איך… אָדער ער!

פֿייסבוק-טראַגעדיע

דניאל גלאי

פּּערסאָנאַזשן:
גראַף פּאָטאָצקי
גראַף פּאָדראַבינעק
פּּאָטאָצקיס באַגלייטערס 2
פּאָדראַבינעקס באַגלייטערס 2
ֿגראַַפֿינע זשאָסעפינע

1. דער גרויסער פֿאַרדראָס
אין פּּאָטאָצקיס פּאַלאַץ. ער זיצט אין קאַבינעט, בײַם אַרבעטס-טיש. קוקט אָפֿט אַרײַן אין זײַן קאָמפּיוטער.
פּּאָטאָצקי: (דענערווירט) אַזאַ מנוּוול, דער פּּאָדראַבינעק! איין לײַק אַפֿילו נישט!… אַפֿילו איין פֿאַרשטינקענעם לײַק פֿון אים נישט באַקומען. אויך ווען מײַנס אַ פּּאָסט איז אים נישט צום האַרצן… וואָלט ער כאָטש איין לײַק זיך געקאָנט דערלויבן… אַ פֿאַרביסענער טיפּ. איין לײַק אַפֿילו נישט!
אין זײַן פּאַלאַץ-גאָרטן שפּאַצירט זיך פּאָדראַבינעק הין און צוריק
.
פּאָדראַבינעק: ראָטשילד בין איך? סתּם וואַרפֿן לײַקים אין דער וועלט אַרײַן? פּגרן זאָל פּאָטאָצקי! לײַקים? אין הינטן וועט ער זיי באַקומען!
פּּּאָטאָצקי: וועלכע סיבה האָט דער פּאָדראַבינעק געהאַט? נישט מײַן עסק. ער דאַרף וויסן. מיר אַרט עס נישט. כ’בין קיין פּסיכאָלאָג נישט… ער וועט שוין באַצאָלן דערפֿאַר, דער פּאָדראַבינטשיק!
פּאָדראַבינעק: וואָס בלאָזט ער זיך דער פּאָטאָצקי?… וואָס מיינט ער, אַז ער איז פּאָטאָצקי, מוז מען אים טאָג און נאַכט באַשיטן מיט לײַקים?
פּּּאָטאָצקי: אַרום זשאָסעפֿינע, דער גראַפֿינע, דרייט זיך אַלץ. דאָס איז מײַן חשד… עפּעס האָט אים פֿאַרדראָסן, וואָס כ’האָב איר האַנט געקושט, אין אירע אויגן אַַרײַנגעקוקט… געפּלאַצט האָט ער. אַז דערפֿאַר האַנדלט מען אַזוי? מע זשאַלעוועט לײַקים? הפֿקר, הפֿקר! אין וואָסער וועלט לעבן מיר? כ’וואָלט אים פֿינף, צען, הונדערט לײַקים אַוועקגעשאָנקען… אָבער זײַ נאָר אַ מענטש, פּאָדראַבינעק!
פּאָדראַבינעק: לײַקים דערוואַרט ער פֿון מיר… קדחת!
פּּּאָטאָצקי: אַ חזיר, ממש אַ חזיר!
פּאָדראַבינעק: פֿאַר אַ קאָלעגע וועל איך אַלץ טאָן! וואָס ס’איז נאָר מעגלעך… אָבער פֿאַר אים?! פֿאַר פּאָטאָצקי מיט די גרויסע אויגן? דעם מינדסטן לײַק וועט ער פֿון מיר נישט באַקומען. אין לעבן נישט! אַזאַ הנאה, ניין, ניין… פֿון מיר באַקומט ער נישט. און בײַ מיר אַ וואָרט איז אַ וואָרט!
פּּּאָטאָצקי: (קלערט זיך אַרײַן) יאָ, יאָ… אַלץ צוליב דער גראַפֿינע. נאָר כ’קאָן דאָס נישט פֿאַרטראָגן. אַנטשולדיקט. אַזאַ חוצפּה! איין נעבעכדיקן לײַק אַפֿילו נישט… ניטאָ קיין ברירה! אַ באַשלוס דאַרף מען אָננעמען!
פּאָדראַבינעק: וואָלט ער געווען כאָטש אַ מענטש דער פּאָטאָצקי, וואָלט איך אים… כ’וויל נישט איבערטרײַבן… פֿול מיט לײַקן וואָלט איך אים באַשיט. זאָל ער געניסן דער שמענדריק. עס אַרט מיך?… אָבער ער איז דאָך קיין מענטש נישט… אַ פֿינגער וואָלט איך פֿאַר אים זיך אָפּגעשניטן, ווען ער וואָלט אַ מענטש געווען… אָבער פֿאַר אים?! פֿאַר אָט דעם נידערטרעכטיקן מנוּוול? מיט פּאָטאָצקין האָב איך פֿאַרענדיקט. ניטאָ מער פּאָטאָצקי. אויסגעמעקט.
פּּּאָטאָצקי: ער… אָדער איך! קיין ברירה, קיין קאָמפּראָמיס. באַשלאָסן.
Patria… o Muerte! (שרײַבט אַ בריוו. חתמעט אונטער, לייגט אַרויף דעם שטעמפּל און פֿאַרמאַכט דעם קאָנווערט.) צו אַ דועל וועל איך אים רופֿן. גראַף פּאָטאָצקי קעגן… (מיט עקל) פּּאָדראַבינעקן… פֿרעגט ניט ווי איז ער אַ גראַף געוואָרן. אַ שאַנדע! מילא. אויפֿן פֿעלד מירן זיך שוין זען. זאָלן די פּיסטוילן רעדן. איך… אָדער ער. אָדער איך, אָדער איך. שמענדריק איינער! To be or not to be…
פּאָדראַבינעק: (האַלט אין האַנט דעם בריוו וואָס ער האָט אַקאָרשט דורכגעלייענט.) וואָס איז געשען מיט דעם פּאָטאָצקין?!… אַזוי וויל ער?… (אַנטשלאָסן) אַדרבא. כ’בין גרייט!

2. שווערע פֿאַרהאַנדלונגען
אין אַ טונקלען, קוים באַלויכטן צימער פֿירן זייערע פֿאַרהאַנדלונגען פֿאָרשטייערס פֿון ביידע צדדים.
פּּּאָטאָצקיס באַגלייטער: אין קוקוריקוס פֿעלד?! נאַריש! בשום־אופֿן נישט
!
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: נו… לאָמיר זאָגן… זאָל עס זײַן אונטער דער פּטאָלאָמיי-בריק.
פּּּאָטאָצקיס באַגלייטער: ס’קומט ניט אין באַטראַכט.
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: נו… גענוג זיך דינגען!… ברענגט איר אַ פֿאָרשלאָג.
פּּּאָטאָצקיס באַגלייטער: טשערניאַנסקיס וואַלד…
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: וווּעס? טשערניאַנסקיס וואַלד?!… איז דאָס אַ פֿאָרשלאָג… אָדער עפּעס אַ וויץ?
פּּּאָטאָצקיס באַגלייטער: זיך וויצן זענען מיר אַהער געקומען?!
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: טשערניאַנסקיס וואַלד האָט איר אַליין פֿאָרגעשלאָגן…
פּּּאָטאָצקיס באַגלייטער: נו… ווייסט איר וואָס?… לאָמיר זיך אומקערן צום ערשטן פֿאָרשלאָג אײַערן.
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: פֿאַרגעסן, ליידער.
פּּּאָטאָצקיס באַגלייטער: דאָס הייסט, ערנסטקייט בײַ אײַך?
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: דרײַ שעה שפּילט מען זיך אַרום דעם אָרט… און נאָך גאָרנישט באַשלאָסן. שוין בעסער דעם גאַנצן דועל אָפּּשאַפֿן…
פּּּאָטאָצקיס באַגלייטער: (קוקן זיך איבער. שמייכלען) פּחדנישע פּאָדראַבינעקס!… ציִען זיך צוריק, האַ?… מער קיין דועל נישט, האַ?
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: אַ רוח אין אײַערס טאַטנס טאַטן אַרײַן! פּּחדנים זענען מיר? גוט. שוין. מיר זענען מסכּים. סילפֿידעס גאָרטן.
פּּּאָטאָצקיס באַגלייטער: (צווישן זיך) סיפֿיליס-גאָרטן?!
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: סיל-פֿי-דעס גאָרטן!!! עם-הארצים! קיין גריכישע מיטאָלאָגיע נישט געלערנט? וואָס מאַכט איר זיך תּמעוואַטע?
פּּּאָטאָצקיס באַגלייטער: גוט-גוט-גוט. זאָל זײַן ווי איר זאָגט. אָפּגערעדט!
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: איינס אַוועק.
פּּּאָטאָצקיס באגלייטער: (ערנסט) וויפֿל אַזייגער?
פּאָדראַבינעקס באגלייטער: נו, רבותי…דאָס איז שוין קאָמפּּליצירט… אפֿשר אַ קורצע הפֿסקה?
פּאָטאָצקיס באַגלייטער: מיט פֿאַרגעניגן. אַ וואַרעם גלאָז טיי וועט ניט שאַטן.
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: (ברוגז) טיי? פֿאַר וואָס עפּעס טיי? וואָס צווינגט איר אונדז אַרויף טיי? וואָס דאַרפֿן מיר זיי נאָכגעבן?… (אָפּלאַכנדיק) טיי-טיי-טיי!

3. גראַפֿינע זשאָסעפֿינע
זיצט זיך די גראַפֿינע אַנטקעגן שפּיגל. ווישט די טרערן און וויינט ווײַטער.
גראַפֿינע: שרעקלעך! הייתּכן?! ווער וואָלט זיך פֿאָרגעשטעלט?! צוליב אַ נאַריש-פּוסט נעבעכדיקן לײַק זיך גיין שיסן? נאָר מענער זענען אַזוי… וואָס קען מען טאָן?… זאָל איך גיין אַהינצו? קיין פֿרוי ווערט ניט דערלויבט בײַזײַן אַ דועל… קעגן אַלע נאָרמעס. אין לעבן נישט. צו בלוט-פֿאַרגיסונג קאָן עס דערפֿירן… (כליפּעט) פֿון… (כליפּעט) מײַן געליבטן… (כליפּעט) …מײַנע צוויי געליבטע… אידיאָטן! פּאָטאָצקי-פּּאָדראַבינעק… מײַן לעבנס־לײַדנשאַפֿטלעכע ליבע… (כליפּעט) אַזוי-צי-אַזוי, בין איך די אומגליקלעכסטע גראַפֿינע אויף דער ערד… (כליפּעט) קיין פֿרוי טאָר דאָרט ניט זײַן… נאָר איך מוז!… (כליפּעט) גענוג זיך וואַקלען. זשאָסעפֿינע וועט אויפֿן דועל אויך זײַן! (מיט האָפֿענונג) ווער ווייסט? (כליפּעט) אפֿשר וועט עס זיי ביידע אומקערן צום שׂכל-הישר… (כליפּעט) די גראַפֿינע… מוז דאָרט זײַן!

4. אויפֿן דועל-פֿעלד
די צערעמאָניע ווערט געפֿירט פּינקטלעך, שטיל און טויט-ערנסט. פֿון רעכטס, פּאָדראַבינעק מיט זײַנע באַגלייטער. פֿון לינקס, פּאָטאָצקי מיט זײַנע. אין שוואַרצע סמאָקינגס און צילינדערס אויפֿן קאָפּ, זענען די באַגלייטערס בודק די צוויי פּיסטוילן. מען שטעקט אין זיי אַרײַן אַן איינציקע קויל.
איצט שטייען שוין די צוויי דועליסטן, מיטן רוקן איינער אַקעגן צווייטן, און מען באַקומט דעם באַפֿעל אָנהייבן דעם דועל. פּאָטאָצקי גיט זײַן ערשטן טריט אויף רעכטס. פּאָדראַבינעק אויף לינקס… די שפּאַנונג וואַקסט יעדע רגע ביז מ’דערגרייכט דעם צוואַנציקסטן טראָט. גראַף פּאָטאָצקי דרייט זיך אויס מיטן פּנים צום ריוואַל און דעם פּיסטויל אָנגעצילט אויף פֿאָרויס… און פּלוצלונג, אין גאַנצן אומדערוואַרט, פֿון צווישן די געדיכטע ביימער רײַסט זיך אַרויס די גראַפֿינע מיטן פּנים באַדעקט מיט אַ שוואַרצן טול און אויפֿגעהויבענע אָרעמס לויפֿט ביזן סאַמע צענטער צווישן ביידע ריוואַלן. שרײַט אויס אויפֿן קול
.
גראַפינע: נייייייייין! כ’בעט אײַך! איר טאָרט נישט! שיסט נישט! שיסט, שיסט…
(און פּלוצעם דערהערט מען דעם ריזיקן שאָס פֿון פּאָטאָצקיס פּיסטויל. גראַפֿינע זשאָסעפֿינע פֿאַלט אַנידער אַ שטערבלעך פֿאַרוווּנדעטע.)
פּּאָטאַצקי: (אין פּאַניק) אוי!… זשאָסעפֿינע! וואָס האָב איך דאָ געטאָן? גאָט אין הימל! אַן אומגליק! (בייגט זיך אָן און האַלט די גראַפֿינעס קאָפּ צווישן זײַנע הענט. זײַן בלוזקע ווערט מיט בלוט פֿאַרגאָסן. פֿול מיט פּײַן און ווייטיק שרײַט ער אַויס) פֿאַר וואָס? פֿאַר וואָס?…
גראַפינע: (מיט די לעצטע כּוחות) מײַן… מײַן… געליבטער…פּּאָ-דראַ-בי…
פּּּאָטאָצקי: (פּלאַצט אויס) אָטאָ דאָס האָט מיר געפֿעלט!
לאָזט האַסטיק אַראָפּ דער גראַפֿינעס קאָפּ, וואָס פֿאַלט אַרונטער צו די אויסגעשטרעקטע אָרעמס פֿון די באַגלייטערס. אַ ווײַלע אַמפּערן זיי זיך, ווער זאָל זיך מיט דער גראַפֿינעס קערפּער פאַרנעמען. אַזש אַ געראַנגל צווישן זיי… צום סוף, צוויי פֿון אונטן, צוויי פֿון פֿאָרנט פֿירן די גראַפֿינע אויפֿן פעלדבעטל ביז זיי פֿאַרלאָזן די בינע פֿון לינקס. גראַף פּאָטאָצקי גייט נאָך זיי.
פּּּאָטאָצקי: (גייענדיק נאָך דער מאַנטשאַפֿט, וואָס טראָגט דער גראַפֿינעס טויטן קערפּער.) מיט אַ מאָל שפּרינגט זי אַרײַן, די משוגענע. צו אַלדי שוואַרצע יאָר!… (שטיל) נו, מילא. זי האָט זיך טאַקע גוט פֿאַרדינט די קויל. אים, פּאָדראַבינעקן, וועל איך נאָך גוט צעמימתן… אוי, אוי! האָב איך דאָ אָנגעטאָן אַ מעשׂה! (מיט גיכע טריט גייען אַלע אַרויס אין דער לינקער ריכטונג.)
פּאָדראַבינעק: (קומט אַרײַן פֿון רעכטס. האַלט פֿעסט דעם פּיסטויל, געצילט פֿאָרויס און איז ממשיך ציילן זײַנע טריט) 510, 511, 512, 513… (ביז ער שטעלט זיך אָפּ אין צענטער-בינע. זעט אויס אויסטערליש… דערנענטערט ער די פּיסטויל צו זײַן רעכטער שלייף… אַ דינינקער שמייכל און דערנאָך צילט ער זי צום הימל אַרויף) פֿיניטאַ לאַ קאָמעדיאַ! (שיסט אויס זײַן קויל אין דער לופֿטן.)
שטאַרק איבערגענומען, לויפֿט אַרײַן איינער פֿון פּאָדראַבינעקס באַגלייטערס.
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: פּאָדראַבינעק!… וואָסי? וואָסי געשען, גראַף פּאָדראַבינעק?
פּאָדראַבינעק: שיִער זיך גענומען דאָס לעבן … (שמייכלט) אָבער ניין. זיך אַליין געראַטעוועט.
פּאָדראבינעקס באַגלייטער: יישכּוח!
פּאָדראַבינעק: (דערלאַנגט דעם פּיסטויל צום באַגלייטער) נאַ דיר… נאָר פֿאָריזכטיק!
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: (אָטעמט טיף אָפּ) יאָ, יאָ. גענוג פֿאַר הײַנט.
פּאָדראַבינעק: זאָל ער איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל וויסן…
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: וועמען מיינט איר?
פּאָדראַבינעק: פּאָטאָצקין.
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: וואָס עפּעס פּאָטאָצקי?
פּאָדראַבינעק: מיט פּאָדראַבינעקן שפּילט מען זיך נישט!
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: אַה… איצט פֿאַרשטיי איך.
ביידע הייבן אָן אַרויסצוגיין
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: אַ שאָד די גראַפֿינע!
פּאָדראַבינעק: (הייבט אויף די הענט אומבאַהאָלפֿן…) נישט איך האָב געשאָסן.
פּאָדראַבינעקס באַגלייטער: אַ פֿראַגעלע… וואָס איז מיט יענעם לײַק צום סוף געוואָרן?
פּאָדראַבינעק: פֿרעגסט מיך? גאָרנישט. גאָרנישט שבגאָרנישט. (ביידע גייען אַרויס.)


סוף

28.3.2024

Leave a comment