קאָן איך זיך נישט פֿאָרשטעלן מײַן צוויי־יאָריקע מיליטער־דינסט. אָבער, ווי ווייסט יאָ צי איר ווייסט נישט, אין אַ שיכּור האָב איך זיך נישט פֿאַרוואַנדלט.
יעצט וויל איך אײַך צוגעבן נאָך צוויי קליינע בײַשפּילן, צוויי זכרונות, בלויז צו פֿאַרשטאַרקערן מײַן טענה, אַז דער „ביטערער טראָפּן‟ האָט געשפּילט נישט קיין קליינע ראָלע אין אונדזער זעלנערישער ווירקלעכקײט. די ערשטע מעשׂה האָט געטראָפֿן, ווען איך בין נאָך געווען אינגאַנצן אַ גרינער, אַ סאַלאַגע. מסתּמא, כּדי צו באַווײַזן וואָס איך בין ווערט, האָב איך איין מאָל געבראַכט אונטער מײַן גימנאַסטיאָרקע (אַ מיליטער העמד), פֿערצן פֿלעשער בראַנפֿן! ניין, איך האָב נישט קיין טעות — פֿערצן פֿלעשער! ס’איז אײַך שווער צו גלייבן? הײַנט, פֿופֿציק יאָר נאָך מײַן „סאָלדאַטסקע העזה‟, איז מיר אויך שווער צו גלייבן! אָבער, אַזוי איז עס טאַקע געווען. פֿערצן פֿולע פֿלעשלעך מיט „פֿײַערדיקער משקה‟. צי מ’האָט מיך פֿאַרשריבן אין דעם גינעס־בוך? ווער האָט דאַן געהערט וועגן אַזעלכע קאַפּיטאַליסטישע ביכלעך?!
דער צווייטער עפּיזאָד איז פֿון דער צײַט, ווען איך בין שוין אַליין געווען פֿון די „זקנים‟. מיר זײַנען געווען אויף געניטונגען אין ליטע, אין עפּעס אַ קליין דערפֿל. קיין קראָם איז נישט געווען בנימצא, און וועגן געלט רעדט זיך נישט. איך בין געווען פּוסט ווי אַ אויסגערייכערטער פּאַפּיראָס. נאָר ליטוויש האָב איך יאָ געקענט. איך האָב זיך געשפּירט ווי אַ היגער. בין איך אַוועק זוכן, וווּ קאָן מען געפֿינען אַלקאָהאָל, און נישט וויכטיק וואָס פֿאַראַ געטראַנק. אין דעם דאָרף האָב איך אויסגעפֿרעגט און געפֿונען אַ משפּחה, וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט „יאָגן סאַמאָגאָן‟ — אַ היימישע נישט קיין לעגאַלע וואָדקאַ. דאָס איז געווען פּונקט פֿאַר אונדז, און איך האָב אָנגעפֿילט אַ פֿינף־ליטער דזשעריקאַן מיט דער וווּנדערלעכער משקה. און ווי אַזוי האָב איך באַצאָלט? איך האָב זיי אַוועקגעגעבן מײַן האַנט־זייגער. נאָך דעם האָבן אונדזערע טאַנקן־געניטונגען אויסגעזען אַ סך פֿריילעכער.
המשך קומט