יעווגעני קיסין
צווייטער טײל
קאַפּיטל ג
4
— יאָ, קאַטיושע, אַװדאי, גיב איך זײ איבער, — האָט מישע געענטפֿערט און אַראָפּגעלאָזט די אױגן.
נאָכפֿאָלגנדיק דעם טאַטנס עצה, האָט קאַטיע אַצינד איבערגעגעבן גרוסן מישעס עלטערן יעדעס מאָל, װען ער איז געגאַנגען צו זײ. די מאַמע האָט געזאָגט „אַ דאַנק‟; דער טאַטע האָט תּחילת גאָרנישט ניט געענטפֿערט; װען דאָס איז געשען דאָס דריטע מאָל, האָט מישע שאַרף אַ קוק געטאָן אױף אים, און דאַן האָט דער טאַטע בפֿירוש נישט גערן אױך געזאָגט „אַ דאַנק‟; נײַערט נישט די מאַמע, נישט דער טאַטע האָבן קײן אײן מאָל ניט איבערגעגעבן קאַטיען קײן גרוסן װי אַן ענטפֿער. מישען האָט עס פֿאַרדראָסן, און איצט, װען קאַטיע האָט אים סוף–כּל–סוף אַ פֿרעג געטאָן, צי ער גיט איבער אירע גרוסן זײַנע עלטערן, האָט ער עס באַשטעטיקט און אַראָפּגעלאָזט די אױגן: אי װײַל ער האָט פֿאַרשטאַנען די סיבה פֿון איר פֿראַגע, און ווײַל דאָס איז אים געװען פּריקרע, אי מחמת ער האָט געפֿילט, אַז אױב ער װעט װײַטער קוקן אױף קאַטיען, װעט ער דערמיט איר װי פֿאָרלײגן פֿאָרזעצן דעם שמועס, און זי װעט אַ פֿרעג טאָן, צי זײַנע עלטערן האָבן איר נישט איבערגעגעבן אַ גרוס, און עס װעט אים ווערן נאָך מער אומאָנגענעם. קאַטיע האָט עס דערפֿילט און נישט גערעדט װײַטער אױף אָט דער טעמע.
װען קאַטיע האָט בשעתּו געמוזט גיין זיך לערנען אינעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אָנשטאָט אין דעם אוניװערסיטעט, האָט זי, װיסנדיק, אין װאָס פֿאַר אַ מלוכה זי וווינט, עס אױפֿגענומען, װי אַ צײַטװײַליקן מוז, טראַכטנדיק: „אָט װעל איך אַװעקפֿאָרן פֿונעם דאָזיקן ייִדנפֿרעסערישן לאַנד — און ס׳װעט זײַן אַ סוף פֿון אַלע דערנידעריקונגען!‟ — לכן האָט עס נישט פֿאַרדראָסן איר שטאָלץ אַזױ שטאַרק. אַצינד אָבער איז געװען לגמרי אַן אַנדער מעשׂה. לױט איר כאַראַקטער װאָלט זי פּשוט אַ שפּײַ געטאָן אױף אַלצדינג און אויפֿגעהערט זיך צו דערנידעריקן — נײַערט זי האָט נישט געקאָנט פֿאַרגעסן יענעם נאַכט–געשפּרעך מיטן טאַטן, דעם קוק פֿון זײַנע גראָװע אױגן, װאָס זי האָט געירשנט פֿון אים זײער קאָליר, און דעם קלאַנג פֿון זײַן מילד קול: „דו האָסט דאָך ליב מישען… דו קאָנסט זיך נישט פֿאָרשטעלן, װיפֿל יסורים עס פֿאַרשאַפֿט אים, — נאָר איך װי אַ מאַנצביל װײס דאָס זײער גוט… איז האָב רחמנות אױף מישען, אױב דו האָסט אים ליב…‟. זי האָט באמת ליב געהאַט מישען און נישט געקאָנט איבערשאַצן זײַן ליבע צו איר. צו זײַן אַ מוזע פֿון אַן אַרטיסט — אַזױנס האָט קאַטיע קײן מאָל נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן פֿאַר איר באַקאַנטשאַפֿט מיט מישען; איצט איז זי טאַקע געװען אַזאַ מוזע במשך פֿון שױן כּמעט זיבן יאָר און האָט עס כּסדר געפֿילט. פֿאַר די יאָרן פֿון איר לעבן אין מאָסקװע האָט זי, זײַענדיק אַ חבֿרותאדיקע בטבֿע, פֿאַרפֿירט באַקאַנטשאַפֿטן מיט אַ סך מענטשן; אײניקע פֿון די מאַנצבילן, מיט װעלכע זי האָט זיך באַקענט, פֿלעגן װאַרפֿן אױף איר אַנטציקטע בליקן און אַפֿילו פּרוּװן פֿלירטעװען מיט איר; דאָס האָט איר אימפּאָנירט, און פֿון מאָל צו מאָל, בפֿרט בעת מישע איז געװען אױף גאַסטראָלן, פֿלעגן זי באַזוכן רײצנדיקע געדאַנקען. פֿון דעסטװעגן, האָט אײנע פֿון קאַטיעס נײַע מאָסקװער חבֿרטעס, װאָס איז געװען היפּש עלטער פֿון איר, אַ מאָל געזאָגט: „װײסטו, קאַטיע, אומגעטרײַשאַפֿט װעט סוף–כּל–סוף חרובֿ מאַכן דעם זיװג, װײַל װען אַ פֿרױ איז אומגעטרײַ איר מאַן, װערט זי דערװײַטערט פֿון אים אין איר נשמה, און דאָס איז אַ באָמבע מיט אַ שפּעטערן אױפֿרײַס.‟ קאַטיע האָט גוט פֿאַרגעדענקט די דאָזיקע װערטער, לכן זײַנען די געדאַנקען אירע אַלע מאָל פֿאַרבליבן נישט מער װי געדאַנקען — און גיך אַרױס פֿונעם קאָפּ. אַצינד, קוקנדיק אױף מישעס אַראָפּגעלאָזטע אױגן, האָט קאַטיע פֿאַרשטאַנען, אַז זי מוז גובֿר זײַן איר שטאָלצקײט און מאַכן אַ מער ראַדיקאַלן טראָט.
װען מישע איז אַ צװײט מאָל אַװעקגעפֿאָרן אױף גאַסטראָלן, האָט קאַטיע אין אײנעם אַן אָװנט אױפֿגעקליבן דעם שױן האַלב–פֿאַרגעסענעם טעלעפֿאָן–נומער. דאָס טרײַבל האָט אַראָפּגענומען מישעס מאַמע.
— אַ גוטן, עלינע מאַרקאָװנע, דאָס איז קאַטיע. קומט מיט באָריס יאַקאָװלעװיטשן צו גאַסט: איר זײַט דאָך נאָך אַלץ קײן מאָל נישט געװען בײַ אונדז! מישע איז אַצינד אױף גאַסטראָלן, איר װײסט דאָס… קומט אין אַיעדן אָװנט, װען אײַך איז באַקוועם, אָדער בײַ טאָג סוף–װאָך!
זונטיק איז עלינע מאַרקאָװנע געקומען אַלײן:
— מע האָט אַרױסגערופֿן באָריס יאַקאָװלעװיטשן אױף דער אַרבעט, דערפֿאַר האָט ער נישט געקאָנט קומען. אַ גרוס דיר פֿון אים.
אין דער דאָזיקער מיטטײלונג איז גאָרנישט אומגעװײנטלעכס ניט געװען: מע פֿלעגט גאַנץ אָפֿט אַרױסרופֿן מישעס פֿאָטער אױף דער אַרבעט סײַ סוף–װאָכן, סײַ אַפֿילו אין מיטן דער נאַכט; כּלל נישט זעלטן האָט ער אױך געמוזט זיך פֿאַרהאַלטן אױף דער אַרבעט ביז שפּעט. על–פּי–כּן, האָט קאַטיע דערפֿילט עפּעס ניט־אויפֿריכטיקס אין עלינע מאַרקאָװנעס װערטער און איז געװען גערעכט: באָריס יאַקאָװלעװיטש האָט פּשוט נישט געװאָלט זיך באַגעגענען מיט קאַטיען. װען מישע האָט אָנגעהױבן איבערגעבן די עלטערן גרוסן פֿון קאַטיען, איז בײַ זײ בײדן גלײַך אויפֿגעקומען אַ חשד, אַז זי דאַרף עפּעס פֿון זײ. עס האָט זײ געקאָנט אײַנפֿאַלן בלױז אײן געדאַנק, דהײַנו: לױטן געזעץ, כּדי אַװעקצופֿאָרן פֿון סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, האָט מען געדאַרפֿט באַקומען אַ שריפֿטלעכע הסכּמה אױף דעם פֿון די עלטערן, לכן האָט קאַטיע געװאָלט פּועלן בײַ זײ, זײ זאָלן געבן מישען אַזאַ הסכּמה. נישט געקוקט אױף דעם, װען קאַטיע האָט זיי פֿאַרבעטן צו גאַסט, האָט עלינע מאַרקאָװנע באַשלאָסן, אַז מע דאַרף פֿאָרט זײַן בנימוסדיק; באָריס יאַקאָװלעװיטש אָבער האָט זיך לחלוטין אָפּגעזאָגט גײן צו דער שנור, װי זײַן פֿרױ האָט נישט געפּרוּװט אים איבערצײַגן עס צו טאָן.
בשעת עלינע מאַרקאָװנעס באַזוך צו קאַטיען האָבן זײ בײדע זיך געסטאַרעט צו זײַן אַדרבא–ואַדרבא אײנע מיט דער אַנדערער, און בײדע האָבן זײ דאָס געפֿילט. װען עלינע מאַרקאָװנע איז אַרײַנגעקומען אין דער דירה, איז איר, אַװדאי, תּיכּף נישט געפֿעלן געװאָרן די מעבלירונג, און דאָס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אױף איר פּנים, נײַערט װען קאַטיע האָט עס דערזען און אַ פֿרעג געטאָן, װאָס איז געשען, האָט עלינע מאַרקאָװנע געענטפֿערט: „גאָרנישט, גאָרנישט, קאַטיע; אַלץ איז כּשורה…‟ געקאָכט האָט קאַטיע גוט, און דער שװיגערס אומפֿרײַנדלעכקײט צו איר האָט נישט געקאָנט משפּיע זײַן אױף דער נאַטירלעכער רעאַקציע פֿון אירע טעם–רעצעפּטאָרס. געשמועסט האָבן זײ מערסטנס װעגן מעדיצינישע ענינים, דאָ האָט קאַטיע געהאַט מיט װאָס אַ גלאַנץ צו טאָן, און דאָס האָט געמאַכט אַ רושם. נאָך דער װעטשערע האָט קאַטיע פֿאָרגעלײגט הערן מישעס פּלאַטע צוזאַמען, און, אַװדאי, איז דאָס עלינע מאַרקאָװנען געװען אָנגענעם. הן לױט דעם, װי קאַטיע האָט געהערט די רעקאָרדירונג פֿון מישעס שפּילן, הן לױט דעם, װי זי האָט גערעדט װעגן אים, װאָס פֿאַר אַ פּרטים פֿון זײער לעבן זי האָט דערמאָנט, האָט עלינע מאַרקאָװנע נישט געקאָנט ניט פֿילן, אַז זי האָט אים באמת ליב געהאַט, — נײַערט עס האָט זיך איר נישט געװאָלט זיך מודה זײַן אין דעם זיך אַלײן…
אין עטלעכע טעג אַרום איז געשען אַן ענטפֿער–װיזיט. װען קאַטיע איז אַרײַנגעגאַנגען אין דער דירה, װאָס האָט אַרױסגערופֿן בײַ איר אַזױ פֿיל אומאָנגענעמע דערינערונגען, איז די באַלעבאָסטע געװען אין שטוב אַלײן און האָט געזאָגט, אַז מע האָט געהאַט פֿאַרהאַלטן איר מאַן אױף דער אַרבעט. דאָ איז קאַטיען שױן פֿולשטענדיק געװאָרן קלאָר די אמתעדיקע סיבה. זי איז געװען אַן אָפֿנטלעכער מענטש, און איר האָט זיך געװאָלט גלײַך אַ פֿרעג טאָן: „װאָס, ער װיל זיך נישט באַגעגענען מיט מיר?‟ — נאָר זי האָט זיך אײַנגעהאַלטן.
מיט עטלעכע שעה שפּעטער האָט אַ קלונג געטאָן דער טעלעפֿאָן. עלינע מאַרקאָװנע האָט אַראָפּגענומען דאָס טרײַבל.
— האַלאָ. יאָ…
נאָך דעם האָט זי מיט אַלע כּוחות צוגעדרוקט דאָס טרײַבל צום אױער, כּדי קאַטיע זאָל נישט דערהערן די סיגנאַל–פֿײַפֿן, און האָט גערעדט װײַטער:
נאָך עטלעכע שעה?! אָ–אָ–אָ… נו, קלינג אָן, װען ד׳װעסט פֿאַרענדיקן, איך װעל װאַרטן.
ס׳איז קאַטיען דעמאָלט אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק: „מסתּמא האָט ער געזאָגט דער פֿרױ, אַז ער װעט גײן שפּאַצירן אָדער אין קינאָ, נײַערט אין דער אמתן האָט ער זיך אַװעקגעשלעפּט צו אַ קאָכאַנקע: אױסגענוצט דאָס, װאָס איך בין געקומען…‟ בעת זי האָט געלעבט מיט מישעס עלטערן, האָט זי געהאַט אַ געפֿיל, אַז זײַן טאַטע איז געװען פֿון יענע מענער, װאָס שעמען זיך נישט איבערצושלאָפֿן מיט אַן אַנדערער אױך.
דער אָװנט איז אָנגעגאַנגען בשלום, עלינע מאַרקאָװנע און קאַטיע האָבן אױסגעטרונקען בעת דער װעטשערע אַ פֿלאַש װײַן, בײדע האָבן זײ זיך אַנטשפּאַנט — און די באַלעבאָסטע האָט סוף–כּל–סוף אַ פֿרעג געטאָן מכּוח דעם, װאָס האָט זי באַאומרויִקט מער פֿון אַלצדינג:
— זאָג מיר, קאַטיע: צי האָט איר מיט מישען בדעה צו האָבן קינדער?
מישע האָט נישט דערציילט קאַטיען װעגן זײַנע שמועסן מיט דער מאַמען אױף אָט דער טעמע, אַזױ אַז זײ האָבן זיך נישט צונױפֿגערעדט, נאָר צום גליק, איז פֿאַר קאַטיען געװען נאַטירלעך צו ענטפֿערן דװקא אַזױ, װי מישע:
— דערװײַל באַקומט זיך נישט… אַפּנים, עס קומט מישען אױס אַװעקצופֿאָרן אױף גאַסטראָלן צו אָפֿט, און מחמת דעם פֿאַרברענגען מיר פּשוט נישט גענוג צײַט צוזאַמען.
אין קאַטיעס װערטער האָט עלינע מאַרקאָװנע נישט דערפֿילט קײן איבעריקע באַדױערונג און װי באַלד אַזױ, קײן גרויסן חשק צו האָבן קינדער. זי האָט געמאַכט נאָך אײן פּרוּװ:
— קאַטיע, אפֿשר האָט אַ זין, אַז אַ גינעקאָלאָג זאָל דיך באַטראַכטן? איך אַרבעט דאָך אין אַ שפּיטאָל און קאָן עס גרינג אײַנאָרדענען.
דאָ האָט אַלץ אין קאַטיען אָנגעהױבן זידן, און דאָס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אױף איר פּנים. דערזען עס, האָט עלינע מאַרקאָװנע צוגעגעבן:
— פֿאַרשטײסטו, קאַטיע, מישע איז דאָך בײַ מיר אַ בן–יחיד, און מיר װילט זיך זײער האָבן אײניקלעך.
זי האָט געמײנט, אַז קאַטיע װעט זי פֿאַרשטײן, נאָר אַזאַ שטעלן די פֿראַגע האָט אַרײַנגעבראַכט קאַטיע אין כּעס נאָך מער. „װאָס, איך מוז האָבן קינדער פֿאַר א י ר?!‟ — האָט זי אַ טראַכט געטאָן און, קױם אײַנהאַלטנדיק דעם כּעס, געענטפֿערט:
— אַ דאַנק, עלינע מאַרקאָװנע, ס׳איז נישט נײטיק: עס האָט מיך שױן באַטראַכט אײנער פֿון די בעסטע מאָסקװער גינעקאָלאָגן.
באַלד נאָך דעם איז קאַטיע אַװעקגעגאַנגען אַהײם, טראַכטנדיק: „גענוג, איך האָב געטאָן אַלץ, װאָס כ׳האָב געקאָנט!‟ װאָס שײך עלינע מאַרקאָװנען, האָט זי זיך פֿאַרפֿעסטיקט אין איר איבערצײַגונג, אַז קאַטיע װיל פּשוט נישט האָבן קײן קינדער.
אין יענער נאַכט נאָך דער טרעפֿונג האָט קאַטיען זיך געחלומט, אַז זי איז צוגעקומען צו די טױערן פֿונעם זאַװאָד, אױף װעלכן באָריס יאַקאָװלעװיטש האָט געאַרבעט. אַװדאי איז זי אין רעאַלן לעבן דאָרטן קײן אײן מאָל נישט געװען; אינעם חלום האָט זי געזען מעטאַלענע טױערן און אױף די בײדע זײַטן פֿון זײ — אַ לאַנגן, ניט–הױכן פּאַרקאַן פֿון רויטן ציגל. װען באָריס יאַקאָװלעװיטש איז אַרױס, האָט זי זיך אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף אים מיט די װערטער: „װאָס, איר װילט זיך נישט טרעפֿן מיט מיר?!‟ — נײַערט האָט ער געענטפֿערט עפּעס לגמרי זינלאָזיקס… דערנאָך האָבן זײ בײדע, װי עס טרעפֿט זיך אין חלומות, זיך געפֿונען אין עפּעס אַן אַנדער אָרט — און נאָך דעם האָט קאַטיע זיך אױפֿגעכאַפּט. זי איז געלעגן אין בעט עטלעכע מינוט און װידער אײַנגעשלאָפֿן מיט די מחשבֿות װעגן דעם, אַז אין גיכן װעט מישע זיך סוף–כּל–סוף אומקערן אַהײם.
סוף פֿונעם צװײטן טײל