מרדכי יונשקאָווסקי
אין די צוויי יאָר, וואָס נועם האָט געלערנט ייִדיש אין אוניווערסיטעט, זייַנען זייַנע דערפֿאָלגן געווען מער ווי אויסגעצייכנט. עס האָט אים אויף אַזוי ווייַט פֿאַרכאַפּט, אַז ער האָט ניט בלויז באַהערשט די גראַמאַטיק, נאָר אָנגעהויבן לייענען ליטעראַרישע טעקסטן אויך, נעמען ביכער אין דער אוניווערסיטעט-ביבליאָטעק און אַלץ מער זיך אַרייַנגעטיפֿט אין דער וועלט פֿונעם שטעטל. באַזונדערס האָבן אים באַאייַנדרוקט י.ל. פּרצעס „קלאָץ-געשיכטן‟. ער האָט זיך בולט פֿאָרגעשטעלט יענעם גרויסן קלאָץ, וועלכער איז געלעגן יאָרן-לאַנג אין מיטן שטעטל און אין תּוך געוואָרן דער באַגלייבסטער עדות פֿונעם תּושבֿימס לעבן. אינדערפֿרי פֿלעגן די קינדער זיך שפּילן אויפֿן קלאָץ, אויסשרייַען און אויסוויינען דאָס, וואָס זיי האָבן געהערט אין שטוב. אין מיטן טאָג פֿלעגן זיך אַוועקזעצן זיך אויפֿן קלאָץ עטלעכע יונגע ווייַבלעך, זיך טיילן מיט די סודות פֿונעם פֿאַמיליע-לעבן, און יעדע איינע פֿלעגט אויסגיסן איר פֿאַרביטערט האַרץ. דערנאָך האָט מען געטריבן אַ ביסל רכילות וועגן די שטאָט-נייַעס. פֿאַרנאַכט פֿלעגן זיך אויסזעצן אויפֿן קלאָץ עטלעכע אַלטע ווייַבער, וועלכע האָבן געקרעכצט אויף דער הייַנטיקער וועלט און זיך דערמאָנט אין דעם, וואָס אַמאָל איז געווען און שוין מער ניטאָ. נאָך מינחה-מעריבֿ קומען זיך צונויף אַרום דעם קלאָץ די מענער און כאַפּן אַ שמועס וועגן פּרנסה, פּאָליטיק און ייִדישע צרות. אָבער אַפֿילו בײַ נאַכט איז דער קלאָץ געבליבן וואַך. ער האָט זיך צוגעהערט צום יאָמער פֿון אַן עגונה, וועמענס מאַן איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע און האָט אָן איר פֿאַרגעסן, דערנאָך — צום געוויין פֿון אַ פֿאַרביטערטן טאַטן, אַ שדכן, וואָס האָט דורכגעפֿירט אָן אַ צאָל שידוכים, און זייַן איינציקע טאָכטער האָט ער ניט זוכה געווען צו פֿירן צו דער חופּה. דער קלאָץ האָט אַרייַנגעקוקט אין די איינצלנע פֿענצטערלעך, באַלויכטן בײַ נאַכט און זיך צוגעהערט צו די דאגות און זאָרגן פֿון די שטעטלדיקע ייִדן.
נועם האָט איבערגעלייענט די „קלאָץ-געשיכטן‟ עטלעכע מאָל, און יעדעס מאָל האָט ער זיך אַלץ מער אייַנגעלעבט אין די געשילדערטע בילדער. „גיי, ווייס, — האָט ער געטראַכט, — אפֿשר האָט פּרץ באַשריבן דווקא דאָס סודותדיק־פֿאַרפֿאַלענע אין דעם צייַט-שטראָם שטעטל געסענעוו…‟ דער ווילן אָפּצוזוכן די שפּורן פֿון זייַן זיידנס שטעטל איז געוואָרן פֿאַר אים אַ וויכטיקע אויפֿגאַבע. אָט דער פֿאַרלאַנג האָט אים ניט אָפּגעלאָזט אויף קיין איין טאָג. ער האָט שוין געהאַט געוואָלט עטלעכע מאָל קויפֿן אַ בילעט צו פֿליִען קיין אוקראַיִנע, אָבער גלייַך זיך אַליין אָפּגעקילט: „נו גוט, כ’וועל אָנקומען אין דעם קיִעווער עראָפּאָרט, און וואָס ווייַטער? וווּהין גייט מען? מיט וועמען רעדט מען? וווּ זוכט מען?‟ סוף-כּל־סוף איז ער געפֿאַלן אויף אַ געדאַנק: מיט דער הילף פֿון זייַן חבֿרטע קאַטיע, וועלכע האָט גוט געקענט סייַ רוסיש, סיי אוקראַיִניש, האָט ער דורכגענישטערט די גאַנצע מאַפּע פֿון מערבֿ-אוקראַיִנע און אָפּגעמערקט אַלע ייִשובֿים, וועמענס נעמען האָבן געקלונגען ענלעך צו געסענעוו, אָדער וועלכע האָבן געקאָנט אַזוי אָנגערופֿן ווערן בייַ ייִדן. אַזעלכע ערטער האָבן זיך אָפּגעפֿונען בסך־הכּל דרייַ. נועם האָט ענדגילטיק באַשלאָסן, אַז אין די זומער-וואַקאַציעס וועט ער פֿליִען קיין אוקראַיִנע צו באַזוכן אָט די אַלע פּלעצער. קאַטיע האָט געוואָרנט, אַז אָן דעם קענען די שפּראַך, וועט אים דאָרט זייַן שווער צו געבן זיך אַן עצה, און ענגליש וועט אים קיין סך ניט העלפֿן אין יענע מקומות. זי האָט געוואָלט מיטפֿליִען מיט אים, אָבער צוליב דעם זומער-פּראָיעקט, אין וועלכן זי איז אַנגאַזשירט געוואָרן, איז עס געווען אוממעגלעך.
נועם האָט זיך פֿאַרעקשנט, אַז ער וועט מער ניט וואַרטן, ער וועט פֿליִען אַליין, בפֿרט נאָך, אַז יענעם זומער האָט מען אָנגעהויבן אייַנפֿירן דירעקטע פֿלוגן צווישן תּל-אָבֿיבֿ און לוואָוו. דער באַשלוס איז ענדגילטיק אָנגענומען געוואָרן. אויף סוף חודש יולי האָט ער באַשטעלט אַ בילעט, דורך דער אינטערנעץ געפֿונען אַן אָרטיקן העברעיִש-רעדנדיקן באַגלייטער, וועלכער האָט געוווינט אין יענע קאַנטן און געהאָלפֿן אַ סך ישׂראלים אָפּצוזוכן זייערע משפּחה-וואָרצלען אין מערבֿ-אוקראַיִנע, אויך געדונגען אַן אויטאָ. ער האָט אָפּגערעדט מיטן באַגלייטער אַלעקס, אַז דעם ערשטן טאָג וועט ער אַ ביסל אַרומשפּאַצירן אַליין אין לוואָוו, נאָך מיטאָג וועט ער פֿאָרן מיטן געדונגענעם אויטאָ אינעם ערשטן פֿון די אָנגעמערקטע דרייַ שטעטלעך, דאָרטן אינעם אָרטיקן האָטעלכל זיך אָפּרוען, אַלעקס וועט אַהין אָנקומען אויף מאָרגן אין דער פֿרי, און די ווייַטערדיקע נסיעה וועלן זיי שוין דורכפֿירן אין איינעם.
דער פֿלוג איז געווען אַ בייַנאַכטיקער. נועם איז אָנגעקומען אין דעם לוואָווער עראָפּאָרט אַרום זיבן אַזייגער אין דער פֿרי. ניט געקוקט אויף דער מידקייט, האָט זיך אים פֿאַרגלוסט קודם-כּל אַ ביסל זיך אַרומדרייען אין לוואָוו. פֿונעם זיידן האָט ער אַ סך געהערט וועגן דער אויסערגעוויינלעכער שיינקייט פֿון דער דאָזיקער שטאָט. דער זיידע האָט אים גענוי באַשריבן די וויכטיקסטע פּלעצער, וועלכע ער האָט געדענקט פֿון זייַנע יוגנט-יאָרן. נועם האָט נאָך אין דער היים גוט דורכשטודירט די מאַפּע פֿון דער שטאָט און אָפּגעמערקט אַלע פּלעצער, וועלכע ער האָט געוואָלט באַזוכן. צו זייַן באַוווּנדערונג האָט ער דערזען ניט בלויז אַ וווּנדער-שיינע שטאָט, נאָר אויך אַ גאַנץ אַנטוויקלטע טוריסטישע אינפֿראַסטרוקטור. אַלע נעמען פֿון די גאַסן און די אָנווייַז-שילדן זייַנען געווען אָנגעשריבן סייַ אויף אוקראַיִניש, סייַ אויף ענגליש, און דאָס האָט זיכער געהאָלפֿן זיך פֿרייַ אָריענטירן. ער איז אָנגעקומען אין דעם בילדערישן צענטער פֿון דער שטאָט, פּאַרקירט דעם געדונגענעם אויטאָ ניט ווייַט פֿון דעם באַרימטן אָפּערע-טעאַטער און האָט אָנגעהויבן שפּאַצירן איבער די גאַסן.
דער וועטער איז געווען לינד און וואַרעם. די שטאָט האָט ערשט אָנגעהויבן לעבן אַ נייַעם טאָג. מענטשן האָבן געשפּאַנט צו דער אַרבעט. גרופּעס טוריסטן האָבן אויסגעהערט די דערקלערונגען פֿון זייערע וועגווייַזערס אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. די טראַמווייַען האָבן זיך געשלענגלט איבער די שמאָלע מיטל־אַלטערלעכע גאַסן. נועם איז אַדורכגעגאַנגען הין-און-צוריק דעם פֿרייַהייטס-בולוואַר, אַרומשפּאַצירט אין דער אַלטשטאָט, זיך באַאייַנדרוקט פֿונעם שיינעם מאַרק-פּלאַץ, מער פּרטימדיק באַקוקט דעם ייִדישן וווינפֿערטל פֿון דער אַלטשטאָט. ער איז ממש געפּלעפֿט געוואָרן, אַפֿילו דערפֿילט אַ שטאַרקן כּעס, דערזעענדיק, אַז פֿאַר דעם הויפּט-פּלאַץ פֿונעם מיטל־אַלטערלעכן ייִדישן וווינפֿערטל האָט מען אין לוואָוו ניט געפֿונען קיין בעסערן נאָמען איידער „קאָליִיִוושטשינאַ‟ — דעם אויפֿשטאַנד פֿון אוקראַיִנישע קאָזאַקן, וועלכע האָבן אויסגעשאָכטן טויזנטער ייִדן אין אומאַן אינעם יאָר 1768. ער האָט עס גוט געדענקט, ווייַל אַ פּאָר זייַנע חבֿרים זייַנען גלייַך נאָך דער אַרמיי געפֿאָרן אויף ראָש-השנה קיין אומאַן, און אויך גערופֿן אים מיטצופֿאָרן. דעמאָלט האָט ער געוואָלט מער פֿאַרשטיין דעם גאַנצן ענין פֿון דער מאַסן-פֿאָרעניש קיין אומאַן, געלייענט אַ סך וועגן ר’ נחמן, וועגן די סיבות פֿון זייַן באַזעצן זיך אין אָט דער שטאָט. דערבייַ האָט ער זיך אָנגעשטויסן אויף די שוידערלעכע באַשרייַבונגען פֿון דער אומאַנער שחיטה. פֿון דאָרט האָט ער גוט פֿאַרגעדענקט דאָס וואָרט “קאָליִיִוושטשינאַ”. און איצט, ווען ער האָט דערזען דעם דאָזיקן נאָמען אינעם ייִדישן טייל פֿון דער לוואָווער אַלטשטאָט, האָט אים ממש אַ קאַלטער שווייס באַגאָסן… „ס’איז פּשוט אינטערעסאַנט: דער, וואָס האָט עס באַשטימט, האָט עס געטאָן אומישנע, אָדער דורך אַ נאַיִוון עם-הארצות?‟ — איז נועמען געקומען אַ נייַגעריקער געדאַנק אין קאָפּ.
פֿון דער אַלטשטאָט האָט ער זיך אומגעקערט צום אָפּערע־בנין אין דורך די זייַטיקע געסעלעך אַרייַן אין דער געוועזענער קראָקעווער פֿאָרשטאָט. דאָ האָט ער אַ לענגערע צייַט פֿאָטאָגראַפֿירט די אויפֿשריפֿטן אויף די ווענט פֿון די אַמאָליקע ייִדישע קראָמען, אָנגעשריבן אויף דעם אַלט-מאָדישן דייַטשמערישן ייִדיש. אָט דאָ איז געווען אַ געשעפֿט פֿון מילכיקס, און דאָ אַ געשעפֿט פֿון לייַוונטן, און אָט איז אַ גאַלאַנטעריע-געוועלב, דאָ האָט מען פֿאַרקויפֿט פֿאַרב… די מחשבֿה וועגן דעם, אַז זייַן ליבער זיידע זכריה פֿלעג ווי אַ יונגער בחור אַרומגיין איבער די זעלבע גאַסן און זען די זעלבע אויפֿשריפֿטן, האָט אין אים אַרויסגערופֿן אַ לייַכטן ציטער און אויפֿגעברויזט די געפֿילן.
ער איז דורכגעגאַנגען אַ פּאָר שריט אויף דער שפּיטאַלנע-גאַס ביז דעם ראָג קאָטליאַרסקע און גלייַך זיך אָנגעשטויסן אויף עפּעס-וואָס, וואָס ער האָט פֿאַר זיך אָנגעמערקטן נאָך אין דער היים — דעם מעטאַלענעם גראַווירטן אייַנדרוקספֿולן מעמאָריעלן טאָוול, וועלכער האָט מיטגעטיילט, אַז דאָ אינעם יאָר 1906 האָט געוווינט שלום-עליכם. דער דאָזיקער קינסטלערישער באַרעליעף האָט געשילדערט ניט נאָר דעם באַרימטן שרייַבער, וועמענס ביכער נועם האָט געשלונגען אין איין אָטעם, נאָר אויך זייַנע באַליבטע געשטאַלטן, וועלכע האָבן לייַכט זיך געלאָזט צו דערקענען.
ער איז דערגאַנגען ביזן סוף פֿון דער שפּיטאַלנע-גאַס, פֿאַרקערעוועט אויף לינקס, און דאָ, אויף דער שלום-עליכם-גאַס נומער 9, איז ער אַ לאַנגע צייַט געשטאַנען לעבן דעם בנין, וועלכן דער זיידע זכריה האָט אים אויספֿירלעך באַשריבן. דאָ איז טעטיק געווען די באַוועגונג „החלוץ‟, דאָ זייַנען די ייִדישע יוגנטלעכע אין די 30-20ער יאָרן אַדורכגעמאַכט די הכשרה, דאָ האָט דער זיידע פֿאַרבראַכט צוויי יאָר פֿאַר זייַן עולה זייַן קיין ארץ־ישׂראל. צוגייענדיק צום שיינעם דרייַ-שטאָקיקן בנין מיט צוויי באַלקאָנען, אַרומגערינגלט מיט אַזשורנע מעטאַלענע געשמידטע גראַטעס, האָט נועם דערפֿילט אַ צופּ אין האַרצן. כאָטש הייַנט האָט גאָרנישט ניט דערמאָנט וועגן דעם פּרעכטיקן היסטאָרישן עבֿר פֿון דעם דאָזיקן הויז, פֿון דעסטוועגן וואָלט ער געקאָנט לויט זייַן זיידעס דערמאָנונגען דערציילן אָן אַ צאָל פֿאַקטן און בילדער וועגן דעם, וויִאַזוי עס האָבן אָט דאָ הונדערטער ייִדישע יוגנטלעכע, באַוועגטע דורך זייער אידעאַליסטישן טרוים, זיך געגרייט צו פֿאַרווירקלעכן זייער איינציקן חלום — זיך באַזעצן אין ארץ־ישׂראל, באַאַרבעטן די ערד, בויען ייִשובֿים, טריקענען זומפּן און סוף-כּל־סוף אויפֿשטעלן אַ ייִדישע מדינה.
פֿון דאָרטן האָט ער געגעבן אַ שפּרונג אויף דער דזשערעלנע-גאַס 6, וווּ זייַן זיידע האָט געוווינט אין יענע צוויי יאָר, וועלכע ער האָט פֿאַרבראַכט אין לוואָוו, דורכגייענדיק די הכשרה. אויפֿן וועג איז ער פֿאַרבייַגעגאַנגען דעם קראָקעווער מאַרק, וועלכער איז געשטאַנען אויפֿן אָרט פֿונעם געוועזענעם ייִדישן בית-עולם. דאָס איז געווען נאָך איין אומאייַנגענעמער סורפּריז אין לוואָוו. גרייטנדיק זיך צו דער נסיעה, האָט נועם געלייענט אין די זכרונות פֿון די אַמאָליקע לוואָווער ייִדן, אַז ווען אינעם יאָר 1947 האָט די סאָוועטישע מאַכט צעשטערט דעם עלטסטן ייִדישן בית-עולם אין דער שטאָט און אויפֿגעשטעלט אויף זייַן אָרט אַ מאַרק, האָבן די ייִדן אויסגעמיטן אייַנצוקויפֿן אין אָט דעם מאַרק, ווייַל ער שטייט בוכשטעבלעך אויף ייִדישע ביינער און פֿאַרשוועכט דאָס הייליקע אָרט. בפֿרט נאָך, אַז בשכנות מיטן מאַרק, אינעם גרויסן הויף, וועלכער האָט זיך צעוואָרפֿן אַרום דעם שיינעם בנין פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שפּיטאָל, באַפּוצט מיט מגן-דודס און מיט אַ וווּנדערלעכן מאָזאַיִק-קופּאָל, האָט נועם דערזען אַ סך רעשטלעך פֿון מצבֿות, וועלכע מע האָט צונויפֿגעשלעפּט אַהין פֿון דער גאַנצער שטאָט, ווייַל מיט מצבֿות פֿונעם אַלטן ייִדישן בית-עולם פֿלעגט מען פֿליסטערן די גאַסן, און מ’האָט זיי אויסגעניצט בייַ דער בויוּנג…
נאָך מיטאָג האָט נועם דערפֿילט די מידקייט און באַשלאָסן, אַז פֿאַר דער ערשטער באַקאַנטשאַפֿט מיט דער שטאָט וועט עס זייַן גענוג, ער וועט דאָך סייַ-ווי-סייַ נאָך פֿאַרברענגען דאָ צוויי טעג פֿאַרן צוריקפֿליִען אַהיים. ער האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז ס’איז צייַט אָנצושטעלן דעם דזשי-פּּי-עס און פֿאָרן אין דעם ערשטן פֿון די אָנגעמערקטע שטעטלעך, אַרייַנפֿאָרן אינעם האָטעלכל, וועלכן אַלעקס דער באַגלייטער האָט באַשטעלט פֿאַר אים, און זיך אָפּרוען. דער וועג האָט גענומען כּמעט צוויי שעה. זיכער מע וואָלט געקאָנט אָנקומען אַ סך פֿריִער, ווען דער שאָסיי וואָלט ניט געווען האַלב-צעבראָכן און פֿול מיט גריבער. נועם איז צוגעפֿאָרן צום קליינעם איין-שטאָקיקן געל-געפֿאַרבטן האָטעל, וואָס איז געשטאַנען לעבן דעם שאָסיי, און געגאַנגען נעמען דעם שליסל פֿונעם צימער אין דער רעצעפּציע. לויט דעם לאַנגווייַליקן אויסדרוק אויפֿן פּנים פֿון דער אָנגעשטעלטער, האָט ער זיכער פֿאַרשטאַנען, אַז הייַנט איז ער דאָ דער איינציקער אורח. די בלאָנדע דיקלעכע פֿרוי האָט אים מיט אַ דעזשורנעם שמייכל אַרויסגעגעבן עטלעכע אויסגעזוברעוועטע פֿראַזעס אויף אַ שלעכטן ענגליש וועגן די שעהן פֿון פֿרישטיק, פֿון „טשעק-אַאוט‟ און אַזוי ווייַטער.
אַרייַנגייענדיק אינעם צימער, איז נועם אַ ביסל דערשטוינט געוואָרן, דערזעענדיק די שרעקלעכע קאָלירן פֿונעם בעטגעוואַנט, וואָס האָט אַ שפּראָץ געטאָן אין די אויגן מיט ריזיקע רויט-גרין-געלע בלומען. דער צימער האָט אויסגעזען ווייַט פֿון דעם אייראָפּעיִשן סטאַנדאַרט, אָבער ער האָט זיך געפֿילט צו מיד נאָך דעם בייַנאַכטיקן פֿלוג און נאָכן אַרומשפּאַצירן אַ האַלבן טאָג אין לוואָוו, כּדי זיך אַרייַנטראַכטן אין דעם. ער האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף דעם איינציקן שטול, וואָס איז געשטאַנען לעבן דעם אַלטמאָדישן פּאָלירטן שרייַבטיש, צוגערוקטן צום פֿענצטער, און געוואָרפֿן אַ קוק אויף זייַן האַנט-זייגער. ס’איז געווען אַרום זעקס. אַזוי, זיצנדיק, האָט ער צוגעשלאָסן די אויגן און אַ טראַכט געטאָן: „זייער גוט, כ’וועל זיך אָפּרוען אַ האַלבע שעה, אַרייַנכאַפּן אַ שנעלן דוש און דערנאָך זיך אַרומדרייען אַ ביסל אינעם שטעטל, נאָך פֿאַר דעם, ווי ס’ווערט פֿינצטער‟.
נועם איז אַרויסגעגאַנגען אין גאַס, זיך אַרומגעקוקט. ס’איז געווען אַ וווּנדערבאַרער זומערדיקער אָוונט. ס’האָט אויסגעזען, אַז מיט אַ קורצער צייַט צוריק האָט דאָ געטריפֿט אַ רעגנדל. אַלץ איז געווען גרין און האָט געאָטעמט מיט פֿרישקייט. די שפֿע פֿון זויערשטאָף האָט ממש געקיצלט אין די נאָזלעכער. אויפֿן האָריזאָנט האָט מען געזען הויכע בערג, אַרומגעוויקלט אין אַ לייַכטן בלאַס-ראָזעוון נעפּל. ער האָט באַוווּנדערט די שיינע נאַטור פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה, אַריבערגעגאַנגען אויף דער אַנדערער זייַט פֿונעם שאָסיי און גלייַך פֿאַרקערעוועט אין אַ שמאָל געסל. דאָ, אין אונטערשייד פֿון לוואָוו, זייַנען ניט געווען קיין שום שילדלעך מיט ענגלישע אויפֿשריפֿטן, בכלל קיין שילדן ניט געווען. די גאַס איז געווען ניט אַספֿאַלטירט, אַ קרומלעכע און זייער אַ לאַנגע. פֿון ביידע זייַטן האָט מען געזען קליינע איינשטאָקיקע הייַזקעס, סייַ הילצערנע, סייַ ציגלנע, סייַ ליימענע. נועם האָט זיך דערמאָנט, וויִאַזוי דער זיידע זכריה האָט אים דערציילט, אַז אינעם שטעטל האָט מען געקאָנט כּמעט תּמיד וויסן, וווּ ס’איז אַ ייִדיש הויז, און וווּ ניט. די ייִדישע הייַזער האָבן געהאַט אַ הויכן בוידעם, און דער אַרייַנגאַנג איז געווען בדרך-כּלל גלייַך פֿון דער גאַס, און ניט פֿונעם הויף. דאָ, אויף דער דאָזיקער גאַס, האָט כּמעט יעדע הייַזקע געהאַט אַ וועראַנדע, און פֿון דאָרט איז געווען ניט איין אַרייַנגאַנג, נאָר אַפֿילו צוויי, פּונקט ווי דער זיידע האָט דערציילט: איינער אין דער וווינונג, און דער צווייטער אינעם געשעפֿט — אַ קראָם צי אַ וואַרשטאַט. אויף דער גאַס האָט מען קיינעם ניט געזען, אָבער מע האָט געהערט פֿאַרשיידענע קלאַנגען און קולות פֿון די הייַזער. אין איין עק האָט מען געהערט אַ קינדערש געוויין, דאָרטן האָט אַ מאַמע געזאָגט מוסר צו אַ קינד, פֿון עפּעס אַ פֿענצטער האָט אַ מיידל אַ שאָס געטאָן אין אַ געלעכטער, ערגעץ מאַן און ווייַב האָבן זיך צעווערטלט, אָבער דער עיקר, נועמס אויער האָט גוט באַנומען, אַז פֿון אומעטום האָבן זיך געטראָגן קלאַנגען אויף ייִדיש. ער האָט זיך צוגעהערט און גוט פֿאַרשטאַנען אַלץ, דערפֿילט אַ ציטער אינעם גאַנצן גוף, זיך אַ קניפּ געטאָן, כּדי צו פֿאַרשטיין, צי ס’איז אמת: ייִדן לעבן דאָ עד־היום? וואָס טוט זיך דאָ? וווּהין איז ער אַרייַנגעפֿאַלן?
ער האָט געשפּאַנט ווייַטער איבער דער גאַס, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ דעקאָראַציע צו אַן אַלטן פֿילם. צו ביסלעך האָט זיך אָנגערוקט די פֿינצטער, און די פֿענצטערלעך אין די הייַזער האָבן זיך באַלויכטן. דער נייַגער האָט נועמען ממש אויפֿגעגעסן פֿון אינעווייניק, און, ווי אויף צו להכיעס, האָט ער ניט געזען קיינעם ניט אין דרויסן, קיין איין מענטשן, ער זאָל אים קאָנען פֿרעגן וואָס פֿאַר אַ סודותפֿול געסל איז דאָס? וויִאָזוי אינעם 21סטן יאָרהונדערט האָט זיך דאָ אַלץ אָפּגעהיט און זעט אויס פּונקט ווי מיט אַכציק, אָדער הונדערט יאָר צוריק? וואָס פֿאַר אַ היסטאָרישער אָאַזיס איז דאָס? וויִאַזוי אַלע רעדן דאָ ייִדיש ביז הייַנט-צו-טאָג? צי האָט דאָ די צייַט אָפּגעשטעלט איר גאַנג? אפֿשר איז עס טאַקע… דאָס פֿאַרבאָרגענע שטעטל געסענעוו?..
סוף קומט